רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)
197 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8703
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
איש את רעהו, איך גיב דיר איבער דער ארבעט. אבער טוה א גוט'ן דזשאב. אנדעריש וועל איך עס צוריקנעמען.
ליטוואק, איך מוז מודה זיין אז אסאך מאל ביסטו זיס ווי צוקער.
Keep it up...
דער חולק איז אז ביי א בעלעגלה. איז עסען סטעיק אייזקרים פון זיינע איידעלסטע זאכן
זקנים, זייט ביזט שוואך נעמסטדיך אן פאר שוואכע. ביזט זיכער געווען אמאל אינגאנצן פארקערט מ'האט נישט געקענט שטיין אין די ד' אמות
אבער, נישט פון בארעדן באקומט מען א כפרה
בן אדם:
נישט זיס ווי ציקער איז ער מיט זיין באהויפטונג, נאר ליידער ביטער גערעכט.
איז עס עפעס זיס צו זעען ווי מען הארגעט יענעם'ס רעכטן בעלולות שונות בעת יענער שרייט פון ווייטוג בכל רמח אבריו?!
איך פארסמאקעווע זיך נישט ווען איך ליין די אפענע רישעות פון רעגירונגען, מוסרים, שלעגערס וכדו' און איך פארסמאקעווע זיך נישט ווען איך הער פון די אונטערגעציפטע באהאלטענע רישעות שטיק בארעכטיגט מיט אלענערליי אויסריידן, וואס ווערן געטון בבית צדיקים, וחסידים ואנשי מעשה, וכדו' בשם א מכלומר'שטע ערהאבענער צוועק.
ניין, עס איז גארנישט זיס!
אז מ'טראכט טאקע אריין, אפילו מ'וועט נישט גיין אזוי ווייט ווי ר' בערל, און מ'וועט אנקוקען די עשירות בבית ריזין אלס א לשם שמים זאך, קען נאך זיין נישט עפעס העכער'ס. איך בין נישט דארט געווען, אבער ס'קען זיין אז אויף צו דערהויבען דער מוט פון א דערדרוקטע פאלק, האט ער איינגעפיהרט א פרינצליכע אויפפיהרונג אז מ'זאל דינען דער באשעפער מתוך גדלות והרחבת הדעת. איך בלייב ע מתנגד, דער תורה דארף נישט קיין צוהעלפער'ס, אלע דרכי עבודה דארפ'ן שטייען אין תורה. אבער עכ''פ ביי חסידים האט מען נישט אזוי גערעדט, און ס'איז גאנץ מעגליך געווען די כוונה פונ'ם ריזשינער.
ווען עס זאל ווען ווערן ידוע אז דער הייליגער סאדוגערער האט מאלעסטעט א קינד במשך עטליכע יאר, וואספארא בליק וואלסטו געהאט אויף זיין שענסטע און הייליגסטע עבודה???
ביי מיר ווערט דאס וואס ער האט געטון מיט זיין ברודער פאררעכנט פונקט אזוי הארב ווי מאלעסטעישן. עס האט דערווייל נישט קיין קלינגעדיגער נאמען אזוי ווי מאלעסטעישן, אפשר וועט מיט די צייט וועט דער עוול פון אזא התנהגות פאפולער ווערן, אזוי ווי דער עוול פון מאלעסטעשן איז לעצטנס פאפולער געווארן (דור דור וחטאיו). אבער אזא מינופאלירנדע ווירטשאפט כלפי זולת איז בלי ספק א אביוז פון ערגסטן סארט.
ליטוואק פון בודאפעסטר' בערל, אז מ'קוקט אין נישט חסידישע מקורות אויפ'ן ריזשינער זעלבסט, זעט מען א באזעסענע מענטש, נישט קיין העכערע מעשה'ס. למשל, קוק אין זכרון יעקב פונ'ם סעקרעטאר פון ר' יצחק אלחנן ווי ער ברענגט א בריוו פונ'ם ריזשינער וועגען די גזירת הקאנטוניסט'ן ווי ער רעדט זייער נארמאל נישט העכער'ס.
און לגבי די רביצין, דו זאגסט כאטש זי איז פונ'ם הייליגען טשערנאבעלער גזע, איך זאג ווייל זי איז פונ'ם טשערנאבעלער גזע. סקווער איז נישט קיין נייע זאך. גזע בית טשערנאבעל זעט מיר אויס פארפוילט שוין דורות, און דאס איז א טיפישע אויסדרוק פון יענער פארפוילטקייט.
ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ. אט דאס האביך טאקע געמיינט. ספעציעל לגבי די רביצין. נאר איך זאג עס נישט ארויס אזוי בפירוש. נאר מער ברמיזה. איך ווייס ס'וועט הייסן אז איך זאג דא אפיקורסות. נאר איך בין גאנץ א קנאפער חסיד פונ'ם העיליגן מאור עינים און די גאנצע טשערנאבלער גזע...והדברים פשוטים...!
diffדער חולק איז אז ביי א בעלעגלה. איז עסען סטעיק אייזקרים פון זיינע איידעלסטע זאכן
Diff: you are one heck of a darned (coud've used much stronger language.) prejudiced individual...! shame on you... 🙄 😁
שלום וברכה טייערע חברים און ליינער.
עס טוט מיר זייער לייד אז מיין מעשה האט געברענגט אזעלכע סארט נאגאטיווע רעאקציעס פונעם ציבור, אזש ביז אנצורופן פריעדיגע צדיקי הדורות מיט ביליגע נעמען כאילו איר וואלט געווען זייער חבר פון קלאס.
לאמיר קלארשטעלן די פאקטן: וואס עס האט זיך אמת'דיג דארט אפגעשפילט, ווייסט מען נישט קלאר. סך-הכל פראביר איך אויסצוקלארן דעם בילד און ברענגען דאס מערסטע קרוב אל האמת צו די טייערע חברים, אבער פארט איז מסתבר אז פילע שטיקלעך פעלן פונעם פאזל, וואס אויב מען וואלט דאס געוויסט, וואלט מען אנדערש געקלערט. אפשר איז דער ליעווער באמת געווען א חולי-אנוש, וואס דער בעסטער זאך פאר אים איז געווען אז ער זאל זיך געפינען אונטער די אויפזיכט פון זיינע ברידער און געשוויסטער? - וואס טוט איר אויב עס קומט היינט ארויס א דאקיומענט וואס ווייזט אז דער ליעווער האט מאלעסטעט קינדער און די ברידער האבן אים געוואלט האלטן אין די ראמען... דעמאלס וואלט איר אלע שוין אלעס פארשטאנען.. איא?
דא איז געווען איינער - געדענק איך נישט ווער - וואס ווייסט שוין אויף זיכער אז די רביצין שיינדל האט געהאט אן אפער מיט איינע פון די גבאים. יענער ווייסט שוין און ציעט שוין מסקנות, ס'גייט א רויעך... וואס ווייסט איר וואס דארט איז געווען? - און וואס פאסירט אויב די דאזיגע צדיקים איבער וועמען איר רעדט, זענען באמת הייליגע לייט, צי נעמט איר די אחריות זיי צו בארעדן?
איך שפיר זיך זייער שלעכט; איך האב אריינגעלייגט בלוט און פלייש אויסצוקלארן די סוגיא, איך ארבעט שווער אראפצוברענגען פארן ציבור מיט זאפט און געשמאק די פאסירונגען פון יענע צייטן, און איך וואלט שטארק נישט געוואלט אז מיינע ווערק זאלן פארוואנדלט ווערן אלס שאולזאן סטייל באשמירונגען. אלס אינטעליגענטע מענטשן דארפט איר אננעמען די זאכן לויט ווי איר ליינט, היסטאריש און מיט אן אביאקטיוון בליק און דאס נישט פארשמוצן מיט מחשבות און געדאנקען, וואס סיי ווי ווייסט איר נישט דעם אמת וואס דארט איז געווען. אפשר איז די רביצין די איינציגע שולדיגע און אריינגעדרייט זיינע ברידער, אפשר זענען די ברידער שולדיג און פאליטיק האט געשפילט א ראלע, און אפשר איז דער ליעווער אליין עפעס געווען מיט אים. וואס ווייסט איר?
איך האף אז מען וועט נעמען ערנסט מיינע רייד, נישט ארומשמירן מענטשן אין די וועלט אריין, און די וואס האבן שוין יא געשריבן זאכן וואס זיי דארפן נישט, זאלן מוחל זיין און פארמעקן זייערע געשריבענע. אנשטאט דעם זייט מגיב זאכליך, מיט היסטארישע פאקטן און שיינע הערליכע דיסקאסיעס פון אן אנדערן סארט.
מיט הבנה און פארשטאנד
חקרן
ר' חקרן, דו האסט געעפנט דעם אשכול, דו האסט ארויף געברענגט דעם נושא אויפן טיש, דעריבער טאמער ווילסטו נישט אז מען זאל ארויף ברענגען היציגע מסקנות אין דיין אשכול, דאן טרעט איך אפ, און איך וועל מיך איינהאלטן פון ארויף ברענגען מיינע געפילן איבער דעם נושא.
אבער, אני כשלעצמי האב איך נישט קיין ספק ווער עס איז דא דער שולדיגער און ווער די באנדיטן זענען דא, ווער דער טאטאלער רודף איז, און ווער דער אומשולדיגער נרדף איז. איך בין היבש אויסגעקאכט אין געזעלשאפטליכע פסיגאלאגיע, און בנוסף האב איך היבש געליינט איבער דעם ר"ר בערניו ממקורות שונים. מצידי איז איבריג יעדע ראיה.
דיינע פארטיידיגונגען אויף די סאדוגערע אונטערדרוקער איז בחינת הרוצה לשקר ירחיק עידותו. אפשר אהין און אפשר אהער, זאכן וואס קיינער קען נישט אנטייטלען און דער וועלט איז אפקר. און לאמיר שוין זאגן אז אהין אדער אהער, דאן איז וואס, אשר על כן ווערט א מענטשנס מיינונג בטל?! וואו איז דאס געהערט געווארן, אויב נישט ביי פראפעשענל מיניפולאנטן.
עס עקזיסטירט נישט ביי מיר איין שילדיגע אין א פארברעכן וואס עטליכע זענען באגאנגען צוזאמען. ווער עס האט געהאט א יד אין די מעשה נבלה, מאכט נישט אויס ביודעין אדער בלא יודעין, דארף אפגעבן א דין וחשבון.
זאל ער האבן טויזנטער נאך פאלגער איבער די לעצטע פאר הונדערט יאר וועלעכע פארהייליגן אים. זאל ער האבן געמאכט גילגול שלג דריי מאל א טאג, זאל דער ר"ר צאץ און דער ר"ר שאץ האבן געזאגט אויף אים הויקעס ספויקעס. טאמער האט ער פארשמירט זיין הענט מיט אידיש בלוט איז ער נישט חף מפשע און דער מענטש וואס איז פארהייליגט געווארן דארף אראפגעריסן ווערן בכל תוקף, ווילאנג מען הערט נישט פון א אמת'ע מקור נאמן אז ער האט תשובה געטון אויף זיינע מעשים און אז ער האט זיין ברודערן איבער געבעטן.
געזונטערהייט, ווילסט זיך האלטן דיפלאמאטיש צו פיגורן וועלעכע האבן נאך איין איינפלוס אויף די היינטיגע היימישע דיפלאמאטיע, גוט פאר יו.
הרי שלך לפניך. ביי מיר וועט אבער סאדוגערער הויף בלייבן לשמצה, נישט וועגן צאנז, נאר צוליב די מעשה.
דאס אז היסטוריא איז מיר אינטרעסאנט איז נאר אזויפיל אויף צו פארשטייען דער געזעלשאפט, די אנטוייקלונג פון אונזער גלויבונגען און אונזער לעבען שטייגער. דעריבער ווען איך זעי אזא הנהגה פון א טשערנאבילער רעביצין, שטימט עס מיט אלע אנדערע זאכען וואס זיי האבען געטוהן און טוהן היינט.
איך פארשטיי נישט דער גרויסע שנאה וואס
@moshav zekeinim האט צום סאדיגורער. מיר ווייסען נישט אינגאנצען וואס איז געווען און וואס דער ליעווער האט געוואלט און וואס זיין ברידער האבען געמיינט. טאמער זיי האבען געקלערט אז ער איז א חולה נפש, זענען זיי נישט גערעכט איהם צו קייטעלען אויף צו ברענגען א ישועה? און טאמער ער האט געוואלט שמד'ען, דארף מען דען נישט עפעס טוהן איהם צו ראטעווען? איך ווייס נישט וואס מ'האט זיי געזאגט, אבער סתם באשמוצען מענטשען, ובפרט אז ס'ברענגט נישט קיין ליכט אויפ'ן היינטיגע לעבען, ווייל כפשוטו זענען די ממשיכי דרך פון סאדיגער נישט חשוד אויף אזעלכע מעשים, איז אביסל זינלאז.
און טשערנאביל איז טאקע נישט געווען קיין זכר צו אזעלכע מיני הנהגות, לא מיני ולא מקצתיה. די זאכן האבן זיך אנגעהויבן דא על אדמת אמעריקא אין סקווירא, (ווי ס'געווען א השפעה פון אנדערע חצרות ווי סקווערער רבי ז"ל האט זיך געדרייט און זייערע חסידים האבן זיך אנגעטשעפעט און עם).
איך האב נישט מער ווי צו איבער לייגן מין תגובה וואס איך האב פריער געשריבן צו ר' בערל אבער איך האב געמיינט יעדן
געוואלדיגר' בערל איהר נעמט זאכן זייער ערנסט, אזא עלטערער איד ווי אייך וואלט שוין געוואוסט אז עס איז מעגליך אז דער סאדיגורער איז געווען א קדוש וטהור און פארט געמאכט א טעות מיט באהאנדלען זיין ברודער, וכן הוא לגבי הרעביצין וואס כאטש וואס לויט די מעשה איז זי געווען יענע סחורה, קען מען נאכנישט אפסטעמפלען מינטשן לויט די מעשה פון אזוי פיל יארן ווייט, א וודאי קען מען בודק זיין די מעשים צו עס איז געווען אויסגעהאלטן, אבער נישט די מענטשן בכלליות.
יישר כח חקרן פאר דיין בקשה.
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: איך זעה זייער שטארק מושב זקנים'ס נקודה. ס'איז בכלל נישט בגדר צימעס ארויסצוזאגן א מיינונג נאכ'ן ליינען די רעפארטס וואס א טייל ווייסן מיר שוין ממילא ממקורות שונים. די אונטערשטע שורה איז. אז די רביצין, האט הויפטזעכליך צוליעב איר אייגענע אגענדא צוקלאפט איר מאן'ס עגא און איהם געלייגט אין דער ערד מיט די הילף פון די סאדיגורא ברודער/ס און איר אייגענם ברודער. געמאכט א שמאטע פון איהם. און דאס וואס חקרן שפעקולירט אז אפשר איז ער, דער ליעווער געווען א חולי אנוש איז אויך נוטה צו זיין נישט ריכטיג. ווייל דער הייליגער ריזשינער צדיק האט דאך אויף איהם געזאגט גדולות ונצורות ווען ער איז געבוירן. און ספעציעל נאכ'ן ברית.ביי מיר. לויט מיין וועג פון טראכטן און ציען מסקנות קענמען נישט טאנצן אויף צוויי חתונות. אויב איז מען פאררעכנט פאר א צדיק, קדוש וטהור, דאן קענמען נישט אפטון קיין ביליגע מעשים און זיך דעקן מיט'ן צידקות. ווידער אויב מ'גייט יא אויף יענע דרכים, דאן איז מען נישט מער ווי א ביליגער פאליטישן. גארנישט בעסער ווי א טייל פון די היינטיגע רבי'ס...!
מ'האט שוין געליינט שלח, קרח. ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר
ר' בערל, אויב איז דער ליעווער געזונט אין נפש לדעתך צוליב די ווערטער פונעם ריזשענער, דאן איז דער סאדיגורער אויך הייליג ווייל אויף איהם האט דער ריזשענער אויך גערעדט גדולות ונצורות (וואס איך געדענק נישט יעצט), אונטערשטע שורה די גענצע מעשה איז נאר מער אויף זיך ארויס לערנען וואס צו (נישט) טוהן, און נישט צו משפט'ן יענע דור.
געוואלדיגר' בערל, אויב איז דער ליעווער געזונט אין נפש לדעתך צוליב די ווערטער פונעם ריזשענער, דאן איז דער סאדיגורער אויך הייליג ווייל אויף איהם האט דער ריזשענער אויך גערעדט גדולות ונצורות (וואס איך געדענק נישט יעצט), אונטערשטע שורה די גענצע מעשה איז נאר מער אויף זיך ארויס לערנען וואס צו (נישט) טוהן, און נישט צו משפט'ן יענע דור.
ניין: אבער פון די רעפארטס פון חקרן און אויך פון אנדערע מקורות איז משמע אז דער ליעווער האט אנגעהויבן אלס זייער א באלאנסירטער מענטש. און ביי א געוויסע נקודה האט ער געשפירט אז די רביס'טווע איז צו א גרויסער עול פאר איהם. און ער האט געוואלט אוועקפארן צו אנאנדער שטאט וואו ער איז נישט אזוי באקאנט און לעבן אלס פשוט'ער בעה"ב. נאר זיין ווייב שיינדל, וועלכע האט פאר א יעדן פרייז געוואלט שפילן די ראלע פון א רביצ'ן האט געפרעשור'ט איהר מאן אז ער זאלל יא אנגיין מיט די רבי'סטווא. און זי האט געפיהרט א מערכה אקעיגן איהם. מיט די הילף פון אנדערע מענטשן. איז זעלבסט פארשטענדליך אז ער איז מיט די צייט געווארן א ביסל אומ-באלאנסירט. און די נאכפאלגנדיגע מעשים ווי סטראשען אז ער גייט זיך שמד'ן און אנטלויפן צו די משכילים קיין טשערנאוויץ זענען נישט אינגאנצן געווען זיין שולד. ווייל ער האט זיך ארומגעזעהן אז ער z ער איז אין א מצב פון וועלכן ער קען נישט ארויסגיין. ספעציעל אז זיין אייגן ווייב ארבעט אקעיגן איהם...! איך קען פולשטענדיג עמפאטיזירן מיט איהם...!
יא איך בין מסכים מיט יעדע ווארט, נאר פון די פוינט ביז קענען לייגן א נאסע ליילך אויף וועם עס זעהט אונז אויס, איז א שטיקל וועג צו גיין.
@אנאנים, טאקע ממקום שבאת. ווען מ'האט אנגעהויבען דער רכמסטריווקא רעביסטיווע אין אמעריקא, האט מען עס פארקויפט מיט'ן לשון 'דער רעבע נעמט אליינס ארויס די גארבאדזש'. מ'האט איהם פארקויפט אלס א העכסט נארמאלער מענטש און דער חסידות וועט זיך אנטוויקעלען נארמאל. למעשה נאך א פאר יאר סרח'ט עס אויפ'ן וועג קיין סקווער. דער רעבע האט נישט אזא געזונטע שמייסער ווי זיין ברודער, ווי אויך האט ער נאך נישט קיין שטעטל, אבער ביים צווייטע דור וועסטו שוין זען. מ'בויט שוין מוסדות, מ'רודפט יונגעלייט עי"ש היטב. דארט האב איך געכאפט אז ס'איז אפשר נישט מסויים קיין סקווער. איך געדענק ביים אויפרוף פון
@לעיקוואוד האט זיין זיידע געדאווענט מוסף פאר'ן עמוד. דער רכמסטריווקא ביהמ"ד אין לעיקוואוד (וואס אגב פאר וועמען האט עס אויסגעפעהלט? אז דער רעבע זאל האבען נאך גארבאדזש ארויסצונעמען?) האט געמאכט א מנין אין א זאל לכבוד דער שמחה. מ'האט אזוי אנגעסטראשעט דער זיידע דארט טאמער ער וועט פארגעסען אז אין ראכעמסטריווקא פיהרט מען זיך עפעס א סדר ביי קדושת כתר, וואס איך פארגעס יעצט (ובפרט אז איך זאג דאך נישט כתר נאר נעריצך!). דאס איז די נארמאלקייט פון א טשערנאבעלע גזע.
דערנאך איז דער טשערנאבעלער רעבע פון בני ברק אמאל געקומען קיין לעיקוואוד. מ'האט איהם אלס פארקויפט אלס א נארמאלער באזעסענער מענטש דלא מחזיק טיבותא לנפשיה, בפרט ביי אנטווערפענער אידען וואס זענען געשוואוירענער חסידים זיינער. ער איז געקומען קיין לעיקוואוד, קודם מיט א פמליא פון ערגעץ ארויסגענומען. דערנאך האט מען געטראפען די פאפירען פונ'ם גבאי כהכנה דרבה פאר'ן נסיעה, מיט א רשימה פון די 'רעבישע געברויכען' במשך דעם שבת. וואס נארמאל ווען נארמאל? און דערנאך האט מען געשפירט זייער מעשים ביי זייערע מנהגים. זיצעדיג ביי יענעם האבען די שווענץ געזארגט צו שווייגען דער עולם ביי 'ואהבתך' פרייטיג צו נאכט, ווייל ביי אונז זאגט מען עס נישט צוזאמען מיט'ן בעל תפלה. דער שחצנות איז א סקווערער און ס'האט זיך אזוי איבערגעפיהרט.
די אלע קלענערע רעבע'ס וואס דו ברענגסט האבען טאקע נאך נישט די געלעגענהייט. ווארט צו, וועסטו שוין זען.
נאכ'ן באמערקען די מעשה'ס האב איך אנגעהויבען חושד צו זיין אז די מחלה איז גאר טשערנאבעל, נישט אמעריקא. און ווען מ'ליינט אלטע ביכער צו מעשה'ס פון אמאל, זעט מען דער שחצנות דארט אויך. מ'וויל זאגען אז סקווער האט עס פון בעלזא (אפשר ווייל דער אלטע סקווערער זצ"ל איז דאך געווען יונגעהייט א יתום, ממילא האט ער נישט געקענט איינזאפען דער ריכטיגע טשערנאבעלע מהלך, נאר פון זיין שווער!), איך האב מורא אז בעלזא האט עס פון טשערנאבעל, ווי דער מיטעלער רב (אפשר דער פריערדיגער רב? איך מאך א טעות?) איז שוין געווען אן איידעם ביים ר' אהרן טשערנאבעלער, דער וואס וועט באלד זיין א גרויסע חלק פונ'ם מעשה פונ'ם ליעווער.
ליטוואק פון בודאפעסטאז מ'טראכט טאקע אריין, אפילו מ'וועט נישט גיין אזוי ווייט ווי ר' בערל, און מ'וועט אנקוקען די עשירות בבית ריזין אלס א לשם שמים זאך, קען נאך זיין נישט עפעס העכער'ס. איך בין נישט דארט געווען, אבער ס'קען זיין אז אויף צו דערהויבען דער מוט פון א דערדרוקטע פאלק, האט ער איינגעפיהרט א פרינצליכע אויפפיהרונג אז מ'זאל דינען דער באשעפער מתוך גדלות והרחבת הדעת. איך בלייב ע מתנגד, דער תורה דארף נישט קיין צוהעלפער'ס, אלע דרכי עבודה דארפ'ן שטייען אין תורה. אבער עכ''פ ביי חסידים האט מען נישט אזוי גערעדט, און ס'איז גאנץ מעגליך געווען די כוונה פונ'ם ריזשינער.
פעמים שהיא נכללת ועולה בבחינת ומדרגת הקדושה... כגון דרך משל האוכל בשרא שמינא דתורא ושותה יין מבושם להרחיב דעתו לה' ולתורתו, כ(יומא עו ב): "דאמר רבא: חמרא וריחא כו'", ... אזי נתברר חיות הבשר והיין שהיה נשפע מקליפת נוגה ועולה לה' כעולה וכקרבן. וכן, האומר מילתא דבדיחותא לפקח דעתו ולשמח לבו לה' ולתורתו ועבודתו שצריכים להיות בשמחה, וכמו שעשה רבא לתלמידיו, שאמר לפניהם מילתא דבדיחותא תחלה ובדחי רבנן.
רבא מבבלתניא פרק ז'
וואס ווייסט אינזער ליטוואק וואס רבא האט נישט געוויסט?
רבא האט דען געזאגט אז מ'דארף זיך פירען מלכות'דיג? אזוי לערנט מען דען א שטיקל גמרא?
ס'שטייט נאר אז מ'דארף אביסל גשמיות זיך צו קענען לעבען אין דער וועלט. אבער פון דארט ביז מלכות? וואס עפעס?
דער תניא זאגט נאר אז נאך דעם וואס מ'טוט עס לשם שמים ווערט עס דערהויבען. אבער דאס האט נישט מיט די עבודה עצמה און נישט מיט די סבה אויף צו טוהן די עבודה.
ליטוואק פון בודאפעסט: איך וויל דא מגיב זיין אויף דיין מאמר פון נעכטן (מאנטאג) איבער וויאזוי ראכמיסטרטיווקא פארט היינט. ראשית כל וויל איך נישט פארקריכן פון די נושא וואס דער פותח האשכול האט אנגעהויבן. נאר דאך. א קליינע באמערקונג איבער דעם ענין פון די ראחמיסטריווקא חסידות. בכלליות ביניך מסכים מיט דיין אפשאצונג אויף דעם היינטיגן מצב און דעם עתיד פון ראכמיסטריווקא חסידות. איך וואונדער מיך וויאזוי דו אלס ליטוואק האסט עס אזוי גוט און ריכטיג אפגעשאצט. ווייל הגם דער רבי שליט"א איז גאר אן איידעלער איד. פארגעס פון ארויסנעמען די גארבידזש. דאס איז נישט מער ווי ליצנות. איך פלעג מיט עטליכע יארן צוריק, זייענדיג א שכן מיט די ראחמיסטריווקא רבי אמאל אריינפאלן פרייטיג צו נאכטס צו זיין טיש. און איך האב באמערקט דאס געוואלדיגע עניוות און איידלקייט מיט וועלכן ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד. ממש אזוי ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...אבער זיינע בנים זענען שוין גאנץ אן אנדערע פרשה. זיי טוען שוין אפ כל מיני רשעות. סיי אין די תלמוד תורה. און סיי אין אנדערע פלעצער. זיי זענען גארנישט הינטערשטעליג פון זיייערע סקווערער קאזינס...!
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
אויף Yiddish Book Center קענט איר אראפלאדענען א PDF פונעם יידיישן ביכל "דער חסידיזם און זיינע פירער", געשריבן דורך פראפעסאר שמואל אבא האראדאצקי. אינעם בוך שילדערט ער די היסטאריע פון חסידיזם מיט א היפש אביעקטיוון בליק. א סך אינפארמאטיווע לשון הרע'לעך און שגץ שטיק קענט איר דארט קונה זיין. מער צום סוף באשרייבט ער קודם דאס ריזשענער מלכות, און דערנאך דעקט ער ברייט די בערניו סאמאטוכע.
לייגט אריין אין דעם טייטל-באר "דער חסידיזם און זיינע פירער", און דאס בוך וועט ארויפקומען מיט עטליכע אפציעס וויאזוי דאס צו לייענען.
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
רוח קדים, טוט'ס א טובה און לייג א לינק. עפען דער בלאט פונ'ם בוך, און קאפ''י דער נאמען פונ'ם בלאט. דערנאך אין דיין תגובה, קלי''ק אויף URL און פעיס'ט אינ'ם באקס וואס עפענט זיך. א גרויסע ייש''כ.
ר' בערל איך בין א נייגעריקע אויף פארשידענע קולטורען און איך האב באמערקט די צוויי זאכען אויף ראכמעסטריווקא און טשערנאבעל
ליטוואק פון בודאפעסטרבא האט דען געזאגט אז מ'דארף זיך פירען מלכות'דיג? אזוי לערנט מען דען א שטיקל גמרא?
ס'שטייט נאר אז מ'דארף אביסל גשמיות זיך צו קענען לעבען אין דער וועלט. אבער פון דארט ביז מלכות? וואס עפעס?
דער תניא זאגט נאר אז נאך דעם וואס מ'טוט עס לשם שמים ווערט עס דערהויבען. אבער דאס האט נישט מיט די עבודה עצמה און נישט מיט די סבה אויף צו טוהן די עבודה.
ליטוואק, האסט נישט גוט געלערנט פשט אין הקטן.
רבא האב איך געברענגט אלס ראי אז נישט אלע דרכי עבודה דארפ'ן שטייען אין תורה זעלסבט, נאר מלאה הארץ קינינך
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
תושבע''פ איז דען נישט תורה?
ליטוואק, דער האראדעצקי איז נישט געווען קיין מתנגד נאר א
משכיל. און דאס איז די סיבה פארוואס
@רוח קדים ברענגט עס דא, ער איז מסתם דער זעלבער משכיל. אלזא, אויב דאס איז דיין הנאה איז לייען עס געזונטערהייט.
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
בן אדםליטוואק, דער האראדעצקי איז נישט געווען קיין מתנגד נאר א
משכיל. און דאס איז די סיבה פארוואס
@רוח קדים ברענגט עס דא, ער איז מסתם דער זעלבער משכיל. אלזא, אויב דאס איז דיין הנאה איז לייען עס געזונטערהייט.
אפגעזען צי האראדאצקי אדער איך אדער ביידע אדער קיינער זענען יא צי נישט משכילים, זע איך נאך נישט פארוואס דאס מוז זיין "די סיבה" פאר'ן ברענגען. מיר קענען ביידע רואיג זיין מתנגדים צי אפילו חסידים.
קוקסט אויס אביסל פארווייטאגט.
ליטוואק, די לינק ווי איך זע גייט נאר צום הויפט בלאט, נישט איבער דעם בוך ספעציפיש.
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
בכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.
אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.
ליטוואק פון בודאפעסטתושבע''פ איז דען נישט תורה?
זיכער יא! פארדעם ברענג איך דאס.
און פארדעם ברענגט דאס די גמרא
אבער ורבא מנא ידע?
איז דאס הלכה למשה מסיני?
וואס מיינסטו?
כנראה ס'פעלט דא עיקרי הדת. דער סמכות פון רבא איז נישט ווייל ער איז געווען א צדיק און וואס ער זאגט איז גערעכענט אין הימל. אלס וואס שטייט אין גמרא איז גערעכענט פאר הלכה למשה מסיני. הייסט'ס אז יעדער סברא הלכה אדער חידוש מוז זיין פון א גמרא. דאס איז אדער ווי מאנכע זאגען אז אלע מסקנות פון ש"ס איז הלכה למשה מסיני און ס'איז נאר געשריבען דרך פלפול אויף צו קענען ריכטיג ארויסברענגען די זאך. אדער ווייל די חותמי התלמוד האבען צוזאמענגעברענגט אלע ריכטיגע סברות און יסודות און געקליבען אין איין פלאץ, ווייל אזוי האבען די שפעטערדיגע גערעכנט מיט דעם, און ממילא איז יעדער סברא וואס האט נישט קיין יסוד אין גמרא חשוד אלס נישט ריכטיג.
יעצט איינער וואס האט אויך א ססברא וויאזוי זיך צו פיהרען, אפילו אויב ער איז א גרויסע צדיק, איז אויך משועבד צו א גמרא. ווען רעק"א זאגט א חידוש פרעגט מען גלייך "וואס איז זיין ראיה?" ווייל ס'איז נישט יתכן אז א סברא זאל זיין ריכטיג אן א יסוד אין ש"ס.
לדעתי, איז דאס די יסוד פון די שיטה פון די מתנגדים, לויט ווי דער זון פון דער ח"ח ברענגט פון זיין טאטע אז ער האט געקוקט אמאל אין א חסידישע ספר און ער האט אראפגעלייגט זאגענדיג "איך האב תנאים און אמוראים, וואס דארף איך דאס?". טאמער חסידים האבען אנדעריש אנגענומען, האב איך מרמז געווען אז מיין חינוך איז נישט איינשטימיג מיט דער יסוד וואס איך האב ארויפגעלייגט אויפ'ן ריזשינער, אבער ס'מעגליך אז ס'איז געווען א גשמיותדיג'ער סברא לש"ש, נאר נישט מיט מיין חינוךאון מסורה געשטימט.
נעם-טא-דאם
איך פארשטיי נישט קיין ווארט.
רוח קדיםבכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.
אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.
הוא אשר דיברתי: אז איך זעה דעם רבי'ן עסן א סטעיק און פארטרונקען מיט א קאלט גלעזל ביר, דארף איך נישט אריינטייטשן קיין העכערע זאכן. נאר פשוט די רבי האט הנאה פון די וועלט. ער מעג אויך...!
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: דו מעגסט שרייבן אויף א שפראך אז אונז גאליציאנער (מלשון גאלא) זאללן אויכעט פארשטיין... 😂
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
ער האט גערעדט צו מיר, אבער איך קען נישט קיין אונגאריש און איך בין נישט פון גאליציא.
ליטוואק פון בודאפעסטThe ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך
כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז מ'קען ווערן א משכיל פון דעם ביכל. ער פרעדיגט נישט קיין השכלה דארט, אבער ס'איז פשוט אז א משכיל קען מען נישט
אלעס גלייבן. ער איז דא אויף אפצופרעגן רבי'ס אויף זיין מהלך. ער קען צומאל רעדן געפערליך אויף רבי'ס וואס זענען באמת יא געווען הייליג. זיין בלינדער פיינטקייט צו רבי'ס זעט מען קלאר וואס אינדערצייט וואס די צדיקים פאר זיינע צייטן וואס ער האט נישט געקענט מאכט ער זיי גרויס, איז אבער די רבי'ס און זיינע צייטן (וואס אגב זענען זיי געווען זיינע נאנטע קרובים) האסט ער געפערליך.
רוח קדיםבכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.
אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.
גוט, דאס האב איך געמיינט. כ'האב הנאה אז האסט דיך גוט ארויסגעברענגט.
למעשה פרעגסטע א גוטע קשיא. איך וואלט מציע געווען אז די זאלסט אויך ענטפערן אויף דעם. בכלל וואס איז פשט פון די גאנצע מעשה זמרי, און וואס פנחס האט אפגעטון, און וואס ס'האט זיך געענדיגט מיט 24000 גאנץ אומשולדיגע קרבנות, האסט א הסבר?
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
בן אדםליטוואק פון בודאפעסטThe ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך
כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז מ'קען ווערן א משכיל פון דעם ביכל. ער פרעדיגט נישט קיין השכלה דארט, אבער ס'איז פשוט אז א משכיל קען מען נישט
אלעס גלייבן. ער איז דא אויף אפצופרעגן רבי'ס אויף זיין מהלך. ער קען צומאל רעדן געפערליך אויף רבי'ס וואס זענען באמת יא געווען הייליג. זיין בלינדער פיינטקייט צו רבי'ס זעט מען קלאר וואס אינדערצייט וואס די צדיקים פאר זיינע צייטן וואס ער האט נישט געקענט מאכט ער זיי גרויס, איז אבער די רבי'ס און זיינע צייטן (וואס אגב זענען זיי געווען זיינע נאנטע קרובים) האסט ער געפערליך.
כ'הער. ס'טייטש איינער וואס שרייבט אז מענטשן זענען עקשעלי געווען מענטשן, עמען קען מען נישט גלייבן – נגיעות. אז מ'איז געפלויגן אין הימלען, זיך געטראפן מיט משיח'ן, אליין געווען משיח, מחיה מתים געווען, אוועקגעלייגט שונאי ישראלים, געקענט די שפראך פון דער גאנצער בריאה, זיך געקריגט לשם שמים און געהאט העכערע כוונות אין יעדער מענטשליכער תאווה – דאס איז ריזענעבל, דאס איז בלי שום נגיעות, דאס איז וואס מאכט סענס, דאס איז וואס מ'קען און מ'דארף גלייבן ואסור להרהר אחריהם.
ס'איז עקשעלי יא דא ווער ס'זאל לאכן...
[ציטאט אראפגענומען]
אביסל ווינדער איך מיר אויף הרב שש שליט"א. איך ווייב אז די ביכל דערמאנט טאקע נישט אמשינאוו נאר טשערנאביל, אבער דאך ווינדערט עס מיר. כ'האב געקלערט עם אנצופרעגן אין אישי אבער איך מיין אז ס'בעסער דא ברבים (האסט דעך שוין אניוועי אפאר מאל זיך אויסגעבראכן אויף מיר ברבים, נו זאל שוין זיין נאכאמאל). מ'ווארט צו הערן.
רוח קדיםבן אדםליטוואק פון בודאפעסטThe ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך
כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז מ'קען ווערן א משכיל פון דעם ביכל. ער פרעדיגט נישט קיין השכלה דארט, אבער ס'איז פשוט אז א משכיל קען מען נישט
אלעס גלייבן. ער איז דא אויף אפצופרעגן רבי'ס אויף זיין מהלך. ער קען צומאל רעדן געפערליך אויף רבי'ס וואס זענען באמת יא געווען הייליג. זיין בלינדער פיינטקייט צו רבי'ס זעט מען קלאר וואס אינדערצייט וואס די צדיקים פאר זיינע צייטן וואס ער האט נישט געקענט מאכט ער זיי גרויס, איז אבער די רבי'ס און זיינע צייטן (וואס אגב זענען זיי געווען זיינע נאנטע קרובים) האסט ער געפערליך.
כ'הער. ס'טייטש איינער וואס שרייבט אז מענטשן זענען עקשעלי געווען מענטשן, עמען קען מען נישט גלייבן – נגיעות. אז מ'איז געפלויגן אין הימלען, זיך געטראפן מיט משיח'ן, אליין געווען משיח, מחיה מתים געווען, אוועקגעלייגט שונאי ישראלים, געקענט די שפראך פון דער גאנצער בריאה, זיך געקריגט לשם שמים און געהאט העכערע כוונות אין יעדער מענטשליכער תאווה – דאס איז ריזענעבל, דאס איז בלי שום נגיעות, דאס איז וואס מאכט סענס, דאס איז וואס מ'קען און מ'דארף גלייבן ואסור להרהר אחריהם.
ס'איז עקשעלי יא דא ווער ס'זאל לאכן...
די דארפסט האבן דער קשיא פארוואס האראדעצקי האלט יא פון די פריערדיגע צדיקים, וואס האבן אויך געזאגט גרויסע זאכן אויף זיך.
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
בן אדםרוח קדיםבכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.
אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.
גוט, דאס האב איך געמיינט. כ'האב הנאה אז האסט דיך גוט ארויסגעברענגט.
למעשה פרעגסטע א גוטע קשיא. איך וואלט מציע געווען אז די זאלסט אויך ענטפערן אויף דעם. בכלל וואס איז פשט פון די גאנצע מעשה זמרי, און וואס פנחס האט אפגעטון, און וואס ס'האט זיך געענדיגט מיט 24000 גאנץ אומשולדיגע קרבנות, האסט א הסבר?
כ'האב נישט קיין אהנונג וואס דו רעדסט. זאל שוין זיין אז די דאזיגע תגובה איז אן ענטפער צו מיין שאלה, צייגט דאס דאך פונקט דאס פארקערטע. א נשיא פון כלל ישראל וואס האט מזנה געווען. זיינע חסידים האבן געהאלטן אז וויבאלד דער רבי זינדיגט מסתם איז דאס העכערע זאכן און ס'באלאנגט אזוי.
פנחס ווידער איז געווען דער צאנזער רב, טאקע געווען א ווילדן קנאי, אבער ער האט כאטש געמיינט דעם אייבערשטן. ער איז דערפאר ארויס בחרב ובחנית אנטקעגן די קינדער פונעם ריזשענער.
כ'האב באמת נישט קיין אהנונג וואס דו ווילסט דא.
שוין איך צו צוריק. ביזט נישט קיין.... ביזט א צאנזער חסיד מיט א צאנזער תורה.
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
שוין, סליחה שנפגשנו. גיי מאך משוגע א צווייטן. איך בין טייט אין עטענשאן, איך קעמיך נישט אזוי ערלויבן צו זיך ווארפן דערמיט. נעקסט טיים.
א גוטע נאכט און א שמחת תמיד.
.
.
אינטערסאנט איז אז מ'רעדט און מ'רעדט פון סאדיגורא און מע דערמאנט נישט די ווארט וואס סאטמאר רב פלעגט זאגן
אזוי האב איך געהערט פון אידן וואס האבן געהערט מפיו של הרב מ'סאטמאר, המלחמה של הרבי מ'צאנז נגד ה'סאדיגורים הי' בשביל שהתחיל אז הנהגה שהרבי הוא למעלה מהתורה חלילה והרבי מ'צאנז לחם בחירוף נפש נגד דעה פסולה כזו
נאך עמיצער ווייסט פון אזא מימרא?
די דעה פסולה אז די פארגלויבקקייט אין רבי'ס איז אפילו העכער די תורה ר''ל איז נעבעך בזמנינו און א דור בלי דעת שטארק נפוץ