החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8947
החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
החסידות על העליונה= דידן נצח
א נייער חיבור וואס באשרייבט איבער די פולמוס וואס איז אנגעגאנגען יארן צווישן די חסידים ומנגדים איז נארוואס ארויס פון דרוק
ווי באקאנט איז יארן לאנג ארומגעגאגען לעגענדעס און טעאריעס ביי די מנגדים אז די חסידים זענען עפעס א נייע באוועגונג וואס זענען חלילה א סכנה פארן יהדות הנאמנה וואס דאס יהדות קען חלילה ליידן גרויסע שאדענס ברוחניות פון די כת החסידים, היינט איז נאך אויך דא א מיעוטא דמיעוטא וואס גייען מיט יענע לעגענדעס דא אינעם שטיבל דרייט זיך אויך אזוינע
דער חיבור ''החסידות על העליונה'' ברענגט פילע ציטאטען פון גרויסע לייט און עובדות ווי מען זעט דעם ענדע אז לבסוף פון די גאנצע פולמוס צווישן חסידים ומנגדים האט זיך אויסגעלאזט א זייפען בלאז און די אלע עלילות שוא וואס מען האט מעליל געווען אויף די חסידישע ציבור זענען שוין היינט אפגעפרעגט ביי אלעמען
עס איז כדאי עס צו ליינען דעם חיבור בפרט די מאמרים פון די גדולי ליטא וואס האבן אין די שפעטערע יארן געזאגט להדיא אז אסאך מקומות ביי אידן וואלט דאס אידישקייט נישט געהאלטן ווען נישט די כת החסידים וואס האבן מיט זייער אידישע כח געראטעוועט דעם מצב
@ליטוואק פון בודאפעסט עס וואלט כדאי געווען צו הערן דיינע תגובות והערות אויף דעם חיבור
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
שיק מיר א pdf.
אבער צווישען יורשי בתי מארמעראש און ת''ח דארף מען נישט קיין חרם און נישט קיין פולמוס. יעדער זעט שוין היינט איין אז חסידות איז באנקראט.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
ליטוואק פון בודאפעסטשיק מיר א pdf.
אבער צווישען יורשי בתי מארמעראש און ת''ח דארף מען נישט קיין חרם און נישט קיין פולמוס. יעדער זעט שוין היינט איין אז חסידות איז באנקראט.
זיי נישט אזוי שארף.
מען קען מיינען אז די שטאמסט פין גראדנא אדער ראדין.
קען זיין ביסט א למדן, אין האסטעך אויסגעלערענט אין לעקוואד ווי אזוי מען העלפט דייקא נישט אינזערע ברידער...
קאפ אן, ביסט א באטשי ווי אינז אלע, צי אונעגוריש צי נישט וויס איך נישט, באט קאט די קרעפ.
Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2
קענסט אפשר אהערבריינגען די אמרות שיש בהם משום חידוש, (איך האף אז ס'איז ניט ווי וואלפא'ס 'שמן ששון מחבירך' אין וואס צווישן די גאר נאענטע געפינט מען לא אחר ממהר"י ט"ב... )
געזעהן דעם בוך, היות דער מחבר איז מעלים שמו, איז עס נישט קיין רכילות צו זאגן אז ער ווייסט נישט וואס חסידות איז, צווייטענס, וואו ער האט נאר געטראפן די ווארט חסידות אין אוצר החכמה האט ער עס אריינגעליינגט נישט כאפענדיג אז יענע ווערטעל מיינט פונקט דאס פארקערטע.... ועוד, זיין קונץ איז צו מאכן יעדע גדול פאר א מתנגד, אזוי אז ווען ער רעדט בשבח החסידים איז עס ממש א ראיה גמורה אז חסידות האט געווינען.
אלע חסידישע הויפן האבן היינט ישיבות און כוללים און מ'האראוועט אריין אין בריסקע שיעורים... די אמאליגע מתנגדים האבן אונטער געריסען אזוינע חסידים וואס מ'טרעפט דורכאויסן טאג אין 770 אדער אין אומאן אוקראינה, און אין אזוינע פעלער זענען זיי גערעכט געווען, והראיה, אפילו ביי חסידים איז די סארט הנהגה נישט וועלקאם.
איינער וואלט אפשר געדארפט מאריך זיין און מסביר זיין לאלו שאינם יודעים, די איראניע אז די היינטיגע אזוי גערופענע חסידות (בעיקר די אונגארישע) איז נענטער אין השקפה צו דעמאלסיגע מתנגדים ווי די היינטיגע ישיבי׳שע.
וואס חסידים זענען ווייס איך אבער וואס איז דאס מנגדים? קיינמאל אזא ווארט נישט גיהערט
איש את רעהו די האסט אין דיין גאנצע תגובה קיין איינמאל נישט געשריבן דער ווארט ריכטיג
כידוע ווען די מתנגדים האבן געמאכט דעם חרם אויף די כת הקארלינאים וחסידים, האבן די תלמידי המגיד געמאכט א מעשה בעצמם בצירוף מיטן בעל התניא, און ווען דער מגיד איז אריינגעקומען האט ער געזאגט קינדערלעך וואס האט איר געטון, מיט דעם האט איר פארלוירן דעם קאפ (המגיד נסתלק לחעוה''ב לאחמ''כ) אבער מיט דעם האט איר אויפגעטוהן אז ווען אימער עס וועט זיין א מחלוקה צווישן די חסידים ומתנגדים וועלן די חסידים זיגן
וכך הוה?
קאווע טרינקער
אלע חסידישע הויפן האבן היינט ישיבות און כוללים און מ'האראוועט אריין אין בריסקע שיעורים...
בריסקע שיעורים איז שוין סתם אבי אין די וועלט די מנגדים שרייען דאך אז דאס איז ניטאמאל די דרך פון די גאוני ליטא
דאס איז שוין א נשתכח פון ביידע זייטן, אגב די בריסקע האבן זיך אסאך משדך געווען מיט חסידים
די אמאליגע מתנגדים האבן אונטער געריסען אזוינע חסידים וואס מ'טרעפט דורכאויסן טאג אין 770 אדער אין אומאן אוקראינה,
אבי געזונט,
קוק אין די פארצייטישע פאשקעווילען קעגן די גרויסע אידן פון די כת החסידים מען רעדט בכלל נישט פון א שטייגער ווי די משיחיסטען און נא נאחס
און אין אזוינע פעלער זענען זיי גערעכט געווען, והראיה, אפילו ביי חסידים איז די סארט הנהגה נישט וועלקאם.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
ס'איז דא א ספר 'אלו ואלו דברי א-להים חיים' פון הרב צבי אינפלד וואס גיבט א שיינע בליק אויפ'ן גאנצע נושא. ער האט געטוהן דער ארבעט וואס הרב אליאך האט געדארפט טוהן, אפגעלערנט דער חרם פונ'ם גר''א, נאכגעפארשט די מליצות פון פסוקים און געקוקט אין ביאור הגר''א אויף יענער פסוקים צוזאמען מיט'ן באקאנטע בריוו פון בעל התניא צוריק צו ענטפערען און דערמיט אפגעלערנט דער חרם. ער איז מאריך הרבה יותר מדי, אבער דער געדאנק איז געוואלדיג און דאס איז דער אמתדיגע מכובדיגע צוגאנג אפצולערנען דער שיטה פון רבינו הגאון החסיד מווילנא. מ'קען זיך דינגען אויף איהם אין אפאר זאכען, און ס'האט גארנישט מיט די נערישקייט אין וואס כאסידעס האט זיך פארוואלגערט, אבער זיכער ראוי צו ליינען.
געווען בילדער ווי זיי טראגן ארום די ספר צו הרבנים מסקווער און צאנז קלויזענבורג.
אויפן בילד זעה'ן ביידע נישט אויס צו פרייליך, אפשר פעהלט דאס ארומרעדן פון זיי ספעציפיש..
חכם עתיקגעווען בילדער ווי זיי טראגן ארום די ספר צו הרבנים מסקווער און צאנז קלויזענבורג.
אויפן בילד זעה'ן ביידע נישט אויס צו פרייליך, אפשר פעהלט דאס ארומרעדן פון זיי ספעציפיש..
ווי קען מען זען דעם בילד? כ'האב געזען דעם ספר, קיין גרויסע חכמים קענען זיי נישט זיין. ועיין למעלה בתגובה של קאווע טרינקער.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
מ'דארף בילדער ביי מתנגדים אדער נשתכחה'ניקס. פארוואס דארפען חסידים ראיות?!
אוי ביסטו א ליטוואק. די ראיות זענען דאך נישט פאר די חסידים, נאר פאר די ליטוואקעס...
דאס האב איך דאך געמיינט. פארוואס פארקויפען זיי די ספר פאר חסידים? ווען זיי האבען בילדער ביי הרב חיים קניבסקי און הרב אליה בער וואכטפויגעל פארשטיי איך, זיי דארפען אזא ספר. לויט אסאך קאמענטירער דא האבען זיי דאך א צלם אין הארץ. נאר סקווערער רעבע'ס הארץ איז שפאט ריין. פארוואס דארף ער די מוסר?
איך ווייס נישט צו זיי זענען געקומען פאר א הסכמה אדער צו טרינקען לחיים. אבער די ספר איז זיך גארנישט ווערט. איך ווארט אויף עפעס בעסערס.
און איך ווארט אויף בעסער ווי 'הגאון', 'עלען מיר ווארטען צוזאמען.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
הייסט'ס רעק''א איז געבליבען דער מתנגד פאר'ן אויסרימען דער ווילנא ש''ס?! און דערמיט איז יד חסידים על העליונה?! דער בעש''ט האט זיך געשלאגען מיט'ן גר''א אויף ביזנעס!
אפשר מיינט 'יד' חסידים על העליונה מלשון 'והידים ידי עשו'? אז די אגרוף רשע פון חסידים וועט אייביג זיגען?
אוי, דער יונגערמאן? סתם א סקווערער טעמבעל.
ליטוואק פון בודאפעסטהייסט'ס רעק''א איז געבליבען דער מתנגד פאר'ן אויסרימען דער ווילנא ש''ס?! און דערמיט איז יד חסידים על העליונה?! דער בעש''ט האט זיך געשלאגען מיט'ן גר''א אויף ביזנעס!
אפשר מיינט 'יד' חסידים על העליונה מלשון 'והידים ידי עשו'? אז די אגרוף רשע פון חסידים וועט אייביג זיגען?
ווי קומט אהער אגרוף רשע?
זיין סיפור פינעם חפץ חיים ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אז חסידים האבן געראטעוועט אין אסאך ערטער דאס אידישקייט, און די חפץ חיים האט געזאגט אז ביי אונז ליטוואקען זיצט מען איינגעלייגט ווען פורצי גדר צוברעכן דעם דת אבער די חסידים טוען צום זאך
די מימרות ווייזען אז צום סוף האבן די גרויסע אידן אין די ליטא מער נישט אנגעהאלטען די לעגענדעס וואס דער 'הגאון' וויל פיטערן.
אגרוף רשע קענסטו זאגן אויף די רשעותדיגע הענט וואס האבן זיך פארלייגט אויף גרויסע לייט פון די חסידישע קרייזען און מעליל געווען אויף זיין בלבולים ועלילות שוא, וואס שפעטער האבן שוין די ליטאישע גדולים אויך צוגעשטימט אז די חסידישע אידן איז א טייערע עדה וואס מען דארף זיי מוקיר זיין.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
ער ברענגט די אנדערע האלב פונ'ם מימרא פונ'ם חפץ חיים ווי ר' לייב ברענגט עס?
על העליונה
ברגעים אלה אני מסיים לקרוא את הספר… אין לספר הזה כל קשר לחב”ד (שאדמוריהם לא הוזכרו בספר כי אם כמה פעמים בודדות). הספר מפוצץ בתוכן כביר, ספר חובה בכל בית חסידי ואפילו לא. סיפורים מפעימים, גילויים נדירים. בלי כל שמץ של לשון הרע וכל כיוצ”ב.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז דאך נישט אויסגעהאלטען עפ''י הלכה. מנחה שפעט עיז קעגען כמה ראשונים, מעריב פרי מוצ''ש איז בכלל נישט קיין איסור. ס'איז נאר נישט היימיש.
אפשר האט ער געמיינט 'ענדעריש זיך פיהרען היימיש ווי מחמיר זיין אויף א הלכה'
יעצט זע איך אינעם בוך א שיינער באשרייבונג אויף די בריסקע גדולים
סימיר א שטארקע נייעס אז אזא נאנטע קירבות האט געהערשט צווישן די גדולי בית בריסק און די חסידים
@ליטוואק פון בודאפעסט איז עס א ידוע'דיגע זאך?
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
ס'הייסט אין בריסק אז דער בית הלוי איז געווען שטארק באוואוסט אלס מתנגד, אבער כ' חיים ווייניגער. פארוואס? ווייל בחיי דער בית הלוי איז געווען רבי'ס אויף וועמען מתנגד צו זיין. שפעטער איז שוין דאס אויך נישט געווען.
איך האב עס נישט געליינט, אבער טאמער דער יסוד פון דער בוך איז אז יד חסידים על העליונה ווייל מתנגדים האבען גערעדט פריינטליך מיט חסידים, איז גאר דער ראיה פונ'ם פארפוילטקייט פונ'ם חסידישען באוועגונג. מ'נעמט אן פאר א דבר פשוט אז פריערדיג'ע גדולים האבען זיך געריסען פונקט ווי אין סאטמאר באבוב בעלז גער פאנאוויעזש און ווי נישט. און דעריבער קומט מען צו א מסקנא אז תלמידי חכמים (נישט פערפעל- טיילער'ס) זענען אויך אזוי געווען. און פון דעם אז מ'האט זיך נישט געריסען ביים גארגעל מיט רבי'ס איז א ראיה אז מ'איז גאר חסידיש געווארען.
מתנגדים האבען געהאלטען דער אריגינעלער חסידות פאר א טעות און נישט קיין גלאטער מהלך אין עבודת ה'. ווען חסידות נאך צוויי דריי דורות האט זיך פארוואנדעלט אין א פארטיי מיט מאכט און געלט און עמהארצות, איז מען ווייניג נתפעל געווארען פונ'ם גאנצע ערשיינונג און דעריבער האט מען געלאכט פון די גאנצע עמהארצות. מ'האט עס אנגעקוקט ווי נישט וויכטיג, סתם באבע מעשה'ס. כלפי א פשוט'ער חסידיש'ע איד האט מען זיך געפיהרט פונקט ווי צו א נארמאלער איד. און בריסק איז נישט אנדעריש אין דעם. היינט אויך, ווען א פשוט'ער ליטווישע איד הערט די חסידיש'ע מעשה'ס וואס מען דערשטיקט ענק פון אלס קינד, מיינט ער אז דו ביסט פון די לבנה אראפ. איך האב ביי מיר אן אוצר פון חסידיש'ער מעשה'ס. מיין טאטע פרעגט מיר אלס 'וואס שטאפסט דו זיך אן מיט אזעלכע נערישקייטען? פארש נאך ספארט''ס ענדעריש ווי אלטע מחלוקת'ן וכדו''.
די רעדסט פון אויסעווייניג, קוק אריין דארט מבהיל'דיגע סיפורים צווישען די נאנטקייט פון בריסק און די חסידים.
דער גרי''ז ברענגט ער האט געזאגט ער האט דעם דברי חיים געלערנט פון דעקל צו דעקל, בכלל שטייט דארט מוראדיגע אויסדרוקען און שעצונג פון בריסק צו די גדולי החסידים.
איך האב גע'ענטפערט נעכטן נאכט, נאר מיין פאון האט שוואכער סערוויס ביי מיר אינדערהיים, און טאפפאטאל"ק האלט נישט דער שרייבאכץ ביז ער קען זיך געהעריג באהעפטען.
ווי מ'האט שוין מעורר געווען, די איינציגסטע וואב מ'קען אפשר טרויען אויף א דעה פון א גדול איז איינער וואס האלט ביים פאלגען. א סאטמארער חסיד וואס וויל זאגען אז דער חזון איש האלט ווי זיין רבי'ן איז גארנישט ווערט. א תלמיד פון חזו"א, וואס טוט ווי דער חזו"א הייסט איהם, איז אפשר באגלויבט ווען ער האט נישט קיין אגענד"ע.
יעצט דער בריסקער רב האט קינדער און תלמידים און זיין קינדער האבען תלמידים. ט'לערנען זיי דען דברי חיים? ט'זאגט דען דער בריסקער ראש ישיבה נאך פון דברי חיים אין שיעור? איז זיי דען אינטרעסאנט ווא דער דברי חיים זאגט אין איין נושא אין דער וועלט? איז וואס זאל מען זיך לאזען פארפירען פון אדענד"ע מענטשען, וואס אחוץ דעם אז זיי פארשטייען נישט קיין התנגדות צו קענען זאגען אז ס'איז בטל, האבען זיך ווייניג געקענט מיט בריסק און בריסקער רב באופן כללי?
ווען מ'וואלט געוואוסט וואס חסידות איז, וואלט מען געקענט אפשר פארשטייען דער התנגדות, און נאך דעם קלערען צו לערנען דער ספר דברי חיים איז גאר א חזרה אויפ'ן התנגדות. אבער מענטשען וואס מיינען אז התנגדות פון נודע ביהודה צו דער גר"א אויף חסידות איז ענדליך צו דער התנגדות פון הרב"צ מבאבוב (אן א צונאמען) אויף הרמ"ד מבאבוב (מיט א צונאמען) און אלס ווערט געמישט מיט אן 'איסור' בחירות און אריזאנא ווייץ און נאך אזעלכע וויכטיגע נושאים. ביזדערווייל האב איך נישט געזעהן קיין באריכט אויף חסידות, און נישט אויף דער התנגדות פון די מתנגדים און ממילא בלייבט דער התנגדות אין פלאץ, און ווען מ'וועט וויסען אויף וועמן דאס צו צילען, וועט מען עס ארויסנעמען.
דאס וואס מ'לאכט אויף דער תרבות החסידים היינט און דער גאנצע טפשות און עמהארצות וואס האט מיט עפעס ציגאנע גלויבונגען און הנהגות פון אכילה און שנאה צו דער וואס האט שוין איינגעזען דער שקר זייערע מיט תאוות הכבוד והממשלה איז נישט נשתכחה, און טאמער איינער זאגט אז יד חסידים על העליונה קען ער נאר מיינען דער אגרוף רשע, ווייל חוץ פון דעם איז גארנישט פארהאנען. און טאקע איינער פון די נקודות אויף וואס מען לאכט איז דאס אז ווען דער בריסקער רב וואלט נאך געהאלטען אז חסידות איז א טעות מעיקרא, וואלט ער קיינמאל נישט געקוקט אין א דברי חיים! דאס פאסט נאר פאר איינער וואס זעט דער גאנצער וועלט פונ'ם שטאנדפונקט פון פארטיי און מחלוקת און מאכט, און צום בריסקער רב האט עס נישט.
איינער וואס זעט נישט ווייטער ווי דער ענדע פון זיין נאז מיינט אלס איז א ראץ.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
ליטוואק פון בודאפעסט[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז דאך נישט אויסגעהאלטען עפ''י הלכה. מנחה שפעט עיז קעגען כמה ראשונים, מעריב פרי מוצ''ש איז בכלל נישט קיין איסור. ס'איז נאר נישט היימיש.
אפשר האט ער געמיינט 'ענדעריש זיך פיהרען היימיש ווי מחמיר זיין אויף א הלכה'
אנטשילדיג
אבער מוצ"ש מעריב פרי איז א ספק דאורייתא (ואני לא מתכוון לתפלה ... )
ולשיטת רבינו תם יש בזה חילול שבת דאורייתא
בכלל נישט קיין איסור ?
פארוואס נישט מחמיר זיין ביי א ספק דאורייתא ? אתהמהה
מנחה ?
תפילה איז א מחלוקות צי סאיז א דאורייתא צי א דרבנן
אבער זמן תפילה איז לכו"ע נאר א דרבנן.
Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2
הייסט'ס מה טובו האט נישט געמאכט קיין טעות, ווייל ער רעדט נישט פון מעריב, אבער דער ברך משה האט יא געמיינט.
און אגב, אז מ'רעדט פון חושד זיין אויף א ספק דאורייתא, פארוואס מעג מען טוהן מלאכה ביי 72 מינוטען נאכ'ן שקיעה? גענוג און נאך פוסקים האלטען ניינציג מינוט, און שעות זמניות איז דאך דער שיטה פון ר' חיים וואלאזהינער ועוד, און דער גאון זעט אויס אז ער האלט מ'דארף ווארטען לויט'ן דיגרי'ס פון דער זוהן, וואס לויט דער שיטה פון ד' מיל און יעדער מיל איז 18 מינוט, דארף מען האלטען ביז 16.1 דיגרי'ס, און טאמער מ'האלט 22 מינוט דארף זיין נאך מער. ווען הערט זיך אלס אויף?
נאר די מנהגים אין דעם און די הכרעות ווענדען זיך אויף אסאך זאכען. איז ווי קען ער זאגען אויף א מנהג אז ס'איז וויכטיגער ווי א שאלה להלכה?
איך וויל אויך מעורר זיין, אז דאס אז רבינו תם איז בכלל פיהר מיל אן קיין חכמות, איז נישט אזוי פשוט, עיין מנחת כהן ח"ב ווי ער רעדט פון דעם, נאכ'ן מכריע זיין ווי רבינו תם. מ'האט געמאכט דער מחלוקת כאילו ס'איז 72 אדער נישט, אבער ווען מ'לערנט דער סוגיא אביסל (אן הנחות קדומות און אגענדע'ס) זעט מען אן אנדערע בליק.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
[ציטאט אראפגענומען]
Thats my point.
די ברך משה האט געמיינט מלאכה ולזה התכוון במעריב.
זיי נישט בדוקא משוגע אזוי צי לערנען פשט
ופשוט הוא
Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
ליטוואק פון בודאפעסט
און אגב, אז מ'רעדט פון חושד זיין אויף א ספק דאורייתא, פארוואס מעג מען טוהן מלאכה ביי 72 מינוטען נאכ'ן שקיעה? גענוג און נאך פוסקים האלטען ניינציג מינוט, און שעות זמניות איז דאך דער שיטה פון ר' חיים וואלאזהינער ועוד, און דער גאון זעט אויס אז ער האלט מ'דארף ווארטען לויט'ן דיגרי'ס פון דער זוהן, וואס לויט דער שיטה פון ד' מיל און יעדער מיל איז 18 מינוט, דארף מען האלטען ביז 16.1 דיגרי'ס, און טאמער מ'האלט 22 מינוט דארף זיין נאך מער. ווען הערט זיך אלס אויף?
נאר די מנהגים אין דעם און די הכרעות ווענדען זיך אויף אסאך זאכען. איז ווי קען ער זאגען אויף א מנהג אז ס'איז וויכטיגער ווי א שאלה להלכה?
Fair point.
אבער פארט נישט אינגאנצען אפגעפרעגט.
ויכולין עוד להחליק
אבל אתה לא רוצה. גיט אזוי אויך.
Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2
ליטוואק פון בודאפעסטשיק מיר א pdf.
אבער צווישען יורשי בתי מארמעראש און ת''ח דארף מען נישט קיין חרם און נישט קיין פולמוס. יעדער זעט שוין היינט איין אז חסידות איז באנקראט.
דער נאטורליכער ענטפער איז:
"ניתי עולם ונחזי".באמת קען אזא שמיעס אן גיין עולמית. מען קען זיך טענה'נען א יובל שנים מיט א מעשה פאר א מעשה, א תורה פאר א תורה, און א ווארט פאר א ווארט. אבער איך וועל עס פראבירן צו נאטשעלען: חסידים זענען טאקע נישט ווי אמאל, תורת הבעש"ט איז פארגעסן געווארן, און אזוי ווי די דור איז שוואכער געווארן איז געוויס די חסידישע סעקטע נישט אפגעשוינט געווארן. אבער, פון אלע אידן שטייען די "חסידים" דאס בעסטע. ווי שטארק דו האסט זיי נישט ליב. און ווי שטארק דו האסט פיינט זייערע פארכמארעטשאפט, מיט דעם אלעמען שטייען זיי פון די בעסטע אין אידישקייט. און אפילו איינס נאך די בעסטע איז אויך גענוג.
יא אמת אז אסאאך פאלן אויך אוועק פון חסידים, און עס זענען דא אסאך איגנארענטס - אויך - ביי חסידים. אבער At the end of the day זענען די חסידים די ווייניגסטע אסימילירט.
און טאקע פאר דעם האבן די חסידים אזויפיל פיינט!!!
יא, די פינקע היטן מיט די גרויסע טלית קטן'ס האלט זיי אפ פון אסימילירטשאפט. איך רעד פון דעם כלל און נישט פון דער אינטערנעט מבול, אדער יחידים הנושרים.
און עסענטשעלי דאס איז די איינציגסטע זאך וואס די חסידים האבן און דאס איז לבוש. דאס איז די שריים וואס איז זיי פארבליבן בנוסף מיט די איינצעלע פונקטן מיט וואס זיי שטארן ארויס אנדערש ווי אלע אנדערע.
די פארמער מארמערישע אידן זענען די עידית פון די וואקעלדע אידישקייט.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
ווער האט דיר געזאגט אז דער קנה מדה איז אסימילירען? און פארוואס איז חיצוניות ווי לבוש און שפראך דער קנה מדה פון אסימילירען?
דער פראבלעם איז אומעטום, אבער דער חשיבות פאר געלט און מאכט, געלערנט פונ'ם אמעריקאנער קולטור, בושעוועט אין וומסב''ג פיל מער ווי אין לעיקוואוד, און די טון געבער'ס ביי ענק זענען בכלל נישט באגרעניצט דורך די ערליכער אידען.
לעיקוואוד איז אויך נישט ווי עס דארף צו זיין, אבער ס'איז אונטערשטעליג מיט לכה''פ דרייסיג יאר פון די חסידיש'ער ציבור.
וועגען דעם איז חסידות באנקראט.
אריינגעקוקט דעהם יו"ט אין דעהם ספר, זייער שיינע ארבעט, אסאך גוטע און וואלידע פוינטס, און גאהר שטארקע מימרות פון גדולי ישראל.
ליטוואק פון בודאפעסטווער האט דיר געזאגט אז דער קנה מדה איז אסימילירען? און פארוואס איז חיצוניות ווי לבוש און שפראך דער קנה מדה פון אסימילירען?
דער פראבלעם איז אומעטום, אבער דער חשיבות פאר געלט און מאכט, געלערנט פונ'ם אמעריקאנער קולטור, בושעוועט אין וומסב''ג פיל מער ווי אין לעיקוואוד, און די טון געבער'ס ביי ענק זענען בכלל נישט באגרעניצט דורך די ערליכער אידען.
לעיקוואוד איז אויך נישט ווי עס דארף צו זיין, אבער ס'איז אונטערשטעליג מיט לכה''פ דרייסיג יאר פון די חסידיש'ער ציבור.
וועגען דעם איז חסידות באנקראט.
אנגעכאפט א עיר התעירה ווי לעיקוואוד, (וואס בדרך אגב, דרייפערטל שטאט איז בכלל נישט די לעיקוואוד פון וואס דו רעדסט, ס'פעלט נישט דארט קיין רייץ אויף עולם הזה),און א שטייגער "פייוו טאונס" צי "לאס אנדזשעליס", אדער גאר "טינעק", אדער לאמיר קומען נענטער און אריינבליקן אין אונזער שכינות'דיגע "פלעטבוש".. פון וואנען נעמען די ליטוואקן דארט די רייץ צו געלט און מאכט? גע'ירש'ט פון חסידים?
און אז מ'האלט שוין דעם מיקראפאן אין האנט, די מחלוקות טעראר און רציחות (וואס אלע חסידות שבכל הדורות קענען זיך פארשטעקן דערפאר)וואס גייט פאר די לעצטע צוואנציג יאר אין א"י, און ווערט נאר מער און מער פארשארפט, קומט אויך פון חסידות? אלע ליטוואקן זענען געווארן פארכאפט אין חסידות? איז שוין איינמאל חסידות על העליונה...
דער רייץ אויף עוה"ז איז נישט קיין חסידיש'ע ערשיינונג דוקא. אבער דער אומבאגרעניצטע רייץ אויף געלט איז אן אמעריקאנער ערשיינונג. איך בין נישט קיין אמעריקאנער געבוירענער, און ענק קענען נישט פארשטעלען וואס דער אמעריקאנער גוי האט געטוהן צו ענק. דאס בויען גאנצע ביזנעסער אויף שקר און באגנבנ'ען די רעגירונג, דאס בויען לופט עסקים וואס קיינער פארדינט נישט קיין זאך דערפו, נאר דרוקען געלט, דאס נישט זיין גרייט זיך צוריקהאלטען פון מאכען א דאללאר פאר קיין שום מאראלישקייט, די זענען אמעריקאנער ערשיינונגען, וואס האט נישט איהר גלייכען אין דער וועלט.
און לעיקוואוד, אפילו די אנדערע דריי פערטלעך, איז ווייט ווייט אונטערשטעליג פונ'ם וומס"בג יונגערמאן אין דער הינזיכט.
און איך ווייס נישט וואס פיי"וו טאונ"ס ודעימיה האבען מיט ליטוואקע'ס. טאמער זיי אדער זייער טאטע'ס האבען געלערנט אין ישיבות, איז א גרויסע פערצענט, עכ"פ אין פלעטבוש, אויסגעשפיגענע פון חסידישע מוסדות ווי קלויזענבורג נייטרא חתן סופר ועוד, כידוע ליודעי דבר. און אפילו די ווא סנישט, האבען קיינמאל נישט געלערנט קיין עבודת ה' אז דער לעבען זייערע קען גערעכענט ווערען ווי א נאטירליכע תוצאה פון דער ליטווישע מהלך.
יא, די פעטש אין פאנאוויעזש איז א פארווייטאגטע נושא, א נטע זר במחנינו, אבער רעד דיר נישט איין אז ס'קומט צו צו א מחלוקת ביי חסידים. דער ערגסטע וואס די צוויי פארטייען רעדען איינער אויף די צווייטען איז 'זקן ממרא' וכדו'. א חסיד פון הרב"צ איז גרייט נאכצוגעבען אזוי פיל פאר'ן הרמ"ד? אדער פארקערט? אדער אין סאטמאר צו אין בעלזא-בילגורייא\בעלזא-מאכנובקא ועוד ועוד? ס'איז געפערלעך טאקע, אבער נאך נישט דארט.
אז דו ווילסט פארשטעלען דער חילוק מאך אזא חשבון: פון הרב חיים וואלאזהינער ביז ר' אליה בער וואכטפויגעל איז דער וועלט געפאלען, יא? יעצט פונ'ם רבי'ן ר' אלימלך מליזענסק ביז הרי"ד רוקח מבעלזא-בילגורייא איז דער וועלט געפאלען אויך. יעצט זאג נאר, ווער איז געפאלען ווייטער?
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב גע'ענטפערט נעכטן נאכט, נאר מיין פאון האט שוואכער סערוויס ביי מיר אינדערהיים, און טאפפאטאל"ק האלט נישט דער שרייבאכץ ביז ער קען זיך געהעריג באהעפטען.
ווי מ'האט שוין מעורר געווען, די איינציגסטע וואב מ'קען אפשר טרויען אויף א דעה פון א גדול איז איינער וואס האלט ביים פאלגען. א סאטמארער חסיד וואס וויל זאגען אז דער חזון איש האלט ווי זיין רבי'ן איז גארנישט ווערט. א תלמיד פון חזו"א, וואס טוט ווי דער חזו"א הייסט איהם, איז אפשר באגלויבט ווען ער האט נישט קיין אגענד"ע.
יעצט דער בריסקער רב האט קינדער און תלמידים און זיין קינדער האבען תלמידים. ט'לערנען זיי דען דברי חיים? ט'זאגט דען דער בריסקער ראש ישיבה נאך פון דברי חיים אין שיעור? איז זיי דען אינטרעסאנט ווא דער דברי חיים זאגט אין איין נושא אין דער וועלט? איז וואס זאל מען זיך לאזען פארפירען פון אדענד"ע מענטשען, וואס אחוץ דעם אז זיי פארשטייען נישט קיין התנגדות צו קענען זאגען אז ס'איז בטל, האבען זיך ווייניג געקענט מיט בריסק און בריסקער רב באופן כללי?
ווען מ'וואלט געוואוסט וואס חסידות איז, וואלט מען געקענט אפשר פארשטייען דער התנגדות, און נאך דעם קלערען צו לערנען דער ספר דברי חיים איז גאר א חזרה אויפ'ן התנגדות. אבער מענטשען וואס מיינען אז התנגדות פון נודע ביהודה צו דער גר"א אויף חסידות איז ענדליך צו דער התנגדות פון הרב"צ מבאבוב (אן א צונאמען) אויף הרמ"ד מבאבוב (מיט א צונאמען) און אלס ווערט געמישט מיט אן 'איסור' בחירות און אריזאנא ווייץ און נאך אזעלכע וויכטיגע נושאים. ביזדערווייל האב איך נישט געזעהן קיין באריכט אויף חסידות, און נישט אויף דער התנגדות פון די מתנגדים און ממילא בלייבט דער התנגדות אין פלאץ, און ווען מ'וועט וויסען אויף וועמן דאס צו צילען, וועט מען עס ארויסנעמען.
דאס וואס מ'לאכט אויף דער תרבות החסידים היינט און דער גאנצע טפשות און עמהארצות וואס האט מיט עפעס ציגאנע גלויבונגען און הנהגות פון אכילה און שנאה צו דער וואס האט שוין איינגעזען דער שקר זייערע מיט תאוות הכבוד והממשלה איז נישט נשתכחה, און טאמער איינער זאגט אז יד חסידים על העליונה קען ער נאר מיינען דער אגרוף רשע, ווייל חוץ פון דעם איז גארנישט פארהאנען. און טאקע איינער פון די נקודות אויף וואס מען לאכט איז דאס אז ווען דער בריסקער רב וואלט נאך געהאלטען אז חסידות איז א טעות מעיקרא, וואלט ער קיינמאל נישט געקוקט אין א דברי חיים! דאס פאסט נאר פאר איינער וואס זעט דער גאנצער וועלט פונ'ם שטאנדפונקט פון פארטיי און מחלוקת און מאכט, און צום בריסקער רב האט עס נישט.
איינער וואס זעט נישט ווייטער ווי דער ענדע פון זיין נאז מיינט אלס איז א ראץ.
שיטן פעך און שוועבל און נאכאמאל שיטן איז נישט גענטפערט
ביטע קוק אריין די עובדות און מימרות פון בריסק אויף די גרויסע לייט פון די חסידים וועסטו כאפן וואס מיין פוינט איז, ער ברענגט דארט שטארקע און קראנטע עובדות אז אין בריסק האט מען זייער שטארק גורס געווען די גדולים פון די כת החסידים
איש את רעהודי רעדסט פון אויסעווייניג, קוק אריין דארט מבהיל'דיגע סיפורים צווישען די נאנטקייט פון בריסק און די חסידים.
איש את רעהו
ביטע קוק אריין די עובדות און מימרות פון בריסק אויף די גרויסע לייט פון די חסידים וועסטו כאפן וואס מיין פוינט איז, ער ברענגט דארט שטארקע און קראנטע עובדות אז אין בריסק האט מען זייער שטארק גורס געווען די גדולים פון די כת החסידים
דאס פאלגענדע איז א מבחר פון די "שטארקע און קראנטע מבהיל'דיגע עובדות" וואס די מחבר בריינגט להוכיח "די נאנטקייט פון בריסק און די חסידים":
עמ' ק"ד:איינער א מקורב באם בריסקער רב פלעגט כסדר דערציילן פאר עם חסידישע מעשיות, זאגט אים דער גרי"ז "איך וועל סיי ווי קיין חסיד ניט ווערן".
עמ' ק"ה:דער בריסקער רב זעט א קארלינער שרייט אין דאווענען בקולי קולות, גייט ער צו צו עם נאכן דאוונען און זאגט "זאג'שזע וואס הערט זיך" ענטפערט דער חסיד איך בין גלייך דא רעד נארמאל... (עיי"ש מה שביאר)
עמ' ק"ו:ווען דער ראחמעסטריווקער איז געווארן רבי האט דער בריסקער רב געקלאגט: ווי נעמט מען אזא ת"ח און מען מאכט פון עם א רבי פון חסידים. (אבער דא פארגעסט ער ניט מוסיף זיין תוכ"ד, אז שפעטער ווען דער בריסקער רב האט דערזען, די עילויים ודרגות טמירין ונעלמים וואס זענען ציגעקומען באם רבי'ן, האט ער שוין פארשטאנען)
אהא, און וואס איז מיט שטיינמאן ווס. אוירבאך? נאכאמאל חסידים? דו קענסט אפשר אנווייזן אויף סיי וועלכע זאך ואס זענען געטון געווארן ביי חסידים און זענען נישט גענוצט געווארן אקעגן הרב אוירבאך? און וואס איז מיט די בלוטיגע מערכה פון ליטאים אקעגן חב"ד אין בני ברק? דיקע קונקורדנציה סייז ביכער קען מען שרייבן פון די "צדקות" און "קנאות" וואס די ליטאים האבן אנגעארבעט.
טו מיר א טובה און זיי נישט נאיאיוו, סדנא דארעא חד הוא, אמאל א ליטוואק אמאל א חסיד, צי מחלוקת צי רייץ נאך עוה"ז, יעדער פארשטייט "זיין" שטעטל ווען ס'איז נוגע פאר "אים". דוק ותשכח.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
אדרבה, זאג דו. אן אהרוני רופט אן דער אנדערע רעבע א זקן ממרא, צו אן עם הארץ א גארנישט? ס'האט איינער ארויסגעגעבען פריוואטע טעיפ''ס פון די ווייבער פון די צוויי צדדים? ס'האט איינער געקלאגט אין קאורט צו ענדערען דער מנהיג'ס לעבען פאר זיין אינטערעסען?
האט איינער גערופען פאליציי בלויז אויף צו רוימען דער ביהמ''ד פון זיין שונאים? (אין פאנאוויעזש איז דער פאליציי געקומען אויסצורוימען שלעגער'ס, וואס איז טאקע אויסגעהאלטען)? ס'איז דא איין מעשה רציחה אדער פראבירטע רציחה אין דער פאנאוויזשער מערכה אזוי ווי אין סקווער אדער אין דער חסידיש'ער היסטוריא?
איך ווייס, ס'מאכט ענק באקוועם צו גלייבען אז ס'איז אלס איינס, אבער ביזדערווייל זענען נאך די ליטאים אונטערשטעליג פון די חסידים מיט אסאך יארען
ליטוואק פון בודאפעסט ס'איז דא איין מעשה רציחה אדער פראבירטע רציחה אין דער פאנאוויזשער מערכה אזוי ווי אין סקווער אדער אין דער חסידיש'ער היסטוריא?
גראדע יא, מען האט ארויס גענומען מעסערס ראין פאנעוויטש.
Re: החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
ווען?
אביסל נאך די פטירה פון הרב שך איך געדענק נישט יעצט די פרטים אבער ארץ ישראל האט גע'רעש'ט דעמאלטס פון מעשה.
מ'האט געשטאכן אין פוניב'זש מיט א מעסער, מ'האט אונטערגעשטעלט א פייפ באמבע ביי ראש ישיבה'ס טיר, פאליציי האט עס געפינען, מ'האט באווארפן א ראש ישיבה מיט לעבען'ס און מיט שטיינער, דאס איז צווישן זיי, אפגעזען די טויזנטער פאשקעווילן, אפזאגן פאסטענס און זרק'ענען מענטשן אין די מאסן. דאס אלעס קומט נישט צו די טעראר וואס זיי האבן געטון צו חב"ד, פיזיש און מאראליש, איין נאכט מ'איז געקומען צו די מקוה טהרה און געפינען אז וואנדאלן האבן עס אויסגעלייגט, ארומשפילנדיג מיט קדושת ישראל און מיט די הייקעלסטע ענינים, ביז שלעק און טעראר.
די ליטוואקעס זענען תינוקות שנשבו. זעט אויס אז זיי פארשטייען נישט אויף וואס פונקטליך די מקוואות איז געמאכט פאר.
ליטוואק פון בודאפעסטאדרבה, זאג דו.
אין פאנאוויעזש איז דער פאליציי געקומען אויסצורוימען שלעגער'ס, וואס איז טאקע אויסגעהאלטען)?
נאכאמאל, דיינע אויערן הערן וואס דיין מויל רעדט?
ווילסט אפשר מער מאריך זיין וויפיל בחורים "שלעגערס" מ'האט געדארפט ארעסטירן? און וואס זיי האבן געטון?