☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

197 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8703
בלאט: 1 2 3 4

חקרן » פרייטאג מאי 1, 2015 12:51 pm

· #271671
אין די פריעדיגע קאפטילען האבן מיר דערמאנט דעם שווערן לעבן וואס דער ליעווער איז דורכגעגאנגען, ווי אזוי דער מזל האט אים צוגעפירט אז ער האט זיך געפינען אין א פארוויקלטער מצב, זייענדיג אין גלות רומעניע, ווייט פון זיין משפחה אין רוסלאנד, בשעת דער שלום בית אין שטוב איז געווען אומדערטרעגליך, ווערנדיג אלס מער און מער אנגעצויגן, און קיין קינדער האבן זיי נישט פארמאגט. פון דער אנדערער זייט האט ער קיין רבי נישט געוואלט זיין, בשעת די משפחה פון ביידע זייטן לייגט אויף אים גרויס דרוק און צווינגט אים מיט געוואלד צו פירן רבי'סטעווע. זיין רביצין מיט די הילף פון די גבאים האלטן אים אין איין נאכקוקן און יעדע ריר ווערט באריכטעט צו די ברידער קיין סאדיגורא און קיין טאלנע.

לויט ווי דער משכיל משה אורנשטיין שרייבט נאך פון וואס דער ליעווער האט אים דערציילט, איז געווארן א מצב אז זיין רביצין שיינדל פלעגן זיך כסדר סודות'ן מיט די גבאים אונטער זיין רוקן, רעדנדיג כסדר פון אים, ווי אזוי מען דארף אים באהאנדלען און-אזוי-ווייטער, א זאך פון וואס ער האט זיך געשפירט געטראפן, ער איז געווען ווי דער ארעסטאנט אין תפיסה וואס זיינע אויבערהארן קוקן אים נאך און שמועסן דורך ווי אזוי אומצוגיין מיט אים, און דאס מאל זענען זיינע אויבערהארן זיין אייגענע ווייב מיט די גבאים, עס איז געווען גאר א ווייטאגליכער מצב. ער האט איר אויך חושד געווען אז זי איז מזנה מיט די גבאים - א זאך וואס זי האט גע'טענה'עט פארקערט, אז ער האט זיך פארליבט אין דעם פריצ'עס טאכטער, אדער לויט אנדערע ווערסיעס די שוועגערין פונעם פריץ וואס האט געוואוינט פונקט קעגן איבער דעם הויף. לויט ווי אזוי יאסל דיק שרייבט - און ער האט קלאר געשריבן אונטער א צאנזער השפעה און איז נישט באגלויבט מיט זיינע ווערטער - האט זיך דער ליעווער אריינגעזעצט אין שטוב פון פריץ און איז דארט געזעצן צען טאג, און בלויז מיט שווערע כוחות פון די חסידים און מקורבים, האט מען ארויסגעראטעוועט דעם רבי'ן פון דארט.

אין יענע טעג איז פארגעקומען א געשיכטע, וואס האט פיל פארערגערט דער שלום בית-בית מצב אין שטוב פון רבי'ן. זעענדיג אז אין שטוב איז אנגעצויגן, האט די רביצין אריינגענומען אין שטוב א ציכטלינג, אן ארעמע יתומה וואס זאל זיך האדעווען אין זייער שטוב. די מיידל האט זיך געפינען אין שטוב, ווען מיטאמאל האט מען זיך דערוויסט נישט מער און נישט ווייניגער, אז דאס מיידל איז פארשוואנגערט געווארן... לויט ווי עס שיינט איז זי איבערגערעדט געווארן דורך איינע פון די גבאים אדער שטוב מענטשן, און עס איז געשען וואס עס איז געשען.

די רביצין - וועלנדיג אפהאלטן בושות, און נישט וועלנדיג אז דאס מיידל זאל זיך אזוי ארומדרייען אין חצר - האט איר פארשיקט קיין הוש - א שטעטל וואס איז געווען אין די גלילות פון ליעווי און דארט האט בעצם דער רבי אנגעהויבן צו פירן רבי'סטעווע איידער ער האט זיך געצויגן קיין ליעווי. דארט אין הוש, זייענדיג אין איר אכסניא, האט זי געבוירן איר קינד.

דער בעל-אכסניא, וועלכער האט פון אנהויב גארנישט געוויסט, הערנדיג וואס עס איז געשען האט ער זיך זייער געשעמט, ער האט איר פארטריבן פון די אכסניא, זי האט זיך געדרייט אויפן גאס מיט איר קינד און קיינער האט איר נישט געוואלט ארייננעמען אדער זיך אומקוקן אויף איר. האלטנדיג קוים עטליכע טעג נאך א געבורט, מיט א קליין קינד אין די הענט, האט זיך א יונגע מיידל געדרייט אליין אויף די גאס, נישט האבנדיג איינער וואס זאל זיך קומערן אדער זארגן פאר איר. פארשטייט זיך אז עס האט לאנג נישט גענומען און זי האט אויסגעהויכט איר נשמה אינאיינעם מיט איר קינד.

די מעשה האט אנגעמאכט א שטיקל גערידער און דאס האט נישט צופיל צוגעגעבן צום שלום-בית אין שטוב. די פרטים פון די מעשה איז נישט באקאנט, מאנכע צווישן די משכילים שרייבן אז זי האט חושד געווען איר מאן, דער רבי, אז דאס איז גאר געווען זיין ארבעט... אנדערע ברענגען אז מען האט געוויסט ווער דאס איז געווען, און אז איינער פון די הויף מענטשן האבן דאס געטאן. אזוי צי אזוי האט די מעשה זיכער נישט פארבעסערט די שוין אזוי אויך שווערע לאגע צווישן דער רבי מיט די רביצין.

מען דארף נעמען אין באטראכט ליינענדיג די אלע מעשיות, אז רוב מקורות איבער דעם ליעווער קומען פון די משכילים. אמת, טייל באשרייבונגען קען מען אננעמען אלס אמת, אפילו עס קומט פון די משכילים. דער שרייבער פון די שורות, זוכנדיג חסידי'שע מקורות אויפן ליעווער, האט זיך פארבינדן מיט איינע פון די באקאנטע ידענים אין חסידי'שע מעשיות, א תלמוד-חכם מופלג און בעל דרשן, וואס זיינע טעיפס ווערן געהערט אין די מאסן, אויף אלע היי-וועיס ווערט ער געהערט. יענער האט געזאגט אז צווישן די חסידים איז כמעט גארנישט דא, אבער מען קען גלויבן וואס די משכילים שרייבן אויף אים, בפרט פון משה אורנשטיין וואס שרייבט נאך וואס דער ליעווער האט אים דערציילט. מען דארף אבער נעמען אין באטראכט אז משכילים זענען פארט משכילים, זיי לערנען אפ זאכן אנדערש ווי אונז לערנען און קוקן אויף זאכן אנדערש, און אלס מענטשן האבן זיי נגיעות און זענען נוטה אויף געוויסע זאכן.

כלפי מה דברים אמורים? - די מעשיות פון דעם סארט, לייגט זיך באמת נישט אויפן שכל, דער ליעווער איז שוין געווען אן עלטערער מענטש, געקומען פון א רבי'שע משפחה, ער האט נישט געקענט קיין אנדערע שפראך אויסער אידיש. צו זאגן אז ער האט געהאט שייכות מיט די שוועגערין פון פריץ איז אזוי ווי מען זאל זאגן אז סקולענער רבי האט אנגעקניפט אן אפער מיט בריטני ספיערס (אנטשולדיגט פאר מיין אויסדרוק), דאס איז דאך א זאך וואס איז פשוט רחוק מהמציאות, שוין אפגערעדט אז די שוועגערין פונעם פריץ האט מסתמא געהאט בעסערס אויפן געדאנק... בקיצור, עס לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל. ווידער די אויבנדערמאנטע מעשה, שרייבן רוב משכילים אז מען ווייסט פון וועמען עס איז געקומען, נאר די וואס האבן ליב צוצולייגן דראמאטישקייט און ראמאנטישקייט, ווילן דאס באפעפערן מיט חשדות פון די רביצין... בפשטות איז קיינמאל נישט געווען חשדות פון דעם סארט אויפן ליעווער, דאס איז פשוט די ליידיגע קעפ פון די משכילים וואס לייגן דאס אזוי אראפ. ווידער פארקערט איז קלאר, אז דער ליעווער האט חושד געווען זיין רביצין מיט זנות, ער האט דאס קלאר באשטעטיגט אין טשערנאוויץ פאר משה אורנשטיין.

עס איז דא דער פלאץ צוצולייגן, אז ווען מען האט אמאל געפרעגט דעם סאדיגורער, אויב עס איז אמת אז זיין ברודער האט זיך גע'שמד'ט, א שמועה וואס איז שטארק נתפשט געווארן בימים ההם און פיל מענטשן האבן דאס געגלויבט, האט דער סאדיגורער געענטפערט: "חס ושלום, מען זאגט אויף אונז אזויפיל זאכן, און בלויז א קליין חלק דערפון איז אמת". מסתמא זענען די אלע סארט מעשה'לעך אויך פון די שמועות וואס מען האט דעמאלס געשמועסט.

אזוי צי אזוי, האט דער חלק פון די רבי'סטעווע פארנומען א גרויסן ארט אין דער מצב, בשעת די רוזשענער און טשערנאבילער ברידער האבן געהאלטן אז ער מוז פירן רביס'טעווע מיט א שטארקייט, אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין די משפחה. זיי האבן געהאלטן אז עס פאסט נישט פאר א רוזשענער קינד צו זיין כאיש בין אנשים און צוריקווארפן קוויטלעך אין פנים... דער ליעווער האט אבער אנדערש געהאלטן, ער האט זיך פאר'מואס'ט אין די רבי'סטעווע און זיך פאר'מואס'ט אין זיין ווייב וואס צווינגט אים דערצו (זי פלעגט זיך אפהאלטן פון אינטימישע באציאונגען מיט אים, אלס קנס פארן נישט וועלן פראווען), און ער האט זיך געוואלט זען ארויס פון דעם פלאנטער.

מזמן לזמן פלעגן קומען שלוחים פון סאדיגורא אדער פון טאלנע, צו פראבירן משפיע זיין אויף אים. ער פלעגט זיי זאגן אז ער ווייסט נישט וואס זיי ווילן, ער איז אן איש פשוט ווי יעדער און ער דארף נישט די גאנצע זאך, אבער זיי פלעגן אים זאגן פונקט פארקערט, אז ער האט א הויכע נשמה און כלל-ישראל דארף צוקומען צו אים. בפרט דער שליח פון טאלנע, דער חסיד ר' דוד באלטיש (פון די שטאט באלטע), וואס פלעגט אפט קומען בשליחות פון זיין רבי'ן פון טאלנע און איז כסדר געווען פארמישט אין דער נושא. ר' דוד איז געווען א תלמיד-חכם און בעל-מקובל, ער פלעגט כסדר ברענגען ראיות פון זוהר און קבלה אז ער איז דער צדיק הדור און אז ער איז א חידוש אין דעם דור, ער איז פון גאר אן אנדערן עולם און ער דארף משפיע זיין אויף די וועלט און-אזוי-ווייטער. טראצדעם וואס דער לעווער האט זיך געוואלט אפשאקלען דערפון, האט ער אים אויפגעקלערט על פי תורה וקבלה אז ער דארף זיין א רבי, משפיע און מנהיג הדור, אזוי האט מען פראבירט צו ארבעטן אויף אים און אים טוישן.

דערווייל איז דער שלום בית אין שטוב געווארן וואס אמאל מער אומדערטרעגליך, ביז מען האט אנגעהויבן איינצוזען אז עס קען נישט אזוי אנגיין און עפעס דארף געטאן ווערן דערצו. וואס עס איז געווען דער מכה בפטיש אויף וואס מען האט געדארפט אנהויבן ארבעטן אויף א הסכם, איז אומבאקאנט, מעגליך אז עס איז פשוט פון זיך זעלבסט געווארן און די גבאים האבן מחליט געווען צו ארבעטן דערויף. עס איז פאראן א באשרייבונג וואס דערציילט אין נאמען פון ליעווער חסידים, איבער א געוויסע עובדא וואס איז פארבינדן דערמיט. הגם מען קען דאס נישט אננעמען אלס תורת משה מסיני אז אזוי איז טאקע געווען, אבער עס איז נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז די מעשה איז ריכטיג, און עס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זה פון די צדקות פונעם לעווער, אויב די מעשה זאל יא זיין ריכטיג.

לויט די ווערסיע, האט דער ליעווער זיך אמאל געוואנדן צו זיינע שטוב מענטשן, אז מען זאל אים רופן די מיידל, די טאכטער פון דער אויפזעהער אויפן הויף. ווען די חסידים האבן זיך געוואונדערט וואס עפעס דער רבי פרעגט זיך נאך אויף די מיידל, האט דער רבי זיך אנגערופן "איר זארגט זיך דערויף? - און אויף מיין שלום בית, אז מיין רביצין זאל זיך אביסל צושטעלן זארגט איר זיך נישט?".

די מעשה האט אויפגעשאקלט די שטוב מענטשן, און זיי האבן באשלאסן אויסצוארבעטן א שלום צווישן די רבי מיט די רביצין.

פארזעצונג אי"ה

חקרן » פרייטאג מאי 1, 2015 1:42 pm

· #271694
זעענדיג די שטארקע ווידערווילן פון ר' בערנ'יו צו דינען אלס רבי, און וויבאלד דער גאנצער עסק האט שטארק געשאדט פאר די שלום בית אין שטוב, איז פארמירט געווארן א הסכם צווישן דעם פאר פאלק, מאכנדיג א שטיקל פשרה, דהיינו אז מען וועט אפלאזן דעם רבי'ן און אים מער נישט צווינגען צו פירן רבי'סטעווע, אנשטאט דעם וועט די רביצין פירן, זי וועט פראווען קוויטלעך און אויפנעמען דעם עולם. ער וועט זיך כלומר'שט פארשפארן אין זיין חדר מיוחד, דארט וועט ער קענען טון וואס ער וויל, אבער ער זאל נישט שטערן די הנהגה פונעם הויף.

עס איז געווארן א חידוש אין הויף, דער רבי האט זיך פארשפארט, זיך פורש געווען מחיי העולם הזה און נעמט מער נישט אויף קיין חסידים, אנשטאט דעם לויפט דער עולם צו די רביצין, זי נעמט אויף דעם עולם מיט קוויטלעך, און זי האט דאס געטאן ווי עס דארף צו זיין... זי איז פארט געווען א טשערנאבילער קינד, אויפגעוואקסן אין א רבי'שע פאמיליע, און זי האט גוט געקענט די מלאכה. עס זענען פאראן עדות פון יענע תקופה, ווי אזוי זי האט אויסגעהערט אידישע קינדער, משתתף געווען בצרתן של ישראל, געקרעכצעט און מייעץ געווען דעם עולם. אז עס געווען א שווערע הזכרה, האט זי צוגעזאגט אז זי וועט אויס'פועל'ן ביי איר מאן, דעם רבי'ן, א הבטחה אויף א ישועה. די חסידים זענען געקומען אין די מאסן און זי האט געפראוועט דעם עולם.

די גבאים פון זייער זייט האבן אויך מיטגעשפילט דעם שפיל, עס האט געהייסן אז דער רבי האט זיך פארשפארט, זיך אפגעזינדערט מחיי העולם הזה און איז עוסק א גאנצן טאג אין העכערע זאכן וסודות הקבלה. פאר א גראבן בקשיש האבן די גבאים אמאל געלאזט איינעם אריינקוקן אין שליסל לאך, צו כאפן א בליק אויפן הייליגן רבי'ן. עס האט זיך גענומען פליסן געלט פון אלע זייטן, אנשטאט די אמאליגע יארן וואס דער רבי האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט, האט מען דאס אצינד צוריקגעצאלט בכפל כפלים, און די חסידים האבן דאס געשפירט פאר א זכיה. די חסידים האבן געשמועסט אותות ומופתים פון די קדושה פונעם רבי'ן און שפעקולירט וואס ער טוט א גאנצן טאג און אין וועלכע הייליגע ענינים דער רבי איז עוסק אונטער שלאס און ריגל. שמועות האבן קורסירט אז דער רבי האט באשלאסן צו ברענגען משיח'ן פאר יעדע פרייז, נאר די ארומיגע מענטשן זענען פאר אים א שטער, דעריבער האט זיך דער רבי איינגעשפארט בחדרו המיוחד, דארט איז ער עוסק אין העכערע תיקונים צו ברענגען משיח צדקינו. די הערצה פון די חסידים צום רבי'ן איז געוואקסן אויף א פיל העכערע פארנעם, און דער הויף האט זיך געפירט א מחיה.

אבער דער רבי איז נישט צופרידן געווען...
ער איז געזעצן פארשפארט אין א תפיסה, ער איז נישט געווען זיך, נאטורליך, ער האט נישט געקענט שמועסן מיט מענטשן פרייוויליג און זיין מעורב בין הבריות, ער האט זיך געמוזט צושטעלן צו די קאפריזן פון זיינע ארומיגע, בשעת זיין אייגענע רביצין, די גבאים מיט זיינע משפחה מיטגלידער, ארבעטן קעגן זיינע אינטערעסן. ער האט ניטאמאל געהאט פאר וועמען זיך צו באקלאגן אין זיין מצב און איינער וואס זאל אים אויסהערן און אים פארשטיין. פארמאכט, פארשלאסן.

דער מצב פונעם רבי'ן האט זיך אזוי שטארק פארערגערט, ביז עס איז שוין אריינגעפאלן בגדר דיפרעסיע, דער רבי האט אנגעהויבן שפירן אז ער פארלירט שליטה אויף זיך, עס הויבט שוין אן צו בארירן חלילה די נערוון. דער רבי האט דעמאלס פארלאנגט אז ער דארף דרינגנד זען א דאקטער. נאכן בעטן עטליכע מאל, האט מען אים געברענגט דעם לאקאלער דאקטער אלמויגן, וועלכער איז אריבערגעקומען צום רבי'ן.

עס האט נישט גענומען לאנג, און דער רבי האט אנגעקניפט נאנטע באציאונגען מיט דעם דאקטער. פאקטיש איז דער דאקטער געווען דער איינציגסטער מענטש מיט וועמען דער רבי האט געקענט אויסשמועסן א גראדער ווארט, דער דאקטער האט געהאלפן דעם רבי'ן און דער רבי האט זיך אויסגערעדט פאר אים. זייענדיג א געלערנטער און א געבילדעטער מענטש, האט דער דאקטער געהאט א גרויסער השפעה אויפן רבי, ער האט אים אויסגעלערנט פארשידענע חכמות און געדאנקען און דער רבי האט הנאה געהאט צו שמועסן מיט אים. דער קשר מיטן דאקטער איז געווארן זייער נאנט, אויף אזוי ווייט אז גאנצע נעכט פלעגן די צוויי אפשמועסן צוזאמען און די חסידים האבן אפגעלערנט דערפון אז דא טוט זיך אפ העכערע זאכן.

די רביצין פון איר זייט, האט לכתחילה הנאה געהאט פון דעם נייעם קשר, וויבאלד אזוי איז דער רבי געווען פארנומען מיט זיינע זאכן, ער האט איר נישט געשטערט און זי האט אים נישט געשטערט, והכל על מקומו יבוא בשלום. דער דאקטער האט אויך געהאלפן אויפהייטערן דאס געמיט פון רבי'ן, ער האט געשפירט אין דעם דאקטער ווי א רעטער וואס ראטעוועט אים פון זיין דעפרעסט. זיי פלעגן פיל פארברענגען אין שאך שפילן ווי אויך אין אנדערע סארט זאכן.

צווישן די זאכן וואס דער דאקטער האט באפוילן פארן רבי'ן, כדי צו ווערן אויסגעהיילט און פרייליך, אז ער זאל זיך ארויסלאזן אויף א נסיעה צו די גרויסע שטעט, ער זאל באזוכן וויען און דארט זאל ער אויך באזוכן ביי א גרויסן דאקטער וואס וועט אים קענען געבן א רפואה. פארשטייט זיך אז אזא בקשה איז נישט דורכגעקומען די קאפריזן פון די רביצין מיט די גבאים, און מען האט דעם רבי'ן נישט געלאזט פארן. דער רבי איז דעריבער געבליבן אין הויף, אין ליעווי.

עס מוז צוגעלייגט ווערן, אז וויבאלד עס איז פאראן ווייניג מקורות איבער די פאסירונגען, און צווישן די חסידים איז כמעט נישטא קיין מקורות בכלל, אויסער א ווארט דא און א ווארט דארט, ווערן די זאכן געשריבן טריקענערהייט, אזוי ווי עס האט אויסגעקוקט בימים ההם. עס איז שטארק מעגליך אז דאס התקרבות צום דאקטער איז געווען העכערע זאכן, דער רבי האט אים געוואלט מחזיר בתשובה זיין אדער אנדערע ענינים נשגבים. מיר געפינען אויך אזעלכע צדיקים ווי הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצוק"ל וואס האט מקרב געווען און געשפילט שאך מיט אפיקורסים, מיר געפינען אז דער לקט עני מקאסוב און אנדערע גדולי ישראל פלעגן פארברענגען מיט גלחים. עס איז געלעגן דערין העכערע זאכן. דעריבער קען מען נישט אפלערנען פון דאס התקרבות צום דאקטער קיין שום זאך, הן לטב והן למוטב.

עס דארף באמערקט ווערן, אז בעצם האט דער ליעווער נישט געקענט קיין שפראך אויסער אידיש. עס איז זייער שווער צו זאגן אז אין אזא קורצע צייט האט ער זיך אזוי נאנט באפריינדעט מיט א דאקטער וואס האט קיין אידיש נישט געקענט, אויף אזוי ווייט אז ער זאל האבן אזא נאנטע השפעה און ער זאל אים אויסלערנען זאכן. פארט איז זיכער אז דער דאקטער פלעגט זיך דארט דרייען, מען קען אבער נישט וויסן ווי נאנט דער קשר איז געווען, די איינציגסטע מקורות איבער דעם ענין קומט פון די משכילים, און הגם מען קען זיי גלויבן אין רוב פעלער, האבן זיי פארט א נטיה אויפצובלאזן דעם ענין און דאס מאכן פאר דראסטיש מער. אבער אויף אזויפיל איז זיכער, אז דער דאקטער האט געשפילט א גרויסער ראלע אין די פרשה פונעם ליעווער רבי.

אין יענעם זוממער, האט אויסגעבראכן א מגיפה און א חולעריע רח"ל אין שטאט, דער מצב איז געווען שרעקליך. דער דאקטער האט דאן געשמועסט מיטן רבי'ן און דורך זיין השפעה האט דער רבי געלאזט באפעלן אין שטאט, אז דאס יאר תשעה-באב זאל מען נישט פאסטן און נישט קלאגן. דער רבי האט געהייסן אז א גרופע פון כלעזמער זאלן זיך ארומדרייען אין די גאסן אום תשעה-באב און שפילן מוזיק, כדי דער עולם זאל בלייבן געזונט און אויפגעהייטערט.

יענעם ערב-יום-כיפור האט זיך אפגעשפילט אין ליעווע א שרעקליכע פאסירונג, וואס האט אויפגעטרייסלט דאס גאנצע חסידות.

דערויף - קומענדיגע פארזעצונג אי"ה.

חקרן » פרייטאג מאי 1, 2015 1:49 pm

· #271699
איך בין געבעטן געווארן מעורר צו זיין - וויבאלד מענטשן ליינען די לעצטע תגובה אננעמענדיג אז דארט הויבט זיך אן די לעצטע פארזעצונג - אז עס איז געלייגט געווארן צוויי פארזעצונגען איינע נאך די צווייטע. די ליינער זאלן אין אכט נעמען נישט אויסצולאזן דעם ערשטן האלב.

בהוקרה
חקרן

חאצקעל שניידער » פרייטאג מאי 1, 2015 3:20 pm

· #271731
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
כוויל לעזן די גאנצע נאר כהאב נישט קיין צייט דורכצולעזן אלע תגובות פון דערצעווישען ,סאו טאמער דו קענסט עס צאמנעמען וואלט איך עפרישיעיטעד ,
כהאב אמאל געליינט דאכט זיך אינ׳ם ספר פון גוטמאן אז ער פלעגט זאגן טיפע חקירישע תורות , דו שרייבסט וועגן דעם?

diff » פרייטאג מאי 1, 2015 3:39 pm

· #271743
berlbalaguleh

דיףף: ביסט א רעביש אייניקל, און דו פילסט דיך געטראפן...? ס'דא בעלי עגלות (באלעגאלעס) וועלכע פאקן איין די רעבעס סיי אין יראת שמים און סיי אין וויסנשאפט... 😂 🙄

הבנתי, נישט ממש אלע רבי'ס זענען אזוי הויך. אינישט אלע באלעגאלעס אזוי נידריג

חקרן » זונטאג מאי 3, 2015 3:57 pm

· #272032
לידיעת הציבור:

איך האב צוגעלייגט נאך א ידיעה צום ערשטן פארזעצונג וואס איז ארויפגעלייגט געווארן פרייטאג, ווי אויך עטליכע ווערטער אינמיטן, בנוגע די (פאלשע) שמועות איבער'ן רבי'ן.

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 4, 2015 2:58 am

· #272281
ר' חקרן, אין דעם ערשטן פארזעצונג פון פרייטאג שרייבסטו אזוי:

"עס איז דא דער פלאץ צוצולייגן, אז ווען מען האט אמאל געפרעגט דעם סאדיגורער, אויב עס איז אמת אז זיין ברודער האט זיך גע'שמד'ט, א שמועה וואס איז שטארק נתפשט געווארן בימים ההם און פיל מענטשן האבן דאס געגלויבט, האט דער ליעווער געענטפערט: "חס ושלום, מען זאגט אויף אונז אזויפיל זאכן, און בלויז א קליין חלק דערפון איז אמת". מסתמא זענען די אלע סארט מעשה'לעך אויך פון די שמועות וואס מען האט דעמאלס געשמועסט."

איך מיין אז עפעס א טעות איז דא אריינגעפאלן, אפשר ווילסטו קלאר מאכן, יישר כח.

חקרן » מאנטאג מאי 4, 2015 6:39 pm

· #272495
שכוח, שוין פארראכטן... זעה איך אז כאטש איינער ליינט עס...

א איד » זונטאג מאי 10, 2015 8:30 pm

· #273871
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
@חקרן ווען קומט די קומענדיגע פארזעצונג?

חקרן » מאנטאג מאי 11, 2015 7:45 pm

· #274166
דער עולם איז טאקע אינטערעסירט צו הערן ווייטער? - נאך די לעצטע פארזעצונג האב איך געהאט די הרגשה אז עס איז פאראן א שוואכע אינטערעסע דערין.

אויב די חברים ווילן אז איך זאל שרייבן ווייטער, וועל איך זיכער ממשיך זיין, איך וויל נאר נישט אויסקוקן ווי יענער וואס לייגט אריין שווערע כוחות אין א זאך וואס עס גייט קיינעם נישט אן, אבער אויב מען וויל דאס, וועל איך זיכער שרייבן להנאת הציבור.

BLOOMINGBURG NY » מאנטאג מאי 11, 2015 7:51 pm

· #274169
A giten harav chakren please keep up your good work i really enjoy reading shtiker history that we don't really hear thanks in advance

א איד » מאנטאג מאי 11, 2015 7:53 pm

· #274171
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
זיכער האט דער עולם ליב צו ליינען די גאנצע פרשה

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 8:23 pm

· #274186
ווי מער דו וועסט שרייבן אלס מער וועט וואקסן די אינטערעסע דערין. דו מאך עס פאפולער

מיימון » מאנטאג מאי 11, 2015 8:27 pm

· #274190
דו ווילסט מיר זאלן דיר פאלן צו די פוס און זיך בעטן ווי א גזלן? גוט, מיר טוען דאס, ביטע!! שרייב ווייטער!!

חקרן » מאנטאג מאי 11, 2015 11:33 pm

· #274273
אקעי, אקעי, איך הער...

איך האב פשוט נישט געוויסט אז דער עולם האט אן אינטערעסע. נאך די פאריגע פארזעצונג האב איך געהאט אזא געפיל אז איך רעד אביסל צום לאמפ און קיינעם גייט דאס נישט אן באמת, אבער אז דער עולם וויל, זיכער וועל איך פארזעצן בקרוב.

קאצקע ציקער » מאנטאג מאי 11, 2015 11:35 pm

· #274275
רעדסט נישט צום לאמפ מיר ליינען מיט דארשט

הדד בן בדד » פרייטאג מאי 15, 2015 4:18 am

· #275302
מיר ווארטן מיט דארשט צו הערן ווייטער. ח"ו צו קלערן אז עס אינטערעסירט אונז נישט. געפילן זענען טאקע זייער וויכטיג אבער פארט זענען זיי נאר געפילן, נישט פאקטן.

moshav zekeinim » פרייטאג מאי 15, 2015 9:12 am

· #275319
זיי זיכער אז פאר יעדער איינער וואס בעיט בפה מלא אז דו זאלסט שרייבן זענען דא כאטש נאך הונדערט קאווע שטיבל נאכפאלגער וואס ווילן. און ווי מער דו וועסט באלעבן דעם נושא אלס מער אינטערעס וועט ווערן.

אזא נושא ווי פון דער לעווער אינו חוזרת ריקם, ספעציעל אז דאס איז אזוי איינגענעם געשריבן ווי די באשרייבסט עס.

שרייב און טויזנטער וועלן דאס ליינען אין קאווע שטיבל אליינס, און בנוסף וועט דער ארטיקל ברענגען נאך ארטיקלען פון דעם נושא אדער ענליכע נושאים, און וועט האפענטליך אויפוועקן דעם פארשוויגענעם ענין, ווייל די מעשה איז נאר דער שפוץ פונעם אייז בארג.

שרייב, שרייב, און שרייב. חקור ודרוש און שרייב. עד שיפוצו מעינותיך חוצה.

חקרן » פרייטאג מאי 15, 2015 3:24 pm

· #275488
איך וועל שרייבן אי"ה תיכף נאך שבת, די צייט דארף נאר ערלויבן.

moshav zekeinim » פרייטאג מאי 15, 2015 5:11 pm

· #275519
we looking forward

מ גפני » זונטאג מאי 17, 2015 10:26 am

· #275799
שרייב ווייטער ביטע איך ליין מיט דארשט.

בן אדם » מאנטאג מאי 18, 2015 8:26 pm

· #276504
ממש ווי ביים לעווער אין הויף. די חסידים ווארטן אויפן רבי'ן, אבער ער באווייזט זיך נישט.

חקרן » דינסטאג מאי 19, 2015 2:14 am

· #276596
ערב יום-כיפור תרכ"ט לפ"ק:

אין די שטאט ליעווי הערשט אן ערנסטער שטימונג, עס איז ערב יום-כיפור אין שטאט, אלע זענען פארנומען מיט תשובה און תיקון המעשים, אידן טוען תשובה, מען בעט זיך איבער איינער דעם צווייטן און מען וואונשט זיך אן א גוט געבענטשט יאר, צו גע'חתמ'עט ווערן בספרן של צדיקים, אין זכות פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט.

דאס יאר איז א גרויסער עולם געקומען צו פארן אויף יום-כיפור צום רבי'ן קיין ליעווע, די שטאט איז פארפלייצט געווארן מיט געסט וועלכע האבן געוואלט וויילן דעם יום-הקדוש אינאיינעם מיטן רבי'ן. אלע ווייסן אז דער רבי זיצט פארשפארט אין זיין צימער, און מרוב קדושתו איז ער זיך פורש און פארארבעט מעשים אין זיין חדר המיוחד. אצינד אין דעם הייליגן טאג וועט דער רבי זיכער ארויסקומען צום עולם און מען וועט זוכה זיין צו דאווענען אונטער איין דאך מיטן רבי'ן, וואו דער רבי וועט אויס'פועל'ן אין הימל אלע ישועות פאר אידישע קינדער, בגשמיות און ברוחניות.

שוין פון די נאכט פון ערב יום-הקדוש, האבן אידן געשטראמט ארום דאס וואוינונג פונעם רבי'ן, וועלנדיג אריינגיין מיט א קוויטל און זיך אויסבעטן א ישועה מיט א גוט געבענטשט יאר, אבער דער רבי זיצט סגור ומסוגר אין זיין חדר-המיוחד, ער וויל נישט אויפנעמען קיינעם. די גבאים קומען ארויס צום עולם מיט מיואש'דיגע אויגן "דער רבי נעמט נישט אויף, ער גיבט זיך אפ מיט העכערע זאכן, ער האט נישט קיין צייט פארן ציבור". דער עולם קרעכצעט, מאנכע פראבירן זיך צו בעטן אריינצוגיין, אפילו אויף א וואלע, גבירים פראבירן צו שמירן די רעדער, אבער עס העלפט גארנישט, דער רבי וויל נישט אויפנעמען דעם ציבור. בלית ברירה מוז זיך דער ציבור באגיניגן מיט א קוויטל ביי די רביצין, וועלכע נעמט אויף די געסט מיט קוויטלעך, אנוואונטשנדיג אלע ברכות און פארשפרעכט איבערצוגעבן די קוויטלעך פארן רבי'ן, וואס וועט זיכער בענטשן די פארזאמלטע און פועל'ן אין הימל א ישועה פאר כלל-ישראל.

אינדערפרי לויפט דער עולם אין מקוה, מען זאגט סליחות, מען שלאגט כפרות, דער הויף קוקט אויס ווי א קאכעניש, פון אלע זייטן קומען געסט צו פארן, מען שלעפט בעטן, מען לאדנט איין מענטשן צו די ערב יום-כיפור סעודה. געהאפט האט מען אז דער רבי וועט ארויסקומען צום עולם און פירן א טיש. ריכטיג, שוין א לאנגע צייט וואס דער רבי פירט מער נישט קיין טיש, זייענדיג פארשפארט אין זיין צימער, אבער פארט, אפשר דאך, לכבוד די געסט און די הייליגקייט פון טאג, וועט דער רבי ארויסקומען און פירן א טיש. אבער אלע האפענונגען זענען אויסגעבלאזן געווארן, ווען דער רבי איז צום טיש נישט ערשינען און נישט ארויסגעקומען צו די חסידים.

די חסידים, וועלכע האבן געגארט צו כאפן א בליק אויף דעם הייליגן רבי'ן, אויף וועמען מען זאגט נאך אזויפיל גדלות און צדקות, האבן זיך געטרייסט אז דאס איז זיכער פאר זייער טובה, און דער רבי איז אצינד עוסק לישועת הכלל. מען האט געגלויבט אז צו כל-נדרי וועט דער רבי זיכער ערשיינען אין בית-המדרש, מיטדאווענען מיטן גאנצן ציבור. אויך די גבאים האבן הייס פארשפראכן, אז צום דאווענען וועט דער רבי ארויסקומען און מיטהאלטן די תפילות.

זיצן טויזנטע אידן אין בית-המדרש, אנגעטאן מיט די קיטלען און טליתים, פון די פיאות טריפעט נאסע טראפן פון די מקוה, מאנכע זענען עוסק אין תפילה זכה אדער זוהר, אנדערע נוצן אויס די צייט אויף א גרינטליכע חשבון-הנפש. דער ציבור חסידים לעכצן און קוקן ארויס אויפן ערשיינונג פון דעם גרויסן רבי'ן, אז ער זאל אריינקומען אין בית-המדרש, און דאן וועט מען אנהויבן מיט די תפילות.

אבער דער רבי איז נישטא, ער איז נאכנישט ערשינען.

עס גייט דורך א מינוט נאך א מינוט, א האלבע שעה, א שעה, פון צייט צו צייט ערשיינט א גבאי און פארשפרעכט אז דער רבי וועט זיך שוין אט אט באווייזן, מען זאל נאר האבן געדולד, ווייל דער רבי גרייט זיך שוין צו קומען. אלעמענ'ס אויגן זענען אנגעשטעלט צום טיר, ווארטנדיג צו כאפן א בליק אויפן צדיק, וואס דארף אט אט ערשיינען.

וואס דער ציבור חסידים האט נישט געוויסט איז, אז אין די זעלבע צייט הערשט אן אנגעצויגענע שטימונג ביים רבי'ן אין שטוב, דארט קומט פאר העפטיגע אקטיוויטעטן און דער מצב איז גארנישט אזוי פשוט.

שוין פון נעכטן ביינאכט האט מען זיך געבעטן ביים רבי'ן, אז ער זאל אויפנעמען זיינע געסט מיט קוויטלעך, די רביצין איז צוגעשטאנען דערביי און אויף אלע סארט וועגן פראבירט צו פועל'ן אז ער זאל נישט פארשעמען דעם הויף און כאטש אויף אפאר מינוט ארויסקומען צום ציבור. דער רבי האט אבער נישט געהאלטן דערביי, ער האט גע'טענה'עט אז ער איז נישט אינטערעסירט אין די רבי'סטעווע און ער האלט נישט ביים שפילן דעם שפיל און אז ער וויל זיין כאיש בין אנשים. אויך בייטאג האט זיך די רביצין מיט די גבאים געבעטן צו פראווען א טיש, אבער דער רבי האט זיי קאטעגאריש אפגעזאגט, עס האט נישט געהאלפן די געבעטן מיט די סטראשערייען, דער רבי האט זיך אוועקגעשטעלט מיט אן עקשנות און דערקלערט מיט א פעסטקייט, אז ער דינט מער נישט די אינטערעסן פונעם הויף און אז ער וועט טון ווי אזוי ער פארשטייט, קיינער וועט אים נישט צווינגען צו זיין אנדערש.

במשך דעם גאנצן נאכמיטאג, האט זיך געטאן דיסקאסיעס ביים רבי'ן אין שטוב, צווישן די גבאים מיט די רביצין, ווי אזוי צוצושטיין צום רבי'ן אז ער זאל אריינקומען אין שוהל צום דאווענען. מען האט זיך געבעטן ביים רבי'ן מיט תחנונים און בקשות, ער זאל נישט פארשעמען דעם גרויסן ציבור און דעם הייליגן הויף, ער זאל קומען כאטש צום דאווענען און מיטדאווענען מיטן ציבור. דער רבי האט אבער דערקלערט, אז ער וועט צום דאווענען נישט אריינקומען, ער וועט ליבערשט דאווענען ביחידות אין דעם גרויסן טאג, ער וועט נישט שטיין אין שפיץ פונעם ציבור און זיי פארטרעטן אלס זייער רבי און קדוש.

ווי א שעה נאנטער צום זמן, אלס מער איז די אנגעצויגנקייט ביים רבי'ן אין שטוב געשטיגן. די גבאים פון זייער זייט האבן הייס פארשפראכן דעם ציבור מיט די געסט, אז דער רבי וועט אריינקומען צום דאווענען, און דאן וועט מען קענען כאפן א בליק, אבער דער רבי האט דערווייל נישט געהאלטן דערביי. מען איז צוגעשטאנען צום רבי'ן אויף אלע סארט אופנים, אויך ר' דוד - דער שליח פונעם רבי'נס שוואגער, ר' דוד'ל פון טאלנע, וועלכער איז געשיקט געווארן ספעציעל קיין ליעווע, צו ארבעטן און פראבירן צו פארריכטן דער מצב אין הויף - איז ספעציעל צוגעשטאנען צום רבי'ן און זיך געבעטן ביי אלעמען הייליגן. מען האט פראבירט צו מאכן פשרות און פארהאנדלען, אבער דאס מאל איז דער רבי געשטאנען מיט אן עקשנות און דערקלערט אז ער קומט נישט אריין צום דאווענען.

דערווייל האט זיך דער ציבור שוין פארזאמלט אין בית-המדרש, עס גייט דורך א מינוט נאך א מינוט, די רביצין מיט די גבאים זענען אובד עצות. דער רבי מיינט דאס זייער ערנסט, דאס מאל איז דער רבי שטארק אנטשלאסן און ער וויל נישט אריינקומען אין בית-המדרש. וויפיל די רביצין האט געבעטן, געסטראשעט און פארפירט, האט עס גארנישט געהאלפן. דער רבי האלט זיך ביי זיינ'ס.

דער רבי זעלבסט, האט זיך שוין אנגעהויבן צוצוגרייטן צו דאווענען אינדערהיים ביחידות. ער האט זיך שוין אנגעטאן דעם קיטל מיטן טלית, גענומען דעם מחזור און זיך געגרייט צו דאווענען ביי זיך אין זיין חדר. אלס דעם לעצטן פרואוו איז די רביצין מיט די גבאים אריינגעקומען און מיט בכיות געבעטן פונעם רבי'ן, אז אין שוהל זענען פארזאמלט הונדערטע געסט, אלע שטייען און ווארטן, דער רבי זאל זיי נישט פארשעמען און אראפקומען צו זיי. דער רבי האט קאטעגאריש אפגעזאגט דעם פארלאנג, און אנגעהאלטן זיין עקשנות.

וואס טוט מען דא? - וואס זאגט מען פארן עולם?

זייענדיג פארצווייפלט און נישט וויסנדיג וואס צו טון, האט די רביצין באשלאסן אז דאס מאל וועט עס מוזן גיין מיט געוואלד, אויב נישט מיט גוטנס, דאן מיט בייזנס. די רביצין האט דאן באפוילן די גבאים, וועלכע זענען אריינגעקומען אין צימער פון רבי'ן, אנגעכאפט דעם רבי'ן, אים מיט געוואלד אויפגעהויבן, ארויסגעשלעפט אויפן גאס און אנגעהויבן אים צו שלעפן מיט געוואלד, טראץ זיין התנגדות, אין שוהל אריין.

דער רבי האט זיך אבער נישט געלאזט.

במשך דער גאנצער וועג, האט זיך דער רבי געשלאגן פיזיש מיט זיינע גבאים, בשעת די רביצין גייט אונטער זיי, באגלייטנדיג אין שוהל. דער רבי האט זיך געאמפערט און געריסן מיט די גבאים וואס האבן אים געשלעפט מיט געוואלד, ביז דער טלית פון רבי'ן האט זיך צעריסן. די גבאים האבן ווייטער געשלעפט דעם רבי'ן, ביז דער רבי האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן און זיך צושריגן אויף די גבאים און אויף די רביצין, שרייענדיג אויף די גאסן פון ליעווי, אז אויב מען וועט אים נישט אפלאזן, וועט ער גיין צום גלח און זיך שמד'ן, און אזוי וועט זיך יעדער אפטשעפענען פון אים און אים לאזן פירן זיין לעבן...

איר קענט זיך פארשטעלן ווי אזוי דער יום-כיפור האט אויסגעקוקט אין ליעווע. פון אלע זייטן זענען געווען פארזאמלט קופקעס, וואס האבן איבערגעשמועסט די געשעענישן. עס איז געווען א שרעקליכער מחזה צו זען ווי אזוי מען שלעפט דעם רבי'ן אויפן גאס, זיין טלית צעריסן און ער שרייט אז ער וועט זיך שמד'ן. חסידים, אזוי ווי חסידים, האבן איינגעלערנט אינעם רבי'נס ווערטער הויכע ענינים, אז דער רבי דארף ארויסנעמען די ניצוצות פון נידעריגע פלעצער און אז אלעס וואס עס שפילט זיך אצינד אפ איז א הכנה פאר ביאת המשיח. עס איז געווען א טרויעריגער יום-טוב, איבעראל האט מען היציג דעבאטירט די פאסירונגען און וואס דאס מיינט.

די ווערטער פונעם רבי'ן, אז ער גייט זיך שמד'ן, זענען געהערט געווארן דורך פיל חסידים, און עס האט געמאכט פליגלען אויף די גאס. איבעראל האט מען אנגעהויבן צו הערן דערפון און עס האט נישט גענומען לאנג ביז די פאסירונג איז אנגעקומען צו די גוי'אישע פרעסע, וועלכע האבן זיך ארויפגעכאפט אויף דעם ווי אויף א געבראטנס... א קלייניגקייט? - דער אידישער ראבינער זאגט אז ער גייט זיך שמד'ן... אלע צייטונגען האבן דאס באריכטעט, אלע קריסטן האבן געשמועסט דערפון. עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז א געוויסער גלח האט דערקלערט זונטאג אין קלויסטער, אז לויט אלע סימנים דארף זיך דער אותו-איש נאכאמאל אנטפלעקן אין דעם דאזיגן יאר, און דעריבער איז נישט קיין ספק אז דער ראבינער פון ליעווע, איז דער משיח אליין.

דער חילול השם און די בושות וואס חסידים האבן איינגענומען, איז געווען אין-לשער. די גוים האבן ארומגעטראגן די דאזיגע נייעס און דאס פארשפרייט אלס הוכחה צו זייער רעליגיע, אז אפילו דער גרעסטער אידישער ראבינער "זאגט קלאר" אז ער גייט זיך שמד'ן; די שונאים פון רוז'שין האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף און געמאכט צימעס דערפון (איי איי, ווי אזוי וואלט צימעס און קאווע שטיבל אויסגעקוקט בימים ההם...). עס איז געווען בושות און חרפות.

אבער דאס איז נאכנישט אלעס...

קומענדיגע פארזעצונג אי"ה.

חקרן » דינסטאג מאי 19, 2015 1:52 pm

· #276778
.

א איד » דינסטאג מאי 19, 2015 2:06 pm

· #276786
@חקרן איך האב באקומען א אימעיל אז דו האסט תוגעלייגט א הודעה איך קום אריין והנה פינטל.
😞 😮 😲 😕 😳 😳

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 19, 2015 2:08 pm

· #276789
קוק איין הודעה ארויף

א איד » דינסטאג מאי 19, 2015 2:14 pm

· #276794
איין הודעה ארויף האב איך שוין געליינט היינט אינדערפרי און שוין קאמענטירט דערויף אין די אנדערע אשכול.
קוק דא

חקרן » דינסטאג מאי 19, 2015 3:37 pm

· #276828
עטליכע אינטערעסאנטע זאכן וואס איך האב געפינען.
📎 ליעווע.docx 📎 קדושת הלעווער.PDF

קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 19, 2015 4:39 pm

· #276869
א איד
@חקרן איך האב באקומען א אימעיל אז דו האסט תוגעלייגט א הודעה איך קום אריין והנה פינטל.
😞 😮 😲 😕 😳 😳

זאג, ער איז דיר עפעס שילדיג?

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 19, 2015 5:27 pm

· #276917
ער איז אים גארנישט שולדיג ער וויל אים נאר ווייזן ווי שטארק ער ווארט ארויס פאר זיינע ארטיקלעך
די עולם גייט דא מיט עפעס אזעלכע שווארצע ברילן אנבעליוועבעל

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 18, 2015 4:50 pm

· #283661
הפלא ופלא, @חקרן, כ'קוק שטארק ארויס אויפן המשך.
📎 GetImage (1).png 📎 GetImage.png

חקרן » דאנערשטאג יוני 18, 2015 4:54 pm

· #283662
כאפסט די לאקשן פאר די זופ... מיר האפן בקרוב צוצוקומען צו דעם בריוו און וועלכע זאך עס האט דאס צוגעברענגט.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 18, 2015 5:00 pm

· #283664
כ'האב געמיינט די בריוו איז סאך ערגער פון דעם.
ס'איז זייער א שיינע בריוו דאס!

חקרן » דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:42 pm

· #283702
נענתי לך... היינט נאכט קומט א פארזעצונג... (כאטש כ'אב נישט געפלאנט.)

חקרן » פרייטאג יוני 19, 2015 1:31 am

· #283740
טראצדעם וואס דער ליעווער צדיק האט נישט איבעריג ליב געהאט זיינע ברידער און שוואגער - וואס האבן געלייגט דרוק אויף אים צו פירן רבי'סטעווע, און האבן אים כסדר גע'מוסר'ט אויף זיין צוריקגעצויגנקייט, נישט צו וועלן זיין רבי - האט ער פארט געהאט אין די משפחה נאנטע מענטשן מיט וועמען ער האט זיך געשפירט באקוועם און נאנט, צווישן זיי איז געווען דער הייליגער שטיפענעשטער צדיק, ר' מנחם נחום זצוק"ל, וואס האט סוף ימיו געוואוינט אין יאסי, און זיין פלימעניק רבי יצחק פון בוהוש זצוק"ל. מיט די צוויי צדיקים איז דער רבי געווען ספעציעל נאנט, בפרט מיט זיין ברודער וועלכער האט פארמאגט פיל ענליכקייטן צו אים, נישט זאגנדיג קיין תורה און פארשטייענדיג צו די וועלט. עס ווערט דערציילט איז ווען די צוויי צדיקים פלעגן זיך צוזאמענקומען, פלעגט מען שמועסן שעות ארוכות און צומאל פלעגט מען אויך שפילן שאך. עס איז אויך געווען א געוויסע נאנטקייט צווישן דעם לעווער און זיין שוואגער, הרה"ק בעל צמח צדיק מוויזשניץ זצוק"ל, טראץ נישט אזוי שטארק ווי די פריעדיגע אויבנדערמאנטע צדיקים.

יענע ימים-טובים פון יאר תרכ"ט, דעמאלס ווען עס איז פארגעקומען דער ערד-ציטערניש אין יאסי, איז שוין דער שטיפענעשטער געווען שטארק קראנק. טראץ זיין יונגער עלטער פון זעקס-און-פערציג יאר, האט ער זיך געפלאגט מיט קראנקהייטן און איז געלעגן על ערש דוי. נאך די ימים טובים, האט זיך דער ליעווער ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין יאסי, צו באזוכן זיין קראנקן ברודער.

אויף יענעם באזוך ווערט דערציילט, אז די צוויי צדיקים האבן געשמועסט אליין אין דער אינערווייניגסטער צימער, בשעת פונדרויסן האבן זיך דערטראגן הויכע טענער פון טענה'רייען. צווישן אנדערע האט מען געהערט דעם שטיפענעשטער זאגן "אז מען זאגט משוגע זאל מען גלויבן", אויך האט מען געהערט זאגן "אז מען שטייגט אויף א פערד, מוז מען קאנען רייטן" און נאך אזעלכע ענליכע רעדערייען.

אין טאג פון י"ד כסלו תרכ"ט האט בית רוזשין געכאפט דעם קלאפ, ווען עס איז נסתלק געווארן דער צדיק פון שטיפענעשט זצוק"ל לגנזי מרומים, בשעת זיין ארט האט איבערגענומען זיין זוהן, הרה"ק רבי אברהם מתתיהו זצוק"ל. די ברידער זענען געזעצן שבעה און גאנץ בית רוזשין האבן געטרויערט נאך דעם גרויסן פארלוסט פון דעם צדיק.

ספעציעל האט וויי געטאן פארן ליעווער רבי דער פארלוסט מיט דער פריצייטיגער פטירה פון זיין נאנטער ברודער. אין א בריוו וואס איז געשריבן געווארן אינעם יאר פוןן די פטירה, שרייבט דער ליעווער 'כי רחוק ממני 'מנחם' משיב נפשי', מיינענדיג דערמיט זיין ברודער, הרה"ק ר' מנחם נחום זצוק"ל. טראצדעם וואס עס איז נישט זיכער צי דער בריוו האט דער ליעווער אליין מנסח געווען, אדער האט ער בלויז אונטערגעשריבן דערויף, לאזט זיך זאגן אז די פטירה פון א נאנטער ברודער האט געלאזט אויף אים א טרויער און צער, ווער רעדט נאך אין אזעלכע צייטן וואס עס האט אים אויסגעפעלט א נאנטער ברודער וואס זאל אים פארשטיין און זיך געפינען מיט אים.

עס איז פאראן א לעגענדע וואס דערציילט, אז די וואך נאך די פטירה פון זיין ברודער, איז דער ליעווער אריינגעקומען צום טיש פרייטאג-צו-נאכטס, ווען פלוצלינג ביי קידוש האט ער אויסגעגאסן די וויין, אוועקגעווארפן דעם בעכער און צוריסן די בעקעטשע. די דאזיגע פאסירונג ווערט דערציילט אויפן ליעווער, טראצדעם וואס עס איז נישט זיכער צי די מעשה איז נישט קיין געבארגטע פונעם קאצקער, אדער גאר האט מען ארויפגעלייגט אויפן קאצקער א ליעווער מעשה. אויף אזויפיל איז גאנץ זיכער אז איינער האט גענומען די מעשה פונעם צווייטן און עס איז מסתמא נישט פארגעקומען ביי ביידע צדיקים די זעלבע מעשה.

אצינד איז דורכגעגאנגען שווערע מצבים אין שטוב פון דער ליעווער צדיק. פון איין זייט האט די רביצין שיינדל מיט די גבאים געזען, אז דער רבי איז אן ערנסטער פראבלעם, ער קען זיך צעלאזן און שרייען אינמיטן גאס און אין בית-המדרש. אפגעזען צי דער פראבלען איז בלויז געווען יום-כיפר, אדער אויך שבת ביי קידוש, האבן די גבאים געזען אז עס איז פראבלעמאטיש מיטן רבי'ן. די באשרייבונגען אין די צייטונגען אז דער רבי וויל זיך שמד'ן, האט נישט צוגעגעבן קיין כבוד פאר ליעווע און עס האט נאר פארגערגערט דער פראבלעם.

דער רבי פון זיין זייט האט אויך באקומען א שווער הארץ אויף די רביצין און די גבאים, אויב איז די לאגע ביז יעצט געווען שווער, האט זיך דער רבי דערזען אין א טיפן פראבלעם. ער האט פארשטאנען אז די רביצין און די גבאים זעען אין אים א פראבלעם, לויט ווי ער האט דערציילט שפעעטער אין טשערנאוויץ, האט ער אנגעהויבן חושד זיין און שמעקן אז די רביצין וויל אים פאר'סמ'ען, כדאי עס זאל נישט ארויסקומען א חילול השם און א פארשוועכונג פארן רוזשענער כבוד. אפגעזען צי עס איז טאקע געווען אזעלכע פלענער אדער נישט, איז דער רבי שוין נישט געווען זיכער מיט זיך און געציטערט צו זיין אין די סביבה פון זיין אייגענע רביצין און גבאים.

לאמיר זיין אויפריכטיג, דער רבי האט באמת געהאט פון וואס מורא צו האבן; אז מיר קוקן וואס דארט האט זיך אפגעטאן, געפינען מיר אז מען האט אים טאקע נישט פאר'סמ'ט, אבער אנדערע גאר שווערע און געוואגטע אקציעס זענען יא דארט פארגעקומען, און ווער ווייסט צי עס איז טאקע נישט געווען אזעלכע סארט פלענער, וואס די רביצין און שטוב מענטשן האבן געהאלטן אז פאר די טובה פון כבוד בית רוזשין און מטעמי חילול השם דארף מען דאס טון. אזוי צי אזוי האט דער רבי געשפירט א געפערליכע דרוק און לחץ, ער איז נישט געווען זיכער מיט זיך און ער האט נישט געוויסט וואס דער מארגן קען אים ברענגען.

כמים פנים לפנים, די רביצין האט אויך געשפירט אז דער רבי דרייעט זיך ארום מיט חשדות אויף יעדע רירנדע זאך אין שטוב, און די לאגע אין שטוב איז געווען שווער און אנגעצויגן. אין א טעלעגראם וואס די רביצין שיקט קיין סאדיגורא אין יענע תקופה, ליינט זיך ווי פאלגענד: 'ברודער גיפערליך קראנק, שוועסטיר און ברודר צום גיכסטין קוממן''.

אין סאדיגורא האט מען שוין געהאט געהערט די שמועות פון יום-כיפור, און מסתמא איז אויך אנגעקומען די צייטונגען און באריכטן וואס דערציילן איבער דעם רבי'ן פון ליעווע. דער סאדיגורא האט דאן געשיקט נאכן ליעווער אז ער זאל קומען אים באזוכן קיין סאדיגורא, אבער דער ליעווער האט זיך אנטזאגט דערפון, פארשטייענדיג אז קיין האניג וועט ער דארט נישט לעקן. זעענדיג דאס, האט דער סאדיגורער געוואלט אליין אראפפארן קיין ליעווע צו זיין ברודער, אבער די דאקטוירים האבן אים אפגערעדט דערפון צוליב זיין שוואכן געזונט מצב. בלית ברירה האט ער געשיקט זיין שוועסטער, הרבנית גיטל מונזון, אז זי זאל פארן קיין ליעווע און פראבירן צו ברענגען דעם ברודער קיין סאדיגורא.

אבער נאך איידער זי איז אנגעקומען קיין סאדיגורא, איז פארגעקומען א געוואגטע אקציע.

די רביצין און שטוב מענטשן פונעם רבי'ן האבן געוויסט, אז איין מענטש איז פאראן אויף וועמען דער צדיק פארלאזט זיך בלינדערהייט, דאס איז דער דאקטער פון שטאט, מיט וועמען דער צדיק האט געהאט א שפראך און ער פלעגט פארברענגען אינאיינעם אויף לאנגע שעות. די משפחה האט זיך דאן פארבינדן מיטן דאקטער, אים משחד געווען מיט פיל געלט אז ער זאל מיטארבעטן מיט די משפחה און טון וואס זיי באפעלן.

אין א מאנטאג אינדערפרי, בערך עלעווע צייט, איז דער רבי געגאנגען כאפן א שפאציר מיט זיין נאנטן פריינד דער דאקטער. די צוויי האבן זיך ארויסגעלאזט אין א קארעטע אויסער די שטאט, כאפנדיג פרישע לופט פון די פרישע פעלדער נעבן ליעווע, אבער צוריק איז דער רבי קיינמאל נישט אהיימגעקומען.

אינמיטן וועג, זיך געפינענדיג אליין מיטן דאקטער, האט אים דער דאקטער אנגעגאסן א גלאז טרינקען, דער רבי האט גארנישט פארדעכטיגט און געזופט פון די טרינקען מיט געשמאק, שמועסנדיג איבער אלס און אלעמען, ווען מיטאמאל האט אים געכאפט א שלאף, דער רבי איז אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף, זיך געפינענדיג אליין אויסער די שטאט.

גראד זענען געקומען צו גיין די גבאים מיט די רביצין שיינדל, זעענדיג ווי דער רבי שלאפט טיף, האט מען אים גוט צוגעבינדן, איינגעשפאנט דעם וואגן און זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין קיין סאדיגורא. דער רבי מיט די רביצין, אינאיינעם מיט נאך א גבאי, זענען געווען אויף איין וואגן, בשעת אויף אן אנדערן וואגן וואס איז זיי נאכגעפארן, האבן זיך געפינען נאך עטליכע גבאים און שטוב מענטשן, וואו דארט איז געווען אלע נויטיגע צוגעהערן וואס מען האט געדארפט מיטטראגן אויפן וועג.

אין אנדערע ווערטער: עס איז פארגעקומען א פארכאפונג, מען האט פארכאפט דעם רבי'ן.

קוקנדיג מיט א ניכטערן בליק, קען מען דאס אנקוקן אויף פארשידענע וועגן. אויב זענט איר א ליעווער חסיד, וואלט איר זיכער געשימט און געשוימט אויף די רביצין וועלכער האט אנגעבליך געפייניגט דעם רבי'ן און אים נישט מער און נישט ווייניגער פארכאפט צו זיין ברודער.

ווידער, אויב זענט איר א סאדיגורער חסיד - לאו-דוקא פונעם ליעווער, דאן איז די בילד אנדערש, נעמליך אז דא רעדט מען פון א נאנטער משפחה מיטגליד וואס איז פשוט קראנק און איז נישט ביי זיך. יעדער פארשטייט אז דאס בעסטע ארט פאר אזא איינעם איז צווישן זיינע ברידער און משפחה מיטגלידער און מען מעג און מען דארף אים אהינברענגען פאר יעדן פרייז. איי, ער וויל נישט? - וואס טוט איר מיט אייער קראנקער זיידע וואס פארפירט אז ער וויל נישט גיין אין שפיטאל, ווען ער דארף וויכטיג גיין? - איר וועט אים דען לאזן אינדערהיים? - מסתמא וועט איר רופן א קאר און מיט כח אים אריינפירן אין שפיטאל, אפגעזען צי ער וויל אדער נישט. אט דאס האבן די גבאים מיט די רביצין געשפירט פאר וויכטיג צו טון מיטן רבי'ן, וואס איז נישט בסדר אין יענע טעג.

מען דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז וויבאלד די מקורות זענען נישט אלעמאל גלייך, קען אויך געמאלט זיין אז מען האט אים נישט ממש גענומען מיט כח, מען האט אים בלויז צוגערעדט און געלייגט א שטארקן דרוק אז ער זאל פארן קיין סאדיגורא, אפשר האט מען אים אפילו געסטראשעט, אבער נישט ממש פארכאפט. עס ווענדט זיך פון וועלכן שטאנדפונקט מען קוקט אן די מעשה.

דער קידנעפינג און דאס איינשלעפערן דעם רבי'ן, קעגן זיין ווילן, האט אנגעמאכט א מהומה און א רידערניש אין די וועלט, עס איז געווארן א רעש און טומל אין אלע שיכטן און קרייזן, אנגעהויבן ביי חסידים, געגאנגען צו מתנגדים, ביז צו די נוצרים וואס האבן פארפירט אז מען האט געקידנעפט דעם רבי'ן צוליב דעם וואס ער האט זיך געוואלט טויפן רח"ל.

ווען האט זיך דער רבי אויפגעכאפט? - ווי אזוי האט די וועלט אנגעקוקט די פאסירונגען? - אין קומענדיגן פארזעצונג אי"ה.

moshav zekeinim » פרייטאג יוני 19, 2015 3:52 am

· #283749
הערליך שיין און לויטער באשריבן.

איך וויל זיך באציען בנוגע די "צדדים" לשבח ולגנאי איבערן פארכאפן דעם ר"ר בער.

דו ביסט אזוי מסביר מיט א גלאטקייט, איך ווייס נישט צו אויפריכטיג אדער ציניש, אז מיטן בליק פון א סאדוגערער חסיד קען מען פארשטיין דעם פארכאפונג ווייל ער איז געווען קראנק.

איך וויל טאקע וויסן וואס דער מיינונג פון א סאדוגערע חסיד איז אין אזא פאל, אבער נאר וויאזוי ער וואלט געהאלטן ווען מען טוט עס מיט אים, אדער מיט אן אנדערן געזונטן מענטש וואס ווערט צעפלאצט פון ווערן געצווינגען צו לעבן א לעבן וואס ער וויל נישט. ס'זאל מיר קיינער נישט איינרעדן אז א סאדוגערער בר דעת האט באמת געהאלטן אז ער איז קראנק געווען. און טאמער האלט ער טאקע אז ער איז קראנק איז דאס גופא א קשיה, אזוי געברעינוואשט ביסטו אז טאמער גייט ער נישט אין שפאן גלייבסטו אז ער איז קראנק?! אן דער סאדוגערער מסך המבדיל דארף מען דאך זיין בלינד אויף צו זאגן אז ער איז קראנק.

אויך מיר א צד.

ווי גייט דאס ווארט: "א מטבע האט טאקע צוויי זייטן, אבער נישט יעדער זייט האט א פנים"...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 19, 2015 7:28 am

· #283755
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
ביי מיר ביי יעדער מעשה וואס איך הער קלער איך ''וואס האט געמוזט פאסירען, כדי מ'זאל פארציילען אזא מעשה?''
למשל, וועגען דער זיך שמד'ען. מסתמא האט ער געשריגען ''לאזט ענק אפ פון מיר, איך דארף זיך דען שמד'ען פטור ווערען פון ענק?!'' פון דעם קען ווערען א סטראשונג, צו א פלאן, צו אפשר גאר אויסגעפיהרט.
דער פחד פונ'ם פארסמ'ען איז אויך פארשטענדליך. א מענטש וואס זיצט איינגעשפארט, נעמט זיך זיין געדאנק ארומלויפען ביז פאראנוי''ע, ווי ברייט באקאנט.
און פון וואנעט ווייסט מען אז ער האט נישט געקענט קיין שפראך? מסתמא ע געבילדעטעט דאקטאר אין רומעניע''ן האט געקענט פראנצעזיש, די שפראך פונ'ם הויכע פענסטער'ס אין יוראפ. דער ריזשינער האט דאך ערצויגען זיין קינדער מיט בילדונג, ער אליינס האט דאך ברייט געקענט אין וועלטליכע עניינים כאחד הנסיכים. איז פארוואס זאל מען מיינען כז זיין קלוגע געראטענעם קינד זאל זיין אנדעריש?

moshav zekeinim » פרייטאג יוני 19, 2015 9:31 am

· #283766
דאכט זיך אז אין מזרח אייראפע איז דייטש געווען מער פאפולער ווי פראנצויזיש.

אבער דאס וואס דו פרעגסט איז א קשיה אויף א מעשה, אדער האט מען אים פאקטיש נישט געלערנט קיין געבילדעטע שפראכן, אדער האט ער דאס פארגעסן מיט די צייט, מען קען זיין א קלוגער מענטש אין פארשידענע הינזיכטן אבער קיין שפראכן נישט קענען אויפכאפן. ווי עס ווייזט אויס פון די מקורות איבער זיין געשיכטע אז ער האט קיין דייטש און פראנצויזיש נישט געקענט.

חקרן » פרייטאג יוני 19, 2015 11:14 am

· #283781
קודם כל, איך האב מוסיף געווען עטליכע קלייניגקייטן און דעם לעצטן פארזעצונג.

אצינד, לבהירת הענין וויל איך מוסיף זיין, אז טראצדעם וואס קיינער שרייבט עס נישט, קוקט עס אויס אין מיינע אויגן אז פאליטיק האט דא געשפילט א גרויסע ראלע. לויט ווי עס קוקט אויס האט זיך דער ליעווער קיינמאל נישט פארטראגן מיט זיין סאדיגורער ברודער און נישט אומזינסט איז ער אנגעקומען צו דער ווייטער רומעניע, ווייט פון זיין משפחה און פריינט. לויט געוויסע מקורות האט ער נישט באקומען רעכט זיין חלק אין די גרויסע ירושה פון זיין פאטער, און הגם פארן ליעווער האט קיין געלט נישט געפעלט און אויב וואלט ער געוואלט, וואלט ער זיך געקענט אנפילן מיט אוצרות קורח פון די געלטער פון זיינע חסידים, האט ער זיך פאר א סיבה דערווייטערט און אוועקגעפארן וואוינען.

מען דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז אין געוויסע רוזשענע מקורות ווערט דער ליעווער באטראכט אלס דער מוח פון די רוזשענער קינדער. עס איז גאנץ מסתבר צו זאגן אז דער סאדיגורער האט זיך געשפירט באדרויעט פונעם ליעווער און זיין מוח איז אים געשטאנען אין וועג. דאס איז געווען די סיבה, אז ווען מען האט געטראפן א מקום וואו מען קען אים רודפ'ן און אים מאכן א רחמנות, א קראנקער און א ספק משומד, האט מען דאס געטאן, אונטערן שלייער פון רחמנות האבן אויפן ברודער.

טראצדעם וואס קיינער שרייבט נישט אזא השערה און עס ווערט אין ערגעץ נישט געברענגט, לאזט זיך דאס זאגן אלס דבר המסתבר מאליו.

נאך א זאך: אין א בריוו וואס א סאדיגורער חסיד שרייבט פאר ר' ניסן באק אין ארץ-ישראל, דערמאנט ער די פאסירונגען פון ערב יום-כיפור תרכ"ט, און ער לייגט צו אז זינט דעמאלס פלעגט דער ליעווער אינדערהייט כסדר זאגן אז ער וויל זיך גיין שמד'ן. דאס אליין אז א סאדיגורער חסיד שרייבט עס, ווייזט אויף עפעס. נעמליך אויף איינע פון די צוויי, אדער אז ער האט טאקע געהאלטן דערביי ח"ו - א זאך וואס דער ליעווער האט שטענדיג געלייקנט און געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט דערפון, אדער אז די סאדיגורער חסידים האבן באופן מסיומת פראבירט אנצוקלעבן אויף אים אזעלכע זאכן, און טראצדעם וואס א רוזשענער קינד איז געווען קודש קדשים אין סאדוגערע, איז פארט געווען א שטיקל ריס דארט.

עס קען אויך געמאלט זיין, אז זעענדיג ווי אזוי די רביצין און די גבאים ווערן דערשראקן ווען ער האט דערמאנט שמד אום ערב יום-כיפור, האט דער ליעווער געפינען א וועג ווי אזוי צו סטראשען, און ער האט דאס גענוצט אויך אינדערהיים, א זאך וואס האט ארויסגערופן גרויס זארג צווישן זיינע נאנטע.

אין מיין באשרייבונג האב איך נישט דערמאנט די נקודה - אז ער האט דערמאנט דעם ענין פון זיך טויפן אינדערהיים - וויבאלד עס לייגט זיך אויפן שכל אז דאס איז א צוגעלייגטע שטיקל פון די צייטונגען, מתנגדי סאדיגורא און מעגליך אפילו סאדיגורא חסידים זעלבסט, וואס האבן געוואלט בארעכטיגן זייערע שריט אדער האבן געשפירט א קאנקערענץ צו זייער רבי'ן.

והבוחר יבחר.

אין יעדן פאל, מיינט דאס נישט חלילה אז דער רבי האט געהאלטן דערביי ח"ו, נאר אז דאס איז געווען א געזונטע סראשע, כמעט די איינציגסטע וואפן וואס ער האט גענוצט קעגן זיינע שטוב מענטשן. מען זאל נישט געפרואווט ווערן.

moshav zekeinim » פרייטאג יוני 19, 2015 2:19 pm

· #283834
ישר כח חקרן פארן ברענגען פאר די היימיש אידיש ליינער דער שוידערליכער געשיכטע וויאזוי ברודערשאפט האט אביוזט דעם צוטרוי און עס געניצט אויף צו אונטערדרוקן דעם ברודער. ספעציעל אז דאס איז געשען בבית צדיקים און טאקע מיט א צדיקישע מאטיוו.
עס איז אנבאדונגט נויטיג צו וויסן צו טון פארן יונגן דור אז דארט וואו עס גלאנצט קען זיין באגראבן הויפענעס שמוץ און אונטערדרוקונגען. ספעציעל איז עס וויכטוג צו וויסן הויף א הויף וואס איז לכאורה הייליג און מען קען קיין אויםריכטיג שלעכט ווארט נישט זאגן. זאל מען אראפ רייסן דעם אומשולדיגער היילגן שלייער פון זייערע פרצופים, זאל מען אנמערקן אויף די פולע פסולת וואס איז אריין געמישט אין זייער כלומרשטע הייליגע "אוכל", און ויראה הקהל וישפוט.

זאל דער ליעווע סעריע זיין נומער איינס פוו נאך צענליגע ענליכע געשעענישן ביי אזוי גערופענע הייליגע משפחות און הויפן.

diff » פרייטאג יוני 19, 2015 2:35 pm

· #283839
זיין הו'א איז דיין מסקנה. אזוי באשאפט זיך מעשית

moshav zekeinim » פרייטאג יוני 19, 2015 3:00 pm

· #283847
מיין מסקנה איז אז שטערקערע געוואונען די שוואכערע, און אז טאמער וויל מען נישט מבטל זיין די אייגענע ישות לחליטין דארף מען קעמפן.

עס איז מיר נישט אזוי וויכטוג וויפיל פראצענט פון די מעשה איז ריכטיג, דער פאקט אז שטערקערע האבן זיך געוואלט משתלט זיין אויף א שוואכערן'ס לעבן מיטן פארבלענדערישן מאטיוו פון בית צדיקים, איז פאר מיר איבער גענוג, און דערפאר דארף יעדער רעכדענקיגער מענטש פארשרייען און אראפ רייסן בכל תוקף, סיי די געשיכטע און סיי אנדערע ענליכע געשיכטעס אין די היסטאריע , עד ימינו אלה.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 19, 2015 8:05 pm

· #283908
ליטוואק פון בודאפעסט
ביי מיר ביי יעדער מעשה וואס איך הער קלער איך ''וואס האט געמוזט פאסירען, כדי מ'זאל פארציילען אזא מעשה?''
למשל, וועגען דער זיך שמד'ען. מסתמא האט ער געשריגען ''לאזט ענק אפ פון מיר, איך דארף זיך דען שמד'ען פטור ווערען פון ענק?!'' פון דעם קען ווערען א סטראשונג, צו א פלאן, צו אפשר גאר אויסגעפיהרט.
דער פחד פונ'ם פארסמ'ען איז אויך פארשטענדליך. א מענטש וואס זיצט איינגעשפארט, נעמט זיך זיין געדאנק ארומלויפען ביז פאראנוי''ע, ווי ברייט באקאנט.
און פון וואנעט ווייסט מען אז ער האט נישט געקענט קיין שפראך? מסתמא ע געבילדעטעט דאקטאר אין רומעניע''ן האט געקענט פראנצעזיש, די שפראך פונ'ם הויכע פענסטער'ס אין יוראפ. דער ריזשינער האט דאך ערצויגען זיין קינדער מיט בילדונג, ער אליינס האט דאך ברייט געקענט אין וועלטליכע עניינים כאחד הנסיכים. איז פארוואס זאל מען מיינען כז זיין קלוגע געראטענעם קינד זאל זיין אנדעריש?

ליטוואק פון בודאפעסט: מיט אט די נקודה ביניך מסכים מיט דיר 100%. די גאנצע ריזשינער משפחה זענען געווען אזאלכע פארגעשריטענע מענטשן און ער, דע ליעווער איז דאך געווען א ספעציעל קינד מיט געבענטשטע כשרונות און טאלאנטן. לייגט זיך עס בכלל נישט אויפ'ן שכל אז ער איז געוועןאזוי פארכניאקט וי א בעלזער יושב. מ'זאגט דאך אז ער האט געליינט ביכער. נו. די ביכער זענען דאך נישט געווען געשריבן אויף אידיש.
איבער די גאנצע ריזשינער/סאדיגור'ע הנהגה האביך א סאך צו קאמענטירן. און מ'זאלל מיר נישט פארדרייען א קאפ אז דאס איז העכערע זאכן וואס אונז פשוטי עם פארשטייען נישט דערצו. איך ווייס אזויפיהל אז ווען איך עס א גוטן סטעיק און איך פארטרונק מיט א קאלטן גלעזל ביר אין א הייסן זומער'דיגן טאג האביך נישט דערביי קיין שום ספעציעלע כוונות. חוץ די תאוות האכילה...א גוט שבת..,.!

ווייס פרעזידענט » מוצ"ש יוני 20, 2015 9:58 pm

· #283912
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
[ציטאט אראפגענומען]

איך האף לטוב

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

berlbalaguleh » מוצ"ש יוני 20, 2015 11:34 pm

· #283932
נאך איין אבזערוואציע האביך: פון די אלע באריכטן ווא זענען געברענגט געווארן דורך חקרן נעם איך ארויס אז די רביצין איז גארנישט געווען אזא צדיקת. זי איז געווען יענע סוחר'טע. כאטש זי האט געשטאמט פון דעם העיליגן טשערנאבלער גזע. זי האט זיכער ערגעץ אינמיטן די פרשה געהאט א לאוו אפעיר מיט איינעם פון די גבאים. מ'זאלל מיר נישט קומען פארציילן די העיליגקעיט און גרויסקייט פון די צדיקים לבית טאלנא. זיי זענען געווען איינפאכע פאליטישנס און האבן געארבעט לטובת זייער אייגענע אגענדא. ס'נאר א מזל אז ס'איז נאך דאמאלס נישט געווען קיין אינטערנעט. און מ'האט געקענט פארקויפן לאקשן פאר'ן עולם.
אויך. דער ליעווער וואלט געדארפט ביי א געוויסע נקודה איינזעהן אז זיין רביצין איז א שלאק און ער האט געדארפט כפרות שלאגן מיט איהר. און חתונה האבן מיט א גוטע פרוי וואס וואלט איינגעשטימט אז ער זאלל לעבן אזוי ווי ער וויל. כאטש אין אנהייב זענען זיי געווען לאווי דאווי. אבער ווען ער האט איינגעזעהן אז זי איז א ביטש האט ער זי געדארפט אפ'גט'ן. דאס וואלט אויך געווען פונקט אזא גרויסע פאליטישע באמבע ווי די סטראשונקע אז ער גייט זיך שמד'ן...!

געוואלדיג » זונטאג יוני 21, 2015 11:52 am

· #283970
ר' בערל איהר נעמט זאכן זייער ערנסט, אזא עלטערער איד ווי אייך וואלט שוין געוואוסט אז עס איז מעגליך אז דער סאדיגורער איז געווען א קדוש וטהור און פארט געמאכט א טעות מיט באהאנדלען זיין ברודער, וכן הוא לגבי הרעביצין וואס כאטש וואס לויט די מעשה איז זי געווען יענע סחורה, קען מען נאכנישט אפסטעמפלען מינטשן לויט די מעשה פון אזוי פיל יארן ווייט, א וודאי קען מען בודק זיין די מעשים צו עס איז געווען אויסגעהאלטן, אבער נישט די מענטשן בכלליות.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 21, 2015 12:32 pm

· #283982
געוואלדיג
ר' בערל איהר נעמט זאכן זייער ערנסט, אזא עלטערער איד ווי אייך וואלט שוין געוואוסט אז עס איז מעגליך אז דער סאדיגורער איז געווען א קדוש וטהור און פארט געמאכט א טעות מיט באהאנדלען זיין ברודער, וכן הוא לגבי הרעביצין וואס כאטש וואס לויט די מעשה איז זי געווען יענע סחורה, קען מען נאכנישט אפסטעמפלען מינטשן לויט די מעשה פון אזוי פיל יארן ווייט, א וודאי קען מען בודק זיין די מעשים צו עס איז געווען אויסגעהאלטן, אבער נישט די מענטשן בכלליות.

ר' געוואלדיג: ניין.טאקע פארדעם ווייל איך האב שוין ב"ה געגעסן א סאך אפיקומן'ס (נאר נישט אזוי אלט ווי דו ווילסט עס אהערשטעלן...) ביניך געווארן א סקעפטיק אין די גדלות וקדושה וואס מ'פארקויפט אויף די פארשידענע צדיקים. ספעציעל לבית טשערנאביל/טאלנא. איך זעה דאך וויאזוי די היינטיגע (יוצאי חלציהם) זעען אויס..מ'קען אפשר זאגן אז די אינטערנעט האט מיר געשאדט. אבער איך בין געווען א גרויסער תמים אלס יונגל. ווייל איך האב געליינט א סאך מעשיות פון די צדיקים. אויף די צדיקים לבית רוזשין/סאדיגורא למשל זאגט מען גרויסע און הויעכע זאכן איבער דעם לוקסוס'דיגן לעבן וועלכען זיי האבן געלעבט. אבער ביי מיר איז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. און איך ווייס אז ווען די רבי עסט א גוטן סטעיק און טרונקט א קאלט גלעזעל ביר אין א הייסן טאג, האט ער פונקט אזוי א הנאה דערפון ווי איך און דו. אדער ווען ער פארט אין א גאלדענע קארעטע געשפאנט צו צוויי שיינע ווייסע פערד (כדרך המלכים) האט ער גאנץ פיין הנאה פון די אטענשן וואס ער ציהט...! נאר ווילאנג ס'איז נישט פוגע אין די רעכטן פון די פשוטי עם באדערט עס מיך בכלל נישט. איך פארגין עס זיי מיט'ן גאנצן הארץ. אבער קיינער זאלל מיר נישט קומען און פארציילן באבע מעשיות אז דאס איז העכערע זאכן. די רבי איז פונקט אזא בשר ודגים ווי איך און א יעדער איינער...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 21, 2015 12:37 pm

· #283984
ר' בערל, אז מ'קוקט אין נישט חסידישע מקורות אויפ'ן ריזשינער זעלבסט, זעט מען א באזעסענע מענטש, נישט קיין העכערע מעשה'ס. למשל, קוק אין זכרון יעקב פונ'ם סעקרעטאר פון ר' יצחק אלחנן ווי ער ברענגט א בריוו פונ'ם ריזשינער וועגען די גזירת הקאנטוניסט'ן ווי ער רעדט זייער נארמאל נישט העכער'ס.
און לגבי די רביצין, דו זאגסט כאטש זי איז פונ'ם הייליגען טשערנאבעלער גזע, איך זאג ווייל זי איז פונ'ם טשערנאבעלער גזע. סקווער איז נישט קיין נייע זאך. גזע בית טשערנאבעל זעט מיר אויס פארפוילט שוין דורות, און דאס איז א טיפישע אויסדרוק פון יענער פארפוילטקייט.

איש את רעהו » זונטאג יוני 21, 2015 12:40 pm

· #283985
אוי ליטוואק ליטוואק, ווילאנג נאך וועסטו רודפן די חסידים?
לאשוין אפ

בן אדם » זונטאג יוני 21, 2015 12:54 pm

· #283992
ליטוואק פון בודאפעסט
סקווער איז נישט קיין נייע זאך. גזע בית טשערנאבעל זעט מיר אויס פארפוילט שוין דורות, און דאס איז א טיפישע אויסדרוק פון יענער פארפוילטקייט.

😳
בלאט: 1 2 3 4