כי ביצחק יקרא!
156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8426
חתן מאהל
אומצאליגע געסט זענען געקומען צו פארן מיטהאלטן די געהויבענע שמחת ביז צדיקים ווען דער רבי שליט"א איז נעכטן געפירט געווארן אונטער דער חופה בשעה טובה ומוצלחת וועלכע איז פארגעקומען אין עיר מלאה חכמים וסופרים פלארידע, די בארימטע קור ארט פאר צדיקים וגדולי ישראל נאך מימים ימימה.
די חופה איז לעבעדיג מיטגעהאלטן געווארן אויפ'ן ספר הפנים דורך אלופי אלפי חסידים וואס האבן נישט עספיעט זיך צו משתתף זיין ביי דער חתונה מקירוב מקום. צו דער באשטימטער צייט איז כ"ק אדמו"ר שליט"א אריינגעקומען מלובש מיט די פאטריאכאלישע שטריימל און שניי ווייסע בעקיטשע, און א דיק פארשנירטן גארטל אויף די לענדן. די חופה איז געווען פרעכטיג באצירט מיט ציצים ופרחים כנתינתן מסיני בסוד יום חתנותו זו מתן תורה, א הימלישן שמייכל איז געווען נסוך על פניו במשך דער גאנצער חופה באזונדער האט זיך דער רבי אנגעלאנט אויף א טיש בסוד וידי משה כבדים, ומי יבוא בסוד קדושים.
מי בן שיח איז פארגעזינגען דורכ'ן בארימטן משורר ר' זאבי ווייספעלד פון טרייענגל קאלישאן, ומגדולי ראשי קהלת אלעסק, וועלכער האט דערנאך אנגעפירט מיט'ן גאנצן מעמד החופה. א חשוב'ער נשיא פנים מעדת חב"ד איז געזען געווארן אפכאפן לעבעדיגע ווידעא פונעם מעמד החופה.
א חשובע דעלעגאציע פון קאווע שטיבל איז אראפגעפארן זיך פערזענליך באטייליגן ביי דער חתונה. יאיר און יואב זענען מכובד געווארן מיט די עדי קידושין (אוי גילוי).
א רייע בארימטע רבנים זענען געקומען זיך באטייליגן ביי דעם געהויבענעם שמחת בית צדיקים: דער טאראנטער רב, אן עלטער פעטער איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, דער מיאמי רב איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען. א באזונדערער רושם האט געמאכט די ערשיינונג פון סערעט וויזשניצער רב פון מאנסי וועלכער איז אויך מכבוד געווארן מיט א ברכה.
מיט טלית לייגן און שטריימל לייגן איז מכובד געווארן דער באיאמער ראש הקהל, דערנאך האט דער חתן געמאכט א פייערדיגע שהחיינו און א להתעטף (בהברה חסידית, כדי לערבב השטן) ולאחר העטיפה פרס את השמלה ע"ג נוו"ב בסוד רב יהודה רמי תכילתא לפרזומא דאינשי ביתיה יעוי' מנחות מ"ג א' וברבינו גרשום שם דר"י ואשתו השתמשו באותו טלית.
בשם המון אוהדי ומעריצי מרן שליט"א בכל קצוי תבל ומכל שכבות העם וואונטשן מיר א הארציגן מזל טוב עוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים, שהזיווג יעלה יפה יפה ויתברך בגפ"ן פורי' ופורחת עושר ואושר וכל טוב סלה.
העי! דעם רבי'נס בריוו האסטו אויסגעלאזט...
און די יום החופה געפראוועט מעוטף בטלית בארוועס מיטן פנים צו די גלי הים והידים פרושות ככרובים, הלא הם כתובים בספר הפנים.
קען מען פילייכט ערגעצוואו זען מראות קודש פון דעם מחזה הוד?
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/yitzchoklowy/videos/714854535319406/">https://www.facebook.com/yitzchoklowy/v ... 535319406/</a>
א הארציגן דאנק אייך
ביי דער חתונה האט דער בארימטער מגיד מישרים און שריפטשטעלער הרב לעווין אויפגעטרעטן בסוד ענין רעים אהובים והליכה בקראקים וכו' וכו'.
Re: כי ביצחק יקרא!
כ'זעה אז די אנפין דלבר איז יונק מנוקבא און די כתר היא חכמתא איז יונק מדוכרא, והוא רחום יכפר כו'.
מ'דארף רעזערווירן פארן רב די נייע ניק 'מיאמי'.
מיר איז זייער אינטרעסאנט געווען צו זען א חתן מיט א פולען חסידישן לבוש שטייט אונטערן חופה רואיגערהייט מיט א שמייכעל אויפן פנים, און ווארט אפ זיין כלה פרייליכערהייט. ׳כחתן לקראת כלה׳ אין פולען זין פון ווארט. ווי איידער שטיין אונטער די חופה און זיך סיסטעמאטיש שאקלן ווי א לולב אין רבינס הענט, אן קיין שום זעלבסשטענדיגקייט. א ספעקטאל וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזען.
קען איינער אריינקומען מיט מער פרטים? וואס איז דאס זיווג ראשון אדער שני? פארוואס איז די חתונה געווען אין מיאמי?
זיוג שני פאר ביידע. ביידע האבן קינדער. זי איז ממקור פון פראנקרייך א טאכטער פון א חב"ד שליח.
וואס איז און קורצן זיין היסטאריע?
דא איז נישט קיין קאנטרי רינג. ביטע יאכנען ערגעץ אנדערש.
שמערל איך זוך נישט צו יכנעווען, היות מען האט דא גערעד פון אים וויל אביסעל הערן איבער אים, איך בין נאך נישט דא געווען ווען מען האט אים מכתיר געווען אלס רב פון קאווע שטיבל, סא קענסט מיר זאגן וואס דיין פראבלעם איז?
Re: כי ביצחק יקרא!
דיינע שאלות זענען געווען איבער זיינע זיווגים, און נישט איבער אים.
אז דו ווילסט וויסן איבער אים, ליין זיינע אלטע תגובות. די וואס האבן אים אויפגענומען דא פאר רב האבן זיך נישט נאכגעפרעגט פארדעם ביי וועם ער'ז אן איידעם. במילא זעה איך נישט פארוואס דיר איז עס נוגע.
כהאלט שוין נאכן ליינען כבין גארנישט קליגער געווארן, שוין איך זעה אז ער האט דא נאנטע ידידים וואס נעמען עס פערזענליך, עלעך הייבן הענט. יום נעים!
לאמיר האפן אז נאך די שבעת ימי השמחה וועט זיך די רבי אומקערן דא לשמחת בית קאווע שטיבל בגלילות
לעקוואד.
קאצקע ציקערלאמיר האפן אז נאך די שבעת ימי השמחה וועט זיך די רבי אומקערן דא לשמחת בית קאווע שטיבל בגלילות
לעקוואד.
שבעת ימי השמחה?
מרן שליט"א בעת עמדו בתפלה ביום חופתו מעוטף בטו"ת ורגליו יחף בסוד של נעליך מעל רגליך וכו'.
📎 יצחק לאווי.jpg
שו"ע או"ח סימן צ' סעיף ה':
"לא יתפלל במקום פרוץ כמו בשדה, מפני שכשהוא במקום צניעות חלה עליו אימת מלך ולבו נשבר".
איך זאג נישט, כ'פרעג נאר.
Re: כי ביצחק יקרא!
ביי די קוקניקעס איז דאווענען אין די טבע א גרויסע זאך
איך וויס נישט וויאזוי זיי פארענטפערן די הלכה מן הסתם אז עס איז נישט בקביעות נאר לעת הצורך
דער הייליגע בעל שם טוב איז דאך שוין ארויס אויפן פעלד מקבל שבת זיין
ווען מען רעדט פון תפילה מיינט דאס שמו"ע.
Re: כי ביצחק יקרא!
אויב איך מעג פרעגן, ווי פירט מען זיך/פירט זיך נישט אן צו טיען א טלית אונטער די חופה? ס'איז די ערשטע מאל איך זעה דאס.
שמעקעדיגשו"ע או"ח סימן צ' סעיף ה':
"לא יתפלל במקום פרוץ כמו בשדה, מפני שכשהוא במקום צניעות חלה עליו אימת מלך ולבו נשבר".
איך זאג נישט, כ'פרעג נאר.
אפשר וועגן דעם האט דער רבי נישט געלאזט גיין מתפלל זיין ביים כותל...
גראףאויב איך מעג פרעגן, ווי פירט מען זיך/פירט זיך נישט אן צו טיען א טלית אונטער די חופה? ס'איז די ערשטע מאל איך זעה דאס.
<a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?t=1605">http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?t=1605</a>
מנהג אשכנז העתיק ללבוש טלית על החו"כ בחופה.
מנהג ספרדי לברך שהחיינו על החתונה על טלית חדש.
Re: כי ביצחק יקרא!
די מנהג פון זיך שערן איז נישט גענוג אלט..? [emoji12]
Re: כי ביצחק יקרא!
@לעיקוואד מזל טוב
May you both have a wonderful and blessed life.
אויף אן ענטפער פון דיר האב איך נישט ערווארט. יו מעיד מיי דעי!!
קל וחומרדי מנהג פון זיך שערן איז נישט גענוג אלט..? [emoji12]
די מנהג פון זיך
נישט שערן איז נאך עלטער. 😂
נאך די חתונה, וואלט איך געמיינט אז ער וועט רע'אגירען גיכער מיט'ן נאמען
@פארשוויגען ווי מיט
@לעיקוואד 😃
צוליב פארשידענע טירדות האב איך נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו ארבעטן אויף א געהעריגע נייע שבעים אותיות היי יאר, איך ארבעט אבער אויף א קונטרס 'אדרא דחדוותא' מיט נייע מאמרים לכבוד פורים, מען קען עס זעהן דא ווי עס האלט.
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/0Bw2C0Kq4sk69amJpbURHNXlsUE0/view">https://drive.google.com/file/d/0Bw2C0K ... lsUE0/view</a>
און א דאנק פאר די אטענשין. כ'בין נישט זיכער וואס איר מיינט וועגן א הסתר פנים, איך האב פארמאכט רוב אלטע זאכן אויף פ"ב לחברים בלבד מטעם הכמוס, אבער אויב איז דא א געוויסע מאמר וואס איר זוכט וועל איך זיין צופרידען דאס צו עפענען אדער שיקען.
Re: כי ביצחק יקרא!
עס ווערט געזיכט א מתרגם פון אראמיש צו לשוה"ק צו איבערטייטשן די זוהר חדש 2017 אויף פורים!
ווי אויך זיכט מען א נדבן
טמיר, דו דארפסט וויסן אז לעיקוואד האט מיינונגען וואס שטימט נישט מיט דיינע פרומע מיינונגען. ער איז א היבשער משכיל
Re: כי ביצחק יקרא!
נו פארדעם וויל איך הערן וואס ער האט מי זאגן! אפשר וועל איך אויך ווערן א משכיל
Re: כי ביצחק יקרא!
מושב, כ'וועל דיך זאגן נאך עפעס. איך פריי מיך גראדע מער מיט א אויפגעקלערטער/משכיל - וויאזוי דו ווילסט עס ריפן- ווי מיט איינער וואס גייט מיטן שטראם אזויווי איך. און די סיבה איז אז עס איז מיך א שטיקל חיזוק אז אפילו מען איז א חוקר וכו' קען מען נאך אלץ זיין א שותו"צ. דאס הייסט אז מען דארף נישט זיין א תם צו זיין אן ערליכער איד.
חניאקישע און תם איז צוויי אנדערע זאכן.
טמיר, אז דו ביסט אקעי מיט השכלה האב איך גארנישט געזאגט. וועלקאם טו טהע קלאב!
ישר כח @אנאנים פאר'ן ארויפברענגען החכם הגדול ר יצחק און ישר כח ר יצחק פאר'ן ארויפלייגן די לינק , איך האב אנגעהויבן צו ליינען , שיינע הערליכע מאמרים , אבער אפשר קען מיר איינער ערקלערן פארוואס ס'איז געשריבן און אראמיש , ער שרייבט ווייל אראמיש איז לישנא דנשמתא וואס מיינט דאס??
ס'איז על פי קבלה 😂
לעיקוואדס'איז על פי קבלה 😂
דער סמיילי איז לכבוד פורים, אדער האסט בכלל עפעס א נייע דרך?
עס איז שוין היינט נישט דא ווער עס זאל מקבל פנים זיין
@לעיקוואדיעצט בלייבט איך מיט די צונג אונדרויסן אזוי ווי די סמיילי 😃 , זעט אויס א גיטע זאך קומט אן שווער..
איש את רעהועס איז שוין היינט נישט דא ווער עס זאל מקבל פנים זיין
@לעיקוואד
איך בין דא אים מקבל פנים צו זיין ווען ער זאל שרייבן עפעס אויסער אפאר קישקושים אויף די פרשה.
<a class="postlink" href="http://amzn.to/2ih6nyn">http://amzn.to/2ih6nyn</a>
מזל טוב לרבינו יצחק הלוי להולדת הבת למזל טוב.
Re: כי ביצחק יקרא!
.
מזל טוב!!
ווי איז די קידוש?
אי"ה דעם שבת (מטות מסעי) אין ראחמיסטריווקא בית מדרש אין לעיקוואד.
איך זעה אז זוממער איז א געלונגענע צייט פאר פארשלאפענע ניקס.