☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע

מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8276
בלאט: 1 2

שלום בערגער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 8:31 am

· #253437
מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
חברה, כ'האב אנגעשריבן א שטיקל אין "פארווערטס" וועגן דעם "שושנים"-דיכטונג-פארמעסט:

<a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/articles/185331/hasidic-poetry-contest-on-the-web/?p=1">http://yiddish.forward.com/articles/185 ... e-web/?p=1</a>

כ'בין נייגעריק צו הערן אייערע אפרופן. מן-הסתם וועט איר ניט מסכים זיין און כ'האף איר וועט זיך אויסדריקן וועגן דעם. פטור בלא כלום אי אפשר.

א גוטן שבת
שלום

פידלער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:03 am

· #253442
I don't disagree with you that the poems here are mostly not poetry, but I'm pretty sure you're wrong about the KS readership not having read quality Yiddish poetry. In general, I find a great many of the readers here extremely well read in Yiddish literature. It stands to reason that they would have read poetry, too

מאטי » פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:51 am

· #253448
שלום צום ערשטן א דאנק פארן הערליכן זאפטיגן ארטיקל, ס'איז פארהאן אסאך אמת'ע פאינטס וואס האט געכאפט מיין אינטערעסע.
יעצט, ווי גערעכט דו זאלט נאר נישט זיין, איז זייער שווער פאר א ק"ש מיטגלידער אנצונעמן דיין קריטיק מיט אפנקייט ווען דו ווארפסט ניטאמאל אריין אפילו איין גוט-ווארט (כ'גלייב וואלסט געקענט עפעס טרעפן) אינעם גאנצן באשרייבונג.

דיין ארטיקל/קריטיק ליידט אין א וועג פון דעם זעלבן קליין-קעפיגקייט וואס זי טיילט אירע קריטיקירער, נעמליך, באדויערן "חסידים" מיט שמאלקייט און אומוויסען, אנע דינאמיקס פון וועלכע חסידים מ'רעדט דא, אינעם איצטיגן פאל ק"ש חסידים וואס זענען ווייניגסטנס אין מיינע אויגן נישט אויפן זעלבן סטאנדארד ווי די איבעריגע, אויף אזויפיל זיי נישט צו באטיטלן מיטן הארטן טיטל "חסידים."

דו בעטסט פונעם פארמעסט א סטאנדארדט וואס רוב פאלקליכע מאדערנע וואלטן נישט נאכגעקומען, געדענק! דאס איז נישט די אולימפיק שפילן! דאס איז א פרייע וועבזייטל וואס יעדער מאן דהוא שווענגט אויס זיין בטן מכל הבא בידו, דו האלטסט באמת אז אין די שענק-הייזער ביים צפון רעדט מען עפעס טיפערס, אום-אויסגעדראשענע געפילן?

והאחרון מאכסטו אויסקוקן די ק"ש ליינער ווי חסידים אדוקים צו רבי'ס וואס האבן דאסמאהל געמאכט אן אויסנאם און געלייגט פאעזיע צום אויבן אן. א זיסע דיקאטאמי גראדע, אבער ווייט פון אמת, ווער אויב נישט דו אלס א באזוכער דא וואלט געדארפט וויסן.

פישלע העררינג » פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:58 am

· #253449
שלום בערגער
חברה, כ'האב אנגעשריבן א שטיקל אין "פארווערטס" וועגן דעם "שושנים"-דיכטונג-פארמעסט:

<a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/articles/185331/hasidic-poetry-contest-on-the-web/?p=1">http://yiddish.forward.com/articles/185 ... e-web/?p=1</a>

כ'בין נייגעריק צו הערן אייערע אפרופן. מן-הסתם וועט איר ניט מסכים זיין און כ'האף איר וועט זיך אויסדריקן וועגן דעם. פטור בלא כלום אי אפשר.

א גוטן שבת
שלום

אין א נאט-שעל:

שלום מעסט די קוואליטי פון אונזער פאעטרי לויט די סטאנדארט און טעם פון זיין וועלט - מאדערנע פאעטרי, און ער איז נישט צופרידן פון אונזער ארבעט. מיין ימי בינה, מאראנצן'ס ראדני, פלאוויוס'ס חסידים שטיקל, ניגושיעטער'ס שאון השעון, וכו' וכו' איז ביי איהם קליפת השום.

מיין תשובה, שלום, איז אז דער פאעטרי קמפיין איז געווידמעט פאר חסידי'שע אידן, לויט חסידי'שע אידן'ס געשמאק אין פאעטרי, און לויט וויאזוי זיי זענען איינגעוואןינט צו לייענען פאעטרי פון דונש, ברוך חזק, חתם סופר, הקדמות צו ספרים, בר מצווה מתנות הקדשות, אא"וו. - ווען דו שטעלסט אריין דיינע פאעזיעס פון צייט צו צייט אין שטיבל, ווייסט קיינער נישט וואס פאר א גוט יאר דארט שטייט. פאר דיך קוקט עס אויס ווי ארט, פאר אונז ווי א חמת מלא וכו'.

קלאסישע פאעטן קענען נישט קריטיקירן רעפ פון הארלעם. ביידע זענען ארטפול, יעדער אויף זיין שטייגער. א גוי לערנט נישט ברטנורא.

---

מאטי האקט ענדליך.

אפטעמיסט » פרייטאג פעברואר 13, 2015 10:17 am

· #253454
ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, האט דיין ארטיקל א פנים ווי אן אמעריקאנער יוגענטליכער וואס זאגט מבינות אויף מיטל-מזרח מוזיק.
איך פארשטיי אז תפילה קען ווערן א גארילע און די נשמה איז א טעמפע סײסמאָגראף, אבער מנחה קען אויך ווערן א הינדל און קטנ'ען אויפ'ן שטאט.

כוכב » פרייטאג פעברואר 13, 2015 10:31 am

· #253456
זאל שלום ביטע זאגן די מינדעסטע השגה ער האט געהאט למשל אין אזא ראדני פאעזיע און הערשט דערנאך זאל ער קריטיקירן. ס'איז ווי איך זאל קריטיקירן פאעזיע געשריבן אויף כינעזיש, דער איד האט דאך נישט קיין אנונג פון וואס מ'רעדט.

מע האַלט נאָך, בשעת איך שרײַב די שורות, אין זאַמלען די אָפּשטימונגען, כּדי צו באַקרױנען דעם געװינער מיטן טיטל פֿון „סאַמע בעסטן פּאָעט פֿון ׳קאַװע שטיבעל׳.”

אויף וועלכער וועלט לעבט איר? מהאט שוין לאנג געוועלט א געווינער. האט איר בכלל געליינט אלע פאעזיעס?
אגב, זענט איר בכלל באהאווענט אין לשון קודש?
קיצור הדברים אזעלכע פאעזיעס ווי געזעץ פון שילוש, און גאט האט געשוויגן, אמרתי, שאון השעון, ימי בינה, ועוד ועוד, האבן זיך גארנישט צו שעמען פאר אייערע אומפארשטענדליכע ווערק.

שלום בערגער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 10:49 am

· #253458
גוט! אלעמען איבערצײגט!
איר זײט גערעכט און איר זײט גערעכט און איר זײט אױך גערעכט...

װאָס קען מען זאָגן? פון אײן זײט זאָגט מען, אַז „חסידים“ איז צו אַ גרײטע קאַטעגאָריע, און כ׳האָב נישט פאַרשטײנען די פאַרשײדנאַרטיקײט. מיטן זעלבן מױל זאָגט מען, אַז חסידים (כך!) שרײבן אַנדערש. תרתי דסתרי....

מסכים אַז איר זײט נישט פון מײן װעלט און פאַרקערט. פאָרט קען מען שרײבן לידער פון „חסידישן“ סטיל (איר זאָלט מיר מוחל זײן די קאַטעגאָריע?) מיט לעבעדיקע פרישע גראַמען, נישט אױסגעדראָשענע סענטימענטן.

אַז מײן פּאָעזיע איז פון אַן אַנדער װעלט, און דער פאָװערט ס איז טױט, און איך בין אַ עם־הארץ, פאַר װאָס שפּרודלט דאָ מיט קאָמענטאַרן?

סתם געפרעגט.

אַ דאַנק פאַרן לײענען!

שלום־פון־אַן־אַנדערן־פּלאַנעט

פידלער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 10:50 am

· #253460
[ציטאט אראפגענומען]


@אנאנים איך שטום צו צו אלעס וואס די זאגסט. ביסט גערעכט אז אן אפענע, ברייטע לייענער מיז האבן די יכולת צו זען קונסט אין ווערק וואס זענען נישט זיין style און taste. אבער איך האב מורא אז די defensiveness וואס מ'פילט יעצט דא אין ליכט פון שלום בערגער'ס קריטיק וועט צוריקהאלטן פון באטראכטן און אנעליזירן צו זיינע רייד ערהאלטן נישט א שטיקל אמת. אין אמת'ן, האבן מערסטנס דא אין שטיבל קיינמאל נישט שטודירט פאעזיע אלס אן art form, און דאס איז נישט קיין חסרון. ווייניג מענטשן אויף די וועלט שטודירן ערנסט פאעזיע. אבער כאטש ס'איז זיכער דא קונסט אין די ק"ש פאעזיע ווערק, האלט איך אז מ'וואלט פארדינט פון אן אשכול וואס רעדט ארום די טעמע פון פאעזיע אלס ארט. נישט פאעזיע אלס שורות פון גראמען, נאר אלס די ארט גופא.

דא זענען אפאר פארשלאגן פון וואס מ'קען ארוםרעדן:

The music and lyricism and sounds of language
Effective enjambments and how they inform one's reading of the poem
Poetry as metaphor
Modes of poetry: the prose poem, the expository poem, etc
White space. Silence
and so much more

פישלע העררינג » פרייטאג פעברואר 13, 2015 10:52 am

· #253461
פידלער,

זעה הערשי'ס קאנטריביושען צום פאעזיא קאמפיין. ענדזעבמענט? נישט סתם!

פידלער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:00 am

· #253462
פישלע העררינג
פידלער,

זעה הערשי'ס קאנטריביושען צום פאעזיא קאמפיין. ענדזעבמענט? נישט סתם!


געב מיר פליז די לינק צו הערשי'ס. איך געדענק אז יאיר האט געהאט אויסגעצייכענטע enjambments. אגב מיין פונקט איז נישט געווען איין ספעציפישע פאקטאר, נאר בעצם זיך לערנען אביסל מער וועגן די ארט פארם.

אפטעמיסט » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:02 am

· #253463
איך וועל זיין די נחשון און פרובירן שרייבן אמת'ע קונסטליכע פאעזיע. וזה החלי:

כ"א כסלו קומט צו גיין מיט גיכע טריט
כאָטש כ'בין פארקוליעט אין א חנוכה געמיט.
ופרצו חומות מגדלי
פארדריידלט, פארקוויטעלט אין פאנקען און דזשעלי.


הממ.... טויג אויף א גארילע? יש לי על מי לסמוך.

רויטע וואנצעס » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:03 am

· #253464
שלום וויל אונז זאלן לעבן לויט זיינע קונסט געזעצן. די פראבלעם מיט דעם איז אז ער וועט מיט דעם פארלעשן די קונסטליכע אייגנשאפט פון א געזעהלשאפט, פונקט ווי די וועלט האט איבערגעלאזט די אייגנשאפט פונעם פארווערטס.

פידלער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:08 am

· #253465
רויטע וואנצעס
שלום וויל אונז זאלן לעבן לויט זיינע קונסט געזעצן. די פראבלעם מיט דעם איז אז ער וועט מיט דעם פארלעשן די קונסטליכע אייגנשאפט פון א געזעהלשאפט, פונקט ווי די וועלט האט איבערגעלאזט די אייגנשאפט פונעם פארווערטס.


I disagree

שלום וויל נישט אונז זאלן לעבן לויט זיינע קונסט געזעצן, נאר לויט basic contemporary קונסט געזעצן.
It's normal to become defensive and feel hurt when you're criticized, but if people really want to learn, they'd be wise to listen to what others who have studied the art have to say. You don't have to like Sholem's writing, but that doesn't mean he doesn't know what he's talking about

בר דעת » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:11 am

· #253466
נעמט אים אפיר דעם שלום בערגער
געט אים א שטויס, א פראסק אדער נאך ערגער

א חידוש אין געמיינהייט
פירט זיך אויף כלל נישט ווי א לייט

איגנאראנט איבער אונזער לעבן און שטייגער
אראגאנט און גאווה'דיג, עליטיסטיש אן א טראפ ענוה אדער נייגער

קומט דא זיך פארסמאקאווען מיט אידיש רעדער, געשמאקע און זאפטיגע
און דאן קטנ'ען אויף אונזערע קעפ אינעם ארגאן פון די אמאליגע

א גוט ווארט האט ער נישט געטראפן פאר א רפואה
סתם קריטיקירן און דעגראדירן, אויך מיר א מציאה

אז מיר זענען אייך נישט גוט, שלום טייערער, מיר קענען נישט מאכן א פאום
בלייבט איר נאר מיט די פאר אלטע לייט אין אלד-עידזש האום

רויטע וואנצעס » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:11 am

· #253467
פידלער, basic contemporary קונסט געזעצן האבן געלאכט ביי די אנהייב פון די מאדערן ארט עפאכע.

אריינלייגן קונסט אין א באקס פון געזעצן איז נאריש און די היפך פון ארט. ארט איז וואס א געוויסע מענטש אדער מענטשן טרעפן אינטערטעינינג.

איך אויך » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:14 am

· #253468
שלום לעבן פארקאקט איז דער פארווערטס און פארקאקט איז דיין פסודו-פאזיע ,אלזא בלייב מיר געזונטערהייט פארקאקט און שלום על ק''ש בלי שלום.

שלום בערגער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:16 am

· #253470
אַ גוט װאָרט פעלט נישט
עזען עטלעכע מאָל אַז כ׳האָב מיקלאָמפּערשט נישט דערמאָנט קײן גוט װאָרט װעגן דער ק“ש דיכטונג. לײנט איבער דאָס שטיקל אַ צװײט מאָל. אָפּגעגעבן אַ גאַנצן פּאַראַגראַף קאָמפּלימענטן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:18 am

· #253471
די אמת איז אז שלום איז גערעכט פון א פארווערטס ליינערס פרעספעקטיוו. פאר זיי מאכן זיינע ווערטער אסאך סענס. און די ארטיקל איז טאקע אין פלאץ. אונזער בלאזעניש אויף דעם איז אויך בארעכטיגט פון אונזער פרעספעקטיוו.

בר דעת » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:23 am

· #253472
װ
ער ס׳װיל הײַנט לײענען אַ הײַנטיק חסידיש־ייִדיש װאָרט, װײסט אַװדאי, פֿון דעם װעבזײַטל „קאַװע־שטיבעל,” װוּ טױזנטער מיטגלידער שמועסן אַרום פֿאַרשײדענע טעמעס מיט דעם געװײנטלעכן אינטערנעץ־געמיש פֿון קלוגע, נאַרישע, גראָבע, פּראָסטע און גנאַי־רײד. אין מער װי אײן רובריק, פֿאַרשפּרײטן די דאָרטיקע שמועסניקע זײערע דיכטערישע פּרובירונגען.
איך דאַרף באַלד זאָגן, אַז איך האָב אױך פֿאַרפּירסומט מײַנע שאַפֿונגען דורך יענעם „שטיבל” (װוּ נאָך האָט מען אַזאַ געלעגנהײט?), און ס׳האָט זיך מיר געװאָרפֿן אין די אױגן די אונטערשײדן צװישן דער װעלטלעכער עסטעטיק און חסידישע מאָסן פֿון קונסט (אױב זײ זײַנען פֿאַראַן בכלל).
דאָס אַלץ איז מיר װידער געקומען אױפֿן זינען אין שײַכות מיט אַ פּאָעזיע־פֿאַרמעסט, צו װעלכן מע האָט מיך עטלעכע מאָל פֿאַרבעטן האַרט פֿאַר און בשעת חנוכּה. מיט אַ כאַראַקטעריסטישן ”קאַװע־שטיבעלדיקן” ענטוזיאַזם האָט מען כּסדר צעשיקט מעלדונגען, און געבעטן, מע זאָל אַרײַנשיקן דיכטונגען אױפֿן גרױסן פֿאַרמעסט. זײַענדיק אַ חסיד בלױז פֿון פּאָעזיע, און נישט פֿון קײן רבין, האָב איך זיך דערפֿרײט, אַז צום ערשטן מאָל זעצט מען אַװעק אױבן־אָן נישט אַ צדיק, נאָר דעם ציל פֿון רײנער פּאָעזיע.
פֿאַר יענעם װאָס אינטערעסירט זיך אין דעם גענױעם אינהאַלט, װעל איך דאָ אָנגעבן די פֿאַרבינדונג צו דער אױסגאַבע, װאָס מע האָט פֿאַרשפּרײט. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7721">viewtopic.php?f=50&t=7721</a><!-- l -->
מע האַלט נאָך, בשעת איך שרײַב די שורות, אין זאַמלען די אָפּשטימונגען, כּדי צו באַקרױנען דעם געװינער מיטן טיטל פֿון „סאַמע בעסטן פּאָעט פֿון ׳קאַװע שטיבעל׳.”
זאָל עס אים, איר אָדער זײ װױל באַקומען. נאָכן בלעטערן די־אָ לידער איז מיר קלאָר, אַז איך, װי אַ מאָדערנער פּאָעט, און זײ, װי חסידישע דיכטער, װױנען און שרײַבן אױף װײַט אָפּגערוקטע פּלאַנעטן, מיזרח ממערבֿ.
כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די לידער זײַנען געװיסע מעלות און חסרונות. די מעלות זײַנען געצײלטע, נאָר לשם ברײטהאַרציקײט איז װיכטיק זײ אױסצורעכענען אױך: אַ געװיסע אָרנטלעכקײט, אַן עמאָציאָנעלקײט, װאָס־אױף־דער־לונג־אױף־דער־צונג. מע דריקט אױס די אַנטױשונגען מיטן אײבערשטן. מע גראַמט װי ס׳איז אַ נאַטירלעכע זאַך צו גראַמען, װי אַ דיכטער מוז גראַמען, װײַל קײן אַנדער ברירה איז נישטאָ. מיט לשון־קודשדיקע אױסדרוקן קאַרגט מען נישט, װי אױך מיט פֿאַררופֿן זיך אױף מאמרי־חז”ל. דאָס זײַנען, מיט אײן װאָרט, הײַנטצײַטיקע ייִדיש־פּיוטים. נישט אַלע זײַנען דװקא באַגרענעצט מיט רעליגיעזע טעמעס (אײן זאַך, װאָס גיט זיך אָפּ מיט אַ מין קלאָזעט־הומאָר, וואָלט מען בעסער נישט געטאָרט אָפּדרוקן בכלל), נאָר דער טאָן און סטיל זײַנען אַלע ענלעכע.

חסרונות פֿעלן אױך נישט. די גראַמען הינקען אונטער, די געפֿילן זײַנען האַמעטנע און איבערגעדראָשענע, מע זעט קײן מאָל נישט אַ שאַבלאָן, װאָס מ׳איז מסוגל זיך אױסצודרײען דערפֿון. אַלע מאָל אַ טרער. אַ זיפֿץ. אַ תּפֿילה. דעם אײבערשטן לאָזט מען נישט צו רו. אַלע מאָל יום־כּיפּורדיק.
כ׳דאַרף אױך אױסדריקן מײַנע געפֿילן װי אַ מאָדערנער לײענער, װאָס באַטראַכט פּאָעזיע װי אַ ספּעציעלן מין ליטעראַטור מיט אײגענע כּללים, מאָסן שײנקײט, און צילן אין דער ביכערװעלט. אַז מע לײענט די־אָ דיכטונגען – און מ׳איז באַרעכטיקט צו באַניצן זיך מיט אַזאַ טערמין אין אַ קריטיק, װײַל די דורכפֿירער פֿונעם פֿאַרמעסט האָבן דאָס דאָזיקע װאָרט טאַקע גענוצט – איז אָבער קלאָר, אַז קײן אײנער פֿון די כּלומרשטע פּאָעטן האָט קײן מאָל נישט געלײענט אַ ליד אױף ייִדיש, װאָס מע האָט אָנגעשריבן מחוץ די ד’ אמות פֿון דער גאָר פֿרומער ייִדישקײט. עלעהײ מע האָט נישט געהערט פֿון אָרטאָדאָקסישע שרײַבער, װאָס האָבן סײַ געשריבן װיכטיקע פּאָעזיע אױף מאַמע־לשון, סײַ געלײענט און אײַנגעזאַפּט די װיכטיקע שאַפֿונגען פֿון אַנדערע פֿעלקער און זײערע לשונות
.
מע קען טענהן, אַז די דאָזיקע שאַפֿונגען, װאָס גיבן זיך אָפּ מערסטן מיט איבערגעניצעוועטע געדאַנקען, פֿאָלקסטימלעכע גראַמען, און גרינגע עמאָציעס, זײַנען פּירות פֿון אַ בעל־פּה־קולטור, װאָס בליט נאָך אױף ייִדיש בײַ די חסידים בשעת די, װאָס ס׳גײט זײ אָן די מאָדערנע, װעלטלעכע ליטעראַטור, װי דער שרײַבער פֿון די שורות, זײַנען שטעקן געבליבן בײַ דער אַלטער ביכער־פּאָליצע פֿון „ייִדישיסטן ייִדיש”, װאָס איז שױן עבֿר־זמנו.
צוריקגערעדט, אָבער, איז דאָס אַ בכּתבֿ־פּראָיעקט. דאָס „קאַװע־שטיבעל”, לױטן נאָמען, איז אַװדאי אַ פֿאָרום אױף געלעגנהײט־שמועסן, נאָר מיט אַזאַ פֿאַרמעסט, װאָס מע האָט אַרױסגעגעבן אין אַ ביכער־פֿאָרעם און אַפֿילו רעדאַקטירט, װאַרפֿט זיך אין די אױגן, אַז מע שטרעבט צו דעם ניװאָ און כּבֿוד פֿון געדרוקטן װאָרט.
בײדע טענדענצן קענען פֿירן אַ קאָ־עקזיסטענץ, און דאָס טוען מיר אַלע הײַנט צו טאָג, שרײַבער און לײענער, אין דער בעל־פּה־ און שריפֿטלעכער װעלטן מיט אײן מאָל. אַ מאָל איז מען נישט זיכער, פֿאַר װאָס און פֿאַר װעמען מע שרײַבט.
כ׳װאָלט אָבער געװאָלט זען אַ חסידישע פּאָעזיע, װאָס איז גרײט צו באַקענען זיך מיט אַנדערע ליטעראַטורן, מיט דער ייִדישער דיכטונג פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט; זיך אַ ביסל אָפּצוגלאַנצן אָן צו פֿאַרלירן די רױע מראה פֿון אַ פֿריש־אָפּגעהאַקטן שטיק האָלץ. כ׳װאָלט זיך געװאָלט זען חסידים רעדאַקטאָרן, װאָס זײַנען גרײט אָפּצוּװאַרפֿן אַ ליד, בעטן תּיקונים און ענדערונגען, װאָס טרײַבן אונטער די שרײַבער צו העכערע מדרגות. אָדער, אױב דאָס לאָזט זיך נישט גרײכן, איז כאָטש צו דער שאַפֿערישקײט און גראַם־מײַסטערשאַפֿט פֿון אַ ליפּאַ שמעלצער.
איך װאָלט געװאָלט איבערשיקן אַ לײענער צו אַזעלכער „קאַװע־שטיבעל”־פּאָעזיע נישט גלאַט אַזױ צוליב חסידישקײט, נאָר צוליב די װערטער, װאָס מע בינדט צונױף. אױב מ׳איז נישט גרײט אױף דעם, װאָלט מען אַדורכגעלאָזט אַ געלעגנהײט.


איך האב קאלירט אלע קריטיק אין רויטע קאלירן, און די פארגינערישע רייד אין בלוי, אלזא זאגט מיר שלום וויפיל גוטס האט איר געטראפן אין א פארום ווי עס שרייבן דערדרוקטע מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געלערנט קיין שום קונסט אדער ליטעראטור, און אויף די אייגענע אינציאטיוו, אפט קעגן די רבנים, עלטערן, ווייבער, שרייבן, און פרובירן צו הנאה האבן פון די וואלט פון קונסט.
אוון אז מען רעדט שוין, ווייזט אונז זיי אזוי גוט ליפא שמעלצער'ס הויכע השגות אין קונסט

יאיר » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:40 am

· #253476
[ציטאט אראפגענומען]

איך זע נישט אז די קאווע שטיבל ליינער זאלן זיין אזוי "ברייט". יעדן מאל וואס שלום שרייבט א פאעם אויף דעם מאדערנעם שטייגער (וואס איך וועל מודה זיין אז איך הויב נישט אן צו פארשטיין) באגיסט מען אים מיט א קיתון של שופכים פון אלע זייטן. ווען איך האב זיך געוואגט צו זאגן אז דער טראסק וואס מען מאכט ארום די פאעמס איז איבערגעטריבן און קינדיש האט מען מיר אטאקירט פאר די שרעקליכע חוצפה צו זאגן א ווארט קריטיק (כאטש איך האב געהאלטן אין איין קאמענטירן און קאמפלימענטירן די פאעמס, פון וועלכע איך האב באמת הנאה געהאט). און ווען די אייוועלט ליינער האבן געשריבן כלומר'שט צו אלטמאדיש (הגם איך האב נישט געזען קיין ערנסטע חילוקים צווישן זייערע פאעמס און אונזערע) האט מען אויך געטריבן פון זיי ליצנות און נישט פארגינען א גוט ווארט.
רבותי, ווי פידלער האט געזאגט, אויב מען וויל זיך לערנען מוז מען אננעמען קריטיק. אויב די קריטיק איז אמת דאן קבל את האמת ממי שאמרו. און אויב ס'איז שקר דארף מען זיין גענוג ערוואקסן זיך צו אויסלאכן און איגנארירן. דאס צוריקשיסן מיט נארישע קאונטער אטאקעס מאכט אונז אויסזען ווי קליינע קינדער.

פידלער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:50 am

· #253477
יאיר
[ציטאט אראפגענומען]

איך זע נישט אז די קאווע שטיבל ליינער זאלן זיין אזוי "ברייט". יעדן מאל וואס שלום שרייבט א פאעם אויף דעם מאדערנעם שטייגער (וואס איך וועל מודה זיין אז איך הויב נישט אן צו פארשטיין) באגיסט מען אים מיט א קיתון של שופכים פון אלע זייטן. ווען איך האב זיך געוואגט צו זאגן אז דער טראסק וואס מען מאכט ארום די פאעמס איז איבערגעטריבן און קינדיש האט מען מיר אטאקירט פאר די שרעקליכע חוצפה צו זאגן א ווארט קריטיק (כאטש איך האב געהאלטן אין איין קאמענטירן און קאמפלימענטירן די פאעמס, פון וועלכע איך האב באמת הנאה געהאט). און ווען די אייוועלט ליינער האבן געשריבן כלומר'שט צו אלטמאדיש (הגם איך האב נישט געזען קיין ערנסטע חילוקים צווישן זייערע פאעמס און אונזערע) האט מען אויך געטריבן פון זיי ליצנות און נישט פארגינען א גוט ווארט.
רבותי, ווי פידלער האט געזאגט, אויב מען וויל זיך לערנען מוז מען אננעמען קריטיק. אויב די קריטיק איז אמת דאן קבל את האמת ממי שאמרו. און אויב ס'איז שקר דארף מען זיין גענוג ערוואקסן זיך צו אויסלאכן און איגנארירן. דאס צוריקשיסן מיט נארישע קאונטער אטאקעס מאכט אונז אויסזען ווי קליינע קינדער.


Very well said
I agree with your comment in its entirety, but I want to finger this specific point you made
און ווען די אייוועלט ליינער האבן געשריבן כלומר'שט צו אלטמאדיש (הגם איך האב נישט געזען קיין ערנסטע חילוקים צווישן זייערע פאעמס און אונזערע
True. I found the level of art in the IVelt poems equivalent to the level of art in KS's. True, their poems were more preachy and moralizing, but the art factor was the same

יאיר » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:52 am

· #253478
פון די אנדערע זייט, וואלט איך געראטן שלום אז טאמער ער וויל מ'זאל מקבל זיין זיינע ווערטער נישט בלויז ביי די 20 אידן וואס ליינען נאך יידיש אין דעם פארווערטס, נאר אויך ביי אונז, דארף ער שרייבן קריטיק אויף א מער קאנסטראקטיוו וועג. זאל ער ארויסברענגען וועלכע פאעמס ער האט מער אדער ווייניגער ליב געהאט און פארוואס, און וועלכע אמאליגע יידישע פאעטן זענען געראטן צו ליינען וכדו'.

שלום בערגער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:56 am

· #253479
איר זײט גערעכט פאַרשטײט זיך
איך דאַרף דאָס טאָן. און איך דאַרף מער אָפט לײענען די ק“ש־לידער.

אָנהײבן מוז מען מיט אָט די

ישראל שטערן
צײטלין
גלאַטשטײן
לעיעלעס
דראָפּקין
מאַרגאָלין
סוצקעװער
מרים אולינאָװער

שלום בערגער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:57 am

· #253480
אַ בעסערע שאלה איז אָבער
אױב חסידישע פּאָעזיע איז אַ זאַך פאַר זיך, און מיר דאַכט, אַז יאָ –

װאָס מאַכט אַ חסידישע דיכטונג פאַר אַ גוטער? צי אַ שלעכטער?

בר דעת » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:00 pm

· #253481
יאיר און פידלער, איך זעה נישט פארוואס מען דארף זיך באגיין אזוי זיידן צו שלום, קריטיק איז א גוטע זאך, און עס איז יתכן אז מיר קענען נוצן אסאך תיקון און אסאך פון אונז דארפן אויספאלישן אונזער פאעזיע צו די היינטיגע מאדערנע לעוועל. אבער די ארטיקל פון בערגער איז געשריבן זייער אראגאנט און איגנאראנט אן פארשטיין אונזער זייט.
ער האט זיך אויפגעפירט ווי מען זאגט אין מאמע לשון ווי אן עס האול, וועל איך אים דעריבער קריטיקירן. עס איז קינדיש אים צו פארטיידיגן בלויז ווייל ער איז נישט קיין היימישער און עס איז א "כילעלהאשעם", איך ענטפער ווי איך וואלט געענטפערט ווען מען קריטיקירט אונז ביליג אין דער איד. בערגער האט נישט געשריבן שיינע קריטיק נאר דעגראדירנדע און גאווה'דיגע, א שאנדע אויף אים

יאיר » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:06 pm

· #253483
א) מען דארף זיך באגיין "זיידן" מיט שלום ווייל מען דארף זיך באגיין "זיידן" מיט יעדן מענטש. דער תירוץ אז "ער האט אנגעהויבן" באלאנגט אין כתה א'.
ב) די צרה איז אז רוב ליינער דא כאפן נישט אז קריטיק אויף קונסט אין דער מאדערנער וועלט איז נישט געמאכט צו מאכן שפירן גוט דעם שרייבער, עס איז געמאכט צו זאגן דעם מיינונג וואס מען האלט פאר ריכטיג. יעדן טאג ווערן פאבליצירט נעגאטיווע איבערזיכטן אויף ביכער, אפילו אויף גאר פראמינענטע שרייבער, און ווען דער באטרעפנדער קען זיך נישט איינהאלטן און שיסט צוריק מיט א קאונטער אטאקע האט עס אזא פנים ווי די תגובות דא. אויב מען וויל א קלאפ אין רוקן און אן אגודל אויף ארויף קען מען גיין קיין אייוועלט.
ג) אמת אז אין שלום'ס ווערטער האט זיך געהערט א שטארקע זלזול אויף די "אלטמאדישע" חסידים, און דאס איז טאקע נישט שיין פון זיין זייט.

בר דעת » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:10 pm

· #253485
זייט מיר מוחל קריטיק אויף שרייבער און פאעטן וואס געניסן פון געלט כבוד און השפעה איז זייער נארמאל. אז א גרופע חסידישע יונגעלייט האלטן זיך אונטער און פרובירן צו שרייבן אנאנים אביסל פאעזיע לויט וויפיל זיי קענען דארף מען זיי געבן חיזוק און קאנסטרוקטיווע קריטיק און נישט פראסקען אין פנים מיט שאנד און שפאט, בפרט ווען ער איז דא, ער האט הנאה אז עס זענען פארהאן מענטשן אונטער אכציג וואס רעדן אידיש, זאל ער נישט שפייען אין קוואל ווי ער טרונקט, ער האט מיר פערזענליך וויי געטון און פארשעמט

יאיר » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:11 pm

· #253486
אגב, אין דער ניו יארק טיימס "בוקענד" סעקשאן איז געווען לעצטנס א שמועס צו שרייבער זאלן ענטפערן זייערע קריטיקירער. איך וועל ציטירן עטליכע פאראגראפן וואס זענען מיר געווען אינטערעסאנט:
To answer the question directly: No, no, a thousand times no. A writer should not respond to his or her critics. A writer should rise above, in radiant aloofness. Sometimes that’s not possible, of course. I was drinking with a friend in London when he spotted, on the other side of the bar, a man who days before had reviewed him cruelly in a national newspaper. My friend grew agitated. “I’ll punch him in the face!” he said. “No, wait. I’ll buy him a drink!” He paused. “What should I do?” He had no idea, and neither did I. Aggression, under the circumstances, seemed quite as promising/­futile as magnanimity. I don’t even remember what he did in the end. The point is: You can’t win.
Getting a bad review is no longer an elite experience. Writers and non-writers, mandarins and proles, we’ve all been trolled, oafed, flambéed in some thread somewhere, at the bottom of some page. Scroll down, scroll down, take that Orphic trip into the underworld of the comments section, and there they are — the people who really object to you. Their indignation, their vituperation, is astonishing. It seems to predate you somehow, as if they have known and despised you in several former existences. You read their words and your body twitches with malign electricity. You must get out of this place immediately, run toward the light. Let the dead bury their dead. And don’t look back — because if you do, like Orpheus, you’ll lose what you love the most.
Perhaps the most persuasive incentive for restraint in these matters is the fact that aggrieved authors so rarely get the tone of their retaliations right. Rage impairs style. I have sat up more nights than I care to admit, mentally composing responses to critics who I felt had treated me poorly. It is easy, in the delusion-prone small hours, to imagine that I am constructing brilliant and devastating ripostes. But come morning, the inventions of nighttime are invariably revealed as peevish, self-important whines. A truly effective answer to a critic — one that isn’t hobbled by grandiosity or pettiness — should be funny. It’s hard, however, to summon up persuasively witty, insouciant prose when you are burning with offended pride. You either surrender to childish insult (“X is a moron!”) or you embarrass yourself with industrial-strength sarcasm (“Loath as I am to question the exquisite judgment of X, I feel that I must point out . . . “). Either way, you end up sounding like a dope.

מאטי » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:13 pm

· #253487
איך בין נישט זיכער, אבער איך דענק אז שלומ'ס סטיל ארטיקל איז אין א געוויסע וועג געקעיטערט צו א חסידים-האסענדע עלעמענט, און ער האט מעגליך אפילו נישט באוואוסטזוניג געריטן אויף דיזע געפילן. אלנפאלס איז אודאי דא וואס זיך צו לערנען פון זיינע רייד.

אפטעמיסט » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:15 pm

· #253488
יאיר ביסט גערעכט. יעדעס מאל שלום שרייבט (אדער שרייבט ניט) עפעס באגיסט מען אים טאקע בקיתון של שופכים, אבער וויפיל מאל האט מען אים געבעטן בתחנונים אז ער זאל פותר זיין זיינע חלומות. א שיינעם תירוץ אז פאעזיע קען מען נישט, און מ'טאר נישט ערקלערן.
יעדער תינק שצריך לאמו קען שרייבן אומפארשטענדליכע פראזען וואס קלעבן נישט קיין ווארט איינס מיט'ן אנדערן און מ'וועט קענען אריינטייטשן גאנצעטע שיעורים אין פיזיקס און כעמיע דערונען.

איך געדענק ווען שלום האט ארויסגעגעבן א בוך מיט פאעזיע אויף חומש (אין האשכול תחת ידי) האב איך עס ערענסט געפלאנט צו קויפן און זיך איין מאל פאר אלעמאל אויסלערנען פאעזיע, אבער א שנעלע בליק האט מיר געוויזן אז א שיעור אין דניאל איז גרינגער.

זיין ארטיקל דערמאנט מיר פון מיין מלמד אין חדר וואס האט געשריגן חי וקיים אז פאפיטעס איז א מאכל בהמה, ווייל ער האט עס נישט געגליכן.

ישראל קאפקע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:29 pm

· #253491
רויטע וואנצעס
די אמת איז אז שלום איז גערעכט פון א פארווערטס ליינערס פרעספעקטיוו. פאר זיי מאכן זיינע ווערטער אסאך סענס. און די ארטיקל איז טאקע אין פלאץ. אונזער בלאזעניש אויף דעם איז אויך בארעכטיגט פון אונזער פרעספעקטיוו.

דער אמת איז אז שלום בירגער איז אביסל גערעכט, און די זייטל וואו דער ארטיקל איז פובליצירט געווארן פארלאנג אויך א געוויסע סארט קריטיק/דעקונג איבער די 'אומוויסנדע חסידים'.

אבער צווישן די עטליכע דרייסיג פאעמעס געפונען זיך עטליכע גאר שטארקע זאכן. עטליכע פון זיי וואס זענען ממש פליאה'דיג זענען געשריבן אין לשון הקודש (וואס איך קלער אז ר' שלום פארשטייט אפשר נישט אזוי גוט).

אבער אפילו נעמענדיג אין אכט די פלאטפארמע וואו ער האט פארשפרייט זיין קריטיק, האט ער געמעגט אנגעבן אז מען רעדט פון סתם דורכשניטליכע ליינער (א גרויסע חלק פון זיי גאנץ יונג). איך גלייב נישט אז ווען 'פארווערטס' באקומט פאעמעס פון צען פראצענט פון זייערע געווענליכע ליינער דרייסיג יאר צוריק, וואלטן זיי געצייגט מער קונסט ווי אונזער שושנים פאעזיע פארמעסט.

שלום בערגער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:30 pm

· #253492
נעגאַטיװקײט
נעגאַטיװ בין איך געװען נאָר אסור צי איך זע װאו כ׳האָב חלילה אױסגעדריקט „האַס“ צו חסידים. איר קענט אפשר אָנװײזן דערױף?

פליקער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:31 pm

· #253493
איך מיז זאגן אז איך בין א קנאפער מבין בכלל אויף פואעזיע, ווי שוין עטליכע מאל ערוועינט, אבער ווען שלום קומט אריין מיט זיינע קואד שפרייך וואס דאכט זיך מיר קיינער פארשטייט נישט, אבער ווען ער וואלט געוועין א מאן פון דאזיגען פלאנעט העטער וועין זיך געבראכן צים דראנג פון די פילע מיטגלידער דא וואס פריוון צי ברעכן זיין קאוד שפרייך, און כאטש איין מאל מסביר געוועין וואס ער וויל זאגן, לאזט ער דעים עולם ווישן זיין התגלות הפנמיות, און גייט פארוואנדלען דעים גאנצן ציבור דא און קארץ קעפיקע פאר די חברה אויפ פארווערץ וואס פארשטייען נישט נאר אינזער פאעזיע נאר פארשטייען נישט זיין אויך נישט.

שלום בערגער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:33 pm

· #253495
נאָך עפּעס - לה“ק
געלײנט די לשון־קודשע לידער אױך. אינטערעסאַנט, אַז איר מײנט כ׳האָב זײ נישט געלײענט אָדער פאַרשטאַנען. אין אַרטיקל בין איך געװען אױסן די אידישע לידער.

מאטי » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:34 pm

· #253497
שלום בערגער
נעגאַטיװ בין איך געװען נאָר אסור צי איך זע װאו כ׳האָב חלילה אױסגעדריקט „האַס“ צו חסידים. איר קענט אפשר אָנװײזן דערױף?

מ'מוז נישט ארויס שרייבן דאס ווארט "האס" ס'זאל זיך ליינען האסיג. מ'מיינט דא די זלזול צום פאקט אז "ארט" און "חסידים" גייען נישט אינאיינעם וויפיל זיי פרובירן נאר נישט.

פידלער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:55 pm

· #253503
מאטי
שלום בערגער
נעגאַטיװ בין איך געװען נאָר אסור צי איך זע װאו כ׳האָב חלילה אױסגעדריקט „האַס“ צו חסידים. איר קענט אפשר אָנװײזן דערױף?

מ'מוז נישט ארויס שרייבן דאס ווארט "האס" ס'זאל זיך ליינען האסיג. מ'מיינט דא די זלזול צום פאקט אז "ארט" און "חסידים" גייען נישט אינאיינעם וויפיל זיי פרובירן נאר נישט.


אויב די קאווע שטיבל פארום איז א ראיה, גייען ארט און "געוויסע" חסידים גאר גוט צוזאמען. די קונסט וואס ליגט אין די שרייב ארבעט פון פיל פון די תגובות דא זענען אומגלויבליך! די פארשטאנד און appreciation פאר געוויסע פעינטינגס און פאטאגראפיע איז עניטיים equivalent צו סעקיולער פארוםס (at least, according to how I deem it). די דיסקאסיעס איבער מוזיק און פילם זענען סאפיסטיקירט. אפילו אין די וועטער באריכטן ליגט א מין ארט! אבער פאר סאם ריעזען, ווען ס'קומט צו פאעזיע ווערט מען אזוי defensive און זיכער מיט זיך אז מ'האט זיך גארנישט צו לערנען, און קיין שום outsider האט אונז נישט וואס צו זאגן ווייל דאס איז אונזער וועג און מיר קענען עס די בעסטע.

געפילטע פיש » פרייטאג פעברואר 13, 2015 1:16 pm

· #253505
קיין פאעט אדער דיכטער בין איך נישט, און איך האב נישט אריינגעגעבן קיין פאעזיעס צום פארמעסט, קלער איך אז כ'בין גענצליך אום בייעסד דא. איז קודם כל ר' שלום, אז דער עולם שטורעמט אזוי פון דיינע קריטיק מיינט דאס אז מ'קוקט ארויף אויף דיר, דיין ווארט איז ווערט עפעס. ווען א שרייבערל אויף אייוועלט וואלט געשריבן ס'זעלבע וואלט מען זיך אויסגעלאכט, געווישט מיט די נאז, אדער צוריק געטשעפעט, דא זעט מען אבער ריכטיגע אויפברויז, און לדעתי, איז עס אויך אביסל בארעכטיגט.

דאס וואס דו רעכענסט אויס א חיסרון אז די פאעזיעס זענען נישט לויטער יידיש, נאר "מיט לשון־קודשדיקע אױסדרוקן קאַרגט מען נישט, װי אױך מיט פֿאַררופֿן זיך אױף מאמרי־חז”ל" פארשטיי איך אינגאנצען נישט, אונזער אידיש, חסידיש אידיש, האט אין זיך א שלל פון לשון קודש, מאמרי חז"ל זענען ביי אונז בני בית, און לכאורה וועט איר טרעפן אין יעדע זאץ וואס ווערט געזאגט אין א שמועס פון חסידישע אידן לפחות א קיימא לן פון צוויי דריי לשון קודש'דיגע ווערטער. דאס קוקט מיר אויס ווי איינער זאל קריטיקירן ענגלישע פאעטרי פארן האבן איך זיך ווערטער וואס האבן א לאטיינישע אדער דויטשע אפשטאם.

אויך דאס וואס איר האלט א פובליק פארום, וואס איז נישט א פאעזיע פארום, ניטאמאל א קונסט פארום, סך הכל אפאר חסידיש-אידיש רעדענדע אידן וואס קומען פארברענגען דא. טאמער איך און דו וועלן שפילן א באסקעט באלל פארמעסט, וועסטו עקספעקטירן א ספארטס אנאליסט זאל דיר זאגן אז דו שפילסט נישט פראפעסיאנאל? אויף איין זייט איז שיין פון אייך אונז צו האלטן אויפן אולימפיק שטאפל, אבער פונעם אנדערן זיין זענט איר אומרעאליסטיש. אויסער דעם מיין איך אז געוויסא נואנסן (וויאזוי זאגט מען nuance אויף יידיש?) פונעם חרידשן קולטור פעלן אויס כדי צו קענען מעריך זיין און אפרישיעיטן געוויסע חלקים פון די פאעזיע שטיקלעך, וואס דאס וואס איר זענט א דרויסענדיגער צו אונזער קולטור האט איר נישט פארשטאנען וואס מ'וויל זאגן.

אזוי צו אזוי, ס'איז שיין אז קאווע שטיבל באקומט אביסל דעקונג, ווי זאגט די וועלט? any publicity is good publicity, אבער קומענדיגע מאל פראבירט אויסצוטוהן אייערע condescending גלעזער.

א גוט שבת.

אפטעמיסט » פרייטאג פעברואר 13, 2015 1:25 pm

· #253507
@פידלער
קיינער האלט נישט (עכ"פ איך האלט נישט) אז מיר האבן זיך נישט וואס צו לערנען אויפ'ן געביט פון פאעזיע, אבער אוועקמאכן אזוי כלאחר יד ווי כאילו גארנישט אינטערעסאנט און קונסטליך איז פארהאן דא, איז נאריש. דאס דלות און שיר החסידים זענען נאך אזוי געלונגען אין פאכמאניש ווי דער קריג קעגן קראצמעך און צווישן פינצער אין ליכט

אפטעמיסט » פרייטאג פעברואר 13, 2015 2:31 pm

· #253516
איך האב אויך באמערקט די גרייז "שטיבעל" נאר כ'האב מורא געהאט אז ס'שטעלט זיך אויס אז ניטאמאל אויסלייג קענען מיר.

זיין קאמענטאר וועגן מיר, שרייבער, און די אויבן-אן וואס מיר שענקען פאר די רבי'ס, איז יענס געלעכטער.

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 13, 2015 2:38 pm

· #253517
און קלוגשאפט האט געשוויגען. אויך אביסעל געשריבען. בארואיגט אייך אידן און יידן. שיינע זאך א איד האט אנגעשריבען אן ארטיקל וועגן אונזער פאעזיע פארמעסט אין א צייטונג וואס ווייזט אויס מען דרוקט נאך אויף פאפיר און עס פארמאגט גאר אפילו ליינער אויך. יעצט איז עס ארויף אויפ'ן אינטערוועב, מסתמא האט דאס געשיקט אייניגע לעזער פון דער נייעס פאפיר אויף אונזער ארט ליינען אונזערע פראזן. נו וואס קען זיין פעלעריג אין דעם.

דער באשרייבונג פאר זיך איז א טייל פון ארט, פארהאן א פאכמאנישקייט אין באשרייבונגען איבער שרייבען ווי אין דער שרייבען זעלבסט. אונזער פריינט ר' שלום שרייבט ווערק אויף זיין גאנג און באשרייבט אויף זיין גאנג, די גאנג וואס איז גאנגבאר אויף די ערטער ווי זיינע שרייב-ווערק פיגורירען.ברענגט ארויס די בעסערע טיילן און די שוואכערע טיילן פון אונזער ווערק, און כאראקאטאזירט אונז אויף זיין אייגן ארטיסטיש וועג, ווי עס שרייבט א קריטיק. דער שרייבאכץ, צוזאם מיט דער שרייבאכץ צו דער שרייבאכץ, גיט אלץ צו קאליר צו דער שמועס, און פארעמט צוזאם אינאיינעם א שיין געשעהניש צו דערציילען.

אלזא קאווע שטיבל שרייבער און ליינער פון קאווע שטיבעל וואס האט עטס זיך צו שלאגען, שלום שמו ושלום נעשה, ולכם שבת שלום.

מאטי » פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:12 pm

· #253530
און פארשטייט זיך די איצטיגע אויפברויז דא אויף בערגער'ס געשרייבעכטס ווי אויך לעיקוואדס בארואיגונגס מיטלען זענען אויך א חלק פון די ארט-סאגא.

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:18 pm

· #253532
אױב דאָס לאָזט זיך נישט גרײכן, איז כאָטש צו דער שאַפֿערישקײט און גראַם־מײַסטערשאַפֿט פֿון אַ ליפּאַ שמעלצער.


אזוי גאר, ניטאמאל ווי ליפא שמעלצער זענען מיר?!

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:20 pm

· #253533
מאטי
און פארשטייט זיך די איצטיגע אויפברויז דא אויף בערגער'ס געשרייבעכטס ווי אויך לעיקוואדס בארואיגונגס מיטלען זענען אויך א חלק פון די ארט-סאגא.

ווען נאר דער עולם דא וואלט ארויסגעדרוקט זייער כעס מיט אביסעל מער קונסטלישע פראזן און נישט מיט אזוינע פשוט'ע געשרייען וואלט דאס געווען בשלימות.

נהורא נפישא » פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:02 pm

· #253538
וויי איז מיר, מען טאנצט שוין מה יפית צו די אייגענע אידן (וויל איך נישט שרייבן יידן) נעכטן האבן מיר געגעסן קוגל פון איין טעלער און איצט דארף איך אים שטיין אן אויסגעפוצטער כעבדא קמא מריה (וויל איך זיך דוקא יא באנוצן מיט מאמרי חז"ל)

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:33 pm

· #253542
איך ווייס נישט וואס איז מיט ענק, אבער מיר האט אויסגעזעהן אז די נקודות פון שרייבען לשון קודש ומאמרי רזל האט שלום ארויסגעברענט אין די פארגראף פון די מעלות דווקא. (אדער עכ"פ אלץ אן אבייעקטיווישער אפשאצונג), עפעס זעהט מיר אויס אז דער עולם וואס איז נישט רגיל אין די יידישיסטשע שפראך האט פאלש געליינט אסאך זאכען אין דער ארטיקל דאס איז נאר א משל. אפשר קען @שלום בערגער אויסקלערן.

לעיקוואד » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:16 pm

· #253569
על כל פנים יעצט פארשטיין מיר די אייוועלט סטייל אידן וואס ווערן אזוי נערוועז ווען די קאווע שטיבל סארט אידען שרייבען פארשידענע סארט קריטיק אויף זייער מהלך.

איחוד פעלד » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:40 pm

· #253577
שלום בערגער
נעגאַטיװ בין איך געװען נאָר אסור צי איך זע װאו כ׳האָב חלילה אױסגעדריקט „האַס“ צו חסידים. איר קענט אפשר אָנװײזן דערױף?


מען דעבאטירט צו שלום קען לשון קודש.

ער קען קיין אידיש נישט. אצינדער קען איך שוין פארשטיין זיינע פאעזיעס וואס די אידיש קלעבט פשוט נישט, און מען דארף האבען דער חריפות פין רבי ר' יונתן צו לערנען פשט און קענען מקשר זיין די ווערטער איינער צום אנדערען.

נאר אסור צו איך זעה, א נייע אויסדריק, אופס אפשר שטייט עס אין איינער פין די יוואנער בלעטער, גיי ווייס, וואס איז א חילוק.

אונז זענען א באנטש פין בעיביס ממילא, אזוי צו אזוי, ווייל מיר אינטרעסירט נישט זיין צואת הפה, כ'האב אפיו נישט דורך געליינט זיין פארווערטס, אסור צו איך ליין.... נאר אונז סטופיד ליינערס נעמען זיך צום הארצען אז אין א צייטונג וואס האט מן הסתם ווייניגער ליינערס ווי אונזער ק"ש האט איינער א מן הארץ וואס פארשטייט נישט אונזער קולטור, אונזער נשמה, און אפילו אונזער שפראך אונז קריטיקירט מיט פאלשע קריטיק. ווער קערט?

איך אויך » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:51 pm

· #253580
איחוד ,כ'מוז מאכן א שהחינו ווייל איך געדענק נישט אינעם לעצטן יאר זאל איך האבען אזוי מסכים זיין צו דיר.

chusid » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:11 pm

· #253583
וואס איז טאקע פשט פון דע 'אסור צו איך זע'... איך ברעך מיך קאפ...

שלום בערגער » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:53 pm

· #253592
אויסקלארן א פאר זאכן
1. כ'האב קיין מאל ניט געזאגט אז דאס ניצן מאמרי חזל צי ל"ק אין פאעזיע איז שלעכט. כ'בין אן אידיאט? אלע יידישע פאעטן באניצן זיך מיט ל"ק. כ'האב דאס פשוט אויסגערעכנט ווי כאראקטעריסטיק פון חסידישער דיכטונג. זייט ניט דעפענסיוו.

2. מע מעג קריטיקירן יענעם אן צו זיין 100% פערפעקט. 90% פון וואס כ'שרייב איז שטות, ווי ביי אלע שטערבלעכע שרייבערס. פון דעם איז ניט אויסצודרינגען אז כ'טאר ניט עפענען א פיסק און מצפצף זיין אויף אייערע זאכן.

3. איר באליידיקט מיך און מיינט אז כ'האב געשריבן צו שטארק?! איר לייענט וואס איר שרייבט?! אזעלכע ניבול-פה. פשששששש

4. יא, כ'ניץ ווערטער וואס זיינען ניט אקטיוו אין אייער אידיאם. גוט. איר רעדט ווי איר רעדט, כ'בין ניט קיין געבוירענער יידיש-רעדנדיקער. איר רעדט בעסער פון מיר. מאידך גיסא אבער איז א סימן, אז איר לייענט ניט גאר ניט וואס מע האט געשריבן מער ווי 5 בלאקן פון אייך, מער ווי 5 יאר צוריק. און *דאס* איז א סימן דלות.
בלאט: 1 2