☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » די קריג קעגן קראצמאך

די קריג קעגן קראצמאך

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7679

שלום בערגער » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 12:22 pm

· #238656
די קריג קעגן קראצמאך
די קריג קעגן קראצמאך
הייבט אן יעדן שחרית
ווען עס גרילצט אין די אויערן
ביי טירן און טויערן
דאס קלינגל און זינגל
פון בינג מיט קריס קרינגל.
איך שטעל מיין פיסנאגע
און אנטלויף פון דער חגא.
מיין שלום מיט קראצמאך?
א האטס מיך און זייטס מיך....

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 1:23 pm

· #238659
קראצמעך...
די מייז מיט די ראצן
זאלן זיך צוזאמקראצן
אין א נויט אויך מיין ריקן
מיט א מאסאדש אויספליקן
נאכן ברידיגע וואסער אויפן ריקן געבן גיס
ערשט דאן וועט מען זיך נעמען קראצן די פוס
פארשטייט זיך די אויערן מיט די הענטל פון די גלעזער
נאכן ענדיגן זיך אויסקראצן דערמיט די נעזער
מיט א בערשטל די בארד אויסקראצן מער האר בלייבט דעראין
אויך א סקרעטש אף לאטערי צו געבן א געווין
די שניי פון די פענסטער אראפקראצן פאר א נויט
ביז עס ווערט ״טשעפט״ מיין הויט
גראמען איך פראביר עס גייט מיר א רעטעך
ממש ווי מיין זיידע תרח...

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 1:55 pm

· #238661
פיסנאגע? (אפשר סתם 'פיס' וואס גראמט מיט חגא?)

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 2:07 pm

· #238663
ישראל קאפקע
פיסנאגע? (אפשר סתם 'פיס' וואס גראמט מיט חגא?)

<a class="postlink" href="https://www.google.com/webhp?hl=en&tab=mw&gws_rd=ssl#hl=en&q=%D7%A4%D7%99%D7%A1%D7%A0%D7%90%D7%92%D7%A2">https://www.google.com/webhp?hl=en&tab= ... 7%92%D7%A2</a>

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 9:40 pm

· #238754
יין שרף

גראמען איך פראביר עס גייט מיר א רעטעך
ממש ווי מיין זיידע תרח...

פון אלע ר' שלום פאעזיעס איז פונקט דער מסתמא די קלארסטע (אפשר דארף מען קענען די רעפעראנסען). א שאד האסט געדארפט שרייבען דיינע שיינע גראמען ערגעץ אנדערש..

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 11:05 pm

· #238766
איך האב סך הכל מבאר געווען ווי קראצמעך קומט אן צו אונז היימישע אידן הלכה למעשה.
און ניין! איך קען נישט די רעפעראנסען (און ניטאמאל די דעפעניציע פן די ווארט...)
מיט די לעצטע גראם האב איך ח"ו נישט געמיינט הר"ר שלום נאר אני הק' וואס גראמען און פאזיע איז פון מיינע לעצטע טאלאנטן.
אויב האט ר' שלום אדער סיי ווער געמיינט אז איך מיין אים בעט איך מחילה.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 1:55 pm

· #238861
חגא איז א מאדע
פאדלאגע איז א גראבע
פאזיע איז א פאביע
טונא פאר א לאבע
הו-הא זאגט שיינדעלע