א שאד, א שאד. א געלעגנהייט וואס וואלט אזוי גרינג געקענט ווערן אויסגענוצט זיך צו לערנען איינער פון דעם צווייטנס קולטור ווערט גענוצט צו מחרים זיין און שיסן אייער.
מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8276
בלאט: 1 2
קריטיק איז גוט. קאנסטראקטיוו קריטיק איז נאך בעסער.
שטעלטס ענק פאר אז א פילם קריטיק פון פראנקרייך קריטיקירט "אלע" אמעריקאנער פילמען, בלויז ווייל עס איז נישט אינעם ראמאנטיזירטע פראנסיא סטיל און שפראך, ניטאמאהל אריינגייענדיג אין א דין ודברים איבער געוויסע וואס קומען אולי יא נאך די סטאנדארטן למחצה לשליש ולרביע. קיינער וואלט זיך נישט געקימערט מיט אזא אומרייפע אומגעצייטיגטע "קריטיק".
הוא הדין מיט שלום'ס קריטיק. אדרבא, קריטיקיר ווי א מענטש. נעם כאטש איין שטיקל, ווייז וואס ארט דיך דערמיט, בוי אויף א קעיס.
זאת ועוד. די קאווע שטיבל פאעזיעס זענען קיינמאהל נישט געווען און וועלן קיינמאהל זיין פראפעסיאנעלע קונצווערק. עס זענען ארטיסטישע פראבעס פון אומטרענירטע הערצער. ס'איז ווערד וואס ס'איז ווערד, און בכלל נישט קיין קאנדידאט פאר קריטיק.

"און בכלל נישט קיין קאנדידאט פאר קריטיק"
דאס פארשטיי איך שוין.
יאירא שאד, א שאד. א געלעגנהייט וואס וואלט אזוי גרינג געקענט ווערן אויסגענוצט זיך צו לערנען איינער פון דעם צווייטנס קולטור ווערט גענוצט צו מחרים זיין און שיסן אייער.
I agree. But I want to add that Sholem (as well as most Yiddishists) aren't as ignorant of the chassidish lifestyle as we imagine. I'm continually surprised when I talk to secular Yiddishists to see how much I've underestimated them. Whether it's because they've read a lot of Yiddish literature or because they've befriended a number of chassidim, they are way more well versed in our lifestyles, minhagim, speech patterns, etc. than I'd expected before I got to know any of them. Also, the antagonism toward chassidim--so common among Yiddishists 2-3 decades ago--isn't in play anymore. For the most part (and yes, there are some exceptions), they would love to have a closer connection to chassidim, the only vibrant, growing community that still speaks Yiddish regularly.
כ'בין ניט בעסער פון אייך!
אוואו האב איך געזאגט אז כ'בין בעסער, קליגער, אדער א בעסערער שרייבער פון אייך?
הנני העני ממעש און כ'זאג אז כ'האב איבערגעלייענט די זאכן און עס פעלן זיי געוויסע מעלות.
איז דאס דאס ערשטע מאל וואס מע קריטיקירט אייערע שאפונגען? באמת?
wow

[ציטאט אראפגענומען]
ביי יעדער סארט קונסט איז נישטא א פארלאנג דערויף ביז מען אנטוויקלט א געשמאק דערין. דער עולם דא איז בדרך כלל זייער קלוג און רעלאטיוו אפן צו אן אנדערע מיינונג, נאר א געפיל צו קונסט האט מען קיינמאל נישט אנטוויקלט, פשוט ווייל עס עקזיסטירט נאר אויף א גאר קליינער פארנעם אין אונזער קולטור. אין קונסט איז שטענדיג דא א מקום זיך צו פארבעסערן און עפענען דעם קאפ און הנאה האבן פון א נייעם סארט קונסטווערק. די סיבה פארוואס מיר זאלן זיין אפן און פרובירן צו פארשטיין דער קונסט פון יענעם קולטור איז נישט ווייל עס איז דא א פארלאנג דערצו, נאר דוקא וויבאלד עס איז נישטא א פארלאנג דערצו.
עס קען אויך זיין
אז כ'בין ניט דער ריכטיקער קריטיקער. כ'בין צו א דרויסנדיקער, מאדנע, מאדערנער, וואס איר ווילט. צו פראסט, צו נאריש, ניט גענוג פרום, א שוואכער שרייבער, ניט גענוג דרך-ארץ אין דער קריטיק.
מילא. זאל די קריטיק קומען פון אינעווייניק. אוואו איז די יבנה פון דער חסידישער פאעזיע?

#טראלאלערט.
אלס דער רעדאקטער פון שושנים האב איך גאנץ פיין הנאה פון דער שטורעמישער סומאטוכע עס האט זיך געשאפן די לעצטע צוויי טעג, און הגם ביי מיר איז עס שוין עבר זמנו און איך שארף שוין די בלייען פאר דער קומענדיגער אינציאטיווע, קלער איך אבער וואס עס פעלט אויס קלאר צו מאכן, אז דאס אריינשטעלן אחכ די שושנים דיכטונגען אין איין און זעלבן זשאנאר איז א פונדעמענטאלע גרייז.
כאילו איך האב מיך באצויגן צום שושנים פארמעסט מיט א גייסט ווי א פראפעסיאנאל אוניווירזיטעט פארמעסט.
אין פאקט האב איך קלארגעשטעלט פאר'ן פארמעסט, אז קיין שום פאעמע, שמאעזיע אדער רעפ, וועט נישט אפגעזאגט ווערן, ווי איך האב מתחילה געשטעלט דעם ציל בלויז צו שאפן אביסל פארברענגען פאר'ן ציבור און גארנישט מער, געוויס נישט אז ס'זאל קומען באגלייט דייקא מיט א שטרענגען קונסט כאראקטער.
דורכאויס די גאנצע צייט האב איך מיך געהאלטען געטריי צו די פארשריפטן, און סיידן איין פאעזיע וואס האט אנטהאלטן בלויז פיר ליניעס און נאך איין פאעזיע וואס איז אריינגעשיקט געווארן אלס אן אומגעלונגענע וויץ, האב איך אלעס אריינגעשטעלט אינעם פארמעסט.
דעריבער איז נישט מער ווי נאטורליך צו טרעפן אינעם פארמעסט פון א גרויסן כלל באטייליגטע אן קיין שום סעלעקציע, שוואכערע און בעסערע קוואליטעט פאעזיעס.
אבער דאס אריינשטעלן אלע אונטער איין און דעם זעלבן שירעם פון פאראכטונג איז לדעתי נישט ריכטיג.

ר׳ שלום, כאטש כ׳האלט אז איר זענט כשר גערעכט (ס׳איז מיר לגמרי נישט קלאר על מה יצא הקצף אין אייערע ווערטער), איז שטארק מעגליך אז יש משום יוהרא פאר׳ן אופן וויאזוי איר האט דא אריינמארשירט וואכן נאכ׳ן פארמעסט און געשיקט דעם עולם צום פאר׳פיינטעטן פארווערט׳ס צו לייענען אפאר אומקלארע קריטיק רייד וואס איר האט דארט פארעפנטליכט ברבים.
דער אשכול איז אבער היפש געשמאק צו לייענען, אזא סארט וירטואלע דור הפלגה ווי יעדער פרובירט צו בויען א טורעם פון אומפארשטענדליכקייט אויפ׳ן רוקן פון אומפארשטענדליכקייט.
און אויף דערווייל, ווערט דער גארילע גאר נאך גרעסער…

מיינע צוויי סענטס איז אזוי . סקען זיין אז אינזער פאעיזיע איז נאך אין די ווינדלען אין ווייט פון פראפעשינעל אבער כאטש איז עס באטעמ`ט אין א געשמאק צי ליינען אין ברענגט ארויף א שמייכל אויף די לעפצען. ווי זאגט די וועלט פאר פאטעטא טשיפס דארף מען נישט דעוועלאפען א טעיסט
ווידעראום די נערישע געשרייבעכטס פון אינזער הויכגעשעצטער פאועט וואס קיינער פארשטייט נישט קיין ווארט אין סהייבט נישט אן צי קלעבען אין סמאכט נישט קיין סענס , זאג איך עם מוחל טובות אין יאג אפ פון דא . וואלט ער כאטש איינמאל מסביר געווען וואלט מען איינגעזען די גרויסע חכמה וואס ליגט אין די פאועזיע אבער למעשה פאר סאם ריעזען האט ער קיינמאל נישט זיך עקספלעינט אין דעס איז א גרויסע חוצפה אין דיסרעספעקט , אין סמאכט מיר טראכטען אין סהאט נישט קיין הענט אין קיין פיס . אינז דארפען נישט נעמען דיין קרעפ. רובא דרובא שרייבערס דא זענען פי כמה מער טאלאנטפול ווי דיר..

בערגער'ס דיסרעספעקט אויב ס'דא איז עס אטליעסט בשב ואל תעשה, ער איז זיך נישט מסביר קעי, ער עקט אראגאנט קעי. אבער די וועג וויאזוי מ'רעדט צו עם מיט לשונות ווי ''יאג זך אפ פון דא'', אדער ''קרעפ'' איז זייער נישט נימוס'דיג און ס'פאסט נישט. ס'מאכטיר נאר אויסזען קלענער
I disagree. מהאט געקענט זען פון די ערשטע מינוט א שטארקע זלזול. צי שרייבען א דור הפלגה פאועם אין הנאה האבן ווי מען פראבירט צי פארשטיין. אין ווען מען בעט עם ער זאל עס געבן צי פארשטיין מאכט מען זיך נישט צוטין . דעס שרייט זייער הויך אז די goal איז נישט פראפעשינעל פאועזיע נאר צי הנאה האבן וויאזוי מיר מאכען זיך צי נער אריינצילערנען פשט אין זיינע ווערטער .
איך האב געהאט דע פילינג פון day one
אדרבה איך challenge עם צי מסביר זיין זיינע פאועמס אין אינז וועלן אלע איינזען די גרויסע חכמה וואס ליגט אין דעם, אין איך וועל ציריקציען אין עם איבערבעטען ברבים , אבער וועסטי זען אז סגייט נישט געשען

געפעלט מיר ווי @שלום לייקט דא כמעט א יעדע תגובה, אין בעיקר די אקעגן אים...
Keep ur enemies closer...
אוי וויי. אוי וויי.
מען האט אונז אביסעל קריטיקירט. און מיר ווערן באליידיגט און מען הייבט אן שטויסען. עס דערמאנט מיר פון מקוה טענה׳ריי.
איך אליין האב אויך געשריבען א דיכטונג (קיינמאל געהערט די ווארט) אבער איך האב קיינמאל פרובירט אריינלייגען קונסט. איך האב געוואלט עס זאל זיין שמאלציג ווי א לאטקע לכבוד חנוכה. ויש קוראים לה ״שמאזיע״. איך האב געוואלט ווי מער זאלן פארשטיין און הנאה האבן.
פונקט אזוי ווי קלעסיקעל מוזיק איז קונץ. אבער פאפ מוזיק פארקויפט זיך אין די מיליאנען והוא הדין רעפ און היפ האפ. לויט די כללים פון מוזיק ליגט נישט קיין קונץ אין פאפ מוזיק.
מיר זענען גראפיטי. וואס מיט די צייט איז געווארן איר אייגענע ארט.
א דאנק אייך ר׳ שלוום פארן אויפוועקן און ארויסברענגען אונס ער אויפברויז. דאס וועט ברענגען אן אויפוואכונג.
און צו אייער שאלה. וואס איז גוטע חסידישע פאזיע און וואס נישט. לויט ווי שמאלציג די ווערטער זענען אלץ מער חסידיש איז דאס. אזוי ווי אונז חסידים מעסטן א גוט שטיקעל קוגעל אדער הערינג. מיר האבן ניט ליב א שיינע דארער יעקישע איגירקע. מיר האבן ליעב א שמאלציגען פעטן טשולענט וואס די טלית און בעקיטשע ווערן פארשמירט. מיר זענען מוותר אויף די שיינע ריינע אנטצוג.
מיר לייגן צו א ״ש״ צו די ווארט ״ניט״. די ש׳ איז פאר שמאלץ!
פארגעסט נישט. מיר רעדן א מארמאראשע רומענישע אידיש. וואס שטאמט פון פויערען וואס האבן ליעב געהאט דעם פערד און קעגעל ניט דעם ביכעל אדער פעדער.
אבער נאך אלעם. ר׳ שלום טייערע קומט קיין וויליאמסבורג וועלן מיר אייך היימיש אויפנעמען מיט א שמאלציגען געברוטענעם קישקע אז איר וועט פארגעסן פון אלע כללים און קונסט דיכטונגען.
אונזערס א העלזעל און א געבראטענעם דיכטעל איז בעסער ווי אייערע דיכטונגען...

געשמאַק און שמאַלציק
כ׳האָב תחילת בדעה געהאַט צו רופן מײן קומעדיק ביכל „פארקאקטע הוידל בוידל נפיחות“, נאָר איצט בין איך נישט זיכער, צי איך זאָל עס בעסער נישט רופן „שמאַלציק װי אַ לאַטקע לכבוד חנוכה“.
די באַשרײבונג פון חסידישער פּאָעזיע הנ“ל איז צװישן די בעסטע װאָס כ׳האָב אַמאָל געלײענט. און עס לײגט זיך אױפן שכל - נײן, עס רינט דערפון די סלינע אין מױל, כ׳האָב שױן חשק טועם צו זײן.
שטעלט זיך די פראַגע - איז דאָס אַלץ? מער װילט איר נישט?
װאָס שײך װילי - כ׳האָב אַלע מאָל ליב אַן אײנלאַדונג אױף טשאָלנט. מיטן שענסטן כבוד . איר זײט אַלע מאָל אױך פאַרבעטן צו באַלטימאָר אױף מײנעם (איך גרײט דאָס אַלײן).
נאָך פריער אָבער, אױב איר װילט (כ׳װײס ס׳איז נישט גרינג און כ׳בין נישט *אַזױ* אַן אַטראַקציע) קענט איר קומען מיך הערן דעם 22סטן מאַרץ אין בראָנקס בײ דעם אידישיסטישן שלום־עליכם צענטער.
אַ פרײלעכן מאָנטיק

איך וואלט דיך געראטן צו גיין מיטן ערשטן. און אגב אויך 'געב נישט אויף דיין דעידשאב'.
נײ בוך

ענדערש קומט א בילד פנעם ראדני ביהכ''ס אאופס פונעם בראנקסער שאלעם אלייכעם אידיש צענטער ביהכ''ס. אדערווייז איז עס פיין פאסיג.
איך אויך, טשיל! וואס האט ער געטוען צו דיר?! געשריבן אפאר ווערטער וואס דו פארשטייסט נישט? ווערטער זענען נישט קיין קוילן.
שלום בערגער
2. מע מעג קריטיקירן יענעם אן צו זיין 100% פערפעקט. 90% פון וואס כ'שרייב איז שטות, ווי ביי אלע שטערבלעכע שרייבערס. פון דעם איז ניט אויסצודרינגען אז כ'טאר ניט עפענען א פיסק און מצפצף זיין אויף אייערע זאכן.
דאנקע שיין פארן אנערקענען, מער ברויכן אונז ניט,
אבער איהר האט ניט ערקלערט וועלעכע 10% איז ניט שטות, אינז וועלן שוין מיזען אליין אויסוועלען וועלעכע 10% איז ניט שטות (אפשר די עטליכע ווערטער ווי איר לויב אינז אויס?)
א מיספארשטענדעניש
אדער בעסער געזאגט, עטלעכע.
1. קריטיק מיינט ניט אַז איך פייף אייך אַן, איך באליידיק אייער טשאלנט אדער שפיי אין אייער קאווע. ס'איז אין תוך אן עיקר פארעם פון מענטשלעכער באַציִונג, פון פארשטאנד.
2. א פאר לידער מיינע האב איך יא פארטייטשט ברבים. כ'האב דווקא אבער תמיד מטריח געווען צו ווארטן און הערן וואס חברה שותי קפה מיינט. ערשטנס, ווייל די פשטים אייערע זיינען אפט מאל בעסער פון מיינע. לא בשמים היא. דער לייענער האט שליטה איבערן טעקסט. דאס איז ניט חדר און איר זייט אַלע - מערסטנס - אינטעליגענטע דערוואקסענע. אייערע מיינונגען און לייענישן זיינען פונקט אזוי גוט, און רוב מאל מער אינטערעסאנט, ווי מיינע.

אלס א מיטגליד אין דער קהילה שפיר איך א חיוב צו פארדאמען די געמיינע גערעדאכץ און פארגרעבטן ווערטער-אויסברוך פון געוויסע, הויפטזעכליך דער יעניגער ניק, קעגן שלום בערגער.
דורך ניצן אזא נידריג-אפשטויסנדן צוגאנג צו מאניפעסטירן זיין אומאיינשטימיגקייט מיט א צווייטער פערזאן טוט ער רעפרעזענטירן בלויז זיך אליין, און רעדט נישט – האפנטליך – אין נאמען פון קיינעם. איך ווייס נישט צו איר, שלום, האט אין אכט גענומען, אבער א גבאי הקהילה האט פארמעקט די עקלהאפטיגע באמערקונג.
כ'האף און גלייב אז מיט דער יעצטיגער הודעה טו איך דוקא יא פארטרעטן דאס גרויסע רוב.
דאס לאזן הערן א דיפערענץ אין מיינונג טוט בלויז דעמאנסטרירן דאס ברייטע טאלעראנץ און פרייהייט פון טראכטן וואס ווערט רעספעקטירט און איז שטארק באגריסנד בתוך די ראמען פון דער קהילה. אבער דברי חכמים נשמעים בנחת. דאס מוז צוגיין אויף א דערוואקסענעם פארנעם.
חברים יקרים, אנשי שלומינו! ביטע לאזט נישט דערצו אז דער ניווא פונעם שטיבל זאל זיך קייקלען אריין אין דער אדמה.

זעהסטו 'שלום' צוביסלעך ווי מער דו דרייסט דיך אין די גענערעראלע ק''ש אשכולות (דייקא נישט די וואס האבען דיינע 'פאזיעס') ווערסטו צוביסלעך דערהיינטיגט ,מיט ווייניגער קריטיק און מער עעפרישיעשן פאר דעם אכסניא וואס ווערט דא פאר דיר און אונז אלע צוגעשטעלט בחינם.
והעיקר וואונדער איבער וואינדער דיין אידיש הייבט אן צו האבען א שטיקל נארמאלע צורה ,א ווארט קלעבט צו א ווארט און מען קען שוין אביסל ארויסהאבן וואס אויף גאט'ס וועלטל דו ווילסט ארויסברענגן. איך זעה אויבן האסטו עקסעפטעד מיין רעקאמענדאציע סו אפשר קען איך דיר גיבן נאך אן עצה בחינם ,לאדיך אפ פון די אלע נארישע בורות נשברים ,שטויב אפ דיינע היימישע אידישע קענטעניסן און מיר אלע וועלן הנאה האבן פונעם קאווע ,טשולענט און אייערשפייז בענעזאם.

@שלום בערגער שרייבט אין זיין פארווערטס ארטיקל:
איז קען מען זאגן אז דאס איז טאקע די קשר פארוואס חסידים, וואס רעליגיע און איר ״אינעווייניגקייט [ווארעמקייט]״ שפילט גאר א שטארקע ראלע אין זייער אידענטיטעט, פארלאזן זיך אין זייערע דיכטונגען מער אויף גראמען.
ומאידך גיסא אפשר וועגן דעם האט @קטלא קניא געשריבן דערויף
שלום בערגעראיז אינטרעסאנט אז מ׳קען זאגן אז עפ״י העגעל גייט איינס צוזאמען מיט דאס אנדערע. דהיינו, דא הא׳מיר ציטירט העגעל׳ס חילוק צווישן קלאסישע און ראמאנטישע קונסט און זייער קשר צו די אנטוויקלונג פון רעליגיע. יעצט, העגעל האט געהאלטן:מע דריקט אױס די אַנטױשונגען מיטן אײבערשטן. מע גראַמט װי ס׳איז אַ נאַטירלעכע זאַך צו גראַמען, װי אַ דיכטער מוז גראַמען, װײַל קײן אַנדער ברירה איז נישטאָ.
איז קען מען זאגן אז דאס איז טאקע די קשר פארוואס חסידים, וואס רעליגיע און איר ״אינעווייניגקייט [ווארעמקייט]״ שפילט גאר א שטארקע ראלע אין זייער אידענטיטעט, פארלאזן זיך אין זייערע דיכטונגען מער אויף גראמען.
ומאידך גיסא אפשר וועגן דעם האט @קטלא קניא געשריבן דערויף
קטלא קניא😃אין קאַווע שטיבל האָט מען אויסגעגאָסן אַ טעפּל קאַווע אין דעם עולמס פרצוף און דער עולם האָט צוריקגעשפּיגן. קיין קריסטן זענען זיי דאָך נישט. שלום בערגער האָט געזאָגט אַז זייערע פּאָעזיע איז קיין פּאָעזיע נישט
בלאט: 1 2