דיני מיתה עפ"י תורה
127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8234
דיני מיתה עפ"י תורה
יעצט ווען דער עולם איז אויף מיט די חידושים פון אייסיס פון מיתות משונות, איז מיר בייגעפאלן די שאלה אז ביי אונז להבדיל אלף אלפי רבבות פעמים איז אויכט דא מיתות משונות. סקילה- שריפה- חנק... וואס איז די השקפה דערפון? וואס זאל איך מסביר זיין פאר א עם הארץ וואס העט מיר דאס פרעגן
אין הכי נמי. אמאל איז דאס געווען גאנגבאר, און ווער ס'איז געווען חייב מיתה, האט באקומען דעם עונש. היינט איז א פאלשע וועלט ווי יעדער שפילט מה יפית. די אראבער לעבן נאך ווי פארצייטענס, הרגענען זיי אזויווי אמאל.
chusidיעצט ווען דער עולם איז אויף מיט די חידושים פון אייסיס פון מיתות משונות, איז מיר בייגעפאלן די שאלה אז ביי אונז להבדיל אלף אלפי רבבות פעמים איז אויכט דא מיתות משונות. סקילה- שריפה- חנק... וואס איז די השקפה דערפון? וואס זאל איך מסביר זיין פאר א עם הארץ וואס העט מיר דאס פרעגן
די עם הארץ ביסטו. שריפה מיינט נישט פארברענען. עפען א רמב"ם.
משנה אין מכות בית דין ההורגת אחת בשבוע (שמיטה) נקראת קטלנית
שמעון וואלףאין הכי נמי. אמאל איז דאס געווען גאנגבאר, און ווער ס'איז געווען חייב מיתה, האט באקומען דעם עונש. היינט איז א פאלשע וועלט ווי יעדער שפילט מה יפית. די אראבער לעבן נאך ווי פארצייטענס, הרגענען זיי אזויווי אמאל.
אמאל? היינט? ווען? 70 יאר צוריק? ווען די מה יפית נאציס האבן געדאמפט טרעילרס פון מענטשען אריין אין קאלך אויבן?
ירח בן יומומשנה אין מכות בית דין ההורגת אחת בשבוע (שמיטה) נקראת קטלנית
דאס איז נישט די תירוץ. ווייל די סיבה פארוואס ס'האט זיך געמאכט זעלטען אז בי"ד זאל דן זיין למיתה איז ווייל ס'דארף זיין עדים, חקירות ודרישות, התראה מיט די גנויע עונש וואס ס'ווארט אים אפ, דער חוטא מוז ענטפערן, מעשה החטא תוך כדי דיבור, וכו'. - דאס איז באמת זעלטען. אפילו היינט, ווען האסטו געזעהן איינעם בועל זיין אחות אביו?
צוריק צום שאלה, די צורה פון ד' מיתות בית דין איז נישט דורך פארברענען מיט פייער, נאר מיט הייסע בליי, משום ואהבת לרעך כמוך, ברור לו מיתה יפה.
קאווע טרינקערשמעון וואלףאין הכי נמי. אמאל איז דאס געווען גאנגבאר, און ווער ס'איז געווען חייב מיתה, האט באקומען דעם עונש. היינט איז א פאלשע וועלט ווי יעדער שפילט מה יפית. די אראבער לעבן נאך ווי פארצייטענס, הרגענען זיי אזויווי אמאל.
אמאל? היינט? ווען? 70 יאר צוריק? ווען די מה יפית נאציס האבן געדאמפט טרעילרס פון מענטשען אריין אין קאלך אויבן?
די נאציס ימ"ש האבן זיך געשעמט מיט זייערע רציחות און פראבירט צו באהאלטן באווייזן ווי ווייט מעגליך.
בד"וו די דארפסט איבערבעטן
@chusid פאר'ן פערזענטליך אטאקירן און אנריפן עם הארץ. און אגב, ס'איז א משנה און דארפסט נישט קריכן ביז'ן רמב"ם.
און וואס וועט זיין ווען אייסיס וועט אנהויבן אריינגיסן הייסע בליי אין פיסק אריין?
שמעון וואלף
די נאציס ימ"ש האבן זיך געשעמט מיט זייערע רציחות און פראבירט צו באהאלטן באווייזן ווי ווייט מעגליך.
.
ממש אזוי גרויזאם ווי די נאציס ימ"ש? צו לייגן זאכן אין פראספעקטיוו אין January 2015 זענען געהארגט געווארן בערך 1,380 מענטשן אריינגערעכנט אייסיס קעמפער איראקער סאלדאטן פאליציאנטן און ציווילע. אין 2014 זענען אומגעקומען ווייניגער ווי 12,300 נפשות.
<a class="postlink" href="http://www.un.org/apps/news/story.asp?NewsID=49969#.VNGrU58o66M">http://www.un.org/apps/news/story.asp?N ... NGrU58o66M</a>
קאווע טרינקערchusidיעצט ווען דער עולם איז אויף מיט די חידושים פון אייסיס פון מיתות משונות, איז מיר בייגעפאלן די שאלה אז ביי אונז להבדיל אלף אלפי רבבות פעמים איז אויכט דא מיתות משונות. סקילה- שריפה- חנק... וואס איז די השקפה דערפון? וואס זאל איך מסביר זיין פאר א עם הארץ וואס העט מיר דאס פרעגן
די עם הארץ ביסטו. שריפה מיינט נישט פארברענען. עפען א רמב"ם.
גראדע האב איך געוואוסט אז עס איז נישט ממש די זעלבע, איך קען נישט די פראצעדור פון די אריינגוסן בליי און דורך דעם שטארבט יענער דורך שריפה, אבער דאס קוקט אויס צו זיין א מיתה משונה, דאס האב איך געוואלט פארשטיין די מותות משונות..
שמעקעדיגפארוואס פארגלייכט מען די גרויזאמע רשעות צו ד' מיתות ב"ד? ווען ביי אידן איז געווען א חיוב פון ברור לו מיתה יפה, מען האט מהפך געווען בזכותו, און נאר בעדים והתראה, און דערנאך האט מען פארדראגט דעם פאר'משפט'ן מיט וויין ער זאל נישט זיין נערוועז און נישט פולשטענדיג רעאליזירן דעם מצב און נישט שפירן די יסורים..
און בכלל איז דער מצב אנדערש ווען מען הרג'עט בדיעבד נאר צוליב א ציווי ה', נישט ווייל יענער האט "דיר פערזענליך" געטשעפעט, אדער וויייל דו פארלאנגסט אויסלייז געלט; דא רעדט מען דאך פון נידריגע רוצחים שפלים ונבזים וואס כבוד עצמם הם דורשים, זיי מיינען אייגענע געלט און כבוד, תאוות השררה, מען באהאלט נאר די גרויליגע מעשי רציחה אונטער א פאלשן שלייער פון רעליגיע, והא ראי' זייערע אייגענע מענטשן הרג'ענען זיי אויכעט אפילו מען גלייבט אין זעלבן אללאה/נביא.
[quote="
שמעקעדיג"]ס'איז ידוע די משל פון ר' ישרא' סאלאנטער זצ"ל, דער חילוק פון די באלעבאסטע מיטן קעצל. יעדער וויל הרג'ענען דאס מייזל. אבער דער קעצל גלוסט פאר נאך, בשעת די באלעבאסטע וואונטשט זיך אז דאס זאל קיינמאל נישט געשעהן.[/quote]
לענינינו, ביי די אידן אין ביהמ"ק האט מען קיינמאל נישט געזוכט ח"ו צו הרג'ענען א צווייטן, נאר אדרבה, מהפך געווען בזכותו בכל מיני אופנים, עד כדי כך אויב דער ב"ד הגדול של כ"ג האבן אלע באשלאסן חייב, אן קיין איין גוט ווארט אויף יענעם, גייט ער ארויס פריי! ווייל עס קען נישט געמאלט זיין אז ער איז כולו חייב, מען דארף גאר בעסער מהפך זיין; משא"כ די אייסיס רוצחים זענען ווי דער קעצל, א גאנצן טאג לויפן זיי ארום און ווילן מקיים זיין קידוש ה' אויף יענעם, כסדר לויפן זיי ארום און האפן בכליון עינים מתי יבא לידי ואקיימנה... אראפצושיסן נאך א מענטש צום טויט, ווי מער ברוטאל אלס בעסער. יחי ההבדל הגדול!
שמעקעדיג איז גערעכט אז די מיתות בי"ד איז בכלל נישט קיין דמיון צו די אייסיס רציחות. איך וויל אבער מעתיק זיין די לשון הרמב"ם בנוגע מלחמת רשות און מלחמת מצוה, און בעט מ'זאל געבן צו פארשטיין די חילוק פון דארט ביז להבדיל אייסיס.
מ'דארף נעמען אין באטראכט אז לשיטתם פון אייסיס טאר מען נישט לאזן קיין שום נישט-גלויביגער ביים לעבן, עכ"פ אין די אראבישע מדינות. ממילא, זאל מען נישט קומען זאגן אז דארט איז געווען א מצוה און דא נישט ווייל לשיטתם איז עס די זעלבע.
בעסער געזאגט, וויאזוי וואלט איר רעאגיאט ווען א פאלק אינוואדירט א לאנד און פארלאנגט פון יעדעם אנצונעמען זייער רעליגיע, אוועק געבן אלעס וואס מ'פארמאגט און ווערן א קנעכט פאר'ן אינוואדירער. טאמער איז מען נישט מסכים, וועלן זיי אויס הרגענען אנשים נשים וטף (ווי ביי שבעה עממים און עמלק)?
ליינטס און האטס הנאה.
הלכות מלכים ומלחמות פרק ו
א אין עושין מלחמה עם אדם בעולם, עד שקוראין לו לשלום--אחד מלחמת הרשות, ואחד מלחמת מצוה: שנאמר "כי תקרב אל עיר, להילחם עליה--וקראת אליה, לשלום" (דברים כ,י). אם השלימו, וקיבלו שבע מצוות שנצטוו בני נוח עליהן--אין הורגין מהן נשמה; והרי הן למס, שנאמר "יהיו לך למס--ועבדוך" (דברים כ,יא).
ב קיבלו עליהן המס, ולא קיבלו העבדות, או שקיבלו העבדות, ולא קיבלו המס--אין שומעין להם: עד שיקבלו שניהם. והעבדות שיקבלו--היא שיהיו נבזים ושפלים למטה, ולא ירימו ראש בישראל, אלא יהיו כבושים תחת ידם; ולא יתמנו על ישראל, לשום דבר בעולם.
ג והמס שיקבלו--הוא שיהיו מוכנים לעבודת המלך בגופם וממונם, כגון בניין החומות, וחיזוק המצודות, ובניין ארמון המלך וכיוצא בו: שנאמר "וזה דבר המס אשר העלה המלך שלמה, לבנות את בית ה' ואת ביתו ואת המילוא, ואת, חומת ירושלים . . . ואת כל ערי המסכנות, אשר היו לשלמה . . . ויעלם שלמה למס עובד, עד היום הזה. ומבני, ישראל, לא נתן שלמה, עבד: כי הם אנשי המלחמה, ועבדיו ושריו ושלישיו, ושרי רכבו, ופרשיו" (מלכים א ט,טו-כב).
ד [ב] ויש למלך להתנות עימהם שייקח חצי ממונם, או הקרקעות ויניח כל המיטלטלין, או כל המיטלטלין ויניח הקרקעות--כפי מה שיתנו. [ג] ואסור לשקר בבריתם ולכזב להם, אחר שהשלימו וקיבלו שבע מצוות.
ה [ד] ואם לא השלימו, או שהשלימו ולא קיבלו שבע מצוות--עושין עימהם מלחמה, והורגין כל הזכרים הגדולים, ובוזזין כל ממונם וטפם; ואין הורגין אישה ולא קטן--שנאמר "והנשים והטף" (ראה דברים כ,יד; וראה דברים ב,לד), זה טף של זכרים.
ו במה דברים אמורים, במלחמת הרשות, שהיא עם שאר האומות. אבל שבעה עממין ועמלק שלא השלימו, אין מניחין מהם נשמה: שנאמר "כן תעשה לכל הערים . . . רק, מערי העמים . . . לא תחייה, כל נשמה" (דברים כ,טו-טז), וכן הוא אומר בעמלק "תמחה את זכר עמלק" (דברים כה,יט).
דאס בעסטע תירוץ וואס איך קען דיר געבן איז; היינט צוטאגס טוט מען דאס שוין נישט, און מ'גייט דאס מער נישט טון, וויבאלד אונזערע מוחות זענען מער נישט מסוגל דאס צו טון בבחינת "אונס רחמנא פטרי." אויב השם וועט וועלן צוריק דרייען דעם זייגער צום אמאליגן ריאליטעט וועט ער מיט דעם אויך צוריקדרייען אונזער מצפון אז ס'זאל זיך נישט שפירן בארבאריש.
ווייל אונזער היינטיגער מצפון ארבייט אזוי אז ס'שפייט ארויס טענות אויף בארבארישע אקטן, למרות מיר ווייסן אז די אקטן זענען סך הכל א פראדוקט פון אן אמאליגער/צוקונפטיגער מצפון וואס מיר אליינס זענען אומשטאנד צו דערגרייכן.
מאטידאס בעסטע תירוץ וואס איך קען דיר געבן איז; היינט צוטאגס טוט מען דאס שוין נישט, און מ'גייט דאס מער נישט טון, וויבאלד אונזערע מוחות זענען מער נישט מסוגל דאס צו טון בבחינת "אונס רחמנא פטרי." אויב השם וועט וועלן צוריק דרייען דעם זייגער צום אמאליגן ריאליטעט וועט ער מיט דעם אויך צוריקדרייען אונזער מצפון אז ס'זאל זיך נישט שפירן בארבאריש.
פארשטייציך אז דיין תירוץ איז קיין תירוץ. ווי כעלעמער האט ארויסגעברענגט, זענען זיי נישט שילדיג אז ביי זיי איז מען יא געוואינט צו אזעלכע רציחות.
שולדיג, צו נישט, מאכט דאס נישט ווייניגער אן אומרעכט, און מ'דארף דאס נאך אלס פארמיידן אויף אלע קאסטן.
ניין, וואס איך זאג איז; ווילאנג מיר האבן אזא מצפון דארפן מיר טון וואס מיר האלטן ס'איז רעכט אפילו מיר ווייסן אז דאס איז מעגליך בלויז השלכות פון א צייטווייליגער מצפון.
איה''נ איך קריג זיך נישט מיט דעם. איך זאג אבער אז ס'קען אנקומען א מצב אז מ'זאל ווערן אזוי שיכור ווי לוט, און דאס גאנצע מהלך המחשבה וועט זיך טוישן.
מאטישולדיג, צו נישט, מאכט דאס נישט ווייניגער אן אומרעכט, און מ'דארף דאס נאך אלס פארמיידן אויף אלע קאסטן.
צוריק צו חסיד'ס שאלה, קען מען מסביר זיין וואס אייסיס איז ערגער ווי די תורה, להבדיל?
פר' כי תשא
ט. וַיְהִי כַּאֲשֶׁר קָרַב אֶל הַמַּחֲנֶה וַיַּרְא אֶת הָעֵגֶל וּמְחֹלֹת וַיִּחַר אַף משֶׁה וַיַּשְׁלֵךְ מִיָּדָו אֶת הַלֻּחֹת וַיְשַׁבֵּר אֹתָם תַּחַת הָהָר:
כ. וַיִּקַּח אֶת הָעֵגֶל אֲשֶׁר עָשׂוּ וַיִּשְׂרֹף בָּאֵשׁ וַיִּטְחַן עַד אֲשֶׁר דָּק וַיִּזֶר עַל פְּנֵי הַמַּיִם וַיַּשְׁק אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל:
כא. וַיֹּאמֶר משֶׁה אֶל אַהֲרֹן מֶה עָשָׂה לְךָ הָעָם הַזֶּה כִּי הֵבֵאתָ עָלָיו חֲטָאָה גְדֹלָה:
כב. וַיֹּאמֶר אַהֲרֹן אַל יִחַר אַף אֲדֹנִי אַתָּה יָדַעְתָּ אֶת הָעָם כִּי בְרָע הוּא:
כג. וַיֹּאמְרוּ לִי עֲשֵׂה לָנוּ אֱלֹהִים אֲשֶׁר יֵלְכוּ לְפָנֵינוּ כִּי זֶה משֶׁה הָאִישׁ אֲשֶׁר הֶעֱלָנוּ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לֹא יָדַעְנוּ מֶה הָיָה לוֹ:
כד. וָאֹמַר לָהֶם לְמִי זָהָב הִתְפָּרָקוּ וַיִּתְּנוּ לִי וָאַשְׁלִכֵהוּ בָאֵשׁ וַיֵּצֵא הָעֵגֶל הַזֶּה:
כה. וַיַּרְא משֶׁה אֶת הָעָם כִּי פָרֻעַ הוּא כִּי פְרָעֹה אַהֲרֹן לְשִׁמְצָה בְּקָמֵיהֶם:
כו. וַיַּעֲמֹד משֶׁה בְּשַׁעַר הַמַּחֲנֶה וַיֹּאמֶר מִי לַה' אֵלָי וַיֵּאָסְפוּ אֵלָיו כָּל בְּנֵי לֵוִי:
כז. וַיֹּאמֶר לָהֶם כֹּה אָמַר ה' אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל שִׂימוּ אִישׁ חַרְבּוֹ עַל יְרֵכוֹ עִבְרוּ וָשׁוּבוּ מִשַּׁעַר לָשַׁעַר בַּמַּחֲנֶה וְהִרְגוּ אִישׁ אֶת אָחִיו וְאִישׁ אֶת רֵעֵהוּ וְאִישׁ אֶת קְרֹבוֹ:
כח. וַיַּעֲשׂוּ בְנֵי לֵוִי כִּדְבַר משֶׁה וַיִּפֹּל מִן הָעָם בַּיּוֹם הַהוּא כִּשְׁלשֶׁת אַלְפֵי אִישׁ:
כט. וַיֹּאמֶר משֶׁה מִלְאוּ יֶדְכֶם הַיּוֹם לַה' כִּי אִישׁ בִּבְנוֹ וּבְאָחִיו וְלָתֵת עֲלֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה:
ל. וַיְהִי מִמָּחֳרָת וַיֹּאמֶר משֶׁה אֶל הָעָם אַתֶּם חֲטָאתֶם חֲטָאָה גְדֹלָה וְעַתָּה אֶעֱלֶה אֶל ה' אוּלַי אֲכַפְּרָה בְּעַד חַטַּאתְכֶם:
פון דא איז משמע אז מ'האט יא גע'הרג'עט אייסעס סטייל, אן עדים און התראה. זעט אויס אמאל איז געווען אנדערע צייטן.
[ציטאט אראפגענומען]
קען זיין, אבער פונעם משמעות פונעם פסוק איז אז ס׳נישט געוועהן א טרייעל אדער א פּראָצעס פון די סנהדרין , נאר אינדיווידזשואַלי געהרגט איינער דעם צווייטען אזוי ווי עס שטייט אין פּסוק׃
שִׂימוּ אִישׁ חַרְבּוֹ עַל יְרֵכוֹ עִבְרוּ וָשׁוּבוּ מִשַּׁעַר לָשַׁעַר בַּמַּחֲנֶה וְהִרְגוּ אִישׁ אֶת אָחִיו וְאִישׁ אֶת רֵעֵהוּ וְאִישׁ אֶת קְרֹבוֹ:
פשוט פשט אין פּסוק איז נישט משמע אזוי , פארשטייט זיך אז איך קריג מיך נישט מיט רש״י הק׳ אז ס׳איז געוועהן עדים און התראה נאר לויט רש״י האבן די סנהדרין אויסגעפירט די פראצעס פון הארגענען אדער די לוים ? אויב יא וויאזוי איז מעגליך אז מ׳האט אויסגעפירט דריי טויזענט פראָצעסן אין איין טאג ? אזוי ווי עס שטייט אין פסוק : וַיַּעֲשׂוּ בְנֵי לֵוִי כִּדְבַר משֶׁה וַיִּפֹּל מִן הָעָם בַּיּוֹם הַהוּא כִּשְׁלשֶׁת אַלְפֵי אִישׁ
וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי סענט, בדרך אפשר, אולי וועט דער כעלעמער פארשטיין.
דאס איז כולי עלמא מודא אז רציחה בימים ההם מיט א שווערד, פייער, אדער שטיינער איז געווען בערך אזוי גרויזאם ווי היינט מיט א גאן אדער דורך א ליטעל אינשפריץ. אין אנדערע ווערטער דעמאלטס איז דאס געווען די אנגענומענע וועג צו ענדיגען איינעם'ס לעבן ווען ער האט עס פארדינט לויט די תורה סטאנדארטן. עס איז נישט געליגן דערין עפעס עקסטער גרויזאמקייט. איז פארשטענדיך ממילא איז פארשטענדליך אז די תורה וויל הארב מאכן די ענין פון אשת איש זאגט די תורה אז איינער וואס האט געשלעכט מיט אן א"א ברויך ענדיגען דאס לעבן זאפארט אבער מיט א ציוויליזירטע מיתה, נעמליך, שווערד פייער אדער שטיינער, נישט חלילה צושניידען אויף שטיקער.
בימינו אז מיר זענען מער עמפינדלעך און מיר האבן מער געשמירטע וועגן צו ענדיגן א מענטשס לעבן, וואלט מן הסתם די תורה געזאגן אנשטאט באש תשרפו, באקדח תקדחו. און לו יצוייר כשיבנה בית המקדש וועט נאך זיין מיתות ב"ד אין קראפט וועט מען הרגנ'ן אויפ'ן ציוויליזרטסטע אופן וואס איש שייך בימים ההם. כן נראה בדרך אפשר.
אבער די רשעים וואס הרגנ'ן מענטשן אויף אזא אופן בימינו אלה ברויך מען צושניידן אויף שטיקער.
יתרווועל איך אריינווארפן מיינע צוויי סענט, בדרך אפשר, אולי וועט דער כעלעמער פארשטיין.

בקיצור און אנדערע ווערטער דו האלטס נישט סאיז א פראבלעם מיט הארגנן גופא אפילו בימינו נאר מ׳דארף עס מאכן מיט א שינו ??? כ׳פארשטיי גוט ?
פארשטייסט זייער גוט.
אין די צוויליזירטע אמעריקע איז דא בערך 32 שטעט וואס מען הרג'ט יעדע שטיק צייט. טאקע נישט פאר אשת איש אבער פאר רציחה. יעצט די תורה זאגט אז עס איז בערך די זעלבע לעוועל.
יתרופארשטייסט זייער גוט.
אין די צוויליזירטע אמעריקע איז דא בערך 32 שטעט וואס מען הרג'ט יעדע שטיק צייט. טאקע נישט פאר אשת איש אבער פאר רציחה. יעצט די תורה זאגט אז עס איז בערך די זעלבע לעוועל.
אמת ויציב , לאמיר האפן אז ס׳וועט נישט נעמען צו לאנג אז די עקסטרעם רעכטע אין אמעריקא וועלן כאפן אז לא זו הדרך אין די פאָהנאַמענאָן פון הארגענען וועט אָפּגשאַפן ווערן אזוי ווי שקלאַפעריי (slavery) און אייניגע רעכטן פאר פרויען ,זעט אויס אז סוועט נעמען אסאך צייט ביז די אלע-מענטשליכע עוואָלוציע וועט דעגרייפען אזא קאַנצעפּט
יתרווועל איך אריינווארפן מיינע צוויי סענט, בדרך אפשר, אולי וועט דער כעלעמער פארשטיין.
דאס איז כולי עלמא מודא אז רציחה בימים ההם מיט א שווערד, פייער, אדער שטיינער איז געווען בערך אזוי גרויזאם ווי היינט מיט א גאן אדער דורך א ליטעל אינשפריץ. אין אנדערע ווערטער דעמאלטס איז דאס געווען די אנגענומענע וועג צו ענדיגען איינעם'ס לעבן ווען ער האט עס פארדינט לויט די תורה סטאנדארטן. עס איז נישט געליגן דערין עפעס עקסטער גרויזאמקייט. איז פארשטענדיך ממילא איז פארשטענדליך אז די תורה וויל הארב מאכן די ענין פון אשת איש זאגט די תורה אז איינער וואס האט געשלעכט מיט אן א"א ברויך ענדיגען דאס לעבן זאפארט אבער מיט א ציוויליזירטע מיתה, נעמליך, שווערד פייער אדער שטיינער, נישט חלילה צושניידען אויף שטיקער.
בימינו אז מיר זענען מער עמפינדלעך און מיר האבן מער געשמירטע וועגן צו ענדיגן א מענטשס לעבן, וואלט מן הסתם די תורה געזאגן אנשטאט באש תשרפו, באקדח תקדחו. און לו יצוייר כשיבנה בית המקדש וועט נאך זיין מיתות ב"ד אין קראפט וועט מען הרגנ'ן אויפ'ן ציוויליזרטסטע אופן וואס איש שייך בימים ההם. כן נראה בדרך אפשר.
אבער די רשעים וואס הרגנ'ן מענטשן אויף אזא אופן בימינו אלה ברויך מען צושניידן אויף שטיקער.
לכאורה זעט מען דאך אבער יא אז מען האט געזוכט צומאל א ערגערע וועג צו הארגענען ווייל עס איז דאך געווען 4 מיני מיתות ב"ד און לויט די הארבקייט פונעם חטא האט מען אויסגעקליבן א מיתה. אין אנדערע ווערטער מען האט געקענט הארגענען גרינג (פארשטייצאך לויט יענע סטאנדארטן) און מען האט אויסגעקליבן ערגערס.....
סאיז געווען בערך אזא חילוק ווי היינט א קויל אין קאפ אדער א נידל אין ארעם. וועלכע איז ערגער ? סאיז א מחלוקת ר' ישמעאל און ר' עקיבא.
יתרווועל איך אריינווארפן מיינע צוויי סענט, בדרך אפשר, אולי וועט דער כעלעמער פארשטיין.
דאס איז כולי עלמא מודא אז רציחה בימים ההם מיט א שווערד, פייער, אדער שטיינער איז געווען בערך אזוי גרויזאם ווי היינט מיט א גאן אדער דורך א ליטעל אינשפריץ. אין אנדערע ווערטער דעמאלטס איז דאס געווען די אנגענומענע וועג צו ענדיגען איינעם'ס לעבן ווען ער האט עס פארדינט לויט די תורה סטאנדארטן. עס איז נישט געליגן דערין עפעס עקסטער גרויזאמקייט. איז פארשטענדיך ממילא איז פארשטענדליך אז די תורה וויל הארב מאכן די ענין פון אשת איש זאגט די תורה אז איינער וואס האט געשלעכט מיט אן א"א ברויך ענדיגען דאס לעבן זאפארט אבער מיט א ציוויליזירטע מיתה, נעמליך, שווערד פייער אדער שטיינער, נישט חלילה צושניידען אויף שטיקער.
בימינו אז מיר זענען מער עמפינדלעך און מיר האבן מער געשמירטע וועגן צו ענדיגן א מענטשס לעבן, וואלט מן הסתם די תורה געזאגן אנשטאט באש תשרפו, באקדח תקדחו. און לו יצוייר כשיבנה בית המקדש וועט נאך זיין מיתות ב"ד אין קראפט וועט מען הרגנ'ן אויפ'ן ציוויליזרטסטע אופן וואס איש שייך בימים ההם. כן נראה בדרך אפשר.
אבער די רשעים וואס הרגנ'ן מענטשן אויף אזא אופן בימינו אלה ברויך מען צושניידן אויף שטיקער.
מיינסטי צו זאגן אז אויב וואלט היינט געווען א מדינה עפ"י תורה, געפירט דורך סנהדרין וואלט נישט געווען די ד' מיתות בי"ד?
במחילת כבודך בין איך מחולק מיט דיר. פונקט ווי ביי שחיטה טוישט מען גארנישט כאטשיג די סייענטיסטן שרייען אז ס'איז פיינפול פאר די בהמות, איז אבער נישטא קיין ברירה ווייל עפ"י איז נאר די וועג אויסגעהאלטן, די זעלבע איז מיט מיתות בי"ד
יתרווועל איך אריינווארפן מיינע צוויי סענט, בדרך אפשר, אולי וועט דער כעלעמער פארשטיין.
דאס איז כולי עלמא מודא אז רציחה בימים ההם מיט א שווערד, פייער, אדער שטיינער איז געווען בערך אזוי גרויזאם ווי היינט מיט א גאן אדער דורך א ליטעל אינשפריץ. אין אנדערע ווערטער דעמאלטס איז דאס געווען די אנגענומענע וועג צו ענדיגען איינעם'ס לעבן ווען ער האט עס פארדינט לויט די תורה סטאנדארטן. עס איז נישט געליגן דערין עפעס עקסטער גרויזאמקייט. איז פארשטענדיך ממילא איז פארשטענדליך אז די תורה וויל הארב מאכן די ענין פון אשת איש זאגט די תורה אז איינער וואס האט געשלעכט מיט אן א"א ברויך ענדיגען דאס לעבן זאפארט אבער מיט א ציוויליזירטע מיתה, נעמליך, שווערד פייער אדער שטיינער, נישט חלילה צושניידען אויף שטיקער.
בימינו אז מיר זענען מער עמפינדלעך און מיר האבן מער געשמירטע וועגן צו ענדיגן א מענטשס לעבן, וואלט מן הסתם די תורה געזאגן אנשטאט באש תשרפו, באקדח תקדחו. און לו יצוייר כשיבנה בית המקדש וועט נאך זיין מיתות ב"ד אין קראפט וועט מען הרגנ'ן אויפ'ן ציוויליזרטסטע אופן וואס איש שייך בימים ההם. כן נראה בדרך אפשר.
אבער די רשעים וואס הרגנ'ן מענטשן אויף אזא אופן בימינו אלה ברויך מען צושניידן אויף שטיקער.
מיר גלייבן אז תורה איז נצחי און נישט בלויז לויט די אמאליגע סטאנדארטן, און מיר האפן יעדן טאג להשיב הדת על תילה וואס אינקלאד אין זיך אז אויב טרעפסטו אויפן גאס א וודאי עמלקי מוזטו איהם אומברענגן תיקף ומיד.
אייסיס פונקט ווי להבדיל כלל ישראל פארמאגן צוויי מיני מיתות:
1. הארגענען שונאים בשעת מלחמה אהן קיין רחמנות.
2. הארגענען אייגענע אנ"ש צוליב געוויסע עבירות.
יעצט לגבי מלחמה פיינט האט מען ביי אידן אויך נישט געוואוסט פון קיין רחמנות, לא תחיה כל נשמה, שאול המלך האט אנגעוואוירן די גאנצע מלוכה זיינע צוליבן רחמנות האבן אויף אפאר בהמות.
לגבי הארגענען אייגענע צוליב זייערע עבירות האט אייסיס אויך א שטיקל סיסטעם פון מהפך זיין בזכותו, פאר אדאלטרי למשל קען דער טאטע מוחל זיין, אזויווי אין די באקאנטע קליפ ווי זיי פארשטיינערן א מיידל פאר אדאלטרי ווי דער אייסיס קעמפער מיטן מיידל בעטן זיך ביים טאטן ער זאל מוחל זיין אבער ער זייעדיג א פרומער לאזט זיך נישט און שרייט איר אהן "רוף מיר נישט טאטע" און דערנאך פארשטיינערט מען איר.
לגבי הארגענען צוסאך אייגענע איז ביי אידן אויך דא דער מושג אז ווען זאכן גייען אוט אף קאנטראל הארגט מען אסאך מענטשן ועיר הנידחת יוכיח.
שושן פורים, דיינע ווערטער שפיגלען אפ די פאפולאריסטישע רעליגיע פונעם סאמע קאנסערוואטיוון פליגל. אין דער עליטע-רעליגיע (הויפטזעכליך דער רמב"ם אויסער די גרעניצן פונעם משנה תורה), ווי אויך אין דער פאפולארער רעליגיעזיטעט ביי רוב אידן, וועסטו נישט טרעפן קיין הסכמה צו דיינע ווערטער.
ס'איז איראניש אז דוקא דער חינוך-סיסטעם וואס פרובירט צו זיין דאס מערסטע ראדיקאל אין איר צוגאנג צום המון (ד.ה. נישט געבנדיג צוטריט פאר'ן ברייטן המון צו דער אינערליכער לאגיק פונעם רעליגיעזן סיסטעם), פראדוצירט רעליגיע-פראבלעמען וואס אנדערע אידישע גרופעס באזיצן נישט. אז איך וועל האבן צייט וועל איך בלי נדר באשרייבן וויאזוי די תורה ספראוועט זיך מיט דער פראגע פון "עטיק וואס אנטוויקלט זיך מיט דער צייט" (לויט רמב"ם).
אין קורצן נאר: די סנהדרין איז אוועקגעשטעלט געווארן גענוי פאר דער פונקציע, צו מאדיפיצירן דעם געזעץ-סיסטעם לויטן געברויך פון דער צייט ("השופט אשר יהיה בימים ההם"), און דער אופן וויאזוי די סנהדרין האט דאס געטון איז היסטאריש זייער אינטערעסאנט. פארשטייט זיך אז די סנהדרין האט געמוזט זיין צוזאמגעשטעלט פון מענטשן וואס געהערן צו דער עליטע רעליגיע, נישט צו דער פאפולארער רעליגיע (דא קומט אריין די וויכטיגקייט פון סמיכה). פארשטייט זיך, איינע פון די גרויסע צרות פונעם גלות איז די פראבלעם וואס ס'איז נישטא קיין סנהדרין (און דערפאר איז דא א מקום פאר רעאקציע אינערהאלב דעם אידישן רעליגיע-סיסטעם), אבער דערפאר טאקע האט די תורה אפגעשאפן מיתת בית-דין ווען ס'איז נישטא קיין סנהדרין. דער אידישער געזעץ-סיסטעם האט זיך אויף דעם אופן באווארנט פון רעאקציאנערישן בארבאריזם.
די צרה מיט ראדיקאלן איסלאם, און אפשר מיט איסלאם בכלל, איז וואס ס'פארמאגט נישט קיין סיסטעם וואס זאל לאזן דאס געזעץ זיך מאדיפיצירן, אינעם קאנטעקסט פון דער טראדיציע (דאס איז א וויכטיגער פרט!), לויט דער אנטוויקלונג פון דער מענטשהייט. דערפאר, אפילו אויב איסלאם זאל האבן געווען א הערליכער עטישער דאקומענט אין זיין צייט, איז א הכרח אז פריער אדער שפעטער זאל עס בלייבן הינטערשטעליג. איך ווייס נישט צי איסלאם איז באמת שולדיג אין דעם, ווייל איך בין נישט באקאנט מיט די סודות פון איסלאם (און לאמיר זיך נישט נארן: די בעסטע אידעאלאגיע קען ווערן אויסגענוצט צום שלעכטן), אבער דאס איז בכל אופן די פראבלעם מיטן ראדיקאלן איסלאם פון אונזער צייט.
מאטי אויב השם וועט וועלן צוריק דרייען דעם זייגער צום אמאליגן ריאליטעט וועט ער מיט דעם אויך צוריקדרייען אונזער מצפון אז ס'זאל זיך נישט שפירן בארבאריש.
מצאתי סמך לדברי ביערות דבש חלק ב' דף נ"א.
"כמו כן כתב גם בספר צור תעודה (מאמר ב'), דבעולם התחיה לא יקיימו המצוות בדרך חיוב ואזהרה כי אם יקיימו אותם מצד שיתגלה אז גודל מעלת מצות ה' ויתקיימו מרוב חשק ואהבה."
שושן פורים
מיר גלייבן אז תורה איז נצחי און נישט בלויז לויט די אמאליגע סטאנדארטן, און מיר האפן יעדן טאג להשיב הדת על תילה
לגבי הארגענען צוסאך אייגענע איז ביי אידן אויך דא דער מושג אז ווען זאכן גייען אוט אף קאנטראל הארגט מען אסאך מענטשן ועיר הנידחת יוכיח.
אזווי לעתיד לבא ימים טובים בטלים ווייל עס איז וועט נישט זיין אין פלאץ, אזוי אויך קען זיין אז די ד' מיתות בטלים ווייל עס איז וועט נישט זיין אין פלאץ. איי וואס טוט מען מיט נצחי דאס וואס די וועסט טוען ביי ימים טובים.
נאך א געדאנק ד' מיתות האט מען נאך מבטל געווען בימי סנהדרין צוליב רבו ההורגין און זיי האבען זיך נישט געקימערט מיט קיין נצחי ה"ה משרבו עמפינדלכ'ין בישראל העט מען זיך נישט דארפן זארגן וועגן נצחי.
לגבי עיר הנדחת זאגט די גמרא לא היה ולא יהיה.
רחמנות
עס איז באקאנט די אור החיים הקדוש ביי עיר הנדחת וואס מ' האט אוסגעהארגעט א גאנצע שטאט מענער קינדער און ווייבער בסייף און מ'האט פארברענט אלע האב און גוטס מ'קען זיך נאר פארשטעלן ווי אזוי דאס האט אוסגעזען (אפשר קען
@יואב צוהעלפן).
פירט דארט אויס די תורה אויף די פסוק
ונתן לך רחמים ורחמך איז די אור החיים הקדוש מסביר אז נאך יודן האבן מקיים געווען אזא מעשה אכזרי ווערט דאך ביים מענטש אין הארץ איינגעווארצלט א מדה פון אכזריות (און ער ברענגט דארט אז אזוי האבן מעיד דעווען די שר הטבחים (אייסיס) פון די קעניג בדורו), און אויף דעם בענטשט אונז די רבוש"ע אז ונתן לך רחמים ורחמך אז די מדה פון רחמנות זאל צוריק קומען צו אונז.
אלזא לעניננו ווען די יודן דארפן טוען א מעשה אכזרי איז דא ספעציעלע ברכה אז אז מיר זאלן נישט ווערען בארבארישע רוצחים משא"כ זיי אלע בלייבן טאקע חיות טורפות
************
דרך אגב, אין תנא דבי אליהו ווערט געברענגט א דבר נפלא אפילו די שטיין וואס מ'איז סוקל די חייבי מיתה און די סייף וואס מנוצט צו הארגענען זענענן עתיד ליתן את הדין אויך די צער וואס זיי האבן גורם געווען פאר א יוד, אפילו ס'איז געווען בצדק איז נאכאלץ דא אן עונש אויף דעם (ומכאן הלימוד פאר מחנכים וואס דארפן מעניש זיין (אפי' בצדק) זאלן געדענקען אז סוכ"ס איז מען מצער איוד און מ'וועט בראטן פאר דעם)
ס'איז דא אזאכע מעשיות ווי אז ביים צאנזער רב האט מען אריינגעווארפען א מסור אין אויבן אריין... וכדומה, זענען דע מעשיות אמת?
יתרושושן פורים
מיר גלייבן אז תורה איז נצחי און נישט בלויז לויט די אמאליגע סטאנדארטן, און מיר האפן יעדן טאג להשיב הדת על תילה
לגבי הארגענען צוסאך אייגענע איז ביי אידן אויך דא דער מושג אז ווען זאכן גייען אוט אף קאנטראל הארגט מען אסאך מענטשן ועיר הנידחת יוכיח.
לגבי עיר הנדחת זאגט די גמרא לא היה ולא יהיה.
במחלוקת שנינו
נאכאמאל, אפילו פאר די שוואכע קעם וואס פארשטייען נישט אפילו נאך דריי מאהל קלאר מאכען.
די תורה האט קיינמאל נישט געהייסען פארברענען א מענטש! די שריפה פון די תורה איז דורך אריינגיסען אין די האלדז צעלאזטע בליי, און ווי עטליכע פון אונזערע רעליגיעזע שרייבער האבען שוין געענטפערט, די הויפט חילוקים פון די הייליגע תורה וואס דרכיה דרכי נועם:
ס'יז געוועזן ספעציעלע פראצעדורן ביי דן זיין למיתה,
1. נאר בי"ד הגדול האט געקענט דן זיין נפשות,
2. ס'האט געמוזט זיין מיט צוויי עדים
3. און מיט התראה פון די צוויי עדים [וויפיל מאהל איז א בת כהן מזנה אין פראנט פון צוויי עדים כשרים??]
4. מ'האט אזוי געפארשט די עדים מיט חקירות ודרישות צו קענען טרעפען לעכער,
5. און מ'האט אפילו נאכ'ן פסק דין געארבעט צו מהפך זיין בזכותו/בזכותה,
6. יד העדים תהיה בו בראשונה, צו פארמיידען פאלשע עדות.
7. און אויב איז שוין אמאהל געקומען אז מ'האט פאקטיש געדארפט אויספירען די אורטייל, איז עס געוועזען מיט רחמים, און מ'האט פארטייבט דעם נידון מיט וויין, אא"וו
7. און מיט דעם אלעם זאגט די גמרא אז אויב האט א בי"ד געהרגעט מער ווי איינמאהל אין 70 יאהר! ווערט עס אהנגערופען א בי"ד קטלנית
קומען דא עטליכע גאר תמימות'דיקע שעפעלעך, אפילו נאך וואס אזויפיהל חברים האבען זיי שוין אפגעענטפערט, וועלען זיי שטעלען נאכאמאהל און נאכאמאהל זייער שאלת תם ווי א אפרוח שלא נפתחו עיניו וואס פארשטייט בכלל נישט וואס מ'האט גערעדט צו אים, סיכום:
א תורה וואס פאדערט רחמים בעפאר און נאכדעם, א תורה וואס גיבט נישט קיין געווער פאר יעדען שוטה צו קענען אומברענגען וועמען ער האלט אז ער שטייט אים אין וועג, אדער ווען ער איז הונגעריג פאר 200 מיליאן דאלער שאנטאזש, די פראצעדור פון די תורה איז אז דער מענטש זאל ציטערען צו טוהן אן'עבירה, דעטס איט, אבער ווען ס'יז געקומען דערצו האט מען געזוכט אלע אופנים נישט אויסצופיהרען, נישט צו דארפען אומברענגען א מענטש, און מיט אלעם אויב האט א בי"ד מיט די אלע אויבענדערמאנטע תנאים יא אויסגעפירט טויט שטראף מער ווי איינמאהל אין זיבעציג יאר זענען זיי געווארען באטיטעלט בי"ד קטלנית!, דאס איז די תורה.
להבדיל אלף אלפי הבדלות די פינסטערע בלוט דורשטיגע רוצחים וואס זוכען וואו און ווען מ'קען הרג'ענען, וואו זיי זענען שחט'ן זיי זיך אויס אפילו צווישען זיך, אין אלע לענדער, אין די לעצטע דריי יאר זענען טויזענטער פון זיי געהרגעט געווארען צווישען זיך, קל וחומר א פרעמדער, יעדער וואס גלייבט נישט ווי זיי איז ביי זיי חייב מיתה, און אויף די ברוטאלסטע אופנים,
צו פארגלייכען סתם בלוט דורשטיגע רוצחים מיט זייערע פעולות אדער ציהלען צו עניטינג פון די הייליגע תורה איז פאנאטיש און גאר גרויסע טיפשות, דאס קען נאר זאגען איינער וואס איז טיף טיף אין די פארמאכטע באקס, צוגעקלעבט מיט שטארקע דאקט טעיפ.
Kollman קיל דיך אפ אביסעלע, דו וואלסט מסכים געווען אז אייסיס זאל לאזן אריינגיסן הייסע בליי אין א קרבן, בעדים ובהתראה, פארן עובר זיין אויף איינע פון זייערע געבאטן? (ווי למשל פירן א פליגער פונעם שונא)
יתרווועל איך אריינווארפן מיינע צוויי סענט, בדרך אפשר, אולי וועט דער כעלעמער פארשטיין.
דאס איז כולי עלמא מודא אז רציחה בימים ההם מיט א שווערד, פייער, אדער שטיינער איז געווען בערך אזוי גרויזאם ווי היינט מיט א גאן אדער דורך א ליטעל אינשפריץ. אין אנדערע ווערטער דעמאלטס איז דאס געווען די אנגענומענע וועג צו ענדיגען איינעם'ס לעבן ווען ער האט עס פארדינט לויט די תורה סטאנדארטן. עס איז נישט געליגן דערין עפעס עקסטער גרויזאמקייט. איז פארשטענדיך ממילא איז פארשטענדליך אז די תורה וויל הארב מאכן די ענין פון אשת איש זאגט די תורה אז איינער וואס האט געשלעכט מיט אן א"א ברויך ענדיגען דאס לעבן זאפארט אבער מיט א ציוויליזירטע מיתה, נעמליך, שווערד פייער אדער שטיינער, נישט חלילה צושניידען אויף שטיקער.
בימינו אז מיר זענען מער עמפינדלעך און מיר האבן מער געשמירטע וועגן צו ענדיגן א מענטשס לעבן, וואלט מן הסתם די תורה געזאגן אנשטאט באש תשרפו, באקדח תקדחו. און לו יצוייר כשיבנה בית המקדש וועט נאך זיין מיתות ב"ד אין קראפט וועט מען הרגנ'ן אויפ'ן ציוויליזרטסטע אופן וואס איש שייך בימים ההם. כן נראה בדרך אפשר.
אבער די רשעים וואס הרגנ'ן מענטשן אויף אזא אופן בימינו אלה ברויך מען צושניידן אויף שטיקער.
יתרו: הקיצור דו וואלסט געמאכט אן אמענדמענט, אן הגה"ה אויף די פסוקים אין די תורה, דארט וואו ס'שטייט מות יומת, וואלסטו צו געשריבן, ע"י כיתת יורים, כסא חשמלי, גז רעיל או ע"י זריקת סמים שמעצרים את פעימות הלב...!
און אויב גיב איך מיין הסכמה? טוט דאס נעמען די בלוט דורשטיקע בארבארען וואס לעבען אויף רציחה און אטעמען טאג און נאכט רציחה מיט בלוט פארגיסונג, און שטעלען צו א פאראדאקס מיט א תורה וואס איז מלא רחמים און שטעלט אונטער אזויפיהל פארלאנגען אז אפילו ווען איינעם קומט זיך מיתה זאל ער עס נישט באקומען? ליין דורעך פאמעלעך מיין געשרייבעכץ נאכאמאהל ביטע.
נ.ב. איך בין זייער קיהל, אבער ס'יז עמעיזינג ווי ווייט שנאת הדת קען פארפירען די אפטריניגע, אז זיי ווערען אזוי שטארק פארטעמפט און פארשטאפט ווען ס'קומט זיי אויס א טשאנס צו קענען אויסשיסען זייער גאל אויף די תורה און יודישקייט, די דזשעלי אין קאפ ווערט זיי פשוט טעמפארערילי דיסעיבעלד.
ירח בן יומועס איז באקאנט די אור החיים הקדוש ביי עיר הנדחת וואס מ' האט אוסגעהארגעט א גאנצע שטאט מענער קינדער און ווייבער בסייף און מ'האט פארברענט אלע האב און גוטס מ'קען זיך נאר פארשטעלן ווי אזוי דאס האט אוסגעזען (אפשר קען
@יואבצוהעלפן).
פירט דארט אויס די תורה אויף די פסוק
ונתן לך רחמים ורחמך איז די אור החיים הקדוש מסביר אז נאך יודן האבן מקיים געווען אזא מעשה אכזרי ווערט דאך ביים מענטש אין הארץ איינגעווארצלט א מדה פון אכזריות (און ער ברענגט דארט אז אזוי האבן מעיד דעווען די שר הטבחים (אייסיס) פון די קעניג בדורו), און אויף דעם בענטשט אונז די רבוש"ע אז ונתן לך רחמים ורחמך אז די מדה פון רחמנות זאל צוריק קומען צו אונז.
אלזא לעניננו ווען די יודן דארפן טוען א מעשה אכזרי איז דא ספעציעלע ברכה אז אז מיר זאלן נישט ווערען בארבארישע רוצחים משא"כ זיי אלע בלייבן טאקע חיות טורפות
************
דרך אגב, אין תנא דבי אליהו ווערט געברענגט א דבר נפלא אפילו די שטיין וואס מ'איז סוקל די חייבי מיתה און די סייף וואס מנוצט צו הארגענען זענענן עתיד ליתן את הדין אויך די צער וואס זיי האבן גורם געווען פאר א יוד, אפילו ס'איז געווען בצדק איז נאכאלץ דא אן עונש אויף דעם (ומכאן הלימוד פאר מחנכים וואס דארפן מעניש זיין (אפי' בצדק) זאלן געדענקען אז סוכ"ס איז מען מצער איוד און מ'וועט בראטן פאר דעם)
פאר דעם טאקע האט מיין רבי אין חדר געזאגט ווען ער האט איבערגעלייגט קינדער און זיי אריינגעקלאפּט אחת למעלה ושבע למטה אז ס׳טוט אים מעהר וויי ... די שטעקן אז אלעס געוועהן שולדיג... די מלמד איז נעבעך געוועהן אומשולדיג, פארדעם טאקע האט מען ארויסגעווארפן די אלע שלעכטע שטעקענס פון די חדרים און איבערגעלאזט די גוטע מלמדים 😕 😞 😮
יענץ געלעכטער 🙄
Kool manנאכאמאל, אפילו פאר די שוואכע קעם וואס פארשטייען נישט אפילו נאך דריי מאהל קלאר מאכען.
די תורה האט קיינמאל נישט געהייסען פארברענען א מענטש! די שריפה פון די תורה איז דורך אריינגיסען אין די האלדז צעלאזטע בליי, און ווי עטליכע פון אונזערע רעליגיעזע שרייבער האבען שוין געענטפערט, די הויפט חילוקים פון די הייליגע תורה וואס דרכיה דרכי נועם:
ס'יז געוועזן ספעציעלע פראצעדורן ביי דן זיין למיתה,
1. נאר בי"ד הגדול האט געקענט דן זיין נפשות,
2. ס'האט געמוזט זיין מיט צוויי עדים
3. און מיט התראה פון די צוויי עדים [וויפיל מאהל איז א בת כהן מזנה אין פראנט פון צוויי עדים כשרים??]
4. מ'האט אזוי געפארשט די עדים מיט חקירות ודרישות צו קענען טרעפען לעכער,
5. און מ'האט אפילו נאכ'ן פסק דין געארבעט צו מהפך זיין בזכותו/בזכותה,
6. יד העדים תהיה בו בראשונה, צו פארמיידען פאלשע עדות.
7. און אויב איז שוין אמאהל געקומען אז מ'האט פאקטיש געדארפט אויספירען די אורטייל, איז עס געוועזען מיט רחמים, און מ'האט פארטייבט דעם נידון מיט וויין, אא"וו
7. און מיט דעם אלעם זאגט די גמרא אז אויב האט א בי"ד געהרגעט מער ווי איינמאהל אין 70 יאהר! ווערט עס אהנגערופען א בי"ד קטלנית
קומען דא עטליכע גאר תמימות'דיקע שעפעלעך, אפילו נאך וואס אזויפיהל חברים האבען זיי שוין אפגעענטפערט, וועלען זיי שטעלען נאכאמאהל און נאכאמאהל זייער שאלת תם ווי א אפרוח שלא נפתחו עיניו וואס פארשטייט בכלל נישט וואס מ'האט גערעדט צו אים, סיכום:
א תורה וואס פאדערט רחמים בעפאר און נאכדעם, א תורה וואס גיבט נישט קיין געווער פאר יעדען שוטה צו קענען אומברענגען וועמען ער האלט אז ער שטייט אים אין וועג, אדער ווען ער איז הונגעריג פאר 200 מיליאן דאלער שאנטאזש, די פראצעדור פון די תורה איז אז דער מענטש זאל ציטערען צו טוהן אן'עבירה, דעטס איט, אבער ווען ס'יז געקומען דערצו האט מען געזוכט אלע אופנים נישט אויסצופיהרען, נישט צו דארפען אומברענגען א מענטש, און מיט אלעם אויב האט א בי"ד מיט די אלע אויבענדערמאנטע תנאים יא אויסגעפירט טויט שטראף מער ווי איינמאהל אין זיבעציג יאר זענען זיי געווארען באטיטעלט בי"ד קטלנית!, דאס איז די תורה.
להבדיל אלף אלפי הבדלות די פינסטערע בלוט דורשטיגע רוצחים וואס זוכען וואו און ווען מ'קען הרג'ענען, וואו זיי זענען שחט'ן זיי זיך אויס אפילו צווישען זיך, אין אלע לענדער, אין די לעצטע דריי יאר זענען טויזענטער פון זיי געהרגעט געווארען צווישען זיך, קל וחומר א פרעמדער, יעדער וואס גלייבט נישט ווי זיי איז ביי זיי חייב מיתה, און אויף די ברוטאלסטע אופנים,
צו פארגלייכען סתם בלוט דורשטיגע רוצחים מיט זייערע פעולות אדער ציהלען צו עניטינג פון די הייליגע תורה איז פאנאטיש און גאר גרויסע טיפשות, דאס קען נאר זאגען איינער וואס איז טיף טיף אין די פארמאכטע באקס, צוגעקלעבט מיט שטארקע דאקט טעיפ.
איך האב שוין פריער ערווענט אז מיתות בי"ד איז טאקע געווען מיט רחמנות, מ'האט מהפך געווען לזכות און ברור לו מיתה יפה. וואס וועסטי אבער זאגן לגבי די מלחמות וואס אידן האבן געפירט? כ'האב מעתיק געווען די לשון הרמב"ם, זיי מוחל קריך ארויף, ליין עס דורך און נאכדעם זיי מסביר די חילוק פון דארט ביז להבדיל אייסיס.
פלאוויוס
די צרה מיט ראדיקאלן איסלאם, און אפשר מיט איסלאם בכלל, איז וואס ס'פארמאגט נישט קיין סיסטעם וואס זאל לאזן דאס געזעץ זיך מאדיפיצירן, אינעם קאנטעקסט פון דער טראדיציע (דאס איז א וויכטיגער פרט!), לויט דער אנטוויקלונג פון דער מענטשהייט. דערפאר, אפילו אויב איסלאם זאל האבן געווען א הערליכער עטישער דאקומענט אין זיין צייט, איז א הכרח אז פריער אדער שפעטער זאל עס בלייבן הינטערשטעליג. איך ווייס נישט צי איסלאם איז באמת שולדיג אין דעם, ווייל איך בין נישט באקאנט מיט די סודות פון איסלאם (און לאמיר זיך נישט נארן: די בעסטע אידעאלאגיע קען ווערן אויסגענוצט צום שלעכטן), אבער דאס איז בכל אופן די פראבלעם מיטן ראדיקאלן איסלאם פון אונזער צייט.
לשיטתך וואלט מען געדארפט מאדיפיצירן די סדר השחיטה וויבאלט ס'זענען פארהאן אופנים וואס איז ווייניגער פיינפול פאר די בהמות.
זעהט אויס אז אידישקייט פארמאגט אויך "נישט קיין סיסטעם וואס זאל לאזן דאס געזעץ זיך מאדיפיצירן"
כעלעמער מגיד פרעגט מה נשתנו אלו מאלו. ורוח הקודש משיבה:
אויב די שאלה איז אויף אמאל איז דער חילוק אז אמאל האט דאס געהייסן מאראליש און היינט נישט. אויב די שאלה איז אויף היינט, איז דער חילוק אז מיתת בית דין עקזיסטירט מער נישט אויסער אין עטליכע דיקע גרויסע בענדער וואס ווערן גערופן תלמוד בבלי, בעת ראדיקאל איסלאם איז לעבעדיג און שטויסעדיג.
ווי באמת מאכט עס א נפקא מינה? און אויב די תורה איז ערגער ווי אייסיס וואס איז דעמאלטס?
לעצטענס איז געווען בילדער ווי זיי טראסקענען אראפ איינעם וועם זיי דערקלערן צו זיין געי פון א הויכן בילדינג יענער האט עס איבערגעלעבט האט מען אים באשטיינערט, דאס איז ריכטיג עפ"י הלכה אן קיין שום שינוי.
שמעון וואלףפלאוויוס
די סנהדרין איז אוועקגעשטעלט געווארן גענוי פאר דער פונקציע, צו מאדיפיצירן דעם געזעץ-סיסטעם לויטן געברויך פון דער צייט ("השופט אשר יהיה בימים ההם"), און דער אופן וויאזוי די סנהדרין האט דאס געטון איז היסטאריש זייער אינטערעסאנט. פארשטייט זיך אז די סנהדרין האט געמוזט זיין צוזאמגעשטעלט פון מענטשן וואס געהערן צו דער עליטע רעליגיע, נישט צו דער פאפולארער רעליגיע (דא קומט אריין די וויכטיגקייט פון סמיכה). פארשטייט זיך, איינע פון די גרויסע צרות פונעם גלות איז די פראבלעם וואס ס'איז נישטא קיין סנהדרין (און דערפאר איז דא א מקום פאר רעאקציע אינערהאלב דעם אידישן רעליגיע-סיסטעם), אבער דערפאר טאקע האט די תורה אפגעשאפן מיתת בית-דין ווען ס'איז נישטא קיין סנהדרין. דער אידישער געזעץ-סיסטעם האט זיך אויף דעם אופן באווארנט פון רעאקציאנערישן בארבאריזם.
די צרה מיט ראדיקאלן איסלאם, און אפשר מיט איסלאם בכלל, איז וואס ס'פארמאגט נישט קיין סיסטעם וואס זאל לאזן דאס געזעץ זיך מאדיפיצירן, אינעם קאנטעקסט פון דער טראדיציע (דאס איז א וויכטיגער פרט!), לויט דער אנטוויקלונג פון דער מענטשהייט. דערפאר, אפילו אויב איסלאם זאל האבן געווען א הערליכער עטישער דאקומענט אין זיין צייט, איז א הכרח אז פריער אדער שפעטער זאל עס בלייבן הינטערשטעליג. איך ווייס נישט צי איסלאם איז באמת שולדיג אין דעם, ווייל איך בין נישט באקאנט מיט די סודות פון איסלאם (און לאמיר זיך נישט נארן: די בעסטע אידעאלאגיע קען ווערן אויסגענוצט צום שלעכטן), אבער דאס איז בכל אופן די פראבלעם מיטן ראדיקאלן איסלאם פון אונזער צייט.
לשיטתך וואלט מען געדארפט מאדיפיצירן די סדר השחיטה וויבאלט ס'זענען פארהאן אופנים וואס איז ווייניגער פיינפול פאר די בהמות.
זעהט אויס אז אידישקייט פארמאגט אויך "נישט קיין סיסטעם וואס זאל לאזן דאס געזעץ זיך מאדיפיצירן"
שמעון וואלף, לאמיר נישט אנהייבן מיט קינדישע ויכוחים וועלכער וועג ס'איז מער פיינפול ווען ס'האנדלט זיך פון א פראצעדור וואס נעמט סעקונדעס (א שוחט וואס מוז דורכפירן דעם חלף צען מאל קען מען דאך פסל'ען), און בכל אופן איז קיין שום פראצעדור נישט "ריין" אינגאנצן... כ'מיין אויב דו זוכסט דוקא בלוט ביי אידן קענסטו עס טרעפן ביי א ברית, אבער אויסער צווישן ראדיקאלן וועסטו נישט טרעפן ביי אידן אזעלכע וואס זאלן פילן דערין א סתירה צו אונזערע מאראלישע ווערטן. ביי פלייש ווידער איז דער פראבלעם נישט אין דער פראצעדור, נאר אינעם עצם קוילן בעלי-חיים פאר'ן געברויך פונעם מענטש.
דארפן מיר זיך אפהאלטן פון עסן בעלי חיים? דער טרענד איבער דער וועלט איז לכאורה אין דער ריכטונג, און ס'זענען דא גענוג פרומע אידן וואס גלייבן אז דאס איז דער וועג פון דער תורה. הרב קוק ז"ל האט אויף דעם אפגעשריבן זיין "חזון הצמחונות והשלום", און פארשטייט זיך אז יעדער איד האט די ברירה צו גיין אין דעם וועג. אליין האלט איך נאכנישט דארט, אבער אפשר איין טאג...
[ציטאט אראפגענומען]
קיין איינס נישט. מ'לערנט עס ווי א טרוקענע הלכה. ווי א טעארעטישע זאך וואס לא היה ולא נברא. ווען נישט וואלט יעדער תלמיד חכם געבליבן מיט שווערע טראומאס נאכ'ן לערנען מסכת סנהדרין.
כ'בין מסופק וואס מען וואלט געטון היינטיגע צייטן. למעשה זעהען מיר אז חז"ל האבן היבש רעדוצירט שטראפן וואס האט אויסגעקוקט בארבאריש לויטן פשוט'ן פשט, ווי יד תחת יד און עין תחת עין און נאך אסאך אנדערע, (הגם אין די אראבישע לענדער פירט מען זיך יא לויטן פשוט'ן פשט, און מען האקט הענט, פוס, אויערן, מען שניידט אראפ צונגען, מען פארט איבער מענטשן מיט טראקס, און נאך גרויזאמע מיטלען ואכ"מ),
אז די חז"ל האבן געקענט מאכן פון א דאורייתא ארבעים א חסר אחת, אתי רבנן ובצרו חדא, פאר סיי וועלכע סיבה, איז קלאר פשט אז כאטש די תורה איז א נצחיות און זאת התורה לא תהא מוחלפת, האבן די חכמים געקענט אנדערש פארטייטשן און נאך זאגן אז דער פשט האט דער פסוק געמיינט.
סך הכל פון די אלע טענה'ריי איז אזויפיל, אז כאטש מען זעהט אז די תורה האט געהייסן טון געוויסע פעולות וואס קוקט אויס עקסטער גרויזאם היינטיגע צייטן (אבער נישט בעת ההוא), איז זייער מעגליך אז מען וואלט שוין בזמנינו געטראפן א וועג ארויס נישט צו דארפן מקיים זיין די מיתה אויף דעם אופן, נאר מער פראקטיש; אבער אפילו אויב וואלט עס יא געבליבן אויפן אלטן שטייגער, איז עס נאך אלץ א קינדער שפיל אקעגן די רשעות פון די אראבישע קולטור, ווייל אין די תורה האט מען געזוכט צו מינימיזירן דעם שטראף ווי ווייט מעגליך, ברור לו מיתה יפה, און להבדיל די רוצחים זענען פונקט דאס פארקערטע, און זיי זוכן ווי מער יסורים אנצוטון להגדיל הטראסק ולהאדירה.
נאך אלעם מיין איך אז מען וועט עס נישט קענען גענצליך פארשטיין מיט אונזער היינטיגע שכל, אבער עכ"פ א היבשע חילוק זעהט מען קלאר און אפן.
יאירווען נישט וואלט יעדער תלמיד חכם געבליבן מיט שווערע טראומאס נאכ'ן לערנען מסכת סנהדרין.
כגון אנא, איך בין געווען ערשיטערט נאכן לערנען ס'ערשטע מאל סנהדרין (משניות).