☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דיני מיתה עפ"י תורה

דיני מיתה עפ"י תורה

127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8234
בלאט: 1 2 3

יאיר » מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:40 am

· #254409
מעכעלע, דער אטעאיסט באטראכט יענעם אלס א פאלנער רוצח. די שאלה איז וואס דער רעליגיעזער איד, וועלכער באשטעטיגט אויך רציחה באזירט אויף א רעליגעזע אידעאלאגיע, האלט דערוועגן.

יאיר » מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:47 am

· #254410
diff
געפילטע פיש
דוכט זיך אז גלייבן אינעם ראשית חכמה ווערסיע פון שכר ועונש איז נישט פון די י"ג עיקרים.

אתה כופר בקבלה?

הוא מאמין בלא תוסיפו.

יאיר » מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:55 am

· #254414
יעדער רוצח איז נעבעך א רוצח. וואס א חילוק אויב א מענטש ווערט געטריבן דורך רעליגיעזע אידעאלאגיע אדער א כעס'יגע אויסברוך?

יאיר » מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:13 am

· #254418
דאס איז דאך די הארבע שאלה וואס מען איז דן. איז רעליגעזע אידעאלאגיע א בארעכטיגונג פאר רציחה אדער נישט. אלס רעליגעזער איד ענטפערסטו אז יא, ממילא איז דער אייסיס רוצח לשיטתו בארעכטיגט צו הרגען.ער איז נאר א רחמנות אז ער האט נעבעך די פאלשע רעליגיע.

יאיר » מיטוואך פעברואר 18, 2015 12:23 pm

· #254430
תיקו.

ר' שלמה אבן גבירול » מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:02 pm

· #254433
אומר מותר קרוב למזיד הוא, זאגט רש"י וויבאלד ער האט געדארפט לערנען.

קודם, איז דער אראבער קיין מזיד זיכער נישט. די שאלה איז נאר, צו ס'איז שייך די טעם אז ער האט געדארפט לערנען, וואס דעמאלט וועט ער העכנסטנס ווערן א קרוב למזיד.

diff » מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:01 pm

· #254454
יאיר
diff
געפילטע פיש
דוכט זיך אז גלייבן אינעם ראשית חכמה ווערסיע פון שכר ועונש איז נישט פון די י"ג עיקרים.

אתה כופר בקבלה?

הוא מאמין בלא תוסיפו.

ולא ב' ולא תסור?

kliger » מיטוואך פעברואר 18, 2015 4:26 pm

· #254497
געפילטע פיש
chusid
יאיר
כעלעמער מגיד פרעגט מה נשתנו אלו מאלו. ורוח הקודש משיבה:
אויב די שאלה איז אויף אמאל איז דער חילוק אז אמאל האט דאס געהייסן מאראליש און היינט נישט. אויב די שאלה איז אויף היינט, איז דער חילוק אז מיתת בית דין עקזיסטירט מער נישט אויסער אין עטליכע דיקע גרויסע בענדער וואס ווערן גערופן תלמוד בבלי, בעת ראדיקאל איסלאם איז לעבעדיג און שטויסעדיג.

אזוי ווי קליגער זאגט:
היינט איז עס טאקע נישט דא בעולם הזה אבער בעולם הבא אויב ביסטו א מאמין ווייסטו אז מען טוט שרעקעדיגע זאכן דארט, יארן צירוק האב איך געזען אין די מוסר ספרים אז אויפן חטא הידוע גייט מען הענגן דעם מענטש פון שטריק עפעס זייער שרעקעדיג (דאכט זיך ראשית חכמה) .

דוכט זיך אז גלייבן אינעם ראשית חכמה ווערסיע פון שכר ועונש איז נישט פון די י"ג עיקרים.

איינע פון די י"ג עיקרים איז שכר ועונש, און גיהנם און נאך עונשים ווערן דערמאנט און חז"ל
איך רעד שוין נישט פון די פסוקי התורה פון די תוכחה אין נאך

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:08 pm

· #254510
הרב המגיד
קודם בעהט איך מחילה סליחה וכפרה פארן חושד זיין בכשרים און זאלסט זיין געבענטשט.
לאמיר קלאר מאכן די זאך.
נאכן ליינען מיין תגובה דארט פארשטייט דיין שכל הישר אז נאר אונזער תורה איז אמת?
לויט ווי דו שרייבסט זעהט אויס אז יא.
נו אויב אזוי איז דאך זייער קלאר,
דיין שאלה איז
[ציטאט אראפגענומען]

און די ענטפער איז אז נאר הריגה לפי תורתינו איז מותר כי זהו רצונו של מי שאמר והיה העולם און זייערע רציחות איז רציחה סתם,
ווייל אפילו אז ער איז איבערגעצייגט מיט זיין גערעכטיגקייט ווייסטו פארט אז זיין רעלעגיע איז פאלש און ממילא זיין בארעכטיגקייט,
דאס אז ער האט מחליט געווען צו גלייבן א בעל החלומות גיבט נאך נישט קיין בארעכטיגקייט פאר זיין רציחה ווייל קודם דארף ער בארעכטיגן זיי אמונה. דו"ק ותשכח

ר' שלמה אבן גבירול » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:40 pm

· #254517
געוואלדיג

און די ענטפער איז אז נאר הריגה לפי תורתינו איז מותר כי זהו רצונו של מי שאמר והיה העולם און זייערע רציחות איז רציחה סתם,
ווייל אפילו אז ער איז איבערגעצייגט מיט זיין גערעכטיגקייט ווייסטו פארט אז זיין רעלעגיע איז פאלש און ממילא זיין בארעכטיגקייט,
דאס אז ער האט מחליט געווען צו גלייבן א בעל החלומות גיבט נאך נישט קיין בארעכטיגקייט פאר זיין רציחה ווייל קודם דארף ער בארעכטיגן זיי אמונה. דו"ק ותשכח

די פשוטע המון עם האבן א מסורה אז זייער קוראן איז די ריכטיגע, זיי דארפן נישט ארויסהאבן פונקטליך וואס די מעשה איז געווען מיט זייער נביא
מען האט זיי אויסגעלערנט 'אין אדם מוריש שקר לבניו', און אז 'איך בין א נאר און כ'גלייב'

יעצט איז די שאלה נאכמאל, "וואס אונז אונזער בליק, אויף די איסלאמישע שחיטות לשיטתם"

יאיר » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:46 pm

· #254522
געוואלדיג
דאס אז ער האט מחליט געווען צו גלייבן א בעל החלומות גיבט נאך נישט קיין בארעכטיגקייט פאר זיין רציחה ווייל קודם דארף ער בארעכטיגן זיי אמונה. דו"ק ותשכח

<a class="postlink" href="http://lmgtfy.com/?q=proof+for+islam">http://lmgtfy.com/?q=proof+for+islam</a>

ישראל קאפקע » מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:37 pm

· #254540
איך האלט אז דער גאנצער שקלא וטריא איז נישט אקטועל לגבי אייסיס.

די דעבאטע וואלט געווען אין פלאץ ווען מען רעדט פון א געהעריגע צענטראלע רעגירונג וואס שטעלט ארויס א פונקטליך פארמולירטן געזעץ מיט פונקטליכע רעגולאציעס איבער נישט גלויביגע אונטער זייער קאנטראל.

אייסיס איז בסך הכל א רעאקציאנערישע גרופע, אן אויסמיש פון רעליגיעזע און עטנישע עקסטרעמיסטן, אינמיטן א קריג אין עטליכע לענדער מיט פארשידענע קורטערמיניגע צילן.

אין איראק האבן זיי געהרגט אויסלענדישע קריסטן, און אומגלויביגע. איראקער שאיטן, און סוניס פון אנדערע עטניסיטעטן. אין סיריע זענען זיי אין קריג מיט אראבישע שאיאטן, שיא אלאוויטן און קעגנערישע סוני רעבעלן. אין ליביע האבן זיי דערווייל געהרגט נאר קאָפטישע קריסטן.

ענדערש וואלט געווען א דעבאטע איבער רעליגיעזע געזעץ אין א לאנד מיט א שטארקע צענטראלע סטאבילע רעגירונג וואו עס ווערט רעגלמעסיג אויסגעפירט טויטשטראף באזירט אויף רעליגיעזע געזעץ, למשל איראן אדער סאודי אראביע.

מען קען האבן א שמועס אויב היינטיגע אייסיס און זייערע שחיטות אין קריג איז מער אדער ווייניגער מאראליש ווי א פונקטליך פורמולירטער רעליגיעזער געזעץ פאר אומגלויביגע, אבער עס איז נישט די זעלבע דעבאטע.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:51 pm

· #254549
diff
געפילטע פיש
דוכט זיך אז גלייבן אינעם ראשית חכמה ווערסיע פון שכר ועונש איז נישט פון די י"ג עיקרים.

אתה כופר בקבלה?

כופר במה? שקבלה בראה את השמים והארץ? כופר אז קבלה עקזעסטירט? כופר אז קבלה איז א כול יכול? זיי דיך בעסער מסביר.

kliger

איינע פון די י"ג עיקרים איז שכר ועונש, און גיהנם און נאך עונשים ווערן דערמאנט און חז"ל
איך רעד שוין נישט פון די פסוקי התורה פון די תוכחה אין נאך

שכר ועונש קען מיינען אסאך זאכן, אבער מוז זיכער נישט מיינען אז פאר חטא הידוע גייט מען הענגען אויף א שטריק. אין די צייטן ווען דער רמב"ם האט געשריבן וואס איז עווענטואל געווארן די י"ג עיקרים האבן די מושגים פונעם ראשית חכמה'ס גיהנום נאכנישט עקזעסטירט.
די תוכחה רעדט נישט וועגן עונשים אויף יענע וועלט, נאר וועגן עונשים בעלמא הדין. חז"ל רעדן אויך נישט וועגן דעם ראשית חכמה'ס גיהנום, און אפילו ווען יא, איז נישט יעדע אגדתא כפשוטו.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:53 pm

· #254550
ישראל קאפקע
איך האלט אז דער גאנצער שקלא וטריא איז נישט אקטועל לגבי אייסיס.

די דעבאטע וואלט געווען אין פלאץ ווען מען רעדט פון א געהעריגע צענטראלע רעגירונג וואס שטעלט ארויס א פונקטליך פארמולירטן געזעץ מיט פונקטליכע רעגולאציעס איבער נישט גלויביגע אונטער זייער קאנטראל.

אייסיס איז בסך הכל א רעאקציאנערישע גרופע, אן אויסמיש פון רעליגיעזע און עטנישע עקסטרעמיסטן, אינמיטן א קריג אין עטליכע לענדער מיט פארשידענע קורטערמיניגע צילן.

אין איראק האבן זיי געהרגט אויסלענדישע קריסטן, און אומגלויביגע. איראקער שאיטן, און סוניס פון אנדערע עטניסיטעטן. אין סיריע זענען זיי אין קריג מיט אראבישע שאיאטן, שיא אלאוויטן און קעגנערישע סוני רעבעלן. אין ליביע האבן זיי דערווייל געהרגט נאר קאָפטישע קריסטן.

ענדערש וואלט געווען א דעבאטע איבער רעליגיעזע געזעץ אין א לאנד מיט א שטארקע צענטראלע סטאבילע רעגירונג וואו עס ווערט רעגלמעסיג אויסגעפירט טויטשטראף באזירט אויף רעליגיעזע געזעץ, למשל איראן אדער סאודי אראביע.

מען קען האבן א שמועס אויב היינטיגע אייסיס און זייערע שחיטות אין קריג איז מער אדער ווייניגער מאראליש ווי א פונקטליך פורמולירטער רעליגיעזער געזעץ פאר אומגלויביגע, אבער עס איז נישט די זעלבע דעבאטע.

פון דא באקום איך אביסל אן אנדערען בליק אויף אייסיס, זיי זענען נישט אזוי אומבאלומפערט ווי די מערב וועלט מיינט.

kliger » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 1:54 am

· #254610
געפילטע פיש
[
kliger

איינע פון די י"ג עיקרים איז שכר ועונש, און גיהנם און נאך עונשים ווערן דערמאנט און חז"ל
איך רעד שוין נישט פון די פסוקי התורה פון די תוכחה אין נאך

שכר ועונש קען מיינען אסאך זאכן, אבער מוז זיכער נישט מיינען אז פאר חטא הידוע גייט מען הענגען אויף א שטריק. אין די צייטן ווען דער רמב"ם האט געשריבן וואס איז עווענטואל געווארן די י"ג עיקרים האבן די מושגים פונעם ראשית חכמה'ס גיהנום נאכנישט עקזעסטירט.
די תוכחה רעדט נישט וועגן עונשים אויף יענע וועלט, נאר וועגן עונשים בעלמא הדין. חז"ל רעדן אויך נישט וועגן דעם ראשית חכמה'ס גיהנום, און אפילו ווען יא, איז נישט יעדע אגדתא כפשוטו.

נו,זאל זיין בעלמא הדין, טרעפן מיר אבער עכ"פ שטארקע עונשים אין די פסוקים ווי למשל

וְהִפְקַדְתִּי עֲלֵיכֶם בֶּהָלָה אֶת-הַשַּׁחֶפֶת וְאֶת-הַקַּדַּחַת, מְכַלּוֹת עֵינַיִם, וּמְדִיבֹת נָפֶשׁ

וַאֲכַלְתֶּם בְּשַׂר בְּנֵיכֶם וּבְשַׂר בְּנֹתֵיכֶם תֹּאכֵלוּ

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:17 pm

· #254732
ר' שלמה אבן גבירול

די פשוטע המון עם האבן א מסורה אז זייער קוראן איז די ריכטיגע, זיי דארפן נישט ארויסהאבן פונקטליך וואס די מעשה איז געווען מיט זייער נביא
מען האט זיי אויסגעלערנט 'אין אדם מוריש שקר לבניו', און אז 'איך בין א נאר און כ'גלייב'

יעצט איז די שאלה נאכמאל, "וואס אונז אונזער בליק, אויף די איסלאמישע שחיטות לשיטתם"

כפי הבנתי שאלתך הוא:
מה צריך להיות דעת האיש הישראלי המאמין בה' ובתורתו על קבוצת הברואים המאמינים בדת האיסלאם ורצחים אנשים נשים וטף באמרם שזהו מצוות דתם כיון שגם לפי תורתינו יש פעמים שצריכים להרוג אנשים
תשובה:
וויבאלד די שאלה איז וויאזוי אונז דארפן דאס אנקוקון, און ווי איך זעה גלייבט דא יעדער שתורתינו הק' אמת ואין עוד תורה מלבדה, אויב אזוי איז דאך זיכער אז אונזער בליק אויף זיי איז אז זיי זענען פאלנע רוצחים כי לפי תורתינו הוא כך, נישט קיין נ"מ פארוואס זיי האבן מחליט געווען צו גלייבן אין זייערע שטותים ווייסן אונז אז עס איז אלעס שוא ושקר ואין להם על מה שיסמוכו.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:03 pm

· #254786
כעלעמער, די שאלה איז נאר נוגע פאר די אידן וואס לעבן אין די אילוזיע אז עס איז פארהאן עפעס א מאראל און לאגיק צו וועלכן דער תורה דארף זיך צושטעלן. אויב די תורה האט א רעכט צו זיין אוממאראליש און אומלאגיש איז נישט שייך צו פרעגן אזוינע קשיות. מען קוקט אריין אין שולחן ערוך הלכות אייסיס און מען פסק'נט וואס דער דין איז.

diff » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:47 pm

· #254821
גערעכט ס'בעסער ד' מיתות בי'ד ווי די הפקרות וואס האט געברענגט די שואה
מגיד האקט

געוואלדיג » פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:07 pm

· #254938
יעצט פרעגסטו א אנדערע שאלה צו דער גוי זעהט א חילוק צווישן אונז און זיי,
אחן דער ענטפער איז אז וויבאלד עס זענען דא גענוג און נאך מוסלעמינער וואס טענה'ן אז isis איז נישט איסלאם, און ביי אונז אידן איז (כמעט) נישט דא ווער עס טענה'ט אזוי אויף די ד' מיתות בי"ד איז יענער רעפארטער לכאורה נישט אויפריכטיג אבער אויב וויל ער פארט טראכטן אזוי איז ער מעגליך נישט דווקא נישט אויפריכטיג

הקטן » פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:55 pm

· #254953
יאיר
כעלעמער, די שאלה איז נאר נוגע פאר די אידן וואס לעבן אין די אילוזיע אז עס איז פארהאן עפעס א מאראל און לאגיק צו וועלכן דער תורה דארף זיך צושטעלן. אויב די תורה האט א רעכט צו זיין אוממאראליש און אומלאגיש איז נישט שייך צו פרעגן אזוינע קשיות. מען קוקט אריין אין שולחן ערוך הלכות אייסיס און מען פסק'נט וואס דער דין איז.

א איד ווייסט אז "לאגיג" אין "מאראל" און אנדערע געפילען זענען איינפאכע נבראים - אין גילטיגט אויך נאר דארט וואו דער פלאץ דערפין איז.
למשל אין דשאנגעל איז דא גאנץ אנדערע געזעצען.

דער גוי וואס האלט אז רעליגיע איז געמכט געווארן "דארך מענטשן פאר מענטשן" צי ער קען זעהן א חילוק צווישען אידען אין אייסיס? זיכער נישט!
אויב דער איד וויל קיקען מיט א גויאשער קאפ וועט ער אויך נישט זעהן דעם פשטן אמת.

הקטן » פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:03 pm

· #254956
[ציטאט אראפגענומען]

האב זיי יא פיינט האב זיי נישט פיינט אבער הארגע זיי אלע אויס, שנעל. פארוואס? ווייל זיי הארגענען אימשילדיגע מענטשען.
וואו אזוי ווייסטו? ווייל די ווייסט דער אמת.

ווען אידן וועלן זיין על אדמתם אין די גוים וועלן ווילן מלחמה האלט ווייל די אידען האבן ד' מיתות ב"ד וועל איך פארשטיין פין וואו זייער טעות נעמט זיך.
וועל איך זיי לאזן? זיכער נישט!

יאיר » פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:26 pm

· #255006
[ציטאט אראפגענומען]

די סיבה פארוואס מען קען נישט קעטשן די 22 מאל וואס דו האסט געשריבן דיין שאלה איז וויבאלד איר רעדט אנדערע שפראכן. דו רעדסט עפעס א מאדנע קאוד לענגוועיזש וואס לויטעט אז מיר דארפן קענען מסביר זיין אונזער פאזיציעס לאגיש און מאראליש, ממילא האסטו פיינע קשיות פון מה נשתנו אלו מאלו. אויב מיר נעמען אוועק די צוויי הנחות (אדער נבראים ווי הקטן רופט עס) בלייבסטו אן קשיות און אלעס ווערט הערליך פארענטפערט.
בקיצור, דו פארלאנגסט פון דעם פופנדאמענטאליסט ארויסצוקוקן פון זיין רעליגיע און זאגן א מיינונג אינדרויסן דערפון. פאר דעם פונדאמענטאליסט איז דאס בערך אזוי ווי דו זאלסט פרעגן: לו יצוייר אז טויט איז א מורא'דיגע גוטע זאך, וואלטן דען נישט די אייסיס געווען די מאראלישסטע מענטשן? ס'איז א היפאטעטישע שאלה אינדרויסן פון מציאות וואס מאכט נישט קיין שום נפקא מינא אין זיין מחשבה.

יאיר » פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:32 pm

· #255008
הקטן
יאיר
כעלעמער, די שאלה איז נאר נוגע פאר די אידן וואס לעבן אין די אילוזיע אז עס איז פארהאן עפעס א מאראל און לאגיק צו וועלכן דער תורה דארף זיך צושטעלן. אויב די תורה האט א רעכט צו זיין אוממאראליש און אומלאגיש איז נישט שייך צו פרעגן אזוינע קשיות. מען קוקט אריין אין שולחן ערוך הלכות אייסיס און מען פסק'נט וואס דער דין איז.

א איד ווייסט אז "לאגיג" אין "מאראל" און אנדערע געפילען זענען איינפאכע נבראים - אין גילטיגט אויך נאר דארט וואו דער פלאץ דערפין איז.
למשל אין דשאנגעל איז דא גאנץ אנדערע געזעצען.

דער גוי וואס האלט אז רעליגיע איז געמכט געווארן "דארך מענטשן פאר מענטשן" צי ער קען זעהן א חילוק צווישען אידען אין אייסיס? זיכער נישט!
אויב דער איד וויל קיקען מיט א גויאשער קאפ וועט ער אויך נישט זעהן דעם פשטן אמת.

אין אנדערע ווערטער, לויט דיר איז אידישקייט (לכל הפחות אין געוויסע פעלער) אוממאראליש און אומלאגיש.

הקטן » זונטאג פעברואר 22, 2015 11:05 am

· #255143

פון א סעקילער קוק ווינקל - יא
פון א רעליגעזער קוק ווינקל - ניין

מאראל אין אויך לאגיג זענען רעלעטיווע באגריפן, געבויט אויף פריערדיגע הנחות.
אויב נעמסטו אן אידישקייט אלס א given - אן אחד האמת - איז ד' מיתות ב"ד מארליש און לאגיג פינקט וואו א טאטע געט א פעטשעל (אדער timeout) פאר זיין באליבט קינד.
אויב האלסטו אז דיין וועג פין לאגיג און מאראל איז העכער גאט האסטו נישט אידישקייט.

און איך פארשטיי אייסיס פאר קימען צים זעלבן מסקנה - אבער היות איך ווייס דער אמת גיי איך וואטען מען זאל זיי אלע אויסהארגענען (און דאס איז אויך לאגיג און מאראליש)

כלבאשבוע » דינסטאג פעברואר 24, 2015 3:18 pm

· #255663
:Comedian George Carlin on the death penalty and its absurdity in today's society
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=qDO6HV6xTmI">https://www.youtube.com/watch?v=qDO6HV6xTmI</a>

מרדכי » מיטוואך יולי 8, 2015 7:51 pm

· #288223
Re: דיני מיתה עפ"י תורה
כלבאשבוע
:Comedian George Carlin on the death penalty and its absurdity in today's society
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=qDO6HV6xTmI">https://www.youtube.com/watch?v=qDO6HV6xTmI</a>

אזויפיל שטותים צו רעדן אין אפאר מינוט, דעס דארף מען קענען. [emoji6]

י.ל.פרץ » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:08 pm

· #309134
דיני מיתה עפ"י תורה
מאטי
דאס בעסטע תירוץ וואס איך קען דיר געבן איז; היינט צוטאגס טוט מען דאס שוין נישט, און מ'גייט דאס מער נישט טון, וויבאלד אונזערע מוחות זענען מער נישט מסוגל דאס צו טון בבחינת "אונס רחמנא פטרי." אויב השם וועט וועלן צוריק דרייען דעם זייגער צום אמאליגן ריאליטעט וועט ער מיט דעם אויך צוריקדרייען אונזער מצפון אז ס'זאל זיך נישט שפירן בארבאריש.

זאת התורה לא תהא מוחלפת?
בלאט: 1 2 3