☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8172
בלאט: 1 2

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:13 pm

· #249580
אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות
אזוי ווי די פורום איבער פארמעקטע אשכולות איז פארשפארט פאר די פובליק און דער עולם קען זיך נישט לאזן הערן וואס מען האלטץ עפן איך אויך דא דעם אשכול פאר דעם צוועק דא קען יעדער מיטיילן זיין חוות דעת קדשו איבער די לעצטע פארמעקטע (און קומעדיגע) אשכולות.

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:13 pm

· #249581
ובזה החלי בנוגע יוסל ראקאווער'ס אשכול בין איך נישט איינשטימיג מיט די אחראים פארן מעקן די אשכול. אז א איד פלאגט זיך אן צו שרייבן און מהנה זיין דעם עולם מעקט מען נישט אזוי כלאחר יד. ענדערש וואלט מען געדארפט רעדאגירין און ארויסנעמען די לשונות ווואס שמעקט מיט בזיון תלמיד חכם אבער מעקן א גאנצע אשכול? אתתממה!

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:22 pm

· #249583
איך שטים גענצליך צו צו יתרו'ס ארגומענט.

נאר קודם האט מען אים געזאלט בעטן אליין צו רעדאגירן, און דערנאך בלית ברירה זאל א מנהל רעדאגירן.
ספעציעל ווען עס איז נישט געווען דווקא אן אטאקע קעגן דעם רבין, נאר קעגן א געוויסע פאסירונג און בעיקר אז מען האט אפגעדרוקט דעם פאסירונג אין א ספר.
אויך האט ער געזאלט רעדאגירן א ווארט צוויי וואס קען ווערן אויסגעטייטשט ווי א פאראורטייל קעגן א גאנצע קהילה קדושה בישראל, וואס אין א געוויסע זין איז דאס נאך וויכטיגער. (שטעלט אייך פאר ווען מען פארמעקט יעדן אשכול וואס מאכט ליצנות פון סאטמאר רב, אדער דעם ליובאוויטשן רבין).

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:28 pm

· #249585
יש להאריך אבער איך וויל מיך נאר באציען צו דיין לעצטע נקודה ,סאטמאר האט געפייט מיט דשאסט עבאוט יעדער און גם ליובאוויטש לא טמנו ידם בכיס איז נאטירליך אז מען רעדט פון זייער שטורמישע היסטאריע (ספעציעל ווען עס איז ביי זיי די מאדע צו פאלציפירן היסטאריע יעדע פראקציע לויט ווי עס שמעקט זיי) אבער פאפא? דער גרויסער ויחי יוסף האט נישט געטשעפעט קיינעם (אויב עפעס האט ער גענוג געליטן פון די בריונים און געשוויגן) און עס איז נישט אויף ק''ש סטאנדארט אזא מינע אשכול.

ברוך שאמר » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:32 pm

· #249586
די ביסט נישט גערעכט ווייל ווען איינער פלאגט זיך זייער שטארק אין ער עפענט אזא ביליגע אשכול קימטס זאך איהם א גיטע פראסק אין פנים אין אויסמעקן אין גיכן די גאנצע אשכול. נאך א מאל א גרויסע יישר כוח פאר די גבאי השטיבל פאר אנעמען זיך פאר די כבוד פין די גאנצע שטיבל !

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:34 pm

· #249588
איך אויך
יש להאריך אבער איך וויל מיך נאר באציען צו דיין לעצטע נקודה ,סאטמאר האט געפייט מיט דשאסט עבאוט יעדער און גם ליובאוויטש לא טמנו ידם בכיס איז נאטירליך אז מען רעדט פון זייער שטורמישע היסטאריע (ספעציעל ווען עס איז ביי זיי די מאדע צו פאלציפירן היסטאריע יעדע פראקציע לויט ווי עס שמעקט זיי) אבער פאפא? דער גרויסער ויחי יוסף האט נישט געטשעפעט קיינעם (אויב עפעס האט ער גענוג געליטן פון די בריונים און געשוויגן) און עס איז נישט אויף ק''ש סטאנדארט אזא מינע אשכול.

😂 😂 😂

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:41 pm

· #249593
אזוי ווי קעלנער האט שוין ערווענט דאס איז כו"ע מודה אז די טעמע איז א לעגעטימע און מען מעג און מען דארף דן זיין אין אזעלעכע ענינים. נאר וואס דען א גבאי, אדער ער אליין, וואלט געמעגט טוישן די לשונות אביסל. לדוגמא, ער שרייבט געווען וואוילע "נארישע" אידן וואס האבן פארקויפט מחלות פאר גוים, אויב ער גייט שרייבן נאכדעם פון בעל ויחי יוסף פאסט נישט צו שרייבן אזא לשון ווי "נארישע", דאס מעג און דארף ארויסגענומען ווערן. אבער מעקן א גאנצע אשכול ווייל דער בעל ויחי יוסף האט נישט קיינעם געטשעפעט איז א נארישע זינלאזע טענה.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:42 pm

· #249594
איך אויך
נאט א פעט טשענס אין העלל! אויב וואלט די אשכול בארירט די שפיץ פינגער פון יענער אראבער אדער עפעס א פרייע משכיל/מסור וואלט עס שוין לאנג געווען פארשפארט אבער אז סך הכול מאכט עס חוזק פון א הייליגע איד ווי דער ויחי יוסף איז עס צו אומקאאל צו טוהן אזא שריט ווי פארשפארן.

גראדע בין איך א טערק פון מיין מאמעס זייט און א האלב דרוז-האלב פארסי פון מיין טאטעס זייט, איך האב נישט קיין שום אראבישע בלוט אין מיר.

אבער צום ענין, ק"ש האט א פאליסי ספעציפיש קעגן אטאקירן קעגנער דא אויפן שטיבל, ווייל אויב נישט קען עס זייער שנעל אריין גיין אין שמוציגע פערזענליכע פייט, און דאס וועט זייער שנער פארעקלען די ליינער.

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:46 pm

· #249595
סאו זאגסטו אויב דער ויחי יוסף וואלט געהאט א ניק דא וואלט געווען אסור צו רעדן א ווארט אויף עם אבער וויבאלד ער לעבט שוין נישט און בחיים חיותו האט ער אויך עוסק געווען אין וויכטיגערס ווי ק''ש קומט זיך עם אזא חוזק אשכול. כ'הער.

דער אמת איז עפעס אנדערש אבער קעלנער איז זייער סענסעטיוו צו קריטיק און כ'ווייס אז איך וועל באצאלן א פרייז אויב איך שרייב עס.

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:55 pm

· #249596
איך אויך
סאו זאגסטו אויב דער ויחי יוסף וואלט געהאט א ניק דא וואלט געווען אסור צו רעדן א ווארט אויף עם אבער וויבאלד ער לעבט שוין נישט און בחיים חיותו האט ער אויך עוסק געווען אין וויכטיגערס ווי ק''ש קומט זיך עם אזא חוזק אשכול. כ'הער.

דער אמת איז עפעס אנדערש אבער קעלנער איז זייער סענסעטיוו צו קריטיק און כ'ווייס אז איך וועל באצאלן א פרייז אויב איך שרייב עס.

געריעכט
פארוואס קומט זיך מער שעצע צו א צווייטע ניק ווי א גדול וואס לעבט שוין נישט

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:11 pm

· #249600
קומען מיר צוריק צום זעלבן שאלה ,אויב דער ויחי יוסף וואלט געהאט א ניק דא וואלט געווען אסור חוזק צו מאכן פון עם?

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:19 pm

· #249608
ער רייסט נישט אראפ דעם בעל ויחי יוסף פערזענליך (אויסער די "נארישע" ווארט וואס ער נוצט) ער רייסט אראפ א פעולה זיינס וואס איז ערלויבט צו טוען פאר אנדערע ניקס אויך זאו יא אפילו ער וואלט געהאט א ניק דא וואלט מען געמעגט שרייבן דעם אשכול.

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:24 pm

· #249612
סאו די וואס רייסן אראפ קאפקא רייסן אויך אראפ זיינע 'פעולות' (קיינער ווייסט דאך נישט ווער ער איז פערזענליך).

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:44 pm

· #249616
ניין מען רייסט אים פערזענליך אראפ אלץ אן ארעבער שונא ישראל אנטיסעמיט וכו'
איך אויך, מאך דיך נישט אזוי תמעוואטע

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:00 pm

· #249619
ווען דער שרייבער וואלט געשריבן זיין אשכול מיט הכנעה ווי ער וויל פארשטיין, וואלט איך דערהערט אז מען זאל לאזן דעם אשכול , אבער דער שרייבער שרייבט דאך אזוי ביליג אויף א רב פונעם פריעדיגן דור. פוי טא

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:22 pm

· #249621
איך אויך טייערער, דיין צושטעלן פון א "ניק" און דער בעל ויחי יוסף איז נישט קיין ריכטיגע, ווייל אן איש ציבורי איז אנדערש ווי א פריוואטע ניק, עכ"פ לויט די תקנות המקום. אויב וואלט דער בעל ויחי יוסף געהאט א ניק דא אפענערהייט וואלסטו יא געמעגט אראפרייסן זיינע פעולות אינדרויסן פון שטיבל אלס א פאליטישע נושא, לויט די תקנות המקום.

שמעון וואלף » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:35 pm

· #249622
אקעי. איך זעה ס'איז שוין געווארן צוריקגעשטעלט

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:30 pm

· #249747
קאצקע ציקער
ווען דער שרייבער וואלט געשריבן זיין אשכול מיט הכנעה ווי ער וויל פארשטיין, וואלט איך דערהערט אז מען זאל לאזן דעם אשכול , אבער דער שרייבער שרייבט דאך אזוי ביליג אויף א רב פונעם פריעדיגן דור. פוי טא

איך בין מסכים מיט יעדע ווארט, ווען יוסל ראקעווער ברענגט דאס ארויס אלטס א אינטרעסאנטע אנעקדאט און איז מפלפל אין די אויסגעהאלטנקייט מיט רעספעקט נו מהיכי תיתי, אבער די וועג וויאזוי אלעס איז געשריבן דארט איז זייער זייער ביליג און עס פאסט נישט פאר ק"ש

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:40 pm

· #249751
1. דאכט זיך מיר אז אין תקנות השטיבל איז יא דא תקנות וואס עס פאסט נישט פאר ק"ש.
2. דא רעדט מען נישט וועגן די עצם דעבאטע נאר וועגן די וועג וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, מיט זלזול.

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:51 pm

· #249754
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=248975#p248975
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=249002#p249002
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=249009#p249009
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=249320#p249320
מיט געוויסע קען מען מחולק זיין צו עס איז ביליג, אבער דאס איז די גאנג פון די אשכול אן קיין שום רעספעקט,
איך בעהט איבער אלע שרייבער איך מיין קיינעם פערזענליך נאר די טעמע

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 25, 2015 5:41 am

· #249918
יתרו
ובזה החלי בנוגע יוסל ראקאווער'ס אשכול בין איך נישט איינשטימיג מיט די אחראים פארן מעקן די אשכול. אז א איד פלאגט זיך אן צו שרייבן און מהנה זיין דעם עולם מעקט מען נישט אזוי כלאחר יד. ענדערש וואלט מען געדארפט רעדאגירין און ארויסנעמען די לשונות ווואס שמעקט מיט בזיון תלמיד חכם אבער מעקן א גאנצע אשכול? אתתממה!

רצוני לדעת עד מתי יתמהמה כבודו אצלנו?...איהר האט זיכער געמיינט צו זאגן...אתמהה...וועלכער מיינט איך וואונדער מיך...און ס'איז ארויסגעקומען אתמהמהה...וואס איז טייטש. איך טו מיך פארזוימען...!

גרונם » זונטאג יאנואר 25, 2015 6:42 am

· #249919
ס'שטייט אתתממה, נישט אתמהמה.

ממילא האב איך עס געליינט;
עטמע, איך פפפפאאאארררררששששטטטטייייי פארוואס ער האט עס אאאאאווווויייייסססססגגגגעעעעעצצצצצווווווווייייגגגגגגגןןןןןןן

צדיק נסתר » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:34 pm

· #263189
דא האב איך געשריבן קאמארנא רבי [לעבאוויטש] (תפיסה)

אבער דער אחראי @עוזר האט עס רעדאגירט מיט א פינטל, מיט די אויסרייד אז ס'איז שלא מן הענין.

האט ער רעכט?

הוגה » דינסטאג מערץ 31, 2015 2:06 pm

· #263199
דו ווייסט גאנץ גוט אז דער פותח האשכול האט נישט גערעדט פון דער סארט רביס.

שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:34 pm

· #347831
ר׳ שיטה, די האסט עס פארשפארט, רוב עולם האט נישט געוויסט וואס גייט פאהר, טאמער איז דא א דעבאטע אויף א ענין וואס איז נישט בנמצא דארף מען שפארן

סדרן » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:40 pm

· #347832
דער אשכול איז נישט נאכגעקומען די קאווע שטיבל סטאנדארטן סיי דעם עצם ארטיקל, די המשך פון תגובות (ניין, עס איז נישט ערלויבט צו שרייבן אויף קיין שום איד אז עס קומט זיך אים קענסער), און דערצו אז עס איז אויסגעמעקט געווארן. א פארמעקטן אשכול ווערט בדרך כלל פארשפארט.
גרויסע טיילן פונעם אשכול וואלט געדארפט אינגאנצן געמעקט ווערן, נאר אין כבוד פון אנדערע חברים וואס האבן אנטיילגענומען אינעם שמועס האט מען עס בלויז פארשפארט און געשטעלט אין שבת אחים.

moshav zekeinim » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 4:37 pm

· #347842
דער אלעמען באליבטער פעטער און פארטרעטער פון שטיבל @כוכב האט דאך שוין מכריע געווען אז ראבינאוויטש איז נישט מער ווי אביסל קוריאז, און די גאנצער אויפברויז אויף אים איז בלויז בהשפעת "די צורידערטע פארביטערטע טענץ פון מושב זקנים", סאו צו וואס פעלט נאך אויס א מקום עס צו דיסקוסירן ווייטער. מי יבא אחר המלך.

moshav zekeinim » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:59 pm

· #347869
[ציטאט אראפגענומען]


זאג מיר נאר פון איין ערנסטער אינטעליגענט וואס שרייבט נאך דא? (אויסער די "מעלות" סטייל שרייבער)

דער דאס » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:12 pm

· #347872
[ציטאט אראפגענומען]


די מעשה איז לכאורה אזוי אמת, ווי רוב מעשיות וואס מ'פארציילט אויף ר' חיים, אבער אויב ראבינאוויטש קען דאס זאגן און שרייבן און פארשפרייטען איבער די גאנצע שטאט, זע איך נישט וואס איז אזוי ראנג מיט וואס @אנאנים האט געשריבן.

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:27 pm

· #347930
כאטש וואס די מעשי תעתועים פון ראבינאוויטש אפעקטירט יעדן איינעם כמעט הקטנים עם הגדולים, אויב איז דא איינער וואס רייסט אונטער בשיטה די כח פון די רבנים איז דאס ער, און אויב איז דא איינער וואס מישט זיך אקטיוו אריין אין מיין קינדערס חינוך איז דאס ער, און יעדער פון אונז איז לכאורה זיין וויקטים, אויב שטייט אין גמ' אז בעיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי פארשנעלערט ער דאס מיט קאנקארד ספיד, איך האב ערשט נעכטן מיטגעהאלטן א נידערטרעכטיגע ערשיינונג ווען קינדער פון א געוויסע חדר האבן זיך אנגעטראפן מיט א שפילער וואס איז געקומען שפילן ביי זיי אין חדר און פארמאגט א סמארטפאון, און קליינע טראטשאקעס פון אלע יארגענג פון כתה ב' ביז בר מצוה בחורים האבן געהאט איין דאגה אויפן קאפ צו זיכער מאכן אז ער זעהט זייערע שומרים קארטלעך, [לשבחם פון זייערע מחנכים איז צו צולייגן אז זיי האבן געטוהן צו דער זאך און געפערליך אריינגעגעבן פאר די נארישע שריט], מיט דעם אלעם זענען אונז נישט השי"ת פאליציי און כאטש וואס ער נוצט גאט'ס פעולות פאר זיינע מעשים רעים, זענען אונז נישט אויף זיין מדרגה, השי"ת קען אליין מכלה זיין די קוצים שבכרם, אונז דארפן נאר מתפלל זיין יתמו חטאים ולא חוטאים און נישט זיין פארנומען אז עס קומט איהם כאטש ער טוהט אקארשט דאס דארפן אונז זיך נישט אראפלאזן אזוי נידריג.

moshav zekeinim » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:32 pm

· #347932
די הנהלה האט יעצט פארמעקט מיין אשכול איבער י.ל. גארדאן ושירו קוצו של יוד.

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:51 pm

· #347936
רבינאוויטש האט שוין היינט תלמידים וחסידים. ער דארף שוין נישט צופיל טוען.

כוכב » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 2:21 pm

· #347945
moshav zekeinim
דער אלעמען באליבטער פעטער און פארטרעטער פון שטיבל @כוכב האט דאך שוין מכריע געווען אז ראבינאוויטש איז נישט מער ווי אביסל קוריאז, און די גאנצער אויפברויז אויף אים איז בלויז בהשפעת "די צורידערטע פארביטערטע טענץ פון מושב זקנים", סאו צו וואס פעלט נאך אויס א מקום עס צו דיסקוסירן ווייטער. מי יבא אחר המלך.

שכויעח פאר'ן מיך מאכן צענטער פון דער דעבאטע און מיך באקרוינען אלס באליבטער פעטער, עס מיינט אסאך פאר מיר, ספעציעל אז עס קומט פון אזא באערטער און הויך רעספעקטירטער ניק ווי אונזער מושב.
איך קען נאר אביסל קלארער באטאנען מיין נקודה אין יענער אשכול, פערזענליך זע איך נישט וואס אזא שאנדפולער צעטל פון ר' חיים קניבסקי מאכט עס מער מענטשליך, און איין אומרעכט מאכט נישט דעם צווייטן אומרעכט רעכטפארטיג, ווי די באקאנטע ווארט גייט. אפגערעדט אז אזעלכע מעשים תעתועים פון שעלטן און וואונטשן דאס ערגסטע פאר א מענטש מיט א נאמען און א פאמיליע א טאטע פון קינדער, איז פיל ערגער ווי דער אנאנימער פאשקעוויל פון ר' חיים קניבסקי, איבער א בן בלי שם.
אפילו יענער טוט אן אומרעכט אדער דו האלטסט אנדערש, איז עס א גועל הנפש זיך אזוי מיאוס משמח זיין בצערו פון א צווייטן, דאס סאמע נידריגסטע און גרויליגסטע וואס איך האב נאר אמאל געזען אין מיין לעבן, עפעס וואס איך וואלט נישט געטון פאר מיין שונא, ווער רעדט נאך פאר א פרעמדן איד וואס האט עפעס א וואנזיניגע מערכה קעגן די אינטערנעט. (פארשטייט זיך אז נאר צוליב מושב'ס קאנספיראציע טעאריע אז חרדים זענען די ערגסטע אין דער וועלט ווערט ראבינאוויטש א היטלער, און דערויף זענען געווען געוואנדן מיינע ווערטער).
אלנפאלס, איך פלאן נישט צו פאלן פאר קיין טעראר (דו ווייסט זייער גוט וואס איך מיין) עס איז מיר פשוט איראניש אז די ברייטע וואס טוען פארשטעלן דאס פרייהייט פון ווארט לויפן ארום ווי א קריי בעיבי ווען מ'זאגט א ווארט אנדערש ווי זיי און ווערן אינגאנצן אפענדעד און לאזן זיך ארויס אין א פערזענליכע מלחמה. איך האלט באמת אז אנדערש ווי אסאך חברים דא וואס האסן מושב זקנים צום טויט, האב איך נישט קיין כלליות'דיגע נעגאטיווע צוגאנג צו אים, דארט ווי ער רעדט צו דער זאך וועל איך אים אויסלויבן, ווען ער טוט גוטס וועל איך אים העלפן, און ווען ער פירטסעך אויף ווי א שונא ישראל וועל איך אים פארדאמען.

moshav zekeinim » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 3:06 pm

· #347962
לאמיר דערווייל אלעס לייגן אין א זייט. אבער דאס וואס דו זאגסט אז דער גיפטיגער העצע קעגן ראבינאוויטש איז נאר צוליב מיינע העצעס איז פשוט נישט ריכטיג. שיטה איז א ר׳ אבידור מילער מענטש בגיל העמידה, און ער אידענטיפיצירט זיך בכלל נישט מיט מיר, און מיינע תגובות אין זיין אשכול האבן ניטאמאל זוכה געווען צו קיין איין לייק זיינע. און אויך אנדערע וועלעכע זענען בכלל נישט נחשד צו זיין פון מיינע שטיצער, האבן שיטה׳ס שטראף רייד מקבל געווען בברכה.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 3:17 pm

· #347963
כוכב
אזעלכע מעשים תעתועים פון שעלטן און וואונטשן דאס ערגסטע פאר א מענטש מיט א נאמען און א פאמיליע א טאטע פון קינדער


כ'בין מיט דיר בהשקפה, נאר פשוט קלאר צו מאכן אז שיטה האט נישט געשאלטן און נישט געוואונטשן, נאר געזאגט אז דאס וואס האט פאסירט איז א יד ה'. איך פערזענליך בין נישט אין הימל, סאו כ'מיש מיך נישט אריין, כ'וויל נאר אויסגראדן וואס שיטה האט געשריבן, מ'זאל נישט אריינלייגן ווערטער אין זיין מויל.

גראף » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 3:47 pm

· #347966
Re: אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות
moshav zekeinim
די הנהלה האט יעצט פארמעקט מיין אשכול איבער י.ל. גארדאן ושירו קוצו של יוד.

ווער איז י.ל. גארדען וכו'. ביטע שיק א אישי אויב דו מעגסט עס נישט דא שרייבן.

יתרו » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:04 pm

· #347968
גראף
moshav zekeinim
די הנהלה האט יעצט פארמעקט מיין אשכול איבער י.ל. גארדאן ושירו קוצו של יוד.

ווער איז י.ל. גארדען וכו'. ביטע שיק א אישי אויב דו מעגסט עס נישט דא שרייבן.

עס פאלט מיר יעצט ביי אז עס איז פארהאן נאך א מוראדיגע תועלת פון דעם אשכול אז ווען מען מעקט אן אשכול קען מען עס דא מעלדן און ווער עס וויל ליינען דעם פארמעקטן אשכול קען דאס בעטן אין אישי.
ומכאן הקריאה יוצאת צו @אנאנים און @מושב זקנים ביטע מיר אריינשיקן אין אישי ענקער פארמעקטן אשכול א דאנק.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:18 pm

· #347974
@יתרו אז די וועסט דיך צופיל מתחצף זיין דא פאר די גבאים וועט מען פארמעקן דיין "אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות" און עס וועט טיילן איין גורל מיט די אנדערע אשכולות, ראו הזהרנוך.

גאנצל » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:40 pm

· #348015
"על מה" אנו דנין צו מ'דארף שרייבן על מה עשה ד' ככה אדער "לכן"

אבער דאס איז זיכער אז דער שרעקליכער ווייטאג פון דעם פוינט איז כו"ע לא פליג אז דאס דארף ארויסגעברענגט ווערן און ס'איז פלעין נישט נארמאל אבסורד משוגע צודרייט אפשייעדיג וכו' וכו' אז קינדער מאכן משוגע זייער טאטעס נעפיוס זייערע פעטערס שכנים זייערע שכנים אויף אן אופן וואס ניטעמאל האט ער סמיכה דערצו קיין איין רב האט אים נאכנישט געהייסען רעדן אזוי

מיין קליינע יונגעל יעדע צוויי מינוט זעהסט דער ער האט א סמארט פאון וואסערע מין צודייטקיייט איז דעס ער קוקט עס אן ווי א איך ווייס וואס בו בזמן ווען יענער האט עס בהיתר גמור מ'קען רעדן פון דעם ווייטאג יומם ולילה

די וויי געשריי מוז ארויסגעברענגט ווערן

קאצקע ציקער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:45 pm

· #348016
און אויך מאכט מען זיי טראכטן וועי וועי טו ערלי...

בן אדם » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 9:17 am

· #348045
איך ווייס נישט וואס ענק ווילען, אויף די קארטלעך שטייט קליפ און קלאר אז ס'איז 'בהסכמת גדולי הרבנים והמחנכים שליט"א'

פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 9:30 am

· #348047
איך זיך א ראבינאוויטש צו קאנטאר בעלענסען די צד הטומאה. איך בין גרייט צו צאלן פאר קארטלעך צו טיילן פאר קינדער צו ווייזען די שיינקייט פון טעקנאלאדזשי ווען געניצט ערליך. מעלדט זיך אין אישי.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 10:42 am

· #348053
[ציטאט אראפגענומען]

כמעט געמיינט דו רעדסט פון איי & צוויבל.

פליקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 6:23 pm

· #348093
Re: אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות
לאמיך עס בליץ שנעל פרינטן איידער עס ווערט פארשמירט אדער פארמעקט

גר ותושב » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 7:37 pm

· #348107
Re: אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות
פערינא
איך זיך א ראבינאוויטש צו קאנטאר בעלענסען די צד הטומאה. איך בין גרייט צו צאלן פאר קארטלעך צו טיילן פאר קינדער צו ווייזען די שיינקייט פון טעקנאלאדזשי ווען געניצט ערליך. מעלדט זיך אין אישי.

געב ארויס רע-בנים קארטלעך יעדע רבי האט א סעט פון פינעף קארטלעך
1 א בילד פונעם רבין
2 א בילד פון זיין פאלאץ
3 א בילד פון זיין וויקאציע פאלאץ אדער בית המדרש
4 א בילד פון זיין קאר
5 א בילד פון זיין גבאי מיטן סמארטפאון

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 7:56 pm

· #348110
גר ותושב
פערינא
איך זיך א ראבינאוויטש צו קאנטאר בעלענסען די צד הטומאה. איך בין גרייט צו צאלן פאר קארטלעך צו טיילן פאר קינדער צו ווייזען די שיינקייט פון טעקנאלאדזשי ווען געניצט ערליך. מעלדט זיך אין אישי.

געב ארויס רע-בנים קארטלעך יעדע רבי האט א סעט פון פינעף קארטלעך
1 א בילד פונעם רבין
2 א בילד פון זיין פאלאץ
3 א בילד פון זיין וויקאציע פאלאץ אדער בית המדרש
4 א בילד פון זיין קאר
5 א בילד פון זיין גבאי מיטן סמארטפאון

גר ותושב: די רשימה קען נאך גיין א סאך ווייטער.
5) די חנופה לרשעים. ווען ער ווייסט אז ער האט אפענע רשעים וועלכע זענען עובר אויף די מצוות התורה אין זיין ביהמ"ד און ער חנפ'עט זיי. שטאטס זאגן מוסר.
6) די פעלשונגען ביי הכשרים אין וועלכע ער באטייליגט זיך.
7) .די בייזוויליג פאלשע דיני תורה'ס וואס ער פיהרט אן

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 8:40 pm

· #348120
berlbalaguleh
גר ותושב
פערינא
איך זיך א ראבינאוויטש צו קאנטאר בעלענסען די צד הטומאה. איך בין גרייט צו צאלן פאר קארטלעך צו טיילן פאר קינדער צו ווייזען די שיינקייט פון טעקנאלאדזשי ווען געניצט ערליך. מעלדט זיך אין אישי.

געב ארויס רע-בנים קארטלעך יעדע רבי האט א סעט פון פינעף קארטלעך
1 א בילד פונעם רבין
2 א בילד פון זיין פאלאץ
3 א בילד פון זיין וויקאציע פאלאץ אדער בית המדרש
4 א בילד פון זיין קאר
5 א בילד פון זיין גבאי מיטן סמארטפאון

גר ותושב: די רשימה קען נאך גיין א סאך ווייטער.
5) די חנופה לרשעים. ווען ער ווייסט אז ער האט אפענע רשעים וועלכע זענען עובר אויף די מצוות התורה אין זיין ביהמ"ד און ער חנפ'עט זיי. שטאטס זאגן מוסר.
6) די פעלשונגען ביי הכשרים אין וועלכע ער באטייליגט זיך.
7) .די בייזוויליג פאלשע דיני תורה'ס וואס ער פיהרט אן

8) א בילד פון זיין בעקיטשע קלאזעט.
9) א בילד פון זיין ברודער מיט וועם ער רעדט נישט.
10) זיין באהאלטענע סעלפאונ'ס בראוזער היסטארי.

בן ישי » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:34 am

· #457059
האט מען פארמעקט אן אשכול דא היינט?

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 4:37 am

· #457063
יא, וועגן די מונסי אבראהאם קינדער און די אמאזאן סקעם פרשה.

כוכב » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:59 pm

· #460812
איך בין מוחה אויף דעם פאקט אז די הנהלה האט פארמעקט דעם אשכול פון "איך הייס בערל רוקח".
ווען איך האב עס געליינט האב איך עס צו דער ערשטער מינוט ניטאמאל אנגעקוקט ווי אן אטאקע אויפ'ן בעלזער רב, נאר ווי געבויעט א פאנטאסטישע כאראקטער וואס הייסט בערל רוקח וואס זאל דינען ווי אן עקא אויף די גאנצע חרדישע פירערשאפט...
ערנסט גערעדט, ס'איז געווען א וויכטיג שטיקל קונסט מיט קריטיק אויף אונזערע מנהיגימ'ס רעספאנס צו קאוויד-19, די טענה אז מ'דארף רעדן רעספעקטפול איבער א מנהיג קומט נישט דא אריין ווייל מ'קען נישט שרייבן קיין פאעזיע פון דעם הויכן רמה ווען מ'העט שרייבן איך הייס כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי בערל רוקח מבעלזא שליט"א און ס'וואלט פארלוירן זיין גאנצע משמעות און צורה.
כ'האלט אז ס'איז א געפערליכע אווערריעטש אוו פאוער פון אונזער הנהלה זיך אריינצולאזן אין אזעלכע דקדוקי עניות און איך בין מוחה מיט מיין גאנצן הארץ ווייל איך זע עס ווי א דירעקטע אטאקע קעגן אונזערע ווירדן פון אויפריכטיגקייט, קריטיק קעגן טיראניע און א פלאטפארמע פאר אומגעפילטערטע און בראווע קונסט.
בלאט: 1 2