berlbalagulehיתרוובזה החלי בנוגע יוסל ראקאווער'ס אשכול בין איך נישט איינשטימיג מיט די אחראים פארן מעקן די אשכול. אז א איד פלאגט זיך אן צו שרייבן און מהנה זיין דעם עולם מעקט מען נישט אזוי כלאחר יד. ענדערש וואלט מען געדארפט רעדאגירין און ארויסנעמען די לשונות ווואס שמעקט מיט בזיון תלמיד חכם אבער מעקן א גאנצע אשכול? אתתממה!
רצוני לדעת עד מתי יתמהמה כבודו אצלנו?...איהר האט זיכער געמיינט צו זאגן...אתמהה...וועלכער מיינט איך וואונדער מיך...און ס'איז ארויסגעקומען אתמהמהה...וואס איז טייטש. איך טו מיך פארזוימען...!
אדורכבלעטערנדיג דעם העכסט אינטרעסאנטן אשכול האביך מיך אפגעשטעלט איבער איין תגובה. און איך האב אינסטינקטיוו געוואלט דרוקן דעם ..."לייק"... באטטאן. איך זוך עס . אבער ס'איז נישט דא. ביז כ'האב באמערקט אז דער כותב המאמר איז גאר בערל בעל עגלה אליינס. ביניך געווארן א ביסל אנטוישט. (מאוכזב/דיסאפוינטעד). ס'הייסט? ער זאגט דאך אזוי גוט.
אמת. ס'שטייט אין פסוק..."יהללוך זר ולא פיך"... און די גמרא זאגט דאך..."עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה"... אבער כ'האב מיך געוואלט (ברוב ענוותנותי) צושטעללן צו די אנדערע ..."לייקערס"...(נישט חלילה ..."לעיקערס"...!
אשר על כן, ווילל איך פארשלאגן פאר די חשוב'ע הנהלה (נישט צום ערשטן מאל) אז א יעדער מחבר פון א מאמר אדער תגובה זאלל האבן די מעגליכקייט צו ..."לייקן"...זיין/איהר אייגענע תגובה או מאמר...! פארשטייצעך. נישט גלייך אויפ'ן ארט. נאר לכה"פ נאך 6 חדשים ווען ער באגעגנט זיך מיט דעם...!