☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה

חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8559

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:12 am

· #263101
חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
איך הייב אן מיט'ן הייליגן ריזשינער. וואס איז געווען די מעשה דארט? אין וויקיפידיע שטייט אין קורצן אז אין ספרינג פון יאר תקצ"ח האט מען ארעסטירט דעם רעבין ר' ישראל מריזשין צוליב א מסירה אז ער האט אנגעבליך געגיבן דעם גרינעם ליכט אפצוראמען פון וועג צוויי אידישע מוסרים וואס האבן מלשין געווען צו די בעהערדע אויף אידן פון זיין קהילה אז זיי שווינדלען און דרייען זיך ארויס פון צאלן שטייערן און אויף געוויסע וואס האבן מיט שטיקלעך אויסגעמיטן פון זיך שטעלן אין מיליטער, און וועמענ'ס נעמען זענען נישט פארשריבן אין די צענזוס (וואס איז לכאו' ווי איך פארשטיי געווען א טייל פונעם שטיקל)

ס'איז ביי מיר ברור אז דאס איז סתם א בלבול געווען - ווי אייביג ווען די גוים און די מידיא זוכט זיך ארויפצוכאפן אויף אונז. למעשה, האבן אים די אנטיסעמיטן געפונען שולדיג און איינגעזעצט פאר כמעט צוויי יאר! אין ת"ר, איז ער באיזה אופן אנטלאפן פון תפיסה מיט די הילף פון זיינע חסידים וואס האבן אונטערגעשמירט דעם טורמע אויפזעהער (וואס אגב איז דאס מסתמא א חלק פון דעם אויבן-דערמאנטן בלבול. דהיינו, אז חסידים האבן נישט קיין דרך ארץ פאר'ן געזעץ.) מ'האט אים אדורכגעשווערצט דעם רוסישן גרעניץ, (ס'דערמאנט מיר לב טהור) און נאך אסאך וואנדערן און וואגלענישן האט ער זיך אין תר"ב באזעצט אין "פוטוק" וואס אין סאדיגער, נעבן די שטאט טשערנאוויץ וואס אין בוקוווינע - יענע יארן א טייל פון דער עסטרייך-אונגארישע אימפעריע. דארט האט מיטאמאל דער רעבינ'ס מזל ווידעראויפגעשיינט און ער האט ממשיך געווען מיט זיין מלכות'דיגע חסידות. כי לא ראיתי צדיק נעזב.

וואס גענוי האט דארט פאסירט? ווער זענען געווען די מוסרים? וועמען האבן זיי געמסר'ט? זייערע אגענדע? וויאזוי האט מען זיי געהארגעט? ווער זענען די רוצחים געווען? וואס האבן די מתנגדים און משכילים פארציילט דאן? וואס האבן די חסידים דאן פארציילט פאר די וועלט? (און אין מקוה?) וואס פארציילן די חסידים היינט? וואס פארציילן היינט די ארכיוון?

א בילד פון די שוהל אין סאדיגער
📎 Sadigura_kloiz.jpg

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 31, 2015 10:27 am

· #263135
אויב איז די מלוכה דער וואס מאכט די געזעץ דאן וואס איז די דיפערענץ? כ'בין משער אז די באשילדיגונגען ארויסגעשטעלט געגן זיי איז אלעמאל מלובש געווען אינעם געזעץ.

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 31, 2015 10:38 am

· #263138
אברהם אבינו, פאר'ן ציברעכן די געטשקעס

פליקער » דינסטאג מערץ 31, 2015 10:38 am

· #263139
אויך וואלט געוועין כדי אראפ צייכענען וויפיל רביים זענען געוועין פארפלאנטערט און האבן זיך מיט גרויס פראטעקציע ארויס געדרייט פון תפיסה

אדמו"ר מטאש וכו'

ירח בן יומו » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 am

· #263146
די קאזניצער מגיד
די סקלונער רביים
די חידושי הרי"ם

yatzmachp » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:43 am

· #263162
יוסף הצדיק, משה רבינו, דוד המלך, אלי׳ הנביא, ירמי׳, חנני׳, מישאל, עזריה,

היסטאריקער » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:46 am

· #263163
ר' אהרן האלבערשטאם מקרייז צאנז (תפיסה)

קפנדריא » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:51 am

· #263165
מהר"ם מרויטנבורג זי"ע
דער הייליגער מהר"ם מרוטנבורג, געווארן ארעסטירט דורך א בלבול כדי צו קענען ארויסקוועטשען פון די אידן א גרויסער סכום אויסלייז געלט, די קהילה האט צוזאמגעשטעלט דאס געלט, אבער דער הייליגער מהר"ם האט נישט געלאזט מען זאל אים אויסלייזן, ווייל דאס וועט געוואוינען די רשעים צו כאפען נאך אידן און ארעסטירן פאר שאנטאזש אויסלייז געלט, ער איז נסתלק געווארן אין תפיסה, און צען יאר נאכ'ן פטירה האבן זיי הערשט באפרייט דעם הייליגען גוף. זי"ע..

צדיק נסתר » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:55 am

· #263166
.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:08 pm

· #263167
.

צדיק נסתר » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:29 pm

· #263186
עוזר
.

פארוואס איז עס שלא מן הענין?

במ"ל רופט זיך "קאמארנא רבי" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט.

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 31, 2015 2:20 pm

· #263200
צדיק נסתר
עוזר
.

פארוואס איז עס שלא מן הענין?

במ"ל רופט זיך "קאמארנא רבי" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט.


ער איז נישט קיין אדמו"ר אדער רב אפילו אויב ער רופט זיך אזוי

זוכער » דינסטאג מערץ 31, 2015 2:21 pm

· #263201
רבי אהרן הלברשטאם, קרייזער רב, זון פון רבי צאנזער רב - רבי חיים הלבערשטאם בעל דברי חיים [תפיסה].

חקרן » דינסטאג מערץ 31, 2015 2:22 pm

· #263202
דער סאדוגירער איז נחשד געווארן אין פעלשן געלט.

דער צאנזער רב האט זיך אויך 'כמעט' פארפלאנטערט, מען האט זיך געוואלט נעמען איבער זיינע ביינער, פארן מחרים זיין אין רודפ'ן די סאדוגיר'ער, וויבאלד חרמות איז אפיציעל אסור געווען לויטן געזעץ. מיט גרויס פראטעקציע (און שוחד) האט מען דאס מסדר געווען.

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 2:23 pm

· #263203
Re: חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
צדיק נסתר
עוזר
.

פארוואס איז עס שלא מן הענין?

במ"ל רופט זיך "קאמארנא רבי" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט.

בד"וו איז דעי אשכול אין היסטאריע.

איז דא א סיבה פארוואס מען נעמט א נארמאלע בע'טעמ'טע אשכול וואס האט פאטענציאל און מען פארדרייט עס מיט שטותים והבלים?

פרייוויליג » דינסטאג מערץ 31, 2015 5:03 pm

· #263246
כמדומה אז די בוך פונעם סאנצער צדיק דערציילט אויך די ראשי פרקים פונעם ריזשענער אין טורמע. סתם אזוי איז דאס גאר א אינטערסאנטע ביאגראפיע פון די געשלעג אינדערהיים צווישן סאנז און ריזשען.

יאסל ראקאווער » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:48 pm

· #263371
די גלייבסט נישט אז די ריזשענער איז געווען א הלכה ייד? פארוואס שרייבסטו "ס'איז ביי מיר ברור אז דאס איז סתם א בלבול געווען"?

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 1, 2015 6:07 am

· #263426
Re: חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
[ציטאט אראפגענומען]

נו, די מעשה אויבן גייט דאך אז די מסירה איז געווען איבער מס, נישט אזוי?
אז די אויטאריטעטען זאלן היינט באשולדיגן די סקווערע רבי למשל אז ער וויל רעוואלטירן קעגן די רעגירונג ווייל זי איז צו דיקטאטוריש וואלטן אלע געלאכט.

שלמה המלך » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:46 pm

· #263516
הרה"ק מסקולעני זצ"ל ויבלחט"א בנו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א (תפיסה - און געכאפט גע'הרג'טע מכות)

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 27, 2015 3:01 pm

· #270122
עפעס האב איך געהערט אמאל וועגן די דינובער פון וויליאמסבורג. יענער האט מיר אבער נישט געוואלט דערציילן קיין פרטים. ווייסט איינער וואס די מעשה דארט איז געווען?

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 27, 2015 4:42 pm

· #270143
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: יש לחלק.אין אלע אנדערע לענדער און רעזשימען וואו מ'האט באשולדיגט אידן איז עס געווען אין אנפירן רעוואלוציאנערישע באוועגונגען. די איינציגע פלאץ וואו מ'האט ארויסגערוקט די באשולדיגונג אויף די אידישע פירערס אז זיי זענען קאנטער-רעוואלוציאנערן איז געווען אונטער די קאמוניסטישע רעזשים. ווייל זיי האבן זיך געהאלטן פאר רעוואלוציאנערן. און די קעגנער זענען געווען פאררעכנט אלס קאנטער-רעוואלוציאנערן...והבן...!

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:53 pm

· #270568
רב פינטא
ר' נפתל'טשע מבאבוב האט אויך געהאט עפעס א פעקל
ר' אפרים שטיין מ'פאלטיטשאן
הרב עוזי משולם

ציבעלע-קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 11:01 am

· #348540
אמאהל פלעגט זיין צדיקים וואס מען האט זיי געמאכט פאר פארברעכער מען זאהל זיי קענען איינזעצען.

היינט האט מען פארבעכער וואס מען לאזט זיי ווערן און מען מאכט זיי צדיקים

דולה ומשקה » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 11:20 am

· #348545
פליקער
אויך וואלט געוועין כדי אראפ צייכענען וויפיל רביים זענען געוועין פארפלאנטערט און האבן זיך מיט גרויס פראטעקציע ארויס געדרייט פון תפיסה

אדמו"ר מטאש וכו'


אויב אזוי קענסט שוין אויך צו לייגן רבי דוד טווערסקי מסקווירא ספרינגוואלי, ער האט געלאזט אנדערע פיר אידן שמאכטן אין תפיסה אנשטאט איהם.

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 1:12 pm

· #348568
פליקער
אויך וואלט געוועין כדי אראפ צייכענען וויפיל רביים זענען געוועין פארפלאנטערט און האבן זיך מיט גרויס פראטעקציע ארויס געדרייט פון תפיסה

אדמו"ר מטאש וכו'

פליקער: אדמו"ר מטאש זצ"ל האט זיך נישט פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ ווייל ער האט געטון אומ-געזעצליכע זאכן. נאר ווייל ער איז שולדיג געווען מיליאנען דאללערס פאר די בניינים און שטח פון די ישיבה און טאשער שטעטל...!

פליקער » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 1:17 pm

· #348570
איך האב חרטה, עס איז געשריבן געווארן נאך בחייו היינט האלט איך שוין אנדערש, זייט איך האב געזען באשריבן אלעס דינג.

שמערל » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 1:34 pm

· #348575
Re: חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
יש מרננים אז דער אלטער סקולענער רבי זצ"ל איז נישט ארעסטירט אין ראמעניע צוליב אידישקייט אישוס, אין ראמעניע האט מען נישט צופיל אינטערדריקט רעליגיע, נאר צוליב שווינדלערייען און שווערצערייען וואס זענען פארגעקומען ביי אים אין שטוב.
זיכער איז ערנישט געווען פארמישט דעריו פערזענליך, נאר זיין הויז איז געווען א פלאץ ווי פילע מענטשן האבן זיך געדרייט, אויך אזוינע מה יעשה'ניקיס וואס האבן געפירט דארט טינקעלע געשעפטן.

נעגעל וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 1:54 pm

· #348580
Re: חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
[ציטאט אראפגענומען]

אונז ווארטן נאך אויף די המשך!

מתושלח » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 12:21 am

· #348832
דולה ומשקה
פליקער
אויך וואלט געוועין כדי אראפ צייכענען וויפיל רביים זענען געוועין פארפלאנטערט און האבן זיך מיט גרויס פראטעקציע ארויס געדרייט פון תפיסה

אדמו"ר מטאש וכו'


אויב אזוי קענסט שוין אויך צו לייגן רבי דוד טווערסקי מסקווירא ספרינגוואלי, ער האט געלאזט אנדערע פיר אידן שמאכטן אין תפיסה אנשטאט איהם.


ער האט דאס בקבלה פון דער זעידע דער העיליגער מאור עינים וואס ר' אהרן קארלינער האט זיך מוסר נפש געווען ער זאל ארויס פון תפיסה מיט איין טאג פריער (מיכאל נשמה פלאם) און חלילה נישט דארפן זיצען נאך איין רגע.

א הקפידה עד כדי מסירת נפש, יענעם'ס מסירת נפש...

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 11:34 am

· #348881
איך בין מיט אנאנים. ס'איז בכלל נישט דומה צו די אמאליגע וועלט ווי יושר און גלייכבארעכטיגייט און מענטשן רעכטן האט נישט אלעמאל עקזעסטירט אין די געזעץ. די געזעץ האט געקענט דיסקרימענירן און אוועקנעמען די חיונה פון א מענטש צוליב רעליגיע אדער סטאטוס, וכו'. בהכרח מיז מען זיך פארפלאנטערן מיטן געזעץ. מ'ברויך דאך לעבן.

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 11:40 am

· #348883
די זעלבע איז מיט געזעצן קעגן די מלוכה, אדער גזירות מלבושים, וכו'. ס'איז דא א אינדיווידואלע מענטשליכע גייסט וואס סיי וועלכע געזעץ פרובירט דאס צו אונטערדריקן איז נישט יושר און די וועלכע גייען אין תפיסה דערפאר זענען "פרידאם פייטערס" נישט קאנווענציאנאלע קרימינאלן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 12, 2018 2:06 pm

· #408599
הגאון החסיד מווילנא

אישתישבי » פרייטאג יולי 13, 2018 1:14 am

· #408660
נו, פיר אויס.

דאכצעכמער » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 1:00 am

· #416787
מקען צולייגן ר' שלום מרדכי רובשקין

אגרות צפון » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 4:55 pm

· #416942
[ציטאט אראפגענומען]

מרדכי ישראל » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 12:24 am

· #417258
מען קען צולייגן הרב יונה מצגר

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 12:41 am

· #417259
מרדכי ישראל: די אלע פריער'דיג אויסגערעכנטע גדולי ישראל וועלכע זענען געזיצן. איז דאס געווען פאר פאליטישע סיבות. ווי מסירות וכדומה. משא"כ הרב יונה מעצגער איד געזיצן פאר פערזענליכע קארופציע. און גניבה. און שוחד...זאכן וואס וואלטן איהם דיסקוואליפיצירט אויך עפ"י תורה...!