☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אמן יתומה, א מעשה מיט די ויחי יוסף

אמן יתומה, א מעשה מיט די ויחי יוסף

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8151

יאסל ראקאווער » מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:47 pm

· #248975
אמן יתומה, א מעשה מיט די ויחי יוסף
געווען וואילע נארישע יידן וואס פלעגען פארקויפען מחלות פאר גוים. די גוי מאכט געלט און די ייד פילט זיך בעסער.. א מחלה אין קאפ! נאר בלייבט נאר, און מקח בלייבט מקח. יעדער איז העפי. שוין, זאל זיין.

איך בלעטער היינט אין א מעשה ביכעל פון פאפא רב, די ויחי יוסף. און איך בין שאקט צו ליינען די מעשה. קומט ארויף א גוי און צאלט א דיפאזיט פאר א פאקל מיט חמץ, און מ'ריקט אריין קרענק? און דאס נישט א ערענסטע שאלה פון חמץ בפסח? ס'זיכער אז ער וויל נישט די מקח. מ'רעדט נישט פון קיין אונאה. מ'רעדט דאך פון א ערענסטע פארפירעניש. פראביר זאג די גוי אין ענגליש וואס די פארקויפסט אים און זעע אויב גיט ער דיר א דיפאזיט דערפאר. סתם חוזק געמאכט פון די מכירת חמץ?

פארגעס פון הלכה, וואספארא מהלך איז דאס, דער אנשטעדיגע גוי קומט ארויף מיט א תמימות צום רב, ער העלפט מיט חמץ און די רב שעלט אים צאם? הזאת נאמי? גייט א חסיד שוטה, און דריקט עס. א קליינע קאפ. א בושה.
rps20150119_234020.jpg

יתרו » דינסטאג יאנואר 20, 2015 12:27 am

· #248979
יאסל ראקאווער
ג גייט א חסיד שוטה, א ריכטיגע פאפענע, און דריקט עס. א קליינע קאפ. א בושה.

פאסט נישט פאר אזא חכם ווי דיר צו סטריאטייפן, אדער אפשר ביזטו נישט אזא חכם?

שת.אדמזאהן » דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:00 am

· #248980
יאסל ראקאווער
סתם חוזק געמאכט פון די מכירת חמץ?

אונזער מכירת חמץ איז נישט גענוג חוזק?

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 20, 2015 7:38 am

· #248986
כ'פארשטיי נישט, א גוי זאגט אמן?

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 20, 2015 8:18 am

· #248988
יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 20, 2015 8:27 am

· #248989
וואספארא שייכות האט די מעשה מיט'ן קעפל?

יאיר » דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:30 am

· #249002
פישל'ע העררינג
יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.

יש ויש. מ'קען פארקויפן די צואה רותחת פאר א גוי.

מוזיקאנט » דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:34 am

· #249003
פישל'ע העררינג
יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.

צואה רותחת איז ניש'קשה...

איבערבייטען צואה רותחת צו גאלד שטיקער (פלא, ס'נישט געלינגען):
<a class="postlink" href="http://gawker.com/5852029/man-somehow-fails-to-turn-his-poop-into-gold-by-heating-it">http://gawker.com/5852029/man-somehow-f ... heating-it</a>

הייצן א בילדינג מיט צואה רותחת:
<a class="postlink" href="http://www.forbes.com/sites/ericagies/2012/04/12/hot-poop-sewage-heat-to-warm-building/">http://www.forbes.com/sites/ericagies/2 ... -building/</a>

מאכן מים חיים פון צואה רותחת - ביל געיטס אינוועסטירט (און טרינקט עס):
<a class="postlink" href="http://fox17online.com/2015/01/07/bill-gates-wants-to-turn-poop-into-drinking-water-drinks-it-himself/">http://fox17online.com/2015/01/07/bill- ... t-himself/</a>

איך האף דאס די תגובה פערזאנעפירט נישט זעלבסט צו זיין א מלעיג על דברי חכמים.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:36 am

· #249004
@יאיר מיט @מוזיקאנט,

אפחוזק'ן פון א ספר חסידים? אטו רבי יהודה החסיד קטלא קניא באגמא הוה?

מאטי » דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:43 am

· #249006
פישעל'ע, אויב לאכט דער פותח האשכול פונעם ספר חסידים דאן איז דער חמץ פיין פארקויפט, והכל על מקומו יבוא בשלום, זיין אויפברויז איז דאך בלויז ווייל מ'האט אים איינגענארט מיט קרענק בשעת'ן פארקויפן חמץ.

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:13 am

· #249009
פישל'ע העררינג
יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.

ואין רפואה למכתו.

פארוואס קען מען נישט פארקויפען פאר א גוי?

יאסל ראקאווער » דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:31 am

· #249011
שמעון וואלף
וואספארא שייכות האט די מעשה מיט'ן קעפל?

דער גוי ווייסט דאך געוויס נישט וואס די ברכה איז, איז זיין אמן א אמן יתומה

ולא יענה אמן יתומה דהיינו שהוא חייב בברכה אחת ושליח ציבור מברך אותה וזה אינו שומעה אף על פי שיודע איזו ברכה מברך השליח ציבור מאחר שלא שמעה לא יענה אחריו אמן דהוי אמן יתומה.

הגה: ויש מחמירין דאפילו אינו מחויב באותה ברכה לא יענה אמן אם אינו יודע באיזה ברכה קאי שליח ציבור דזה נמי מקרי אמן יתומה (טור בשם רב כהן צדק) ולא ימתין עם עניית האמן אלא מיד שכלה הברכה יענה אמן (אבודרהם).

פישל'ע העררינג
יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.

איך וויל זעען די ספר חסידים וואס שטייט אז מ'זאל אריינריקען קרענק צו אנשטענדיגע גוים! וואספארע אסמכתא לא קניא מכירה ניצט מען?

ס'איז אינטערעסאנט אז די ברענגסט די צואה רותחות, ס'גאנץ פאסיג אין די שמועס.. איך האב געזעען אמאל א ווערטעל פארוואס פונקט א מלעיג על דברי חכמים קומט אזא מאדנע עונש? ווייל א מלעיג על דברי חכמים גליינט נישט און תקנות חכמים און מאכט נישט קיין ברכות און ענטפערט נישט קיין אמן. טוט ער נישט די עבודת השם מיט די אכילה, אזא איינער איז נישט מעלה די עסן, עסט ער נאר צו קאקען..

קאצקע ציקער » דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:09 pm

· #249042
איחוד פעלד
פישל'ע העררינג
יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.

ואין רפואה למכתו.

פארוואס קען מען נישט פארקויפען פאר א גוי?

איינער וואס מאכט חוזק דערפון קען עס נישט ניצן

ברוך שאמר » דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:00 pm

· #249101
איך פארשטיי באמת נישט ווי נידריג דע שטיבל האט זיך דא אראף געלאזט רעדן מיט א ביליג קייט אויפן הייליגלן בעל ויחי יוסף. אינז מעג מער זאך אלע פארשטעקן פאר בושה וכו. וכו.

שת.אדמזאהן » דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:39 pm

· #249108
📎 IMG_001.jpg
📎 IMG_002.jpg

פון תולדות ויחי יוסף, מהדורת סרוסקי

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:54 am

· #249143
ברוך שאמר
איך פארשטיי באמת נישט ווי נידריג דע שטיבל האט זיך דא אראף געלאזט רעדן מיט א ביליג קייט אויפן הייליגלן בעל ויחי יוסף. אינז מעג מער זאך אלע פארשטעקן פאר בושה וכו. וכו.

איך האב פאר דיר א עצה! דא מאכט מען נישט חוזק פונעם בעל ויחי יוסף ,
קליק דא
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/">http://www.ivelt.com/</a>

אדער רוף 1-212-444-1100

<a class="postlink" href="https://twitter.com/koimevaser">https://twitter.com/koimevaser</a>

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:25 am

· #249160
שטייט טאקע אין ספר חסידים? קענסט צייכענען די מקור?

ברוך שאמר » מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:37 am

· #249162
שבת אחים איך ווייס וואס די ענטפערסט !!

יאסל ראקאווער » מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:50 am

· #249175
לעיקוואד
שטייט טאקע אין ספר חסידים? קענסט צייכענען די מקור?

קוקט אויס מער ווי א סרך דרכי אמורי, ווי די רמ"א שרייבט ביי די כפרות. און די איינציגע ספר חסידים וואס גוגעל טרעפט איז ס' תמ"ה, פון גוי צו גוי.

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=14561&st=&pgnum=115">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=115</a>

פישעלע הערינג, דארפסט דיך נישט זארגען, די צואה רותחת בלייבט ביי די נאראנים אין קאפ. ווי די רמב"ם זאגט ""ואין צואה רותחת חמורה מן הסכלות שגרמה לו להלעיג". אפשר פאר דעם איז טאקע אין רפואה למכתו.. אז ס'פעלט אים אין קאפ, וועט גארניקס העלפען. נאר בלייבט נאר.

איך אויך » מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:48 am

· #249189
שבת'ל דו ביסט אזוי סופער קיהל! אי''ה זימער צייט גיי איך דיך דינגן אנשטאטס מיין עיר קאנדישן.

Kool man » מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:20 pm

· #249203
דער פאפער רב זצ"ל איז געוועזען א קדוש וטהור, און א ת"ח איז ער געוועהן לכל הדיעות, און די גמרא זאגט כל המבזה ת"ח אין תרופה למכתו, חכמים הזהרו בדבריכם!

קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:11 pm

· #249273
Kool man
דער פאפער רב זצ"ל איז געוועזען א קדוש וטהור, און א ת"ח איז ער געוועהן לכל הדיעות, און די גמרא זאגט כל המבזה ת"ח אין תרופה למכתו, חכמים הזהרו בדבריכם!

און ער האט נאך געקענט אזוי לערנען ווי דיר יוסל, להבדיל אלף אלפי הבדלות!! , און ער האט נאך געוויסט אזוי גיט הלכות ביטול חמץ און אמן יתומה! סא יאסעלע דריי א צווייטן א קאפ

יאסל ראקאווער » מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:07 pm

· #249320
רב קוק האט שוין מגדיר געווען די מצב;

"האנשים הטבעיים שאינם מלומדים, יש להם יתרון בהרבה דברים על המלומדים, בזה שלא נתטשטש אצלם השכל הטבעי והמוסר העצמי על ידי השגיאות העולות מהלימודים, ועל ידי חלישות הכחות וההתקצפות הבאה על ידי העול הלימודי."

דאס אז ער איז געווען א תלמיד חכם עצום און א קדוש וטהר, הוא הנותן אז איך ווייס בעסער פון אים.

פאפא רב איז געווען א מיטגעמאכטע מלחמה איבער לעבער, אז ער האט געוואלט מאכן א הלצה אויף א גוי'ס חשבון ביי זיך אינדערהיים, און ס'איז שא שטיל פיין. גייט א חסיד שוטה, א זעצער, און דריקט עס ס'זאל פארצייכענט פאר די יונגווארג אין יידיש לעולמי עד?! ס'איז א עוון פלילי. נישט פארגעבאר.

Ben-Shishim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:56 am

· #249408

The only person you found to quote and back up your theory, is Kook

ברוך שאמר » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:36 am

· #249425
איך וואלט ווען אנגעטראגן פאר די גבאי השטיבל אז מען זאפארט. פארמאכן מיט א גרויסע שלאס דעם אשכול !!!

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:51 pm

· #249538
ברוך שאמר
איך וואלט ווען אנגעטראגן פאר די גבאי השטיבל אז מען זאפארט. פארמאכן מיט א גרויסע שלאס דעם אשכול !!!

גם אני מצטרף

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:56 pm

· #249543
נאט א פעט טשענס אין העלל! אויב וואלט די אשכול בארירט די שפיץ פינגער פון יענער אראבער אדער עפעס א פרייע משכיל/מסור וואלט עס שוין לאנג געווען פארשפארט אבער אז סך הכול מאכט עס חוזק פון א הייליגע איד ווי דער ויחי יוסף איז עס צו אומקאאל צו טוהן אזא שריט ווי פארשפארן.

ברוך שאמר » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:00 pm

· #249547
אבער עס מאכט דע שטיבל אויסזען גאר עקלדיג אין ביליג בכלל ובפרט !!

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:09 pm

· #249558
עס איז עכט א בושה אז עס איז נאנישט צוגעמאכט.
איך האף אז איך וועל שוין נישט קענען מער ארויף לייגן אין די אשכול מיינע הערות ווייל עס וועט שנעל ווערן פארשפארט ווייל עס איז א עכטע בזיון התורה.
(איך בין נישט קיין פאפא חסיד ווייט פון דעם)
יישר כח מעיקרא להאחראים

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:35 pm

· #249615
[ציטאט אראפגענומען]

די געבליבענע איז יא אויסגעהאלטן. הער איך.

יאסל ראקאווער » פרייטאג יאנואר 23, 2015 8:49 am

· #249704
די נאר זאל ארויסגיין!
ווען איינער זאל שרייבען א חסיד שוטה, א ריכטיגע באבובע. א חסיד שוטה, א ריכטיגע בעלזער. א ריכטיגע סאטמערע שוואנץ, וכו' וואלט עס נישט קיינעם נישט עפעס עקסטרע וויי געטון. אזוי ווי קיינעם טראכט נישט די ווארט 'חסיד שוטה' טוט סטריאטייפען. די פאפא פענס דא וועלען זיך נישט דינגען זיך מיט מיר אז די דריקער איז א בלינדער חסיד מיט tunnel vision פאר זיין רבי. אז קעלנער פארשטייט אז מ'דארף מגיה זיין איז ער גערעכט.

איש את רעהו » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:26 pm

· #249834
די עצם זאך פון פארקויפען/איבערגעבן/טוישען מחלות מיט גויים איז א ידוע'דיגע זאך פון כמה גדולים וטובים מיין קרוב האט געהאט אזאעובדא מיט פופציג יאר צוריק ביי גאר א גרויסער איד וואס האט אים געביטען זיין קרענק מיט א ערל וואס יענער גוי האט איינגענימען א מיתה משונה און דער איד איז נאך פאר אסאך יארן געבליבן לעבן
מה כל הרעש אז בעת מכירת חמץ האט מען מזכה געווען דעם גוי מיט נאך אפאר אידישע מחלות

יאיר » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 10:48 pm

· #249859
אין דעם ספר אביר הרועים איז אויך באשריבן עפעס א מכלומרשטע מופת וויאזוי סאטמארער רבי האט פרובירט צו ארויפלייגן א מחלה פון ריסקעווער רב אויף עפעס אן אלטן גוי.

איש את רעהו » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 10:59 pm

· #249860
יאיר
אין דעם ספר אביר הרועים איז אויך באשריבן עפעס א מכלומרשטע מופת וויאזוי סאטמארער רבי האט פרובירט צו ארויפלייגן א מחלה פון ריסקעווער רב אויף עפעס אן אלטן גוי.

וואנעט האסטו גענימען די גאטטס און שוואנצאנעס צו לאכן פון צדיקים און הייליגע אידן

יאיר » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 11:05 pm

· #249864
זאגסטעך אזוי גיט

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 25, 2015 8:56 am

· #249935
א בירור אינעם ענין.

ממש א פלא, א פשוטע עצה און אידען וואלגערען זיך אין שפיטעלער.
📎 20150124_195726_resized_4.jpg

ברסלבער » זונטאג יאנואר 25, 2015 10:05 am

· #249953
@איחוד פעלד, דער קעפל פונעם בילד איז אפגעהאקט. פון וועלכע ספר איז דאס?

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 25, 2015 3:37 pm

· #250028
אוצר פלאות התורה

shem-tov » זונטאג יאנואר 25, 2015 8:04 pm

· #250081
ג"א מצרף לדברי מוחאה של פישעלע און ברוך שאמר און אנדערע אויף בזיון ת"ח פון פאפא רב זצ"ל. וואס איז לכל הדיעות געווען א ערליכער יוד און א ת"ח און א חכם אויך.

ובכלל האט ער דען אלעמאל אזוי געטאן אפשר איז עס געווען פסח תש"ג אין פאפא און דער גוי איז געווען א וויסטער אנטיסעמיט וואס מען וואלט געהאפט צו זעהן טויט. אדער אפשר איז דער גוי גאר געווען אן אראבער וואס דאן איז דאך עס א מצוה לפי שיטת די אלע אפיקורסעמלעך דא. אה יאסל ראקאווער דאס איז דיר נישט בייגעפאלן אז דער גוי איז גאר געווען אן אראבער... בקיצור תורה היא וללמדה אני צריך

shem-tov » מאנטאג יאנואר 26, 2015 5:12 am

· #250123
און וואס טוט זיך מיט דעם ענין אז מען נעמט א גוי זאל שלאפן אין א נייע דירה. האסט אמאל געהערט פון דעם?. דאס איז אפשר אויך פאפא מעשיות

ירח בן יומו » מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:47 am

· #250143
shem-tov
און וואס טוט זיך מיט דעם ענין אז מען נעמט א גוי זאל שלאפן אין א נייע דירה. האסט אמאל געהערט פון דעם?. דאס איז אפשר אויך פאפא מעשיות

און די מנהג פון גיסן די וויין פון די מכות פאר די שכן די שונא ישראל

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:44 pm

· #250182
shem-tov
ג"א מצרף לדברי מוחאה של פישעלע און ברוך שאמר און אנדערע אויף בזיון ת"ח פון פאפא רב זצ"ל. וואס איז לכל הדיעות געווען א ערליכער יוד און א ת"ח און א חכם אויך.

ובכלל האט ער דען אלעמאל אזוי געטאן אפשר איז עס געווען פסח תש"ג אין פאפא און דער גוי איז געווען א וויסטער אנטיסעמיט וואס מען וואלט געהאפט צו זעהן טויט. אדער אפשר איז דער גוי גאר געווען אן אראבער וואס דאן איז דאך עס א מצוה לפי שיטת די אלע אפיקורסעמלעך דא. אה יאסל ראקאווער דאס איז דיר נישט בייגעפאלן אז דער גוי איז גאר געווען אן אראבער... בקיצור תורה היא וללמדה אני צריך

@שם טוב
אלע אפּיקורסם האלטן אזוי?????
מקור ???????

מיינסט אפשר צו זאגן אז אפשר איז דער גוי גאר געווען א עמלקי און דאן איז א מצוה דאורייתא אים צו הרגנן? ! 😕 😮

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 27, 2015 1:08 pm

· #250436
אן נעמען א שטעלונג, עס איז א חילוק ווען מען וויל זיך נוקם זיין אין א גוי א שונא ישראל און באגיסן מיט קללות, וווי נעמען א גוי פריינד וואס קויפט אפ דיין חמץ און אים אנשמירן מחלות משונות.

צקון לחש » דאנערשטאג מאי 4, 2023 7:38 pm

· #523798

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 4, 2023 8:23 pm

· #523804
איש את רעהו
די עצם זאך פון פארקויפען/איבערגעבן/טוישען מחלות מיט גויים איז א ידוע'דיגע זאך פון כמה גדולים וטובים מיין קרוב האט געהאט אזאעובדא מיט פופציג יאר צוריק ביי גאר א גרויסער איד וואס האט אים געביטען זיין קרענק מיט א ערל וואס יענער גוי האט איינגענימען א מיתה משונה און דער איד איז נאך פאר אסאך יארן געבליבן לעבן
מה כל הרעש אז בעת מכירת חמץ האט מען מזכה געווען דעם גוי מיט נאך אפאר אידישע מחלות
אז דו קומסט מיר זאגן אז דער גוי האט געטון רישעות פאר אידן. און די רבי האט איהם פארקויפט א פאטאלע מחלה, הער איך. אבער סתם א גוי וואס טשעפעט נישט קיינעם, לייגט זיך ניש אויפ'ן שכל אז די רבי זאלל (העלפן) פארטיליגן א מענטש וואס איז יציר כפיו של הקב"ה...!

עסקן בדברים » דאנערשטאג מאי 4, 2023 11:27 pm

· #523823
נישט צו גלייבן די חברה וואס פלעגן זיך דא דרייען אין שטיבל וואס האט זיי געבאדערט מער די כבוד פון פאפא רב ווי די אומגלויבליכע רשעות און אוממענטשליכקייט פון די מיאוס׳ע הונאה וואס ער וכל הרבנים שנהגו כן האבן געטון צו א מענטש וואס האט דיר קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטון און ער העלפט דיר נאך ארויס. ווען גויים זאלן אויסגעפונען דערפון און (יושר׳דיג) באשמוצן אידן פאר האבן אזא attitude צו זיי וועט מען שרייען אנטיסעמיטיזם (און מ׳ וועט צולייגען אז אפילו זיי וואלטן נישט געהאט דעם תירוץ וואלטן זיי פונקט אזוי פיינט געהאט אידן ווייל הלכה היא בידוע...). נקוט האי כללא בידך: טו נישט קיין זאך וואס איז אנטיסעמיטיזם פאר א גוי איבערצוזאגן.

אמאהלגעקעננט » פרייטאג מאי 5, 2023 6:56 pm

· #523897
צקון לחש
השי״ר !