אינטערסאנטע מנהגי ישראל
206 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8015
אינטערסאנטע מנהגי ישראל
במשך טויזנטע יאר אין גלות און יודן האבן זיך פארשפרייט אין אסאך פלעצער און צאמגענומען פון איבעראל געדאנקען ווי אויך איז פארגעסן געווארן פרטים עד כדי כך אז היינט אז מ'קוקוט זיך אים איז אסאך מאל שווער צו דערקענען אז אלעס שטאמט פון איין רעלגיע, כולם מרועה אחד ניתנו, אז מ'וועט אנהייהן קוקן די חילוקים אין קיום המצוות פון אחינו בני ישראל יושבי ארצות המזרח ביז די אייראפיעשיע אפשטאמיגער איז צו מאל ממש נישט צום דערקענען.
אויף די זעלבע אופן איז אויך שייך צו טרעפען חילוקים ציווישן קריזן און חסידות, אדער בני ישיבה, אז מ'וועט זיך נאכפרעגן וועט מען געפונען אסאך חילוקים וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז עס זענען דא יודען וואס טועהן אנדערש ווי איך בין געוואוינט, למשל א חסידישע יוד וועט זעהן איינעם זיצן ביי קידוש אדער הבדלה, וועט ער גלייך טראכטן אז דא האנדלט זיך פון א חולה מסוכן (אדער בגוף-און ער קען ממש נישט שטיין אויף די פוס, אדער בנפש-און ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך), אבער ווען מפרעגט זיך נאך אדער מ'קוקט אריין אין שו"ע זעהט מען אז דאס איז א אנגענומענע שיטה, און טאקע ביי די ליטווישע פירט מען זיך אזוי לכתחילה. ווידער אמאל ווען א ליטוואק וועט זען אז ביי חסידים אז מ'לייגט נישט קיין תפילין חול המועד וועט ער אנהייבען צו טראכטן אז דא האנדלט זיך פון א קרקפתא דלא מנח תפילין, (ווי האט יענער געזאגט, די משנה ברורה מאכט א טעות אין דעם הלכה, איך האב דאך קיינמאל נישט אזוי געטוהן).
לאמיר פריוויען צאם נעמען אינטערסאנטע מנהגים וואס זענען דא ציווישן יודן, אבער לאמיר אנהייבען מיט מנהגים וואס האט א מקור אין הלכה אדער מ'טוט פארקערט פון די הלכה (אויף די מנהגים אויב מ'עסט ציבעלע קוגל פאר יום זה מכובד אדער נאכדעם פאדערט זיך א באזונדערע אשכול):
אין אמשינוב טרונקנט מען א פינפטע כוס ביים סדר.
אין צאנז מאכט מען א שהכל אויף קארטאפל.
אין חב"ד שלאפט מען נישט אין סוכה.
אין די ליטווישע פלעצער גייט די בעל תפילה א טלית ביי מנחה-מעריב.
אין גער לייגט מען תפילין ש"י בנוסח אשכנז (מ'דרייט די רצועות אריין צו זיך).
אין באבוב דאווענט מען א טאג פאר ערב פסח א קורצע מנחה (הויכע שמו"ע ביז קדושה) אנגעטוהן מיט א טיליפ.
אין טשרנובל מאכט מען א ברכה ביים איך די הלל ביים באקן די מצות ערב פסח.
אין בעלזא עסט מען פאר מ'דאווענט שחרית.
אין ליובאוויטש גייט מען א גארטל אינטער די העמד.
אין צאנז נוצט מען נאר גלעזערנע כלים ביים סדר.
נאך שבת וועל איך ברענגען נאך, אויף דערווייל לאמיר זעהן וואס די עולם קען צושטעלן.
זעהר שיין באשריבן כ'וועל נאר מסביר זיין עטליכע און דער עולם קען ברענגן נאך טעמי המנהגים,
אין צאנז מאכט מען א שהכל אויף קארטאפל.
. כידוע איז דאס א ראפשיצער מנהג, מטעם ווייל ס'וואקסט נישט פון דער ערד מיט א בלעטל פון אויבן ווי אנדערע ירקות נאר מ'דארף זיכן אין דער ערד צו טרעפן, איז עס ווי שוואמען (מאשראמ''ס בלע''ז)
אין חב"ד שלאפט מען נישט אין סוכה.
. באקאנט שעל דא יצא קצף פון הגרא''מ ש''ך זצ''ל, אבער מ'דארף אין אכט נעמען אז אין בעלז איז מען אויך נישט געשלאפן, און בכלל און אסאך מקומות אין איירופה געוועהן סוכות שוין גוט קאלט
אין די ליטווישע פלעצער גייט די בעל תפילה א טלית ביי מנחה-מעריב.
. די קשיא איז אויף אונז חסידים נישט אויף זיי
אין גער לייגט מען תפילין ש"י בנוסח אשכנז (מ'דרייט די רצועות אריין צו זיך).
אין באבוב דאווענט מען א טאג פאר ערב פסח א קורצע מנחה (הויכע שמו"ע ביז קדושה) אנגעטוהן מיט א טיליפ.
. דער טיליפ איז צו שוויצן ביי א מצוה און אויף די מנחה איז דא כמה טעמים
אין טשרנובל מאכט מען א ברכה ביים איך די הלל ביים באקן די מצות ערב פסח.
אין בעלזא עסט מען פאר מ'דאווענט שחרית.
אין ליובאוויטש גייט מען א גארטל אינטער די העמד.
אין צאנז נוצט מען נאר גלעזערנע כלים ביים סדר.
. דאס איז פשוט וויבאלד דער הייליגער צאנזער רב האט פארזעצט (משכון'ט) אלע זילבערנע כלים צו פארטיילן פאר צדקה .
דאכט זיך אז די גארטל אויפן ציצית אין חב״ד איז נישט אלס גארטל נאר די ציצית זאל זך האלטן גראד אן קנייטשן, כמו שפסק הרב ז״ל ששיעור ציצית. היא שיכסה רוב הגוף, ממילא קען מען נישט רעכענען די קנייטשן.
[ציטאט אראפגענומען]
א פיפטע כוס איז אקעגן די הלכה אז נאכן פערטע כוס מעג מען נאר טרינקן וואסער.
עסן פארן דאווענען איז מדינא דגמרא לא תאכלו על הדם.
מאכן א ברכה סתם אזוי ביי א הלל זכר לקרבן פסח. וויבאלד עס ווערט נישט געברענגט אין שו״ע איז עס א ברכה לבטלה (זיי האבן דעם קבלה פון אליהו הנביא)
שלאפן אין די סוכה איז א הלכה מפורשת, אפילו א שינת עראי איז אסור.
@חסיד אוודאי האט יעדע קהילה טעמים ע״פ חסידות וכדו׳. נאר ע״פ הלכה פשוטה דהיינו אן קיין דריידלעך קומט אויס פארקערט.
אמאל געהערט פון לויבאוויטשע רבי שליט״א א לאנגע הסבר ביי א פארברענגן פארוואס נישט צו שלאפן אין די סוכה, אור המקיף מיט נוגה וכד׳, נאר ע״פ שו״ע איז עס נישט אזוי גלייך.
יין שרף@חסיד אוודאי האט יעדע קהילה טעמים ע״פ חסידות וכדו׳. נאר ע״פ הלכה פשוטה דהיינו אן קיין דריידלעך קומט אויס פארקערט.
אמאל געהערט פון לויבאוויטשע רבי שליט״א א לאנגע הסבר ביי א פארברענגן פארוואס נישט צו שלאפן אין די סוכה, אור המקיף מיט נוגה וכד׳, נאר ע״פ שו״ע איז עס נישט אזוי גלייך.
כידוע האט דער גר"א און דער בעש"ט ביידע געטון זאכן אנדערע ווי דער שו"ע, נאר דער גר"א האט געשריבן טעמים פארוואס.
יין שרףדאכט זיך אז די גארטל אויפן ציצית אין חב״ד איז נישט אלס גארטל נאר די ציצית זאל זך האלטן גראד אן קנייטשן, כמו שפסק הרב ז״ל ששיעור ציצית. היא שיכסה רוב הגוף, ממילא קען מען נישט רעכענען די קנייטשן.
ליתר דיוק. פסקי הסידור הלכות ציצית:
ואורך הטלית קטן צריך להיות כולו מופשט ומלביש את האדם בכל השיעור הזה כולו כמ"ש אשר תכסה בה דייקא ולא יתקפל ולא יתקמט כלום משיעור הזה כי מקום הנקפל או הנקמט אינו עולה מן המדה וצריך להשגיח על זה תמיד כל הנזהרים לקיים מצות ציצית כל היום
.
יין שרףשלאפן אין די סוכה איז א הלכה מפורשת, אפילו א שינת עראי איז אסור.
והדברים ידועיםאין וויזניץ איז די רבי עולה כהן, אפי' ער איז נישט קיין כהן, (אזוי ווי אלע מנהגים וואס זענען דא דערמאנט געווארן קען מען דאס פארענטפערן להלכה, אבער דאך איז עס א מילתא דתמיהה, און עס פאסט אין דער אשכול פון אינטערסאנטע מנהגים).
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: עסן פאר'ן דאווענען. אויף דעם איז שוין דא די הלכה אז אויב איינער פילט שוואך מעג ער עסן פאר'ן דאווענען. איך גלייב אבער נישט אז אין בעלזא איז דא א שיטה אז מ'זאל לכתחילה עסן פאר'ן דאוונען. מ'האט נאר א ביסל מקיל געווען ווייל ס'איז דא א סאך מענטשן וועלכע זענען פיזיש שוואך...!
איך ווייס נישט וועגן בעלז אבער סלאנים דאכציך איז מען מקפיד דייקא יא צו עסן פארן דאווענען
ירח בן יומו
אין ליובאוויטש גייט מען א גארטל אינטער די העמד.
דאס איז נישט אמת. זיי גייען יא אויפן רעקל אדער ווי זיי רופען עס קאפאטע.
אויסגערוטאיך ווייס נישט וועגן בעלז אבער סלאנים דאכציך איז מען מקפיד דייקא יא צו עסן פארן דאווענען
אויב יא. איז כאטש דא דארט א גוטע ברעקפעסט פון בייגל און לאקס מיט א הייסע קאפי, אנגעגרייט פאר'ן דאווענען. איך גיי שוין אהין. מ'קען מיך שוין מצרף זיין צו מנין.
איך האלט אז אין מיין ביהמ"ד וואלט מען געמעגט איינפיהרן דעם טייערן מנהג פון מאכן קידוש פאר'ן דאווענען. אזוי וועט דער עולם לכה"פ נישט זיין נערוועז, און די בעלי תפילה וועלן קענען ציען ביים דאווענען, און די רבי וועט קענען רואיג אדורכשמועסן בין גברא לגברא מיט'ן גבאי פאר וועם מ'דארף נעקסט געבן אן עליה... 😂
אויסגערוטאיך ווייס נישט וועגן בעלז אבער סלאנים דאכציך איז מען מקפיד דייקא יא צו עסן פארן דאווענען
היום יום י' שבט
אמי זקנתי (הרבנית מרת רבקה נ"ע) בהיותה כבת שמונה עשרה שנה - בשנת תרי"א - חלתה, וציוה הרופא אשר תאכל תיכף בקומה משנתה, אמנם היא לא חפצה לטעום קודם התפלה, והיתה מתפללת בהשכמה ואחר התפלה היתה אוכלת פת שחרית. כשנודע הדבר לחותנה אדמו"ר הצ"צ, אמר לה: א איד דארף זיין געזונד און א בעל כח. אויף מצות שטייט וחי בהם, איז דער טייטש וחי בהם, מען דארף אריינבריינגען א חיות אין מצות. בכדי אז מען זאל קענען אריינבריינגען א חיות אין מצות, מוז מען זיין א בעל כח און זיין בשמחה. וסיים: דו דארפסט ניט זיין קיין ניכטערע. בעסער עסען צוליב דאווענען(ד. ה. אז דערנאך דאווענט מען במנוחה
[הוספת המעתיק]) ווי דאווענען צוליב עסען(וואס בדרך ממילא - זיינען די נערווען און די קאפ אפגעשוואכט איז די תפלה ניט במנוחה, און דער יצה"ר והגוף גארען ווען וועט מען שוין עפעס איבערכאפען
[כנ"ל]) . ובירכה באריכות ימים, - (נולדה בשנת תקצ"ג ונפטרה י' שבט תרע"ד). -
מאמר זה אמר אאמו"ר לאחד על יחידות, והוסיף: און מען דארף עס טאן בשמחה.
berlbalagulehאויסגערוטאיך ווייס נישט וועגן בעלז אבער סלאנים דאכציך איז מען מקפיד דייקא יא צו עסן פארן דאווענען
אויב יא. איז כאטש דא דארט א גוטע ברעקפעסט פון בייגל און לאקס מיט א הייסע קאפי, אנגעגרייט פאר'ן דאווענען. איך גיי שוין אהין. מ'קען מיך שוין מצרף זיין צו מנין.ן
איך האב געהאט א חבר א סלאנימער אין ישיבה פלעג ער יעדן טאג עסן א wafer פארן דאווענען יוצא צו זיין
איך האלט אז אין מיין ביהמ"ד וואלט מען געמעגט איינפיהרן דעם טייערן מנהג פון מאכן קידוש פאר'ן דאווענען. אזוי וועט דער עולם לכה"פ נישט זיין נערוועז, און די בעלי תפילה וועלן קענען ציען ביים דאווענען, און די רבי וועט קענען רואיג אדורכשמועסן בין גברא לגברא מיט'ן גבאי פאר וועם מ'דארף נעקסט געבן אן עליה... 😂
איך גלייב נישט אז אפילו מען געבט ווען א גאנצער סעודה וואלט דער עולם געהאט מער געדולד
אין חב"ד און אין ביאלא גייט מען הגבהה פאר קריאת התורה
אויך ביי אלע ספרדים.
דאכציך אין ירושלים אויכעט. אלס בחור אין א"י געדענק איך אז מהאט אזוי געטון אין די מאה שערים שטיבלעך
berlbalagulehאויסגערוטאיך ווייס נישט וועגן בעלז אבער סלאנים דאכציך איז מען מקפיד דייקא יא צו עסן פארן דאווענען
אויב יא. איז כאטש דא דארט א גוטע ברעקפעסט פון בייגל און לאקס מיט א הייסע קאפי, אנגעגרייט פאר'ן דאווענען. איך גיי שוין אהין. מ'קען מיך שוין מצרף זיין צו מנין.
איך האלט אז אין מיין ביהמ"ד וואלט מען געמעגט איינפיהרן דעם טייערן מנהג פון מאכן קידוש פאר'ן דאווענען. אזוי וועט דער עולם לכה"פ נישט זיין נערוועז, און די בעלי תפילה וועלן קענען ציען ביים דאווענען, און די רבי וועט קענען רואיג אדורכשמועסן בין גברא לגברא מיט'ן גבאי פאר וועם מ'דארף נעקסט געבן אן עליה... 😂
אין חבד עסט מען שבת פארן דאווענען
ירח בן יומואין חב"ד גייט מען הגבהה פאר קריאת התורה
לא.
אין בריסק מאכט מען נישט קיין ברכה אויף הלל ראש חודש
(דוכטזיך אין קרלין אויך נישט)
מדינא דגמרא מאכט מען נישט
ירח בן יומואין גער לייגט מען תפילין ש"י בנוסח אשכנז (מ'דרייט די רצועות אריין צו זיך).
אין צאנז אויך
חסידאין צאנז נוצט מען נאר גלעזערנע כלים ביים סדר.
. דאס איז פשוט וויבאלד דער הייליגער צאנזער רב האט פארזעצט (משכון'ט) אלע זילבערנע כלים צו פארטיילן פאר צדקה .
כן הוא הנוסח בבאבוב המשתמשים כהיום בכלי כסף. אבל שאר נכדי צאנז המשתמשים אפילו כהיום עם זכוכית יש להם טעמים אחרים
[ציטאט אראפגענומען]
דא איז א מקום זיך צו באקענען מיט אינטערסאנטע מנהגי ישראל, טייל מאל איז דאס געבויט אויף א שיטה יחידאה אין הלכה און אמאל אנקעגן די הלכה.
למשל פון זיצן ביי קידוש איז להלכה לויט די רמ"א אבער ביי חסידים פירט מען זיך ווי שיטת המחבר (איך געדענק אמאל זעהן א בילד פון הרב אליישיב זיצן ביי הבדלה און עס האט אויס געזען זייער מאדנע, אבער שפעטער בין איך געוואר געווארן אז דאס איז ריין הלכה).
אגב, איז דא א מעשה פון די חסם סופר ווען ער איז איינגעשטנען ביי א עם הארץ וואס האט געזען אז ער זעצט זך אראפ צו סעודת שבת אהן דעם וואס ער זאל פארדעם שטיין און מאכן קידוש, האט ער צומאגענס פארצציילט פאר יעדען אז ד חת"ס עסט אן קידוש, און די חת"ס האט שפעטער געזאגט אז דאס איז געווען א עונש פארן עובר זיין אל תדור בשכונת עם הארץ.
איך מיין די מעשה מיט די חת״ס איז געווען ווען ער האט יוצא געווען קידוש פארן סעודה, און נישט איבערגעמאכט קידוש פארן זיך וואשן. וועל עס בל״נ שפעטער אויפזוכן.
די שטארקע חסידים פון די בעל הויואל משה מסאטמאר מאכן די ברכה אויפן תפילין של ראש ווען מען האלט עס נאך אין די הענט
נ נחאין בריסק מאכט מען נישט קיין ברכה אויף הלל ראש חודש
(דוכטזיך אין קרלין אויך נישט)
נו, ס'איז דא אזא דיעה אין שו"ע. אז אויף האלב הלל מאכט מען נישט קיין ברכה. אבער איך מיין אז די בריסקער מאכן נישט קיין ברכה מכח ספק ספיקא. ערשטנס קען זיין אז ס'איז נישט ראש חודש היינט. צווייטנס, האבן זיי א ספק. אפשר שטאמען זיי מזרע עמלק. זענען זיי דאך נישט מחויב צו זאגן הלל. וועט עס זיין א ברכה לבטלה...איי, איז דאך שווער א קושיא. וויאזוי קענען זיי לערנען תורה? איז די תירוץ, אז די גמרא זאגט דאך "מבני בניו של המן למדו טעירעה בבני ברק"... איך מיין אז דער מאמר איז אמת. איך פערזענליך האב אויכעט געקענט עטליכע פון זיי...!... 😂
נ.ב.: ווער ס'נעמט עס פערזענליך, בעט איך איבער מעיקרא. כ'האב נישט געמיינט צו טשעפען אדער מצער זיין סיי וועלכן נפש...!
רען צאנז באבוב און קלויזענבערג זאגט מען נישט קיין לדוד
קלויזענבארגער רבי דאווענט שחרית 4 אזייגער נאכמיטאג
ביי חסידים ווערט די חתן געפירט צום חופה דורך די צוויי טאטעס איך וואלט געהאט שטארק חשק אליין אונטערצופירען מיין טאכאער און מיין ווייב וואלט געהאט שטארק חשק אליין אונטערצופירען מיין זוהן סקוקט אויס פאני אבער אזוי פירט זיך די וועלט
עסן געבראקטס סיי פסח און סיי אחרון של פסח איז א פרשה פאר זיך
און חבד איז מען מקפיד נישט צו לייגן די לולב אין א קיישל, נישט האבן קיין עטרה אויפן טלית די בחורים טוען אן רבינו תם
צו זאגן לדוד חודש אלול, איז נישט מדינא דשו״ע, וי״א אז עס איז פון א מפוקפק׳דיגן מקור (כמדומה פון חמדת הימים). קוק אין נטעי גבריאל פאר א ליסט פון קהילות וואס זאגן נישט. וכן כתב במעשה רב מהגר״א.
דאכט זיך די חיד״א שרייבט אז מען זאל עס זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען, נישט נאר חודש אלול. וכן נוהגים בכמה מקומות אצל אחינו הספרדים.
אז מ׳רעדט שוין פון חודש אלול, איז דא פלעצער וואס מען בלאזט שופר אויך נאך מנחה, און געוויסע פלעצער אויך נאך מעריב.
רוב חסידישע בחורים טוהן אן רבינו תם׳ס...
רעכנסט רוב לויט וואג אדער מספר?
יין שרף
אז מ׳רעדט שוין פון חודש אלול, איז דא פלעצער וואס מען בלאזט שופר אויך נאך מנחה, און געוויסע פלעצער אויך נאך מעריב.
.
און וועלכע קהילות בלאזט מען תשר"ת און אין וועלעכע קהילות בלאזט מען תשר"ת תש"ת תר"ת
אין באבוב ציילט מען ספירה יעדן אינדערפרי פאר ברוך שאמר. האט דעס א מקור ערגעץ אדער איז עס פשוט פראקטיש טאמער האט מען פארגעסן צו ציילן ביינאכט
און אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
אויסגערוטאון אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
ס'הייסט איינס פאר'ן חתן, און איינס פאר , להבדיל, די כלה...דארט איז נאר דא נשים... 😂 🙄
אויסגערוטאון אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
איין פאר די אבות הק׳ וואס קומען אראפ.
אויסגערוטאין באבוב ציילט מען ספירה יעדן אינדערפרי פאר ברוך שאמר. האט דעס א מקור ערגעץ אדער איז עס פשוט פראקטיש טאמער האט מען פארגעסן צו ציילן ביינאכט
פראקטיש
אין קארלין הייבט די ש"ץ אן ביי לעולם יהא אדם, און פאר ברוך שאמר גייט ער אווען פון די עמוד און עס גייט צו איינער (א קבוע) וואס זאגט הויך די ברכות הנותן לשכוי וכו' ביז הגומל חסדים טובים, און נאכדעם קומט צוריק די בעל תפילה און איז ממשיך הודו , קען איינער דאס עקלערן?
יין שרףאויסגערוטאון אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
איין פאר די אבות הק׳ וואס קומען אראפ.
שטייט איינער אינטער יענער חופה אדער בלייבט עס ליידיג. טאמער בלייבט עס ליידיג איז דא איינער וואס וואטשט אז די קינדער זאלן נישט ארומלויפן צווישן די זיידעס און זיי שטערן?
עס שטייט קיינער אונטער די צווייטע חופה.
געווענטלעך ענדשויען די זיידעס צו זעהן אמאל די אייניקלעך...
אין קארלין (ירושלים) דאווענט מען פרייטאג צונאכטס מיט א טלית (די גאנצע עולם)
אין סקווירא עסט מען המן-טאשן נאך בדיקת חמץ
אין בעלעד לייגט מען 91 לאמפען אויף די גאס ווען די רבי מאכט חתונה
אין פאפא טוט מען וואס מען טוט אין סאטמאר
(איך האב אמאהל געהערט פון יארמער רב אז ווען די סאטמאר רבי זי"ע איז אוועק כ"ואב. האט מען אין פאפא געבעטען די באשפעער אז די פאפא רבי זאל אויך אוועקגיין פון די וועלט כ"ו אב. נו תפילה עושה מחצה איז ער טאקע אוועק י"ג אב)
איז נישט א טלית פרייטיג צונאכטס א מנהג אין ירושלים??
עסען שמיני עצרת אין די סוכה איז דא זייער אסאך מנהגים
אויסגערוטאיז נישט א טלית פרייטיג צונאכטס א מנהג אין ירושלים??
איהר גייט א טלית אין ירושלים פרייטאג צונאכטס?
איך קען זיך נישט אזוי אויס אין מנהגי ירושלים אבער אין בעלזא, סאטמאר, פאפא, סקווירא, באבוב, וויזניץ, גייט מען נישט. אדרבה! שרייבטס ווי נאך מען גייט יא.
ווען מען רעדט פון א מנהג ירושלים מיינט מען נישט די אלע חסידותער דארט, מען מיינט די אריגינעלער ירושלימער
ווי מען גייט יא?
תולדות אהרן תולדות אברהם יצחק דושינסקיא ברסלב פרושים מתמידים תפארת ירושלים
אין איין ווארט יעדע וואס גייט א קאפטען שבת +
אויסגערוטיין שרףאויסגערוטאון אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
איין פאר די אבות הק׳ וואס קומען אראפ.
שטייט איינער אינטער יענער חופה אדער בלייבט עס ליידיג. טאמער בלייבט עס ליידיג איז דא איינער וואס וואטשט אז די קינדער זאלן נישט ארומלויפן צווישן די זיידעס און זיי שטערן?
זיי פראבירן צו וואטשן מען זאל זיך נישט דרייען אונטער די צווייטע חופה,
איך גלייב אז כהיום מיט די הייטיגע גרויסע משפחות כ"י איז נישט מעגליך צו זיכער מאכן
אויסגערוטאון אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
איז דאס נאר ביי די רבי'ס אדער אויך ביי די חסידים?
אין פאפא שפארט מען צו בעדפארד עוועניו פאר איעדע שמחה וואס די רבי מאכט
אין פשעווארסק באקט מען ערב פסח מצות אבער מען פארקויפט עס אין חמץ מחשש חמץ
chusidאין פשעווארסק באקט מען ערב פסח מצות אבער מען פארקויפט עס אין חמץ מחשש חמץ
וועלעכע מצות עסען זיי ביים סדר?
איך באק ערב פסח מצות ב' ניסן
איך מיין אז עס איז דא נאך אידן וואס פירן זיך אזוי
ביי נכדי טשרנאבל טאנצט די חתן מיט די כלה די נאכט פאר די חתונה
אבער די נאכט פון די חתונה טאנצען אלע זיידעס און מחותנים אבער נישט די חתן כלה
בעצם איז די גאנצע מנהג פון מצוה טאנץ א מנהג פלא