אינטערסאנטע מנהגי ישראל
206 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8015
[ציטאט אראפגענומען]
ר' צדוק הכהן מלובלין האט א גאנצע חיבור "משיב דבר" צו פארענטפערן די מנהג חסידים נישט צו עסן אין סוכה שמיני עצרת.
אין סקווירא מאכט מען וואך נאכט די נאכט פארן אכטען אפילו די ברית איז נישט בזמנו
[ציטאט אראפגענומען]
דאס קוקט אויס מער ווי סיפורי צדיקים וד"ל. אדרבה, האסט א מקור צייג אן, ניטאמאל האט דער ראשון נאמען, סתם נאך פארציילען א מעשה אז דער אדער יענער האט געזאגט, הייסט נישט קיין מקור מוסמך.
הרב_שלוםאין סקווירא מאכט מען וואך נאכט די נאכט פארן אכטען אפילו די ברית איז נישט בזמנו
אז מ'וועט אנהייבן מיט סקווירא מנהגים וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן (די טאטע האט אויך קיינמאל נישט געענדיגט) אבער אז מ'רעדט שוין פון א וואכנאכט אין סקווירא:
אין סקווירא איז דא א
ספעציעילע נוסח פון די מעשה מיט קאֶץ צו פארצייילן ביי די וואכנאט (האט איר שוין אמאל געהערט די מעשה?)
אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).
ביי סיי וועלכע וואך נאכט איך גיי, ווייסט מען פון די ״שווארצע קאץ מעשה״ צו זאגן. כמדומה א סארט שמורה/סגולה פון איינע פון די חסידישע רביים.
און די לעדל דאכט זיך איז נישט נאר דאן, נאר די ערשטע 30 טעג פון ווען מען ווערט געבוירן.
מיינט אבער נישט ס׳איז ממש א לעדל, עס איז אויסגעשטאטערט פונקט ווי א בעיבי קריב מיט א באקוועמע מאטראץ, און נישט אין א שאפע נאר אויף א סטענד.
chusidאין פשעווארסק באקט מען ערב פסח מצות אבער מען פארקויפט עס אין חמץ מחשש חמץ
קען מען פארקויפן חמץ לאחר זמן ??? (עפעס שטימט נישט)
יהושע חייםchusidאין פשעווארסק באקט מען ערב פסח מצות אבער מען פארקויפט עס אין חמץ מחשש חמץ
קען מען פארקויפן חמץ לאחר זמן ??? (עפעס שטימט נישט)
מען לייגט עס אין די קלאזעט וואס איז פארקויפט אין חמץ, מען רעדט דאך נישט פון חמץ ממש
אין בעלז מאכט מען נישט קיין קידוש לבנה ביז נאך עשרה בטבת
אין גער פאסט מען אויס ביי די תעניתים ביי די צאת הכוכבים פאר מעריב
און וועלעכע קהילות זאגט מען אבינו מלכנו ביי תעניתים?
ירח בן יומואון וועלעכע קהילות זאגט מען אבינו מלכנו ביי תעניתים?
אין שומר שבת....
ירח בן יומו
און וועלעכע קהילות זאגט מען אבינו מלכנו ביי תעניתים?
איך מיין ביי די פוילישע
גער אלכסנדר
[ציטאט אראפגענומען]
ווי ווערט דאס גיברענגט (מקור)?
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
לית דין בר נשירח בן יומו
און וועלעכע קהילות זאגט מען אבינו מלכנו ביי תעניתים?
איך מיין ביי די פוילישע
גער אלכסנדר
צאנז קלויזענבורג
לית דין בר נשירח בן יומו
און וועלעכע קהילות זאגט מען אבינו מלכנו ביי תעניתים?
איך מיין ביי די פוילישע
גער אלכסנדר
טאקע אינטערסאנט, געווענטליך זענען זיי די ערשטע אויסצולאזן
דעם שבת האב איך געזען טאקע זייער א אינטערסאנטע זאך, הפלא ופלא, איך בין געווען אין א בוכארישע שול (אויף א קידוש) און ביי מוסף האט מען געדיכ'נט
איז דא נאך פלעצער ווי מ'דוכנט אין חו"ל?
ווען מען בענטשט בהמ״ז אויפן כוס. לייגט מען עס אראפ נאך די ברכה פון בונא ברחמיו אין קאמארנא.
אין זידיטשוב לייגט מען עס אראפ ביי יראו את ה׳.
אין סידור יעב״ץ שטייט, נישט אראפלייגן פאר מ׳איז טועם פון די כוס.
אין ארץ ישראל האב איך געזען א מנהג אונטער די חופה אז די חתן צוברעכט די גלאז גלייך נאך די קידושין, פאר די כתובה ליינען און די שבע ברכות, און ווען מ'ענדיגט די ברכות שרייט מען מזל טוב!
אנדערש ווי איך זעה אייביג נאך די ברכות צוברעכט מען די גלאז קראך.......... און מ'שרייט מזל טוב!
עז וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסען צו אין א"י ווען עס פאלט אראפ א גלאז אין בית מדרש וכדומה שרייען אלע מזל טוב (כמנהג אחינו בני ישראל תושבי חו"ל)
לכאורה ביי זיי האט א צובראכענע גלאז גארנישט מיט שרייען מזל טוב 😕
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
ווער נאך לייגט אייזן אויף אלע עסן היינט באנייכט?
און צאנז האבן בחורים אנגעטון תפילין חול המועד כידוע אזוי ווי צאנזע רב האט געהאלטן אבער אין באבוב (וואס טוט אויך מנהגי צאנז) לייגן זיי נאר ביז די 18 ווייל די שינאווא רב האט געהאלטן אז מען לייגט נישט אלס פשרה צווישן ביידע לייגט מען נאר ביז די 18
עס האט נישט קיין שייכות מיט שינאווא דאס נאר לייגן ביז אכצן
אויף וועלכע מנהג רעדסטו? די גארטל (כמבואר בשו"ע הרב), אדער די פינפטע כוס (כמבואר בתוס' פסחים ובטור)?
[ציטאט אראפגענומען]
בין איך היינט געוואויר געווארען א נייע זאך! אז מען קען שרייבן אויף לשון קודש מנהגים וואס לא דוב ולא יער... איך ווייס פאר א פאקט אז ר" לייביש לייגט עס מיט די חמץ און עסט עס נישט...
אין חב"ד זאגט מען יא תחנון אין יארצייטען פון די רבי'ס (היום כד טבת-בעל התניא, י' שבט-ריי"צ, ג' תמוז-רמ"מ) און זיי מאכן בכלל נישט קיין עסק פון דעם טאג
אבער זיי זאגן נישט קיין תחנון אין די יום הולדת פון א רבי
ירח בן יומואין חב"ד זאגט מען יא תחנון אין יארצייטען פון די רבי'ס (היום כד טבת-בעל התניא, י' שבט-ריי"צ, ג' תמוז-רמ"מ) און זיי מאכן בכלל נישט קיין עסק פון דעם טאג
תורת מנחם תש"ישאלתי פעם אצל כ"ק מו"ח אדמו"ר מהו הטעם שאצל חסידי חב"ד נוהגים לומר תחנון ביאָרצייט של צדיקים (דלא כבפולין), והשיב, שזהו הזמן היותר טוב לבקש ולפעול כו' ("וואו איז דאָ אַ בעסערע צייט אויף אויסבעטן"). ויש לומר הביאור בזה – שאצל פולין אין אומרים תחנון, מפני שהעלי' שביום היאָרצייט אצל הצדיק ש"באמונתו יְחַי'" פועלת עלי' אצל כל מקושריו, שנמצאים במעמד ומצב שלמעלה מהענינים שצריכים לומר עליהם תחנון (אף שאין זה בדרך פנימיות); אבל חסידי חב"ד, שתובעים מהם פנימיות ועבודה דוקא, רוצים להעלות ("מיטנעמען") גם את הגוף, גוף רחוץ ("אַ אָפּגעוואַשענעם גוף"), ולכן גם אז אומרים תחנון.
וראה גם 'רשימות' חוברת סט עמ' 9. ובשיחות-קודש: ש"פ עקב תשי"ג ס"ד (התוועדויות ח"ט, תשי"ג ח"ג עמ' 115). שמח"ת תשט"ז ס"ג (התוועדויות חט"ו, תשט"ז ח"א עמ' 129). י"א ניסן תשכ"ב ס"א. ש"פ אחרי תשכ"ז ס"ב. ש"פ ויחי תש"ל ס"ה. וש"נ עוד
אבער זיי זאגן נישט קיין תחנון אין די יום הולדת פון א רבי
שטיות [רוב יו"ה הם ביום שא"א תחנון בל"ה]
ווי באקאנט איז דא אסאך מנהיגים איבער קריאת שם פאר א טאכטער למז"ט, ס'איז דא וואס מאכן אינמיטן די וואך ביי א יום הקריאה, און ס'איז דא וואס ווארטן אויף שבת,
דעם שבת האב איך געזען אין סטולין אז מ'געט נישט קיין נאמען פאר די צווייטע שבת.
אין ארץ ישראל איז דא א מנהג אז די אבי הבן ביי א ברית זאגט פאר דעם די פסוקים שמע ישראל, ה' מלך, אנא ה'.
אויך מאכט ער א שהחיינו ביי די ברית
[ציטאט אראפגענומען]
אויך ווייל ס'איז מיין בוירטהדעי...!... 😂
יעצט זאגסטו?
איך האף צו געדענקען ביז דעמאלטס
הכנה לפורים
אין טשעראבל (סקווירא טאלנא רחמסטריוורקא) ליינט מען די מגילה די ערשטע צוויי מוצ"ש פון אדר, די ערשטע וואך ביז בלילה ההוא און די צווייטע וואך פון דארט ביז'ן סוף.
דער געוואגטער אינגל: אלס געוועזענער פאפא'ער תלמיד האט מיר דיין קאמענטאר זייער שטארק געשטאכן. איך וויל נישט אנהייבן א קינדערישן פייט כמו שהיה בימי מנשה'לע לוסטיג. אבער ס'איז זייער נישט שיין צו זאגן אזעלכע נידריגע און בייזוויליגע זאכן אויף אן עדה קדושה...!
[ציטאט אראפגענומען]
דער געוואגטער יונגל: יישר כח פאר עדיטן דיין הודעה און ארויסנעמען די נעגאטיווע זאכן...כ'וויל דיך נאר דערמאנען אז ווען דו האסט מגלה געווען אז דו האסט סענסיטיויטעטן לגבי סקווירא און דעם היינטיגן רעבי'ן האב איך אויך אויסגעמעקט א הודעה און כ'האב בפירוש געשריבן אז איך האלט מיך צוריק פון שרייבן איבער געוויסע חסידי'שע הויפן און רעבעס, כדי נישט וויי צו טון פאר עטליכע מענטשן וועלכע האבן א סענסיטיוויטעט צו די זאכן...דער זיכרון איז אן אינטרעסאנטע באשעפעניש. צומאל געדענקט ער נאר וואס פאר איהם איז גוט. און ער פארגעסט אנדערע זאכן וועלכע זענען ארויס פון זיין קאמפארט זאון...!
לאמיר צוריק גיין צו די נושא פון אינערסאנטע מנהגי ישראל
(הגם אז זיך ארום צורייסן לויט טייל פוסקים איז אויך א יודישע מנהג)
איר קענט ביטע אראפ ברענגן די לשון המהרי"ל? יישר כח.
[ציטאט אראפגענומען]
ס'קען נישט זיין. דאס האבן זיכער די תלמידים פון הרב קוק און די ציונים אריינגעשמוגלט. פונקט אזוי ווי זיי האבן אריינגעשוערצט א פאר שורות אין די הקדמה צום ספה"ק ויואל משה, אויף דף ח'. פרעג נאר ביי "הרב" ישראל מ. סופר המכונה מנשה פליפ-פלאפ...!
אין באבוב (קען זיין ס'שטאמט פון צאנז) איז די מנהג אז שושן פורים גייט די רב "רימפלן" ווי מ'האקט מיט'ן שטעקן אויף די פענסטער ביז עס צעברעכט זיך
שמעון וואלףאין באבוב (קען זיין ס'שטאמט פון צאנז) איז די מנהג אז שושן פורים גייט די רב "רימפלן" ווי מ'האקט מיט'ן שטעקן אויף די פענסטער ביז עס צעברעכט זיך
בין קיש שהקיש על דלתות שמים ונענה
אין מהרי"ל איז דער לשון העולים לארץ 'הנני' לשם שמים.
לענ"ד איז דא אין דער דרוק א טעות הדפוס עס וואלט געדארפט שטיין העולים לארץ הצבי לשם שמים. און לכאורה איז דאס א ראיה צו די וואס האלטען אז נאר ערליכע אידען לשם שמים זאל מען העלפען עולה זיין אין דאס איז מער איינשטימיג מיט דער שיטה פון סאטמאר רב אין ויואל משה, עכ"פ לגבי ענין עליה לסתם אנשים.
📎 MHmharil.JPG
ירח בן יומושמעון וואלףאין באבוב (קען זיין ס'שטאמט פון צאנז) איז די מנהג אז שושן פורים גייט די רב "רימפלן" ווי מ'האקט מיט'ן שטעקן אויף די פענסטער ביז עס צעברעכט זיך
בין קיש שהקיש על דלתות שמים ונענה
ווען ס'וואלט געווען א מנהג צו טרונקען אזש בין מ'ברעכט און ס'קומט די גרינע גאל וואלט מען אויך געברענגט א ראי' פון אסתר ירקרוקת היתה.
.
-
סארי אויב איינער ווערט אפענדעד, אבער כ'קען זיך נישט אינהאלטן כ'מוז שרייען,
פארוואס קענען נישט געוויסע ניקס זיך איינהאלטן און פארדרייען יעדן נארמאלן אשכול צו די מצומצמ'דיגע דרעקישע צימעס חזיריי?????
מ'קען צודרייט ווערן!!!
ברוך השם אז
@שמעקעגדיג היט אז ס'זאל בלייבן א ריח פון נארמאלקייט דא. והריחו ביראת ה'.
ירח בן יומושמעון וואלףאין באבוב (קען זיין ס'שטאמט פון צאנז) איז די מנהג אז שושן פורים גייט די רב "רימפלן" ווי מ'האקט מיט'ן שטעקן אויף די פענסטער ביז עס צעברעכט זיך
בין קיש שהקיש על דלתות שמים ונענה
דער מנהג איז פון צאנזער רב זצוק''ל, שושן פורים ארומצוגיין צו גוטע פריינד און אנשים חשובים וואס דאס ווערט געריפן 'רימפלען', דער צאנזער רב פלעג להרבות שמחה (מ'קען אלע ענינים פון דאס פארברענען זייד ל''ג בעומר ביי הדלקות והיתרם דא אויך אויסשמיעסן באריכות ואין כאן מקומו) דער ענין האט אויך שייכות מיט די הלכה פון מזיק בפורים.
כ''ק אדמו''ר מהר''ש מבאבוב זצוק''ל אלץ רב אין שטאט ווישניצא (בגאליציע) האט אויך מתחילה געטוען אזוי, אבער משום מעשה שהי' אז דער בעה''ב אביסל א מער מאדערנע האט עס פארדראסן, האט ער אויפגעהערט זאגנדיג אז דער דייטש (מאדערנקייט) האט זיך שוין אריינגעכאפט און נאר צובראכן גלעזלעך. די לעצטע יאר פארן קריג האט בנו כ''ק אדמו''ר מהרב''צ זצוק''ל שושן פורים צובראכן די לעצטע גאנצע שארב (פענטסטער) בביתו פון החסיד המפו' ר' עזריאל מנדלבוים זצ''ל (מלחין החופה ניגון הידוע ועוד, און ברודער פון החסיד ר' יוסעלע ז''ל מחבר איזהו מקומן ועוד). פאריאר האט כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א צוריק איינגעפירט ביים רימפלען אין די מתיבתא עץ חיים אין ציבראכן צוויי שארבן (און שוין אזוי אויך היי יאר).
.
ביסט א מבין? כ'ווער משוגע דא!
ביטע אלע צימעס חברה טראגט אפ פון דאנעט !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
שמעקעדיגביסט א מבין? כ'ווער משוגע דא!
ביטע אלע צימעס חברה טראגט אפ פון דאנעט !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
וואסי שוין יעצט ראנג. (נאך ב.בע"ג.'ס קאמענט...?)...!
חסיד: א קליינע הערה. (אויב ס'ארט דיך נישט. במחכת"ה.) דו מיינסט צו זאגן שויבן ... און דו זאגסט שארבן. ...ס'א גרויסער חילוק. די צווייטע איז א כלי חרס. א שארבן. די ערשטע איז די גלאז פון א פענצטער...!
דער געוואגטער יונגל: דו און דיינע קאלעגעס ציבעלע קוגל און להבחל"ח מנשה'לע ע"ה האבן א סענסיטיוויטעט צו סקווירא. יא סקווירא. דאמאלס פארוואס פארשטייט עטץ נישט אז א צווייטער (אזוי ווי איך,למשל.) האב א סענסיטיוויטעט צו סאטמאר. נישט אז סאטמאר דארף אז איך זאל מיך אננעמען פאר זייער כבוד. אבער דאס אוממענטשליכקייט און ריינע (אדער שמוציגע) שנאה וואס גיסט זיך פון ענקער מויל איז מבהיל את הרעיון. וויאזוי אידישע יונגעלייט וועלכע זענען נתחנך געווארן עפ"י דרך התורה והחסידות קענען האבן אזא בייזוויליגע שנאת חינם אויף א צווייטע גרופע פון ערליכע אידן. יא. א ביסעלע הומאר אויף יענעמ'ס חשבון איז גאנץ א גוטע זאך. אבער עטץ פארפאסט נישט קיין געלעגנהייט אויפצוברענגען אלע אמת'ע און אויספאנטאזירטע אזוי גערופענע חטאים פון סאטמאר. ווען אין די זעלבע צייט ווילט עטץ חס זיין אויף ענקער גרופע'ס כבוד המחולל...? אנא. ביטע ענטפערטס אויף אט די הארבע פראגע...!
לאמיר צוריק גיין צום נושא:
די מנהג פון נישט זאגן תחנון שבעת ימי המילואים, ווי איז דאס איינגעפירט? ווען איז דאס געווארן?
איך האב אמאל געקעלרט אויב די מצב וואלט געווען פארקערט, אז א געווענליכער טאג זאגט מען נישט קיין תחנון נאר אין א יומא דפגרא זאגט מען יא,
וואלט מען אויך אויסגעזוכט פון אונטער די ערד יארצייטן און יומא דפגרא'ס? 😃
איך מיין דער משנה ברורה רעדט דערפון. לאמיר נאכקוקן און כ'וועלל בלי"נ צוריקקומען מיט אן ענטפער. (נאר נעם דיר א בענקל. דו זאלסט נישט ח"ו מיד ווערן ווארטנדיג... 😂 )...!
יש מנהג בעולם שהאיש מורה על האשה משום שנאמר אשה רעה מר ממות
📎 mor.png
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט דא א ניק