אינטערסאנטע מנהגי ישראל
206 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8015
ירח בן יומו
אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).
ס'נישט אז מ'עפענט א לעדל, נאר מ'נעמט ארויס א לעדל און מ'לייגט עס אויף צוויי בענקלעך [סעקיורד צוגעבינדן] און מ'לייגט אריין די מאטראץ דערין, אין דעם דאס קינד.
און נישט נאר ביזן ברית, נאר גאנצע דרייסיג טעג, וואס אגב איז די דרייסיג טעג זייער א הארבע זאך אין סקווער - אז די יולדות זאל נישט ארויסגיין סתם, אלץ סכנה.
און די טעם פונעם לעדל, איז ווייל א קינד ביז דרייסיג טעג הייסט נאכנישט קיין בן קיימא, און דערפאר אלעס וואס מ'באנייעט פארן קינד, איז אלעס נאך די דרייסיג טעג.
[אלע מנהגים פון סקווירא, זענען נישט באשאפן געווארן לעצטענס, אלעס איז ממקור פון ראשונים כמלאכים וואס איז איבערגאנגען במסורה פון טאטע צו קינד, און דערפאר איז טאקע אלעס דער טאטע.. ווייל בנים מכלל דאיכא אבות.]
berlbalagulehדער געוואגטער יונגל: דו און דיינע קאלעגעס ציבעלע קוגל און להבחל"ח מנשה'לע ע"ה האבן א סענסיטיוויטעט צו סקווירא. יא סקווירא. דאמאלס פארוואס פארשטייט עטץ נישט אז א צווייטער (אזוי ווי איך,למשל.) האב א סענסיטיוויטעט צו סאטמאר. נישט אז סאטמאר דארף אז איך זאל מיך אננעמען פאר זייער כבוד. אבער דאס אוממענטשליכקייט און ריינע (אדער שמוציגע) שנאה וואס גיסט זיך פון ענקער מויל איז מבהיל את הרעיון. וויאזוי אידישע יונגעלייט וועלכע זענען נתחנך געווארן עפ"י דרך התורה והחסידות קענען האבן אזא בייזוויליגע שנאת חינם אויף א צווייטע גרופע פון ערליכע אידן. יא. א ביסעלע הומאר אויף יענעמ'ס חשבון איז גאנץ א גוטע זאך. אבער עטץ פארפאסט נישט קיין געלעגנהייט אויפצוברענגען אלע אמת'ע און אויספאנטאזירטע אזוי גערופענע חטאים פון סאטמאר. ווען אין די זעלבע צייט ווילט עטץ חס זיין אויף ענקער גרופע'ס כבוד המחולל...? אנא. ביטע ענטפערטס אויף אט די הארבע פראגע...!
קודם כל זע איך אז דו האסט מיר געוואלט הארגענען..
שנית, איך האב שוין עטליכע מאל מגלה דעת געווען, אז אלעס וואס איך בין מעלה אוב וידעוני פון סאטמאר, איז נאר צוליב די קאלטע ביזיון קעגן אנדערע בכללם מיין חסידות, וואס אויב מ'זאל צענזערירן יענס, וואלט איך נישט געשריבן מיינס. אויב אזוי הכל במקומו יבוא בשלום, אז דו וועסט שפירן יענעם וועט יענער שפירן דיר. נישט נאר ווען עס ברענען אפ צען נפשות אין פלעטבוש דארף עס ציפן, נאר אויך ווען מ'שמירט אויס בלעטער מיט טמא'נע ליצנות אויף יענעם, וואלט ווען געדארפט זיך שפירן א ציפ, און אז מ'כאפט נישט, בא מנשה וכיפר אדמתו עמו
מנשה לוסטיג: שלום עליכם און ברוך מחיה המתים. לגבי דעם ענין פון באשמוצן איינער דעם אנדערנ'ס רבי און חסידות ביסטו100% גערעכט. פארוואס זאלל עס זיין אזוי איינגעשטעלט (מעשה היצר) אז די אנדערע גרופע וועט מבזה זיין מיין רבי'ן און חסידות. און איך וועל גיסן בזיונות אויף זייער רבי'ן און חסידות. ניין. לאמיר זיך רעספעקטירן איינער דעם אנדערן. ווייל סוכ"ס זעמיר דאך אלע אידן. איך האב געהערט כמה מעשיות פון די צווייטע וועלט מלחמה וואו צוויי גרופעס פון חסידים, וואס זייערע רבי'ס זענען אפילו געווען קאזינס. נאר מ'האט זיך ארומגעריסן און אפגעטון שטיקלעך איינער פאר דעם אנדערן. ביז ווען די נאציס ימ"ש זענען אריינגעקומען און זיי האבן באפוילן אז אלע רבנים זאלן קומען צו א מיטינג. דאמאלס האבן זיך די צוויי רעבעס געטראפן און זיי האבן זיך געקושט און איבערגעבעטן און אויסגעדרוקט חרטה אויף אלע זייערע נארישע מחלוקות...! פארוואס לאמיר ווארטן ח"ו אז די שונאי ישראל זאללן אונז דערמאנען אז אונז זענען ברידערס. לאמיר זיך אליין דערמאנען און תשובה טון און א יעדע גרופע זאלל רעספעקטירן די אנדערע רבי'ס און חסידות...און ס'זאלל זיין שלום ושלוה בתוך מחנינו... אין דעם זכות וועט משיח זיכער שנעלער קומען...בניסן נגאלו ובניסן עתידין להיגאל...!
[ציטאט אראפגענומען]
נישט געוויסט אז קהל יטב לב האט שוין עקזיסטירט אין תרצ"ב
מנשה לוסטיגירח בן יומו
אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).
ס'נישט אז מ'עפענט א לעדל, נאר מ'נעמט ארויס א לעדל און מ'לייגט עס אויף צוויי בענקלעך [סעקיורד צוגעבינדן] און מ'לייגט אריין די מאטראץ דערין, אין דעם דאס קינד.
און נישט נאר ביזן ברית, נאר גאנצע דרייסיג טעג, וואס אגב איז די דרייסיג טעג זייער א הארבע זאך אין סקווער - אז די יולדות זאל נישט ארויסגיין סתם, אלץ סכנה.
און די טעם פונעם לעדל, איז ווייל א קינד ביז דרייסיג טעג הייסט נאכנישט קיין בן קיימא, און דערפאר אלעס וואס מ'באנייעט פארן קינד, איז אלעס נאך די דרייסיג טעג.
[אלע מנהגים פון סקווירא, זענען נישט באשאפן געווארן לעצטענס, אלעס איז ממקור פון ראשונים כמלאכים וואס איז איבערגאנגען במסורה פון טאטע צו קינד, און דערפאר איז טאקע אלעס דער טאטע.. ווייל בנים מכלל דאיכא אבות.]
איך פארשטיי נישט די טעם וואס די גיבסט אן. פארוואס קען מען נישט לייגן די קינד אין א קריב אנשטאטס א לעדל?
און אפשר ביסטי מסביר די אנדערע מנהגי סקווירא ווי שטיוול, (נישט פארוואס סקווירא רבי ז"ל איז געגאנגען דערמיט נאר פארוואס דארף די המון עם עס נאכטון), זיך שערן נאר אין געוויסע זמנים
אין געוויסע נדבורנא מקומות טוט נישט דער ש"ץ אן א טלית שבת ביי מנחה. מען דאווענט בלויז מיטן שטריימל/בעקישע.
חסידירח בן יומושמעון וואלףאין באבוב (קען זיין ס'שטאמט פון צאנז) איז די מנהג אז שושן פורים גייט די רב "רימפלן" ווי מ'האקט מיט'ן שטעקן אויף די פענסטער ביז עס צעברעכט זיך
בין קיש שהקיש על דלתות שמים ונענה
דער מנהג איז פון צאנזער רב זצוק''ל, שושן פורים ארומצוגיין צו גוטע פריינד און אנשים חשובים וואס דאס ווערט געריפן 'רימפלען', דער צאנזער רב פלעג להרבות שמחה (מ'קען אלע ענינים פון דאס פארברענען זייד ל''ג בעומר ביי הדלקות והיתרם דא אויך אויסשמיעסן באריכות ואין כאן מקומו) דער ענין האט אויך שייכות מיט די הלכה פון מזיק בפורים.
כ''ק אדמו''ר מהר''ש מבאבוב זצוק''ל אלץ רב אין שטאט ווישניצא (בגאליציע) האט אויך מתחילה געטוען אזוי, אבער משום מעשה שהי' אז דער בעה''ב אביסל א מער מאדערנע האט עס פארדראסן, האט ער אויפגעהערט זאגנדיג אז דער דייטש (מאדערנקייט) האט זיך שוין אריינגעכאפט און נאר צובראכן גלעזלעך. די לעצטע יאר פארן קריג האט בנו כ''ק אדמו''ר מהרב''צ זצוק''ל שושן פורים צובראכן די לעצטע גאנצע שארב (פענטסטער) בביתו פון החסיד המפו' ר' עזריאל מנדלבוים זצ''ל (מלחין החופה ניגון הידוע ועוד, און ברודער פון החסיד ר' יוסעלע ז''ל מחבר איזהו מקומן ועוד). פאריאר האט כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א צוריק איינגעפירט ביים רימפלען אין די מתיבתא עץ חיים אין ציבראכן צוויי שארבן (און שוין אזוי אויך היי יאר).
א צעדרייטן מנהג, with all due respect.
יואב
א צעדרייטן מנהג, with all due respect.
וויאזוי גייט ביידע צוזאמען?
He concluded that no respect is due
[ציטאט אראפגענומען]
אז איינער האט עפעס 'נישט' ליב, איז די חסרון נישט אין יענע זאך, נאר אין עהם, ווייל טויזענטע האבן דאך עס יא ליב.
אגב, ביסטו שוין אמאל געווען א שבת אין סקווער? קענסטו דען פערזענליך סקווער? שטערט דיר טאקע עפעס א רוחניות'דיגע זאך פון זיי?
שמעון וואלףמנשה לוסטיגירח בן יומו
אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).
ס'נישט אז מ'עפענט א לעדל, נאר מ'נעמט ארויס א לעדל און מ'לייגט עס אויף צוויי בענקלעך [סעקיורד צוגעבינדן] און מ'לייגט אריין די מאטראץ דערין, אין דעם דאס קינד.
און נישט נאר ביזן ברית, נאר גאנצע דרייסיג טעג, וואס אגב איז די דרייסיג טעג זייער א הארבע זאך אין סקווער - אז די יולדות זאל נישט ארויסגיין סתם, אלץ סכנה.
און די טעם פונעם לעדל, איז ווייל א קינד ביז דרייסיג טעג הייסט נאכנישט קיין בן קיימא, און דערפאר אלעס וואס מ'באנייעט פארן קינד, איז אלעס נאך די דרייסיג טעג.
[אלע מנהגים פון סקווירא, זענען נישט באשאפן געווארן לעצטענס, אלעס איז ממקור פון ראשונים כמלאכים וואס איז איבערגאנגען במסורה פון טאטע צו קינד, און דערפאר איז טאקע אלעס דער טאטע.. ווייל בנים מכלל דאיכא אבות.]
איך פארשטיי נישט די טעם וואס די גיבסט אן. פארוואס קען מען נישט לייגן די קינד אין א קריב אנשטאטס א לעדל?
און אפשר ביסטי מסביר די אנדערע מנהגי סקווירא ווי שטיוול, (נישט פארוואס סקווירא רבי ז"ל איז געגאנגען דערמיט נאר פארוואס דארף די המון עם עס נאכטון), זיך שערן נאר אין געוויסע זמנים
איך ווייס נישט 'אלעס', אבער וואס איך ווייס, קען איך דיר זאגן, ואידך זיל גמור, ווייל ס'דא אויף אלעס מקורות.
א קריב איז א אפציעלע בעטל פאר א קינד, און א לעדל איז מעין א קעסטעלע.
שטיוועל, איז א לבוש, וואס דער פריערדיגע סקווערע רבי זצוק''ל האט געוואלט דערמיט מאכן א ספעציעלע לבוש פאר זיינע חסידים, ווי יעדע חבורה האט זייער יוניפארעם וואס צייגט אוואו זיי געהערן.
מיט שטיוול איז נישט לייכט צו גיין און טון וואס מ'וויל, עס פארלאנגט זיך א זהירות, דאס איז איין זאך, און ס'איז געווען א חסידישע טראגע אין חסידישע שטעטלעך אין מזרח אייראפע פארן קריג.
וועגן זיך שערן, אין סקווער בכלל איז נישטא אזא זאך, מ'טוט זאכן סתם! יעדע זאך האט א ענין פון עבדות השם, א מצוה א מנהג, און יעדעס מאל וואס מ'שנייד די נעגל איז עס ליבערשט פון מיטוואך און ווייטער ס'זאל זיין לכבוד שבת, און אזוי ווען מ'שערט זיך, איז עס אלץ לכבוד יום טוב, און דאס גלייכן.
שריפת חמץ בהלכה ובמנהג
כלל ישראל פירט זיך צו מאכן שריפת חמץ.
ווואס? א מנהג? ס'איז דאך מדאורייתא?
לאמיר צונעמען די זאך אביסל:
להלכה פסק'נט די מחבר אז דער וואס טרעפט חמץ אום פסח דארף דאס משבית זיין בכל דבר (זורה לרוח או מפרר לים).
די רמ"א ברענגט צו די מנהג צו מאכן דוקא שריפה (לחשוש לשי' ר"י).
אבער דאס איז נאר ווען מטרעפט אום פסח, קודם זמן האיסור שטייט נישט אין שו"ע.
די משנה ברורה ברענגט צו אז מ'פירט זיך אפי' קודם זמן האיסור, (אך דא עקא, אז לויט ווי די שער הציון איז מסביר די מנהג דארף מען פארברענען די חמץ וואס מ'ווארפט ארויס פון פורים כל ל' יום, איך האב נישט געזען קיינער וואס פירט זיך אזוי).
אבער ווייטער דאס איז אלס אויב מ'האט חמץ, אויב האט מען גארינשט געפונען זאגט די רמ"א אז די מנהג איז אז מ'פארברענט די לעפל און די לעכט.
נאך א מנהג ברענגט די רמ"א אז מ'לייג 10 פירורים ממילא איז שוין דא וואס צו פארברענען.
דא האב איך געמאכט א קורצע ליסטע פון זאכן וואס מ'פירט זיך צו פארברענען:
א) די 10 פירורים (לכתחילה זאל עס זיין א כזית-חיי אדם)
ב) די לעכט און די לעפל (רמ"א)
ג) לולב מיט די הושענות (מהרי"ל)
ד) פתילות ושמנים פון חנוכה
ה) די מצה פון עירובי חצירות (ראב"ן ס"ז)
ו) אפיקומן פון פאריאר (משנה שכיר)
ז) י"ב חלות פון רבי'ן (ערוגת הבושם קי"ב)
ח) די נעגל וואס מ'האט אפגעשוירן אגאנץ יאר (אורחות רבינו).
ט) ס'איז דא וואס נעמען די הפרשת חלה פון אגאנץ יאר (צריך שאלת חכם)
האב איך עפעס אוסגעלאזט?
ירח בן יומוהאב איך עפעס אוסגעלאזט?
י) דער בעזים שטעקן
די מנהג פון דוכענ'ען שבת אין סאטמאר האט סאטמארער רב זצ"ל מיטגעברענגט פון ירושלים [געהערט פון אן'אלטען סאטמערע יוד]
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
און אך און וויי איז פאר די וויסטע אנטיסעמיטן וואס זאל זיי נאר בייפאלן זיך צו דאכטן צו פראבירן צו קאנטראלן אביסל אונזער הערליכער מנהג פון פארברענען בעזעם שטעקענעס און גלאזערנע מאיאנעיז סלויען. זיי קענען פארפירן מיט זייערע לעכערליכע העצע ביז מארגן, הפנים זיי באדערט אז אונזערע גאסן וועלן שטינקן ביז נאך אחרון של פסח, יא פאר א מנהג ישראל מעג מען שטינקן אביסל! און וועם עס געפעלט נישט, זאל רוען אויף אים אלע קללות וואס מנשה לוסטיג האט נאר אמאל געשאלטן.
Kool manדי מנהג פון דוכענ'ען שבת אין סאטמאר האט סאטמארער רב זצ"ל מיטגעברענגט פון ירושלים [געהערט פון אן'אלטען סאטמערע יוד]
איך ווייס גארנישט איבער דעם "מנהג". איך האב שוין נישט געדאוונט אין סאטמאר ביהמ"ד (ראדני) זייט ניסן תשל"ד... 😂
די רבי איז די לעצטע מאל גיוועהן און ארץ ישראל תשכ"ה איז אויב האט ער עס מיטגיברענגט פון ירושלים איז דאס די שפעטסטע דאטום וואס ער האט עס גיברענגט וואלסטו עס יא געדארפא גידענקען
לית דין בר נשדי רבי איז די לעצטע מאל גיוועהן און ארץ ישראל תשכ"ה איז אויב האט ער עס מיטגיברענגט פון ירושלים איז דאס די שפעטסטע דאטום וואס ער האט עס גיברענגט וואלסטו עס יא געדארפט גידענקען
אבער איך האב אייביג געדאוונט אין "פאליש"...צוזאמען מיט די...וואוילע יונגען און אנדערע בחורים... 😂
שמערלאון אך און וויי איז פאר די וויסטע אנטיסעמיטן וואס זאל זיי נאר בייפאלן זיך צו דאכטן צו פראבירן צו קאנטראלן אביסל אונזער הערליכער מנהג פון פארברענען בעזעם שטעקענעס און גלאזערנע מאיאנעיז סלויען. זיי קענען פארפירן מיט זייערע לעכערליכע העצע ביז מארגן, הפנים זיי באדערט אז אונזערע גאסן וועלן שטינקן ביז נאך אחרון של פסח, יא פאר א מנהג ישראל מעג מען שטינקן אביסל! און וועם עס געפעלט נישט, זאל רוען אויף אים אלע קללות וואס מנשה לוסטיג האט נאר אמאל געשאלטן.
ס'באוואוסט, אז וועמען מנשה לוסטיג שעלט, איז נאכער זייער מצליח.
שמעקעדיגאין געוויסע נדבורנא מקומות טוט נישט דער ש"ץ אן א טלית שבת ביי מנחה. מען דאווענט בלויז מיטן שטריימל/בעקישע.
וכן נוהגים בגור.
מנשה לוסטיגשמערלאון אך און וויי איז פאר די וויסטע אנטיסעמיטן וואס זאל זיי נאר בייפאלן זיך צו דאכטן צו פראבירן צו קאנטראלן אביסל אונזער הערליכער מנהג פון פארברענען בעזעם שטעקענעס און גלאזערנע מאיאנעיז סלויען. זיי קענען פארפירן מיט זייערע לעכערליכע העצע ביז מארגן, הפנים זיי באדערט אז אונזערע גאסן וועלן שטינקן ביז נאך אחרון של פסח, יא פאר א מנהג ישראל מעג מען שטינקן אביסל! און וועם עס געפעלט נישט, זאל רוען אויף אים אלע קללות וואס מנשה לוסטיג האט נאר אמאל געשאלטן.
ס'באוואוסט, אז וועמען מנשה לוסטיג שעלט, איז נאכער זייער מצליח.
ווי למשל סאטמאר? 😉
איך האב געשאלטן סאטמאר? תייסרך רעתך
[ציטאט אראפגענומען]
ניין. אפשר האט ער נאך אפאר זאכן.
אין סקווער טיילט מען המן טאשן נאך בדיקת חמץ
מפוזריאגב אז מ'רעדט שוין פון כוס חמישי איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין קאצק און איזשביצע האט מען טאקע געטרינקן חמשה כוסות געהעריג.
די פערטע טרינקט מען פאר נשמת און מ'לאזט אויס מיט יהללוך, און נאך נשמת ענדיגט מען צו מיט ישתבח ושותים כוס חמישי.
אזוי איז כמדומני אנגענומען היינט ביי די וואס פירן זיך אזוי. אבער לפי הגדת ספר הזמנים פונ'ם ראדזינער זענען די ד' כוסות כמנהג העולם, און די פיפטע טרינקט מען אינמיטן די פיוטים.
[ציטאט אראפגענומען]
די טעם פארוואס מ'טיילט המן טאשן, איז טאקע א אנדערע טעם, ווייל ס'איז ווי א המשך פון די הארות פון פורים, און אלץ שיריים פון פורים, און אויך אז די נס פון פורים איז דאך באמת געווען אין פסח, און די גאנצע סעזאן זאגט מען דאך דערויף, 'החודש אשר ישועות בו מקיפות'.
איז נאך וואס דער רבי ענדיגט זאגן כל חמירא און די יהי רצון, פירט ער אויס 'מען זאל עס דערלעבן איבערן יאר [אזוי רוב זאכן וואס מ'גרייט אן פאר פסח זאגט מען דאס] און דאן טיילט ער המן טאשן - צוזאמען מיט א שטיקל 'נונדט' - דאס איז ווי א צוקער'ל - ניס מיט האניג' געמישט, וואס מ'מאכט ע''פ הלכה א העץ דערויף, און דאס איז אויך אלץ שיריים פון פורים.
שמעתי אז הרה״ק מהר״א מבעלזא זי״ע האט געטיילט המן-טאשן מפורים, לאחר בדיקת חמץ.
אין געוויסע מקומות האט מען געגעסן די שיריים פון משלוח מנות אויף שבת הגדול.
אין געוויסע מקומות פירן זיך די פארהייראטע מענער אנצוטון יעדן יומא דפגרי אויפן קאפ עפעס א מאדנעם שווערן רעדל ארומגענומען מיט טונקעל-האריגע שוואנצן פון א קליינע חי', און זיי צאלן נאך אוועק פאר דעם א הון תועפות.
[quote
האב איך עפעס אוסגעלאזט?[/quote]
סמארט פאון
ירח בן יומומפוזריאגב אז מ'רעדט שוין פון כוס חמישי איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין קאצק און איזשביצע האט מען טאקע געטרינקן חמשה כוסות געהעריג.
ירח בן יומו: וואו קענמען זיך איינשרייבן...איך ווער שוין א קאצקע (צוקער)...איזשביצער חסיד...אוואו האט די רעבע זיין בית המדרש...?
מנשה לוסטיגשמעון וואלףמנשה לוסטיגירח בן יומו
אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).
ס'נישט אז מ'עפענט א לעדל, נאר מ'נעמט ארויס א לעדל און מ'לייגט עס אויף צוויי בענקלעך [סעקיורד צוגעבינדן] און מ'לייגט אריין די מאטראץ דערין, אין דעם דאס קינד.
און נישט נאר ביזן ברית, נאר גאנצע דרייסיג טעג, וואס אגב איז די דרייסיג טעג זייער א הארבע זאך אין סקווער - אז די יולדות זאל נישט ארויסגיין סתם, אלץ סכנה.
און די טעם פונעם לעדל, איז ווייל א קינד ביז דרייסיג טעג הייסט נאכנישט קיין בן קיימא, און דערפאר אלעס וואס מ'באנייעט פארן קינד, איז אלעס נאך די דרייסיג טעג.
[אלע מנהגים פון סקווירא, זענען נישט באשאפן געווארן לעצטענס, אלעס איז ממקור פון ראשונים כמלאכים וואס איז איבערגאנגען במסורה פון טאטע צו קינד, און דערפאר איז טאקע אלעס דער טאטע.. ווייל בנים מכלל דאיכא אבות.]
איך פארשטיי נישט די טעם וואס די גיבסט אן. פארוואס קען מען נישט לייגן די קינד אין א קריב אנשטאטס א לעדל?
און אפשר ביסטי מסביר די אנדערע מנהגי סקווירא ווי שטיוול, (נישט פארוואס סקווירא רבי ז"ל איז געגאנגען דערמיט נאר פארוואס דארף די המון עם עס נאכטון), זיך שערן נאר אין געוויסע זמנים
איך ווייס נישט 'אלעס', אבער וואס איך ווייס, קען איך דיר זאגן, ואידך זיל גמור, ווייל ס'דא אויף אלעס מקורות.
א קריב איז א אפציעלע בעטל פאר א קינד, און א לעדל איז מעין א קעסטעלע.
שטיוועל, איז א לבוש, וואס דער פריערדיגע סקווערע רבי זצוק''ל האט געוואלט דערמיט מאכן א ספעציעלע לבוש פאר זיינע חסידים, ווי יעדע חבורה האט זייער יוניפארעם וואס צייגט אוואו זיי געהערן.
מיט שטיוול איז נישט לייכט צו גיין און טון וואס מ'וויל, עס פארלאנגט זיך א זהירות, דאס איז איין זאך, און ס'איז געווען א חסידישע טראגע אין חסידישע שטעטלעך אין מזרח אייראפע פארן קריג.
וועגן זיך שערן, אין סקווער בכלל איז נישטא אזא זאך, מ'טוט זאכן סתם! יעדע זאך האט א ענין פון עבדות השם, א מצוה א מנהג, און יעדעס מאל וואס מ'שנייד די נעגל איז עס ליבערשט פון מיטוואך און ווייטער ס'זאל זיין לכבוד שבת, און אזוי ווען מ'שערט זיך, איז עס אלץ לכבוד יום טוב, און דאס גלייכן.
מנשה, איך האב מורא אז פון רעדן אזוי סאך וועסטי נאך גלייבן אז ס'איז אמת. פון דיינע ווערטער קען מען מיינען אז יעדעס מאל א סקווירער גייט הכנות, האט ער עפעס ספעציעלע כוונות. איך מיין אז די בעסטע תירוץ איז ווי די אליינס שרייבסט אז סקווירא רבי האט געוואלט מאכן א יוניפארם פאר זיינע חסידים. איך בין נאר מחולק מיט דיר ווייל איך האלט אז סקווירא רבי ז"ל איז געווען מער דערהויבן פון דעם און ער האט נישט געזיכט צו פארטושן מוחות. די מנהגים איז מסתמה איינגעפירט געווארן דורך אפאר שווענץ וועלכע האבן געוואלט אויפציען א דור וואס איז געברעינוואשט און האלט זיך סופיריאר פון די רעסט אוו כלל ישראל. קען אויך זיין אז די רביצין טראנה האט דאס אינטערגעשטיצט, כידוע אז די איידיע פון קפעידות אין סקווירא, האט זי מיטגעברענגט פון בעלז.
יעצט לגבי די לעידל, ביסטי נישט מסביר פארוואס מ'קען נישט לייגן דאס קינד אין א פארטעבעל קריב און נאך דרייסיג טעג לייגן אין א געהעריגע. לגבי שטיוול מוז איך מודה זיין אז ס'שווער צו טון עבירות ווייל ס'פשוט נישט מעגליך צו האבן א פאר שיך ביי די זייט און עס אנטון לעת הצורך. און לגבי זיך שערן, פארוואס זאל מען זיך נישט שערן לכבוד שבת? איז דאס דען נישט אן ענין אין עבדות ה'? מ'זעהט אסאך מאל סקווירא בחורים און יונגעלייט וואס זענען אזוי באוואקסן אז ס'איז אן עקל.
שמעון וואלף: און ווער שמועסט נאך ווען מ'לייגט אין באלאנס די אלע מאדנע מנהגים אקעיגן די טאג-טעגליכע התנהגות...וד"ל...!
יין שרףשמעתי אז הרה״ק מהר״א מבעלזא זי״ע האט געטיילט המן-טאשן מפורים, לאחר בדיקת חמץ.
אין געוויסע מקומות האט מען געגעסן די שיריים פון משלוח מנות אויף שבת הגדול.
ס'קען טאקע זיין אז ס'קומט פון בעלזא, אבער קען זיין אז אויך בעלזא האט עס גענומען פון טשערנאביל
אין געוויסע קהילות קדושות פירט מען זיך ווי די מנהג וואס ווערט געברענגט אים מהרש"ל צו מאכן א קוגל אויף שבת הגדול פון די מעל פון פסח, און מ'איז תולה אז אויב איז געווען א תערובות חמץ האט מען עס שוין אויפגעגעסן פאר פסח.
פון ווי און ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג אז אינגעלעך גייען ראש חודש א ווייסע העמד?
ווען איך בין געגאנגען אין חדר איז נאכנישט גיוועהן אזא זאך
berlbalagulehירח בן יומומפוזריאגב אז מ'רעדט שוין פון כוס חמישי איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין קאצק און איזשביצע האט מען טאקע געטרינקן חמשה כוסות געהעריג.
ירח בן יומו: וואו קענמען זיך איינשרייבן...איך ווער שוין א קאצקע (צוקער)...איזשביצער חסיד...אוואו האט די רעבע זיין בית המדרש...?
פון קאצק איז נישט דא היינט קיין דירעקטער המשך אבער פון איזשביצע זענען דא די אדמורי''ם מראדזין ולובלין אין בני ברק. (ר' שלמה קארליבאך לעבט שוין נישט)
איך ווייס נישט צו דאס איז מנהגי ישראל אדער מנהגי הונגאריע, אדער מנהגי שגעון. קען מיר איינער ערקלערן די פשט פון רופן די ווייב מיט ניק נעימס? פרעג מיין 'אידענע', איך דארף רעדן צו מיין 'בני בית'.
איינער וואס האט שוין א סענס אוו הומאר זאגט: איך דארף רעדן צו מיין 'שלום בית'. איינער מיט א שטערקערע חוש צו הומאר זאגט: פרעג מיין פלג גופא. איינער וואס טראגט א לאנגע בארד אבער וויל אויסזען רייסעריש זאגט: רעד צו מיין רעבעצין.
פארוואס קען מען נישט רעדן מיט מער געפיל ווי: פרוי, אדער ווייב? זענען מיר אינגאנצען משוגע געווארן, אדער די מלחמה השניה האט אונז אינגאנצען אוועקגעפירט דעם דעת?
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
יא מיר זענען אינגאנצן משוגע געווארן.
אבער פרעג שוין בעסער, פארוואס נישט רופן מיטן נאמען שרה כמנהג האבות הקדושים והתנאים והאמוראים?
אמר ר"י מעולם לא קריתי לאשתי אשתי כו' אלא לאשתי ביתי.
@ונבנתה העיר און פארוואס ברענגסטו נישט דער המשך הגמ' ולא קריתי לשורי שורי אלא שדי? קענסט איינער וואס רופט זיין קאר שדי?
בכלל, קוק אריין אין רש''י דארט אויפ'ן פלאץ וועסטו זעהן אז דער הנהגה איז געווען א וועג ארויסצוברענגען די חשיבות פון יעדער זאך, קיין שייכות צו די היינטיגע התנהגות וואס קומט פון א קראנקע גילט פילינג ווען מ'רעדט וועגן די פרוי. פארקערט די גמרא האט א געזונטער נטורליכער צוגאנג צו פרויען.
אויב שוין א גמ' קענסטו ברענגען לישדר לה מר לילתא וואו ר' נחמן רעדט וועגן זיין ווייב רופנדיג איר מיטן נאמען.
דער איז שוין גארנישט קיין יונגעלע... שיסט הערליכע בקיאות.
דער ענין פון זאגן 'קץ' משיחי'ה ביי קדיש, האט זיך אויך אנגעהויבן פונעם קודש הקדשים דער טשערנאבלער מגיד זיעועכ''י
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
דער מנהג פון עסן ערב פסח די שריים פון פורים געבעקסן, איז אן אלטער אידישער מנהג, און האט גארנישט מיט חסידיש אדער טשענאבעל, (פונקט ווי אלע אנדערע אזויגעריפענע "חסידישע" מנהגים ווי שטריימל און לבוש, וואס זענען פשוטע אידישע פארצייטישע געפירעכצער).
אין זכרונות ומסעות פונעם משכיל דוב בער גאטלאבער לייגט ער זאפטיג אראפ דעם מנהג. ווי מען האט זיך ערב פסח צאמגעקוועטשט ערגעץ אין א לעכל אויפצועסן די פורימדיגע שריים לכבוד דעם סיום פון תענית בכורים.
דער טעם המנהג איז ווארשיינליך וויבאלד צווישן פורים און פסח האט שוין קיין שום אידענע נישט זיך געשטעלט באקן קיין חמצ'יגע קוכן אינדערהיים, איז די איינציגסטע אוועיליבל שטיקל מזונות ערב פסח געווען פון פורים.
אבער אזא פראסטע פשוטע טעם, איז נאר גוט פאר סתם עמך אידן וואס עסן ווייל זיי זענען הונגעריג און גייען אין טוילעט ווייל דער בויך דריקט זיי. חסידים וואס עסן בלויז להעלות הניצוצות, און גייען ארויס להפריש הפסולת וכו', וועלן פארשטייט זיך אויך ביי אזא מנהג מוזען אויפקומען מיט עפעס העכערס, שיסודתן בהררי קודש, ומי יעמוד בסוד קדושים.
האסטו ליצנות געמאכט מיט איין תגובה אויף מנהגי ישראל, און ווארטס אוודאי דער עולם זאל דיר גראטולירן?
מי שיעמוד בין הפרות, לא מבין סודות מבין הכרובים.
רעדנדיג פון מנהגים - בפרט יעצט בעפאר פסח, איז אוממעגליך נישט צו דערמאנען די מנהג וואס מאנכע גרויסע חסידות'ער פירן זיך, אז מען רעדט נישט אויס דעם גאנצן סדר מתחילתו ועד סופו! איך פארשטיי נישט די כוונה דערין, נישטא קיין סיפור יציאת מצרים, והגדת לבנך... מען זאגט אלעס אפ אין לשה"ק פון קדש ביז נרצה... ווייסט איינער א מקור צו דעם אומפארשטענדליכן מנהג?
קיינמאל נישט געהערט פון אזא מנהג. וואו פירט מען זיך אזוי?
וויזשניץ
זייער אינטערעסאנט. די עיקר מצוה פון די נאכט איז דאך יא צו רעדן.
איך מיין זיי טייטשן אז די פלאם פון טאטן איז גענוג דיבור