☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אינטערסאנטע מנהגי ישראל

אינטערסאנטע מנהגי ישראל

206 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8015
בלאט: 1 2 3 4 5

סאו וואט » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:25 pm

· #263360
אין סקווירא פירט מען זיך אויך אזוי...

דער סיבה איז אז מען האט נישט צו פארקויפען, איז מען שטיל, והיינט טעמא דמקומות שלא אמרו תורה.

געוואלדיג
איך מיין זיי טייטשן אז די פלאם פון טאטן איז גענוג דיבור


משא"כ די פלאם פון משה רבינו?.... תנאים אמוראים?.. ראשונים אחרונים תחתונים?.....נע, גארנישט.
סיקויס... אה, די פלאם פונעם סקווירא רבי און וויזניץ רעבין.... דאס איז עפעס מורא'דיג...

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:49 am

· #263407
איך מיין אז די אשכול איז צו ארויף ברענגען אינטרעסאנטע מנהגים און פארשטיין זייער טעם "לשיטתם", אפפרעגן און חוזק מאכן קען מען אויף צימעס.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 6, 2015 12:19 am

· #264219
אין דער בלאט לייען איך איבער א מנהג אין סקווירא צו כשר'ן אלע בגדים וועלכע קומען אין בארירונג פסח מיט עסן, ווי אויך דאס קיטל (וועלכע ווערט פילייכט חמצ'דיג ביים אויספאסטן מוצאי יוהכ"פ). מען לייגט אלעס אריין אין קאכעדיגע וואסער וואס רופט זיך "זאלען", און נאכדעם וואשט מען עס אפ 3 מאל מיט קאלטע וואסער, און מען רופט אויס "כשר". אויב אזא בגד פאלט אראפ אויף דער ערד אום פסח קען מען עס מער נישט נוצן מיט עסן.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 6, 2015 12:24 am

· #264221
עוד במנהג הנ"ל
📎 square06.jpg

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:15 am

· #264235
שמעקעדיג
אין דער בלאט לייען איך איבער א מנהג אין סקווירא צו כשר'ן אלע בגדים וועלכע קומען אין בארירונג פסח מיט עסן, ווי אויך דאס קיטל (וועלכע ווערט פילייכט חמצ'דיג ביים אויספאסטן מוצאי יוהכ"פ). מען לייגט אלעס אריין אין קאכעדיגע וואסער וואס רופט זיך "זאלען", און נאכדעם וואשט מען עס אפ 3 מאל מיט קאלטע וואסער, און מען רופט אויס "כשר". אויב אזא בגד פאלט אראפ אויף דער ערד אום פסח קען מען עס מער נישט נוצן מיט עסן.

ס'הייסט ''זאָלן''.
אלע טישטוכער וואס מ'עסט דערויף אדער מ'לייגט דערויף מאכלים, און די בגד עליון וואס מ'גייט דערמיט ביים עסן.
מ'קאכט אויף זודיגע וואסער, און מ'לייגט אריין א פארבינדענע טיכל מיט אש, און די וואסער וואס קומט ארויס דערפון איז נאך שארפער פון בליטש.
<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%A9-%D7%96%D7%99%D7%99%D7%A3">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%99%D7%A3</a>

הוגה » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:35 am

· #264240
באבובער רביס האבן געהאט אן אינטערעסאנטע מנהג צו פארציילן נאכן סדר אזעלכע זיסע פאני מעשה'לעך און ווערטלעך. איך געדענק אלץ בחור בין איך צוגעגאנגן צו רבי שלמה באבובער'ס סדר נאך מיין סדר. עס, זענען געזעצן דארט אפאר הונדערט אידן, און נאך א יעדע מעשה האט מען זיך צולאכט.

איך ווייס נישט וואס די סיבה פון דער מנהג איז. אבער היי יאר האב איך מקיים געווען דער מנהג. אונטער מיין מצה טאש איז געווען דער פה-סח אויפגעמישט צום ארטיקל פון @סאו וואט, און נאך א יעדע פאר שטיקלעך הגדה האב איך פארגעליינט נאך א ווערטל. עס האט געברענגט אז דער עולם איז געווען גאר אויפגעלייגט און אין א גוטע שטימונג. דאס האט געהאלפן אז אלעס אנדערש איז געגאנגען גרינג און געשמאק. בעסער ווי אלע יארן. הזכות תלוי בך.


.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 6, 2015 4:35 am

· #264254
געוואלדיג
איך מיין זיי טייטשן אז די פלאם פון טאטן איז גענוג דיבור

געוואלדיג: וויאזוי קענען זיי טייטשן...? זיי רעדן דאך נישט... 😂 🙄

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 6, 2015 4:42 pm

· #264371
ס'האט מיר איינער אויפגעמערקט, אז דער אמרי חיים איז דאך געווען באוואוסט אלץ איינער וואס האט געקאכט אינעם פסח א גאנץ יאר, עד כדי כך, אז די ווארט 'בסדר' האט ער ליב געהאט נאר אלץ דעם.
און זיין סדר אליין איז געווען טאקע מיט פלאם און זיסקייט, אבער אנע רעדן, און גאנץ שנעל אקעגן אנדערע חסידות'ר, און אקעגן זיינע טישן לענגאויס די יאר.
מ'האט געזאגט, אז ס'זענען אזעלכע גרויסע זאכן נשפע ביים סדר, מיטן זאגן די הגדה, אז ס'לוינט נישט צו פאר'פאטשקענען מיט איבריגע ווערטער.

סאו וואט » מאנטאג אפריל 6, 2015 5:51 pm

· #264382
הוגה, כ'האב מיר איינגעשריבען דיר צו קענען געבען א לייק.

דער סקווירא מנהג איז נאך א רינגעלע און דער קייט צו קענען האלטן דער ווייב פאר א שלאק. און זיי צו קענען אביוזען.
פיל מיט קינדער קוויטשענען ארום, דארפן, זוכען, ווילען, אבער דער מאן ווייזט מיטן פינגער גיי צו מאמי, וואס דארף סערווירען, טיילען, אנגערייטען, און שוין ממילא איבערגעשטרענגט,
ווייל איך דארף זיין שטיל, כלומרשט ביניך הייליג, און כ'בין און הימעל, ווייל אזוי האט דער רבי וואס האט ממילא גבאים און דער רעבעצין וואס האט ממילא משרתת געזאגט.
פישש מורא'דיגע פלאם..., אה, ביי נשמת כל חי קען מען זעהן כלות הנפש, עטס זענעטס גוט משוגע. איר זאלט נאר וויסען אז גרויסע עולם קויפט נישט אפ אייערע ריטאריק, און דערפאר שרייב איך עס.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 6, 2015 7:48 pm

· #264402
הוגה פאר דיר

.
📎 rps20138.jpg

הוגה » דינסטאג אפריל 7, 2015 5:05 pm

· #264600
שמעקעדיג
הוגה פאר דיר

.


@שמעקעדיג, יישר כח. איך בין זיכער אז אין די ווערטלעך פון @סאו וואט ליגן אויך באהאלטן סודות נשגבים. ועוד והוא העיקר איך האב אויך געדארפט אראפ קומען פון די עולמות העליונים, דו מיינסט אז איך בין עפעס א מצה כרעמזל?


.

בן נריהו » דינסטאג אפריל 7, 2015 6:01 pm

· #264623
"בקהילה" וואך-צייטונג האט - צום בעפארגייענדע יום טוב - געווידמעט א צוגאבע צו ערקלערן - אויף וויפיל עס ערקלערט - אפאר צענדליג "אינטרעסאנטע מנהגי ישראל", אנגעדייטעט גענוי ווען, ווי, און פארוואס, עס האט זיך געשאפען.

מנשה לוסטיג » דינסטאג אפריל 7, 2015 6:23 pm

· #264628
ס'דא א מנהג אין פארשידענע היימען, כ'ווייס נישט צו אין קהילות, אז ליל שביעי של פסח, גיסט מען וואסער און מ'זינגט בבקעך ים סוף.
ווער ס'ווייסט אויב ס'שטאמט פון א ריכטיגע מסורה, קען מוסיף זיין

יעלה ויבא » דינסטאג אפריל 7, 2015 6:55 pm

· #264636
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
מובא בספר דרכי חיים ושלום שכן נהג הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע

שמערל » דינסטאג אפריל 7, 2015 7:04 pm

· #264637
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
מנשה, די מקור אז אש וואסער איז שארפער פון בליטש, איז גאר פון א וויקיפידיע ארטיקל וואס האסט אליין אויפגעטייפט?
כ'מיין אמת'דיג פון ווי נעמט דיר אזא וואזשנער המצאה, ווייל מען האט זיך אזוי געפירט אין דערהיים אין סקווער פארלאנגט אזא אמונה צו גלייבן אז עס איז נאך שטארקער פון בליטש?

מנשה לוסטיג » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:38 pm

· #264704
א פאקט דארף נישט קיין מקור.
נעם אש און קאך אויף וואסער ביז ס'זאל באבלען, לייג אריין א זעקל אש, און נאך אפאר מינוט לאז עס אויסקילן, און זאג דו מיר, אויב ס'איז נישט ווי אמאניע. [געב אכטונג אז זאלסט נישט צורירן דערמיט צו די אויגן]

שמערל » דינסטאג אפריל 7, 2015 11:56 pm

· #264717
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
אויב דארף עס נישט קיין מקור, דאן לינק נישט צו דיינע וויקיפידיע ארטיקלן אלס כלומר'שטער מקור.

אבער לעצם הענין האבעך עס ספעציעל נאכגעקוקט אויף אמת'ע מקורות ( וויקי ערך wood ash ועוד) און לאחר העיון נראה אז עס איז טאקע א שטארקער רייניגונג מיטל, אבער נאכאלטס נישט קיין קלארין.

קאסטנער » מיטוואך אפריל 8, 2015 12:07 am

· #264724
אויב האט מען אמאל געניצט די אש נאר פאר א זייף היינט וואס איז שוין דא אסאך בעסערע ריינוגונגס מאטריאל פארוואס בלייבט מען ביי אש ? דיינע ציין בארשטו אויך מיט אש?

מנשה לוסטיג » מיטוואך אפריל 8, 2015 8:17 pm

· #264945
שמערל
אויב דארף עס נישט קיין מקור, דאן לינק נישט צו דיינע וויקיפידיע ארטיקלן אלס כלומר'שטער מקור.

אבער לעצם הענין האבעך עס ספעציעל נאכגעקוקט אויף אמת'ע מקורות ( וויקי ערך wood ash ועוד) און לאחר העיון נראה אז עס איז טאקע א שטארקער רייניגונג מיטל, אבער נאכאלטס נישט קיין קלארין.

איך האב געלינקט אהין, נישט אלץ מקור בכלל, נאר אלץ מער הסבר וואס איז שטייט דארט.

ירח בן יומו » מאנטאג מאי 4, 2015 2:26 pm

· #272401
אין נדבורנה פירט מען זיך פסח שני צו פראווען כאילו ס'איז פסח מ'רעכט אפ א סדר מיט מצה מרור כוסות וכו'
📎 פסח-שני-בחצר-הקודש-נדבורנה-ירושלים.-צילום-שוקי-לרר-1-470x311.jpg 📎 פסח-שני-בקרעטשניף-31-470x311.jpg

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 19, 2015 12:03 am

· #276571
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל

פון לוח דבר בעתו אויף ר״ח סיון

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 19, 2015 12:59 am

· #276587
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
סאיז דא מנהג פון רייזעלעך אויף שבועות , מער פרטים?

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 10:44 am

· #276664
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
חאצקעל שניידער
סאיז דא מנהג פון רייזעלעך אויף שבועות , מער פרטים?

זיי מסביר וואס רייזעלעך איז העט דער עולם ברענגען אי"ה מער פרטים

הוגה » דינסטאג מאי 19, 2015 10:59 am

· #276672
גרויסע מענטשעלע
חאצקעל שניידער
סאיז דא מנהג פון רייזעלעך אויף שבועות , מער פרטים?

זיי מסביר וואס רייזעלעך איז העט דער עולם ברענגען אי"ה מער פרטים


'ווער', כצ"ל.

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 11:00 am

· #276673
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
הוגה
גרויסע מענטשעלע
חאצקעל שניידער
סאיז דא מנהג פון רייזעלעך אויף שבועות , מער פרטים?

זיי מסביר וואס רייזעלעך איז העט דער עולם ברענגען אי"ה מער פרטים


'ווער', כצ"ל.

איצטער בין איך מער צומישט וואס דאס איז ??[emoji3]

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 19, 2015 11:33 am

· #276697
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
פאר כהאב געשריבען וואס דאס איז האב איך געוואלט זיכער מאכן סהאט איינער געזען וואס כהאב געשריבען,
דאס זענען פאפיר אויסגעשניטענע בלומען וואס מפלעגט אויסהענגען אויף די פענסטערס

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 11:41 am

· #276705
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
נויפ נישט ביי אינז.
ביי אינז פלעגט דער הויז פארוואנדלט ווערן ווי א וואלד יעדער האט געניטען גאנצע ביימער.
סהאט זיך געשפירט ווי סוכת סאיז געפלויגן בלעטער אין די זיפ (ווייל אויפן שענדעליר מיז זיין בלעטער [emoji6] )
ב"ה מהאט סערווייווד היינט האב איך נישט דער פראבלעם יא לייגן נישט לייגן סווענדט זיך צו דער זייגער ערלויבט. אבער פארשטייט זיך נאר עכטע בלומען. [emoji253]

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 19, 2015 12:31 pm

· #276736
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
גרויסע מענטשעלע
חאצקעל שניידער
סאיז דא מנהג פון רייזעלעך אויף שבועות , מער פרטים?

זיי מסביר וואס רייזעלעך איז העט דער עולם ברענגען אי"ה מער פרטים

געברענגט
פרטים?[emoji46]

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 19, 2015 12:34 pm

· #276737
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
כהאב נישט געהערט פון איינער וואס האלט נאך דעם מנהג היינט , סאיז פון אמאל ,
אפשר אנשטאט ריכטיגע בלומען

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 12:34 pm

· #276738
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
חאצקעל שניידער
גרויסע מענטשעלע
חאצקעל שניידער
סאיז דא מנהג פון רייזעלעך אויף שבועות , מער פרטים?

זיי מסביר וואס רייזעלעך איז העט דער עולם ברענגען אי"ה מער פרטים

געברענגט
פרטים?[emoji46]

סארי כהאב געמיינט כוועל וויסן וואס דאס איז.
כלאז פאר די חבירים מיינע צו ברענגען פרטים מקורות.
ווארט די עולם סערטשט אויף גוגל יעצט

בן אדם » פרייטאג מאי 22, 2015 1:05 pm

· #277986
געהערט פון אן עלטערע איד פון שטאט בענדין - פולין אז דארט איז דא א טייך און ס'וואקסט דארט גראז וואס הייסט "קוויטש". וכשמו כן הוא, עס געט א קוויטש ווען מ'נעמט עס. איז פלעגט מען דאס אהיים נעמען פאר שבועות, און א טעם האבן זיי געהאט פארוואס דוקא פונעם טייך ? נאר ווייל משה רבינו איז געבוירן נאך 6 חדשים אויף ז' אדר. און ביי 9 חדשים האט עם יוכבד געלייגט ביי די טייך ביים זימפ. און דאס קומט אויס שבועות. איז ממילא, הענגט מען אויף פון די גראז וואס האט באשיצט אויף משה'נען.

איך אויך » מאנטאג מאי 25, 2015 10:42 pm

· #278056
אין גאליציע איז געווען די מנהג צו הענגן רייזעלעך ,אפשר אין פולין אויך.
זעהט דא און דא.

בדף יג דערמאנט עס הגה''ק מקלאזענבורג.

<a class="postlink" href="http://ladaat.info/Gilionot/20150516/">http://ladaat.info/Gilionot/20150516/</a>[1847]%D7%93%D7%91%D7%A8%D7%99_%D7%AA%D7%95%D7%A8%D7%94_%D7%91%D7%97%D7%95%D7%A7%D7%AA%D7%99.pdf

די מעשה איז געווען ביי רמ''ד זעהט דא דף יד.

בן אדם » מאנטאג יולי 27, 2015 4:31 pm

· #292116
די סאטמארער רב האט זיך געפירט מיט פארשידענע מנהגים ע"פ קבלה (בצנעה) וואס זיי זענען יא מורה היתר.

יהושע חיים » מאנטאג יולי 27, 2015 5:18 pm

· #292131
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
די מנהג פון עסען פלייש מוצאי ת"ב איז דער איסור ווייניגער ווי די ניין טעג (ע' משנ"ב והאחרונים) אבער מען מעג נאכאלס נישט (הגם עס איז נישט מדינא דגמרא) און ווי איך ווייס מאכט האדמו"ר מוויזשניץ שליט"א ממאנסי א סיום און איך גלייב אלע טיהן אזוי
און נר ישראל שטייט אז דער רוזנער זי"ע האט געמאכט א סיום אויף א מסכת משנית וואס אויף דעם קען מען פרעגן (נישט אז עס איז מעלה ומוריד די קדושה פון דעם רוזנער)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

געוואלדיג » מאנטאג יולי 27, 2015 6:29 pm

· #292154
א. לכאורה מיט א סיום.
ב. עפ"י אר"י.
ג. עפ"י אר"י.

בן אדם » מאנטאג יולי 27, 2015 8:26 pm

· #292205
ער האט זיך אז י געפירט, אדער ער זאגט נאך פון א געוויסע מקום?

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 8:26 pm

· #292207
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
ווער איז געווען די קאנדידאט אויף דעם די שמש די רב ?

בן אדם » מאנטאג יולי 27, 2015 8:29 pm

· #292210
די מסור

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 9:38 pm

· #292242
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
ער זאגט עפעס א טעם ?

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג יולי 28, 2015 7:54 am

· #292328
חאצקעל שניידער
פאר כהאב געשריבען וואס דאס איז האב איך געוואלט זיכער מאכן סהאט איינער געזען וואס כהאב געשריבען,
דאס זענען פאפיר אויסגעשניטענע בלומען וואס מפלעגט אויסהענגען אויף די פענסטערס

ס׳נישט געווען קיין מנהג. ס׳געווען א שפילעריי פאר קינדער אין גאליציע. היינט אין די פלעי גרופס איז דא אנדערע שפילערייען. למשל מיין זוהן קומט אהיים מיט א ראש חודש העט יעדע ראש חודש פון פלעי גרופ, דערפאר איז דא א מונהג? ניין ס׳א שפילעריי.

ירח בן יומו » דינסטאג יולי 28, 2015 11:08 am

· #292348
דא האט איר

📎 Capture6.PNG📎 Capture7.PNG

ירח בן יומו » מיטוואך פעברואר 24, 2016 3:08 pm

· #322533
קראמפאמפיל
הער איך אז אין נייטרא פירט מען זיך פורים קטן אנצינדן זעקס אין ניינציגער אז ס'גייט פלאמען ביז'ן דאך און דענאך שיט מען אריין ציקער, און די עולם טרינט דערפון און מ'וואונטשט זיך לחיים.
ובזכות זה איז מען מבער אלע קליפות און חיצונים מן העולם.

אין א שנה פשטוה קומט פאר דעם מעמד אום שושן פורים.

בן אדם » מיטוואך פעברואר 24, 2016 3:24 pm

· #322534
די מיינסט די קליפות און חיצונים פון דא ?

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 17, 2016 11:41 am

· #329498
א חבר זאגט מיר היינט אין ביהמ"ד ביי קריאת נשיא, אז אין געוויסע מקומות איז מען זיך נוהג אז מ'לייענט נשיא נישט פון קיין ס"ת, נאר פון א פשוט'ן סידור.
איינער האט שוין געהערט דערפון?

לית דין בר נש » זונטאג אפריל 17, 2016 11:46 am

· #329500
נו ודאי איך מיין אלע רוסישע הויפן איז אזוי
און אפילו באבוב וואס זענען יא צאנז'ע איינקלעך ליינען אויך פון א סידור

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 17, 2016 11:50 am

· #329505
שמעקעדיג
א חבר זאגט מיר היינט אין ביהמ"ד ביי קריאת נשיא, אז אין געוויסע מקומות איז מען זיך נוהג אז מ'לייענט נשיא נישט פון קיין ס"ת, נאר פון א פשוט'ן סידור.
איינער האט שוין געהערט דערפון?


ס'דאך דא די באקאנטע תשובה אין דברי יואל איבער דעם.

נ.ב. דאס וואס עס איז באקאנט איז נישט צוליב עפעס אויסטערלישע חידושים נאר פשוט ווייל אלע לקוטים צייכענען עס צו

נהורא נפישא » זונטאג אפריל 17, 2016 11:59 am

· #329511
שמעקעדיג
א חבר זאגט מיר היינט אין ביהמ"ד ביי קריאת נשיא, אז אין געוויסע מקומות איז מען זיך נוהג אז מ'לייענט נשיא נישט פון קיין ס"ת, נאר פון א פשוט'ן סידור.
איינער האט שוין געהערט דערפון?

האסט שוין געהערט פון מענטשן וואס זאגן תחנון ביי מנחה ?

בן אדם » זונטאג אפריל 17, 2016 12:43 pm

· #329521
מ'ליינט עס נישט פון די סידור. יעדער זאגט עס פאר זיך.

יהושע חיים » זונטאג אפריל 17, 2016 12:48 pm

· #329522
דאס איז די חידוש פון באבוב וואס עס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט
יעדער פלאץ ליינט מען אדער פון א ס"ת אדער זאגט יעדער פאר זיך פון א סידור
אבער און באבוב ליינט דער ש"ץ פון א סידור און יעדער הערט אויס

אויסגערוט » זונטאג אפריל 17, 2016 12:48 pm

· #329523
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
אין באבוב דאכציך ליינט איינער פארן ציבור פון את סידור

Sent from my SM-G920P using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5