☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » געזונטהייט אינפארמאציע און נייעס

געזונטהייט אינפארמאציע און נייעס

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #777
בלאט: 1 2

בונם » מיטוואך יוני 6, 2012 11:53 am

· #16423
געזונטהייט אינפארמאציע און נייעס
דער אשכול וועל איך ווידמען פאר פארשידענע געזונטהייט אינפארמאציע צו בארייכערן די ידיעות און אויך צוצוהעלפן פירן א געזונטן לעבנסשטייגער, און אויך פון צייט צו צייט אריינווארפן געזונהייט נייעסלעך וואס וועלן זיין געשמאק פאר ליינער.

ווי שטארק די אינטערעסע וועט זיין, אזוי וועלן מיר עס אפדעיטן.

מיר הייבן אן.

די נושא וואס מיר וועלן יעצט רעדן איז די בענעפיטן פונעם שאלעכטץ וואס נעמט ארום דעם פרי.

קארטאפל פאר זיך, איז א געזונטער מאכל, אפגעזען וואס מען האט אויף איר לעצטנס ארויפגעשמירט א שלעכטער נאמען, און ביי אונזער היימישער עולם האט הערשל מייזליש פון ריעים מתוקים אסאך ארומגערעדט אקעגן דעם גוטן מאכל אויף זיין פלאטפארמע אויף קול מבשר, אבער דאס וועלן מיר לאזן אויף א צווייטע געלעגנהייט. יעצט רעדט מען פון שאלעכטץ.

די שאלעכטץ פונעם קארטאפל האט פילע נוטריענטס, און אסאך פייבער, וואס איז וויכטיג פאר א געזונטע דיעטע. נאך א בענעפיט איז דאס לאזן דעם שאלעכטץ אויפן קארטאפל איז אז עס היט אפ די נוטריענטס וואס ליגן אינעם פאטעטע פון פארלוירן ווערן בעתן קאכן, אדער באקן. א געבאקענע קארטאפל וואס האט נאך די שאלעכטץ אויף זיך, האט כמעט אלע אירע אריגינעלע וויטאמין סי אין זיך, אויב איז עס אבער אפגעשיילט און געבאקן וועט זי פארבלייבן מיט בלויז 50 ביז 70 פראצענט פון דעם וויטאמין.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 6, 2012 1:26 pm

· #16435
איך וויל נישט פארקריכן, אבער איז עס אקעי צו עסן מיט די אלע שמוץ אויפן שאלאכץ און די אלע ברוינע פלעקן אינדערצווישן?

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 1:40 pm

· #16438
שלום עליכם הרב בונם און יישר כוחכם פארן עפענען אזא וויכטיגן און וואס פארשפרעכט צו זיין א העכסט אינפארמאטיוון אשכול. אזוי ווי איך זע אז דו ביסט אביסל באהאווענט אין די עינינים וואלט איך דייקא יא געקענט באשטיין זאלסט אביסל מאריך זיין אויפן קארטאפל גופא.

בונם » מיטוואך יוני 6, 2012 2:45 pm

· #16448
עליכם השלום.

ווי איך פארשטיי ווילט איר וויסן די געזונטהייט בענעפיט פונעם קארטאפל און נישט דווקא די היסטאריע דערפון. ריכטיג?

לאמיר נאר דערמאנען אז דער זיסער קארטאפל איז אנגענומען צו זיין געזונטער ווי זיין ווייסער ברודער.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 1:02 am

· #16541
ווייסע קארטאפל איז נישט גוט צו עסן אויב וויל מען פארלירן וואג, אזוי אויך מיט באנאנעס.

פארשטאנד » פרייטאג יוני 8, 2012 10:29 am

· #16816
ס'האט כמעט די גאנצע ווייטעמין סי???

און פון וויפיל ווייטעמין סי רעדט מען שוין? פון גאנצע זיבן און דרייסיג מיליגראם, א זשאוק, און דאס איז חוץ די 57 גראם קארבס וואס א דורכשניטליכע קארטאפל אנהאלט.

בונם » זונטאג יוני 10, 2012 1:28 am

· #16959
פארשטאנד
ס'האט כמעט די גאנצע ווייטעמין סי???

און פון וויפיל ווייטעמין סי רעדט מען שוין? פון גאנצע זיבן און דרייסיג מיליגראם, א זשאוק, און דאס איז חוץ די 57 גראם קארבס וואס א דורכשניטליכע קארטאפל אנהאלט.

איך האב ארויסגעברענגט אז דער קארטאפל ווען עס בלייבט מיטן שאלעכטץ וועט עס פארבלייבן מיט דעם וויטאמין פון וויפיל "דער" קארטאפל האט געהאט.

און 37 מג איז נישט אזא זשאוק ווען די רעקאמענדירטע מאס פונעם וויטאמין איז צווישן 75 און 90 מיליגראם א טאג.

פארשטאנד » זונטאג יוני 10, 2012 10:08 am

· #16997
נו נו, הוא הדבר אשר דיברתי, די 'רעקאמענדירטער דעילי דייעט' בכל פרטיה איז א געלעכטער, אנגעהויבן מיט סתם דייעט און געענדיגט ביי וויטאמינען, מינעראלן, און עמינאו עסידס, אויב פאלגסטו נאך די 'רעקאמענדירטע' דייעט ביסטו ווארשיינליך ערנסט נישט געזונט.

בונם » מאנטאג יוני 18, 2012 10:11 pm

· #18487
די בעסטע שלאפערס, די וואס זענען די מערסטע אויסגערוט, זענען געווען די וואס שלאפן זיבן שעות ביינאכט, לויט א באריכט.

בלויז איין שעה מער ווי די וואס שפורן זיך אויסגעמוטשעט ווייל זיי באקומען נאר זעקס שטונדען.

בונם » מאנטאג יוני 18, 2012 10:20 pm

· #18488
אפגעשיילטע עפל רעדוצירט 25 פראצענט פון אירע אנטיאקסידענטס ווי גאנצע עפל, ליין איך יעצט אין קאנסומער רעפארטס.

בונם » דינסטאג יולי 10, 2012 4:25 pm

· #23060

ידען » דינסטאג יולי 17, 2012 10:49 am

· #25013
אינטערעסאנט. פאפקארן איז געזונטער ווי פרוכט

http://www.yourjewishnews.com/Pages/17712.aspx

ידען » דינסטאג יולי 17, 2012 11:22 am

· #25029
בונם קוים ביסט אנגעקומען און שוין מער נישטא?

איך וויל יא הערן געזונטההייט נייעס.

יידל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:04 pm

· #26494
שלעכטע אטעם: אורזאך אין הייל מיטלן
וואס איז דאס שלעכטע אטעם? שלעכטע אטעם איז ווען אן אומאנגענעמע גערוך קומט ארויס פונעם מאל. דער אפיציעלער מעדעצינישער נאמען דערפאר איז האליטאסיס. א רייע געזונט פראבלעמען קענען זיין די אורזאך פונעם שלעכטן אטעם, אבער על פי רוב קומט דאס פראסט און פשוט פון האבן צופיל באקטיריע אינעם מויל. אט איז א קורצע איבער בליק אויף די אורזאכן, סימפטאמען און הייל מיטלן.

די גרעסטע אורזאך פון שלעכטע אטעם איז א שלעכטע היגיענע אין מויל. ווען מ'פוצט נישט די ציין אדער מ'האלט נישט ריין די מויל בלייבן איבער צופיל באקטיריע דארטן. באקטיריע אינעם מויל לאזן ארויס א כעמישע שוועבל פארבינדונג (דאס הייסט, אטאמען וועלכע קומען אין גרופעס פון צוויי אדער מער, צוזאם געשטעלט פונעם כעמיקאלע עלעמענט שוועבל - סאלפער). די שוועבל פארבינדונגען לאזן ארויס א שלעכטע גערוך. נאך אורזאכן קענן זיין אינפעקציעס אין די גומען, ציינער, האלז אדער סיינוסען. עס קען זיך מאכן פעלער - עס זאל זיך נישט מאכן - וואס די שלעכטע אטעם איז א סימפטאם פון ערנסטע קרענק. דייעביטיק קעטאסידאסיס קען אפט פארוארזאכן אז די אטעם זאל האבן א זיסע, פרוכטליכע שמעק. כראנישע נירן פארלוסט קען רעזולטאטירן אין אן אטעם מיט א טריקענע, פישיגע שמעק אדער א עמאניע שמעק.

אסאך מויל קען מען די אנגעזאמעלטע באקטיריע אוועקוואשן מיט א גלאז וואסער, און פוצן די ציין יעדן טאג העלפט אומגעהויער ארויס אז די באקטיריע זאלן זיך נישט אנזאמלן. קורץ טערמיניגע עצות אויף א שלעכטן אטעם זענען: מינט אדער מינט צוקערלעך, גאם, און פעטרישקע.

אבער אז איר האט שוין לאנג נישט געפיצט די ציין, און איר שווענקט נישט אויס אייער מאל נאכן עסן, קען זיך נאך א שטיק צייט אנלייגן אין אייער מויל א גרויסע שיכט באקטיריע, און דעמאלטס איז שוין גארנישט אזוי גרינג פטור צו ווערן פונעם גערוך. דאס איז די שטאפל ווען עס באקומט דעם נאמען "האליטאסיס".

די גוטע נייעס איז אז האליטאסיס איז עס נישט "קעטשי". (דאס הייסט, עס קען זיך נישט אריבערכאפן צו א צווייטן). די שלעכטע נייעס איז אז רוב מענטשן קענען נישט שמעקן זייער אייגענע אטעם און דעריבער דארפט איר א נאענטער חבר וואס זאל אייך אויפמערקן דערויף. (ליינט איבער דעם, אינעם גאר אינטערעסאנטן אשכול "מאראלישער דילעמא" פון חבר שטיבלינו הרב שרגא). א סימן פון האליטאסיס איז א גאר טריקענע מויל. אז איר שפירט אז איר האט אפט א גאר טריקענע מויל, בעט הילף פון א חבר כדי איר זאל וויסן צו איר האט האליטאסיס אדער נישט.

וויאזוי היילט מען האליטאסיס? די בעסטע מהלך איז זיך צו נעמען אין די הענט אריין. פוצט די ציין ערליך יעדן טאג. פלאסט צווישן אייער ציינער. און רייבטס אייער צינג (געווענדליך איז דא א צינג-רייבער אויף די פארקערטע זייט פונעם ציין בערשטעל). א באזוך ביים ציין דאקטער איז רעקאמאנדירט ווען איר דארפט א גרונטליכן פוץ. אויב איז די שלעכטע אטעם פון אן אינטערליגענדן מחלה, מאכט זיכער קעיר צו נעמען פון יענע מחלה.

טעלעפאן » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:22 pm

· #26501
ס׳איז נישט נאר פון באקטעריע. איך קען א חבר וואס ווייסט פון דעם פראבלעם וואס ער האט און פוצט ערליך די ציין איעדן טאג, יעצט איז ער חושד אז עס קען קומען פון דיהיידרעישאן, ער טרונקט נישט צופיל און זיין מויל איז היבש אויסגעטרוקענט

משה רוקח » פרייטאג יולי 20, 2012 4:22 pm

· #26683
Smoking dries up the mouth as well.

בונם » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:13 pm

· #64505
אינטערעסאנטע צו וויסן בנוגע קאווע און קאפין.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:43 pm

· #72244
איך בין אקארשט געוואויר געווארן אז איינס אין יעדע פינף אמעריקאנער ליידן אויף א גייסטיגע קראנקהייט, און 350 מיליאן מענטשן איבער די וועלט ליידן פון דעפרעסיע. צו האט נאך די מענטשהייט א האפענונג?

מהנשתנה » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:31 pm

· #87944
איך זיך שוין לאנג איינער וואס זאל מסביר זיין פארוואס רייכערן איז נישט שעדליך, אפשר גאר געזינט. רייכערס, עס איז ענקער טשענס דא

ידען » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:41 pm

· #87955
מהנשתנה
איך זיך שוין לאנג איינער וואס זאל מסביר זיין פארוואס רייכערן איז נישט שעדליך, אפשר גאר געזינט. רייכערס, עס איז ענקער טשענס דא

ווער זאגט אז סע געזונט?

מהנשתנה » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:58 pm

· #87970
ס׳מיז דאך זיין איינער וואס האלט אזוי

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:40 pm

· #87989
http://www.livescience.com/15115-5-heal ... sease.html

ידען » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:58 pm

· #87999
ונבנתה העיר
http://www.livescience.com/15115-5-health-benefits-smoking-disease.html

מהנשתנה ווייסט יא וואס ער רעט.

ניו יארק » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:31 pm

· #88023
זייער סימפעל, מען זאגט דאך אז סעקענד הענד סמאק איז נאך ערגער ווי פירסט הענד (איך מיין אז ווייל די צווייטער נעמט אריין די לופט וואס דער ערשטער האט שוין ארויסגעבלאזן).
סא יעצט,אויב די ביסט די פירסט הענד און דיין חבר די סעקענד. ווער איז געזונטער????

יידל » זונטאג פעברואר 24, 2013 10:12 pm

· #90047
וואס פאסירט מיט אייער מוח ווען איר זענט טויט-שיכור? http://gizmodo.com/5977688/what-happens ... +out-drunk

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 6:22 pm

· #113564
ס'אנגענומען בא אונז אז מ'גיט נישט צו עסן פאר א קינד פיש ביז ער זאגט "פיש" אדער ביז א יאר.

אבער א סטאדי אין האללאנד אויף טויזענט קינדער ווייזט אז די בעסטע צייט איז געבן פיש צווישן 6 און 12 חדשים

http://www.foxnews.com/health/2012/11/1 ... thma-link/

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 5:36 pm

· #118106
פרישע סטאדי: טרונקען סאדע פארבינדן מיט קידני סטאונס

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 9:22 pm

· #123800
עסט'ס וועדזשעטעבל פעטנ'ס
http://www.medpagetoday.com/HematologyO ... ncer/39746

יין שרף » מיטוואך יוני 12, 2013 1:28 am

· #124236
ידען
מהנשתנה
איך זיך שוין לאנג איינער וואס זאל מסביר זיין פארוואס רייכערן איז נישט שעדליך, אפשר גאר געזינט. רייכערס, עס איז ענקער טשענס דא

ווער זאגט אז סע געזונט?

מיין דאקטער האט מיר אמאל געזאגט אז עס איז דא סטאדיס אז רייכערן העלפט פאר קראהן'ס דיזי"ס (הגם ער האט מיר אנגעווארענט נישט צו אנפאנגען, אבער אויב איך וואלט שוין גערייכערט וואלט ער מיר מייעץ געווען ממשיך צו זיין)

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 3:08 pm

· #125926
Eating red meat may boost Type 2 diabetes risk

http://www.cbsnews.com/8301-204_162-575 ... etes-risk/

עולם » מיטוואך יוני 19, 2013 2:02 pm

· #126285
יין שרף
ידען
מהנשתנה
איך זיך שוין לאנג איינער וואס זאל מסביר זיין פארוואס רייכערן איז נישט שעדליך, אפשר גאר געזינט. רייכערס, עס איז ענקער טשענס דא

ווער זאגט אז סע געזונט?

מיין דאקטער האט מיר אמאל געזאגט אז עס איז דא סטאדיס אז רייכערן העלפט פאר קראהן'ס דיזי"ס (הגם ער האט מיר אנגעווארענט נישט צו אנפאנגען, אבער אויב איך וואלט שוין גערייכערט וואלט ער מיר מייעץ געווען ממשיך צו זיין)

אן יעצט אריין גיין אין די פרטי הדברים, האלטן די דאקטוירים אז רייכערן העלפט פאר קאלייטעס און שאדט פאר קראונס (ס'איז אודאי דא א סטאדי פארקערט...)
נאך מער ווי דעם, איך האב שוין מיטגעהאלטן מער ווי איינמאל ווי א דאקטער האט פשוט געהייסן א קאלייטעס פאציענט צוריק אנצוהייבן רייכערן (נעם עס נישט יעצט פאר א הלכה...)

יין שרף » דאנערשטאג יוני 20, 2013 1:46 am

· #126576
עולם

אן יעצט אריין גיין אין די פרטי הדברים, האלטן די דאקטוירים אז רייכערן העלפט פאר קאלייטעס און שאדט פאר קראונס (ס'איז אודאי דא א סטאדי פארקערט...)

קודם כל האב איך קראונס ל"ע ממילא קומט מיר אויס בעסער די סטאדי אז רייכערן איז גיט פאר קראונס און שאדט פאר קאלייטעס...
ועוד אפשר שרייבסטו יא אמאל די פרטי הדברים?
ודרך אגב אויב איז דא אין א אשכול עפעס וועגן קראונס זאל מיר עס איינער ביטע צוצייכענען דא ש'כח.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 11, 2013 8:29 pm

· #132810
Study Finds Benefits in Delaying Severing of Umbilical Cord
http://www.nytimes.com/2013/07/11/healt ... .html?_r=0

http://www.webmd.com/baby/news/20130711 ... ly-11-2013

זר זהב » פרייטאג יולי 12, 2013 3:27 pm

· #133069
ס'טוט זיך לעבעדיג איבער א נייע סטאדי וואס זאגט אז פיש אויל קען אינקריסין די ריסק פאר פראסטעט יענע מעשה

דראדזש האט געלינקט צו סעוועדזש, וואס קריטיקירט די סטאדי
Capture00.JPG

סעוועדזש אינטערוויואד א דאקטאר

boxcover » זונטאג יולי 14, 2013 1:43 am

· #133231
זר זהב
ס'טוט זיך לעבעדיג איבער א נייע סטאדי וואס זאגט אז פיש אויל קען אינקריסין די ריסק פאר פראסטעט יענע מעשה

דראדזש האט געלינקט צו סעוועדזש, וואס קריטיקירט די סטאדי
📎 Capture00.JPG

סעוועדזש אינטערוויואד א דאקטאר

שוין געקאווערד. אהה, עס איז דו אויף ביידע.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:18 pm

· #143760
A blood test for suicide?

http://www.latimes.com/science/sciencen ... 1979.story

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:31 pm

· #146219
עסט בראקאלי, פארמייט ארטרייטעס

http://www.ctvnews.ca/health/eating-bro ... -1.1430037

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 12:19 am

· #146941

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 12:46 am

· #146948
בלויבערריס האט אבער א סייד עפעקט, ס'הייבט די בלוטדרוק, ס'קאסט דאך אזוי געפערליך טייער רוב יאר.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 2:19 pm

· #147040
רויטע וואנצעס
בלויבערריס האט אבער א סייד עפעקט, ס'הייבט די בלוטדרוק, ס'קאסט דאך אזוי געפערליך טייער רוב יאר.

ס'דא נאך א סאך אנדערע זאכן וועלכע הייבן דעם בלוט דרוק. ווי למשל די בריוון פון פענע צום בלאט. ס'ארא שטותים און בויך ווייטאג ס'ווערט דארט אדורך געלופטערט. אויך די ארטיקלען פון הרב ישראל מ. סופר שליט"א הייבט דעם בלוד פרעשור. ס'איז א וואונדער וויאזוי א איד א תלמיד חכם און ידען עצום קען קומען צו אזעלכע פאררוקטע מסקנות.

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 11:42 pm

· #147927
Every minute of physical activity really does count, new study shows

http://www.nbcnews.com/health/every-min ... 8C11042850

http://www.cbsnews.com/8301-204_162-576 ... hers-show/

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 11:51 pm

· #147928
זר, נחמני. יעצט וועל איך נישט פילן אזוי שלעכט ביים פאצן אויפן אינטערנעט, מיינע פינגער הערן נישט אויף צו קלאפן אויפן קי באורד.

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 12:06 am

· #147932

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:31 am

· #152424
נאכדעם וואס זיין נאז איז אינפעקטירט געווארן דורך אן עקסידענט האט א כינעזער דאקטאר באשאפן א נייע נאז פון דעם 22 יאר'יגן מאן'ס ריפן, דערווייל האט ער איהר איינגעפלאנצט אין זיין שטערן ביז זי וועט זיין גרייט פאר איהר ענדגילטיגע דעסטינאציע.
📎 OB-ZB066_092513_J_20130925144919-725x483.jpg

ישמעאל הכהן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 7:17 pm

· #168216
נאך סיבות צו עסן גוט

http://www.washingtonpost.com/national/ ... story.html

הערשי » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:29 pm

· #178469
כשר לשכחה
א נייע מעדיצין אויספרובירט אין מייז קען מעגליך אפמעקן קאשמארישע זכרונות, מעלדט מעדסקעיפ.

הערשי » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:32 pm

· #178472
משפטים פיבער
עס פלו'ט זיך אין גרויסן. צענדליגער קינדער זענען שוין געשטארבן איבער די פאראיינינטע שטאטן. די H1N1 סארט פלו איז א משחית אין די אומוואקסינירטע. עס קען אוועקלייגן א מענטשן אין דריי טעג. די היימישע געגענטער אין ניו יארק זענען אויך נישט אפגעשוינט. אז מען נעמט טאמיפלו היילט מען זיך גיך, אבער די יסורים איז אינקיוועזיטאריש.
די וואקסין באשיצט ווייט פון אלעמאל אינגאנצן, אבער יא למחצה לשליש ולרביע.
אבאמאקעיר איז מחייב אינשורענסעס צו דעקן פלו שאטס אן קיין קאפעי און אן קיין דעדוקטיבל.

הערשי » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:33 pm

· #178474
סורו סורו אל תגעו
א נייע שטודיע באריכט אז איינעמען אנטי-פיבער מעדיצין העכערט די ריזיקע אויף איבערצוגעבן די פלו מיט פינף פראצענט. אז איר ליידט פון פלו, נעמט מאטרין אדער טיילענאל געזונטערהייט, אבער הוסט נישט אן דעם ציבור.

עסקן בדברים » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:37 pm

· #178479
Hershy, please put links

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:28 am

· #178664
פיש אויל פיש אויל און נאך פיש

http://www.dailymail.co.uk/health/artic ... brain.html
בלאט: 1 2