פארשער אין MIT
האבן מצליח געווען 'אויסצולעשן' - און אפי' איבערדרייען - עמאשענס וואס זענען פארבינדן מיט זכרונות.
'זכרונות' - ווי א פארטיגע זאך - איז צוזאמגעשטעלט פון פון [בעיקר] צוויי חלקים: די קאלטע טרוקענע פאקטן, באותו מקום ובאותו זמן האבן מיר זיך אויסגעגליטשט, און מיט איהר קומען מיט עמאשענס - בושה, פחד וכו', און די זעלבע מיט געשמאקע זכרונות.
די אכסניות פון די צוויי חלקים זענען אבער איין אין אנדערע פלעצער פונעם מוח, ווען מיר דערמאנען זיך אין א פארגאנגענע געשעהניש איז עס נישט ווי מען שפילט איבער א טעיפ - די פאקטן און עמאשענס זענען נישט היינו הך, און יעצט האבן די פארשער מצליח געווען אנצוווייזן פונקט וואו עס זענען די מוח-סיקוטס וואס פארבינדן די צוויי.
נאכ'ן איינגעוואוינען מייז צו שפירן א געשמאק אין איין מצב און אומאיינגענעם אין א צווייטן, זענען די פארשער געגאנגען און אין יעדן מצב סטימיולירט די חלק מוח וואס איז אחראי אויף די פארקערטע עמאשען, וכך הוי, די מייז האבן זיך אנגעהויבן שפירן באקוועם וואו זיי פלעגן האבן א פחד וכן להיפוך.
עס ווערט געלייגט גרויסע האפענוגען אויף די געפונס צו היילן מענטשן פון פאוסט-טראמאטיק סטרעס, ענקזייעטי וכו'.