☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מאראלישער דילעמע

מאראלישער דילעמע

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #901

שרגא » דינסטאג יוני 19, 2012 7:41 pm

· #18711
מאראלישער דילעמע
א חבר מיט וועמען עס קומט מיר אויס צו שמועסן פון צייט צו צייט געט צומאל ארויס גאנץ אן אומאנגענעמע שווייס גערוך. נאכ'ן אים דן זיין לכף זכות אז עס איז פשוט זיין נאטור צו שוויצן טראץ דעם צופרי שויער, איז מיין פראגע צי זאל איך אים עפעס זאגן אדער נישט?

ער וועט זיך לכאורה פארשעמען אפילו איך וועל עס טאן ברמיזה ("דו ווייסט אז וואלמארט האט ביליג דיאדערענט, איא?"), אבער אפשר וואלט ער מיר גאר מכיר טובה געווען אז איינער זאגט אים דאס איינמאל פאר אלעמאל. ער וויל דאך נישט געוואויר ווערן נאך צען יאר די סיבה פארוואס מענטשן פלעגן זיך אלץ אפרוקן א שטיקל דיסטאנץ ביים שמועסן.

פון די אנדערע זייט, וואס האב איך אים פון זאגן? איז דען מעגליך אז ער ווייסט נאך נישט פון זיין פראבלעם? דער בעקער קען דען נישט זיינע אייגענע קעיקס? כ'מיין דער נאז שטייט דאך אים נישט אזוי ווייט אוועק פון גוף, ער איז דאך נישט דזשיראף. נו, ווייסט ער דאך זיכער יא פון דעם גערוך, איז אפשר קען ער זיך פשוט נישט העלפן דערקעגן. אפשר איז ער פון די וואס מעגן זיך באדן אויך אין די ניין טעג. און אויב דאס איז דער פאל, בין איך דאך סתם א רשע פאר'ן אים זאגן דערוועגן, פונקט ווי כ'זאל אנמערקן איינעם מיט רויטע פינטלעך אויפ'ן קאפ אז עס איז מיר נישט אנגענעם צו קוקן דערויף.

נניח אז איך געב יענעם א "פעס", כ'וויש מיך אפ די נאז (כ'מיין צו זאגן "כ'שטאפ עס צו") און גיי ווייטער. וואס טוט זיך מיט דעם אנדערן חבר וואס האט אן אנדערע פראבלעם: ער גלייכט צו פיצן די אויערן מיט דעם הענטל פון זיינע ברילן. אדער צומאל מיט דעם דעקל פון זיין בלויען "ביק" פען.

מוז איך דא ווידער ליידן און שווייגן? דער איד שטייט און גראבט טיפער און טיפער, און טאקע בשעת'ן ווייטער רעדן צו מיר. נאכ'ן ארויסשלעפן מוז ער נאך אלץ אויך א קוק טאן אויף די "מציאה" און זיך דערנאך ספראווען דערמיט (אויפ'ן ארבל אדער הויזן). מוז איך טאקע שווייגן און שלינגען, בשעת איך עקל מיך ביז די טיפענישן פון הארץ. האט אים זיין מאמע אפשר פארגעסן אויסצולערנען אז די אויערן האבן די זעלבע הלכה ווי די נאז?

דא קען איך שוין נישט זאגן קיין לימוד זכות אז ער איז פשוט אזוי געבוירן. די איינציגסטע זאך איז אפשר נאר אז ער ווייסט נישט ווי ווייט דאס עקלט מיך, און אויב אזוי דארף איך אים טאקע זאגן אז ער זאל יא וויסן. אדער קען זיין אז ער האט זיך פארגעסן און כאפט זיך נישט נו, דארף איך אים ווידער זאגן אז ער זאל זיך דערמאנען און טאקע יא כאפן וואספארא הארבע מלאכה ער האט דא אנגעהויבן. כבוד הבריות איז דאך א הארבע זאך. דא העלפט דאך אויך נישט צו "צושטאפן די אויגן", כ'מוז דאך ווייטער קוקן.

אדער אפשר איז יא כדאי צו ליידן אבי נישט צו דארפן פארשעמען קיין מענטש.

און אפשר קלער איך יעצט דארף איך זיך פשוט גענוג שטארק אוועקדרייען מיט'ן גוף אז ער זאל אליין כאפן אז עס איז מיר נישט צום הארצן און אויפהערן, ווי איידער איך זאל אים זאגן קלארע דיבורים.

וואס זאגט איר?

שרגא » דינסטאג יוני 19, 2012 7:45 pm

· #18712
אבער אויב ווילט איר זען וואס עס מיינט ריכטיגע מאראלישע דילעמעס, א שטייגער ווי דעם אויסוואל וואס אונזערע זיידעס האבן געדארפט מאכן ביים קריג צווישן דערשטיקן בידים א קינד אדער אים לאזן ווייטער וויינען און ריזיקירן אז דער דייטש וועט טרעפן די גרופע אידן אין זייער באהעלטעניש, דאן קוקט דא.

ניו יארק » דינסטאג יוני 19, 2012 7:53 pm

· #18713
עס איז א דילעמע וואס בייגלייט "יעדעם" איינעם, א "גאנץ" לעבן!
און מיינע אויגן איז נישט דא קיין געהעריגע ענפער אויף דעם, ביי א יעדע קעיס דארף מען אנדעשט טראכטען.
-------
שרגא

האט אים זיין מאמע אפשר פארגעסן אויסצולערנען אז די אויערן האבן די זעלבע הלכה ווי די נאז?
?

איך מיין גראדע אז עס האט יא די זעלבע הלכה ביי אים.... 😂

ידען » דינסטאג יוני 19, 2012 8:29 pm

· #18719
שרגא???

צוריק? 😲 😕

כאב דיר געלייקט נאר פארן זעהן צוריק דא טרינקען קאווע מיט אונז. באלד העלעך לייענען.

(לאפוקי די וואס זאגן אז ווען מע לייקט, שרייבט מען נישט קיין תגובה )

משה געציל » דינסטאג יוני 19, 2012 11:28 pm

· #18774
שרגא
פון די אנדערע זייט, וואס האב איך אים פון זאגן? איז דען מעגליך אז ער ווייסט נאך נישט פון זיין פראבלעם? דער בעקער קען דען נישט זיינע אייגענע קעיקס? כ'מיין דער נאז שטייט דאך אים נישט אזוי ווייט אוועק פון גוף, ער איז דאך נישט דזשיראף. נו, ווייסט ער דאך זיכער יא פון דעם גערוך, איז אפשר קען ער זיך פשוט נישט העלפן דערקעגן. אפשר איז ער פון די וואס מעגן זיך באדן אויך אין די ניין טעג. און אויב דאס איז דער פאל, בין איך דאך סתם א רשע פאר'ן אים זאגן דערוועגן, פונקט ווי כ'זאל אנמערקן איינעם מיט רויטע פינטלעך אויפ'ן קאפ אז עס איז מיר נישט אנגענעם צו קוקן דערויף.

דאס איז קלאר אז א מענטש ווערט צוגעוואוינט צו די ריח וואס זיין גוף גיבט ארויס אז ער שפירט עס נישט, ממילא דאס אליינס אז ער דארף אליינס פארשטיין איז נישט קיין טענה.

בנוגע יא צו זאגן צו נישט, איך האב אמאל געהאט א חברותא וואס האט ארויסגעלאזט א געפערליכע ריח הפה עס איז ממש געווען אוממעגליך צו לערנען מיט איהם, האב איך אים איין טאג צוגערופן אין א זייט און געזאגט, איך וויל דיר יעצט עפעס זאגן און איך מיין הונדערט פראצענט דיין טובה, אויב גייט דיך דאס באדערן בעט איך דיר אז יהיה בעיניך כאילו לא אמרתי כלום. זאלסט וויסן אהובי וידידי, האב איך אים געזאגט, איך מיין אז עס וואלט ווערד געווען פאר דיין אייגענע טובה צו גיין צו א דענטיסט זאל אויסטשעקן צו דו ליידסט פון א גאם פראבלעם וכדומה ווייל דיין גערוך ווייזט אויף אזעלכע סימפטאמען. אויב איך קען דיך מיט עפעס העלפן איים מאר דען רעדי.

וואס זאל איך אייך זאגן! דער חבר איז מיר נאך עד היום הזה דאנקבאר אז איך האב געהאט די קוראזש אים צו זאגן אפן, זאגענדיג אז ער האט אייביג געשפירט אז ווען ער קומט אן צו א שמועס זענען מענטשן אומבאקוועם מיט זיין אנוועזנהייט, איינמאל ער האט עס פארראכטן שפירט ער ווי עס האט זיך געעפנט פאר אים א נייע וועלט.

מיין שטעלונג - אוודאי זאל מען זאגן, עס איז בכלל נישט קיין צדקות נישט צו זאגן, אויב עפעס דאס פארקערטע ווייל דער ליידענדער קען זיך ארומדרייען אנגעווייטאגט אויף אנדערע אין דער צייט ווען ער קען זייער גרינג געהאלפן ווערן, פארשטייט זיך מען דארף נישט צוגיין זאגן "ווייסט אז מען קען נישט שטיין לעבן דיר"? עס קען געזאגט ווערן זייער גרינג אויף א גרינגע אופן.

קווארטין » דינסטאג יוני 19, 2012 11:40 pm

· #18777
גם אני מצתרף למשה געציל, איך זאג נישט אז מ'דארף אלעמאל זאגן, ווענדט זיך ווי אומדערטרעגליך ס'איז, אבער ווען מ'זאגט שוין יא, זאל מען עס זאגן אפענהארציג, צווישן פיר אויגן, ס'ראטזאם צו קומען מיט אן עצה, צו א גוטע פראדוקט, וכדו.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 19, 2012 11:57 pm

· #18780
קווארטין
גם אני מצתרף למשה געציל, איך זאג נישט אז מ'דארף אלעמאל זאגן, ווענדט זיך ווי אומדערטרעגליך ס'איז, אבער ווען מ'זאגט שוין יא, זאל מען עס זאגן אפענהארציג, צווישן פיר אויגן, ס'ראטזאם צו קומען מיט אן עצה, צו א גוטע פראדוקט, וכדו.

גערעכט, אויב לייגט מען צו א עצה ווייזט מען אז מ'מיינט קאנסטראקטיוו קריטיסיזם.
און שלום עליך א זייבעל, איך האף אז איר שרייבט כאטש האלב אזוי גוט ווי איר זונגט.

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 20, 2012 1:27 am

· #18803
שרגא
אבער אויב ווילט איר זען וואס עס מיינט ריכטיגע מאראלישע דילעמעס, א שטייגער ווי דעם אויסוואל וואס אונזערע זיידעס האבן געדארפט מאכן ביים קריג צווישן דערשטיקן בידים א קינד אדער אים לאזן ווייטער וויינען און ריזיקירן אז דער דייטש וועט טרעפן די גרופע אידן אין זייער באהעלטעניש, דאן קוקט דא.
אןיף די אויפן וואס זיי רעדן איז קלאר אז די טאטע דארף הארגנען זיין קינד כדי מען זאל נישט הארגנען די אנדרע, נישט אזוי? איך רעד נישט הלכהדיג איך רעד שכלדיג.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 22, 2012 1:15 pm

· #19339
איך האלט אויך ווי משה געציל . איך האב שוין עטליכע מאל געהאט מיט אפאר חבירים, וואס דאס מיילעכל האט זיי ביטערליך געסראחעט, אז ס'איז געווען א שרעק צו שטיין נעבן זיי. און איינער פון די, איז דוקא געווען א געשמאקער און א הויעך קול געהאט, גערעדט האט ער מיט א שטארקע ווינט פון מויל, בקיצור ווי ער זאל ווען נישט האבן פון וואס מורא צוהאבן , מיט א פעסטע דרייסט,

אבער זיינע ציין האבן געשטינקען זעהר זעהר אומ'בחנט און ווען איך האב גערעדט מיט זיי האב איך די קאפ אראפגעבויגן און שטרענג מחליט געווען פון יעצט ביז די נעקסטע צען מינוט נאר צו אטעמען פון די מויל איך גיי נישט ריסקן צו אריינשמעקן פון זיינע ציין, כ'האב מיט איראניע געטראכט אז זעט אויס די טעם מצה איז זיי פארבליבן אין מויל אין אפשר אויך די שמאלץ פון די קרבן פסח

ביז איינמאל האב איך דיסיידעט זאל זיין וואס זאל זיין דאס מוז זיך ענדיגן פאר וואנס ענד פאר אלל, איך נעם עם אין א זייט און זאג: טייערע פריינד לאמיך דיך עפעס פרעגן, אבער זאג מיר דעם אמת, דו פיצט אמאל די ציין?
יא! וואס איז זיי זענען ברוין? זיי שמעקן ?
אקעי איז אזוי. כ'וועל דיר זאגן דעם אמת! ס'איז גאנץ ווייסליך, און ס'איז זייער מעגליך אז דו פיצט דיינע ציין מיט א פעינט ברוש, פעמים באהבה, ברתת ובזיע, אבער מ'האט שוין געהערט פון אזא זאך אז מענטשן האבן לעכער אין די ציינער פון וואס זיי אליין זענען נישט באוואוסט דערפון, ווייל אמאל איז עס פון אויבן פארדעקט אבער די עסן שטופט זיך אריין און מאכט זיך דארט א מושב, און שיסט ארויס א שטינק צו דיינע חבירים אין נאז, אבער א שטינק פון וואס דו וועסט קיין אהנונג האבן. איך מיין דיר חלילה נישט צו טשעפען איך זאג דיר עס נאר ווייל איך בין דיין חבר און איך מיין דיין אמת'ע טובה, איך וויל זאלסטיך העלפן. און איך ווייס איז קיינער וועט דיך נישט זאגן אזאנס אין פנים, נאר אזא משוגענער ווי איך, דעריבער בין איך טאקע דער וואס זאגט דיר עס כדי זאלסט זיך קענען גיין העלפן

כ'מוז זאגן רבותי די פאר חבירים זענען מיר זייער דאנקבאר געווען פארן זיי אויפמערקזאם מאכן אויף זייערע פעלערן פון וועלכע זיי האבן בכלל נישט געוואוסט אפילו .

שרגא » דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:33 pm

· #29109
נעבעך א מעשה שהיה וואס איז לעצטנס פארגעקומען.
איין טאג נאכ'ן טון שידוך בשעה טובה ומוצלחת איז דער חתן מיט די כלה (פון יענע קרייזן) געפארן צוזאמען זוכן און קוקן א דירה. האט פאסירט דאס שרעקליכע און חתן דינן האט געמאכט א שרעקליכן עקסידענט. ער האט אריינגעקראכט אין א באס.
די כלה איז ערנסט פארוואונדעט געווארן. זי איז געבליבן אין א קאומא.
אויב איז דאס נישט גענוג און אויב וואלט זיין שולד געפיל אים נישט סייווי גענוג געשטאכן א גאנץ לעבן, האט די פאליציי דערקלערט אז ער, דער חתן, איז שולדיג אין דעם עקסידענט.
איז די שאלה יעצט, אויב די כלה בלייבט אין אזא שווערן אומבאוועגליכן צושטאנד, וואס דארף דער חתן טון? ווי לאנג דארף ער ווארטן?
מעג ער אפלאזן די שידוך? קען ער דען? אפילו זי זאל בלייבן צען יאר אין די קאומא, קען ער דען זיך אוועקדרייען? און צי מאכט עס ערגער אדער טוישט עס די מציאות דער פאקט אז ער האט איר למעשה געברענגט צו דעם ביטערן מצב?

די ביטערע ענדע איז אז עס איז נישט אנגעקומען צו אזא דילעמע ווייל די כלה איז שוין נעבעך געשטארבן ל"ע.

טייל וועלן ארויסנעמען דערפון די זייטיגע מעלה פון נישט פארברענגען צוזאמען אלס חתן-כלה. אבער אנדערע וועלן דאך שנעל קומען צו לויפן שרייען אז אויב אזוי זאל מען אפשר אויך נישט פארן נאך די חתונה ווייל דעמאלט איז שוין אויך געשען עקסידענטס, אדער אפשר אויך נישט פארן מיט די קינדער וווייל דאס איז שוין אויך ליידער געשען, און אפשר אויך בכלל נישט גיין אויפ'ן גאס ווייל אויך פיסגייער זענען שוין אראפגעקלאפט געווארן. סאו לאמיר ענדערש ארויסנעמען דערפון עפעס וואס יעדער וועט מסכים זיין:
מען דארף אכטונג געבן וויאזוי מען דרייווט. עס קען טוישן דאס לעבן אין איין איינציגע סעקונדע!
איך רעד אויך צו מיר אליין. די יאגעניש מאכט סייווי נישט אויס צופיל אין צייט. דער חילוק צווישן פליען ווי די גרעסטע חיה און פארן נארמאל אויפ'ן ספיד לימיט וועט אויסמאכן ביי א וועג פון א שעה נישט מער ווי 10 מינוט. דאס טוישן פון ליניע צו ליניע יעדע צוויי סעקונעדעס העלפט אפשר אביסל פאר די נערוון, אבער עס קען זיך חלילה א רגע דערנאך ענדיגן דער גאנצער "איך" מיט די אנגעצויגענע נערוון צוזאמען. עס לוינט זיכער נישט פאר די ספק פון פארלירן א כלה, א ווייב, די קינדער, אדער זיך אליין.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:40 pm

· #29111
שרגא
מען דארף אכטונג געבן וויאזוי מען דרייווט. עס קען טוישן דאס לעבן אין איין איינציגע סעקונדע!

און בפרט, ווען מ'פארט מיט די כלה אין קאר, קיפ יור אייז אן די ראוד, וועסט וועסט האבן גענוג צייט איר אנצוקיקען א גאנץ לעבן... אויב קוקסטו יעצט אויפן ראוד.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:59 pm

· #44294
מאראלישע דילעמא
איך האב א שאלה פארצולייגן פארן ציבור.

איך האב היינט ארויפגעברענגט די פאסט, און כרגיל געפענט און דורכגעקוקט, די וויכטיגע אין איין פייל, בילס אין א צווייטע, און וואס באלאנגט אין מיסט אין א דריטע...

אין די מיסט הויפן איז געלעגן א שנאר בריוול פון א מוסד, ממש איידער איך האב עס געשיקט צו איר אייביגע רוה, האט מיין אויג געכאפט אז עס איז נישט אדרעסירט צו מיר נאר צו א שכן.

סתם אזוי וואלט איך צוריק צוזאמגעשטעלט דעם שנאר בריוול און עס געגעבן דעם נעקסטן טאג פארן שכן, ערקלערנדיג אז איך האב עס בטעות געעפענט. אבל דא עקא, די מוסד איז a time און דער שכן האט אישוס. ער האט נאר ניין יעריגע צווילינג.

זאל איך עס צוריקגעבן? זאל איך עס גראד לייגן אין מיסט? אפשר וועט אים שטערן אז איך האב דאס געזעהן? אפשר טאר איך נישט צוריקהאלטן דעם מוסד פון באקומען זייער נדבה?

העלפט מיר ארויס! וואס טוט מען? וויאזוי איז ריכטיג?

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 12:28 am

· #44303
קענסט עס נישט אריין שטופן אין זיין פאסט קעסטעל?
די ואס קומען דריי פרי קאנעקטעדנקען מען פון אויבן אריינשטיפן די הענט אויב די האסט נשיטגראבע הענט.

אוך געדענק אן אשכול אויף מאראלישע פראבלעמען.

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 2:40 am

· #44353
העכסטענס שטופ עס אונטערען טיר.

משולם שטיינפעלד » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 7:24 am

· #44359
אונטערשטופן די טיר אדער אריינשטופן אין פאסט קעסטל איז נישט קיין אפציע. נאר איך מיט אים וואוינען אין דעם הויז.

עס איז טאקע א פשוטע שנאר בריוול. אבער עס איז א טארגעטעד מעילינג, והא ראיה איך האב עס נישט באקומען. דערפאר בין איך מסופק.

דעינעש » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 8:19 am

· #44362
אפשר וועלן עי טיים וואלענטירען זיין גרייט עס איבערצושיקן פון דאסניי פאר אים?! האסט פרובירט דאס??

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 9:29 am

· #44371
משולם שטיינפעלד

עס איז טאקע א פשוטע שנאר בריוול. אבער עס איז א טארגעטעד מעילינג, והא ראיה איך האב עס נישט באקומען. דערפאר בין איך מסופק.

איך מיין נישט עס איז טארגעטעד מעילינג ווייל איך האב עס אויך באקומען און אלע מיינע נעבערס אויך, קען זיין דו ביסט נישט אויף זייער מעילענג איז האסטו עס נישט באקומען

zurich » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:54 pm

· #47980
איך נעם אן צד א' פארוואס?
ווייל דאס קינד באקימט דא צוויי זאכן, איינס,א שכוח,און דאס מאכט עים שפירן גיט, און אויך אז ער האט עפעס אויפגעטוען, דאס הייסט ער האט געברעינגט א גלעיזל פאר זיין טאטן!!

לאדיך אפ » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:58 pm

· #47983
געב א קוק, ביי צד ב שרייבסטו "פארווס פעלט אויס צו זאגן ליגנט". די תירוץ איז אז די זון זאל נישט פילן ווי א לוזער.

אברעמעל » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:05 pm

· #47989
ער מוז נישט זאגן קיין ליגנט, ער קען זאגן כ'האב געזעהן שפעטער א גלאז אבער נישט גענומען וויבאלד דו ביסט שוין געגאנגען.

דבילה » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:20 pm

· #48002
כ'זע נישט די ליגנט אין צד א'

שרגא » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:58 am

· #48099
צד ב' איז פונקט אזוי גוט אויב טוט מען עס אויפ'ן ריכטיגן אופן. דער טאטע קען צוגעבן אביסל הבנה און געפיל צו זיינע ווערטער: "כעזקי, אן אמת'ן דאנק פאר'ן מיר ברענגען דעם גלעזל. נאר אינטערעסאנט אז כ'האב נישט פריער געהאט באמערקט דעם גלאז וואס איז דא געליגן אויפ'ן טיש, אבער סייווי האסטו שוין געהאט די מצוה פאר'ן גוטן רצון און אויך איך האב אריינגעכאפט די פארגעניגן אז דו האסט זיך אויפגעהויבן פאר מיינעט וועגן."

אדער אפשר אנשטאט "ווען כעזקי קומט מיט זיין גלאז זאל אים דער טאטע זאגן, איך האב שוין געטראפן א גלאז, כעזקי. שקויעך עניוועי." איז אפשר דא א דריטע אופן, צד ג: "כעזקי, הערסט, דארפסט נישט ברענגען, כ'האב יעצט געטראפן א גלאז אויפ'ן טיש. שקויעך עניוועי. יהי רצון כאילו, ווייל די הנאה האסטו מיר שוין סייווי געמאכט." אזוי פארמיידט מען דעם אביסל-אומאיינגענעמען געפיל פון אנקומען מיט'ן גלאז אין האנט און זען ווי דער טאטע האלט שוין איינס.

אמת איז אייביג בעסער ווי ליגנט, ווען מעגליך.

וחלופיהן » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:33 am

· #48111
דיין זין איז נישט דיין שלאק און זיי מוחל הייב דיך אויף און ברענג אליין אריין א גלאז.

שרגא » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:33 pm

· #48136
מען האט נישט דא דן געווען צי יענער טוט בעצם א גוטע זאך מיט'ן שיקן זיין קינד אים באדינען, נאר למעשה ווען עס מאכט זיך אזא סיטואציע (זאל זיין ווייל דער טאטע זיצט אין א ווילטשעיר) און עס זענען דא די צוויי אפציעס, וועלכע איז בעסער.

לעצם הענין בין איך גראדע אויך א חסיד פון זיך אליין באדינען ווען מעגליך און נישט ניצן סתם אזוי אנדערע (דאס ווייב אריינגערעכנט) ווייל איך בין יעצט פויל. ביים שבת טיש שטעל איך זיך אליין אויף רוב מאל ווען איך וויל עפעס. אבער נישט אז איך האלט עפעס איז "ראנג" ווען מ'בעט א קינד עפעס צו ברענגען און עס מיינט 'נישט' אז ער איז דיין שלאק אויב איז עס איז אויף א נארמאלע אופן. נאר למען האמת זעט מען טאקע היינט אסאך וואס רירן זיך נישט פון פלאץ פון קידוש ביז נאכ'ן בענטשן. מען איז אזוי געוואוינט צו בעטן אלעס פון אלע ארומיגע אויסער פון זיך. קען זיין עס האט מיט דעם וואס מען האט אסאך קינדער וועלכע זענען גרייט יעדע סעקונדע צום באפעל פון זייער קעניג/פאטער און אויך א ווייב וואס איז שוין אזוי געוואוינט אז זי טוט "אלעס" אין שטוב. די מעגליכע קאנסעקווענצן פאדערט אפשר טאקע אן אנאליז.

וחלופיהן » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:48 pm

· #48139
איך האב עס געזאגט פארן זעלבן סיבה וואס דו האסט גאר גוט ארויסגעברענגט.

לגופו של ענין איז מיר די שאלה מאדנע ווייל עס צייגט אויף א געמאכטע און ארטיפישל באציונג צווישן טאטע און קינד. ער האט געבעטען א גלאז און ער האט באמערקט אז ער האט שוין. איז אדער געב א שריי כעסקי ס'יז אקיי איך האב שוין, אדער ווען ער קומט צוריק זאגסט דו אים, סארי נאך ביסט ארויסגעגאנגען האב איך באמערקט אז איך האב שוין א גלאז אבער טאנקס עניוויי און אפשר וועט עס איינער באלד דארפען. ענד אוו סטארי. לייף איז טו שארט מאכן א גאנצען טאראראם איבער א גלאז. דו וואלסט זיך נישט אזוי באנומען ווען עס פאסירט מיט דיין חבר איז פארוואס א גאנצער טיאטער מיט א קינד? אויסער אז די ריליישנשיפ איז טאקע א סארט אבינו מלכנו אדער אדוני המלך פארשטיי איך בכלל נישט די אישוס.

zurich » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:16 pm

· #48192
וחלופיהן
דיין זין איז נישט דיין שלאק און זיי מוחל הייב דיך אויף און ברענג אליין אריין א גלאז.

איך האב מורא דו רעדסט פון ווייטאג? בין איך גערעכט?

משה געציל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:40 pm

· #48248
קופערניקס רעדט פון א פאל וואס שמעון האט נאכנישט עספיט אפ צו נעמען דעם נהורא קדישא פנעם רודא-שלאקסער ביהמ״ד (איך זאג עס גוט נאך?), אדער ער האט עס שוין יא אבער שמעון וויל אים עס אריברענגען (כנלע״ד בפשטות דברי קופערניקס). אויף דעם וואלט מיין שכל מיר געזאגט אז אוודאי פעלט זיך אויס אנצוריפען שמעונ׳ן שיין באדאנקען און מודיע זיין אז ער האט שוין איינס און עס איז א שאד אויף די טירחא, אויב דו ווילסט וועל איך עס קומען אפנעמען ביי דיר ביי א צווייטע געלעגענהייט אבער עס איז א שאד אויף דיין טירחא.
משא״כ ביי יאנקלנ׳ס מעשה ווען שמעון האט שוין אפגעטון זיין חלק, די ספר ליגט שוין ביי אים יעצט ליגט נאר אויף ראובנ׳ן אפצונעמען דעם ספר פון שמעונ׳ן וואס דאס האט ער ממילא געפלאנט צו טאן, וואלט מיינע מאראלישע אינסטינקטן מיר געטריבן עס יא אפצונעמען ביי אים און געבן ווייטער.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:21 am

· #159623
עס האט זיך מיר פונקט געמאכט אזא מעשה (מעין הפתיחה) ממש לעצטענס.

א נאנטער ידיד מיינער האט געטון עפעס וואס האט געברענגט מענטשן זאלן רעדן אויף אים (ציניש, מילד גערעדט), ממש א ליצנות. מיין ידיד האט באמת גארנישט געמיינט ראנג, נאר ער האט פשוט נישט "געכאפט" אז דאס וואס ער טוט איז נישט גענצליך אקצעפטירט במחנינו. איך האב זיך א לאנגע צייט ארומגעשלאגן אין מיין מחשבה צי איך זאל יענעם מעורר זיין אדער ענדערש איגנארירן און לאזן דעם עולם (אומריכטיג!) לאכן אונטערן רוקן.

למעשה האב איך אים באשלאסן יא צו זאגן. איין נאכמיטאג האב איך אים צוגערופן פריוואט, און אים איידל געזאגט וואס איך האב צו זאגן. כ'האב אים פארציילט אז כ'האב מיך שטארק גע'ישוב'ט צי איך זאל אים אויפמערקזאם מאכן דערויף, אבער כ'האב געשפירט אז אויב איך וואלט געווען אין אזא מצב, וואלט איך יא געוואלט מען זאל מיר איידל מודיע זיין, נישט אז מען זאל לאכן אונטער מיר.

צו מיין ערשטוינונג האט ער זיך אנגערופן - נאכן באדאנקען - אז ער איז נישט זיכער אז ער וואלט געוואלט מען זאל אים מודיע זיין. ער טענה'ט אז יעדער מענטש האט געוויסע זאכן וואס נישט יעדן געפעלט, און איך גיי מיר מיין וועג און איך טוה ווי אזוי איך פארשטיי, און אויב יענער וויל לאכן ווייל עס געעפלט אים נישט - איז עס נישט מיין פראבלעם!

זעהט אויס אז עס ווענדט זיך אויך אין ווי-א-מענטש, אויב האסטו א איבריגע מאס קאנפידענץ און דו לאכסט זיך אויס פון יעדן, דאן זאג נישט; אויב אבער ווילסטו יא געפעלן פאר מענטשן, איז בעסער יא מודיע צו זיין.

אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:29 pm

· #159817
איך מיין די בעסטע עצה איז צו זאגן פארן חבר, "העי יענקל כהאב געזעהן א מוראדיגע ארטיקל אויף קאווע שטיבעל, מיזט עס ליינען" און ווייזט אים דעם תגובה וואס באהאנדעלט זיין פראבלעם (למשל נודפ'ן פון שווייס, צי רייניגען דעם חוטם).

זאל_זיין » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 9:43 am

· #159840
דילעמא
איך האב געקאלט חברים פאר א באאסט נאך 10 מינוט ווארטען (כבין געווען אין א ראש) פאוסט איך אויף א וואטסעפפ גרופ פאר הילף און פונקט א חבר מיינער איז געווען דארט מיט קעבלס...
דילעמא: א חברים מעמבער איז מעגליך אויפן וועג מעגליך פון 20 מינוט אוועק איך האב צוריק געקאלט חברים זאגען וואס סגייט פאר זאגט מיר די דיספעטשער אז איך זאל צוריק קאלען ווען די קאר איז אף ענד ראנינג , סהאט גענומען א פאר מינוט פלאס כבין נישט געווען זיכער אז סוועט זיין בסדר (חבר איז דאך נישט א חברים מעמבער (; )
עני וועיס איך קאל צוריק חברים צו קענסלען בעת די מעמבער קומט צו צום קאר פרעגען אויב איך האב געקאלט חברים
כהאב געפילט שלעכט פארען מעמבער און אויך האב איך געטראכט מן הסתם רעדן זיך מעמבערס אויס טא איטש אדער אויף קאללערס ווי איך
וואס העט איך געדארפט דען טון?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:38 pm

· #160015
אפטעמיסט
איך מיין די בעסטע עצה איז צו זאגן פארן חבר, "העי יענקל כהאב געזעהן א מוראדיגע ארטיקל אויף קאווע שטיבעל, מיזט עס ליינען" און ווייזט אים דעם תגובה וואס באהאנדעלט זיין פראבלעם (למשל נודפ'ן פון שווייס, צי רייניגען דעם חוטם).

אבער נעמען טעגליך א שויער און לייגן די-אדאראנט איז דאך אסור. מ'הייסט אן אויפגעקלערטער, א משכיל און א שייגעץ. און טוישן די זאקן און די אונטערוועש מער ווי איינמאל א וואך מערב שבת לערב שבת. 😳

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:41 pm

· #160016
זאל_זיין
איך האב געקאלט חברים פאר א באאסט נאך 10 מינוט ווארטען (כבין געווען אין א ראש) פאוסט איך אויף א וואטסעפפ גרופ פאר הילף און פונקט א חבר מיינער איז געווען דארט מיט קעבלס...
דילעמא: א חברים מעמבער איז מעגליך אויפן וועג מעגליך פון 20 מינוט אוועק איך האב צוריק געקאלט חברים זאגען וואס סגייט פאר זאגט מיר די דיספעטשער אז איך זאל צוריק קאלען ווען די קאר איז אף ענד ראנינג , סהאט גענומען א פאר מינוט פלאס כבין נישט געווען זיכער אז סוועט זיין בסדר (חבר איז דאך נישט א חברים מעמבער (; )
עני וועיס איך קאל צוריק חברים צו קענסלען בעת די מעמבער קומט צו צום קאר פרעגען אויב איך האב געקאלט חברים
כהאב געפילט שלעכט פארען מעמבער און אויך האב איך געטראכט מן הסתם רעדן זיך מעמבערס אויס טא איטש אדער אויף קאללערס ווי איך
וואס העט איך געדארפט דען טון?

און וואס איז מיט די משנה אין פרקי אבות "והוי דן את כל האדם לכף זכות". דער חברים מעמבער איז דאך א וואוילער איד איז ער דיך זיכער דן לכף זכות.

אפטעמיסט » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 12:22 am

· #160022
berlbalaguleh
אפטעמיסט
איך מיין די בעסטע עצה איז צו זאגן פארן חבר, "העי יענקל כהאב געזעהן א מוראדיגע ארטיקל אויף קאווע שטיבעל, מיזט עס ליינען" און ווייזט אים דעם תגובה וואס באהאנדעלט זיין פראבלעם (למשל נודפ'ן פון שווייס, צי רייניגען דעם חוטם).

אבער נעמען טעגליך א שויער און לייגן די-אדאראנט איז דאך אסור. מ'הייסט אן אויפגעקלערטער, א משכיל און א שייגעץ. און טוישן די זאקן און די אונטערוועש מער ווי איינמאל א וואך מערב שבת לערב שבת. 😳

איך זעה אז ביסט יא א יודע ספר און א איש מורם מעם וואס פארשטייט דעם חומר הדבר פון זיך שויערן, א זאך וואס געהער צו פארצייטישע משכילים און נשים קלי דעת (מיט לאנגע שייטלעך, פארשטייט זיך). נו, ווי האט איר זיך דערקייקעלט צו אזא ביליגע פאסטן ווי א בעל עגלה, פארוואס זענט איר נישט א כלי קודש צו כאטש א יושב בטל ואוכל נהמא דכתיפא, ווי קומט צו אייך אזא פראסטע לעבנסשטייגער?

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 4:33 pm

· #160152
מ'קען אמאל זיין ביי די פערד (בעל עגלה) און דער קאפ זאל זיין אין ביהמ"ד ביי אביי ורבא. און אמאל איז פאראן איינער וועלכער זיצט אין ביהמ"ד און דער קאפ איז איהם ביי די פערד.

ס'געווען אמאל א פרעזידענט אין אמעריקע (לינדאן דזשאנסאן) אויף א געוויסן אנגעשטעלטן אין זיין רעגירונג, פארוואס ר'איז איהם נישט משלח לעזאזל. אז "ס'איז בעסער ווען ער איז אין געצעלט און **** ארויס, ווי אז ער זאל זיין אינדרויסן און **** אריין.

אפטעמיסט » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 4:56 pm

· #160166
אבער דאך, משום מראית עין איז נישט אויסגעהאלטן צו ארבעטן

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:10 pm

· #180000
און די לעצטע פאר חדשים האבן צוויי מענטשען מזיק געווען מיין קאר. איינער האט מיר אראפגענימען א שפיגעל די צווייטער ציקנייטשטש מיין בעק באמפער.
קיינער פון זיי האבן נישט געלאזט א צעטעל אויף מיין ווינדשילד מיט זייער אינפוי.
ווען איך נעם אראפ איינעמס שפיגעל לאז איך א צעטעל בפרט אויב כווייס סאיז א איד'ס קאר, (ביי א גוי ווערט עס קאמפלעצירט (רעסיסט)
היינט האב איך מזיק געווען איינעם און כדארף עם לאזן וויסען. כקען מיך נישט פועלן סגייט מיר קאסטן אסאך געלט.
מיין צד עם נישט צי לאזן וויסען איז, היות קיינער איז זיך נישט נוהג מיט מיר אזוי, פארוואס זאל איך זיין די איינציגסטע צדיק און נאר ליידן דארפאר? מיין ווייב טנעהט כבין א נאר נישט קיין צדיק.
כשפיר כאולי סאיז דא אזא אומאפיציעלע אפמאך קיינער באצאלט נישט פאר קיינעם.
מאכט דאס סענס מאראליש ? איז דא אזא מהלך ע''פ ישרות?

מר. ניזק אויב גיי איך דיר צים סוף לאזן וויסען און באצאלן וועל איך דיר שיקן א גמ''ח טשעק אדער מאני ארדער און די פאסט, משום חשש גילו.
און פליעז אישי מיר נישט ווייל כגיי דיר נישט ענטפערן.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:27 pm

· #180003
אויב איינער ברעכט זיך אריין ביי דיר אין שטוב און ליידיגט אויס די זילבער שאנק ל"ע, גייסטו מארגן אריין צום שכן אויסליידיגן זיין זילבער שאנק?

sefish » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:29 pm

· #180005
בדידי הוי. איך האב אמאל יא גלאזט א צעטל און ביטער חרטה געהאט, ווען איך ווייס בעפאר ווער יענער איז וואלט איך נישט געלאזט א צעטל. ער האט געריטן אויף מיר און געגאנגען צום טייערעסטן באדי שאפ און מיר פיין געריפט.

נולד מאוחר » מיטוואך יאנואר 29, 2014 8:18 am

· #180026
משולם שטיינפעלד
אויב איינער ברעכט זיך אריין ביי דיר אין שטוב און ליידיגט אויס די זילבער שאנק ל"ע, גייסטו מארגן אריין צום שכן אויסליידיגן זיין זילבער שאנק?

די מנהג המקום איז נישט צו גיין לכתחלה גנבנן, סאיז אויב מטרעפט יענעמס זילבער ביי זיך אונדערהיים געבט מען עס נישט ציריק.

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 29, 2014 8:45 am

· #180027
@נולד מאוחר, דיין שאלה געהערט אין אן הלכה'דיגן אשכול.
וואס האט דאס מיט מאראל?

טעפל » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:24 am

· #180031
קאווע טרינקער
@נולד מאוחר, דיין שאלה געהערט אין אן הלכה'דיגן אשכול.
וואס האט דאס מיט מאראל?

ער פרעגט מאראליש, הלכהדיג ווייסט ער אליינ'ס.

נולד מאוחר » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:03 am

· #180037
mor·al [mawr-uh l, mor-]A

—adjective

of, pertaining to, or concerned with the principles or rules of right conduct or the distinction between right and wrong; ethical: moral attitudes.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 30, 2014 2:07 pm

· #193454
א מאמע געבט אויף איר לעבען פאר איר קינד.
nypost.com/2014/03/30/a-moms-terrible-choice-her-life-or-her-childs/

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 30, 2014 11:52 pm

· #193685
הארצרייסענד און עמאציאנאל.
פארוואס זענען מיינע אויגן נאס?

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:11 am

· #193691
די שטארקע אהבה טאטשט די מענטש. סאיז אינטערסאנט אז גוים האבן זיך עכט ליב.

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:16 am

· #193694
נולד מאוחר
די שטארקע אהבה טאטשט די מענטש. סאיז אינטערסאנט אז גוים האבן זיך עכט ליב.


פ"וו?