☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7721
בלאט: 1 2 3 4

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:40 pm

· #244403
איין זאך פעלט פון די בחירות.

תעמולה!

קיינער קאמפיינט נישט פאר זייער שטיקל/קאנדידאט...

קיינער דרייט נישט איבער די שטאט...

מ'איז צו פאסיוו, און מ'לאזט דעם אויסגאנג צו טשענס!...

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:44 pm

· #244404
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Prisoner%27s_dilemma#In_economics">http://en.wikipedia.org/wiki/Prisoner%2 ... _economics</a>

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:49 pm

· #244407
פישל'ע העררינג
איין זאך פעלט פון די בחירות.

תעמולה!

קיינער קאמפיינט נישט פאר זייער שטיקל/קאנדידאט...

קיינער דרייט נישט איבער די שטאט...

מ'איז צו פאסיוו, און מ'לאזט דעם אויסגאנג צו טשענס!...

בארואיג זיך. בסך הכל האבן אפאר כולל יונגעלייט געשריבן אביסל אמאטוריש גראמען, ס'איז נישט אוועקצומאכן, אבער אויך נישט גענוג איבערצודרייען די שטאט.

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:16 pm

· #244417
@יאיר,

ק'מאן... בארואיג זיך! 😂

א גרויסע טייל זענען טאקע אמעטורישע גראמען פון כולל יונגעלייט. א שיין פאר פון זיי זענען קונסט שטיק. לאמיר לאזן מיין אייגן ווערק אין א זייט, נעם פון לשון הקודש "בני בינה", "וכשאני לעצמי", "שאון השעון", און פון אידיש "אלו ואלו", "ראדני", "המבין יבין", "שובה" און נאך אפאר אזעלכע, ס'נישט סתם נישטיגע גראמעלעך פון כולל יונגעלייט. ס'איז קונסט, אי משום היכולת לבטא על הכתב רגשי הלב, אי משום יופי הלשון והסגנון.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:24 pm

· #244422
קונסט איז רעלאטיוו. איך פארשטיי אז פאר א חרדי'שער יונגערמאן אז א גרויסער דערגרייכונג אז ער קען נעמען זיינע געפילן און עס אויסשטעלן אין גראמען, ממש ווי דער מלך הבדחנים אליין, אבער ווען מען מאכט דערפון אזא מצב דערפון קומט מיר צו איבלען. איך ווייס אז כוכב וועט מיר צערייסן, אבער דער גאנצער פארמעסט מיט פריוואטע אישי'ס און ריזיגע קידוש לבנה אותיות פון "גייט שטימען!" איז בעיני זייער קינדעריש. לא ברוח ולא ברעש ולא באש ה'.

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:28 pm

· #244426
איך בין מוחה. ווען נישט כוכב ווייס איך נישט ווען איך וואלט אנגעקומען צו שטימען פאר זיי, ווער רעדט נאך פון לייענען.

עה, ערנסט גערעדט, כ'האב עס טאקע נאר געלייענט צוליב די גאנצע מצב. כ'האב אפנים נישט געוואוסט וואס איך פארפאס. וואס פעהלט אויס אוועקצומאכן. מ'קען שוין מיינען די רעש וואס אפאר תגובה'לעך אין קאווע שטיבל מאכן. אלץ בעסער ווי פלאקאטן פאר ראמאפא און שמאמאפא.

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:36 pm

· #244429
מאך נישט אוועק "חרדי'שע אינגעלייט", חרדי'שע אינגערמאן...

אפשר איז נישט דא א רבי שמעון חזק, א דונש, אדער ר, י יהודה הלוי צעווישען אונז, אבער שאון השעון, לדוגמא, איז קלאר נישט עפעס וואס סתם "א חדר אינגל האט געשריבן און ס'גוט נאר פאר די אומוויסענדע חרדים וועלכע קענען זיך נישט אויס מיט די גרויסע וואונדערליכע וועלט פון גוי'שע פאעטרי"... גענוג פארצייטישע פיוטים / קאפיטלעך קענען זיך פארשטעקן פאר'ן אץ בדרכו לא יודע נופש. ראדני, נאך א דוגמא, איז אויך אויף א אנדערע לעוועל וויאזוי עס מאכט א שטיין רעדן געפיליש מיט שטארקע אבזערוואציעס.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:40 pm

· #244430
הא גופא קשיא, אויב זענען די פאעמס טאקע אזוי וואונדערליך דארף מען נישט אזוי טרומפייטערן דערמיט.

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:45 pm

· #244433
יאיר
הא גופא קשיא, אויב זענען די פאעמס טאקע אזוי וואונדערליך דארף מען נישט אזוי טרומפייטערן דערמיט.

דערמאנטסט מיר פון יענעם משוגענעם, טאמער האט מען אים נישט געגריסט, הע פאסט דיר נישט צו גריסן, האט מען יא געגריסט, זאג נאר כ'האב געלערענט מיט דיר אין איין חדר ?

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:51 pm

· #244437
יאיר
הא גופא קשיא, אויב זענען די פאעמס טאקע אזוי וואונדערליך דארף מען נישט אזוי טרומפייטערן דערמיט.

יאיר כ'האב דיר געענטפערט אין אישי.
כ'זע נישט וועמען ס'שטערט דעם קאמפיין צו שטימען און זיכער נישט אז ס'זאל אויסגעטייטשט ווערן לריעותא פונעם פארמעסט (דער פארמעסט האט דאך אפילו א פאעזיע פונעם וועלט בארימטן פאעטיסט יאיר 😂) די קאמפיין ארויסצושלעפן די וויילער צו די שטים בודקעס זאל אנגעקוקט אך ורק פאר ענטערטעינמענט פוירפעסעס אנלי, מיט עטוואס אן ערנסטע כאראקטער אוו גלייכצייטיג האט עס א זייטיגע בענעפיט אריינצוברענגען א לעבנס לוסט אין פרישקייט דורכאויס די הייליגע ווינטער נעכט בשטיבלינו.
אויך איז דא נאך א טעם כמוס פארוואס א גרעסערער צאל וויילער איז מער כבוד פאר'ן שטיבל אבער דאס איז שוין אביסל צו טיף פאר יאיר.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:53 pm

· #244440
טאמבל סאס
איך בין מוחה. ווען נישט כוכב ווייס איך נישט ווען איך וואלט אנגעקומען צו שטימען פאר זיי, ווער רעדט נאך פון לייענען.

עה, ערנסט גערעדט, כ'האב עס טאקע נאר געלייענט צוליב די גאנצע מצב. כ'האב אפנים נישט געוואוסט וואס איך פארפאס. וואס פעהלט אויס אוועקצומאכן. מ'קען שוין מיינען די רעש וואס אפאר תגובה'לעך אין קאווע שטיבל מאכן. אלץ בעסער ווי פלאקאטן פאר ראמאפא און שמאמאפא.


האסטו יאיר א לעבעדיגע ביישפיל איבער די וויכטיגקייט פון תעמולה.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:58 pm

· #244442
בכל אופן, דיין כראנישע ציניזם (קרעדיט : ראובן) וואלט געמעגט איבערהיפן דעם קאמפיין, וואלסטוך נישט פארדארבן דעם מאגן.

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:19 pm

· #244448
מיט פיר רעדער פארט דער מעסעדש בעסער.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:20 pm

· #244449
איך האב געשטימט אדאנק כוכב'ס טרייבעריי

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:50 pm

· #244457
יאיר, וועמער זען ווען דו וועסט געווינען די גיפט קארד צי ס'האט זיך געלוינט די קאמפיין.

#ס'טגעהערט_א_מעשה

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:13 am

· #244462
האקטס אריין אין מיר, אן רחמנות. אבי איך האב אויסגעשווענקט מיין מאגן פון די איבלונגען. 😂

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:24 am

· #244500
קיסינג'ער האט אמאל געפרעגט, פארוואס טראגען אקאדעמישע געפעכטן פיל מער קנאה ושנאה און זענען באופן כללי פיל מער בייז ווי פאליטישע געפעכטן? הוא מותיב לה והוא מפרק לה, ווייל זיי מאכען נישט קיין נפקא מינה..

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:49 am

· #244529
מה הפשט, דער ערשטער שטים בודקע אשכול האט אנגעצויגן קרוב צו 1500 צפיות, אבער דער צווייטער האט נאר אנגעצויגן בערך 720, און דער דריטער האט בלויז אנגעצויגן בערך 500! מיין "גן השושנים" פי. די. עף אשכול האט אויך אנגעצויגן בערך 500 לאודס.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:46 am

· #244540
די עלטער א אשכול די מער צפיות.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:39 pm

· #244769
די מחברים פון די ניין פאעזיעס וואס זענען נישט קיין פיינעליסטן זענען באפרייט פון אנהאלטן די אנאנימיטעט און קענען מיטטיילן זייער אידענטיטעט אלס דער מחבר פון זייער פאעזיע.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:45 pm

· #244773
מכלל לאו אתה שומע הן. אז מען האט שוין די ליסטע פון אלע מחברים, אויב וועלן די איבריגע מגלה זיין, וועט יעדער וויסן ווער די 9 זענען. איז עס אקעי?

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:48 pm

· #244776
אפילו די ניין נעמען גייען ארויס בלייבט נאך אלץ גענוג נעפל אין די איבריגע אז מ'זאל נישט קענען אידענטיפיצירן די מחברים וואס קען חלילה גורם זיין צו בייעס.

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:58 pm

· #244781
אקעי, איך בין איינע פון די לוזערס, לאמיר זען ווער ס'קען צוטרעפן. צו מאכן גרינגער (אדער אפשר שווערער) כ'האב נישט געשטימט פאר מיין אייגנס.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:00 pm

· #244782
נצחו מצוקים את האראלים. איך בין א לוזער.

מצטמק ויפה » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:02 pm

· #244783
גם אני מצטרף להנ״ל

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:04 pm

· #244785
אני הקדוש האב געשריבן 'אמרתי'.

[יעצט הייבטס נישט אהן מיט שאלות...]

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:04 pm

· #244786
פישעל'ע ימי בינה? וואו...

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:05 pm

· #244787
אוי שעפעלע, ווען איך ווייס ווען בעפאר...

נהורא נפישא » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:10 pm

· #244788
באגיסט'ס כאטש ונבנתה מיט לייקס
עפעס אנדרעש האסטו אויך געשריבן, ונבנתה ?

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:15 pm

· #244790
אוי באשעפער, ס'טוט וויי צו זעהן ווער די לוזערס זענען.

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:16 pm

· #244792
רבותי! אפילו א לוזער, מיינט אבער נישט אז ער איז נישט א פיינעליסט מיט אן אנדערן שטיקל. כ'ווייס לכה"פ איינער (נישט איך) אין אזא מצב.

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:24 pm

· #244795
רויטע וואנצעס
אוי באשעפער, ס'טוט וויי צו זעהן ווער די לוזערס זענען.

ווארט צו ווען דו וועסט וויסן די געווינערס.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:33 pm

· #244798
איך האב באוויזען אנציען די ווייניגסטע שטימען . דאס איז נאך א הוכחה צו מיין טעזע אז דער גאנצער לעיקוואד זאך איז סתם אן אויפגעבלאזענע דמיון וואס האט מער מיט די ברענד ווי מיט די תוכן. עולם גולם זעהט דער נאמען לעיקוואד און לייקט סתם. קיינער פארשטייט נישט און אינטרעסירט נישט וואס ער זאגט בכלל. מ'זעהט דאך ווען לעיקוואד שרייבט בעילום שמו באקומט ער די ווייניגסטע אטענשין פון אלע.
(דאס מיינט נישט איך בין גרייט צו פארקויפען די ברענד.. א ברענד איז א ברענד..ווי זאגט ר' מיילעך בידערמאן.. ווילאנג דער כי הרבית פארקויפט זיך כאפט מען אריין.)

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:38 pm

· #244799
ברוך שכונתי לחכם הרזים

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:42 pm

· #244801
איי לעיקוואד, איז דאך מקוים געווארן דיין פאעזיע אויף דיר ארויף, ביזט געפאלן אין די פארמעסט פאר די שוואכערע... אבער טרייסט זיך לעיקוואד מ'וועט נישט פארגעסן אזוי שנעל פון דיין ליידיגע סקרין. דאס איז געווען עפעס צו חכם און צו נער.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/141829">viewtopic.php?f=50&p=141829#p141829</a><!-- l -->

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:47 pm

· #244804
לעיקוואד, סאיז נישט אינגאנצן אזוי, כאטש סאיז געווען די מערסטע סתום און די ווייניגסטע פארשטענדליך, און כאטש סהאט נישט ערהאלטן קיין שום חציוניותדיגע קונסט ווי גראמען אד'ג האבן דרייצן פון הונדערט און דריי ניקים דאס אויסגעוועלט אלס די סאמע בעסטע פאעזיע פונעם פארמעסט.

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:49 pm

· #244805
הותר לפרסום.. פילאזאפן האבן נאך אלעמען באשטימט אז "מאטי" האט יא א הארץ, טאקע א פארצווייפעלטע, אבער פארט א הארץ.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:54 pm

· #244807
ימי בינה איז מיינס. סארי עולם פאר'ן אנטוישען... איך האב מיך געלערנט מיין לעססען - נעקסט טיים שרייב איך גראמעלעך איבער טוילעטס והמסתעף...

יואב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:13 pm

· #244819
או חברותא איז מיינס, שכח פאר די אלע וואס האבן יא און נישט געשטימט. אז אכט און צוואנציג חברה זאלן אויף מיך דעם וועל-צינגעל שלעפן, פלוס פארדינען א ביאור פון יאיר און לעיקוואד וואלט איך דאס עני טיים געשריבן נאכאמאל. א כפרה דעם אמאזאן קארד.

מצטמק ויפה » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:19 pm

· #244826
שובה/השבינו איז מיין ארבייט, טענק יא אלל איך בין באמת אין שאק פון די שטארקע צאל שטימען וואס עס האט באקומען.

טאמבל סאס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:40 pm

· #244837
לויט וויאזוי עס איז היינט געגאנגען מיין איך אז כ'וועל מוזן ארויסנעמען מיינע ביסקיסע ניקס און איבערוועהלן פאר מארגן און איבערמארגן אזוי אז כ'זאל כאטש קענען זאגן אז מיינע געקליבענע האבן געווינען ביי גרופ 2 און 3.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:50 pm

· #244842
מצטמק ויפה
שובה/השבינו איז מיין ארבייט, טענק יא אלל איך בין באמת אין שאק פון די שטארקע צאל שטימען וואס עס האט באקומען.

איך האב שטארק ארויסגעהויבן אפאר סטאנזען פון דיין שובה אין מיינע רעיטינגס! ברוך שאהבתי את הראוי לאהוב...

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:59 pm

· #244844
און פארגעס נישט על גאור האט געווינען די מערהייט שטימען און געבליבן א לוזער. אלזא אל נא תיפול רוחך

בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:26 pm

· #244853
מיין שטימע איז געגאנגען פאר א גוט ווארט, ימי בינה און השיבנו.

כוכב » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 12:20 am

· #244909
ביזדערווייל איז יום טוב מיט די לייקס. די מחברים האבן זיך אליין ד
געלייקט און אלע לייקס זענען געבליבן ביי מיר.

יין שרף » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 12:25 am

· #244910
זיך אליין געלייקט אלס טעסט, אויב נאכן אריבערלייגען די פאעם צו מיין נאמען וועט די ״ואהבת לרעך ׳כמוך״ נאכאלס ארויסשטארצן...

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 1:48 am

· #244921
ונבנתה העיר
אני הקדוש האב געשריבן 'אמרתי'.

געווינען.
אפשר נישט?
F**k you
מיין שטימע
באקומען.

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:08 am

· #244995
און......... מ'האט פארלוירן נאכאמאל, דאס מאל מיט א לענסלייט. אבער ברוך השם דאס גייט מיר נישט זיין קיין גרויסע "דאגה בלב" וואס אפילו ווען יא דארף איך נישט דעם חיזוק פונעם פאזיע ווייל איך קען מיך ברוך השם אויסרעדן צו מיין טייערע אשת חיל אדער גוטע פריינד.
@כוכב עס איז אלעס דיין קרעדיט טענק יא ווערי מאטש, און גלייב מיר אז ביז פינף מינוט פארן שרייבן מיין שובה פאזיע (ליל א' דחנוכה) האב איך נישט געהאט די נערווען אנטייל נעמען אין די פארמעסט, נאר וויאזוי פלעגט די רבי זאגן "וואס כוכב קען קען נישט קיין צווייטער"

יישר כח אלע גוטע פריינד

כוכב » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:25 am

· #245312
אלע מחברים - - אויסער די ניין פיינעליסטן - - ווערן געבעטן זיך צו אידענטיפיצירן מיט זייערע פאעזיעס אז דער ציבור זאל קענען אפגעבן דעם ערליך פארדינטן אנערקענונג.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:29 am

· #245314
.
בלאט: 1 2 3 4