☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7721
בלאט: 1 2 3 4

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:58 pm

· #243435
קינד_אן_קייט
לתועלת הרבים (כדי שירוץ בו הקורא, וכו׳).


דער בילד איז א נחת.
שישו מעי, שישו מעי.

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:59 pm

· #243437
Oh my, your off 😮

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:02 pm

· #243438
כ'האב עטליכע דרעפטס אבער להצלחת הפארמעסט האב איך נישט עספיעט צו ענדיגן שרייבן ואתכם הסליחה.
מיינע פאעזיע אייגנשאפטן האב איך אויסגעגעבן מיט'ן רעדאגירן און ארויסהעלפן אויפקומען מיט פאסיגע קעפלעך.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:05 pm

· #243439
Way off!!

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:08 pm

· #243441
רבותי, קינד אן קייט האט פשוט געשטעלט די ליסטעס זייט ביי זייט, עס איז נישט א פרואוו אויף צירופים.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:09 pm

· #243442
(רעדאגירט)

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:09 pm

· #243443
קינד און קייט האט בכלל נישט געזוכט צו מכוון זיין, בלוז צוגעשטעלט א ליסטע על הסדר דער עולם זאל קענען ציען שטריכן.
ונבנתה מכה.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:09 pm

· #243444
בארואיגט ענק!
קינד_און_קייט האט גארנישט געגעסט דערווייל, ער האט פשוט א טובה געטון פאר די מענטשהייט און געלייגט ביידע ליסטעס אויף איין בלאט לתועלת הציבור, אז עס זאל זיין גרינגער צו האבן אלע פאעמעס פאר די אויגן, און זען מי ומי הכותבים.

#אויאיךביןדערדריטןטאגפורים!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:12 pm

· #243447
מ'קען נאך צולייגן צום ל"ו נרות. כוכב ביסט דאך געווען די שמש. אהער זאפארט!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:19 pm

· #243449
פונקט באקומען היינט פון חדר א ענדליכע צעטל.
rsz_120141225_205056.jpg

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:22 pm

· #243451
טייערע ליבע ברודער פון משפחת שושנים.
צוליב די גרויסע נאכפראגע, די מערכת ארבעט אומערמידליך אהערצושטעלן די שטום בודקעס, סיי טעכניש און סיי סטראטעגיש, מאמענטאל איז דא עיכובים. אבער האפנטליך גאר בקרוב.
#א שטימע פאר שושנים איז א שטימע פאר אייך

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:26 pm

· #243453
.

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:31 pm

· #243458
איך אויך
מיינע האסטו נישט צוגעטראפן.

אפטעמיסט
Oh my, your off 😮

פישל'ע העררינג
Way off!!

אזויווי די חברים מקשיבים ונבנתה, כוכב און קאפקע האבן שוין ערווענט, איז דאס נישט מיינע השערות, כ׳האב בלויז געקאפיעט כוכב׳ס רשימת הפייטנים פון פריערדיגן עמוד און געמאכט א רשימה פון די פיוטים כדי מען זאל קענען בעסער צוזאמשטעלן די צוויי און זיי ביידע זעהן אויף איינמאל, לתועלת הרבים.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:33 pm

· #243459
איך קלער אז לתועלת פון די וואלן זאלן די וואס האבן געשריבן עטליכע פאעמס מוזן אויסוועלן זייער בעסטע און אוועקנעמען די אנדערע פונעם פארמעסט. אזוי וועט מען האבן ווייניגער און מער אייגנארטיגע פאעמס וואס וועט פארגרינגערן צו שטימען.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:39 pm

· #243460
יאיר
איך קלער אז לתועלת פון די וואלן זאלן די וואס האבן געשריבן עטליכע פאעמס מוזן אויסוועלן זייער בעסטע און אוועקנעמען די אנדערע פונעם פארמעסט. אזוי וועט מען האבן ווייניגער און מער אייגנארטיגע פאעמס וואס וועט פארגרינגערן צו שטימען.

א מחבר קען האלטן אז איינס פון די איבעריגע איז אחד המיוחד, אבער איך וויל א טשענס צו זיין מחולק מיט איהם איבער הא גופא.

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:45 pm

· #243462
קאווע סוועט נישט קיין סך העלפן יאיר. מבלייבט מיט 28 פאעזיעס.
נאך לענגערע באראטענישן איז געבליבן אן אנדערע מהלך. הפרטים באים.

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:55 pm

· #243467
דער מהלך איז לכאורה זאל זיין צוויי דריי רונדעס פון וואלן, קודם די צען בעסטע, וכו'.

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:57 pm

· #243489
@כוכב חוץ פון די שושנים מערכת ארבעטסטו פאר די חברה קדישה אויך?
ווי האסטו דא ארויסגישלעפט א שיינע פאהר אידן פון בית החיים?
א באזודערע יישר כח פארדעם! האסט זיי כאטש דערמאנט אז זיי האבן אמאל געלעבט אין דער שטיבל! טענק יו

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:28 am

· #243528
מעוז צור (שושנה # איינס) >>>>>>>>> מרדכי בן יצחק

כוכב » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 10:45 am

· #243554
א וויכטיגע נאטיץ :
צוליב דער מאסנשטאבליכער ריבוי הפאעזיעס וואס זענען אלע ארויסגעשטעלט געווארן אין א פארהעלטניסמעסיגער קורצער צייט, האט זיך אויסגעשטעלט, אז טייל פאעזיעס האבן נישט באקומען איר פארדינטע אנערקענונג.
ווי אויך, צוליב די אנאנימיטעט פונעם פארמעסט, איז נישט געווען ווער ס'זאל זיך אפגעבן מיט איטליכער אשכול.
דעריבער, אריינגייענדיג צו די וואלן וואס וועלן זיך אנהויבן נישט שפעטער ווי זונטאג, אז איינער פון די חשוב'ע מחברים שפירט אז ער וויל אדוואקאטירן, ארויפברענגען אדער ארויסשטעלן א ביאור צו זיין פאעזיע, זאל ער עס ביטע אריינשיקן צו מיר אין אישי און איך וועל עס הארצן גערן ארויסשטעלן בעילום שמו.
מיט דאנק פאר אייערע קאאפעראציע.

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:08 pm

· #243595
פרינטיבל פי די עף פון אלע entrees.

<a class="postlink" href="https://dl.dropboxusercontent.com/u/13002565/%D7%92%D7%9F%20%D7%94%D7%A9%D7%95%D7%A9%D7%A0%D7%99%D7%9D.pdf">https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%9D.pdf</a>

כוכב » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 6:53 pm

· #243639
א - די שטום בודקעס פאר דעם גרויסארטיגן שושנים פארמעסט וועלן זיך עפענען בעז''ה מארגן זונטאג ויחי.

ב-עס וועלן ארויסגעשטעלט ווערן דריי באזונדערע שטום בודקעס פער איטליכע צוועלף פאעזיעס. די ערשטע בודקע וועט זיך עפענען זונטאג און פארמאכן מיטוואך די צווייטע מאנטאג און פארמאכן דאנערשטאג אאוו.

ג-עס וועלן אויסגעוועלט ווערן דריי געווינער פער אנקעטע. די מחברים גופא האבן אלע רעכטן צו שטומען פאר זייער אייגענע פאעזיע.

ד-יעדע ניק מיט פינף און צוואנציג תגובות און העכער האט א רעכט צו שטימען.

ה-פרטים קענען געטוישט ווערן, פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען.

פישלע העררינג » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:42 pm

· #243646
כמעט בלי ספק אז @אנאנים איז דער פארפאסער פון "אלו ואלו נשרפין". באזירט אויף שפראך, ווערטער אויסוואל, און זיינע פריערדיגע תגובות וואס ער האט פארעפנטליכט. ווער עס זאל נאר זיין דער פארפאסער, האט גאר גוטע אויסלייג, רייכע ווערטער זאפאס, און לייגט אראפ זיין ענין להפליא זייער קאנווינסינג.

פישלע העררינג » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:47 pm

· #243648
@ונבנתה העיר איז דער פארפאסער פון "אמרתי", באזירט אויף זיין טיפע יכולת אין פיוט וואס ער האט שוין פון פריער באוויזען, און בעיקר אויף דאס וואס ער האט מרמז געוועהן זיין ניק נאמען צום סוף כדרך המחברים, און זייענדיג דער ערשטער אריינצוגעבן זיין ווערק האט ער נישט פאראויסגעזעהן אז אנדערע וועלן נישט מרמז זיין כנהוג.

פישלע העררינג » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:53 pm

· #243652
@אפטעמיסט איז דער מחבר פון ראדני. באזירט בלויז אויף אינטואיציה.

פישלע העררינג » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:55 pm

· #243653
@מאראנצןזאפט איז דער זיכערע מחבר פון "א גוט ווארט".

פישלע העררינג » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:04 pm

· #243655
דרא דייסא ודירה איז לכאורה @הערשי. באזירט אויף אנשטרענגונג צו ווייזן (נישט פארטוישן מיט "באווייזן") קונסט.

פישלע העררינג » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:07 pm

· #243656
@יואב איז דער מחבר פון וכל ישראל מראין באצבע, באזירט אויף זיין פילמאליגע דערמאנען די נאז גלעזער געדרוקעכטס ביי פראטעסטן און טישן.

אפטעמיסט » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:41 pm

· #243660
פישעלע, וואס מיינט אינטואיציה?

דריידל » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:00 pm

· #243663
אפטעמיסט
פישעלע, וואס מיינט אינטואיציה?


וואסא חילוק. ס'מיינט נישט ותמגר (פון ולמלשינים)

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:07 pm

· #243664
אפטעמיסט
פישעלע, וואס מיינט אינטואיציה?


intuition

לכאורה געטוישט אויף לשה"ק באזירט אויף אנשטרענגונג צו ווייזן (נישט פארטוישן מיט "באווייזן") קונסט.

יואב » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:38 pm

· #243669
פישל, ווער ס'גערעכט ווייסט איין איינציגער כוכב, ( מיט גאט און דער מחבר זעלבסט שטייצעך.) דיינע מסקנות אבער שיינען מיך צו זיין אזש ווייניגער אקוראט ווי דיינע רעטינגס.  איך האב נאכנישט דורכגעליינט אלע, און איך וועל נישט האבן א געסינג צו אלע.


ווער יא ווייס איך נישט, אבער ראובן האט אין בעסטן פאל געזאגט דעם אלו ואלו נשרפין און נישט געשריבן. ס'מאכט פאר דיר סענס? פאר מיר נישט.

אויב ונבנתה האט פארפאסט אמרתי גייט א בילד פונעם ליבאוויטשער זיין מיין אוואטאר פאר א וואך צייט.

מאראנצןזאפט איז לדעתי זיכער נישט דער מחבר פון א גוט ווארט.

כל ישראל מראין באצבעו האט יואב – ווי ווייט איך ווייס – נישט געשריבן.

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:51 pm

· #243672
ביסט מרמז אז יואב און מיסעס יואב שערן א ניק?

יואב » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:55 pm

· #243675
איך אויך
ביסט מרמז אז יואב און מיסעס יואב שערן א ניק?

ממש כדברך. דו הערסט אויף ברעכן מיינע רמזים דא ברבים?

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:06 pm

· #243678
ניין.

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:49 pm

· #243692
גם אני אענה חלקי אין דעם געסינג געים.
ערבוביא - מאראנצן זאפט.
שאון השעון - ונבנתה העיר.
נהי בכי תמרורים - רויטע וואנצעס.
שובה/השיבנו - שמעקעדיג.

די אינוועסטיגאציע גייט ווייטער אן, און מיר האפן בעז"ה צו כאפן אלע פארברעכער בקרוב.

אפטעמיסט » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:58 pm

· #243710
פארענסיק באווייזן צייגט אן ווער געוויסע פון די מחברים זענען, אבער אנדערש ווי יאיר, וועל איך ע"פ בקשת העסקנים מאכן א קאווער אפ און נישט ארויסגעבן די אקוראטע געשיכטע. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:15 am

· #243714
הארץ סטרונעס- יאיר ?
אמרתי, ימי בינה, דרא דייסא ודירה- הערשי ?

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:05 pm

· #244256
היות עס איז נתברר געווארן נאך מערערע חקירות ודרישות אז עס איז פארהאן דא א דררא דממונא פארבינדן מיט'ן געווינען דעם פארמעסט, וויל איך אויסדריקן מיינע הצעות ווי אזוי מען וואלט געקענט בעסער אויסשטעלן די וואלן, ווייל אויף דעם יעצטיגן אופן מיין איך אז עס איז זייער מאדנע אויסגעשטעלט און עטוואס אומ'יושר'דיג.
ערשטנס, יעדער איינער זאל קענען אריינשטעלן נאר איין פאעם. עס איז נישט קיין יושר צו אויפהייבן די שאנסן דורכ'ן אריינשטעלן מער ווי איין פאעם (אודאי וועלן נאכאלס זיין געדאפלטע און געטריפלטע ניקס, אבער וואס קען מען טון).
צווייטנס, דער אויסשטעל פון שטימען אויף די ערשטע צוועלף רענדאם פאעמס אא"וו האט נישט קיין זין לדעתי. למשל אויב איינער גיבט אריין א פאעם וואס איז נישט צו גוט אבער אויך נישט צו שלעכט, א בינונית פאעם, נאר צו זיין מזל געפינט זיך זיין בינונות פאעם צווישן א גרופע זיבורית פאעמס, וועט אויסקומען אז יעדער איינער וועט וואוטן פאר זיין פאעם, כאטש אוועראלל איז ער בכלל נישט דער בעסטער.
אויסער דעם פיל איך פאני צו דארפן אויסוועלן צווישן אזויפיל זשאנרעס פון פאעמס. ווי אזוי איז בכלל מעגליך אויסצוקלויבן צווישן דער בית הכבוד פאעם און הארץ סטרונעס? זיי זענען צוויי עקן וועלט.
אויב מען מאכט שוין יא אפטיילונגען, וואלט איך פארגעשלאגן אז אויף א קומענדיגן פארמעסט זאל מען מאכן עטליכע באזונדערע זשאנרעס. צום ביישפיל:
הומאריסטישע פאעמס (בית הכבוד, שיר החסידים, טב למיתב ארמלו)
פאעטישע פאעמס (הארץ סטרונעס, העלע געדאנקען)
פינקי וועבער גראמען (שובה/השיבנו, א גוט ווארט)
שלום בערגער פאעמס (גיבורים ביד חלשים)
אויף דעם אופן קען מען אסאך בעסער מאכן אן אויסוואל, און אפשר קען מען אפילו ערלויבן איין ניק צו פרובירן זיך פארמעסטן אין עטליכע זשאנרעס, ווייל דאן איז עס נישט סתם געדאפלט די שאנסן נאר ער האט פאקטיש באוויזן צוויי טאלאנטן.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:24 pm

· #244259
א - מרעדט נישטא פון קיין ווייסעך וואס געלטער נאר א קליינע געשאנק להגדיל תורה.
ב-ווען איך זאל ווען פראפיילן וואלט עס נאר פארערגערט דיין פראבלעם ווייל יענער וואלט אויך געקענט מאכן א חשבון העטעך איך וואלט עס אריינגעשטעלט אין א צווייטע זשאנאר.
ג-דער וואס האט צוויי פאעזיעס קריגט צוויי זכותים ווייל ער האט געשריבן צוויי פאעזיעס 😉 עס האט יעדער געמעגט שרייבן וויפיל פאעזיעס נאר.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:27 pm

· #244261
בכלל איז די גאנצע דעמאקראטישע מהלך פון וואלן נישט קיין יושר.. וואס ווייסט דער עולם וועלכער איז גוט מדארף זיין א מבין אויף דעם..

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:29 pm

· #244262
יאיר, כ'האב שוין מעורר געווען דערויף וואס די אנטיילן די וואלן אויף די אופן פון דריי רונדן, איז מעגליך נישט יושר
לגבי די טענה אז נישט יעדער ווערט אייניג רעפרעזענטירט מכח דעם וואס ס'זענען דא וואס האבן אריינגעגעבן עטליכע פאועמס, איז נישט קיין טענה פון אומ'יושר היות יעדער איז געווען בארעכטיגט אריינצוגעבן וויפיל ער וויל, הגם ס'מאכט די פארמעסט ווייניגער אינטערסאנט
דאס זעלבע מיט די אויסמיש פון כלערליי דזשאנרעס, דאס מאכט אויף די פארמעסט ווייניגער אינטערסאנט.

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:32 pm

· #244263
כ'מיין אז אויף דעם אליין וויאזוי צו מאכן די וואלן וואלט מען אויף געדארפט מאכן וואלן, אבער ווער ווייסט ווי יושרדיג דאס זעלבסט וואלט געווען

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:37 pm

· #244265
לעיקוואד
בכלל איז די גאנצע דעמאקראטישע מהלך פון וואלן נישט קיין יושר.. וואס ווייסט דער עולם וועלכער איז גוט מדארף זיין א מבין אויף דעם..

די וואלן וועלן נישט אנטשיידן וועלכע דיכטונגען זענען גוט, נאר וועלכע דער עולם האט דאס בעסטע ליב, און דאס דארף זיין קלאר די צ'יל פון די וואלן

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:40 pm

· #244268
אויך האב איך געוואלט זאגן אז ווייסעך ווען אז מ'וועט דא אריינגיין אין גורלות אויף גרינע דאלארן וואלט איך מיך אראפגעזעצט שרייבן עפעס גוטס, נישט סתם געליגען אין בעט אין געטייפט פון טעלעפאן לאקשן.

דאס איז אבער, זעט אויס, די חכמה פון כוכב. מ'זאגט נישט אויס פארדעם וואס ווארט אנז אפ. נעקסטע מאל וועט נאך זיין א גורל אויף א הויז. ווער ווייסט.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:45 pm

· #244271
נהורא נפישא
לעיקוואד
בכלל איז די גאנצע דעמאקראטישע מהלך פון וואלן נישט קיין יושר.. וואס ווייסט דער עולם וועלכער איז גוט מדארף זיין א מבין אויף דעם..

די וואלן וועלן נישט אנטשיידן וועלכע דיכטונגען זענען גוט, נאר וועלכע דער עולם האט דאס בעסטע ליב, און דאס דארף זיין קלאר די צ'יל פון די וואלן

יעצט גיי צוריק און זעה אז די אלע אנדערע קשיות זענען אויך נישט שווער. בסך הכל וועסטו זעהן אויב מער מענטשען האבען ליב הומאריסטיש אדער טרויעריג, אידיש אדער עברית, וכו'. טאקע יעדער מאל פון די עטליכע וואס מוועלט אויף, כאילו עס זענען דריי עקסטרע פארמעסטן. עס וועט דאך זיין דריי עקסטרע געווינערס פאר יעדער פון די ניין?

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:49 pm

· #244273
וויאזוי וועט מען פון די ניין מאכען פיר?

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:49 pm

· #244274
פרישע וואלען

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:55 pm

· #244278
איך כאפ נישט וואס עס פעלט אויס די גאנצע קאמפליצירטקייט אויב אזוי. קומט אויס למעשה וואס איז אינטרעסאנט און זאגט עפעס (חוץ פון די גיפט קארדס, וואס קען שוין זיין א גורל פאר די זעלבע געלט) איז נאר די דריי געווינערס מתוך יעדער קבוצה.

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 1:09 pm

· #244281
לאמיך אביסל ממחיש זיין פארוואס ס'איז נישט יושר, למשל אזאיינער אויפן דריטן פלאץ וואס לאמיר זאגן האט אנגעצויגן 60 שטומען, זאל זיין פאר א פערדן פון א צווייטן קבוצה וואס האט לאמיר זאגן אנגעצויגן זיבעציג שטומען.
די גאנצה סיבה פארן צוטיילן איז דרך מאכן גרינגאר דאס בוחר זיין, נו דאס האט מען שוין געטאן, אבער יעצט ביים געווינען וואלט מער יושר געווען צו גיין דוקא לויט די נומערן פון אלא 36 אינאיינעם, און אזוי פעלט נישט אויס נאך א רונדהוואלן.
בלאט: 1 2 3 4