☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » און די "שושנים" פיינעליסטען זענען...

און די "שושנים" פיינעליסטען זענען...

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8045
בלאט: 1 2 3

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:53 am

· #244544
ביים מודיע זיין די פיינעליסטן וועט מען אויך מודיע זיין ווער די שרייבערס זענען, אדער דאס וועט זיין נאכן גאנצן פארמעסט?

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:57 am

· #244547
זיכער זאל מען ווארטן ביז נאכן פארמעסט אז נישט איז א שאד די גאנצע האלטן פארהוילן ביז יעצט
אבער לכאורה די איבריגע ניין פון יעדע סעט וואס זענען נישט געווינערס קען מען יא מודיע זיין צו וועם עס גיהערט

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:58 am

· #244548
לכאורה זאל מען עס האלטן בסוד, אבער אולי זאל מען אנפרעגן נהורא אדער יאיר צי ס'איז יושר. איך בין שוין צעמישט.

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:59 am

· #244550
נישט נוגע מער

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:00 am

· #244551
כוכב
לכאורה, אבער אולי זאל מען אנפרעגן נהורא אדער יאיר צי ס'איז יושר. איך בין שוין צעמישט.


וואס דארפסטו די מיטל מענטש, קענסט דאך גיין גלייך צו לעיקוואד. 😃

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:48 pm

· #244652
מיט וויפיל וואוטס מער פון די אנדערע?

אה, מ'קען שוין זען די צאל שטימען

יואב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:56 pm

· #244653
א קלאפ פאר פאעזיע! א ניצחון פאר געזעלשאפטליכע טעמעס/פראבלעמען, גראמען און הומאר.

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:01 pm

· #244655
נאר איינע פון מיינע געוועלטע האט געווינען. א גוט ווארט

שעפטל » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:02 pm

· #244656
📎 שושנים 1.png

שאלה, די באלד איז אלס געווינער'ס...?

אזוי אויך, מיינט דאס אז אינגאנצן 103 מענטשן האבן געשטימט???

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:03 pm

· #244657
יואב
א קלאפ פאר פאעזיע! א ניצחון פאר געזעלשאפטליכע טעמעס/פראבלעמען, גראמען און הומאר.

פאעזיע איז זיך מחזק אז ער ווערט נישט נתפעל פון דער עולם גולם. ער ווייסט ביי זיך וואס ער איז און גענוג. עס וועט נאך אמאל זיין רבים ביד מעטים גיבורים ביד חלשים בני בינה אומרים ומתלבטים בחברותא.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:04 pm

· #244659
כ'האב נישט געציילט וויפל שטימעס זענען אריינגעקומען, אבער דער עולם האט שטארק אנטיילגענומען. א מאסיווע סוקסעס.

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:04 pm

· #244660
ענדערש א קלאפ פאר לשון הקודש, א נצחון פאר מאמע לשון!

שעפטל » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:07 pm

· #244662
רויטע וואנצעס
כ'האב נישט געציילט וויפל שטימעס זענען אריינגעקומען, אבער דער עולם האט שטארק אנטיילגענומען. א מאסיווע סוקסעס.

אויב ס'דא 309 שטימעס, מיינט דאס אז 103 בערך האבן געשטימט. כ'שטעל מיך פאר אז יעדער איינער האט געשטימט פאר 3.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:08 pm

· #244664
רוב עולם וואוט פאר וואס זיי פארשטייען, נישט פארוואס מ'דארף זיי מסביר זיין. זיי מעגן זיין פיל טיפער טאלאנטפולער און א שטיק ארט, אבער רוב עולם פארשטייט נישט צו דעם, ס'איז א בחינה פון מאדערן ארט וואס קען זיין גאר טיף, אבער נארמאלע מענטשן פארשטייען עס נישט.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:09 pm

· #244665
ישמעאל הכהן
ענדערש א קלאפ פאר לשון הקודש, א נצחון פאר מאמע לשון!

ישמעאל הכהן: אז מ'איז אין א פאעטישע שטימונג, קענמען דיין מאמר אויכעט פארוואנדלען אין א מיני פאעמע...והנה:

...א נצחון
...פאר מאמע לשון

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:10 pm

· #244666
יואב
א קלאפ פאר פאעזיע! א ניצחון פאר געזעלשאפטליכע טעמעס/פראבלעמען, גראמען און הומאר.

אין ליכט פון דיין באהויפטונג, בין איך פראוד אז קיין איינע פון מיינע אויסוואלן האבן געווינען. דאס איז געווען איינע פון מיינע גרעסטע נקודות פארוועם נישט צו שטימען.

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:12 pm

· #244668
רויטע, ס'גוט וואס דו זאגסט אז ''רוב'' עולם וואוט וואס זיי פארשטייען, ווייל ס'אויך דא א חלק וואס וואוט'ן וואס זיי פארשטייען נישט... זיי ווילן דו זאלסט מיינען אז זיי פארשטייען עס יא... וק''ל.

מ'האקט

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:14 pm

· #244669
רויטע וואנצעס
רוב עולם וואוט פאר וואס זיי פארשטייען, נישט פארוואס מ'דארף זיי מסביר זיין. זיי מעגן זיין פיל טיפער טאלאנטפולער און א שטיק ארט, אבער רוב עולם פארשטייט נישט צו דעם, ס'איז א בחינה פון מאדערן ארט וואס קען זיין גאר טיף, אבער נארמאלע מענטשן פארשטייען עס נישט.

אבער אויב וועט יעדער איינער בלייבען מיט זיין טעם און הבנות פון פריער ווי ער איז געווען אין חדר מה הועילו חכמים בתקנתם? דא איז עפעס א חתונה ווי מדארף אויסגראמען יעדער פעטער מיט גראמען וואס יעדער פארשטייט ווייל אזוי איז דער מנהג? מען מאכט דא אזא קאנטעסט אז דער עולם זאל זיך טאקע לערנען עפעס ניי, צו קענען הנאה האבען פון עפעס וואס איז א משהו טיפער אדער אנדערש פון די חתונה בדחן גראמען און וויצען. עכ"פ דאס איז דער תועלת וואס וואלט געקענט זיין. אז מוויל דווקא בלייבען קינדעריש און זיך נאך פרייען דערמיט איז דא פאר דעם אנדערע סייטס.

יואב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:15 pm

· #244670
מ'זעט דא קלאר ווי יעדע שטימע האט געציילט. געוויסע פאעמעס האט בלויז איין שטימע געמאכט א זיכערן חילוק. אויב איז דא א פארלירער מיט 29 און א געווינער מיט 30, טייטש אז ווען עמיצער וואס האט געשטימט פאר דעם געווינער וואלט געשטימט פאר דעם 29'גער, וואלט ער געמאכט א צווייטן געווינען.

איך בין טאקע נייגעריג וואס וואלט געווען ווען למשל בני בינה קלאמערט זיך אויך צו דעם נומער דרייסיג, וואלט געווען פיר געווינער? א ראן-אוף? ס'איז א שאלה הלכה למעשה. אין דעם פאל זענען עטליכע זייער טייט, און יתכן אין די אנדערע צוויי חלקים וועט אזאנס געשען.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:17 pm

· #244672
וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:18 pm

· #244674
ס'איז מיר באמת א חידוש אז "גיבורים" האט אנגעצויגן די ווייניגסטע שטימען, דאס איז געווען מיין "נומער איינס." איינער (כ'מיין די אנדערע 12) איז מיט מיר?

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:18 pm

· #244675
שעפטל
📎 שושנים 1.png

שאלה, די באלד איז אלס געווינער'ס...?

אזוי אויך, מיינט דאס אז אינגאנצן 103 מענטשן האבן געשטימט???

די באלדס זענען די וועלכע דו האסט אויסגעוועלט, זעט זיך אויס אז דו האסט א גוטע נאז.

זיכער מער ווי 103, ווייל איינער האט געשריבן אז ער האט בטעות געשטימט נאר פאר איינס, און עטליכע האבן געשטימט פאר צוויי.

קאצקע ציקער » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:19 pm

· #244676
כוכב
לכאורה זאל מען עס האלטן בסוד, אבער אולי זאל מען אנפרעגן נהורא אדער יאיר צי ס'איז יושר. איך בין שוין צעמישט.

אויב איך מעג פרעגן, וואס איז טאקע די סיבה פון בכלל האלטן בסוד די נעמען פון די שרייבערס?

שעפטל » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:23 pm

· #244677
ישראל קאפקע

די באלדס זענען די וועלכע דו האסט אויסגעוועלט, זעט זיך אויס אז דו האסט א גוטע נאז.

לפי דעת @יאיר האט דאס שוין גארנישט מיטן נאז... ס'איז מער א מציאות...
יאיר
וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.


***

קאצקע ציקער
אויב איך מעג פרעגן, וואס איז טאקע די סיבה פון בכלל האלטן בסוד די נעמען פון די שרייבערס?

ס'קומט דאך נאך א ראונד. ס'איז בעסער צו שטימען פארן פאזיע ווי פארן שרייבער...

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:23 pm

· #244678
אפשר האט זיך די פאעזיע וואוט פשוט צוטיילט צווישן די טיעפערע, בבחינת divide the vote.

יואב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:24 pm

· #244679
יאיר
וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.

און א שיין פראצענט וואס אפילו זיי נייטיגן זיך נישט און א גוט ווארט, שלום בית איז נישט ממש ווי די אידן מיט דער תורה, צום בית כסא אבער וועלן אלע זיך אונטערגעבן. דאס פארשטייען אפילו די נישט מבינים. בית כסא האט אנגעצויגן אזויפיל ווי צוויי און פרעציג שטימען. סארא בושה.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:24 pm

· #244681
לעיקוואד, דאס איז די מציאות, ס'מיינט נישט אז ס'ריכטיג. בכלל איז דא א שיינע עולם וואס איז דא נישט זיך עפעס צו לערנען אדער שטייגן, זיי זענען דא זיך אויסצוטשוכן, אן ניצן איין עקסטער אונס פון טראכטן. אויך אין פאליטישע וואלן זעהט מען דער עולם וואוט פאר דער בעסטער פשוטעסטער גוטע קאמיוניקעטער, נישט דער גרעסטע חכם.

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:25 pm

· #244683
איך האב געשטימט פאר
א גוט ווארט
נהי בכי
שובה השיבנו

בין איך גענוג קלוג? א נער? א אויבער חכם? גוטע שלום בית?

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:27 pm

· #244684
רויטע וואנצעס
לעיקוואד, דאס איז די מציאות, ס'מיינט נישט אז ס'ריכטיג. בכלל איז דא א שיינע עולם וואס איז דא נישט זיך עפעס צו לערנען אדער שטייגן, זיי זענען דא זיך אויסצוטשוכן, אן ניצן איין עקסטער אונס פון טראכטן. אויך אין פאליטישע וואלן זעהט מען דער עולם וואוט פאר דער בעסטער פשוטעסטער גוטע קאמיוניקעטער, נישט דער גרעסטע חכם.

אז דאס איז די מציאות ווייסט יעדער.. איבער דעם בין איך דא מסביר זיין אז עס האט נישט קיין פשט אזוי.. אויב עס איז דא צו וועם צו רעדן איז א צווייטער חקירה.

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:28 pm

· #244685
א שטיקלע פלא אז דער עולם האט אזוי בויקאטירט די לשה"ק פאעזיעס.

יאיר זאגט אבער גוט. כ'קען מיר נאר פארשטעלן וויפיל שטימען א פאעמע אין לשה"ק קעגן די נשים חושקניות וואלטן אנגעצויגען!

הייל אידיש, הייל אידיש!!!

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:29 pm

· #244688
יואב
יאיר
וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.

און א שיין פראצענט וואס אפילו זיי נייטיגן זיך נישט און א גוט ווארט, שלום בית איז נישט ממש ווי די אידן מיט דער תורה, צום בית כסא אבער וועלן אלע זיך אונטערגעבן. דאס פארשטייען אפילו די נישט מבינים. בית כסא האט אנגעצויגן אזויפיל ווי צוויי און פרעציג שטימען.

פונקט האט מיר איינער געשריבן ווי שוואך (נע, שבח) דער בית הכסא איז, ווי זאגט טשורטשיל: some chicken...

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:30 pm

· #244690
ישמעאל הכהן
איך האב געשטימט פאר
א גוט ווארט
נהי בכי
שובה השיבנו

בין איך גענוג קלוג? א נער? א אויבער חכם? גוטע שלום בית?

א צובראכענער בעל תשובה...

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:30 pm

· #244691
רויטע וואנצעס
לעיקוואד, דאס איז די מציאות, ס'מיינט נישט אז ס'ריכטיג. בכלל איז דא א שיינע עולם וואס איז דא נישט זיך עפעס צו לערנען אדער שטייגן, זיי זענען דא זיך אויסצוטשוכן, אן ניצן איין עקסטער אונס פון טראכטן. אויך אין פאליטישע וואלן זעהט מען דער עולם וואוט פאר דער בעסטער פשוטעסטער גוטע קאמיוניקעטער, נישט דער גרעסטע חכם.

דעמאלט זאל מען שרייבן אונטער דעם אייגענעם נאמען און מאכן געהעריגע פאליטישע קאמפיינס, ווי פישעלע האט פארגעשלאגן. מען קען ארויסשטעלן קאלירטע פלאקאטן מיט באמבאסטישע פראזן ווי "לויפט און שטימט פאר יאיר'ס פאעם!!!!" "בית הכבוד!!! בית הכבוד!!! קומט שטימען פאר בית הכבוד!!!!"

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:31 pm

· #244692
ישראל קאפקע האט געלאביעט אז מ'זאל נישט אפגעבן די בחירות פאר די העברעישע פאעזיעס.

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:32 pm

· #244693
איך פיהל יעצט ווי בעני פאלעטשאק נאך א וואל-קאמפיין. איינער האט טיילענאל?

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:33 pm

· #244694
ס'איז לכאורה נישט די לשון הקודש, נאר דער עולם האט פשוט נישט פארשטאנען די לשון הקודש פאעמס האט מען זיך אפגעהאלטן פון שטימען. דער שאון השעון וועט מן הסתם יא זיין א געווינער אדער א לויפער-ארויף.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:33 pm

· #244695
יואב
יאיר
וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.

און א שיין פראצענט וואס אפילו זיי נייטיגן זיך נישט און א גוט ווארט, שלום בית איז נישט ממש ווי די אידן מיט דער תורה, צום בית כסא אבער וועלן אלע זיך אונטערגעבן. דאס פארשטייען אפילו די נישט מבינים. בית כסא האט אנגעצויגן אזויפיל ווי צוויי און פרעציג שטימען. סארא בושה.

יואב: איך שעם מיך טאקע. פליס קוק נישט. דו זעהסט נישט ווי מיין פנים פלאמט פאר בושה. אבער איך האב דאך געשטימט פאר "בית הכסא" אלס איינס פון די בעסטע פאעמעס דא... 😂 🙄 ...או.קעי... 😳

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:34 pm

· #244696
קאצקע ציקער
כוכב
לכאורה זאל מען עס האלטן בסוד, אבער אולי זאל מען אנפרעגן נהורא אדער יאיר צי ס'איז יושר. איך בין שוין צעמישט.

אויב איך מעג פרעגן, וואס איז טאקע די סיבה פון בכלל האלטן בסוד די נעמען פון די שרייבערס?


אז מ'ווייסט די נעמען וועט מען זיין סאבזשעקטיוו ביים וואוטן.

יואב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:35 pm

· #244697
יאיר
ס'איז לכאורה נישט די לשון הקודש, נאר דער עולם האט פשוט נישט פארשטאנען די לשון הקודש פאעמס האט מען זיך אפגעהאלטן פון שטימען. דער שאון השעון וועט מן הסתם יא זיין א געווינער אדער א לויפער-ארויף.

איך בין רוב זיכער אז וואלט די קונסטליכע פאעמע "אמרתי" געשריבן געווארן אין א לויטערן לשון קודש, נאכמער אזוי אויב וואלט דאס פיי ווארט זיך נישט געטראפן דארט, וואלט דאס אנגעצויגן מער ווי 19 וואויטס. איז עני וואן מיט מיר?

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:36 pm

· #244698
די חכמים שפילען sour grapes ווי sore losers ווי געווענטליך 😳 😉 ..

כ'האב געטראפען אין קומראן א פסוק פון משלי יאיר שטייט אזוי:
לאך נישט פון יענעם נאר ווייל ער איז נארישער פון דיר, ער וועט נאך געווינען די וואלן און דיר ארויסווארפען פון שטאט

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:36 pm

· #244699
יאיר
דער שאון השעון וועט מן הסתם יא זיין א געווינער אדער א לויפער-ארויף.

I don't think so

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:38 pm

· #244700
איך האב גראדע געשטימט פאר'ן בית הכבוד פאעם. איך האלט אז עס ליגט דערין פאעטישע טאלאנט און איז נישט סתם אבי גראמען.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:39 pm

· #244701
לא לחכמים לחם. פארוואס? ווייל די עולם גולם פארשטייט נישט און קויפט נישט זיין ארט.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:44 pm

· #244704
רויטע וואנצעס
לא לחכמים לחם. פארוואס? ווייל די עולם גולם פארשטייט נישט און קויפט נישט זיין ארט.

רויטע וואנצעס: איך ווינטש איהם אריכת ימים ונשים. אבער דער פאקט איז אז אלע גרויסע ארטיסטן זענען ביי זייער לעבן געשטארבן 3 מאל א טאג פאר הונגער. ערשט נאך זייער מאה ועשרים האט מען אנגעהויבן אפצושאצן זייער ארטיסטישן טאלאנט. למשל דער האלענדישער ארטיסט וואן גאוגה.. (גאו) איז געשטארבן פאר הונגער. ער האט נישט געקענט באקומען קיין ח"י צ"ל פאר זיינע מאלערייען. ערשט נאכדעם וואס ער איז געשטארבן האבן זיינע ווערק זיך פארקויפט פאר מיליאנען...!

יואב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:45 pm

· #244705
נישט אז איך האב עפעס דערקעגן דאס פיי ווערטל חלילה וחס. אבער ס'ווענד זיך אין וועלכער משפחה דו לייגסט דאס אריין. אז וויל איך שטימען פאר א שיינעם פיוט אויף לשון קודש, האט דאס מיך באלד אוועקגעשלעפט. ס'באלאנגט נישט דארט. מ'קען נישט גיין א ברייט-ברומיגן פלאכן הוט ווען דאס רעקל לאזט זיך איז אין בעסטן פאל אויס דארט ווי אנדערע האלטן גאר דעם גארטל. ( לעיקוואד לכאורה וועט האלטן אז יא, איך בין נישט מחולק מיט עמען פון א פונדעמענטאלן קוק-ווינקל.)

אויב וואלט דאס געווען אין דער טב פאעמע צום ביישפיל, אדרבה, גיב צוויי.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:45 pm

· #244706
אינטרעסאנטע אויסגאנג!

***

איך האב געהאט פארגעשלאגן אז מען זאל צעטיילען די אלע ווערק אין קאטעגאריעס, אזוי ווי איך האב זיי איינגעטיילט אין מיין פי די עף.

דאס וואלט אפשר ערלויבט"ימי בינה" צו געוואונען אין אן אייגענע דזאנאר, נישט דארפענדיג קאמפיטען מיט מצוה טאנץ גראמעלעך.

***
אלע לשון הקודש ווערק האבן באקומען א שיינע ביאור פון מיך, לעיקוואד, אחד העם און אנדערע. מיט די דאזיגע אידישע ביאורים האט מען עס געקענט פארשטיין פונקט אזוי גוט ווי די אידישע.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:47 pm

· #244707
ישמעאל הכהן
יאיר
דער שאון השעון וועט מן הסתם יא זיין א געווינער אדער א לויפער-ארויף.

I don't think so

פארוואס נישט?

ס'האט א געהעריגע עברי טייטש פון מיך, פישל'ע.

ס'איז גרינג אין תוכן, לייכט צו פארשטיין, און שטארק פאעטיש אויף א פארצייטישע שטייגער.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:48 pm

· #244708
[ציטאט אראפגענומען]


איך בין היבש סורפרייזט פון די אויסגאנג בכל אופן וואונטש איך פאר די פיינעליסטן רב מזל וברכה.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:50 pm

· #244709
מ'האט קענטליך נישט גוט אינזין געהאט ביי "למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה". מצוה טאנץ גראמעלעך נעמען נישט קיין עפפארט. כ'מאך זיי א דיים עי דאזזען אונטער 10 מינוט. אבער עכטע פאעטרי נעמט צייט, און ס'איז פאר גארנישט און פאר קיינעם.

א שאד.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:51 pm

· #244710
אויב בית הכבוד געווינט דעם עמעזאן קארטעל, וויל איך נאר מעורר זיין אז פעמפערס דארט איז זייער ביליג. זאל די בית הכבוד האבן א שטיקל ברעיק.
בלאט: 1 2 3