ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט
161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7721
ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט
מיט כבוד און עהרע טוען מיר אייך באגריסן מיט א הארציגן ברוכים הבאים צום '' שושנים'' פאעזיע פארמעסט, לכבוד חנוכה תשע"ה.
דער נאמען "שושנים" איז דערוועלט געווארן באזירט אויפ'ן נוסח פונעם פייטן: ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים. א שיינע לאגא וועט נאכפאלגן מעשה ידיו להתפאר פון אונזער אלעמען בארימטן גראפיסט רויטע וואנצעס.
ווי אלע ווייסן איז אויסגעוועלט געווארן א פארמעסט איבער א קאמפיין מיט אן איבערוויגנדער מערהייט. דערפאר האבן מיר יעצט דעם פארגעניגן פארצושטעלן די שטאטוטן פונעם פארמעסט:
א - עס קען געשריבן ווערן פאעזיעס איבער סיי וואס פאר א טעמע אין סיי וועלכער שפראך, און סיי וועלכע פאעזיע פארמאט, מיט גראמען אדער אן וכו'.
ב - דער פארמעסט וועט אנגיין במשך די ימי חנוכה פונעם ערשטן ליכטל. אויב וועט זיין א פארלאנג, וועט זיך דער פארמעסט אנהויבן פון כ''א כסלו וואס ווי באקאנט קומט שוין דאן אראפ די אורות פון להודות ולהלל. אום זאת חנוכה וועט פארקומען וואלן צווישן די פאעזיעס אויסצואוועלן א געווינער.
ג - עס מעג אריינגעגעבן ווערן מער ווי איין פאעזיע וכל המרבה הרי זה משובח. ווען איך שיקט אריין א פאעזיע ביטע מאכט זיכער צו געבן א קעפל פאר דער פאעזיע.
ד - צו פארזיכערן די אויסגעהאלטנקייט פון דעם פארמעסט וועלן אלע פאעזיעס ארויסגעשטעלט ווערן אנאנים אונטער דעם כוכב ניק, און הערשט נאך די וואלן וועלן זיי אריבערגעפירט ווערן אונטער דעם נאמען פונעם אריגינעלער פארפאסער אינאיינעם מיט אלע לייקס. יעדע פאעזיע וועט ערשיינען אין א באזונדערע אשכול מיט א שושנים נומער.
ה - מיר בעטן די מחברים זאלן האלטן זייערע ווערק בסוד. עס איז אבער יא ערלויבט צו שפעקולירן ווער איז דער מחבר פון איטליכער פאעזיע.
ו - אריינצושיקן א פאעזיע ביטע שיקט אן אימעיל צו <!-- e --><a href="mailto:shternks@gmail.com">shternks@gmail.com</a><!-- e -->. די פאעזיעס וועלן ערשיינען לויטן סדר וואס זיי וועלן אריינקומען ראשון ראשון ואחרון אחרון. ביטע נישט ארויסשטעלן אייער פאעזיע אויף דער אייגענער האנט. די פארוואלטונג טוט זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע מחברים וואס האבן שוין אריינגעגעבן זייערע פאעזיעס ויפה שעה אחת קודם.
ו - דער זמן האחרון אריינצושיקן א פאעזיע איז די זיבעטע טאג חנוכה.
ז - יעדע ניק האט א זכות צו שטימען. עס איז זעלבסט פארשטענדליך נישט צו סאבאטאזשירן די וואלן און די וואס האבן מערערע ניקים ווערן געבעטן בכל לשון של בקשה נאר צו שטימען מיט איין ניק. אן אויסנאם ווערט געמאכט פאר די וואס גיבן אריין פאעזיעס אונטער מער ווי איין ניק, קריגן זיי א זכות צו שטימען לויט די צאל פאעזיעס.
ח - צום שלוס וועט אי''ה ערשיינען א הערליכע קונטרס פון אלע פאעזיעס דורך אונזער אלעמען באליבטן רויטע וואנצעס.
ט - מכאן הקריאה יוצאת, יעדער איז געלאדנט אנטיילצונעמען, שאצט נישט אונטער אייער כוחות הנפש, שארצט אייך ארויף די ארבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס קאאפעראציע.
י - עס וועלן זיין צוויי געווינער, אן ערשטער געווינער און א צווייטער געווינער.
זאלן מיר ארויסברענגען אונזערע געבענטשטע טאלאנטן מכח אל הפועל,
בכבוד רב,
כוכב
בשם די שושנים פארוואלטונג
יא.
מוועט שטימען אזוי ווי מ'שטימט אויף אן אנקעטע.
די פראגע וועט זיין בערך ווי פאלגנד: וועלכע פאעזיע וואלט איר אויסגעוועלט אלס געווינער פון דעם פארמעסט? און נאכהער: וואס וואלט איר אויסגעוועלט אלס צווייט ראנגיגער געווינער פון דעם פארמעסט?
לייקס זאל מען געבן פאר יעדער פאעזיע מ'האט הנאה אדער /און מ'אידענטיפיצירט זיך מיט דעם מעסעזש פון דער פאעזיע. אפילו א פאעזיע וואס איז נישט די סאמע בעסטע קומט זיך אויך א לייק.
איים אWט!!
מיינע גריימען זענען מאקסימום אזוי
מיין נאמען איז ניסן
איך האב ציריסענע הויזן
פליקער עס איז בכלל נישט שלעכט לייג צו נאך א זעקס שורות וועסטו אויך הנאה האבן דערפון
Anyway וואס האסטו געטוהן מיט דיין צעריסענע הויזן?
און BTW ביסטו א אייניקל פון דער עלטער זיידע ניסן וואס לעבט שוין נישט?
פליקער עס מוז נישט גראמען. פאעזיע קען זיין אנע גראמען אויכעט.
"שושנים פאעזיע פארמעסט"
חנוכה תשע"ה...
הערליך שיין! אפשר לייג צו ''קאווע שטיבל'' ערגעץ אויפן וואזע
די לאגא איז מעשה ידיו להתפאר פון רויטע וואנצעס, ווי איך לערן דאס אפ, האט עס רויזן ע"ש שושנים, אריינגעשטעקט אין א טעפל קאווע ע"ש אונזער שטיבל, עס פינקלען שטערן ע"ש אנוכי הקטן, און עס קומט באצירט מיט בלעטער, ע"ש קאווע בלעטער.
# בריליאנט
די טרינקסט קאווע אין דעם?
כוכב די האסט ב"ה א פיין קעפל
איך גלייב דיין רבי האט עס דיר שוין געזאגט אין חדר
ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים.
א דאנק פאר די קאמפלימענטן. איין זאך נאר וואס איך וואונדער. פארוואס פאלט די רעזעלאשון אזוי שטארק ווען איך לייג עס ארויף דא. ביי ארומא האב איך געהאט די זעלבע פראבלעם. אין פדף קומט עס יא אריין שטארק, עיין ארומא בלעטער.
פישעלע זאגסט גוט. די סיבה פארוואס כ'האב נישט אריינגעדרייט קאווע און פאעזיע אינעם בילד איז ווייל צופיל מעסעזשס איז פארקערט פון די מטרה ביי א לאגא. דאס איז אבער יא ריכטיג, אז כ'האב אינזין געהאט כוכב מיט די שטערנס.
די פאעזיע פארמעסט איז אין פולן גאלאפ, הערליכע פאעזיעס זענען שוין אריינגעקומען צו דער מערכת איינס שענער פונעם צווייטן. די ערשטע פאעזיע וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן היינט אויף דער נאכט עד שתכלה רגל מן השוק, מעשה ידיו להתפאר פון אן אנאנימער חבר.
גלייכצייטיג געבן מיר איבער אז ס'איז נאך פארבליבן אייניגע סלאטס אין דעם פארמעסט, און מיר בעטן די חשוב'ע חברים זאלן זיך צואיילן און אריינשיקן זייערע ווערק (אין אימעיל ביטע) ווי אמשנעלסטנס, כדי מיר זאלן קענען מסדר זיין דעם פארמעסט על צד היותר טוב.
יש"כ ותודה למפרע,
הק' כוכב
חופק"ק קאצק
וויכטיגע באמערקונג:
עס איז טאקע ערלויבט געווארן צו שפעקולירן די פארפאסער פון די פאעזיעס אבער עס איז אויסדריקליך נישט דער פאקוס פונעם פארמעסט.
אויך בעטן מיר נישט צו ציען מסקנות נאר ליבערשט זאל דער פארמעסט בלייבן אנאנים און אביעקטיוו.
א דאנק.
זעה איך אז מען האלט שון ביי 4 חלקים ,די פאזיע ושמאזיע ,פישעלעס רעיטינג סיסטעם, די שפעקולציעס ווער איז דער מחבר און די פילפארביגע פירושים.
נאכדעם וואס מענדיגט מיט די שירים דארף מען מאכען א קאנטעסט פון שרייבען מעשיות (שארט סטאריס), אמת אדער פיקציע. דאס איז נאכנישט געווען דא.
לול, דו ווייסט אפשר וואס פאר א כוחות עס נעמט אריין פירן אזא פארמעסט?
עס קומט זיך טאקע א הילכיגן טו פיר סיקס אכט פאר ידידינו כוכב'ל פארען אנפירן דאס פארמעסט אזוי געטריי און מיט הצלחה.
אזא שטערן קומט אזוי נאנט צו די ערד נאר איינמאל אין 500 יאר!
כוכבלול, דו ווייסט אפשר וואס פאר א כוחות עס נעמט אריין פירן אזא פארמעסט?
כ'האב נישט געזאגט דו מוזט עס פירען 🙂
מיט'ן שלוס פון חנוכה וועלן ארויסגעשטעלט ווערן די לעצטע פאעזיעס פונעם שושנים פארמעסט און פון דארט וועט מען זיך ריקן צו די צווייטע פאזע, נעמליך אריין אין די שטום בודקעס.
די פארמעסט איז נאך ווייט פון פאריבער און עטליכע גאר שיינע פאעזיעס וועלן ארויסגעשטעלט ווערן אין די קומענדיגע שעות.
צוליב די ארבעט פון דער מערכת צו רעדאגירן און צופאסן איטליכער פאעזיע איז די לעצטע זמן אריינצוגעבן א פאעזיע מארגן 3 אזייגער שארף.
מחברים וואס רעכענען נאך אריינצושיקן א פאעזיע זאלן ביטע מודיע זיין די מערכת מ'זאל קענען רעזערווירן א בכבודיגן סלאט פאר אלעמען.
דאנקע
אנטשולדיגט, ק"ש איז נישט קיין פלאץ פאר עדווערטייזמענטס. ווילסט פראמאוטן דיין מערכת? פיין. אבער נישט דא.
ס'דא א באריכט קנעפל.
תודה רבה כוכב! אין מילים..
כוכב, כאפ שנעל א דאנאט, שוין באלד מוצאי.
עס איז דאנאט ופאעזיע באין כאחד ,ווילאנג עס איז נאכנישט סוף זמן קריאת פאעזיע קען ער נאך יוצא זיין כדי אכילת דאנאט.
כוכבאום זאת חנוכה וועט פארקומען וואלן צווישן די פאעזיעס אויסצואוועלן א געווינער.
ווען עפענען זיך די שטים בודקעס?
היי יאר וועט מען אי''ה פראווען אן אמשינובער זאת חנוכה.
די מערכת האט נאך עטליכע פאעזיעס וואס דארפן ארויסגעשטעלט ווערן. ווי נאר אלעס וועט זיין אינדרויסן וועט מען עפענען די שושנים שטים בודקעס.
סטעי טונד!!
כוכב אויב דו זוכסט א מעריעדזש קאונסלער די טעג, לאז מיר וויסן. סיריעסלי אזוי זיך אוועקצוגעבן? איך בין פלאבארגאסטירט.
ס'נישט א פראבלעם. זיין ווייב פירט אן די פארמעסט אויף אייוועלט אדער איים עי מאדער.
🙄
רויטע וואנצעסס'נישט א פראבלעם. זיין ווייב פירט אן די פארמעסט אויף אייוועלט אדער איים עי מאדער.
🙄 זי פירט אן א פארמעסט מיט איר מאן.
wow wow!!!!
איך בין נישט געווען אזוי אקטיוו די לעצטע פאר וואכן. איך פיל ווי איך בין אויף געשטאנען נאך א זיבעציג יעריגע שלאף.
אזעלעכע שיינע פאזיעס. איך ווייס נישט ווי אהנצוהייבן.
כל הכבוד ל
@כוכב.
איך קלער יעצט, די "שושנים" פאעזיע קאמפיין איז זיך, בנשיאת יניקינו
@כוכב, צעוואקסן אויפ'ן לענג און ס'ברייט אזש מ'האלט שוין ביי איבער 30 הערליכע פאעזיעס!
איך ווייס נישט וויאזוי עטס פלאנטס צו שטימען, אבער איך מיין אז ס'איז פשוט נישט מעגליך. ס'איז אסאך צו סך פאעזיעס אז מ'זאל קענען גרינטליך דורך לייענען אלע און מאכן אן החלטה.
מ'ברויך זוכן אן אנדערע אופן צו ענדיגן דעם פארמעסט. איך וואלט פארגעשלאגן אז יעדער זאל אפשרייבן אויף א ליסטע די נומערן פון די פאעזיעס און ווער ער קלערט די מחברים זענען, און נאך א באשטומטע צייט — לאמיר זאגן 24 שעה, וועט דער וואס האט געהאט די מערסטע ריכטיגע צוטרעפן, געקרוינט ווערן אלס משנה למלך אונטער כוכב'ן. איינער האט א בעסערע פלאן?
מ'זאל צוטיילן די פאזיעס אין קאטעגאריעס/גרופעס. לשה"ק'דיגע, סיסטעם, ייאוש, באהאנדלט א געוויסע נושא, פאליטיק, וכדומה. און ס'זאל זיין געווינערס אין יעדן קאטעגאריע
ריכטיג,
@מאטי.
איך וואלט מציע זיין א מהלך פאר די בחירות.
1.
הומאר.2.
פאלקסי.3.
פיוט.4.
רירענד.5.
מחשבה.6.
סיסטעם.די מערכת ארבעט אינאיינעם מיט די שטיבל טאטעס (קרעדיט: דער פינטל איד) אויפצוקומען מיט א זאכליכע מהלך פאר די וואלן.
רויסערטש ווי אזוי די אסקער וואטן גייט צו מיט נאמינאציעס און קאטעגאריעס. ס'מאכט די וואטן פראסעס אינטערעסאנט.
מיטן 36'טן שושנים איז די פארמעסט פערטיג. כמנין ל''ו נרות חנוכה וליכא מידי דלא רמיזה.
די שטום בודקעס וועלן זיך עפענען גאר בקרוב.
די עסקנים געבן איבער אז יעדער מוז ארויסגיין שטימען!!!! ס'איז פאר אייער טובה און פאר די טובה פון אייער משפחה! זייט נישט קיין צועק לעבר!
איידער איך גיי שטימען וואלט איך געוואלט בעטן אויב עמיצער קאן ביטע ארויפשמייסן אלע שטיקלעך אויף א PDF, אזוי אז איך זאל אלצדינג אניאגן צו לייענען מיט יישוב הדעת אין אזאנע ביסקיסעס למטה מעשרה טפחים, דארט וואו די השפעות און די אורות מאכן שוועריקייטן מיטן אראפקומען, אדער קומען זיי גאר בכלל נישט. ס'מוז נישט זיין שיין, דזשאסט גוט און קלאר צו קענען לעזן אויף דעם צעל.
תודה מראש, ולמצווה גדולה ייחשב.
די מערכת ארבעט דערויף.
איך בין גרייט צו גיין שטימען אבער די אמת וועל איך זאגן I have no idea for whom פון די 36 זענען באלד 30 מוראדיג
וואס טוה איך דא?
ווער עס ברענגט אראפ די גרעסטע Uhal, Lucky, Budget טראק מיט די העכסטע הויך היליכעס פארנט פון מיין אפיס פאר צוויי שעה באמבערן אין קאפ איז די געווינער
פליז קומטס ביפאר 6:00
פון טיפענישן פון מיין הארץ וויל איך זיך באדאנקען פאר די טייערע חכמי השטיבל וואס האבן אנטיילגענומען אין דעם פארמעסט און צוגעשטעלט אזעלכע הערליכע קונסט פאעזיעס וואס רוב רובם ככולם זענען ממש קונסט ווערק. אין וויסטן חלום האב איך נישט ערווארטעט אזא סוקסעס און איך טו אויסדרוקן מיין טיפסטע דאנקבארשאפט. הלוא המה ידידיי היקרים, כל אחד בשמו הטוב יבורך ה''ה:
@אנאנים
@יאיר @ונבנתה העיר @רויטע וואנצעס @מאראנצןזאפט @גימפל @איך אויך@אנאנים
@מאטי@יואב @הציץ ונפגע @לעיקוואד @אנאנים
@שפתים ישק @מוזיקאנט @נח געציל @יין שרף@רוח קדים@מצטמק ויפה @פלאוויוס @הערשי @פישל'ע העררינג
@קינד_אן_קייט@בן תמליון @מנחם @אפטעמיסט @גנדי @נהורא נפישא @נעגאשיעיטאר עס איז מיר א כבוד אז איך האב געקענט צושטאנד ברענגען אייערע מייסטער פאעזיעס מכח אל הפועל.
(דע געסינג געים איז אן, יעצט ברעכט אייך קאפ ווער סהאט געשריבן וואס...)
זעט אויס ווי איטליכע האבן געשריבן עטליכע.
איך ווער שוין נייגעריג. מ'דארף ארויסגעבן ווער די מחברים זענען פאר מאנכע זענען זיך מתעטף באיצטלא שאינו שלהם און "דער בלאט" דריקט אפ אפאר שטיק בשם יוסף לייב יאקאב.
ס'איז ממש אוממעגליך צו שטימען. כ'האב אנגעהויבן לייענען די פאעזיעס בין איך געפאלן אין לאוו מיט "שיר החסידים", כ'עפען "והמבין יבין" בין איך מחליט אז ער איז דער געווינער, כ'גיי צום נעקסטן זאג איך ער איז דער בעסטער. וויאזוי טאקע איז מעגליך צו שטימען???
איך מעג געססן מיין אייגענע?
לתועלת הרבים (כדי שירוץ בו הקורא, וכו׳).
📎 poetrylist.jpg
כוכב'ל לאזט נישט מגלה זיין וואס יא אבער וואס נישט האט ער נישט געאסרט... אלזא מיינע האסטו נישט צוגעטראפן.