אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7700
אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
שלום עליכם חברים,
איך האב א פערזענליכע הנאה פון שיינע אידישע מעלערייען, בעיקר די גאר טייערע, אזויווי איזידור קאופמאן, יצחק הולץ / האלץ, צבי מאלנאוויצער, יוסף איזראעלס וכדומה.
איך וואלט זייער הנאה געהאט ווען איינער דא, קען אפשר מוסיף זיין, זאגן מבינות וכדומה...
דו זעהסט אויס ווי א גרויסע תלמיד חכם. אדרבה לערן אונז אויס. דערנאך וועלן מיר זיין א מחכים את רבו.
דאס איז פון יצחק האלץ, זיינע מעלערייען פארקויפן זיך פאר ארום $50,000
📎 $(KGrHqR,!rIFIV497wD-BSJ5534iqQ~~60_35.JPG
דאס איז א מעלעריי פון צבי מאלנאוויצער, פון א ווייבער שול, ער האט א מורא'דיגע טאלאנט פון אראפלייגן א מצב.
📎 images (7).jpg
נאך איינס פון מאלנאוויצער.
📎 images (12).jpg
נאך א בילד פון מאלנאוויצער.
📎 images (10).jpg
נאך איינס פון האלץ.
📎 H19060-L65197494.jpg
דאס ווייס איך נישט ווער עס איז די מעלער אבער ער האט געמאכט אסאך בילדער פון די לאגער און פון די האלאקאסט תקופה.
📎 3713227582_566_356_c1.jpg
נאך איינס פון האלץ.
📎 hqdefault.jpg
אה ענדליך איינער כלבבי.
אבער ווילסט מיר זאגן אז דער עילוי חיים דער רבס (בן הגרי''ז מבריסק) אין געווען א מבין אויף ארט?
א סענס אף יומער האט ער זיכער געהאט I wouldn't mind having him around
יעצט לעצם ענין די בילד פון די חתונה און פון דער ווייבל אליין כאפט מיר נישט אזוי
דער שניידער און די ערשטע פון ביהמ"ד מיין איך איז מוראדיג
דער שניידער איז א הערליכע עקזעמפל פון 'פיגיורעיטיוו ארט' געב א קוק יעדע קנייטש שטימט אויפן האר און די קענסט כמעט זעהן וואס דער שניידער טראכט.
די חתונה איז בערך 'עבסטרעקטיוו ארט' און איז טאקע נישט צופיל מיין טעיסט , אבער דאס גייט היינט.
די ווייבל איז קענטליך די זעלבע פרוי פונעם ווייבער שוהל נאר אביסל ארומגעטוישט די קאלירן.
אגב ,חוץ פון קויפמאן וואלט איך קיינע פון דיע נישט גערופן 'די טייערסטע' און רוב קויפמאן'ס אויפן מארקעט זענען פאלש.
איך קיום דא ארויפשטעלן נאך אסאך בילדער, איך האב הנאה אז עס זענען נאך דא אביסלע מענטשן וואס פארשטייען, איך מיין אז פראפעצינאל איז האלץ מוראדיג, אבער אין ארויסברענגען די מצב קען איך נישט מחליט זיין ווער איז בעסער, האלץ אדער מאלנאוויצער.
דאס איז נאך א בילד פון האלץ, עס זעט מיר אויס ווי דאס איז אין וויליאמסבורג.
📎 I_Holtz_Shopping_for_Sukkot_35x23_W.jpg
פארוואס לייגסטו נישט ארויף פון קויפמאן'ס ווערק, ער איז נאך די שענסטע, מיין איך.
אוודאי, לי עוועניו איין גאס פון די בי.קיו.אי.
נעם למשל די פארטרעיטס פון יצחק הולץ קעגן די פארטרעיטס פון מאלנאוויצער, סאיז שווער מגדיר צו זיין די חילוק וואס און ווער ברענגט שטערקער ארויס די כאראקטאר פונעם אינדיווידואלען פערזאן.
📎 H19060-L65197484 (1).jpg
און ווי קען מען רעדן פון קויפמאן און נישט דערמאנען תלמידו הגדול לעזער/לייזער קרעסטין.
מען בעט קאופמאן....
📎 Portraitofayoungboywithpeyot.jpg
קויפמאן
📎 1417989354663-1.jpg 📎 1417989322785-1.jpg
נאך א קאופמאן אינגל...
📎 Isidor_Kaufmann_Child_with_Lulav (1).jpg
וועמענס איז דאס
📎 1416486495934-1.jpg
א רעביצין, בילד קאופמאן.
📎 isidorkaufmannpainting_hannah.jpg
קויפמאן איז אוועק צוואנציג יאר פאר די קריג. ווען, וואו, האבן די אנדערע געלעבט?
ישראל קאפקעוועמענס איז דאס
איוואן קרעמסקוי. Ivan Kremskoi
חייםדירבסא רעביצין, בילד קאופמאן.
עין ערך; בילד פון יונגע מאנא ליסא אנדעקט.
📎 isidorkaufmannpainting_hannah.jpg 📎 1417989354663-1.jpg
קאופמאןס שטיקלעך זעענען זייער קליין אין סייז, אויף די בילדער דא זעט מעוניין דאס נישט. האלץ דאכט זיך לעבט נאך, אבער ער דארף שוין צו זיין א זקן, מאלנאוויצער איז נאך יונג מיין איך, ער איז א געוועזענער גערער חסיד, ער איז געווארן מאדערן און זיך געצויגן קיין פאריז. סאיז דא א פרוי פלעראווע, איך מיין אז זי איז רוסיש אדער אוקרייניש, מען פלעגט אמאל זען אירע בילדער איבראל, היינט שוין נישט...
דאס איז נאך איינס פון קאופמאן, ער האט גענוצט הערליכע קאלירן.
📎 150px-Isidor_Kaufmann_Portrait_eines_Rabbis.jpg
א אינטרעסאנטע זאך זעהט מען ביי קויפמאן אז זיינע מיידלעך זעהען אסאך מאל אויס כמעט אויפן האר ווי די יונגלעך! לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט ער האט האט געמאלט דעם סוויט לוקינג יונגל און ווען ער איז פארטיג געווארן האט ער עם אנגעטוהן ווי א מיידל און אפשר שפעטער אפילו ווי א ווייבל...
אינטערעסאנטער גוטע בילד, האלץ.
📎 YAD-L97003L.jpg
איך אויךא אינטרעסאנטע זאך זעהט מען ביי קויפמאן אז זיינע מיידלעך זעהען אסאך מאל אויס כמעט אויפן האר ווי די יונגלעך! לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט ער האט האט געמאלט דעם סוויט לוקינג יונגל און ווער ער איז פארטיג געווארן האט ער עם אנגעטוהן ווי א מיידל און אפשר שפעטער אפילו ווי א ווייבל...
דאס איז אן אינטערעסאנטער אבזעוואציע, יתכן אז די ביסט גערעכט, אדער איז דאס געווען צוויי קינדער פון איין משפחה. די אויגן ענדלען זייער.
א לוויה. האלץ, ממש מוראדיג. איך האב געזען אמאל א קאלירטע ווערזאן, איך טרעף דאס נישט יעצט. אי"ה עוד חזון.
📎 McBee-070612-Funeral.jpg
קויפמאן'ס איז ווייט די שענסטע, די אנדערע נוצן מער פון די ארום צו שטעלן די אטמאספער, קויפמאן'ס זענען קלאוז אפ'ס (נישט אלע, אבער אפי' די וואס זענען) און די פנימ'ל אליין זאגט אזוי פיל, אז עס איז צום שטוינען.
חייםדירבסישראל קאפקעוועמענס איז דאס
איוואן קרעמסקוי. Ivan Kremskoi
מער איבער אים?
פידלער, מאלנאוויצער, וועלכע איז בעסער, זיין פידלער אדער די פידלער פון יצחק הולץ?
📎 images (13).jpg
אפשר קען איינער אנהייבן פון בראשית, איך בין ווי אלע חרדים פרעמד צו ארט בכלליות און בפרטיות צו חסידישע ארט, ביטע פארלייגן א קורצע בייאוגראפיע איבער די מעלער, און בעיקר א אפשאצונג איבער זייערע אינדווידואלע סטיילס.
דאס איז די פידלער פון הולץ.
📎 YAD-L97001L (1).jpg
ישראל קאפקעחייםדירבסישראל קאפקעוועמענס איז דאס
איוואן קרעמסקוי. Ivan Kremskoi
מער איבער אים?
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Ivan_Kramskoi">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Ivan_Kramskoi</a>
שמערלאפשר קען איינער אנהייבן פון בראשית, איך בין ווי אלע חרדים פרעמד צו ארט בכלליות און בפרטיות צו חסידישע ארט, ביטע פארלייגן א קורצע בייאוגראפיע איבער די מעלער, און בעיקר א אפשאצונג איבער זייערע אינדווידואלע סטיילס.
די ארט וועלט איז זייער אינטרעסאנט אין די חרדישע וועלט, בראשית איז אידישע ארט נישט געווען בילדער, סקען זיין די סיבה ווייל מהאט דאס געזען ווי אן איסור לא תעשה לך פסל כל תמונה וכדומה, אבער ווארשיינדליך איז די סיבה געווען ווייל מהאט מער אינוועסטירט אין חפצים, ווי למשל זילבער, וואס דאס איז געווען לייכט ארומצוטראגן וכדומה. און אויך צוליב די רדיפות אלע דורות ממילא איז נישט אויסגעקומען צו מאכן פאקשידענע מעלערייען. על כל פנים די לעצטע הונדערט יאר בערך האט זיך אנגעהויבן א "רענעסאנס" מהאט אנגעהויבן מאכן אידישע ארט, און מענטשן גלייכן דאס זייער, סאיז כדי אנצומערקען, אז לאו דווקא אין פעינטינגס האט זיך די רענעסאנס אנגעהויבן, מזעט דאס אין מוזיק אין וויין א. א. וו.
@אנאנים @גנדי
איר האט געבעטן עקזעמפלארן, ער האט צוגעשטעלט, נא יעצט לאמיר הערן אייערע מיינונגען.
ביי מיר מיינט ארט א זאך וואס איז שיין, סאיז שיין צו קוקן דערויף, עסוק גיבט א גוטע געפיל וכדומה. די ארט וועלט איז אויכעט אנגעפירקלט מיט פארשידענע זאכן וואס פארקויפן זיך אר מיליאנען, איך פארשטיי דאס נישט געהעריג... אבער שיינע בילדער איז שיין... מדארף נישט זיין גאר א גרויסער מבין אויף א זאך וואס מהאט ליב...
מיינונגען איבער וועלכע פידלער איז בעסער?
חייםדירבסמיינונגען איבער וועלכע פידלער איז בעסער?
לאו דווקא, קוק אנפאנג פונעם אשכול וואו זיי בעטן ביישפילן פון די מעלער וואס דו ברענגסט אראפ, און גיבן אנצוהערן אז זיי וועלן זאגן זייערע איינדרוקן.
די שמועס איז זייער בארייכנד און אינפארמאטיוו פאר מיר, און איך קען באשטיין אז מער מענטשן זאלן מיטהאלטן און הנאה האבן, פאר זייער (און מיין) בענעפיט.
איך אויךאון ווי קען מען רעדן פון קויפמאן און נישט דערמאנען תלמידו הגדול לעזער/לייזער קרעסטין.
לעזער קרעסטין איז ממש דומה צו קאופמאן, ער איז געווען א תלמיד, ער האט אים אויכעט געלערנט צו מאכן קליינע פעינטינגס. למשל
📎 download (6).jpg
חייםדירבסאיך אויךאון ווי קען מען רעדן פון קויפמאן און נישט דערמאנען תלמידו הגדול לעזער/לייזער קרעסטין.
לעזער קרעסטין איז ממש דומה צו קאופמאן, ער איז געווען א תלמיד, ער האט אים אויכעט געלערנט צו מאכן קליינע פעינטינגס. למשל
📎 images (30).jpg
ישראל קאפקעחייםדירבסמיינונגען איבער וועלכע פידלער איז בעסער?
לאו דווקא, קוק אנפאנג פונעם אשכול וואו זיי בעטן ביישפילן פון די מעלער וואס דו ברענגסט אראפ, און גיבן אנצוהערן אז זיי וועלן זאגן זייערע איינדרוקן.
די שמועס איז זייער בארייכנד און אינפארמאטיוו פאר מיר, און איך קען באשטיין אז מער מענטשן זאלן מיטהאלטן און הנאה האבן, פאר זייער (און מיין) בענעפיט.
אדרבה... יעדער קען הנאה האבן... סאיז אוודאי געווען גוטע מעלערס וואס דער עולם וואלט הנאה געהאט צו זען די בילדער. איך וואלט אוכעט הנאה געהאט אויב איינער פארשטייט מארק שאגאל, דאס איז א מיסטעריע צו מיר פונקטליך וואס דאס מיינט....
חייםדירבססאיז כדי אנצומערקען, אז לאו דווקא אין פעינטינגס האט זיך די רענעסאנס אנגעהויבן, מזעט דאס אין מוזיק אין וויין א. א. וו.
הייסט אידישע מוזיק האט נישט עקזיסטירט פאר ליפא שמעלצער? וואס איז מיט קלעזמער, און די אלע חסידישע ניגונים די לעצטע פאר הינדערט יאר?
בנוגע וויין, פארשטייט זיך אז אידן האבן נישט געהאט קיין אגריקולטער די לעצטע צוויי טויזענט יאר, אבער אויב רופסטו די היינטיגע אידישע וויין מארקעט א ארט, דעמאלטס איז עס ממש א נייע זאך, אפשר צען יאר אלט, אפשר ווערט א באזינדערע אשכול.
@שמערל
וואס איז דיין פונקט אז אידישע וויין איז יונגער פון אידישע מוזיק? נו.
קראמסקוי איז אוועק נאך אין 1887, און קויפמאן אין 1921.
און ער זאגט נישט אז פאר הונדערט יאר צוריק האט אידישע מוזיק און וויין נישט עקזיסטירט, נאר אז עס איז נישט געווען זייער אנטוויקלט.
און אוודאי רעדט ער נישט פון אור אלטע מאלעריי אדער אנדערע ארט פון דעם אייראפעאישן מיטל אלטער.
אגב, איך וואלט נישט אריינגעלייגט וויינמאכן אין די קאטעגאריע פון ארט, גלייך צו מוזיק, פעינטינג, זילבער שמידעריי, אדער פאעזיע.
הערליכע בילדער, איינס שענער פון צווייטן. איך גיי אויך פאר געוויסע בילדער, כאטש איך בין נישט באקאנט אין די נעמען פון די מעלער.
יישר כח פאר חיים און ישראל. אסאך פון די בילדער כאפט זייער דאס אויג און הארץ. כ'געדענק נישט יעצט גענוי אבער אין מערערע אויסגאבעס טרעף איך צומאל אזעלכע בילדער וואס איך קען נישט אפטשעפען מיין אויגן דערפון, רייכע בילדער מלא חן, אין אלגעמיין איז עס אן עלטערער איד מיט אן אינגאלע דערנעבן וועלכע קוקט רעספעקטפול מיט תמימות'דיגע אייגעלעך צום זיידן/מלמד פון עלטערן דור, די בילדער טוען זייער באאיינדרוקן. איך פלעג עס טרעפן אפט אין דאס אידישע ליכט, ווי אויך אין געוויסע צייטונגען, בעיקר אין די יו"ט אויסגאבעס.
איך וויל אצינד בעטן א פריוואטע בקשה. רוב בילדער דא זענען הערליך שיין אנצוזעטיגן דעם אויג, נאר מיין אלטע פראבלעם איז ווידער דא, די וואטערמארקס הרג'ענען עס אוועק. איך ווייס נישט פארוואס איך בין דער איינציגסטער וואס שרייעט און איז מוחה דערקעגן כקול קורא במדבר. עכ"פ ווילאנג די גבאי קודש וועלן נישט טוישן דעם בעד העביט פון אויטאמאטישע וואטערמארקס, ביטע דרוקן "ניין" אויפן וואטערמארק שאלה בשעת איר שטעלט ארויף דעם בילד, דער עולם וועט זיכער מער הנאה האבן און, מתן שכרה בצדה, מען וועט אייך מער לייקן...
שמערלחייםדירבססאיז כדי אנצומערקען, אז לאו דווקא אין פעינטינגס האט זיך די רענעסאנס אנגעהויבן, מזעט דאס אין מוזיק אין וויין א. א. וו.
הייסט אידישע מוזיק האט נישט עקזיסטירט פאר ליפא שמעלצער? וואס איז מיט קלעזמער, און די אלע חסידישע ניגונים די לעצטע פאר הינדערט יאר?
בנוגע וויין, פארשטייט זיך אז אידן האבן נישט געהאט קיין אגריקולטער די לעצטע צוויי טויזענט יאר, אבער אויב רופסטו די היינטיגע אידישע וויין מארקעט א ארט, דעמאלטס איז עס ממש א נייע זאך, אפשר צען יאר אלט, אפשר ווערט א באזינדערע אשכול.
גערעכט, איך וויל נישט אוועקקריכן פון די נושא, אוודאי איז געווען מוזיק, אבער די קוואליטעט דאס אז מענטשן היינט פארשטייען מער וכדומה. איך בין הידוע קיין גרויסע חסיד פון די היינטיגע "ניגונים" רוב האבן קיין טעם נישט, אבער נעם למשל א טעיפ פון מבד פון צוואנציג יאר צוריק, די מוזיק איז אנדערש, מער מענטשן זענען היינט עוסק דערין, מירב מענטשן פארשטייען, און דאס זעלבע איז מיט וויין, ארט, עסן, עדווערטייזמענטס... וכו'.
חייםדירבסמיינונגען איבער וועלכע פידלער איז בעסער?
אין הולץ'ס פידלער איז דער שפילערס פאוקוס אריינגעטוען אינם ניגון, און דער עצם בילד איז מעורר א מוזיקאלישער געפיל, בעת וואס אין מאלנאוויצער איז דער פאוקוס אויפן עצם כלי זמר, און דער מענטש מיטשעט זיך צו שפילן דערויף.
הגם הולץ'ס איז לעבעדיגער, וואוט איך פאר מאלנאוויצער וואס איז אסאך טיפער.