☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.

אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.

188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7700
בלאט: 1 2 3 4

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:44 pm

· #239419
שמעקעדיג
הערליכע בילדער, איינס שענער פון צווייטן. איך גיי אויך פאר געוויסע בילדער, כאטש איך בין נישט באקאנט אין די נעמען פון די מעלער.

יישר כח פאר חיים און ישראל. אסאך פון די בילדער כאפט זייער דאס אויג און הארץ. כ'געדענק נישט יעצט גענוי אבער אין מערערע אויסגאבעס טרעף איך צומאל אזעלכע בילדער וואס איך קען נישט אפטשעפען מיין אויגן דערפון, רייכע בילדער מלא חן, אין אלגעמיין איז עס אן עלטערער איד מיט אן אינגאלע דערנעבן וועלכע קוקט רעספעקטפול מיט תמימות'דיגע אייגעלעך צום זיידן/מלמד פון עלטערן דור, די בילדער טוען זייער באאיינדרוקן. איך פלעג עס טרעפן אפט אין דאס אידישע ליכט, ווי אויך אין געוויסע צייטונגען, בעיקר אין די יו"ט אויסגאבעס.

איך וויל אצינד בעטן א פריוואטע בקשה. רוב בילדער דא זענען הערליך שיין אנצוזעטיגן דעם אויג, נאר מיין אלטע פראבלעם איז ווידער דא, די וואטערמארקס הרג'ענען עס אוועק. איך ווייס נישט פארוואס איך בין דער איינציגסטער וואס שרייעט און איז מוחה דערקעגן כקול קורא במדבר. עכ"פ ווילאנג די גבאי קודש וועלן נישט טוישן דעם בעד העביט פון אויטאמאטישע וואטערמארקס, ביטע דרוקן "ניין" אויפן וואטערמארק שאלה בשעת איר שטעלט ארויף דעם בילד, דער עולם וועט זיכער מער הנאה האבן און, מתן שכרה בצדה, מען וועט אייך מער לייקן...



יישר כח, איך האב נישט געוואוסט אז מען קען פארלעשן די וואטערמארק.

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:46 pm

· #239421
שוין די לעצטע שטיק צייט פארשטיי איך נישט פארוואס די אידישע צייטונגען געבן זיך נישט אפ מיט די אינטרעסאנסן טעמע פון אידישע מעלערייען.

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:47 pm

· #239422
מעלות, דער באלייכטונגען, און דער ליכטיגער היים האבן כסדר אזעלכע בילדער, (דאכט זיך די אמאליגער 'דער בליק' פלעגט אויך)

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:48 pm

· #239423
נאך א הולץ האלץ
📎 $(KGrHqR,!rIFIV497wD-BSJ5534iqQ~~60_35.JPG

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:50 pm

· #239424
יזכר לך היום מה ששמת.

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:50 pm

· #239425
חייםדירבס
נאך א הולץ האלץ


אנטשולדיגט. איך האב שוין דאס פריער געלייגט.

שמערל » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:51 pm

· #239426
ישראל קאפקע
@שמערל
וואס איז דיין פונקט אז אידישע וויין איז יונגער פון אידישע מוזיק? נו.
קראמסקוי איז אוועק נאך אין 1887, און קויפמאן אין 1921.
און ער זאגט נישט אז פאר הונדערט יאר צוריק האט אידישע מוזיק און וויין נישט עקזיסטירט, נאר אז עס איז נישט געווען זייער אנטוויקלט.
און אוודאי רעדט ער נישט פון אור אלטע מאלעריי אדער אנדערע ארט פון דעם אייראפעאישן מיטל אלטער.

אגב, איך וואלט נישט אריינגעלייגט וויינמאכן אין די קאטעגאריע פון ארט, גלייך צו מוזיק, פעינטינג, זילבער שמידעריי, אדער פאעזיע.

מיין פוינט איז אז אזאך וואס איז נישט אלט קיין צען יאר, ווערט געווענליך נישט באשריבען אלס א היסטארישע עפאכע, פונקט ווי די פארשטייסט אז די ארגינאלע רעניסאנס איז אויך נישט באשריבען געווארן אלטס א געשעעניש אין אירע ערשטע צען יאר.

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:53 pm

· #239428
יא יא, דאס בין איך דער שלעכטער אינגעלע, דארט אונטן לינקס. 😎
📎 1415684899608-2.jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:54 pm

· #239430
שוין... איז דאס.... דאס איז פון מאלנאוויצער.
📎 images (10).jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:55 pm

· #239431
ישראל קאפקע
יא יא, דאס בין איך דער שלעכטער אינגעלע, דארט אונטן לינקס. 😎



דאס איז פון אילענע פליראווע.

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:57 pm

· #239432
דאס איז גאר אנאנדערן געדאנק, דאס איז פון צבי רפאלי, ער איז געווען א רב אין מיאמי.
📎 300-0 (1).jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:58 pm

· #239433
סאיז וויכטיג צו מערקן אז רעמברענט האט שוין געמאכט מעלערייען פון אידן.

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:01 pm

· #239434
דאס איז דער יצחק הולץ...
📎 5860281051_60257a8128_m.jpg.cf.jpg

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:02 pm

· #239436
חייםדירבס
דאס איז גאר אנאנדערן געדאנק, דאס איז פון צבי רפאלי, ער איז געווען א רב אין מיאמי.

אזעלכע מעלער, זענען היינט דא אין די הונדערטער, באשריבן אין די משפחה פרויען אפטיילונג, און אין המודיע מאגאזין (אדער וויאזוי עס הייסט היינטצוטאגס) יעדן צווייטן וואך.

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:06 pm

· #239437
לייג רעמבראנדט'ס, ס'וועט זיין זייער אינטערעסאנט און מהנה זיין דעם עולם.

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:14 pm

· #239440
די אמערסטנס באקאנטער אידישער פעינטינג פון רעמבראנט, דאס הייסט די אידישע כלה. The Jewish bride
📎 download (9).jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:15 pm

· #239441
נאך א איד פון רעמבראנט.
📎 download (12).jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:16 pm

· #239442
נאך א רעמבראנט.
📎 download (10).jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:17 pm

· #239443
נאך א הולץ...
📎 images (34).jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:17 pm

· #239445
און נאך א הולץ....
📎 images (33).jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:22 pm

· #239446
דאס איז פון רעמבראנט.
📎 images (35).jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:26 pm

· #239448
דאס איז פון גאטליב, יום כיפור אין שול, ער איז געווען א פרומע בחור, ער איז געווען א חתן ווען ער האט דאס געמאכט, ער האט זיך אריינגעשטעלט דריי מאל, זיין כלה צוויי מאל און אויך זיין מחותניסטע. ער האט זיך גענומען דאס לעבן אלס חתן.
📎 download (13).jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:32 pm

· #239449
איך בעט די חשובער עולם אויב מען האט נאך נעמען וואס מוויל זען און דיסקוטירן זאל מען ביטע שרייבן.

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:51 pm

· #239451
וואס גייט דא פאר, ווער, וואס, אריגינאל נאכגעמאכט.
איך האב נישט געקענט ארויפלאדענען די גאנצע בילדער, די הינטערגרינדן זענען די זעלבע אין נומער איין און אין נומער דריי, פשט?
📎 1418013898879-1.jpg 📎 1418013629367-1.jpg 📎 1418013484885-1.jpg

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:56 pm

· #239452
די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...

ביבער » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:59 pm

· #239453
ישראל קאפקע

אזעלכע מעלער, זענען היינט דא אין די הונדערטער, באשריבן אין די משפחה פרויען אפטיילונג, און אין המודיע מאגאזין (אדער וויאזוי עס הייסט היינטצוטאגס) יעדן צווייטן וואך.

איך זעה מאלעריי איז מיט דעם גלייך מיט אידישקייט, אלעמאל רעדט מען נאר פון אלטע, כאילו נאר די אלטע האבן געקענט און מ'מאכט אוועק די נייע, פארוואס איז דאס אזוי?
און באמת אויב ארט האט זיך שטארק ארויפגעארבעט לעצטענ'ס שטעל איך מיר פאר אז עס האט געברענגט א געוואלד מיט פרישע גאונים, נו ווער זענען זיי די היינטיגע סטאר'ס?

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:00 am

· #239454
חייםדירבס
די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...


איך ווייס נישט קיין סאך איבער אים, איך מיין אז ער איז געווען פרום.

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:03 am

· #239455
ערעב חיים דער רב'ס,

גאנץ שיין! דיין ערשטער אשכול, און שוין צושמירט זיך עס אויף 4 בלעטער!...

יהא בואך לברכה!

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:14 am

· #239458
ביבער
אלעמאל רעדט מען נאר פון אלטע, כאילו נאר די אלטע האבן געקענט און מ'מאכט אוועק די נייע, פארוואס איז דאס אזוי?
און באמת אויב ארט האט זיך שטארק ארויפגעארבעט לעצטענ'ס שטעל איך מיר פאר אז עס האט געברענגט א געוואלד מיט פרישע גאונים, נו ווער זענען זיי די היינטיגע סטאר'ס?



מען קוקט אייביג אויף צוריק, ווייל אין ארט קוקט מען אויף חידושים, קאלירן, סטייל, טעכניק וכדומה, למשל, אין די נישט אידישע וועלט, איז געווען ארט "מאוומענטס" אימפרעסיאניזם, דאס האט אריינגעברענגט מאנע, ער האט מחדש געווען א נייע מהלך אין מאלן, שפעטער וואן גאו וואס דאס רופט זיך "פוסט אימפרעשיניזם", שפעטער איז געקומען מאדרן ארט, שפעטער אבסטרעקט וכו' מעוניין האט אייביג געקוקט אויף די מחדשים, און זייערע זאכן זענען די טייערסטע. און אויך באוואונדערט מען וועלכע קאלירן זיי האבן גענוצט מיט הונטערטער יארן צוריק כדי צו מאכן הערליכע בילדער. סאיז א שמועס פאר זיך.

צו די צווייטע נקודה אויב היינט איז דא גרויסע, אוודאי יא. האלץ למשל, יצחק הולץ ווערט פאררעכנט אלס זייער א גרויסע ארטיסט, מענטשן קויפן זיינע זאכן פאר צענליגע טויזענטערס, מאלנאוויצער למשל, אויכעט, ארון צוואנציג טויזנט א שטיקל, פליראווע איז אויכעט דא טייערע זאכן, איז יא, דאס רעד איך פונעם היימישן ציבור, אוודאי האט זיך דאס אויפגעבויט און סאיז דא אסאך טאלאנטפולע מעלער. סאיז דא א יונגערמאן פון קרית יואל ווטסון פארקויפט זיינע זאכן פאר פינף-זעקס טויזנט דאלער, געווען באשריבן אין די עמי לעצטנס ער הייסט יואל גליק.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:16 am

· #239460
פישל'ע העררינג
ערעב חיים דער רב'ס,

גאנץ שיין! דיין ערשטער אשכול, און שוין צושמירט זיך עס אויף 4 בלעטער!...

יהא בואך לברכה!


איך דאנק אייך זייער פאר די ווארימע אויפנאמע.

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:32 am

· #239462
חייםדירבס
די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...

עפעס ליגט מיר אין זכרון אז עס דא א היסטאריע אונטער די בילדער פון שמחת תורה אין שול, די ערשטע, לויט די קליידונג, איז אין ליווארנא איטאליע, די צווייטע וואלט איך געזאגט איז אין אמסטערדאם, די דריטער איז סתם א מישמאש פון איראקע, מאראקאנע, סירישע, ליטווישע, דייטשע גדולים, אריינגעווארפן א חב''דניק פאר א סגולה.
אויב זענען די ערשטע צוויי הארט, איז די דריטע מן הסתם א מער לעצטיגע, נאכגעמאכט הארט'ס סטיל.
די עפעקט פון פארשידענע גדולים, מיט ספרי תורה אין די הענט, אין א שיינעם שול, אום שמחת תורה, איז געוואלדיג.

ביבער » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:35 am

· #239463
חייםדירבס
ביבער

צו די צווייטע נקודה אויב היינט איז דא גרויסע, אוודאי יא. האלץ למשל, יצחק הולץ ווערט פאררעכנט אלס זייער א גרויסע ארטיסט, מענטשן קויפן זיינע זאכן פאר צענליגע טויזענטערס, מאלנאוויצער למשל, אויכעט, ארון צוואנציג טויזנט א שטיקל, פליראווע איז אויכעט דא טייערע זאכן, איז יא, דאס רעד איך פונעם היימישן ציבור, אוודאי האט זיך דאס אויפגעבויט און סאיז דא אסאך טאלאנטפולע מעלער. סאיז דא א יונגערמאן פון קרית יואל ווטסון פארקויפט זיינע זאכן פאר פינף-זעקס טויזנט דאלער, געווען באשריבן אין די עמי לעצטנס ער הייסט יואל גליק.

וואס מאכט איינעם אלס א טאלאנטפולע מעלער מער ווי אנדערע? וואס למשל איז דעם גליק'ס אייגנארטיגקייט איבער אנדערע היינטיגע מעלער'ס?

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:44 am

· #239465
ביבער
חייםדירבס
ביבער

סאיז דא א יונגערמאן פון קרית יואל ווטסון פארקויפט זיינע זאכן פאר פינף-זעקס טויזנט דאלער, געווען באשריבן אין די עמי לעצטנס ער הייסט יואל גליק.

וואס מאכט איינעם אלס א טאלאנטפולע מעלער מער ווי אנדערע? וואס למשל איז דעם גליק'ס אייגנארטיגקייט איבער אנדערע היינטיגע מעלער'ס?


ער איז א גוט טרעינירטע מאלער, ער קען נאך אסאך וואקסן, אבער ער האט טאלאנט. איך פערזענליך,פון דאס ביסל וואס איך האב געזען געפעלט מיר זייער זיין "הימל " מער ווי די מענטשן, אבער אויף דעם האט יעדער זיין געשמאק.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:47 am

· #239466
ישראל קאפקע
חייםדירבס
די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...

עפעס ליגט מיר אין זכרון אז עס דא א היסטאריע אונטער די בילדער פון שמחת תורה אין שול, די ערשטע, לויט די קליידונג, איז אין ליווארנא איטאליע, די צווייטע וואלט איך געזאגט איז אין אמסטערדאם, די דריטער איז סתם א מישמאש פון איראקע, מאראקאנע, סירישע, ליטווישע, דייטשע גדולים, אריינגעווארפן א חב''דניק פאר א סגולה.
אויב זענען די ערשטע צוויי הארט, איז די דריטע מן הסתם א מער לעצטיגע, נאכגעמאכט הארט'ס סטיל.
די עפעקט פון פארשידענע גדולים, מיט ספרי תורה אין די הענט, אין א שיינעם שול, אום שמחת תורה, איז געוואלדיג.


ביסט לכאורה גערעכט מיט דיין צווייטן פונקט, און לגבי די היסאריע פון די בילדער ווייס איך נישט, אויב כוועל טרעפן עפעס וועל איך בל"נ לאזן וויסן.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:51 am

· #239467
הארט איז געווען אן ענגלישער מאלער, ער איז געווען אין איטאליע פאר א תקופה.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:54 am

· #239468
דאס האט נישט מיט אידישקייט, אבער דאס בילד איז מוראדיג, וויל איך אנדערע זאלן הנאה האבן..
📎 image.jpg

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 1:01 am

· #239470
@חייםדירבס דאס געהערט ענדערש אין דעם 'פאעזיע אין בילד און געמעל' אשכול.

מנחם » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 1:24 am

· #239472
דאס לעצטער בילד איז עפעס נורא נוראות, דאס פארטרערטע געזיכט שניידט טיף, עס לאזט זיך איר פארקוקן און באטראכטן און אריינלערנען פילע פשטים און מצבים.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 1:25 am

· #239473
חייםדירבס
איך בעט די חשובער עולם אויב מען האט נאך נעמען וואס מוויל זען און דיסקוטירן זאל מען ביטע שרייבן.

ס'איז דא א פעינטינג פון דעם בארימטן בעלגישן פעינטער "רובענס" (אויל אויף קענוועס/לינען/לייוונט) וואס ער רופט אן "לע ראבעין" דער רב. וואס מ'זאגט אז ער איז געווען זיין שכן. אפשר קענסטו דאס ארויפלייגן?.

מנחם » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 1:32 am

· #239474
ישראל קאפקע
קויפמאן'ס איז ווייט די שענסטע, די אנדערע נוצן מער פון די ארום צו שטעלן די אטמאספער, קויפמאן'ס זענען קלאוז אפ'ס (נישט אלע, אבער אפי' די וואס זענען) און די פנימ'ל אליין זאגט אזוי פיל, אז עס איז צום שטוינען.

קויפמאנ'ס בילדער זענען לדעתי צו קרוב אל האמת און עס האט עפעס נישט דער ארטיסטישער געפיל וואס באגלייט געווענדליך א גוט שטיקל ארט, עס קוקט אויס ווי זיין קונסט שטעקט אין נאכמאלען געזיכטער מיט א רעאליסטשן אויסקוק.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:00 am

· #239484
ס'איז דא א פעינטינג פון דעם בארימטן בעלגישן פעינטער "רובענס" (אויל אויף קענוועס/לינען/לייוונט) וואס ער רופט אן "לע ראבעין" דער רב. וואס מ'זאגט אז ער איז געווען זיין שכן. אפשר קענסטו דאס ארויפלייגן?.[/quote]

דאכט זיך אז די מיינסט רעמברענדט. פיטר פאול רובנס האט אסאך געמאלן פון תנ"ך, סקען זיין אז סאיז דא אזא לעגענדע וועגן אזא פעינטינג. אבער איך מיין אז סאיז נישט דא אזא אנגענומונע ווערשאן. פון רעמבראנט איז דא א פעינטינג ווטסון הייסט Le Rabbin

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:01 am

· #239485
נאך א אידישע פעינטינג פון רעמבראנט.
📎 th.jpeg

הדד בן בדד » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:05 am

· #239486
חייםדירבס
די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...


די דריטע, ווי מען האט שוין געשריבן דא שפעטער אין דעם עמוד, זעהט מען דאך קלאר אז דאס איז א היינטיגע ארבעט. איינער האט גענומען דעם ערשטן בילד פון הארט, וועלכע איז דוקא זייער א שיינער בילד, און האט געמאכט א מישמאש פון פארשידענע גדולים, אזוי ווי עס איז היינט די סטייל, עס איז טשיעפ און גרינג צו מאכן אינעם היינטיגן קאמפיוטער עפאכע. אבער אפילו אויב עס איז יא געמאלן מיט די האנט, האט ער פשוט געהאט אין מיינד צאמצוברענגען אין איין פעינטינג, דעם בן איש חי, דעם בבא סאלי, דעם סטייפלער, הרב כדורי, און נאך צוויי וועלכע איך כאפ נישט פונקט, דער פון אונטער דעם בבא סאלי און דער אויפן באלעמער.

הדד בן בדד » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:38 am

· #239489
ארט איז זייער א ברייטע נושא, און איך בין נישט דער גרעסטער מבין אין דעם, אבער מיינע צוויי צענט קען איך אריינווארפן.

איך האב לעצטענס גערעדט מיט א גוי'אישן טעראפיסט, אן עלטערער גוי, שוין א זיבעציגער, זיין עקספערטיז איז טראומא טעראפי. ער איז פארנומען רוב פון זיין צייט מיט געוועזענע סאלדאטן וועלכע ליידן פון פי. טי. עס. די. (פאוסט טראומעטיק סטרעס דיסארדער). אזוי רעדנדיג פרעג איך אים וויאזוי עס איז אז ער איז געווארן אזא מומחה אויף דעם אז מען קומט צו אים פון גאנץ אמעריקא, וואס איז ער בעסער פון אנדערע? זאגט ער מיר: איך בין א טראומא טעראפיסט ווייל איך בין א טראומא וויקטים, אבער ווען איך בין געווען אין סקול האב איך געמוזט דורכגיין גאר גאר שווערע טעראפי אליינס, ביז איך האב געקענט ווערן דאס וואס איך בין. היינט אבער איז עס א דשאוק, מען באקומט א לייסענס איינס צוויי, מען איז נאך אליינס א צו'חוש'טער מענטש און שוין טוט מען קאונסלען אנדערע. עס איז היינט אנדערש ווי אמאל.

ווען איך נעם אויף א נייעם קאונסלער אין מיין גרופע (ער האט א גאנצע גרופע פון קאונסלערס אונטער זיך), מוז ער קודם אדורך גיין אינטענסיווע טרענירונג מיט מיר פאר איך לאז אים אליינס קאונסלען.

אין א געוויסן זין איז די גאנצע וועלט אזוי געווארן. אמאל אז מען האט געוואלט זיין אן ארטיסט, האט מען געמוזט מאלן שיינע בילדער. און ווי איינער האט שוין דא ארויסגעברענגט, אז איך קוק אן א בילד און איך זעה עס איז שיין עס איז מיר געשמאק פארן אויג און איך קען נישט אראפנעמען די אויגן דערפון, ווייס איך עס איז גוט.

מאדערן ארט איז עפעס צו וואס מען דארף שוין "פארשטיין". עס פאדערט שוין עפעס א מומחיות.

אוודאי איז דא וואס צו פארשטיין אין אמת'ע ארט אויך, און איינער האט א בעסערן אויג און איינער א שוואכערן. אבער אמת'ע ארט איז עפעס וואס יעדער קען פארשטיין און זעהן דעם קונצווערק דערין.

היינט אבער, ווען עס איז א שנעלע - אינסטענט - וועלט, ווילן מענטשן זיך נישט אפגעבן אזוי פיל ווי מען דארף, און אנשטאט אריינלייגן הונדערטער שעות אין ארבעטן און זיך טרענירן, מאכט מען מאדערן ארט.

איז צום ערשט וויל איך גראטולירן ר' חיים דעם רב'ס פארן ארויפברענגען דעם נושא און אפילו אהערברענגען אסאך שיינע שטיקלעך, און איך וואלט טאקע געוואלט ארויפברענגען די בקשה וואס אנדערע האבן שוין דא געברענגט, צו ברענגען אין קורצן די היסטאריע פון יעדן פון די מעלער וואס מען האט דא גערעדט.

איך וועל דא אנהייבן מיט א קורצע היסטאריע איבער איין ארטיסט, א מעלערין, וועלכע איז שוין דא דערמאנט געווארן און עס איז אפילו געברענגט געווארן איין שטיקל וואס זי האט געמאכט, דאס איז די עקסטרעם טאלאנפולע עלענע פלעראווע.

עלענע איז געבוירן אין רוסלאנד, און האט געלערנט ארט אין די ארטיגע רעגירונגס שולע פאר ארט אין מאסקווע (אזוי ליגט מיר אין זכרון). און טאקע ווייל עס האט געהערשט דארט קאמוניזם, און מען האט נישט געדארפט באצאלן זיך צו לערנען, נאר אז די לערער האבן געזעהן אז זי האט טאלנט האט מען איר געלערנט, און זי האט געקענט אריינלייגן שעות אין איר ארבעט, איז זי טאקע אנגעקומען צו וואס זי איז אנגעקומען.

פלעראווע איז, לדעתי, "די" בעסטע אידישע ארטיסט. אירע רייכע סעלעקציע פון קאלירן, די וועג וויאזוי זי מישט דאס, די וועג וויאזוי זי נוצט ליכטיגקייט און איר אייגנארטיגע סטיל פון ארויסברענגען א מצב מיט אירע פולע געפיהלן, מיט אזא אויסערגעווענליכע איידלקייט, אבער אין די זעלבע צייט אויך מיט א מורא'דיגע פונקטליכ'קייט, מאכט איר נישט נאר א חד בדרא, נאר אין פילע דורות. זי איז א אויסטערלישע זעלטענהייט מיט אירע ארטיסטישע טאלאנטן. (דאס איז אויסער וואס זי איז סתם אזוי א געוואלדיגע בעלת כשרון מיט א מורא'דיגע מח און זכרון).

ווען דאס קאמוניזם איז צופאלן (בערך) האט זי זיך געטראפן אן קיין פרנסה. זי איז עווענטועל אנגעקומען קיין אמעריקא ווי זי האט געארבעט זייער שווער און געמאלן בילדער פאר גאר ביליג, פשוט כדי צו קענען לעבן. ביז א בארא פארק'ער איד, א מבין אויף ארט האט איר געפונען. ער האט איר גענומען אויף זיין קאסט און האט איר געהייסן מאלן אזוי ווי זי קען. דעמאלס האט זי אנגעהויבן ארויסגעבן הערליכע שטיקלעך, איינס שענער פונעם צווייטן (למשל איין בילד וואס זי האט געמאלן פון שמחת תורה אין שוהל, איז פארקויפט געווארן פאר קרוב צו א פערטל מיליאן, פאר איד אין ק"י וועלכער האט געמוזט איבערמאכן דעם צימער ביי זיך אינדערהיים ווי ער האט עס אריינגעשטעלט, ווייל די דאך איז געווען צו נידריק פאר דעם מאלעריי).

דאס איז אזוי אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר יאר, ביז אנדערע סוחרים האבן איר מסביר געווען (כהלכות גוברין יהודאין) אז זי באקומט נישט א גוטן דיל ביי יענעם, און יענער געט איר נישט וואס עס קומט איר באמת. דאן איז זי אריבער צו אן אנדערן און נאכדעם צו נאך אן אנדערן, ערגעץ אינדערמיט איז זי געפארן קיין א"י און געטרייט אליינס צו מארקעטן אירע זאכן אבער עס איז נישט געגאנגען. איז זי צוריק געקומען צו איינעם פון די היימשע סוחרים וועלכע מארקעטן היינט איר ארטווערק.

איך ווייס נישט וויאזוי מען פאוסט דא בילדער, אבער איך וועל בעטן די וואס ווייסן אז מען זאל דא ארויפשטעלן סחורה פון איר ארטווערק וועט איר זיך אליינס איבערצייגן וואס איך מיין. איר ארבעט איז נישט עפעס וואס מען מוז זיין א מבין צו פארשטיין דאס אויסערגעווענליכע הערליכקייט דערפון, אבער אין די זעלבע צייט וועט א מבין ארויסגיין פון די כלים פון איר ארט.

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 6:04 am

· #239494
הדד בן בדד
חייםדירבס
די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...


די דריטע, ווי מען האט שוין געשריבן דא שפעטער אין דעם עמוד, זעהט מען דאך קלאר אז דאס איז א היינטיגע ארבעט. איינער האט גענומען דעם ערשטן בילד פון הארט, וועלכע איז דוקא זייער א שיינער בילד, און האט געמאכט א מישמאש פון פארשידענע גדולים, אזוי ווי עס איז היינט די סטייל, עס איז טשיעפ און גרינג צו מאכן אינעם היינטיגן קאמפיוטער עפאכע. אבער אפילו אויב עס איז יא געמאלן מיט די האנט, האט ער פשוט געהאט אין מיינד צאמצוברענגען אין איין פעינטינג, דעם בן איש חי, דעם בבא סאלי, דעם סטייפלער, הרב כדורי, און נאך צוויי וועלכע איך כאפ נישט פונקט, דער פון אונטער דעם בבא סאלי און דער אויפן באלעמער.

אויפן באלעמער שטייט ר' שמשון רפאל הירש ז"ל, דער אונטערן באבא סאלי דערקען איך נישט.
איך בין נישט זיכער אז דער מיטן היטל איז הרב כדורי, אגב די מישמאש נעמט נישט אוועק פונעם שיינקייט.

כאטש איך דערקען נישט קיין שום פנים, דאכט זיך אז אויך הארט'ס שמחת תורה אין ליווארנא'ער שול איז אויך א מישמאש פון גדולים, כאטש אלע פון זיי האבן געוואוינט כאטש א צייט אין ליווארנא, האבן זיי געלעבט אנדערע צייטן, אזוי געדענקט זיך מיר, איך זאג נישט אויף זיכער.

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 6:27 am

· #239496
מנחם
ישראל קאפקע
קויפמאן'ס איז ווייט די שענסטע, די אנדערע נוצן מער פון די ארום צו שטעלן די אטמאספער, קויפמאן'ס זענען קלאוז אפ'ס (נישט אלע, אבער אפי' די וואס זענען) און די פנימ'ל אליין זאגט אזוי פיל, אז עס איז צום שטוינען.

קויפמאנ'ס בילדער זענען לדעתי צו קרוב אל האמת און עס האט עפעס נישט דער ארטיסטישער געפיל וואס באגלייט געווענדליך א גוט שטיקל ארט, עס קוקט אויס ווי זיין קונסט שטעקט אין נאכמאלען געזיכטער מיט א רעאליסטשן אויסקוק.

קויפמאן האט נישט נאר געמאלן פענימער, נאר איך האב ארויפגעשטעלט פענימער ווייל איך האלט אז די ס'איז אן עקסטערן קונץ, אין דער צייט וואס אנדערע (און קויפמאן אין גרעסערע בילדער) באנוצן זיך מיט די גאנצע ארום צו שטעלן די טאן און און געפיל וואס זיי ווילן ארויסברענגען, זענען זיינע פענימער, חוץ זייער מוראדיגע שיינקייט און פונקטליכקייט, זאגן זיי ארויס די פארשדינסטע געפילן, באטראכסט זיך אויף א פנים, און עס זאגט וועלטן, און דאס איז אן אויסערגעווענליכן קונץ.
📎 1417989374398-1.jpg 📎 1417989405486-1.jpg 📎 1417989322785-1.jpg

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 6:53 am

· #239497
ער האט א געלע מאנטל טרעידמארק אין כמעט אלע זיינע אידישע פעינטינגס, מיט שטיוול און א שירעם.

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 6:56 am

· #239498
עפעס ליגט אין זיכרון איבער א בני ברק'ער מאלער וועלכע מאכט האלץ אנשטאטס אברי הגוף. קריעת ים סוף איז זייער באקאנט פון איהם.

פידלער » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:03 am

· #239500
הערליכע thread. א דאנק @חייםדירבס .

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:42 am

· #239503
אין לעצטן בילד זעט מען פארשידענע ספרדי'שע גדולים, דער חיד''א אדער בן איש חי, באבא סאלי און נאך.
בלאט: 1 2 3 4