☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.

אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.

188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7700
בלאט: 1 2 3 4

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:27 am

· #239511
כוכב
אין לעצטן בילד זעט מען פארשידענע ספרדי'שע גדולים, דער חיד''א אדער בן איש חי, באבא סאלי און נאך.

דער חיד''א איז מעגליך אין די ערשטע, אין ליווארנא. אין דעם לעצטן זיכער נישט.

ביבער » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:31 am

· #239512
חייםדירבס
ביבער
חייםדירבס
ביבער

סאיז דא א יונגערמאן פון קרית יואל ווטסון פארקויפט זיינע זאכן פאר פינף-זעקס טויזנט דאלער, געווען באשריבן אין די עמי לעצטנס ער הייסט יואל גליק.

ער איז א גוט טרעינירטע מאלער, ער קען נאך אסאך וואקסן, אבער ער האט טאלאנט. איך פערזענליך,פון דאס ביסל וואס איך האב געזען געפעלט מיר זייער זיין "הימל " מער ווי די מענטשן, אבער אויף דעם האט יעדער זיין געשמאק.

גוגל האט מיר געטראפן זיין וועבסייט
<a class="postlink" href="http://www.jgluckart.com/index.php#.VIWm2DMo7qA">http://www.jgluckart.com/index.php#.VIWm2DMo7qA</a>

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:54 am

· #239514
ביבער
גוגל האט מיר געטראפן זיין וועבסייט
<a class="postlink" href="http://www.jgluckart.com/index.php#.VIWm2DMo7qA">http://www.jgluckart.com/index.php#.VIWm2DMo7qA</a>
[/quote]
דאס איז דאך אונזער רעב מנשה לוסטיג, 😛 (די צווייטע אין זיין 'דזשודעאיקא פעינטינגס').
📎 Screenshot_2014-12-08-08-50-22-1.png

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 9:48 am

· #239522
פאר סאם ריזן גיפעלט מיר די מערסטע האלץ'ס סחורה ער נעמט ארום די גאנצע מצב
פארוואס זענען אלע רעמבראנט מאלערייען אזוי טונקל? מען קען נישט אפלערנען די מענטש אויפן מאלעריי אזוי טיף

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:07 am

· #239525
דאס איז א פעינטינג פון פלעראווע, איך וואלט איר נישט געגעבן די קרוין פון אידישע פעינטערס, אבער זי איז גוט. מיר דאכט זיך אז זי קען בשום אופן נישט מאלן א האנט ריכטיג, ווי אויך זענען איהרע פענימער זייער טרוקן. אבער זי איז א טאלאנטפולן ארטיסט.
📎 images.jpeg

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:11 am

· #239526
נאך א פלעראווע
📎 images(2).jpeg

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:24 am

· #239528
אזויווי ב"ה סאיז דא אנעולם וואס פארשטייט וועל איך פרובירן צו זאגן מיין מבינות... איך מיין אז היינט צוטאגס איז יצחק הולץ די גרעסטע אידישע ארטיסט, סיי בכמות און סיי באיכות. האלץ מאלט פענימער ווי רעמבראנט, גאסן ווי מאנע און פיסארא, ער איז א ריאלעסט און אויך א געלונגענער אימפרעשאניסט. איך מיין אז ער איז פילפאכיג בעסער פון איזידור קאופמן אפילו, קאופמאן איז געווען א ריינע ריאליסט, א גוטע פארטרעיט פעינטער, אבער האלץ קען מאכן א בילד, זאלסט זען די מצב, זאלסט פילן אז יעצט האלט מען נאך שחרית אין שול, זאלסט פילן רעגן, שניי, שמחה, דאגה וכו'. האלץ איז א פראפעשינעל ארטיסט גוט טרעינירט. איין זאך וואס איך וואלט ווען געוואלט זעהן אנדערש איז די סייז, איך האב ליב גרויסע מער. איך בין זיכער אז האלץ'ס סחורה וועט נאך זיין אין מוזיאמס איבעראל.
📎 dispimg.php.jpeg

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:20 pm

· #239574
חייםדירבס
נאך א הולץ האלץ

א יישר כח פאר אהערשטעלן די אלע.

(איך בין אין די מיינונג אז ארט איז זייער א וויכטיגע אין גוטע זאך. אין א שאד אז אונזערע יונגט נוצען דאס אויס נאר אויף נוי סוכה און ווען די רבי מאכט חתונה)

איין גרויסע שאלה וואס איך האב.

די מעלעריי פון האלץ אין א ירושלים'דיגע שול האט ער געמאכט לייו בשעת מעשה? פון זיין זכרון? פון א בילד?

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:25 pm

· #239576
חיים דער רב'ס,

ווי קען איך זעהן ערגעץ מער איבער האלץ? ווי קען איך קויפן זיינע אריגענעלס אדער ריפרינטס?

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:27 pm

· #239577
ישראל קאפקע
ביבער
גוגל האט מיר געטראפן זיין וועבסייט
<a class="postlink" href="http://www.jgluckart.com/index.php#.VIWm2DMo7qA">http://www.jgluckart.com/index.php#.VIWm2DMo7qA</a>

דאס איז דאך אונזער רעב מנשה לוסטיג, 😛 (די צווייטע אין זיין 'דזשודעאיקא פעינטינגס').[/quote]
יא. איך מוז מודה זיין אז דער פעינטער/ארטיסט יואלי גליק געט ארויס מייסטערווערק. ער האט גוט אראפגעכאפט דעם "מ. לוסטיג", מיט זיין גאנצן נארישן אויסדרוק אויפ'ן פנים...!

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:30 pm

· #239578
ווי האט זיך יואלי גליק געלערנט? ווי לאנג? וויפיל קאסט דאס?

קען איך אויך שיקן מיין זוהן זיך לערנען?

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:38 pm

· #239580
חייםדירבס
אזויווי ב"ה סאיז דא אנעולם וואס פארשטייט וועל איך פרובירן צו זאגן מיין מבינות... איך מיין אז היינט צוטאגס איז יצחק הולץ די גרעסטע אידישע ארטיסט, סיי בכמות און סיי באיכות. האלץ מאלט פענימער ווי רעמבראנט, גאסן ווי מאנע און פיסארא, ער איז א ריאלעסט און אויך א געלונגענער אימפרעשאניסט. איך מיין אז ער איז פילפאכיג בעסער פון איזידור קאופמן אפילו, קאופמאן איז געווען א ריינע ריאליסט, א גוטע פארטרעיט פעינטער, אבער האלץ קען מאכן א בילד, זאלסט זען די מצב, זאלסט פילן אז יעצט האלט מען נאך שחרית אין שול, זאלסט פילן רעגן, שניי, שמחה, דאגה וכו'. האלץ איז א פראפעשינעל ארטיסט גוט טרעינירט. איין זאך וואס איך וואלט ווען געוואלט זעהן אנדערש איז די סייז, איך האב ליב גרויסע מער. איך בין זיכער אז האלץ'ס סחורה וועט נאך זיין אין מוזיאמס איבעראל.

חיים דירבס: איז די פעינטינג/סצענע פון יצחק הולץ? איך בין נייגעריג אויב ער נוצט נישט עפעס א פרינטינג פראצעסס. ווייל ס'איז מיר שווער צו גלייבן אז דער "מדרש רבה" (וועלכער ליגט פארנט, לינקס) איז האנט-געצייכנט...!

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:28 pm

· #239603
@גנדי @berlbalaguleh האלץ פעינט זיינע אלע זאכן לייוו, אבער עס מיז נישט האבן געווען פונקט אזוי, צום ביישפיל, ער וועט זען א כאראקטאר וואס געפעלט אים און ער וועט יענעם אריינשטעלן אינעם בילד, אדער ער וועט צולייגן א פענסטער וכדומה אויב ער האלט אז דאס וועט עס מאכן שענער, למשל, אין אסאך פון זיינע פעינטינגס פון מאה שערים קען מען זעהן ווייבער מיט רויטע קליידער, און דאס האט ער נישט געזען אזוי, נאר דאס איז דער ארט פון מאכן די קאלירן אז עס זאל אויסקוקן שענער וכדומה.

צו די פראגע ווי מען קען קויפן אן ארגינעלען אדער פרינטס, איך קען איינער וואס איז זייער נאנט מיט אים און באקומט זאכן פאר א גוטע פרייז, אבער סאיז נאך אלס מער ווי א געווענליכן יערליכע פארדינסט פון א מענטש...

יעצט בנוגע צו גליק, און וויפיל דאס קאסט, איך ווייס נישט אבער זיכער ווענדט זיך דאס אין די טאלאנט זעלבסט ווי אויך וויפיל צייט איינער איז וויליג אריינצולייגן. אבער עס איז אוודאי דא "ארט טיטשערס"... אפשר איז דא איינער ביי די "וויליאמסבורגער ארטיסטן"....

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:30 pm

· #239604
איך בין גאר א קנאפער ידען אין קונסטליכע מאלערייען, ממילא קען איך נישט צופיל צוגעבן. איך וויל נאר אויסדרוקן א גרויסן דאנק פאר חיים און ישראל פאר'ן ארויפשטעלן די הערליכע בילדער און צוגעבן זייערע אינהאלטספולע קאמענטארן.
גנדי
ווי האט זיך יואלי גליק געלערנט? ווי לאנג? וויפיל קאסט דאס?

קען איך אויך שיקן מיין זוהן זיך לערנען?

אין עמי איז געשטאנען אז ער האט זיך געלערנט ביי פריאווטע לערערס, עלטערע ארטיסטן. ער האט נישט געוואלט גיין אין ארט סקול ווייל ער וויל נישט מאלן אומצניעות'דיגע בילדער. ער שרייבט אז איין ארטיסט האט אים אפילו נישט געבעטן קיין געלט, ער האט פשוט עס געטון צוליב זייין געפיל דערצו.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:35 pm

· #239607
יעצט צי די נקודה אויב האלץ מאכט אלעס מיט זיין האנט, די תשובה איז, זיכער יא. דאס איז א חלק פון זיין טאלאנט אז די וועסט קוקן פון גאר נאנט וועסטו זעהן אז די מדרש רבה איז נישט אזוי קלאר ארויסגעשריבן ווי עס זעהט אויס פון דער וייטנס, דאס זעלבע קענסטו אויך זעהן מיט די "סידור תפילת כל פה" וואס מען זעט נישט קיין ווארט און מען דערקענט די סידור, דאס איז א טאלאנט וואס מען האט אנגעהויבן ניצן אין די תקופה פון אימפרעשאניזם. ביי די פעינימער פון די חופה אנהויב פון די אשכול קען מען דאס אויך זעהן.

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:38 pm

· #239610
חיים דער רב'ס לייגט עס גוט אראפ.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:41 pm

· #239611
פישל'ע העררינג
חיים דער רב'ס,

עס זענען אמאל געווען פרינטס אויף eBay, כהאב נישט בודק געווען מען שרייבט זיין. נאמען אין ענגליש Itshak Holtz.

ארגינעלע זענען גאר טייער, די בעסטע וואלט געווען אויב די גייסט מיט מיט איינער וואס קען אים. וואלסטו באקומען א בעסערע פרייז, פון אים אז מען גייט אליין איז אלעס ארום. $70,000

הדד בן בדד » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:49 pm

· #239614
חיים, איך בין מסכים מיט דיר איבער האלץ, אבער לדעתי, און פאר מיין טעיסט איז פלעראווע בעסער. ווי געזאגט, איך בין נישט דער גרויסער מבין, אבער פאר מיינע אויגן כאפט בעסער פלעראווע: איר שארפקייט און קלארקייט, איר געמיש פון קאלירן און ליכטיגקייט, דאס זעהט מען נישט ביי אנדערע, אפילו נישט ביי האלץ.

איך וואלט ווען געוואלט וויסן וויאזוי ארויפצולייגן דא פיקטשערס, איך וואלט געוואלט ארויפשטעלן נאך זאכן פון פלעראווע.

איך וויל נאך ממשיך זיין, אבער יעצט האב איך נישט קיין צייט.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:55 pm

· #239617
אז מען רעדט פון האלץ...
📎 i_holtz_studymg_the_talmud_10x18_o.b._.jpg

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:57 pm

· #239619
הדד בן בדד
חיים,

איך וואלט ווען געוואלט וויסן וויאזוי ארויפצולייגן דא פיקטשערס, איך וואלט געוואלט ארויפשטעלן נאך זאכן פון פלעראווע.

איך וויל נאך ממשיך זיין, אבער יעצט האב איך נישט קיין צייט.

מען קען צולייגן א פייל. אונטער די טעקסט, נעבן מעגליכקייטן. אדרבה,לאמיר זעהן אפשר איז דא נאך וואס האלטן ווי דיר...

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:59 pm

· #239620
דאס איז פון הולץ געמאכט מיט א פעדער....
📎 McBee-070612-Rejoicing.jpg

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 3:01 pm

· #239621
ביי אן אויסשטעלונג אין קראון הייטס פון האלץ'ס זאכן, דערקענט איר עמיצער?
📎 700_kmuaur3ektfumnlnehbbiu7diigxu3bl.jpg

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 3:02 pm

· #239623
איך בין געווארן אביסל פארנומען... דערווייל זעהטס דאס....
📎 Holtz-Clock_Maker.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 3:11 pm

· #239624
חיים דירבס: ייש"כ פאר ענטפערן אויף די פראגע צו דער ארטיסט יצחק הולץ האט געמאכט אלע טיילן פון זיין מאלעריי מיט די האנט.
דיין פראגע/עצה צו ס'איז אפשר דא איינער פון די ארטיסטן פון וויליאמסבורג (די נישט אידישע טייל) וועלכע זאללן קענען אנווייזן עפעס פאר די פרומע תושבים פון דארט, איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל זאגן אז דער הרב יצחק טוביה ווייס פון מאה שערים און דער פינאנץ מיניסטער יאיר לפיד דאווענען אין דעם זעלבן שול... 😂 .
ס'קען נאך זיין אז מיט די צייט וועלן עטליכע חסיד'ישע וויליאמסבורג'ער תושבים גיין צו די ארטיסטן זיך לערנען. אבער דערווייל איז עס נאכנישט געשעען... 🙄

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 3:18 pm

· #239625
berlbalaguleh

אזא אנגענעמע שנירל (אשכול thread) ביז אהער, ביטע לאזן אזוי (לאזט ר' יצחק טוביה און להבדיל יאיר לפיד, און דיין ציניזם אינדערויסן, אין די איבריגע 9,999 אשכולות).

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 3:20 pm

· #239626
עלענא פלעראָוואַ.
זי איז טאקע מוראדיג, זי גלייכט זייער דער נאטור, בלומען, און ספעציפיש טרויבן, פילע פון אירע בילדער האבן אן עלעמענט פון בלום-מענטשעלעך (flower fairies), זי האט אויך גאר אסאך געמעלן וואס האבן נישט דווקא מיט דזשודעאיקע.
📎 1418069261898.jpg 📎 1418069363079.jpg 📎 1418069342757.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 3:23 pm

· #239627
ישראל קאפקע
berlbalaguleh
חיים דירבס: ייש"כ פאר ענטפערן אויף די פראגע צו דער ארטיסט יצחק הולץ האט געמאכט אלע טיילן פון זיין מאלעריי מיט די האנט.
דיין פראגע/עצה צו ס'איז אפשר דא איינער פון די ארטיסטן פון וויליאמסבורג (די נישט אידישע טייל) וועלכע זאללן קענען אנווייזן עפעס פאר די פרומע תושבים פון דארט, איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל זאגן אז דער הרב יצחק טוביה ווייס פון מאה שערים און דער פינאנץ מיניסטער יאיר לפיד דאווענען אין דעם זעלבן שול... 😂 .
ס'קען נאך זיין אז מיט די צייט וועלן עטליכע חסיד'ישע וויליאמסבורג'ער תושבים גיין צו די ארטיסטן זיך לערנען. אבער דערווייל איז עס נאכנישט געשעען... 🙄

אזא אנגענעמע שנירל (אשכול thread) ביז אהער, ביטע לאזן אזוי (לאזט ר' יצחק טוביה און להבדיל יאיר לפיד, און דיין ציניזם אינדערויסן, אין די איבריגע 9,999 אשכולות).

אבער צום ענין: איך מיין אז דער קאנטראסט איז גאנץ גוט בולט אין ביידע פעלער... 🙄 😂

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 3:46 pm

· #239630
נאך פלעראָוואַ.
זי גלייכט זייער פרוכט, בעיקר טרויבן און פערזשיך (peach).
📎 1418069285733.jpg 📎 1418071036947-1.jpg 📎 1418071117074-1.jpg 📎 1418071090401-1.jpg

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 4:02 pm

· #239632
אגב, אירע טרויבען זענען נישט ווער ווייסט וואס...

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 4:04 pm

· #239633
זי איז א גוטע "קאמפאזישער" זי האט גוטע איידיעס, אבער אסאך פנים'ער זענען עמאציאנלאז....

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 4:08 pm

· #239635
חייםדירבס
אגב, אירע טרויבען זענען נישט ווער ווייסט וואס...

און די הענט פון די מענטשן זעען אויך אויס מער רעאליסטיש ביי יצחק הולץ.
אבער די אויגן און אלע קליינע פרטים ארום זיי איז עפעס יוניעק (אייגנארטיג) ביי "פלעראווא", מער ווי ביי אלע אנדערע ארטיסטן... 💡

שעפטל » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 4:15 pm

· #239638
הערליך איינס ביי איינס, נאכדערצו אז איך בין דאך נישט די גרעסטע מבין...

איך וואלט ווען נאר צוגעלייגט אז @חייםדירבס איז האלץ אליינס.... עניוועיס, א קנאקעדיגע התחלה דא אין שטיבל.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 4:21 pm

· #239641
שעפטל
הערליך איינס ביי איינס, נאכדערצו אז איך בין דאך נישט די גרעסטע מבין...

איך וואלט ווען נאר צוגעלייגט אז @חייםדירבס איז האלץ אליינס.... עניוועיס, א קנאקעדיגע התחלה דא אין שטיבל.

דאס אז איך גלייך זיינע בילדער מאכט מיך נאכנישט אים... אבער יו נעווער נא....

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 4:25 pm

· #239643
קען האלץ אידיש?

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 5:53 pm

· #239672
די ערשטע פאר פון פלעראווא וואס קאפקע האט גיברענגט איז מוראדיג
שמחת תורה די אינגל וואס האלט זיין קליינע ברידער האט מיר געכאפט און ווי די זיידע און באבע פיטערן די אייניקל איז אויך זייער טיף

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 6:00 pm

· #239675
איך האב פראבירט ארויפלאדענען פיל מער געמעלן, אבער וואס טוט מען אז קאווע שטיבל איז זייער דיסקרימינירד אויף וועלכע בילדער מען קען ארויפלאדענען, די פארמאט, די מאס (אין פיקסלס) און אין דימענציע (די הייעך און ברייט), פון יעדע דריי בילדער גייען צוויי נישט ארויף.
מען דארף מאכן א פעטיציע אז קאווע שטיבל זאל טוישן די רעגולאציעס.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:16 pm

· #239702
אויב עפעס פונקט פארקערט ,זי איז אזוי ווייט פון ריאליזם ארט/עכט ווי עס איז מעגליך. אלע אירע ארט איז פיין דמיון.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:19 pm

· #239704
פישל'ע העררינג
חיים דער רב'ס,

ווי קען איך זעהן ערגעץ מער איבער האלץ? ווי קען איך קויפן זיינע אריגענעלס אדער ריפרינטס?

דא איז זיין אייגענע סייט ווי דו קענסט קויפן זיין אורגינאלע ארט און עס האט אויך א סעקשאן פון פרינטס (ליטאגראפס) פאר $90-$890.

דא האסטו א פרינט פון האלץ'ס הערליכע שוהל פעינטינג אבער עס איז היבש טייער ביי $895 ,דא איז נאכאיינס אויך $895 און איך ווייס אפילו נישט אויב עס האט זיין סיגנעטשור.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:26 pm

· #239705
איך אויך
פישל'ע העררינג
חיים דער רב'ס,

ווי קען איך זעהן ערגעץ מער איבער האלץ? ווי קען איך קויפן זיינע אריגענעלס אדער ריפרינטס?

דא האסטו א פרינט פון האלץ'ס הערליכע שוהל פעינטינג אבער עס איז היבש טייער ביי $895 ,דא איז נאכאיינס אויך $895 און איך ווייס אפילו נישט אויב עס האט זיין סיגנעטשור.

דאס האט נישט קיין אריגענלען סיגנעטור.

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:27 pm

· #239706
גנדי
קען האלץ אידיש?

אין וויקעפידיע שטייט אז יא. ער איז געבוירן געווארן אין פוילן.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:30 pm

· #239707
גנדי
קען האלץ אידיש?

ער איז געבוירן 1925 אין סקערנאוויץ ,פולין גאנץ זיכער אז ער קען אידיש.

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:12 pm

· #239724
צבי מאַלנאָוויצער,
געבוירן אין בני ברק אין א חרדישע שטוב.
היינט איז ער א מאדערן ארטאדאקס.
📎 1418086801660.jpg 📎 1418086791059.jpg 📎 1418086840573.jpg

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:15 pm

· #239726
נאך מאַלנאָוויצער.
📎 1418086784787.jpg 📎 1418086859587.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:17 pm

· #239728
ישראל קאפקע: ייש"כ. זייער הערליכע בילדער. אלע. נאר ביים מיטלסטן בילד איז א מעלה אז דער ארטיסט האט נישט אראפגעמאלן מיט צו שטארקע גראפישע דעטאלן... 😂

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:20 pm

· #239729
קאפקע: דאס יונגעלע וועלכער לערנט אלף בית איז מורא'דיג. ער ברענגט ארויס אלע ניואנסן און געפיהלן אויפ'ן קינד'ס פנים....!

חייםדירבס » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:23 pm

· #239732
מאלנאוויצער איז מוראדיג...! ער ברענגט ארויס פנימער און "באדי לענגוועדש" זייער גוט. ער האט עטליכע סטיילס, אבער ער איז גוט!

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:32 pm

· #239740
berlbalaguleh
קאפקע: דאס יונגעלע וועלכער לערנט אלף בית איז מורא'דיג. ער ברענגט ארויס אלע ניואנסן און געפיהלן אויפ'ן קינד'ס פנים....!

אמת אמת, טאקע גאר גוט!
לגבי 'די מיטלסטע' (ברית מילה) איז עס איינע פון זיינע מערסט באוואוסט שטיקער.

הדד בן בדד » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 3:01 am

· #239827
מיר געפעלט זייער דער מעלעריי פון דעם ברך משה פון מאלנאוויצער. איך האב אמאל געזעהן א הערליכן שטיקל פון פלעראווע פון דעם אלטן קלויזענבורג'ער. זי האט עס געמאכט א ספעשיל ארדער פאר א קלויזענבורג'ער חסיד.

קאפקע, דעם שטיקל פון פלעראווע וואס דו האסט געברענגט פון שמחת תורה אין שוהל איז א ריזן שטיקל, בערך אכט פוס הויך. אויף דעם האב איך אויבן געשריבן אז א איד אין ק"י האט עס אפגעקויפט און האט ספעציעל איבערגעבויעט דעם צימער אין וועלכען ער האט עס אריינגעשטעלט.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:35 pm

· #240550
יואל גליק איז באשריבן די וואך אינעם טריביון, אויפן דעקל, אויך קען מען הערן א שיינע אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר, 3 דערנאך 1 דערנאך 1107#.

א זעלבסט-פאָרטרעט פון דעם ארטיסט.
📎 1418134546736.jpg 📎 1418175886974.jpg 📎 1418175890559-2.jpg 📎 1418134589848.jpg

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:46 pm

· #240555
וויקטאָר ברינדאטש, א אידישער ארטיסט פון רוסלאנד, וואוינט היינט אין ארץ ישראל.
📎 Screenshot_2014-12-11-20-39-57-1.png 📎 Screenshot_2014-12-11-20-41-29-1.png 📎 Screenshot_2014-12-11-20-41-20-1.png
בלאט: 1 2 3 4