☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.

אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.

188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7700
בלאט: 1 2 3 4

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:50 pm

· #240556
נאך פון ברינדאטש
📎 Screenshot_2014-12-11-20-41-48-1-1.png 📎 Screenshot_2014-12-11-20-41-44-1-1.png 📎 Screenshot_2014-12-11-20-41-34-1.png

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:53 pm

· #240559
ישראל קאפקע: די קונסט פון די גרויסע ארטיסטן און שרייבערס (און פאעטן) איז אז זיי קענען אראפכאפן א סצענע אין לעבן און געבן דעם געפיהל פאר דעם צוקוקער און ליינער כאילו ער לעבט מיט די סצענע וועלכע איז באשריבן אדער געצייכנט...!

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:29 pm

· #240570
/
📎 IMG_20141211_212626-1.jpg

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:11 pm

· #240578
די ערשטע פון וויקטאָר ברינדאטש דער שיסטער האב איך זייער ליב און די לעצטע וואס האסט צוגיברענגט פון די אינגל מיט די קארב

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:33 pm

· #240584
לית דין בר נש
די ערשטע פון וויקטאָר ברינדאטש דער שיסטער האב איך זייער ליב און די לעצטע וואס האסט צוגיברענגט פון די אינגל מיט די קארב

קוקט אויס איר גלייכט ווען אידן זענען פארנומען על המחיה ועל הכלכלה. 😉

חייםדירבס » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:04 pm

· #240873
ייש"כ צו אלע וואס איר האט ארויפגעלייגט, דאך אלס "ארט קריטירירער" וואלט איך געזאגט אז די קאלירן פון די לעצט דערמאנטע ארטיסטס געפעלן מיך נישט אזוי שטארק, אין ענגליש רופט מען דאס "bland" , אזעלכע זענען דא אסאך גלייב איך, אבער דאך זענען דא גוויסע "איידעס" וואס סיים האבן געמאכט וואס זענען זייער שיין...

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:00 pm

· #241011
גיב א קוק, די וואך אין 'דער איד'. הערליך שיין.
כ'האב קיין אנונג ווער עס האט דאס געמאכט און פון וואנעט דאס שטאמט.

.
📎 Pic_02.jpg 📎 Pic_01.jpg

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:38 pm

· #241027
שמעקעדיג
גיב א קוק, די וואך אין 'דער איד'. הערליך שיין.
כ'האב קיין אנונג ווער עס האט דאס געמאכט און פון וואנעט דאס שטאמט.

.

ביידע זענען פלעראווא'ס. (זי ווערט דערמאנט פריער אינעם אשכול, מיט אירע געמעלן)

איך האב אויך דעם וואך באמערקט די אלע געמעלן אין די אידישע צייטונגען, א זאך וואס פלעג געווענליך נישט באמערקן.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:52 pm

· #241033
ישראל קאפקע: דער סעלף פארטרעיט פון דעם מעלער יואל גליק (דאנערשטיק. דעצ. 11, 8:35 נ.מ.) זעהט בכלל נישט אויס ווי איהם. האבנדיק געזעען זיין עכט בילד אויף די קאווער פון "טריביון" מעגעזין. דאס איז נישט קיין טענה פון מיין זייט. ווייל ס'איז נישט שייך קיין טענה. איך וויל נאר ארויסהייבן דעם פאקט...!

ישראל קאפקע » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:11 pm

· #242822
אלבערט בענאַראָיאַ א אידישן מעלער, געבוירן אין טערקיי אין 1963, אלס קינד זיין פאמיליע זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל דערנאך קעניע און דרום אפריקע.
אין אפריקע האט ער איז ער געווארן אינספירירט פון די קאלירפילע האריזאנט, און אנדעקט זיין טאלאנט צו מאלן.
היינט מאלט ער מערסטנס דזשודעיאיקע, בלומען און 'הינטעלעך', ער וואוינט אין ארץ ישראל מיט זיין רעביצין און צוויי כלבים'לעך.

קודם עטליכע פעינטינגס מעניני דיומא.
📎 Screenshot_2014-12-23-23-19-44-1.png 📎 Screenshot_2014-12-23-23-18-47-1.png 📎 Screenshot_2014-12-23-23-16-25-1.png

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:18 pm

· #242824
מ'זעט נישט קלאר.

ישראל קאפקע » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:22 pm

· #242825
מאטי
מ'זעט נישט קלאר.

פאראכטן

ישראל קאפקע » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:36 pm

· #242828
סוכות.
הבדלה.
בלומען.

די סוכות פעינטינג גלייך איך דאס מערסטע פון זיינע ווערק.
📎 Screenshot_2014-12-23-23-27-18-1.png 📎 Screenshot_2014-12-23-23-26-11-1.png 📎 Screenshot_2014-12-23-23-25-46-1.png

ישראל קאפקע » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:37 pm

· #242829
דער ערשטער איז דער לעצטער נאדווארנער רבי.
דער מיטן ספר תורה קוקט מיר אויס ווי דער פאריגן פאפער רב, נאר די בארד איז אביסל צו גרויס.
📎 Screenshot_2014-12-23-23-26-30-1.png 📎 Screenshot_2014-12-23-23-30-23-1.png 📎 Screenshot_2014-12-23-23-27-33-1.png

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:40 pm

· #242830
דער איז א גאון אין רעפלעקשן.

קינד_אן_קייט » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:14 pm

· #243056
פישל'ע העררינג
עפעס ליגט אין זיכרון איבער א בני ברק'ער מאלער וועלכע מאכט האלץ אנשטאטס אברי הגוף. קריעת ים סוף איז זייער באקאנט פון איהם.

דו מיינסט יוסי רוזנשטיין, כ׳מיין אז זיין באקאנטסטע ווערק איז ״מתן תורה״:



זיין סימבאליזם בנוגע איברי הגוף איז נאר ווען דאס בילד באציעט זיך צו פסוקי תנ״ך:







דאכט זיך אז ער האט אויך געמאלן דעם באקאנטן בילד (לכבודו פון יוסי גרין):

קינד_אן_קייט » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 7:04 pm

· #243078
חייםדירבס
איך וואלט אוכעט הנאה געהאט אויב איינער פארשטייט מארק שאגאל, דאס איז א מיסטעריע צו מיר פונקטליך וואס דאס מיינט....

שאגאל איז לדעתי דער אידישער פיקאסו, א יחיד במינו עד היום.

קינד_אן_קייט » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 7:46 pm

· #243086
חייםדירבס
סאיז וויכטיג צו מערקן אז רעמברענט האט שוין געמאכט מעלערייען פון אידן.

@חייםדירבס, ס׳איז דא א באקאנטער בילד וואס דארף צו הייסן אז ס׳איז דער תוספות יו״ט אין תפיסה:



יש אומרים אז ס׳איז א רעמבראנדט, אבער למעשה איז עס פון א האלאנדישער ארטיסט בשם Samuel Dirksz van Hoogstraten וואס האט געלעבט אין די זעלבע תקופה, און מן הסתם איז עס אינגאנצן נישט דער תוספות יו״ט.

אז איינער ווייסט מער פרטים, נא להאיר את עינינו.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:06 pm

· #243113
קינד אן קייט: איך האלט מיך נישט פאר דעם גרויסן ארט קריטיקער און מבין. אבער איך האב א ביסל געזעהן און באוואונדערט ארט און ארטיסטישע מעלער.
לפענ"ד איז די פעינטינג פון רעמבראנדט. דער אופן, און די צורות וואס ער מאלט אראפ איז זייער ענדליך צו זיין סטייל...!

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:17 pm

· #243116
ישראל קאפקע
דער ערשטער איז דער לעצטער נאדווארנער רבי.

נישט דא אזא זאך ווי די לעצטע נאדווארנע רבי עס ווערט נאך יעדן טאג געבוירן א ערך פון 10 צו 15 נאדווארנע רביס און ווינדער איבער ווינדער אלע הייסן לייפער אדער ראזענבוים.

פידלער » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 6:51 pm

· #248509
This doesn't belong here exactly, but I couldn't find an appropriate Eshkol. If anyone's interested in spending their Sunday (tomorrow) exploring something artsy, there's a very nice photography exhibit at Munch Gallery in the Lower East Side. The photographer is Foster Mickley, who will happily give you a tour and an explanation of his shots. If you know nothing about photography, his tour is actually quite illuminating and educational. Also, free of charge



This is his only shot of chassidim. Here's a link to the others

<a class="postlink" href="http://www.munchgallery.com/revelations_foster_mickley">http://www.munchgallery.com/revelations_foster_mickley</a>

רויטע וואנצעס » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:37 pm

· #253586
אויף אייוועלט:
ערשטע מאל אין היסטאריע! ארט לעסאנס אויף אידיש פאר אינגעלייט, געגעבן דורך ר׳ יואל גליק א יעדע וואך דאנערשטאג אין בארא פארק. פאר מער דעטאלן רופט. 8452480048 אדער <!-- e --><a href="mailto:joelgluckartist@gmail.com">joelgluckartist@gmail.com</a><!-- e -->.

סמבטיון » זונטאג יולי 23, 2017 8:51 pm

· #380019
איך האב לעצטענס באקומען א מתנה פון איינעם א הערליכע מאלעריי פון איינעם א ארטיסט דערשאוויטץ פון קרית יואל האט איינער געהערט פון אים אמאל?

לך לך » זונטאג יולי 23, 2017 9:41 pm

· #380023
יא ! באוויסטע מעלער

אפשר לייגסטע ארויף א פיקטשער דערפון

סמבטיון » זונטאג יולי 23, 2017 9:56 pm

· #380024
עס איז א זעלטערנע בילד, איך וויל עס נאך נישט ארויסגעבן, ווי קען מען זען זיינע ווערק?

קל וחומר » זונטאג יולי 23, 2017 10:20 pm

· #380026
Re: אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
אויף אייוועלט האט עימיצער לעצטענס ארויפגעלייגט שיינע מאלעריי.




סמבטיון » זונטאג יולי 23, 2017 10:41 pm

· #380027
WOW WOW הערליך! ער לעבט נאך?

קל וחומר » זונטאג יולי 23, 2017 10:42 pm

· #380029
Re: אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
איך ווייס נישט ווער דאס איז, אבער ווי עס שיינט האט די מעלער זעלבסט ארויפגעלייגט זיינע מעלערייען דארט.

סמבטיון » זונטאג יולי 23, 2017 10:48 pm

· #380030
אה, איך האב געמיינט אז דאס איז סחורה פון דעם דערשאוויץ וואס איך האב געפרעגט וועגן אים, בכל אופן אאיז עס עפעס שלא מעלמא הדין,

קל וחומר » זונטאג יולי 23, 2017 10:50 pm

· #380031
Re: אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
יעפ.
די בעלזא רב קוקט אויס בעסער ווי אויפן בילד.

סמבטיון » זונטאג יולי 23, 2017 11:19 pm

· #380033
עס זעט אויס ווי ער האלט אינמיטן, די ערשטע חלק פנים איז גראדע גאר גוט

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג יולי 24, 2017 8:55 am

· #380068
Re: אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג יולי 24, 2017 8:55 am

· #380069
Re: אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג יולי 24, 2017 9:00 am

· #380070
Re: אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
דעס קומט פין לעבאוויטש בן אדמור מניקלשבורג

א איד » מאנטאג יולי 24, 2017 10:32 am

· #380072
Re: אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
גרויסע מענטשעלע
דעס קומט פין לעבאוויטש בן אדמור מניקלשבורג
ער האט א וועבזייטל <a class="postlink" href="http://YiddyLebovits.com">http://YiddyLebovits.com</a>

קל וחומר » מאנטאג יולי 24, 2017 10:53 am

· #380074
Re: אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
גרויסע מענטשעלע
דעס קומט פין לעבאוויטש בן אדמור מניקלשבורג

זיינע ארטווערק האבן עפעס אזא שטייפקייט, די פארעם לויפט נישט smooth. קען זיין דאס איז א חלק פון זיין סטייל צו וואס כ'פארשטיי נישט אזוי גוט.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג יולי 24, 2017 10:57 am

· #380075
Re: אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
כבין נישט קיין מבין בכלל אבער ווי איך פארשטיי מאלט ער אפ א בילד אין נישט פין פאטאזיע ארויס
איז ממילא מיין איך אז סהאט נישט מיט קיין סטייל כנ״ל

קל וחומר » מאנטאג יולי 24, 2017 10:58 am

· #380077
Re: אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
וואס האט איינס מיטן אנדערן?
עס זענען פארהאן אומצאליגע סטיילס פון נאכמאלן.
בלאט: 1 2 3 4