איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
154 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7459
איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
וואס איז אייער מיינונג
נישט.
בעסער געזאגט דו רעדסט טעאריע אדער למעשה ,ווייל ווער טוט דאס נאך היינט?
[quote="
שמעקעדיג"]דער גוי איז שוין ענדליך מודה צו אונזער אלטמאדישן דרך פון חושך שבטו שונא בנו
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2014/09/18/opinion/navarrette-spanking-kids/">http://www.cnn.com/2014/09/18/opinion/n ... king-kids/</a>[/quote]
Its the most safe place to slap, and doesn't usually leave any marks, I believe this is the only reason why the old school parents used to prock there.
איז אויסגעהאלטן צו פראקן עלטערע מענטשן דארט? וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן פאר עלטערע איז אויך נישט אויסגעהאלטן פאר יונגערע.
והוא הדין ביי יעדע זאך וואס איז נוגע אנרירן א קינד; אויב איז עס אויף אן אופן וואס דו וואלסט נישט אזוי אנגערירט אן ערוואקסענעם האסטו נישט קיין רעכט דאס צו טון פאר א קינד.
טעות
ודי למביןאיז אויסגעהאלטן צו פראקן עלטערע מענטשן דארט? וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן פאר עלטערע איז אויך נישט אויסגעהאלטן פאר יונגערע.
והוא הדין ביי יעדע זאך וואס איז נוגע אנרירן א קינד; אויב איז עס אויף אן אופן וואס דו וואלסט נישט אזוי אנגערירט אן ערוואקסענעם האסטו נישט קיין רעכט דאס צו טון פאר א קינד.
סארא שטותים. דו וואלסט געגלעט געקישט אן ערוואקסענעם? לכאורה נישט.. סאו קיש נישט/גלעט נישט דיין קינד.
איך אויךבעסער געזאגט דו רעדסט טעאריע אדער למעשה ,ווייל ווער טוט דאס נאך היינט?
אוודאי אין טעאריע. וואס האט דאס מיט איינס פון די צוויי צדדים דלעיל
עס איז נישט דא קיין שום היתר אין דער וועלט
יעצט אז איך בין עלטער און איך קוק צוריק און זעה ווי נאיוו אינז זעמיר געווען. עס שוידערט מיר!!!
די רבי'ס (נישט אלע פאשטייטסעך) האבן געטוהן אן א שיעור זאכן שלא כהלכה וואס האט איבערגעלאזט א רושם אויף אינז דריטע דור פון היטלער ימ''ש
איך ווייס נישט אויב איך מעג דא אויסרעכנען
אבער עס טיט וויי און ב''ה היינט ווי ווייט איך ווייס איז דאס שוין פארבאטן און א מלמד וואס רוהט אן א קינדס הויזן דארף מען אים ארויסשיקן פון חיידער בו ביום און מאכן זיכער אז ער איז נישט אין דער עולם החינוך אין דער גאנצע וועלט!!
ווי איז געווען דער היתר אראפציען קינדערס הויזן און הייסן שפייען?
ווי איז געווען דער היתר זיך אויסלאזן דער גאנצע כעס און שלום בית אויף א קינד?
עס איז נישט געווען קיין שום פיקוח אויף מלמדים און ב''ה היינט זעה איך ביי מיינע קינדער ווי זאכן האבן זיך שטארק געטוישט
און פאר ענק אלטע פארצייטישע מלמדים מיט די פאסיקעס מיט שטעקענעס.. קומטס אהער שוין .. טיטס אויס דער ברילן לייג דיין פיאות אויפן אויער ... טראך פאטש... יעצט לייגט דייך איבער דעם טיש.. ניין אזוי אה אזוי. אהער מיטן שטעקן...............ווא ווא קנאק בום
דיס איז פאראל או יא
די האסט געהאט א רבי וואס האט געהייסן אראפציען די הויזן?
וועלכע חיידער?
קענסט מיר זאגן וועלכע חיידער נישט?
ווען גייט מען ענדליך מאכן א סוף צי דעם
אלע חדרים אין דער וועלט האבן שוין געסטאפט נאר נישט סאקמער!!!
זאל איך ארויסנעמען מיינע קינדער??
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
טאמער א מלמד איז א ממזר א שלעגער, וועט עס נישט העלפן איהם נישט צו לאזען שלאגען. מיט די מויל קען מען פונקט אזוי צוקלאפען א קינד.
נאר למעשה דארף יעדער טאטע וויסען אז דיסציפלין איז נישט געוועלדיגן. מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
911
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
זאפטיגווען גייט מען ענדליך מאכן א סוף צי דעם
אלע חדרים אין דער וועלט האבן שוין געסטאפט נאר נישט סאקמער!!!
זאל איך ארויסנעמען מיינע קינדער??
כ'פארשטיי דיך אינגאנצן נישט, אז דו האסט געהאט א גאר שלעכטע עקספיריענס אין סאקמערע חדר, פארוואס האסטו געשיקט דיינע קינדער דארט, זיי זאלן איבערלעבן דיינע קאשמארן?!?! פארגינסטו דען נישט פאר דיינע קינדער א בעסערע יוגענט ווי דו האסט געהאט????
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
א באקאנטע מיינער, א סאטמארער וואס איז געווען א יתום אלס אינגעל, האט לעצטענס געטראפען זיין מלמד אין ביהמ"ד. ער איז צוגעגאנגען צו איהם און ער האט איהם דערלאנגט א משכנתא, זאגענדיג צו איהם, "דעמאלס ביסטו געווען שטארק און איך מאכטלאז. דעריבער האסטו אויסגענוצט דיין געלעגענהייט. יעצט איז עס פארקערט. ווילאנג איך הער נישט איז דו האסט זיך אפגעזאגט פון דיין אמט, גייסטו כאפען פון מיר ווען אימער איך טרעף דיר".
ער טענה׳ט אז יענער האט זיך טאקע אפגעזאגט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
ליטוואק פון בודאפעסטטאמער א מלמד איז א ממזר א שלעגער, וועט עס נישט העלפן איהם נישט צו לאזען שלאגען. מיט די מויל קען מען פונקט אזוי צוקלאפען א קינד.
נאר למעשה דארף יעדער טאטע וויסען אז דיסציפלין איז נישט געוועלדיגן. מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטן מויל קען מען אסאך מער צוקלאפן א קינד ווי מיט א פיזישער פראסק אדער פראק
Sent from my iPhone using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..
אין 'מנשה לוסטיג - אויטאביאגראפיע' איז דא עטליכע פרקים וועגן דעם ווייטאגליכע טעמע. און ער האט אין פלאן נאך צו מאכן דערפון א דאקומענטארי וכדומה.
קומט אריין מיט געשיכטעס, למען ידעו דור אחרון, שלא אבותינו בלבד גאל ה' מהשואה, אלא אף אותנו..
דאכט זיך אז אויך אין שטובער איז געווען עלטערן וואס האבן אראפגעצויגן די הויזן פון די קינדער כדי צו פראקן אויף די נאקעטע הויט, אבער ס'איז אינו דומה צו ווען א מלמד טוט דאס בפרט בפרט אין פראנט פון די קלאס. פראקן אויף די הויזן איז אבער געווען א אנגענומענע מיטל ביי פארשידענע עלטערן און מלמדים בעיקר פאר די קלענערע קינדער און נאכמער אין די גויישע וועלט
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
אין דער חדר ניצט מען לייסעסנד טוטערס אדער פראפעשענעלס ווען מען ברויך אדער חדש איז אסור? אפשר פארדעם דארף מען אראפ ציען די הויזען און ח''ו פראקן ווען ער טראגט די הויזען. דער שלום בית ליידענדע טאר דאך נישט משנה זיין און אפ זאגן פון זיין זשאב טאר מען נישט ווייל ער ברויך א זשאב און טאמער 'העט ער זיך דרייען און פרייען ליידיג עט נישט טויגען.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראףאין דער חדר ניצט מען לייסעסנד טוטערס אדער פראפעשענעלס ווען מען ברויך אדער חדש איז אסור? אפשר פארדעם דארף מען אראפ ציען די הויזען און ח''ו פראקן ווען ער טראגט די הויזען. דער שלום בית ליידענדע טאר דאך נישט משנה זיין און אפ זאגן פון זיין זשאב טאר מען נישט ווייל ער ברויך א זשאב און טאמער 'העט ער זיך דרייען און פרייען ליידיג עט נישט טויגען.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פערל ווערטער!!!!
גראף911
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
און נישט קענען קיין שידוכים טיהן שפעטער
יין שרףליטוואק פון בודאפעסט מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.
אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..
פראביר אליינס. די נעקסטע מאל וואס עס איז אינגאנצן אנגעצויגן, די קינד פאלגט נישט, ער שרייט, דו שרייסט, זי שרייט וכו'. כאפ דיר פלוצלונג א טיפן אטעם, און נעם זיך טראכטן פון די ביעטש, א געשמאקע רייזע אין די שיינע וועטער, א רעיז פון דיין באסס, אדער סיי וועלכע פאזיטיווע חלק פון דיין לעבן. ותראה ישועות.
די עצה וועט נישט העלפן אפציקילען דער מלמד'ס ברענעדיגע תאווה
ליטוואק פון בודאפעסטיין שרףליטוואק פון בודאפעסט מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.
אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..
פראביר אליינס. די נעקסטע מאל וואס עס איז אינגאנצן אנגעצויגן, די קינד פאלגט נישט, ער שרייט, דו שרייסט, זי שרייט וכו'. כאפ דיר פלוצלונג א טיפן אטעם, און נעם זיך טראכטן פון די ביעטש, א געשמאקע רייזע אין די שיינע וועטער, א רעיז פון דיין באסס, אדער סיי וועלכע פאזיטיווע חלק פון דיין לעבן. ותראה ישועות.
און וואס וועט פאסירן? אז מיין יענקי וועט נישט אריין אין בעט ביז עלעף אזייגער.. און?
פראביר נאר, עס איז וואונדערבאר צו זען.
יין שרףליטוואק פון בודאפעסטיין שרףליטוואק פון בודאפעסט מ'קען האבן פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ'קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.
אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..
פראביר אליינס. די נעקסטע מאל וואס עס איז אינגאנצן אנגעצויגן, די קינד פאלגט נישט, ער שרייט, דו שרייסט, זי שרייט וכו'. כאפ דיר פלוצלונג א טיפן אטעם, און נעם זיך טראכטן פון די ביעטש, א געשמאקע רייזע אין די שיינע וועטער, א רעיז פון דיין באסס, אדער סיי וועלכע פאזיטיווע חלק פון דיין לעבן. ותראה ישועות.
און וואס וועט פאסירן? אז מיין יענקי וועט נישט אריין אין בעט ביז עלעף אזייגער.. און?
דעמאלטס הייב אן טראכטן נאך מער פון די ביעטש בכל פרטיה ודקדוקיה וכל אשר ישנו שם, און גאר שנעל וועסטו ניטאמאל געדענקען דיין יענקי, אדער אז ס'איז שוין נאך 11 אזייגער...
ליטוואק פון בודאפעסטיין שרףליטוואק פון בודאפעסט מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..
פראביר אליינס. די נעקסטע מאל וואס עס איז אינגאנצן אנגעצויגן, די קינד פאלגט נישט, ער שרייט, דו שרייסט, זי שרייט וכו׳. כאפ דיר פלוצלונג א טיפען אטעם, און נעם זיך טראכטן פון דער
ביטש , א געשמאקע רייזע אין די שיינע וועטער, א רעיז פון דיין באס, אדער סיי וועלכע פאזיטיווע חלק פון דיין לעבן. ותראה ישועות
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ביעט"ש, כצ"ל.
החיים והמות ביד הלשון...
ביד המקלדת צ"ל
מען איז דא אביסל פאקראכן
דער שאלה פון דעם פותח האשכול איז נישט געווען וועגן שלאגן קינדער אין אלגעמיין
אויף דעם איז שוין דא אנדערע אשכולות און פסוקים און דעבאטעס לרוב
דער שואל האט געפרעגט צי דאס וואס טאטע'ס/רבי'ס/מנהלים לייגן א קינד איבערן שויס/טיש און שלאגן דעם חלק האחוריים מיטן הענט/שטעקן/פאסיק
צי איז דעס אויסגעהאלטן הלכהדיג/געזעצליך/מאראליש
פונקט היינט איז מיר איינגעפאלן די מקור פארן ווארט פראקען. ס'איז מעגליך א גלגול פונעם גריכישן ווארט
procto. אינעם היינטיגע ענגליש איז דא א מעדעצינישע אפטיילונג
proctology.
יואלישפונקט היינט איז מיר איינגעפאלן די מקור פארן ווארט פראקען. ס'איז מעגליך א גלגול פונעם גריכישן ווארט
procto. אינעם היינטיגע ענגליש איז דא א מעדעצינישע אפטיילונג
proctology.
די מיינסט צי זאגן אז אינזערע מלמדים האבן אינז אויסעגהיילט?
זאפטיגמען איז דא אביסל פאקראכן
דער שאלה פון דעם פותח האשכול איז נישט געווען וועגן שלאגן קינדער אין אלגעמיין
אויף דעם איז שוין דא אנדערע אשכולות און פסוקים און דעבאטעס לרוב
דער שואל האט געפרעגט צי דאס וואס טאטע'ס/רבי'ס/מנהלים לייגן א קינד איבערן שויס/טיש און שלאגן דעם חלק האחוריים מיטן הענט/שטעקן/פאסיק
צי איז דעס אויסגעהאלטן הלכהדיג/געזעצליך/מאראליש
גערעכט
איך וואלט מציע געווען זאלסט גיין פאר העלפ ווי שנעלער, פארלאז דיך נישט אויף א נאכט אין קאנטינעטעל.
זרחיזאפטיגמען איז דא אביסל פאקראכן
דער שאלה פון דעם פותח האשכול איז נישט געווען וועגן שלאגן קינדער אין אלגעמיין
אויף דעם איז שוין דא אנדערע אשכולות און פסוקים און דעבאטעס לרוב
דער שואל האט געפרעגט צי דאס וואס טאטע'ס/רבי'ס/מנהלים לייגן א קינד איבערן שויס/טיש און שלאגן דעם חלק האחוריים מיטן הענט/שטעקן/פאסיק
צי איז דעס אויסגעהאלטן הלכהדיג/געזעצליך/מאראליש
זרחיזאפטיגמען איז דא אביסל פאקראכן
דער שאלה פון דעם פותח האשכול איז נישט געווען וועגן שלאגן קינדער אין אלגעמיין
אויף דעם איז שוין דא אנדערע אשכולות און פסוקים און דעבאטעס לרוב
דער שואל האט געפרעגט צי דאס וואס טאטע'ס/רבי'ס/מנהלים לייגן א קינד איבערן שויס/טיש און שלאגן דעם חלק האחוריים מיטן הענט/שטעקן/פאסיק
צי איז דעס אויסגעהאלטן הלכהדיג/געזעצליך/מאראליש
💡 עס איז מעגליך (- כ'בין מדגיש מעגליך) אז וועגן דעם האט דער באשעפער באשאפן די פארשוין אזוי... [אויב די שלאגן איז אביסל און אינאסענ'ט. און בעיקר מיט'ן ריכטיגן כוונה פארשטייט זיך]!!!
קליינע קינדער מעגליך אז יא. גרעסערע קינדער נישט אויסגעהאלטן.
C/P
בהעלתך
"ואביה יָרֹק יָרַק בפניה" ׁ(יב, יד)
איש חינוך נכנס אל הקודש פנימה, לכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, ושאלתו
בפיו: לפי חוקי המדינה נאסר על מלמד להכות תלמיד אפילו לצורך חינוך. האם לפי
התורה הקדושה ראוי ונכון בדורנו להכות תלמיד במקום הצורך, לשם חינוך גרידא ולא חלילה
מכעס.
כ"ק מרן שליט"א ציין לפסוק בסוף פרשתנו והראה דבר נפלא שמביע תשובה בהירה ללא צורך
במילים נוספות:
בעת שהקב"ה כעס על מרים נוקטת התורה במילים "ואביה יָרֹק יָרַק בפניה". דהיינו שירקו
בפניה להכלימה, "הלא תיכלם שבעת ימים".
כאלף שנה עברו ואונקלוס תרגם את התורה מפי רבי אליעזר ורבי יהושע, בתרגום אונקלוס
תורגמו המילים "ירק ירק" - "מִנְזָף נְזִיף". כבר לא מדובר על יריקה, אלא נזיפה בלבד.
כאלף שנים נוספות עברו ורש"י הקדוש ביאר את התורה כשהוא נצמד לפשט. את המילים "ירק
ירק" מבאר רש"י בלשונו הזהב: "הראה לה פנים זועפות". אפילו לא נזיפה. רק פנים זועפות.
כאלף שנים נוספות לאחר רש"י - אידך זיל גמור...
צום קעפל פון די שאלה. וואס איז די צד אז מען זאל נישט מעגן?
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
דר. דייענע בוימרינד האט אוועקגעשטעלט דריי אנדערע סארטן פון עלטערן:
1). אָטאָרעטעריען - דאס הייסט אזא איינער וואס (עכ״פ בנוגע זיינע קינדער) על פיו ישק כל דבר. ער איז א גאר שטרענגער און איז מטיל אימה יתירה בתוך ביתו.
2). אָטאָריטעטיוו - דאס הייסט ער איז נישט צו שטרענג אבער ער סעט לימיטס וכדומה, וואס אויף דעם זענען דא קאנסעקווענצן. די קינדער פארשטייען אז ס׳איז נישט קיין הפקר וועלט.
3). פּערמיסיוו - די עלטערן זענען גאר ״טשילד״ בנוגע אויפציען זייערע קינדער; עס קען זיין בּעיסיקעלי הפקר-וועלט.
הגם שטודיעס צייגן נישט אז פעטש טוהט אין אלגעמיין שטארק שאטן פאר די קינדער׳ס דעוועלאפמענט, טוהן זיי אבער צייגן אז די צווייטע און מיטעלסטע סארט פון פּערענטינג/קינדער ערציאונג איז די מערסטע/בעסטע ווירקזאם און טוהט אויף דאס מערסטע אמגונסטנס פאר די דעוועלאפמענט פון די קינדער. דאס גייט אין איינקלאנג מיט׳ן באקאנטן רמב״ם׳ס מהלך פון דרך ממוצע בדעות. קאָרפּאָרעל שטראפן, וואס אין דעם איז נכלל פעטש (עכ״פ אלס אן אפטע מיטל), גייט שוין (מער) אריין אינ׳ם ערשטן סארט פּערענטינג.
צו באציט זיך די שואל דוקא אויף איבעלייגן קינדער אין פראקן?
אדער שלאגן אין דזשענאראל?
קודם זיי מסביר וואס איז די צד מ'זאל יא מעגן. ווייל דו ביסט שטערקער מעגסטו זיי שלאגן?
פאלקאוויטש123צו באציט זיך די שואל דוקא אויף איבעלייגן קינדער אין פראקן?
אדער שלאגן אין דזשענאראל?
פרעג אים דירעקט
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
יין שרףC/P
בהעלתך
"ואביה יָרֹק יָרַק בפניה" ׁ(יב, יד)
איש חינוך נכנס אל הקודש פנימה, לכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, ושאלתו
בפיו: לפי חוקי המדינה נאסר על מלמד להכות תלמיד אפילו לצורך חינוך. האם לפי
התורה הקדושה ראוי ונכון בדורנו להכות תלמיד במקום הצורך, לשם חינוך גרידא ולא חלילה
מכעס.
כ"ק מרן שליט"א ציין לפסוק בסוף פרשתנו והראה דבר נפלא שמביע תשובה בהירה ללא צורך
במילים נוספות:
בעת שהקב"ה כעס על מרים נוקטת התורה במילים "ואביה יָרֹק יָרַק בפניה". דהיינו שירקו
בפניה להכלימה, "הלא תיכלם שבעת ימים".
כאלף שנה עברו ואונקלוס תרגם את התורה מפי רבי אליעזר ורבי יהושע, בתרגום אונקלוס
תורגמו המילים "ירק ירק" - "מִנְזָף נְזִיף". כבר לא מדובר על יריקה, אלא נזיפה בלבד.
כאלף שנים נוספות עברו ורש"י הקדוש ביאר את התורה כשהוא נצמד לפשט. את המילים "ירק
ירק" מבאר רש"י בלשונו הזהב: "הראה לה פנים זועפות". אפילו לא נזיפה. רק פנים זועפות.
כאלף שנים נוספות לאחר רש"י - אידך זיל גמור...
ווער איז די רבי, זייער א גוט ווארט
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
ראש ישיבה מפורסם עם אדמו"ר מבעלזא שליט"א
[ציטאט אראפגענומען]
ווי אזוי ביסטו מציע צו געבן אויף די הענט, אזוי ווי די מלמדים מיט א שטעקן אויף די פלאך פון די הענט ?
מאך זיכערקען זיי אז איך האק אריין, אבער איך פארמאג אויף מיין קערפער צוויי שווערע וואונדן וועלכע גייען קיינמאל נישט פארהיילט ווערן, איינס איז אויף מיין פנים, אטן די צווייטע אויף מיין פוס, דאס זענען די רעזולטאטן פון א מלמד'ס אויפרייס אויף מיר פאר גאר א לאנגע צייט צוריק, דאס איז חוץ פון די אומצאליגע גייסטישע וואונדן מיט וואס איך ספראווע זיך א גאנצער לעבן א דאנק די פארשאלטענע חינוך סיסטעם וואס איך בין אריבער ספעציעל ביי דעם גרוילהאפטיגער קאניבאל
אנדערע וואלטן געזאגט אז יעצט דארף מען זיך שוין נישט ספראווען מיט די קריטיק דיינער ווייל ס'קומט אלץ פון ווייטאג וכו' וכו' בלא בלא בלא און מ'קען ווייטער דמיונען אז ס'עקזיסטירט קיין רשעות און פראבלעמען ביי אונז, איך פארשטיי אבער נישט די סארט טראכטנגסגאנג, איך זעה די זאך פונקט פארקערט, פון דיינע ווערטער זעה איך נאר נאך שטערקער דאס רשעות, דאס אליינס אז א מענטש קען זיין אנגעווייטאגט נאך אזויפיל יארן דאס אליינס צייגט ווי גרויס די חורבן איז, נישט אזוי?