☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » חינוך אשכול

חינוך אשכול

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2389

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:20 pm

· #62735
חינוך אשכול
חינוך, חינוך, חינוך....
ס'איז הימל, ערד און חינוך,
אלע בוכער, טעיפס, דרשות, קול קורא'ס, און וואס נישט.
ס'איז פאראן אזויפיל וואס צו רעדן, אזויפיל שוועריגקייטן און ספיקות אויסצושמועסן!

פארוואס איז טאקע חינוך געווארן אזא וויכטיגע - און גלייכצייטיג באליבטע - טעמע פאר קינד און קייט, אינעם היינטיגן דור?

דער תירוץ איז, אז היינט איז חינוך שווערער ווי סיי ווען צוליב פארשידענע סיבות.
אבער נישט אלץ הערט מען די ריכטיגע תירוצים און סיבות, פון אונזערע בעלי דרשנים.
און אט דאס איז דער ציל פון דעם אשכול.

מיר האבן אלע קינדער, און מיר ווילן אלע זיי אויפציען פאר די בעסטע וואס זיי קענען זיין.
יעדער האט געוויסע שוועריגקייטן און ווערט סטאק ביי פארשידענע ענינים, זה בכה וזה בכה.
אויב האט איר סיי וועלכע פראגע, לייגט עס דא ארויף אויפן טיש, און לאמיר עס איבערשמועסן.

---

איך וויל רעדן אפאר מינוט איבער די היינטיגע איבערגעטריבענע הפקרות, לוקסוס און שוואוילטאג.

קינדער וואקסן אויף אין א וועלט פון פארגעניגענס, וואס איז געוויס נישט געווען מששת ימי בראשית.
מען לעבט אויף צוקערלעך, יעדן טאג אייזקריעמס, מען טיילט נאש אינדערהיים, אין חדר/סקול, אין ביהמ"ד, ביי די באבע, און וואו נישט.
זיי באקומען די בעסטע מאלצייטן, עירקאנדישאן און סטיעם איז א MUST, אלע באקוועמליכקייטן וואס שייך.
די קינדער ווערן געפיעטשעט (געספויעל'ט), מען האט רחמנות אויף זיי, מען גיט נאך, איינער מער איינער ווייניגער,
אבער ווייניג האבן די הארטע שטארקע כאראקטער וועלכע אונזערע עלטערן און מחנכים האבן געהאט צו אונז.

די שלעכטע תוצאות דערפון איז פילפאכיג. ברוחניות ובגשמיות.
אבער פאר די קינדער אליינס, זיי האבן דערמיט א גרויסן פראבלעם.
היינטיגע קינדער קענען ממש נישט הענדלען א שוועריגקייט. זיי ווערן פארלוירן, צובראכן, מיואש.
פארפאלן, די שטארקע און שטרענגע האנט, האט געהאט דעם בענעפיט אז עס האט געבויעט אין אונז א געוויסע שטארקקייט וועלכע אונזערע קינדער האבן נישט!

האב איך א פוינט דערמיט?

לאזט מיר וויסן וואס זאגט איר דערצו? און אויב אמת, וואס קען מען טוהן דערצו?

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:37 pm

· #62737
ייש"כ פאר דיין צייט.
דאס וואס אלע דרשות איז אינטער די קלאס "חינוך", מיינט נישט אז חינוך איז אזא גרויסע אישו.
ס'פשוט, וויבאלד די גאנצע הלוך ילך פון א מענטש, אלע זיינע מידות, זיינע טאג-טעגליכע התנהגות, איז נוגע צו חינוך. במשרים ובעקיפין.
קיינער וועט דאך נישט קומען צו א דרשה אונטערן נאמען "וויאזוי צו זיין א נארמאלע מענטש" אדער אפילו "וויאזוי צו זיין א גוטע טאטע", אבער וואס טוט מען נישט פאר "חינוך"?

בנוגע חלק שני.
אמת, היינטיגע קינדער האבן גאנץ אסאך. זיי קענען טאקע שווערער איבערקומען שוועריקייטן, מצד שני איז אבער היינט דא הילף פאר יעדע קלייניקייט.

די נסיונות זענען אפשר גרעסער, אבער די כלים פאר די "צד הקדושה" איז אויך דא. - נישט יעדער וויל דאס אייזעהן.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:34 am

· #62864
וואס זאגט איר פאר אייערע קינדער ווען זיי באקלאגן זיך: מאמי איך האב נישט וואס צו טוהן?

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:23 am

· #62881
אן ענטפער צו שמעקעדיג הי"ו
איך, אלס בעל עגלה פאר איבער 35 יאהר ב"ה, רעד מיר איין אז כ'בין אויך א שטיקל בעל מחנך, האב געמאכט אזא נוסח ואס געט א פיקטשער פון'ם היינטיגן צוגאנג צו חינוך. ":אויב ביסטו גוט, באקומסטו איין קענדי. אויב ביסטו נישט גוט, באקומסטו צוויי.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:52 am

· #62884
צוויי פראסקעס?

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 3:05 am

· #62888
זר זהב
צוויי פראסקעס?

ניין. קענדיס. מבשרי אחזה. אין דעם בית חינוך וואו איך בין איינגעשטעלט (תרתי משמע) זעה איך וויאזוי דער מנהל רעדט צו די קינדער וואס ביהעיוון נישט.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:36 am

· #62916
berlbalaguleh
אין דעם בית חינוך וואו איך בין איינגעשטעלט (תרתי משמע)

😂 😂 😂

א טיף ווארט.
זאל דיר השי"ת העלפן.

מיקוה נייעס » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:50 pm

· #63329
איין זאך האב איך מקבל געווען פון מיינע מחנכים אזאויב א קינד פאלגט נישט דארף מען אים אנרייסן די ביינער 😂 😂

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:06 pm

· #63337
האסט עס מקבל געווען באהבה?
זאג נאר, ס'האט געהאלפן?

מיקוה נייעס » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:08 pm

· #63339
אוודאי האט עס געהאלפן מיינע קינדער זענען מיר דאנקבאר דערויף 😂 😂

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:14 pm

· #63342
דיינע קינדער?
האסטו נישט נארוואס געמאלדן אז ס'איז דא פרישע נייעס ביי דיר צום ערשטן מאל?

מיקוה נייעס » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:19 pm

· #63345
איך געב מיך אפ מיט קינדער איך קען נישט זאגן וואס מיין פאך איז משום גילו

ווייס ווי שניי » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:40 pm

· #63362
אוי ביזטוו א רחמנות רחמנות איז נישט דאס ווארט

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:10 am

· #63657
א פרישע וועג מחנך צו זיין.

<a class="postlink" href="http://entertainment.verizon.com/video/play/788699/genres/news">http://entertainment.verizon.com/video/ ... enres/news</a>

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:52 pm

· #64497
שוין א אלטע דעבאטע, צי טאטעס קענען זיך באהאלטן פון די קינדער צי נישט.
דהיינט אז באמת איז דער טאטע נישט דער גרויסער מאן דהו, אבער פאר די קינדער צייגט ער א שיין פנים.
קען מען דאס אזוי טון סוקסעספול?

רוב מחנכים שרייען אז די קינדער קען מען נישט נארן,
אבער אנדערע טענה'ן אז מען קען דאס יא, און אודאי זאל מען נישט זיין אפן צו די קינדער און ח"ו טון אלעס אפענערהייט...
כ'האב אמאל געהערט בשם ר' עזריאל טויבער שליט"א, אז א מענטש קען זיך יא באהאלטן.
אז השי"ת זעהט אז א מענטש פרובירט די בעסטע, און בפרט אקעגן די קינדער פרובירט ער צו זיין ערליך, וועט השי"ת נישט מגלה זיין פאר די קינדער.

איך האב שוין פריער אראפגעברענגט פון ר' מנשה פילאפף וואס שרייבט אז אויב האט מען א באהאלטענע טעלעפאן, קען מען נישט אויסנארן די קינדער,
ער שרייבט אז די קינדער זענען גרויסע חכמים און מען קען זיי נישט איבערקלוגן.

אבער לפלא, אז אין "זעלבן" ארטיקל, שרייבט ר' מנשה אליינס פארקערט, אז מען זאל יא פארהוילן פון די קינדער און זאגן שקר פאר זיי.
📎 חינוך ארטיקל.jpg

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:53 pm

· #64526
איך בין עס געווען, דער איינער. אין שלום בית אשכול (מאחורי הפרגוד).
איך האב געטראכט דערפון בשעת איך האב געשריבן הנ"ל, אבער עס איז א גרויסער חילוק צווישן די 2,
ביים ווייב עקט מען נישט לשם שמים, נאר צו ערווערבן מער רעספעקט, ממילא דארף מען נישט פארציילן אלע שוואכקייטן און נאר ארויסווייזן די גוטע חלקים,
משא"כ ביי חינוך מוזטו דאך אריינגעבן אין די קינדער א ווארימקייט, ערליכקייט, קדושה וטהרה (עהעם..), און אויב ביסטו ווייט דערפון, ווי אזוי קענסטו דען מצליח זיין, ווי קענסטו אפילו האפן אויף סייעתא דשמיא

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 3:14 pm

· #64530
קומענדיג פון דער אשכול, קלער איך אפשר וואס איך האב געשריבן דארט קען דא אביסל ארויסהעלפן. קיינער קלערט נישט אז א טאטע וואס למשל קומט אין שול יעדן צופרי ביי ויברך דוד מוז זאגן פאר זיין יונגעל אויך אז ער זאל דעמאלטס קומען ווייל אז נישט איז ער א היפאקריט. דאס האט נישט קיין פנים, איך מוז מחנך זיין מיין קינד מיינע עבירות אויך?

נאר וואס, עס האט אויך נישט קיין זין פראבירן איינרעדן די קינדער אז מ'איז א צדיק תמים בדורותיו בשעת ווען די אמת איז כרחוק מזרח ממערב, סתם זאגן פרעכע ליגענטס האט נישט קיין פשט אדער טעם.

א שטיקל פתרון איז ווען מ'פארשטייט די יסודישע נקודה אז קיין יומען ביונג איז נישט פערפעקט, יעדער איינער וויל מער ווי ער איז מצליח בפועל. און קינדער זענען נישט צו נאריש צו פארשטיין אז אויך זיין טאטע וואלט געוואלט זיין אין שול ביי ברכות נאר ער האט אויך א יצה"ר, דער קינד האט דאך נישט דווקא די יצה"ר איז ער יא אין שול דעמאלטס. דער טאטע מעג גאנץ קלאר דאס זאגן פארן קינד, און דאס איז דאך די גאנצע אמת.

פארשטייט זיך אויב איינער האט נישט קיין שום אינטערעס צו זיין ערליך וועט ער געווענליך אויך נישט האבן די גאנצע שאלה לכתחילה, מ'רעדט דאך נארמאל א ערליכע יונגערמאן וואס וויל באמת זיין גוט נאר אזוי גייט עס ליידער כידוע, איז נישטא קיין סיבה ער זאל נישט קענען מחנך זיין זיינע קינדער לויט זיינע שאיפות לאוו דווקא לויט וואס ער איז מצליח בפועל. דאס קינד מעג וויסן אז טאקע נישט אלץ איז מען מצליח, און ער וועט אויך נישט מצליח זיין הונדרעט פראצענט מסתמא.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:26 pm

· #64552
שמעקי,אויב ווילסטו פארענטפערן אלע שקרים און זיופים פון מ.ס. להוי ידוע עס איז א פול-טיים דזאב.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:04 pm

· #64570
הא הא..

איך וויל אבער נישט דא אויסשמועסן די נקודות פון די א.ג. זיופים,
איך וויל ארויסברענגען וואס איז נוגע פאר אונז אלס דעם חינוך פון אונזערע קינדער.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:14 am

· #72085
ביי מיר אינדערהיים איז די רביצין מקפיד שבת ביים טיש אז די קינדער זאלן נישט אנהייבן עסן די פיש בעפאר דעם טאטן.
איך האב נישט קיין געדולד דערצו. איך דארף נישט דעם כבוד, און איך וויל מיך נישט דארפן יאגן אנצוהייבן מיט די פיש בשעת א האלבע טוץ הונגעריגע אויגן קוקן אומגעדולדיג אויף מיר.
איך האב שוין געזאגט פאר מיין אשת חבר אז איך בין נישט מקפיד דערויף, ומאן דלא קפיד לא קפדינן, אבער זי האלט אז ס'איז יא וויכטיג פארן חינוך.

וואס פסק'נט דער עולם?

לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:47 am

· #72093
צו ענטפערן דיין פראגע, די תירוץ איז דיין ווייב האט לכאורה רעכט. אבער,

פארשטייט זיך אז די קינדער דארפן זיין אינעם עלטער, שוין צו פארשטיין די אורזאך דערפון..

לעולם וואלסטו אליין געדארפט מיט דיין אויפפירונג משפיע זיין א נאטורליכע דרך ארץ ביי דיינע קינדער אז זיי זאלן ווארטן

די שליסל דערצו איז חס ושלום נישט צו פארלאנגן אדער כל שכן נישט הייסן די קינדער אזוי צו טון

די מהלך הדברים ברויך צו זיין בערך אזוי,

לאמיר אריינטראכטן, וואס איז די אויפטוה פון דעם אז די קינדער וועלן יא אדער נישט ווארטן, נישט אז דו וועסט פארטיג ווערן די פיש דאס ערשטע..

נאר, אן אינטערגראלע חלק פון מחנך זיין גוטע, געזונטע קינדער איז זיי איבערצוגעבן חכמת החיים, מהלך החיים, און השקפת החיים אז זיי זאלן קריגן די וויכטיגע כלים אויף צום לעבן. דאס צו טון דארפן די קינדער אויפכאפן אז דער טאטע איז גוט אוועקגעשטעלט און טראגט א געוויסע ווירדע, ער איז נישט סתם א יונגל וואס איז שוין אלט דרייסיג יאר, נאר ער איז א דרייסיג יעריגע מענטש (כאפסט די אינטערשייד) און דאן וועט ער גרייט מקבל צו זיין און ער וועט גאר זוכן און נישטערן ביים טאטן צו כאפן א דרך אין לעבן....אויב עס וועט אים שמעקן וועט ער מיט אלע כוחות עס פרובירן נאכצוגיין, אויב ער וועט דערשמעקן אז בתוך תוכיות איז דער טאטע א האעקס דאן וועט ער זוכן אלע מעגליכקייטן צו אנטלויפן.

איצט, דארף זיין א געוויסע פארמאלקייט צווישן טאטן און קינד אז די באוויסטזיין און דאס הונטערבאוויסטזיין זאל כאפן און שפורן אז, דער מענטש קוק איך ארויף, דער מענטש איז מיין וועגווייזער ער איז מיין יסוד אויף וועם איך וועל בויען....ממילא אז ער עסט פיש, עס איך אויך

כאף אז דו כאפסט וואס איך רעד

מיקוה נייעס » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:36 pm

· #72106
שמעקעדיג
ביי מיר אינדערהיים איז די רביצין מקפיד שבת ביים טיש אז די קינדער זאלן נישט אנהייבן עסן די פיש בעפאר דעם טאטן.
איך האב נישט קיין געדולד דערצו. איך דארף נישט דעם כבוד, און איך וויל מיך נישט דארפן יאגן אנצוהייבן מיט די פיש בשעת א האלבע טוץ הונגעריגע אויגן קוקן אומגעדולדיג אויף מיר.
איך האב שוין געזאגט פאר מיין אשת חבר אז איך בין נישט מקפיד דערויף, ומאן דלא קפיד לא קפדינן, אבער זי האלט אז ס'איז יא וויכטיג פארן חינוך.

וואס פסק'נט דער עולם?

איך האלט אז דיין ווייב איז גערעכט ווייל אפאר יאהר ארום ווען דו וועסט שוין יא דארפן דו כבוד וועט מען דיר נישט געבן

sunbar » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:57 pm

· #72113
מיקוה נייעס
שמעקעדיג
ביי מיר אינדערהיים איז די רביצין מקפיד שבת ביים טיש אז די קינדער זאלן נישט אנהייבן עסן די פיש בעפאר דעם טאטן.
איך האב נישט קיין געדולד דערצו. איך דארף נישט דעם כבוד, און איך וויל מיך נישט דארפן יאגן אנצוהייבן מיט די פיש בשעת א האלבע טוץ הונגעריגע אויגן קוקן אומגעדולדיג אויף מיר.
איך האב שוין געזאגט פאר מיין אשת חבר אז איך בין נישט מקפיד דערויף, ומאן דלא קפיד לא קפדינן, אבער זי האלט אז ס'איז יא וויכטיג פארן חינוך.

וואס פסק'נט דער עולם?

איך האלט אז דיין ווייב איז גערעכט ווייל אפאר יאהר ארום ווען דו וועסט שוין יא דארפן דו כבוד וועט מען דיר נישט געבן


👍

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:17 pm

· #91120
מיין יונגל איז שוין קרוב צו 12 יאר, און ער האט נישט קיין עקסטערע חשק צו דאווענען.

אנדערע קינדער אין זיין עידש האלטן מיט דאס דאווענען יעדן שב"ק מיט א ווארימקייט, א מחי' צו קוקן. אסאך הערן אפילו אויס דאס ליינען.

זאל איך איהם שטופן צו דאווענען? אדער איז דאס א זאך וואס מען קען נישט שטופן? ווי אזוי גיט מען אריין א חשק אין א קינד צו דאווענען? אפילו ער דאווענט שוין יא, מורמעלט ער אפאר ווערטער און קוקט ארום אויף אלעם נאר נישט אין סידור... (און ניין, איך בין נישט פון די שמועסערס אין ביהמ"ד...)

איך האב שוין פרובירט צו רעדן צו אים איבער די גרויסקייט פון תפלה, ווי מען קען זיך אויסבעטן, כ'האב אפילו געלערנט מיט אים א שטיק צייט בספה"ק "יסוד ושורש העבודה" ווי גרויס אונזער דאווענען איז, און וואספארא רושם עס לאזט אויף די עולמות העליונים, אבער.... זיינע חברים אין ביהמ"ד זענען אים נאך אלץ אינטרעסאנטער!

זאל איך האפן אז יבא יומו, עס וועט נאך איין טאג אריינקומען א התעוררות אין זיין הארץ? אדער דארף איך טראכטן אז נאך אביסל האט ער בר מצוה און אלס חינוך בינעך מחוייב אריינצוגעבן אין אים דעם חיוב פון דאווענען?

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:27 pm

· #91129
די שאלה איז, ווען האסטו אויפגעהערט צו זיין פון די שמועסערס אין ביהמ"ד?
גאר קליינע קינדער האלטן זייער גוט מיט צו דער טאטע האלט ביים דאווענען אדער נישט, און זיי מאכן עס געווענטליך נאך.
אבער עס איז נאך אלץ נישט צו שפעט, איך מיין אז די איינציגסטע עצה איז, אליינ'ס צו דאווענען גוט, און מיט די צייט וועט עס דער קינד אויך נאכמאכן.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:35 pm

· #91133
נעה, אויב עפעס בין איך נאר געווארן ערגער....
(ד"ה אמאל פלעג איך שיין דאווענען מתחילתו ועד סופו; היינט קום איך אן שפעט וכו')

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:39 pm

· #91146
ש'כח שמעקעדיג פארן ארויפברענגן דעם אשכול, איך האב עס קיינמאל נישט באמערקט.
לגבי דעם ענין וואס מען האט גערעדט דא אויב מען מעג אדער מען טאר נישט פאפן די קינדער, האב איך געהערט א גוט ווארט פון איינעם, אז דער ארון (פון וואס מיר לערנען אין די סדרות) איז געווען צוזאמגעשטעלט פון דריי ארונות צוויי גאלדענע פון אינדרויסן און די מיטעלסטע איז געווען האלץ; לכאורה איז שווער דער ארון איז דאך געווען די הייליגסטע זאך אין בית המקדש, און פונקט דאס איז געווען געפאפט? עס וואלט אויך געדארפט זיין זהב טהור אזוי ווי די מנורה?
נאר דאס קומט ווייזן אז אויב באמת בפנימיות ביזטו גאלד, דו ווילסט זיין וואויל, אפילו למעשה האסטו שטיקער האלץ אינמיטן, קענסטו אבער נאך ווייזן פון דרויסן כאילו דו ביזט פון ריין גאלד.
דהיינו, למשל ווען דו ווילסט פאפן און דאווענען ערליך נאר כדי דער קינד זאל עס נאכמאכן, וועט עס נישט האבן קיין השפעה אויף אים, ער וועט פילן וואס ס'ליגט אונטער דעם, אויב אבער באמת וואלסטו אויך געוואלט דאווענען ערליך, נאר שאור שבעיסה מעכב, און יעצט אויף די מינוט מאכסטו דיך כאילו דו דאווענסט ערליך לפנים, וועט עס יא העלפן, ווייל ער פילט אויך וואס דיינע אמת'ע רצונות זענען.
איך מיין אז איך האב שוין געשריבן דא ערגעץ די נקודה, אז דער קינד פילט וואס דעם טאט'נס רצונות זענען, און דאס מאכט ער נאך. (איך האב נישט קיין געדולד יעצט עס אויפצוזוכן).
אבער ווי האט יענער געזאגט, "פון ווי ווייס איך אז ער האט געוואלט? ווייל ער האט עס טאקע געטוהן", דהיינו רצון אליין אין הארץ איז נישט גענוג, דאס קינד דארף טאקע זעהן אז דו האסט טאקע געוואלט, אבער אפילו ווען מען טוט נישט אויסערליך אייביג אלעס ווי אזוי מען דארף, מען טרייט אבער וואס מען קען, דעמאלט'ס פילט עס דאס קינד און ער וועט עס אויך נאכמאכן.

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:41 pm

· #91147
שמעקעדיג
וואס זאגט איר פאר אייערע קינדער ווען זיי באקלאגן זיך: מאמי איך האב נישט וואס צו טוהן?

איך צינד אן קינדער טעיפ'ס, זיי הערן און הערן און קענען נישט אויפהערן (גרעסערע אויך).

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:18 pm

· #91224
שלאגן אדער נישט?
לעניית דעתי איז די פעטש געגעבעכט'ס א קלארע הוכחה אויף די עלטערן/מחנכים'ס שוואכקייט.
עלטערן וואס האבן שטארקייט אין זיך, דארפן נישט געבן קיין פעטש, עלטערן דארפן האבן די כח אז מיט איין שטרענגע בליק זאל זיך דער קינד דערשרעקן, און נישט טראכטן אפילו פון זיך קעגנשטעלן.

1. קינדער פילן זייער שטארק אויב דער טאטע ווען ער זאגט עפעס מיינט ער עס אמת'דיג עד הסוף, און דעמאלט'ס וועלן זיי טאקע פאלגן וואויל, אבער אויב דער טאטע זאגט עפעס אזוי האלב געבעטן בתחנונים, ווייסט דער קינד אז ער האט אויף וועם צו רייטן, און ער וועט נישט פאלגן, (געווענטליך פאר עטענשאן).
2. און די קינדער האבן זייער ליב ווען דער טאטע איז שטרענג, און ער ווייסט באמת וואס ער וויל, ווייל ווי נישט ווי איז דער קינד נאך א קינד, און ער פילט זיך נאר באשיצט דורך די עלטערן, או ווען ער פילט אז זיין טאטע איז א שטארקע כאראקטער, איז ער רוהיג אז ער האט א באשיצער, און פארקערט פארקערט.
ווי אזוי זעהט אויס ווען דער טאטע גייט מיטן קינד אויפ'ן גאס און א גרויסער הינט קומט אקעגן, און דער טאטע לויפט אריבער די אנדערע זייט גאס, ווי אזוי פילט דער קינד דעמאלט'ס, ער וויל דאך אז זיין טאטע זאל אים באשיצן? און דא לויפט דער טאטע אוועק, אזא קינד פילט זיך רוהיג און באשיצט?
3. און דערפאר איז זייער וויכטיג, אז דער טאטע זאל נישט הייסן א זאך פארן קינד, נאר ווען ער איז טאקע זיכער אז ער קען טאקע אויספירן עד הסוף, און אויב ווייסט ער אז ער וועט נישט קענען ביישטיין די געוויינערייען, און ער וועט צום סוף נאכגעבן, זאל ער נישט אנהייבן! ער זאל נישט הייסן א זאך וואס ער קען נישט אויספירן.
4. הכלל, ווען א טאטע אדער מחנך ווייסט וואס ער וויל, און ער הייסט טאקע נישט צופיל זאכן, אבער וואס ער הייסט מוז ווערן אויסגעפירט עד הסוף, וועט ער מצליח זיין, און ער וועט (כמעט) קיינמאל נישט דארפן שלאגן.
און ווער עס שלאגט יא, איז נאר ווייל ער איז נישט גענוג שטארק ביי זיך, מוז ער ניצן די הענט, און זיך ארום קריגן ווי א קליין קינד, און נישט נאר וואס עס העלפט נישט, נאר דער קינד קוקט אים נאכדעם אראפ, און ער קען שוין נישט האבן קיין השפעה אויפ'ן קינד.

א מדריך פאר מלמדים האט אמאל געזאגט, "ווען דער מלמד קומט אריין צופרי אין קלאס, נאר מיט זיין בליק דארפן שוין אלע קינדער זיצן אויף די פלעצער מיט דרך ארץ", האט א מלמד אריינגעפרעגט, "און וואס איז אויב זיי האלטן זיך נישט ביים אראפזעצן, מיטן בליק אינאיינעם?" האט דער מדריך געזאגט: "דעמאלט'ס טוה אן דיין מאנטל און גיי אהיים, דו קענסט קיין מלמד נישט זיין"
דאס איז ביי א מלמד, אבער א טאטע קען דאך נישט ווערן אויס טאטע, דארף מען זיך אויסלערנען שטארקייט, און אזוי קען מען מחנך זיין די קינדער, און די קינדער האבן עס ליב, און זיי וועלן מער אויסהערן אזא טאטן ווי א טאטע וואס שלאגט און פראסקעט.

(געשריבן אביסל שנעל און נישט אזוי פונקטליך, אויב עפעס איז אומפארשטענדליך, פרעג איבער)

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:10 am

· #91312
זייער שיין ברסלבער

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:14 am

· #91338
שמעקעדיג
זאל איך איהם שטופן צו דאווענען? אדער איז דאס א זאך וואס מען קען נישט שטופן? ווי אזוי גיט מען אריין א חשק און א געשמאק אין א קינד צו דאווענען? אפילו ער דאווענט שוין יא, מורמעלט ער אפאר ווערטער און קוקט ארום אויף אלעם נאר נישט אין סידור... (און ניין, איך בין נישט פון די שמועסערס אין ביהמ"ד...)

בשום אופן נישט שטופען, דאס איז די גרעסטע וועג איהם מיאוס צו מאכען דאס דאווענען, דאס דאווענען דארף קומען פונעם קינד ער זאל האבען א ליבשאפט צו דעם נישט קיין גרויל, רעדען צום קינד איידעל איז דו בעסטע וועג, דאס זאגט א טאטע וואס קען אמאל געבן א פאטש פאר זיין קינד און רעגט זיך אויף ווען טאטעס רודפן זייערע קינדער אין שול זאלען דאווענען, און זיי האבען נישט קיין טראפ נערווען, און איך וואס בעהט זיך ביי מיין קליינער זאל גיין אביסל שפילען אינדרויסען זיצט לעבען מיר און פרעגט א גאנצע צייט ווי מ'האלט!
@ שמעקי כ'האב קערצער געמאכט דעם ציטיר לכבודך@

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:19 am

· #91341
טעפל
@ שמעקי כ'האב קערצער געמאכט דעם ציטיר לכבודך@


👍 👍 👍
נאר אזוי, נישט שטופן, נאר בעהטן שיין און מסביר זיין אז ציטירן שטערט.....

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:11 pm

· #91395
כ'געזען אמאל א מורא'דיגע עצה פאר דאווענען. מ'זאל זאגן פארן קינד "משה'לע מעגסט נאר דאווענען ביז דא (אדער דארט) פון דא און ווייטער איז נאר פאר גרעסערע קינדער"

boxcover » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:10 pm

· #94054
מיקוה נייעס
אוודאי האט עס געהאלפן מיינע קינדער זענען מיר דאנקבאר דערויף 😂 😂

א ברירה האבען זיי?

boxcover » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:20 pm

· #94063
ברסלבער
לגבי דעם ענין וואס מען האט גערעדט דא אויב מען מעג אדער מען טאר נישט פאפן די קינדער, האב איך געהערט א גוט ווארט פון איינעם, אז דער ארון (פון וואס מיר לערנען אין די סדרות) איז געווען צוזאמגעשטעלט פון דריי ארונות צוויי גאלדענע פון אינדרויסן און די מיטעלסטע איז געווען האלץ; לכאורה איז שווער דער ארון איז דאך געווען די הייליגסטע זאך אין בית המקדש, און פונקט דאס איז געווען געפאפט? עס וואלט אויך געדארפט זיין זהב טהור אזוי ווי די מנורה?
נאר דאס קומט ווייזן אז אויב באמת בפנימיות ביזטו גאלד, דו ווילסט זיין וואויל, אפילו למעשה האסטו שטיקער האלץ אינמיטן, קענסטו אבער נאך ווייזן פון דרויסן כאילו דו ביזט פון ריין גאלד.
דהיינו, למשל ווען דו ווילסט פאפן און דאווענען ערליך נאר כדי דער קינד זאל עס נאכמאכן, וועט עס נישט האבן קיין השפעה אויף אים, ער וועט פילן וואס ס'ליגט אונטער דעם, אויב אבער באמת וואלסטו אויך געוואלט דאווענען ערליך, נאר שאור שבעיסה מעכב, און יעצט אויף די מינוט מאכסטו דיך כאילו דו דאווענסט ערליך לפנים, וועט עס יא העלפן, ווייל ער פילט אויך וואס דיינע אמת'ע רצונות זענען.
איך מיין אז איך האב שוין געשריבן דא ערגעץ די נקודה, אז דער קינד פילט וואס דעם טאט'נס רצונות זענען, און דאס מאכט ער נאך. (איך האב נישט קיין געדולד יעצט עס אויפצוזוכן).
אבער ווי האט יענער געזאגט, "פון ווי ווייס איך אז ער האט געוואלט? ווייל ער האט עס טאקע געטוהן", דהיינו רצון אליין אין הארץ איז נישט גענוג, דאס קינד דארף טאקע זעהן אז דו האסט טאקע געוואלט, אבער אפילו ווען מען טוט נישט אויסערליך אייביג אלעס ווי אזוי מען דארף, מען טרייט אבער וואס מען קען, דעמאלט'ס פילט עס דאס קינד און ער וועט עס אויך נאכמאכן.

שוואכע מעשיות, א חסידישע תורה at best. נישט קיין מהלך אין חינוך.

ברסלבער » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:26 pm

· #94070
boxcover
שוואכע מעשיות, א חסידישע תורה at best. נישט קיין מהלך אין חינוך.

פארוואס קלערסטו אזוי?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:30 am

· #94135
חסידישע תורה? איך האב עס געהערט פון רבי עזריאל טויבער. פסיכאלאגיש און תורהדיג געשטימט.

וידוע לחסידי סאטמאר הפירוש שאמר בעל דברי יואל שובבים פרשת בא עה״כ בנערינו ובזקינינו נלך.

וואלפה » זונטאג אפריל 21, 2013 2:09 am

· #107005
נייע תקנות אין באבוב?! וועגן מאדע!?!?!?! נישט דא ווער זאל לאכן 🙄
📎 IMG-20130421-WA0003.jpg

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 21, 2013 2:51 am

· #107032

וואלפה » זונטאג אפריל 21, 2013 3:19 am

· #107036
עולם הפך ראיתי
📎 new_square.jpg 📎 האדמו''ר רבי שלמה מבאבוב זצ''ל.gif

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 5, 2013 4:47 pm

· #121924
זענט איר נאנט מיט אייערע קינדער? קען אייך אייער קינד אריינקאלן אויף אייער סעלפאן ווען אימער עס פאקט אים/איר אן? אדער זענט איר מקפיד מען זאל עס אייך נישט טוהן?

איך האב טייל חברים וועלכע די קינדער וואגן זיך נישט צו קאלן די עלטערן מיט יעדע שטות, עס הערשט א געוויסע רעספעקט, א יראת הכבוד. ווידעראום מיינע קינדער קענען מיר אפט פארדרייען א קאפ, און איך ווייס נישט צי ס'איז א מעלה אדער אולי דארף איך פאדערן מער רעספעקט, א טאטע איז טאקע א גוטער חבר, אבער מען דארף אים שטעלן אביסל העכער ווי א פלעינער פאלנער חבר..

וואס זאגט איר, רבותי?

איך אויך » מיטוואך יוני 5, 2013 5:09 pm

· #121944
די שאלע איז באלד אזוי אלט ווי עס איז דא קינדער אויף די וועלט. נראה לי שאין תשובה בדבר ואיש ואיש יעשה כתכונתו וכתכונת אנשי ביתו.

נארמאלער » מיטוואך יוני 5, 2013 6:26 pm

· #121991
נאנט מיט קינדער איז פאר הרגש,אפענקייט פינעם קינד,שעצונג צום קינד,יעצט רעספעקט איז פּשוט געזונט אימיון פאר זיי,

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 5:47 pm

· #225291
דער גוי איז שוין ענדליך מודה צו אונזער אלטמאדישן דרך פון חושך שבטו שונא בנו

<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2014/09/18/opinion/navarrette-spanking-kids/">http://www.cnn.com/2014/09/18/opinion/n ... king-kids/</a>

תנחום » דינסטאג יולי 17, 2018 12:55 pm

· #409078
שמעקעדיג
זאל איך איהם שטופן צו דאווענען? אדער איז דאס א זאך וואס מען קען נישט שטופן? ווי אזוי גיט מען אריין א חשק און א געשמאק אין א קינד צו דאווענען? אפילו ער דאווענט שוין יא, מורמעלט ער אפאר ווערטער און קוקט ארום אויף אלעם נאר נישט אין סידור... (און ניין, איך בין נישט פון די שמועסערס אין ביהמ"ד...)

טיילמאל זענען די מחנכים שולדיג צו אפעטיטלאזער דאווענערס, מ'צווינגט צו שטיין און זאגן הויך, צוויי שעה'דיגע שחריתים, מקפיד יעדער זאל האלטן ביי די זעלבע פלאץ, אא"וו. אלע דעי טאקטיקן איז בדוק ומנוסה אז דער אינגל/בחור גייט פארלירן זיין חשק צום דאווענען

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 17, 2018 1:24 pm

· #409081
Re: חינוך אשכול
@שמעקעדיג, דיין קינד איז פון א צוועלף יעריגע געווארען א זיבעצען יעריגע. טייל מיט אונז וואס דו האסט געטוהן און וויאזוי עס איז געלונגען.

איך בין אויך אין אזא מצב, מיט א ניין יעריגע וואס וויל נישט דאווענען. ער וויל ענדערש קלאצען. דאס איז אין חדר און אין ביהמ"ד. גרעדע צווינג איך איהם יא, נישט למעלה מכוחותיו, נאר אזויפיהל ווי מ׳טוט אין חדר. אבער בלייבען בלייב איך אלב מיט א ספק ביי זיך צו איך בין גערעכט.
זיין ברודער ביי די צען יאר האט שוין געזאגט קרבנות אליין און ער האלט זיך א גאנצע טאטע לגבי דאווענען, גייט מנחה מעריב אן דעם וואס מ׳הייסט\לאזט איהם וכו׳. אבער דער ניין יעריגע וויל גארנישט.

ביטע מיטטיילען.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 17, 2018 5:49 pm

· #409099
שמעקעדיג
זענט איר נאנט מיט אייערע קינדער? קען אייך אייער קינד אריינקאלן אויף אייער סעלפאן ווען אימער עס פאקט אים/איר אן? אדער זענט איר מקפיד מען זאל עס אייך נישט טוהן?

איך האב טייל חברים וועלכע די קינדער וואגן זיך נישט צו קאלן די עלטערן מיט יעדע שטות, עס הערשט א געוויסע רעספעקט, א יראת הכבוד. ווידעראום מיינע קינדער קענען מיר אפט פארדרייען א קאפ, און איך ווייס נישט צי ס'איז א מעלה אדער אולי דארף איך פאדערן מער רעספעקט, א טאטע איז טאקע א גוטער חבר, אבער מען דארף אים שטעלן אביסל העכער ווי א פלעינער פאלנער חבר..

וואס זאגט איר, רבותי?

יחיאל יעקובזון זאגט אז ער האט געפרעגט אלטע ירושלימע אידן וויאזוי איז געווען אמאל, לויט ווי ער האט געהערט פלעגט א קינד פון פופצן יאר אלט האבן א רילעישנשיפ מיט זיין טאטע אזויווי א חבר.

הקטן » מיטוואך יולי 18, 2018 10:37 am

· #409167
איז 12 יאר וואו 15 יאר?
יחיאל יעקובזון האלט אויך אז א קינד דארף באקימען א פאטש אמאל אמאל, פאר דיין חבר טיילטסטו אויך פין צייט צי צייט?