☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט

איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט

154 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7459
בלאט: 1 2 3 4

מי אני » פרייטאג יולי 24, 2020 3:12 pm

· #455092
📎 E67DF5BF-EEBF-413D-93F6-5E451949D105.jpeg
במשנתו של קאנפושעס. אין אונזער פאל קען עס אפשר אנגעקוקט ווערן ווי להבדיל צום באשעפער; שהוא ואתה חייבים בכבודי.

הקטן » פרייטאג יולי 24, 2020 7:06 pm

· #455103
לייגען אין קארנער?

הקטן » זונטאג יולי 26, 2020 9:24 am

· #455130
[ציטאט אראפגענומען]

[ציטאט אראפגענומען]

Im not sure what you suggest, many kids would prefer a Petshel and move on over Time-Out or any other type of punishment

און זייער אסך פעלער די וואס זענען מקפיד נישט צי געבן פעטש ח"ו וועלן שרייען און פארשעמען א קינד ברבים, אדער אנדערע פאריקטע עונשים, וואס לאזט איבער אסך א טיפערע וואנד ביים קינד - בעיני ראיתי

געבען א פעטשל ברציעה קטנה איז נאך די געזינסטע פאנישמענט, און איז וויכטיג אויפציוואקסען געזינט און נארמאל

הקטן » זונטאג יולי 26, 2020 10:54 am

· #455133
[ציטאט אראפגענומען]

[ציטאט אראפגענומען]

וואספארא שאלה איז דאס?!?
איז דען דא א זמן אדער מקום וואס א פעטשעל איז יא אויסגעהאלטן?!?
ווער געט דיר רשות אויף יענעמס גוף?

איז נישט קארפעל פאנישמעט אסור בתכלית האיסור!!!
קום אריין מער קלאר.

זרחי » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:04 am

· #460399
[ציטאט אראפגענומען]

"לעבנסלענגליכע עביוס קאשמאר" ? מיך האט מען אלץ קינד איינמאל אראפגעצויגען די הויזן און גוט אריינגעפראקט און אוי האט דאס געהאלפען ! לעבנסלענגליכע קאשמאר ? דו ביסט מגזים

הקטן » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:12 am

· #460402
@זרחי ס'מיז זיין ביסט טוף אין דינייעל! דיין סוב קאנשעס איז damaged for good!
די קאשמאר וועט נאך איין טאג ארויף שווימען
just kidding

איך גלייב נישט די שואל האט געהאט זיין ספק אויב אראפציען די הויזן איז אויסגעהאלט אדער נישט

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:58 am

· #460409
איך האב אויך געכאפט אלץ קינד און איך האב פיין געכאפט די מעסעדש (טאקע נישט אראפגעצויגן די הויזן אבער שוין 😃 ), איך מיין אז ס'ווענדט זיך אין די קלוגשאפט פון דאס קינד, א קלוג קינד פארשטייט וואס מ'וויל פון איהם, א נאריש קינד כאפט נישט וואס מ'וויל און ער ווערט צומישט און וואטעווער. וואס איז זיכער איז זיכער, אויב מ'האט שוין איבערגעפראקט איינס צוויי מאל און ס'האט גארנישט אויפגעטון איז נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז דאס דריטע מאל וועט עס יא אויפטון, זעהט אויס אז דאס קינד כאפט נישט וואס מ'וויל און מ'דארף זוכן אן אנדערע וועג איהם אויפצוקלערן.

The definition of insanity is doing the same thing over and over again and expecting a different result

זרחי » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:21 am

· #460411
רביה''ק זי''ע

דאס איז לכאורה אמת,ביי מיר האט עס געהאלפען פאר יארן און בכלל האב איך נאר געחאפט פעטש 5 אדער 6 מאל מיינע אלע קינדערישע יארן,און מען רעדט דא פון א תקופה וואס פעטש איז געווען נארמאל

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 7:27 am

· #481398
רעק״א ברענגט אראפ אין יו״ד סימן רמ סעיף כ, ״וז"ל מהריק"ש המכה בנו קטן יותר מדאי היו מנדין אותו פסקי תוס' מ"ק פ"ג עכ"ל״. די שאלה איז וואס מיינט ״יותר מדאי״ און צי עס איז תלוי בהשתנות הזמן וכו׳.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 10:38 am

· #481403
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
מי אני
רעק״א ברענגט אראפ אין יו״ד סימן רמ סעיף כ, ״וז"ל מהריק"ש המכה בנו קטן יותר מדאי היו מנדין אותו פסקי תוס' מ"ק פ"ג עכ"ל״. די שאלה איז וואס מיינט ״יותר מדאי״ און צי עס איז תלוי בהשתנות הזמן וכו׳.
ענליך צום גמרא גיטין לו ''ההוא מקרי דרדקי דאדריה רב אחא על דעת רבים דהוה פשע בינוקי'' ומפרש רש''י ''חובטן יותר מדאי''

זרחי » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 6:04 pm

· #483871
פשוט פשט 1) מער וויפל דאס קינד קען פארטראגן 2) מער וויפל ס'קומט זיך לפי ערך החטא. אז מען רעדט פון "מנדין אותו" מיינט דאך דאס אז ס'איז דא א כח פון א בית דין, אויב אזוי איז "יותר מדאי" לפי די אפשאצונג פון בית דין. לדעתי האט דאס נישט צו טוהן לפי רוח הזמן.

מי אני » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:37 pm

· #483874
נו, נניח אז יא, איז דאס אליין קען נכלל ווערן בהשתנות הזמן. והיינו, סיי דאס שאצונג לגבי מהו ערך העונש להחטא און סיי וויפיל דאס קינד קען פארטראגן (לגבי די צווייטע חלק איז דאס בפרט אויב שטעלט מען דאס צאם עם מה שמצינו בנוגע חולשת הדורות לגבי תעניות ודיני הרגשת נדה וכדומה); זיי קענען זיך רואיג ווענדן לפי רוח הזמן וכו׳. אויף וואס מיינסטו וועט די [סאָבּיעקטיווע] ראות עיני הדיין דא זיין באזירט? ס׳איז דאך נישטא קיינע געהעריגע אביעקטיווע כללים ביי דעם.

זרחי » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:13 pm

· #483875
אלץ חולשת הדורות וואלט מען אפשר געקענט מחלק זיין אז אמאל האט א קינד געקענט פארטראגן מער קלעפ "יותר מדאי" ווי היינט אזוי ווי מען זעהט ביי תעניתים (הל' נדה האט נישט קיין שייכות צו דעם נושא, דאס איז אן אנדער סארט חולשת הדורות), אבער לגבי קלעפ וואס מען געט לויט די אנווייזונגען פון שו"ע איז נישט קיין שום חילוק היינט מיט אמאל פיזיש און גייסטיש. לגבי "רוח הזמן" איז למשל וואס אין מיינע צייטן האט א קינד מיט א גוטן קאפ געקענט אריינכאפן סוף וואך פארן נישט קענען ביים פארהער אבער לויט די "היינטיגע" פארשריפטן איז דאס נישט פאסיג, אויף דעם האלט איך אז א מלמד וואס רעכנט זיך נישט מיט די "היינטיגע" פארשריפטן איז קלאר אז "אין מנדין אותו".

מי אני » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:49 pm

· #483880
ווי איך פארשטיי איז וואס דו זאגסט איז אז דער רעק״א פונעם פראבלעם פון ״יותר מדאי״, וכן הגמרא בגיטין לו. (והגם מ׳האט צורוקגעשטעלט יענעם מלמד כדאיתא התם, איז דאס אבער געווען ווייל מ׳האט נישט קיין ברירה ע״ש; נישט אז דאס איז נישט א פראבלעם און אויסגעהאלטן), איז געזאגט געווארן נאר לאחר חולשת הדורות - דאס איז נישט מסתבר (ובפרט פון די גמרא). ווי אויך פארשטיי איך אז מיט ״לויט די אנווייזונגען פון שו״ע״ מיינסטו דער מחבר ביי הל׳ מלמדים ביו״ד סימן רמה סעיף י וז״ל שם: ״לא יכה אותו המלמד מכת אויב מוסר אכזרי לא בשוטים ולא במקל אלא ברצועה קטנה״ עכ״ל והוא מב״ב דף כא ע״א. דאס איז אפילו בעפאר חולשת הדורות - ״יותר״ מזה אפילו דעמאלטס אויך נישט; מיינענדיג דאס קינד האט עס נישט געקענט דערטראגן [הפירוש של ״יותר מדאי״]. וכ״ש לאחר מכן וואו ס׳איז שוין דא דער הלכה׳דיגע באגריף פון חולשת הדורות בגוף.

‏(ואיה״נ אז ״דערטראגן״ איז נישט די קאנטעקסט פון ״חולשה״ לגבי נדה, איז אבער שם ״חולשה״ אחת היא ועכ״כ אז אונז זעהן מיר אז עס איז נוגע עד כדי להלכות טהרה. וממילא האט עס לדעתי יא א שייכות אהער אפילו ווען נישט הל׳ תענית. אז נישט, וואס נוצט מען ״חולשה״ דערביי?)

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 10:34 pm

· #483886
מי אני
נו, נניח אז יא, איז דאס אליין קען נכלל ווערן בהשתנות הזמן. והיינו, סיי דאס שאצונג לגבי מהו ערך העונש להחטא און סיי וויפיל דאס קינד קען פארטראגן (לגבי די צווייטע חלק איז דאס בפרט אויב שטעלט מען דאס צאם עם מה שמצינו בנוגע חולשת הדורות לגבי תעניות ודיני הרגשת נדה וכדומה); זיי קענען זיך רואיג ווענדן לפי רוח הזמן וכו׳. אויף וואס מיינסטו וועט די [סאָבּיעקטיווע] ראות עיני הדיין דא זיין באזירט? ס׳איז דאך נישטא קיינע געהעריגע אביעקטיווע כללים ביי דעם.

מי אני: לשיטתך. ווענדט זיך עס וועמענ'ס זון די רבי פראקט אן. אויב ער פראקט אן דעם ראש הקהל'ס זון איז אחת דתו. משא"כ אויב פראקט ער אן דעם בעל עגלה' אדער דעם שניידער'ס זון. קומט זיך איהם גארנישט...!

זרחי » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 5:07 am

· #483895
מי אני
ווי איך פארשטיי איז וואס דו זאגסט איז אז דער רעק״א פונעם פראבלעם פון ״יותר מדאי״, וכן הגמרא בגיטין לו. (והגם מ׳האט צורוקגעשטעלט יענעם מלמד כדאיתא התם, איז דאס אבער געווען ווייל מ׳האט נישט קיין ברירה ע״ש; נישט אז דאס איז נישט א פראבלעם און אויסגעהאלטן), איז געזאגט געווארן נאר לאחר חולשת הדורות - דאס איז נישט מסתבר (ובפרט פון די גמרא). ווי אויך פארשטיי איך אז מיט ״לויט די אנווייזונגען פון שו״ע״ מיינסטו דער מחבר ביי הל׳ מלמדים ביו״ד סימן רמה סעיף י וז״ל שם: ״לא יכה אותו המלמד מכת אויב מוסר אכזרי לא בשוטים ולא במקל אלא ברצועה קטנה״ עכ״ל והוא מב״ב דף כא ע״א. דאס איז אפילו בעפאר חולשת הדורות - ״יותר״ מזה אפילו דעמאלטס אויך נישט; מיינענדיג דאס קינד האט עס נישט געקענט דערטראגן [הפירוש של ״יותר מדאי״]. וכ״ש לאחר מכן וואו ס׳איז שוין דא דער הלכה׳דיגע באגריף פון חולשת הדורות בגוף.

‏(ואיה״נ אז ״דערטראגן״ איז נישט די קאנטעקסט פון ״חולשה״ לגבי נדה, איז אבער שם ״חולשה״ אחת היא ועכ״כ אז אונז זעהן מיר אז עס איז נוגע עד כדי להלכות טהרה. וממילא האט עס לדעתי יא א שייכות אהער אפילו ווען נישט הל׳ תענית. אז נישט, וואס נוצט מען ״חולשה״ דערביי?)

איך מיין צו זאגען אז "יותר מדאי" מיינט נישט א מצב פון סכנה אדער חלש'ן וכד' וואס דאן וואלט מען עם לכאורה נישט צוריקגענימען אפילו בלית ברירה, במילא מיין איך אז די חולשת הגוף פון די היינטיגע דורות מאכט נישט קלענער די שיעור פון יותר מדאי, בפרט ווי מיר זען טאקע די ענין פון רצועה קטנה וואס יעדער פארשטייט אז דאס איז פארטראגבאר אין היינטיגע דורות אויך, חולשת הדורות איז שייך ביי פעטש וואס קען שאטן די גוף, אבער ביי פעטש וואס בסך הכל ציפט דאס מער אדער ווייניגער זעה איך נישט קיין חילוק צווישן היינט און אמאל.

זרחי » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 5:12 am

· #483896
berlbalaguleh
מי אני
נו, נניח אז יא, איז דאס אליין קען נכלל ווערן בהשתנות הזמן. והיינו, סיי דאס שאצונג לגבי מהו ערך העונש להחטא און סיי וויפיל דאס קינד קען פארטראגן (לגבי די צווייטע חלק איז דאס בפרט אויב שטעלט מען דאס צאם עם מה שמצינו בנוגע חולשת הדורות לגבי תעניות ודיני הרגשת נדה וכדומה); זיי קענען זיך רואיג ווענדן לפי רוח הזמן וכו׳. אויף וואס מיינסטו וועט די [סאָבּיעקטיווע] ראות עיני הדיין דא זיין באזירט? ס׳איז דאך נישטא קיינע געהעריגע אביעקטיווע כללים ביי דעם.

מי אני: לשיטתך. ווענדט זיך עס וועמענ'ס זון די רבי פראקט אן. אויב ער פראקט אן דעם ראש הקהל'ס זון איז אחת דתו. משא"כ אויב פראקט ער אן דעם בעל עגלה' אדער דעם שניידער'ס זון. קומט זיך איהם גארנישט...!

בדרך צחות ווען דער ראש הקהל'ס זון מיט דער בעל עגלה'ס זון האבן צוזאמען געטוהן א עוולה האט מען געלייגט דעם בעל עגלה'ס זון אויף די ראש הקהל'ס זון און מען האט געשמיסען דעם בעל עגלה'ס זון און ביידע האבן געשריגען.......

מי אני » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 9:49 am

· #483904
וואס אונז ווילן אויפווייזן איז אז דאס ״יותר מדאי״, וואס איז נישט אויסגעהאלטן להלכה און גענוג אויף מעביר צו זיין, מיינט אויסדריקליך נישט ״עד כדי סכנה״ וכדומה; עס איז אפילו די מער ווי ״רצועה קטנה״. דאס אז עס זאל שוין זיין ״מנדין אותו״ איז נאר געזאגט געווארן ביי אב לבנו - נישט ביי רב לתלמידו. און דארט איז עס אפילו ווען עס איז נישט ״אויסערגעווענטליך״ וועגן דעם פראבלעם פון לפני עור לא תתן מכשול וואס אונז טרעפן ביי המכה לבנו גדול דארט אין סימן רמ סעיף כ ומקורו במ״ק דף י״ז ע״א. והגם אז דער רמ״א זאגט דארט אז ״גדול״ באדייט כבן כב או כד שנה אויף דעם באציהט זיך דער רעק״א בשם המהריק״ש אז ביי בנו קטן ביותר מדאי (וואס ביי גדול איז בכל אופן) מנדין אותו ע״ש. ואולי הוא ג״כ משום דיתריס לכשיגדיל ויכהו וכו׳ והוי ג״כ לפני עור (או דחיישינן שיאבד עצמו כדאיתא התם לעיל מיניה ע״ש (אשר זה שייך ג״כ ברב לתלמידו)). דער ברכי יוסף ברענגט דארט טאקע אראפ פונעם ריטב״א במ״ק שם אז גדול איז ל״ד והכל לפי טבע הבן ע״ש. והשתא דאתית להכי קען מען רואיג זאגן אז כהיום איז דער אלגעמיינער ״הכל לפי טבע הבן״ אסאך שוואכער אויף כדי דאס נישט צו טוהן ויבא לכלל נידוי.

דאס איז וואס אנבאלאנגט אב לבנו. ובנוגע רב לתלמידו באדארף נישט צו זיין אנדערש, וכדהוכחנו רז ״יותר מדאי״ איז היפש בעפאר ״כדי סכנה״. וממילא איז די הגדרה פון די ״יותר מדאי״ תלוי אינעם סאָבּדזשעקטיוון לפי ראות עיני הדיין להעבירו: נעמענדיג אין באטראכט צי דאס הייסט ״מכת אויב ואכזרי״ אפילו מיט׳ן ״רצועה קטנה״ און וואס גייט שוין גיין צוזאמען מיט דאס ווי אזוי די טבע פונעם קינד קען דאס דערטראגן, וואס רירט שוין אָן אין חולשת הדור והשתנות הזמן. אבער איה״נ אז נידוי ביי דעם שתלוי ג״כ בלפי ראות עיני הדיין איז נאר שייך ביי אב לבנו אבל אפילו קודם שיבא ״לידי סכנה״.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:43 am

· #483907
מי אני: וואס האמיר פון די אלע פילפולים. דאס דערמאנט מיך. ווען איך בין געווען א קליין יונגל (כבן שבע או שמונה) האביך געהאט א סאבסטיטוט רבי, מיט א לאנגע בארד און שפיציגע שיך. וואס איז געווען דאמאלס אין סטייל.

אני הגבר. און נאך אזעלכע באנדיטן וועלכע האבן געמאכט דעם רבי'ן אויפגערעגט פלעגט די רבי צו קומען צו דעם פלאטץ וואו דער יונגל איז געזיצן. און איהם געשטויסן מיט זיינע שפיציגע שיך אין די..."טהייס"...(זייטן). פארשטייצעך אז איך האב אריינגעהויבן א היפשע פארציע פון די שטויסן. איינמאל, ווען מיין מאמע האט דאס געזעהן. מיינע בלעק ענד בלו מארקס פלעקן, האט זי מיך געפרעגט פון וואו איך האב דעיס. האביך געזאגט אז מיין רבי האט דאס מיר געטון...האט זי געענטפערט. (נישט אזוי ווי די היינטיגע מאמעס וועלכע לויפן באלד און מאכן א ויצעקו. און מ'סטראשעט מיט פאליציי.) אז מסתמא האביך עס פארדינט...!

זרחי » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 10:56 am

· #484934
יא, אמאל האט מען מורא געהאט צו דערציילען אינדערהיים אז מען האט געחאפט אין חדר. אדרבה אינדערהיים האבן די עלטערען אויך געקענט צונאמאל גוט אנפאטשען.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 11:38 am

· #484943
אין סוכות מאמענט איז געווען א ארטיקל אונטערן נאמען "איש מתמיד" ווי עמיצער שילדערט א שווערע דורכגאנג, יענער טענהט אז סהאט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסער מלמד האט אים געשלאגן אויף גאר אן אומפאסיגן וועג, זיך נאכפרעגנדיג האב איך געהערט אז דער יעניגער מלמד האט יענעם אראפגעצויגן די הוזן און אנגעפראקט, כבין באמת ערשטוינט געווארן ווי ווייט מלמדים האבן אמאל געקענט גיין. ווען מען ליינט צו וואו אט די טראומא האט אים געטראגן אין לעבן באגרייפט מען די לאנג טערמיניגע סכנה פון אזאנע אקטן.

זרחי » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 3:00 pm

· #484963
זופ מיט מאנדלען
אין סוכות מאמענט איז געווען א ארטיקל אונטערן נאמען "איש מתמיד" ווי עמיצער שילדערט א שווערע דורכגאנג, יענער טענהט אז סהאט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסער מלמד האט אים געשלאגן אויף גאר אן אומפאסיגן וועג, זיך נאכפרעגנדיג האב איך געהערט אז דער יעניגער מלמד האט יענעם אראפגעצויגן די הוזן און אנגעפראקט, כבין באמת ערשטוינט געווארן ווי ווייט מלמדים האבן אמאל געקענט גיין. ווען מען ליינט צו וואו אט די טראומא האט אים געטראגן אין לעבן באגרייפט מען די לאנג טערמיניגע סכנה פון אזאנע אקטן.

איך האב אמאל אויך אזוי געכאפט אינדערהיים, עס איז טאקע זייער עפעקטיוו אבער ס'איז א השפלה, פארשטייט זיך אז ס'איז אינו דומה ביי די עלטערען ווי ביי די מלמד. איך בין נייגעריק צו אנדערע עלטערן פלעגן אויך אזוי פראקן.

מי ימצא » זונטאג יולי 3, 2022 5:39 pm

· #503486
די גאנצע נושא פון פעטש איז זייער א פארפלאנטערטע און פארווייטאגטע. ווענדט זיך פאר וועמען מען פרעגט עס. יעדער האט זיך זיינע מיינונגען, און פאר יעדעם מיינט ריכטיג עפעס אנדערש.

ווענדט זיך אויך צו די ביסט רעכט אדער לינק געשטימט. עס מאכט אויך זייער אסאך אויס ווער עס פיר די שטוב, נאר טאטעס, אדער נאר מאמעס.

אויב גייט מען מיט די מהלך אז א שטוב דארף ווערן געפירט סיי דורך א טאטע און סיי דורך א מאמע, :

לאמיר אנהייבן מיט די טאטע- א טאטע דארף געבן און אויך ווייזן פעסקייט. א טאטע מעג אמאל אראפלאזן א פאטש, אויב איז עס אן קיין כעס. א פאטש וואס קומט פון כעס = טוט נאר אפ... אויך טאר עס נישט ווי טוען פיזיש. א קינד וואס באקומט א פאטש און עס טוט אים וויי - ווייל מיין טאטע האט מיך עס געגעבן. מיין טאטע וואס האט מיך אזוי שטארק ליב, און איך האב אים מצער געווען, אזא פאטש טוט אויף.

די מאמע. א מאמע טאר קיינמאל נישט געבן. אפילו נישט קיין פעטשל. א קינד דארף וויסן, אז נישט קיין חילוק וואס איך טוה, האב איך אלעמאל און וועמענ’ס שויס צו אריינפאלן.

אזא קינד וואקסט אויף מיט זייער א ריכטיגע באלאנס.

פרנס החודש » זונטאג יולי 3, 2022 5:47 pm

· #503489
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטען אדער נישט, איך ווייס אבער יא זייער גוט פון ווי אונזערע זיידעס האבען זיך אויסגעלערנט דעם מנהג….

זרחי » זונטאג יולי 3, 2022 6:51 pm

· #503493
פרנס החודש
איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטען אדער נישט, איך ווייס אבער יא זייער גוט פון ווי אונזערע זיידעס האבען זיך אויסגעלערנט דעם מנהג….
נו אדרבה זאגזשעט פון ווי

דוד שריפטליך » מאנטאג יולי 4, 2022 2:22 am

· #503523
זופ מיט מאנדלען
אין סוכות מאמענט איז געווען א ארטיקל אונטערן נאמען "איש מתמיד" ווי עמיצער שילדערט א שווערע דורכגאנג, יענער טענהט אז סהאט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסער מלמד האט אים געשלאגן אויף גאר אן אומפאסיגן וועג, זיך נאכפרעגנדיג האב איך געהערט אז דער יעניגער מלמד האט יענעם אראפגעצויגן די הוזן און אנגעפראקט, כבין באמת ערשטוינט געווארן ווי ווייט מלמדים האבן אמאל געקענט גיין. ווען מען ליינט צו וואו אט די טראומא האט אים געטראגן אין לעבן באגרייפט מען די לאנג טערמיניגע סכנה פון אזאנע אקטן.
דער שרייבר פון מאמענט לייגט עס אראפ אזוי דראמאטיש איך גלייב אז היינט פראסקעט מען אויך מיט רציחה

זרחי » מאנטאג יולי 4, 2022 5:49 am

· #503531
קטן איינער דאונלאודן די מאמענט ?

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג יולי 4, 2022 2:06 pm

· #503553
מאמענט גיבט נישט ארויס זייערע ארטיקלען אין ווירטואלע פארמאטן, די איינציגע עצה איז א הארד קאפי.

בת קול » דאנערשטאג יולי 21, 2022 10:23 pm

· #504752
מי ימצא
די גאנצע נושא פון פעטש איז זייער א פארפלאנטערטע און פארווייטאגטע. ווענדט זיך פאר וועמען מען פרעגט עס. יעדער האט זיך זיינע מיינונגען, און פאר יעדעם מיינט ריכטיג עפעס אנדערש.

ווענדט זיך אויך צו די ביסט רעכט אדער לינק געשטימט. עס מאכט אויך זייער אסאך אויס ווער עס פיר די שטוב, נאר טאטעס, אדער נאר מאמעס.

אויב גייט מען מיט די מהלך אז א שטוב דארף ווערן געפירט סיי דורך א טאטע און סיי דורך א מאמע, :

לאמיר אנהייבן מיט די טאטע- א טאטע דארף געבן און אויך ווייזן פעסקייט. א טאטע מעג אמאל אראפלאזן א פאטש, אויב איז עס אן קיין כעס. א פאטש וואס קומט פון כעס = טוט נאר אפ... אויך טאר עס נישט ווי טוען פיזיש. א קינד וואס באקומט א פאטש און עס טוט אים וויי - ווייל מיין טאטע האט מיך עס געגעבן. מיין טאטע וואס האט מיך אזוי שטארק ליב, און איך האב אים מצער געווען, אזא פאטש טוט אויף.

די מאמע. א מאמע טאר קיינמאל נישט געבן. אפילו נישט קיין פעטשל. א קינד דארף וויסן, אז נישט קיין חילוק וואס איך טוה, האב איך אלעמאל און וועמענ’ס שויס צו אריינפאלן.

אזא קינד וואקסט אויף מיט זייער א ריכטיגע באלאנס.

Umm

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:35 pm

· #504759
בת קול
Umm
זיי דיר בעסער מסביר...

איך וועל נאר זאגן אזויפיל, איך האלט מען מעג געבן א פעטש אין געוויסע פעלער. און ווען מען געבט עס ריכטיג, פילט נישט די קינד ווי ער האט פארלוירן די שויס.

הקטן » דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:52 pm

· #504763
יעקב מעקסוועל
בת קול
Umm
זיי דיר בעסער מסביר...

איך וועל נאר זאגן אזויפיל, איך האלט מען מעג געבן א פעטש אין געוויסע פעלער. און ווען מען געבט עס ריכטיג, פילט נישט די קינד ווי ער האט פארלוירן די שויס.
און אויך איז נישט קיין חילוק צי איז דאס פין די טאטע אדער פין די מאמע
sexist alert#

מי ימצא » פרייטאג יולי 22, 2022 5:37 am

· #504772
און אויך איז נישט קיין חילוק צי איז דאס פין די טאטע אדער פין די מאמע
sexist alert#
זיכער איז עס חילוק, אויב עס איז דא א טאטע און מאמע פון ערשטן גילגול.

אויב א קינד האדעוועט זיך ביי 2 טאטעס, אדער 2 מאמעס, איז עס טאקע נישט קיין חילוק.

פאר א סיבה האט גאט ברוך הוא אוועקגעשטעלט זיין וועלט אז סיי א טאטע און סיי א מאמע זאלן פירן די שטוב צוזאמען. יעדער האט זיין געזונטע חלק און הויז. די טאטע איז דא צו געבן די פעסקייט און די מאמע ענדלאזע ליבשאפט.

שיין וועט די הויז אויסקוקן ווען טאטי וועט דינצען די צוויבל, און מאמי וועט שלאגן ווייל מען שפילט מיט מעסערס...

א טאטע מעג קאכן? יא! א מאמע מעג שלאגן? יא!

אבער פארשטייט אליין אז מען רעדט דא פון פראפארציע.

זרחי » פרייטאג יולי 22, 2022 5:41 am

· #504773
זייער צום זאך גערעדט !

בת קול » פרייטאג יולי 22, 2022 9:02 am

· #504780
יעקב מעקסוועל
בת קול
Umm
זיי דיר בעסער מסביר...

איך וועל נאר זאגן אזויפיל, איך האלט מען מעג געבן א פעטש אין געוויסע פעלער. און ווען מען געבט עס ריכטיג, פילט נישט די קינד ווי ער האט פארלוירן די שויס.
איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א פרוי זאגן אז זי איז אקעי מיט איר מאן געבן פעטש.
ס׳איז מיר אביסל אינטערעסאנטליך. דעטס אלל.

(אויסער אויב זי אליין איז א שלעגער.)

זרחי » זונטאג יולי 24, 2022 4:26 am

· #504862
אנטערעסאנט. ווייסטו נישט אז אסאך מאמעס פלעגן פארציילן פאר די מענער ווי אזוי א קינד האט געטוהן א שלעכטע זאך כדי די מאן זאל שלאגן דאס קינד ?

מי ימצא » זונטאג יולי 24, 2022 4:43 am

· #504863
סאיז נישט פונקט אזוי. געווענדליך וועלן מאמעס פארציילן נאר ווייל זיי ווילן אז זאכן זאלן גיין אין פלאץ.
א מאמע וועט וואס איך ווייס נישט הנאה האבן ווען מען שלאגט איר קינד.

אנדערע מאמעס וועלן טאקע סטראשען די קינד אז מען גייט אויסזאגן טאטי, אבער ווען עס קומט למעשה און דער טאטע נעמט זיך, וועלן רוב מאמעס זיך נעמען בעטן פאר די קינד אז זי איז זיכער אז דאס קינד וועט עס מער נישט טאהן.

זרחי » זונטאג יולי 24, 2022 5:24 am

· #504866
עס ווענדט זיך ווער ווי וואס און ווען. אמאל געשעט אויך אז נאך די פעטש האט די מאמע חרטה. ס'איז אמת אז אסאך מאל האלט די מאמע אפ די טאטע פון צו שלאגן ווייל איר רחמנות וועקט זיך אויף, אבער אמאל ווען זי האלט אז ס'קומט זיך לאט זי דער מאן טוהן דער ארבעט... . איך רעד שוין נישט פון מאמעס וואס קענען אליין די מלאכה. פארשטייט זיך אז אין די ענין פון פעטש בכלל איז דא חילוקים צווישן די דורות. היינט איז דאס וויניגער קאמאן ווי אמאל.

פאכמאן » מאנטאג יולי 25, 2022 11:14 am

· #504953
געווענליך איז פעטש א תוצאה פון פוילקייט פון די עלטערן אדער פון מחנך.

איך וועל מסביר זיין:
פעטש קען אסאך מאל שטעלן אויפן פלאץ א קינד (מיט גרויס מומחיות, ארומגענומען מיט אהבה און אן קיין כעס), און צומאל וועט נאך די שטות וואס אונזערע מלמדים האבן געזאגט - "דו וועסט מיר נאך דאנקען דערפאר" - זיין אמת.
אבער - דאס איז א קורצע וועג וואס גייט זיך האלטן אויף ביז דעם נעקסטן פאטש. א וועג וואס קומט פון דעם וואס די עלטערן האבן נישט קיין געדולד/צייט/שכל/עקספיריענס, און פון פוילקייט צו אדורך טוהן דעם נושא, אדער אריינגיין אין די נפש פון דעם קינד און זעהן וואס האט אים געמאכט טוהן דאס וואס האט אים געמאכט ווערט א פאטש, און מיט געדולד קער נעמען פון דעם. געבן זיי א פאטש און פערטיג.

עלטערן וואס זענען נישט פויל און זענען גרייט צו ארבעטן אויף זיך וועלן קיינמאל און די וועלט נישט דארפן געבן קיין פעטש.

נו אויב אזוי ווער געבט דיך דאס רעכט צו פראסקען אין דיין קינד וועגן דיין פוילקייט?
גיי נעם קער פון זיך און לאז אפ דעם אומשולידגן נשמה.

הקטן » מאנטאג יולי 25, 2022 4:38 pm

· #504970
פאכמאן
עלטערן וואס זענען נישט פויל און זענען גרייט צו ארבעטן אויף זיך וועלן קיינמאל און די וועלט נישט דארפן געבן קיין פעטש.
פון וואו נעמסטו דאס?

מי ימצא » מאנטאג יולי 25, 2022 5:31 pm

· #504977
פעטש איז א טיילענעל, סאיז נישט קיין מעדעצין.

חדר יונגל » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 5:37 am

· #506099
[

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:04 am

· #506582
Principal Of Beit Shemesh Talmud Torah Arrested On Suspicion Of Physically Abusing Pupils

https://vinnews.com/2022/08/16/principal-of-beit-shemesh-talmud-torah-arrested-on-suspicion-of-physically-abusing-pupils/

הקטן » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 6:29 am

· #506583
מי ימצא
פעטש איז א טיילענעל, סאיז נישט קיין מעדעצין.
איז מעגליך דאס ווען מען האלט אפ א קינד פין טון שלעכט (טיילענאל) העלפט דאס צימאל אויך די קינד זאל באמת ווערן בעסער (מעדעצין)?

למשל: אויב די קינד וועט נישט בייסען זיינע חברים ווייל ער וועט מורא האבן פין קאנסעקוונסעס וועט ער האבן מער חברים און לערנען בעסער און זיין בעסער אויפגעלייגט, אוון לערנען דאס אויב איך טו נישט גיט כאפט מען דערפאר און אויב האלט איך זיך איין אדאנק די פעטש קען די וועלט זיין זייער א גיטע פלאץ

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:15 am

· #506596
שמעקעדיג
Principal Of Beit Shemesh Talmud Torah Arrested On Suspicion Of Physically Abusing Pupils

https://vinnews.com/2022/08/16/principal-of-beit-shemesh-talmud-torah-arrested-on-suspicion-of-physically-abusing-pupils/
זעה איך אז ער’ז מודה אויף אביוז, נאר טענה’עט אז ס’געווען דורך נישט אננעמען קינדער אינעם מוסד.
קוקט אויס דעס מעג מען.

חמלה גדולה » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:28 pm

· #506772
what goes around comes around
📎 FaWIDQWVQAAOfOk.jpg

פאכמאן » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:33 pm

· #506773
הקטן
פאכמאן
עלטערן וואס זענען נישט פויל און זענען גרייט צו ארבעטן אויף זיך וועלן קיינמאל און די וועלט נישט דארפן געבן קיין פעטש.
פון וואו נעמסטו דאס?
ס'איז א פאקט. איך האב אויך נישט געהאלטן אמאל אזוי.
אבער שפעטער האב איך זיך מיישב געוועהן אז עס איז גערעכט? פארוואס? זייער סימפל.
נעם א דוגמא פון א מאל וואס דו האסט געגעבן א פאטש און טראכט צו אויב וואלט עס געוועהן אין אנדערע צושטאנדן, מער געדולד פון די עלטערן, מער צייט, מער געלט, מער שכל, מער איינגעהאלטענע מידות, צו דעמאלטס וואלסטו אויך געגעבן רעכט דעם פאטש. די ענטפער וועט זיין קלאר ניין

הקטן » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 8:10 am

· #506782

סאיז שווער זיך צי דינגען ווען איינער זאגט דיר "ס'איז א פאקט"
אדער ווען יענער הייסט דיך מאכן אן מענטעל עקספערעמענט און ער ענפערט דאס פאר דיר מיט זיין אייגענע בייעס

וואס וועט זיין ווען איך וועל דיר זאגן איך האב אויך געהאלטן אמאל אזוי אבער
אבער שפעטער האב איך זיך מישב געווען דאס אן אויסגערעכנטער פאטש אמאל אמאל איז פשוט געזונט פאר די וואקס פינעם קינד, און העלפט אים ארויס אין זיין אנטוויקלאנג

בנוגע די מענטעל עקספערעמענט האב איך געטראכט פין א צוויי יעריגער קינד וואס וויל לויפן אויף די גאדער ווען א קאר קימט -
גארנישט האט נישט געארבט ביז ער האט געכאפט דעם פאטש און האט איינוועגס זיך אויך געלערנט ס'איז דא זאכן וואס מען טוט נישט ווייל דער עדאלד אין מיין לעבן וויל נישט חאטש איך פארשטיי איך מעג און חאטש איך וויל

פאכמאן » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 10:18 am

· #506791
הקטן
בנוגע די מענטעל עקספערעמענט האב איך געטראכט פין א צוויי יעריגער קינד וואס וויל לויפן אויף די גאדער ווען א קאר קימט -
גארנישט האט נישט געארבט ביז ער האט געכאפט דעם פאטש און האט איינוועגס זיך אויך געלערנט ס'איז דא זאכן וואס מען טוט נישט ווייל דער עדאלד אין מיין לעבן וויל נישט חאטש איך פארשטיי איך מעג און חאטש איך וויל
א שיינעם דאנק פאר דיין עקספערמענט.
דאס וועט זיין טאקע גאר א גוטע ראיה צו מיינע אויבדערמאנטע רייד.
דאס וואס גארנישט האט געארבעט איז ווייל דו קנעסט\ווילס נישט שטיין צוגענאגלט צו אים יעדעס מאל וואס ער איז אויפן גאס און נישט אראפנעמען דיינע אויגן פון אים, און יעדעס מאל וואס ער וויל אראפ לויפן אויפן גאס, אים אפהאלטן מיט דיינע הענט אן שלאגן, און אים געבן צו פארשטיין מיט געדולד די סכנה. ווייל ס'איז דיר אוממעגליך. דו האסט אנדערע קינדער, דו דארפסט זיך ארום קוקן אין גאס וואו די גייסט און די קענסט נישט געבן דיין גאנצע עטטענטשן פאר אים. אויך האסטו נישט די געלט אפצודינגען איינער זאל עס טוהן פאר דיר. וועגן דעם שלאגסטו אים. נישט ווייל נאר דער שלאגן וועט אויפטוהן. נאר ווייל דו קענסט זיך נישט ערלויבן אנדערע וועגן אנשטאט שלאגן.
איינמאל וואס מ'פארשטייט עס. וועט מען אייביג טראכטן צו ס'איז שייך צו טוהן עפעס אנדערש אנשטאט שאלגן.

הקטן » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 10:44 am

· #506793
פאכמאן
איינמאל וואס מ'פארשטייט עס. וועט מען אייביג טראכטן צו ס'איז שייך צו טוהן עפעס אנדערש אנשטאט שאלגן.
פארוואס זאגסטו אזוי? מא-פיטאם?

איך וועל אים שלאגן כדי ער זאל אויפוואקסען עמאשענעל געזינט און זאל פלארישען אין די סעסייעטי וואו ער וועט זיין!

מתבודד » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 10:56 am

· #506795
הקטן
מא-פיטאם?
😂 😂 😂
בלאט: 1 2 3 4