פאכמאןפאכמאן, אנטשולדיגט אבער עס איז ממש א שאנדע צו ליינען ווי א היימישער איד קען זיין אזוי עקסטרעם ליבעראל...הקטןא שיינעם דאנק פאר דיין עקספערימענט.בנוגע די מענטעל עקספערעמענט האב איך געטראכט פין א צוויי יעריגער קינד וואס וויל לויפן אויף די גאדער ווען א קאר קימט -
גארנישט האט נישט געארבעט ביז ער האט געכאפט דעם פאטש און האט איינוועגס זיך אויך געלערנט ס'איז דא זאכן וואס מען טוט נישט ווייל דער עדאלד אין מיין לעבן וויל נישט חאטש איך פארשטיי איך מעג און חאטש איך וויל
דאס וועט זיין טאקע גאר א גוטע ראיה צו מיינע אויבדערמאנטע רייד.
דאס וואס גארנישט האט געארבעט איז ווייל דו קנעסט\ווילסט נישט שטיין צוגענאגלט צו אים יעדעס מאל וואס ער איז אויפן גאס און נישט אראפנעמען דיינע אויגן פון אים, און יעדעס מאל וואס ער וויל אראפ לויפן אויפן גאס, אים אפהאלטן מיט דיינע הענט אן שלאגן, און אים געבן צו פארשטיין מיט געדולד די סכנה. ווייל ס'איז דיר אוממעגליך. דו האסט אנדערע קינדער, דו דארפסט זיך ארום קוקן אין גאס וואו די גייסט און די קענסט נישט געבן דיין גאנצע עטטענטשן פאר אים. אויך האסטו נישט די געלט אפצודינגען איינער זאל עס טוהן פאר דיר. וועגן דעם שלאגסטו אים. נישט ווייל נאר דער שלאגן וועט אויפטוהן. נאר ווייל דו קענסט זיך נישט ערלויבן אנדערע וועגן אנשטאט שלאגן.
איינמאל וואס מ'פארשטייט עס. וועט מען אייביג טראכטן צו ס'איז שייך צו טוהן עפעס אנדערש אנשטאט שלאגן.
איך האב געהערט אמאל א גוט ווארט פון א מחנך, און איך מיין אז דאס וועט מסביר זיין דאס ענין.
יעדער מענטש האט אין זיך אן "אינער-סקעיל" (inner scale) וואס העלפט סובקאנשעסלי מאכן הונדערטער דעסישענס א טאג. יעדע החלטה וואס א מענטש טוט וועט ער אויסרעכענען אז עס זאל זיך לוינען, און געווענליך וועט מען נישט נעמען א ריסק אויב די דורכפאל קען זיין שטערקער.
אן עלטערע קינד, אויב א באלל פאלט אראפ אויפ'ן ראוד, וועט אליינס פארשטיין אכטונג צו געבן און נישט אראפלויפן, ווייל ער פארשטייט אז זיין לעבן קען זיין אין א סכנה, און דאס לעבן איז אים/איר מער ווערד ווי א באלי. סובקאנשעסלי האט ער געמאכט די ריכטיגע דעסישען.
משא"כ א קליין קינד, וואס האט נישט קיין מושג וואס עס מיינט לעבן און טויט, וועט רואיג אראפגיין אויפן ראוד, זיך שפילן מיט א מעסער אדער פייער, און אנדערע זאכן וואס איז א שרעקליכע סכנה. זיין אינער-סקעיל אויב נאך נישט גענצליך אויפגעבויט. אין אזא פאל מוז מען געבן דעם קינד א אלטערנאטיווע קאנצעקווענץ פון וואס ער זאל מורא האבן, און אזוי ארום צוריקהאלטן פון טון די סכנה'דיגע אקטן. פון א פאטש האט יעדער מורא, אפילו א קליין קינד. אויב ווייסט ער אז ווען גייט אראפ אויפ'ן ראוד קומט א פאטש, וועט זיין אינער-סקעיל ארבעטן, הגם אויף א קינדערישען פארנעם, און וועט מורא האבן דאס צו טון. אין די מינוט וואס דער קינד באגרייפט שוין די סכנה פון גיין אויפן ראוד אלס די סכנה, פעלט מער נישט אויס די פעטשל.
פונקט ווי ביי די פארקערטע זייט, ווען מען וויל א קינד זאל לערנען וועט מען געבן א קענדי און א מתנה, דאס איז אבער נאר צייטווייליג ביז ער וועט זיך לערנען די אמת'ע זיסקייט פון תורה וואס איז מתוקים מדבש ונופת צופים, דאן פעלט שוין נישט אויס די צוקערלעך.