ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7410
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
לעפטאפ #
מגרייט צו דעם קבר אין אלטן בית החיים פון טבריה נעבן הרה''ק מסטוטשין אמשינאוו סאסיב והאסיאטין
לעבען זיין רעביצען דאכטזעך.
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
איינער קען מאכן א pdf פון די ארטיקל אין די ערשטע תגובה?
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
ווער זענען זיינע קינדער?
בנו רבי אברהם יצחק - סקווירא-מאנסי
בנו רבי צבי אלימלך - רמות חסיד סטאלין קארלין
חתנו האדמו"ר ר' מוטל זילבער
חתנו ר' חיים ראזענבערג שערי יושר
חתנו מאכליס ראש כולל בסטאלין
חתנו מאשינסקי
עס איז דא נאך?
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
איין איידעם בזוו"ש איז געווען הגאון ר' יוסף(?) וויינבערג זצ"ל (אוועק ביי קאראנע) ראש ישיבת סלאנים (שווארצע) אין ב"ב
קען זיין ער האט חתונה געהאט צו מאשינסקי'ס רעבעצין, כ'ווייס נישט

כספי #

יא
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
וואס איז די מעשה מיט דעי זילבער אייניקל? מה טיבו? ווי אלט איז ער? וואס האט ער, פון אלע אייניקלעך, זוכה געווען צו ווערן ממלא מקום? פארוואס נישט ענדערש די זון אין בארא פארק און די אייניקל אין מאנסי?
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
berlbalaguleh #
איך פארשטיי נישט: ווען א איד קומט צו א רבי'ן זיך לערנען מידות אין עבודת ה' פארוואס זאל זיין פראבלעמען. ווייל ער האט אפשר אן אנדערע מיינונג אין השקפה און שיטה זאכן?
דא עקא: אז מען מישט הלכה און השקפה. און מ'מאכט יענעם אויס ערליכער איד ווייל ער האלט א ביסל אנדערש אין ענייני השקפה.
דער ערשטער זאך אז מקוקט אהן ר הערשעלע איז ער געװען א איש מיושב און פײן געקענט דארכקומען מיט אלע סארט וכו׳ נארװאדען ר משה איז געװען א פאבליק פיגור װאס זײנע דעות האט ער געלאזט הערן כיד ה׳ הטובה עליו. װידער לגבי ארץ ישראל האט עס ר הערשעלע נישט אנגעקוקט װי עפעס א ״השקפה״ ער האט מיר אמאל געזאגט ״ װען מלײגט אװעק אלע זײטיגע אײגענע ( ״כוחות ״ (זײן אײגנארטיגן שפראך) ) חשבונות, דאס איז נישט עפעס א סאקמירע שיטה, נאר מען זעט קלאר דאס װיל מען עפ״י די הײליגע תורה״ . אין אז יענער פרעדיקט ברבים פארקערט האט אזא איד אן issue .
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
לעפטאפ #
יעצט האט מען אויסגערופן די צוואה פונעם משגיח, אז דער זון רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א זאל זיין רב אין מאנסי, און דער אייניקל רבי שמואל יודא זילבער שליט"א רב אין בארא פארק.
הער איך יעצט אז ביי די קבורה אין טבריה האט הרב בערל פינק אויסגערופן בשם די קהילה אין בארא פארק, אז בנו הגאון ר' אברהם יצחק שליט"א נעמט איבער די קהילה אין בארא פארק.
(כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת, כך שמעתי)

שוין ר' מוטל האט שוין מעכטען מקדים געווען צו אכטונג געבן פון מחלוקת

היימלינד #

די טראק פון די אייער שטייט 15 קארנער 43 קיינער זאל נישט צו גיין נעמען

פשוט בערל פינק און זיינע קינדער האבן געוואלט אז די משגיח'ס זוהן ר' א"י זאל איבערנעמען, און רוב קהילה (הגם זיי האבן גארנישט אנקעגן עם) ווילן די אייניקל.
ווי חשוב און דומה ר' אברהם יצחק איז צו זיין טאטע, בתורתו והשקפתו, איז ער נישט קיין leader און א שווערע רעדנער, ער איז פשוט נישט צוגעפאסט צו פירן א גרויסע קהילה, משא"כ די אייניקל זילבער איז א שטארקע מנהיג, על אף אינגאנצן נישט דומה צו וואס די משגיח איז געווען.
למעשה האט די משגיח גארנישט געהייסן טוהן, נאר די לעצטע פאר יאר איבערגעזאגט אז די עולם זאל מחליט זיין וואס זיי ווילן, און דאס זאל זיין.
די so called "ראש הקהל", ר' שלמה לעזער האט שטארק געוואלט די זילבער אייניקל, האט ער געזאגט פאר די משגיח אז יעדער וויל זילבער.. כדי נישט צו טשעפענען די זוהן, האבן די ז' טובים אינאיינעם מיט די משגיח suggested פאר די מאנסי קהילה, אויב זיי ווילן אויפנעמען די זוהן פאר רב, און זיי האבן זיך צוגעכאפט צו דעם, און זה נהנה וזה נהנה, סיי די רב ר' אברהם יצחק און סיי די מאנסי קהילה האבן אים זייער ליב (חוץ אפשר צוויי דריי אלטע מתפללים). און סיי ב.פ. מיט זילבער.
למעשה איז זילבער א גרויסע טויש פאר די בארא פארקע מאניס, מצד א פרומער חסידישער מיט ווייסע זאקן, און סיי מצד די גאנצע הנהגה איז אנדערש, פאר דומ"ץ איז עס אויך געווען אביסל צו פיהל, כ"ש פאר רב. אבער למעשה רוב עולם איז ok דערמיט especially אז זיי האבן נישט קיין בעסערע אויסוואל.
אבער דאך זענען דא צענדליגע וואס ווילן יא פאר זייער רב בן של המשגיח. און ויבא בערל פינק שוין דעמאלס, און פארפירט אז די זוהן זאל איבענעמען בארא פארק, און מען האט עם געזאגט אז ער קען גיין קיין מאנסי. (לא מפני אהבת מרדכי אלא מפני שנאת המן, און בערל פינק'ס קינדער זענען גרויסע דרייערס און קנאקערס, און די זוהן גייט מען קענען בעסער פירן ביים נאז, אזוי ווי זיי פרובירן טאקע יעצט אין מאנסי).
למעשה גלייב איך נישט ר' שלמה לעזער וואס ער האט אויסגערופן ביים לויה, אז די צוואה איך געווען זילבער אין ב.פ. און בנו אין מאנסי. איך גלייב אויך נישט אז פינק האט אויסגערופן אין טבריה פארקערט.
למעשה איז שוין געווען אפאר יאר צוריק דעמאלס א הכתרה פאר בנו אין מאנסי, בהשתתפות די משגיח ומאות אנשים מבארא פארק. און דארט גייט ער לכאורה בלייבן. און זילבער אין ב.פ.
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
הרה"ג הרב אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א
📎 Screenshot_20240624-140248_Plus.jpg
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
הרה"ג הרב שמואל יהודה זילבער שליט"א
📎 Screenshot_20240624-144024_Google.jpg
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
אוהב ספרים #
היימלינד #
שוין ר' מוטל האט שוין נעכטען מקדים געווען צו אכטונג געבן פון מחלוקת
די טראק פון די אייער שטייט 15 קארנער 43 קיינער זאל נישט צו גיין נעמען
מיין פוינט איז געווען אז מען האט זיך שוין געגרייט אויף דעם
דארפסט נישט ארויס נעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט
און בד"וו איך האב שוין נעכטען געשריבען אז נישט יעדער איז געווען צופרידען מיט זיין התמנות אלץ דיין
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
סמרה #
לעפטאפ #
יעצט האט מען אויסגערופן די צוואה פונעם משגיח, אז דער זון רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א זאל זיין רב אין מאנסי, און דער אייניקל רבי שמואל יודא זילבער שליט"א רב אין בארא פארק.
הער איך יעצט אז ביי די קבורה אין טבריה האט הרב בערל פינק אויסגערופן בשם די קהילה אין בארא פארק, אז בנו הגאון ר' אברהם יצחק שליט"א נעמט איבער די קהילה אין בארא פארק.
(כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת, כך שמעתי)
דרמה בק"ק אמונת ישראל : בלויה בארץ ישראל הכיתרו רק ממשיך אחד ! הכתירו בשם הקהילה בנו בכורו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א לממשיך דרכו בבית מדרשו של אביו

ווילאנג ער שפילט נישט מיט קען מען אויסרופען פון היינט ביז מארגען
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
לויט די מעסעדזש אויף אייוועלט קוקט טאקע אויס ווי ס'קומט עקשאן.
א שאד, אזא שיינע קהילה געווען.
אינהאלט קנעפל #
משיח #
דער משגיח זצ״ל האט געשטעלט זיין אייניקל אלס ממלא מקום און ער איז דאן געווארן עמטליך אויפגענומען אלס דיין הקהלה.
(סאיז נישט געווען קיין וואלן. דער משגיח האט אריינגערופן די טובי הקהל און פאר זיי פארגעלייגט זיין רצון - צו זייער גרויסע סופרייז).
איך גלייב זייער שווער אז זיין עולם ווען טוהן אנדערש ווי זיין רצון.
און איך גלייב נאך שווערער אז בנו יקירו וועט טוהן אנדערש ווי זיין פאטערס רצון.
קען איינער קאנפירמען וואס מהאט אויסגערופן?
איינער האט גערעדט צו זיך אליינס, נישט אפיציעל, און אינמיטן האט מען אנגעהויבן צו זאגן די פסוקים וכו'
בכלל נישט געווען קיין הכרזה, א יחיד האט גערעדט און געזאגט וואס ער האט צו זאגן
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
יעצט געהערט און געזעהן די קליפ... איינער רופט אויס די הכרזה און אינמיטען הייבטזעך אהן קולות פון פסוקים

שיק אריין
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
חב''ד הויזן #
לויט די מעסעדזש אויף אייוועלט קוקט טאקע אויס ווי ס'קומט עקשאן.
א שאד, אזא שיינע קהילה געווען.
זארג זיך נישט, זעהט נישט אויס עפעס ערנסט
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
יין שרף #
פשוט בערל פינק און זיינע קינדער האבן געוואלט אז די משגיח'ס זוהן ר' א"י זאל איבערנעמען, און רוב קהילה (הגם זיי האבן גארנישט אנקעגן עם) ווילן די אייניקל.
קומט זיך עם דעם טיטל כאטש הרב בערל פינק.
גענפערט שאלות אין קארלסבורגער בית הוראה נאך פאר פינעף און צװאנציג יאר צוריק.
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
אמאהלגעקעננט #

ומח"ס הק' ופקדת נוך
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
פאר די המשכה [און פאליטיק] דארף מען עפענען א באזונדערע אשכול
פארוואס זאל מען פארשמירן אזא שיינע אשכול ?
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
למעשה בילדער דרייען זיך ארום ווי די אייניקל זיצט על כסה זקינו היינט ביי מנחה און די ציבור איז אריבער אפגיבן לכאורה די מזל טוב
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
ביטע לאזן די אשכול איבער ר' משה אליינס
אלעס בנוגע די המשכה אין קהילת אמונת ישראל, ביטע ממשיך זיין אין די אשכול
המשכה אין קהל אמונת ישראלRe: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
אמאהלגעקעננט #
קומט זיך עם דעם טיטל כאטש הרב בערל פינק.
גענפערט שאלות אין קארלסבורגער בית הוראה נאך פאר פינעף און צװאנציג יאר צוריק.
ס'איז נישט דער בערל פינק
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
ס'איז גראדע יא דער זעלבער הרב בערל פינק, איך קען עם פערזענליך. געװען א גרויסער חסיד פון הרה"ק מספינקא (זײענדיק א מאני צוזאמען מיט דעם), במקורו מחסידי דער אלטער סטיטשינער רבי זצ"ל.
ביזױ תלמידי חכמים איז נישט קײן מצוה.
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
דרך אגב װען ר יודעלע סטישינער איז אװעק האט הרה”ק מספינקא שטארק צוגעשטיפט נכדו ר״א יודקאװסקי ער זאל אנעמען די רביסטעװע און װערן רבי. קען זײן מיט דעם פארשטײט מען הרב בערלס יעצטיקן שטעלונג אין אמונת ישראל כלפי משפחת הכספי

גלייך ווען ר' יודעלע איז אוועק?
(ר"א איז געווען דעמאלטס א בחור)

װי לאנג נאך דעם װײס איך נישט אבער מקען פרעגן דעם משב״ק דאז ר שמעי׳׳ קעסלער שיחי׳ פון עם געהערט
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
גראדע זיך איך א דיטעילט ביאור אויפן סטיטשינער, ער איז נישט די טיפיקעל, to say the least...
זיינע בכיות. גיטאר. סמארט פוין ברבים, גאר הייסע חסידים. איך בין געגאנגען גאגא פין א קליפ פין זיין טאכטער מצוה טאנץ, גערייכערט ביים אויסרופען, איז מה טובו? וואס איז זיין היסטאאי?

א ביאור אויף די סטיטשינער רבי הרב יודקאווסקי קומט נישט דא אריין ביי הרב וואלפסאן וואס איז געווען די שווער פון הרב מתולדות יהודה דתלמידי סטיטשין הרב זילבער שליט''א
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
סתם אזוי #
גראדע זיך איך א דיטעילט ביאור אויפן סטיטשינער, ער איז נישט די טיפיקעל, to say the least...
זיינע בכיות. גיטאר. סמארט פוין ברבים, גאר הייסע חסידים. איך בין געגאנגען גאגא פין א קליפ פין זיין טאכטער מצוה טאנץ, גערייכערט ביים אויסרופען, איז מה טובו? וואס איז זיין היסטאאי?
עי' קצת כאן
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=181533&sid=a030928f15261f9efe2dcc72f13dc4c7#p181533Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
סתם א זייטיגע שאלה פארוואס קיין איינער פון דער סאטמערע רביים זענען נישט געוועהן ביי די לוי'?
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
התם ומתמם עם תמימים #
סתם א זייטיגע שאלה פארוואס קיין איינער פון דער סאטמערע רביים זענען נישט געוועהן ביי די לוי'?
פארוואס דען יא? האבן זיי געהאט א שייכות מיט עם בכלל? די שאלה איז ווען זיי גייען יא