☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5825
בלאט: 1 2

איש עברי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 1:52 pm

· #181533
אדמו"ר מהר"א מסטוטשין
אזוי איבערגייענדיג די אשכולות פון אנשי שם האב איך געקלערט אז טאמער מנשה פילאפף און שענדישובע רבי פארדינען א אשכול דאן איז צייט צו שרייבן א אשכול אויך דעם קאלירפולע ליבליכע פערזענליכקייט פון האדמו"ר מסטוטשין רבי אליעזר יודקאווסקי שליט"א

א דערפרישענדע חידוש אין די ספעקטרום פון רבנים און רבי'לעך א אייגנארטיגע מענטש מיט א אייגנארטיגע מהלך, מן הסתם נענטער צו די מהלך פון בעל שם טוב ווי רוב פון זיינע קעלעגעס אין די רבי ביזנעס, א געוואלדיגע אוהב את הבריות ומקרבן לאביהן שבשמים, קודם לאמיר זעהן זיין יחוס און זיין פערזענליכקייט און דערנאך זיין דרך העבודה

ער איז א בן יחיד צו זיין מאמע וואס איז געווען די טאכטער פון די סטיטשינע רבי רבי יודעלע פון בארא פארק, זיין טאטע איז געווען א ליטווישע מאדערנע איד, און דעריבער איז סטוטשין געשטאנען א תקופה אהן א רבי ביז ער האט איבערגענומען די לייצעס [אינצווישן האט זיך עפעס א אנדערע איד געמאכט שבת פון די ירושה ואכמ"ל ועיין באשכול משפיעים של הגרמיץ תפוזים]

זיין ערשיינונט איז זייער נישט טיפיקעל ווי א רבי ער האט נישט קיין לענגלעכיגע נאז מיט א פאטריאכאלישע בארד, ער איז א פעשליכע רויטע יונגערמאן, מיט ראמלאזע ברילן, ער דרייט זיך מיט א סמארט פאון, דרייווט א קילע קאר, און פירט זיך כאיש בין אנשים. זיין הופעה חיצונית זעהט אויס זייער בעלבתיש, ווען מען זעהט אים די ערשטע מינוט וואלט מען אים ענדערש קאטאגאריזירט אלס טרעוול עידשענט ווי אלס א רבי אדער דאס גלייכן.

עס איז אמת אז ער איז זיין אויפפירונג בכלל נישט וואס מיר זענען געוואוינט ביי די געווענליכע רבי'ס און רעבעלעך, אבער פון די אנדער זייט שטורעמט ער מיט געפיהלן ער לאכט וויינט און קושט אגאנצן טאג, ער איז כסדר אין א רוח סערה פון אהבת ישראל און מחזיר זיין בתשובה נשמות תועות, ער פאהרט ארום אין די וועלט זוכן נשמות, און מיט זיין צוגענגליכע סטייל טוט ער אויף גדולות ונצורות, עס איז אינטרעסאנט צו זעהן ווי ער טרעפט א מגולח און ער געט אים א חיבוק דוב און א נאסע קוש און נעמט זיך וויינען ווי א בעיבי.

אסאך או טי דיס דרייען זיך ביי אים און שעפן ביי אים חיות, ער רעדט זייער שפראך און זינגט זייערע ניגונים, און די עיקר איז אז זיי שפירן ביי אים גרעניצלאזע אהבה unconditional love און ער אידענטיפיצירט זיך מיט זייערע שוועריגקייטן נישט נאר אין אידשקייט נאר אין זייערע חיי יום יום בעומק הקליפות והתאוות.

אבער עס איז א טעות צו אים אנקוקען ווי אזא סארט וואס קעיטערט נאר נידחים און פארלוירענע נשמות, אין פאקט האט ער איבערגענומען אסאך חסידים פון זיין זיידע, דארונטער חסידישע גאליציאנע אידן וואס האלטן פון אים גדולות, זיי קוקן אהן זיין אייגנארטיגע געפירעכץ אלס דירעקטע המשך צו די דרך פון ראפשיץ וואס ספלאקערט א פייער אין הארץ און בחיצוניות פירט מען א הנהגה וואס קען מעורר זיין קשיות. [אגב רבי אליעזרל האט מיר אויך געזאגט אין א שמועס אויף זיך אליין אז ער איז כולו ראפשיץ]

עס ליגט אויך א אמת אין דעם, ווער עס קען די שלשלת ראפשיץ-ראזוואדוב סטיטשין ווייסט אז דער דרך איז מלא אהבה געגועים ורגש און דאס פארקערפערט רבי אליעזר'ל אין זיך במלוא מובן המלה, ער איז כסדר צושטורעמט און כאפט אהבה אטאקעס, ער קומט צו א חתונה איז ער צורידערט ווי א וואנזיניגער ער טאנצט און וויינט און קושט מיט א רוח סערה אז מען קען נישט בלייבן גלייכגילטיג.

ער האט משלב געווען זייער קונצליך ראפשיץ מיט קארליבאך, ער איז א שטארקע קארליבאך אנהענגער [זיינע פרומע חסידים זאגן ווייטער אז סאיז נאר א סטראטעגיע צו כאפן פארלוירענע נשמות] ער מאכט יעדע סוכות א קומזיץ נוסח קארליבאך וואס ציט אסאך מענטשן פון די גאס.

זיינע תורות זענען אויך פול מיט רגש הגם ער פרובירט צו קריכן אין הימל און זאגן הויכע געדאנקען האט ער גאנץ ווייניג הצלחה, זיין פלאץ איז נישט דארט ער געהערט אין עולם הרגש והנגינה, אבער זיינע תורות זענען למעשה זייער שיין און אויך פול מיט רגש.

נהורא נפישא » דינסטאג פעברואר 4, 2014 2:17 pm

· #181540
א שאד ס'איז נישטא קיין קליפס אויף יוטוב פון דעם חשובן רעבין זז"ג , נאר די איינציגע האב איך געפינען,א טייל פון א ל"ג בעומר טיש פארזינגענדיג בר יוחאי מיט בכיות עצומות.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=be2Nonvtu3o&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=be2Nonv ... ata_player</a>
ס'כדאי צוצולייגן ביודעי ומכירי קאמינא ער וויינט באמת פון הרגש ס'איז נישט סתם א שפיל ער איז מוראדיג מוזיקאליש און א שטארקער בעל הרגש.

מאטי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 2:28 pm

· #181543
זייער שיין איש עברי. מיר ווארטן א ביאגראפיע אויף רעביי יונתן שליט"א.

איש עברי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 2:48 pm

· #181547
א געוואלדיגע מדה ביים רבי'ן איז זיין נושא בעול עם חבירו און זיין משתתף בצערן של ישראל, איך בין געווען דערביי ווען ער איז געקומען מנחם אבל זיין ביי א משפחה ווי סהאט פאסירט א טראגעדיע ער האט געגאסן עמערס טרערן בלי גוזמא, און ער האט בכלל נישט געהאט צופיל שייכות צו דעם באטרעפנדער מענטש אדער פאל.
אזוי אויך קען ער פארן מרחקים צו מחזק זיין א צובראכענע איד, אדער זיך משתתף זיין אין א שמחה פון א לב נשבר

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 4, 2014 3:05 pm

· #181550
כ'האב געהערט אויף דעם איד'ס טיש געפירעכטץ, בין איך טאקע געגאנגען און זיך איבערצייגט דברים כמסירתן. זיינע בכיות זענען להפליא, אפגעזעהן צו ער האלט ביי "והשנה משובחת" אדער "ושליו ודגים".
בימי החול, ווי געזאגט, איז ער א פשוטע בעל הבית, אן קיין טיטלען וכו', איך וואלט אפילו געזאגט אז ער האט א ניק דא אין שטיבל.
(@אנאנים, אדער @הוגה)

נ נח » דינסטאג פעברואר 4, 2014 4:20 pm

· #181563
ס'כדאי צוצולייגן ביודעי ומכירי קאמינא ער וויינט באמת פון הרגש ס'איז נישט סתם א שפיל ער איז מוראדיג מוזיקאליש און א שטארקער בעל הרגש.[/quote]

צו ווערן נתרגש יעדע איינציגע 7טע טאג באותו מקום ובאותו זמן באותו אופן ובאותו תנועות זעט מיר אויס זייער אומארגינעל אין אומנאטירליך
ספעציעל מיט די בכיות אן קיין טרערן.

שאולי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 4:23 pm

· #181566
נאך איינס
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=UXmrMZhhJSo">https://www.youtube.com/watch?v=UXmrMZhhJSo</a>

מאטי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 4:41 pm

· #181570
כ' בין געווען דארטן איין חוה"מ סוכות ער שפילט אויף אן אפגעריבענער Keyboard ארגאן א גאנצן צייט. ער לאזט נישט אויס קיין קאורד, אויב כאפט ער אויף אן ארומיגער זינגען א הארמאניע וואס געפעלט אים מאכט ער א וועזן דערפון דורך א בליק צו יענעמ'ס זייט. עטליכע נאנטע האבן מיר געזאגט אז אגאנץ יאר חוץ חוהמ"ס הערט מען בכלל נישט קיין קארליבאך פון אין, כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת.

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 4, 2014 5:22 pm

· #181579
שאולי
https://www.youtube.com/watch?v=UXmrMZhhJSo


אה, דאס האב איך געזוכט און נישט געקענט טרעפן, איך האב עס אמאל געזעהן און עס איז מיר דוקא זייער געפאלן (חוץ אביסל דאס געוויין וואס איך קען נישט מחליט זיין, אבער עפעס באדערט עס מיך), איך זוך דאס שוין א שטיק צייט און איך קען נישט טרעפן. שקועיח ר' שאולי

שאולי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 7:39 pm

· #181623
דער רבי מיט די קיבאורד אין די האנט
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=S8fyiQs_6sY">http://www.youtube.com/watch?v=S8fyiQs_6sY</a>

איש עברי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 7:41 pm

· #181624
נ נח
ס'כדאי צוצולייגן ביודעי ומכירי קאמינא ער וויינט באמת פון הרגש ס'איז נישט סתם א שפיל ער איז מוראדיג מוזיקאליש און א שטארקער בעל הרגש.


צו ווערן נתרגש יעדע איינציגע 7טע טאג באותו מקום ובאותו זמן באותו אופן ובאותו תנועות זעט מיר אויס זייער אומארגינעל אין אומנאטירליך
ספעציעל מיט די בכיות אן קיין טרערן.


איך ווייס נישט וואס דו מיינסט אהנע טרערן איך האב אים שוין געזעהן גיסן הייסע זאלציגע טרערן לרוב, נעקסטע מאהל וועל איך עס אוועקלייגן פאר עווידענס

שאולי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 7:44 pm

· #181625
דער רבי ביים טאנצען מיט פייער און ברען
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=IcNk_4tmBYw#t=4">http://www.youtube.com/watch?v=IcNk_4tmBYw#t=4</a>

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 4, 2014 7:49 pm

· #181627
קאווע טרינקער
ווי געזאגט, איז ער א פשוטע בעל הבית, אן קיין טיטלען וכו', איך וואלט אפילו געזאגט אז ער האט א ניק דא אין שטיבל.
(@אנאנים, אדער @הוגה)

לויט וויאזוי איש עברי לייגט עם אראפ וואל איך געזאגט אז זיין ניק איז שפתיים ישק...
א דאנק אייך איש עברי פאר אזא שיינע אשכול איך האב קיינמאל נישט געהערט פון עם בעפאר.

מאטי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 8:03 pm

· #181629
ער האט אבער זיכער געהערט פון דיר (אויב האט ער א ניק דא).

איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 7:15 am

· #181700
די רבי וויינט ביי א הכנסת ספר תורה, מי יבוא בסוד קדושים
📎 הכנסת-לביהמד-של-האדמור-מסטוטשין-בבורו-פארק-6-470x352.jpg

על המחיה » מיטוואך פעברואר 5, 2014 8:53 am

· #181706

על המחיה » מיטוואך פעברואר 5, 2014 8:58 am

· #181707

על המחיה » מיטוואך פעברואר 5, 2014 9:00 am

· #181709


איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 9:06 am

· #181712
ברוך אתה .. על המחיה

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך פעברואר 5, 2014 12:40 pm

· #181799
ווען איך זעה די אומגעצוימטע בכייות פונעם דעם רבי'ן, (דאס רוב ווידיא קליפסט געלינקט דא) לעומת די זייער געצוימטע און כמעט צינישע 'האנט געמאכעריי' פן שמחה, (איין גאר קורצע קליפ, ווי מען זעהט בכלל נישט קיין עקסטאז פון שמחה. עס איז בכלל נישט מדה כנגד מדה, און אוודאי נישט מדה טובה מרובה), ברענגט עס מיר ארויס די פאלגענדע שאלה.

פארוואס ווען מען זאגט אויף א וואוילער איד אז ער איז א בעל הרגש, מיינט עס אז ער וויינט שטארק? פארוואס נישט אז ער לאכט שטארק?

ערלויבט נאר אידישקייט איינס און נישט דער צווייטער?

פארוואס מיינט עס געווענליך אז ער איז זיך משתתף בצערן של ישראל? פארוואס נישט בשמחתן?

ווען דער אדער יענער שוישפילער-רבי האלט דרשות ווי שטארק ער טרויערט פאר צרות ישראל, אפי' בשעת זיין אייגענע שמחה, פארוואס פארגעסט פון אלע שמחות ישראל?

איז נישטא קיין שמחות? איז נישטא מיט וואס זיך צו פרייען? איז די וועלט סאך מער פול מיט צער ווי מיט שמחה?

מיינט דאס אז אויב וועל איך אנהייבן זיין ווייניגער עגאיסטיש, און איך וועל אנהויבען טראכטן און שפירן יענעם, שרייב איך מיר פאר א לעבן פון צער, א לעבן פון שפירן זייער אסאך ווייטאג פון די גאנצע וועלט און נישט קיין שמחה פון די וועלט?

איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 1:40 pm

· #181825
@פוןדעסטוועגןדאך דו ברענגסט ארויס א גוטע נקודה אבער טאטאל נישט אויפ'ן ריכטיגן פלאץ און אויפן ריכטיגן מענטש.

דער סטיטשינע רב האט גענומען אלס זיין לעבנס-פראיעקט צו זיין א שותף מיט יעדע איד בעת צר לו, נישט ווי די רעבעלעך וואס אידישע צרות זענען זייער אינקאם, און נישט ווי די רבנים וואס קענען קוים ווארטן אויף א טראגעדיע זיי זאלן קענען אויסשפייען די דברי התעררות וואס ליגט זיי אויפ'ן מאגן.
דער רב נעמט זיך צום הארץ אידישע פראבלעמען און לייגט זיך אריין בלב ונפש, ער לייגט זיך אריין פיזיש און עמאציאנעל, און רוהט נישט איין, צו סזאל זיין א משפחה וואס א קינד גליטשט פון וועג אדער א נישט געזונט קינד ל"ע.
ער איז א ווארעם הארץ און זיין הארץ איז צובראכן פון צרות ישראל, הגם ער איז א איד מיט א שטארקע שמחת החיים, מען רעדט נישט דא פון א רב וואס וויינט שובבים תורה'ס און נוצט אידישע צרות פאר חומר לדרוש.

טעפל » מיטוואך פעברואר 5, 2014 4:55 pm

· #181892
אוח אוח אוח (ווער ס'איז אמאהל געוועהן דארט ווייסט וואס דאס מיינט)..כ'האב געהערט אז ער האט געהערט אסאך טעיפ'ס פונעם זייד'ן ז"ל וואס איז געוועהן א גוטע בעל תפילה און ער מאכט איהם ריזיג נאך מיט'ן גאנצען נוסח, א נחת אריינצוגיין דארט, גאלציע בתפארתה!!

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:35 pm

· #181909
אפשר גיימער אלע די וואך צום טיש?
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט גילוי, איך בין דארט יעדע וואך, ער טוט דאך אין קירוב וד"ל, ודוק כי שקרתי.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:38 pm

· #181910
איש עברי, האסט נישט ממש געכאפט מיין שאלה.
נישט קיין חילוק ווי ערענסט דער איד זאל עס מיינען, איז עדיין שאלתי במקומה מונח. ודוק.

איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:41 pm

· #181912
קען זיין כ'האב נישט געכאםט ברענג דיך בעסער ארויס

לשוא הכיתי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 7:22 pm

· #181935
טעפל
אוח אוח אוח (ווער ס'איז אמאהל געוועהן דארט ווייסט וואס דאס מיינט)..כ'האב געהערט אז ער האט געהערט אסאך טעיפ'ס פונעם זייד'ן ז"ל וואס איז געוועהן א גוטע בעל תפילה און ער מאכט איהם ריזיג נאך מיט'ן גאנצען נוסח, א נחת אריינצוגיין דארט, גאלציע בתפארתה!!

אה, כא, כא...

דער קאנקורענץ רמ"ז מאכט דאס אויך....

אגב, זעט אויס ווי דער פותח האשכול איז ניט אינגאנצן באהאוונט אינעם השתלשלות כהונתו פון רב יודקאווסקי, ווי קודם האט דער פאטער חדב"ן הר' יהודה ז"ל געפירט, דערנאך האט די היינטיגע חבורת הרמ"ז געקרוינט דעם מהר"א אלס מ"מ. דער פילוג איז הערשט געקומען שפעטער.

shtel » מיטוואך פעברואר 5, 2014 10:57 pm

· #181955
זיין פאטער איז אויך געווען א גרויסער בעל רגש , איך געדענק כמה וכמה פעמים ווען ער פלעגט דאווענען פארן עמוד ווי ער פלעגט זיך צוכליפן ביי ממקומך .

אגב ר' יענקעלע פון פשעווארסק איז געווען פון זיינע שטיצערס בשעתו...

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 5, 2014 11:00 pm

· #181956
shtel
זיין פאטער איז אויך געווען א גרויסער בעל רגש , איך געדענק כמה וכמה פעמים ווען ער פלעגט דאווענען פארן עמוד ווי ער פלעגט זיך צוכליפן ביי ממקומך .

אגב ר' יענקעלע פון פשעווארסק איז געווען פון זיינע שטיצערס בשעתו...

זיין פאטער?
זיין זיידע צריך לומר!
יישר כח פאר אלע מגיבים דא
עכט אינטערסאנט

shtel » מיטוואך פעברואר 5, 2014 11:28 pm

· #181962
טיטאניק
shtel
זיין פאטער איז אויך געווען א גרויסער בעל רגש , איך געדענק כמה וכמה פעמים ווען ער פלעגט דאווענען פארן עמוד ווי ער פלעגט זיך צוכליפן ביי ממקומך .

אגב ר' יענקעלע פון פשעווארסק איז געווען פון זיינע שטיצערס בשעתו...

זיין פאטער?
זיין זיידע צריך לומר!
יישר כח פאר אלע מגיבים דא
עכט אינטערסאנט

איך מאך נישט קיין טעות .
איך געדענק זיין פאטער ער פלעגט דאווענען אין ליקוואוד מנין אין בארא פארק

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 2:04 am

· #181972
לשוא הכיתי
טעפל
אוח אוח אוח (ווער ס'איז אמאהל געוועהן דארט ווייסט וואס דאס מיינט)..כ'האב געהערט אז ער האט געהערט אסאך טעיפ'ס פונעם זייד'ן ז"ל וואס איז געוועהן א גוטע בעל תפילה און ער מאכט איהם ריזיג נאך מיט'ן גאנצען נוסח, א נחת אריינצוגיין דארט, גאלציע בתפארתה!!

אה, כא, כא...

דער קאנקורענץ רמ"ז מאכט דאס אויך....

אגב, זעט אויס ווי דער פותח האשכול איז ניט אינגאנצן באהאוונט אינעם השתלשלות כהונתו פון רב יודקאווסקי, ווי קודם האט דער פאטער חדב"ן הר' יהודה ז"ל געפירט, דערנאך האט די היינטיגע חבורת הרמ"ז געקרוינט דעם מהר"א אלס מ"מ. דער פילוג איז הערשט געקומען שפעטער.


נו אדרבה, אז דו ווייסט יא דאן פארצייל די סודות פון וויזוי די הכתרה און די פילוג איז צושטאנד געקומען.

בד"וו, איך דענק אין די ערשטע יארן האט נאך דער רבי יא געפלאנט צו ווערן א גרויסע רבי מיט מוסדות. ער האט געהאט געגרינדעט א תלמוד תורה, דאכצעך מיר ס'האט געהייסן תולדות יהודה סטיטשין, איך געדענק עס נאך. עס האט זיך פארמאכט בערך אין תש"ן אדער אפשר נ"א.

אפאר יאר צוריק בין איך געווען אין קענעדי ערפארט אויפן וועג קיין א"י, און מען האט געמאכט דארט א מנין שחרית, איינער א איד האט זיך צוגעשטעלט צום עמוד, געגעבן א כאפ אפ דעם דאווענען, אז איך האב נישט געהאט קיין צייט צו אטעמען אדער בלינקען מיט די אויג, און מיט דעם אלעם האב איך נישט געקענט מיטהאלטן, אבער ער האט געהאלטן אין איין וויינען. כ'ווייס נישט ווי ער האט נאך געהאט צייט צו וויינען אינמיטען דעם חיפערן אזוי, אבער אזוי איז עס געווען.

איך האב זיך געהאלטן אין איין רעגן אויף אים, איך האב אפאר מאל געשריגן נו נו, ער זאל דאווענען אביסל שטייער, אבער כ'אב גערעדט צום כותל. נאכן דאווענען האב איך אים געגעבן א פסק פארן לויפן אזוי שנעל, ער האט זיך אנטשולדיגט און געגאנגען זיין וועג. נאך וואס ער איז אוועק געגאנגען איז מיר איינער צוגעקומען זאגן אז דאס איז סטיטשינער רבי און איך דארף האבן מער דרך ארץ פאר אים.

איך האב געקלערט אים צו גיין איבערבעטן, דערווייל האב איך אים געטראפן זיצן אן דעם היט און רעקל, מיט די אידענע אינמיטן אריינריקן א סענדוויטש (מן הסתם מיט הויכע כוונות) האב איך אים נישט געוואלט שטערן אינמיטן די גרויסע יחודים און איך האב אים נישט איבערגעבעטן.

I'm back » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 9:43 am

· #181997
אן די הוט און רעקל? ??

שומו שמים!!!

האסט געשריגן פוי????

לשוא הכיתי » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 10:43 am

· #182012
די היסטאריע פון סטוטשין איז פארוויקעלט.

ר' יצחק בן ר' משה מרוזדוב איז געווען פון די גדולי האדמורי"ם טרם פרוץ השואה.

בנו יחידו ר' יהודא האט נישט געלעבט אזוי שוה בשוה מיטן פאטער בשעתו, געמוטשעט מיט האבן קינדער, עד לידת בתו יחידו מרת חנה (כמעט זיכער שזה שמה, עס ליגט דא אסאך גירסא דינקותא, ולפי רוב השנים קאן זיין אפאר טעותים)

ס'איז פארהאן א באקאנט בילד פון די ג' דורות, ותשוח"ח להמביאו כאן.

ויהי אחרי המגיפה ביוראפ, איז ר' יהודא געקומען לבארא פארק, און געווען א אויסגעשפילטע זאך. בתו האט חתונה געהאט מיט א ליטווישער ת"ח, לפי"ד חבורת הרמ"ז ותהיין למורת רוח אבי'.
המשך יבא

shtel » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 12:42 pm

· #182034
בתו היחידה איז געווען א מחנכת אין בית יעקב .

דער טאטע איז געווען רב דוכט זיך נאכן הסתלקות פון ר' יהודה זצ"ל, פאר א תקופה . כמדומני אז די עלטערן זענען נישט געווען ניחא בלשון המעטה ווען ר' אליעזר האט איבערגענומען די אדמור"ת...

פוןדעסטוועגןדאך » פרייטאג פעברואר 7, 2014 11:16 am

· #182232
איש עברי,
מיין שאלה האט נישט געמיינט אזוי ווייט פוגע צו זיין דעם סטוטשינער רבי.
זיין התנהגות, און טאקע דוקא ווייל ער איז ערענסטער לכאורה ווי די אנדערע רבי'ס, ברענגט ארויס מיין שאלה שטערקער.
דארף ערענסטקייט גורם זיין אזא אמתדיגע געוויינעריי?
דו שרייבסט אז ער האט זיך גענומען אויף זיך משתתף זיין בצערן של ישראל. פרעג איך אויב זו תורה וזו שכרה? דאס איז די רעזולטאט פון ואהבת לרעך כמך? א שטענדיגע ווייטאג פאר צרות הכלל?
דאס נעמט אוועק די רצון פון מקיים זיין אט דעם כלל גדול בתורה.

אויב איך פאנג אהן באמת ליב האבן יעדען און מיטשפירן יעדען, וועל איך טאקע האבן א ביטער וויינעדיג לעבן, כמבואר בהלינקס של הרבי מסטוטשין?

איז טאקע דאס לעבן בכלליות קרוב לצער ורחוק משמחה ותענוג?

וואספארא מין וועלט לעבן מיר אין?

פונקט טראכט איך אז מיר הערן פון מענטשען וואס זענען מדוכא מיט פיזישע יסורים. איז דא א זה לעומת זה? זענען דא מענטשען וואס זענען פארשוועמט מיט פיזישע הנאה? איך רעד פון פשוט פיזישע תענוג וואס זאל אנכאפען דעם מענטש פונקט אזוי ווי עס כאפט אהן פאר א מענטש יסורים.
פונקט ווי ס'איז דא הונדערטע מיליאנען מענטשען וואס כאפט זיי אהן יעדן טאג פיזישע יסורים, א ציין וויי, א קאפ וויי, און אזוי ווייטער און שטערקער, דאס זעלבע זאל זיין הונדערטער מיליאנען מענטשען וואס זאל זיי אנכאפען פיזישע תענוג יעדן טאג.

פוןדעסטוועגןדאך » פרייטאג פעברואר 7, 2014 12:09 pm

· #182241
הדד בן בדד
לשוא הכיתי
טעפל
אוח אוח אוח (ווער ס'איז אמאהל געוועהן דארט ווייסט וואס דאס מיינט)..כ'האב געהערט אז ער האט געהערט אסאך טעיפ'ס פונעם זייד'ן ז"ל וואס איז געוועהן א גוטע בעל תפילה און ער מאכט איהם ריזיג נאך מיט'ן גאנצען נוסח, א נחת אריינצוגיין דארט, גאלציע בתפארתה!!

אה, כא, כא...

דער קאנקורענץ רמ"ז מאכט דאס אויך....

אגב, זעט אויס ווי דער פותח האשכול איז ניט אינגאנצן באהאוונט אינעם השתלשלות כהונתו פון רב יודקאווסקי, ווי קודם האט דער פאטער חדב"ן הר' יהודה ז"ל געפירט, דערנאך האט די היינטיגע חבורת הרמ"ז געקרוינט דעם מהר"א אלס מ"מ. דער פילוג איז הערשט געקומען שפעטער.


נו אדרבה, אז דו ווייסט יא דאן פארצייל די סודות פון וויזוי די הכתרה און די פילוג איז צושטאנד געקומען.

בד"וו, איך דענק אין די ערשטע יארן האט נאך דער רבי יא געפלאנט צו ווערן א גרויסע רבי מיט מוסדות. ער האט געהאט געגרינדעט א תלמוד תורה, דאכצעך מיר ס'האט געהייסן תולדות יהודה סטיטשין, איך געדענק עס נאך. עס האט זיך פארמאכט בערך אין תש"ן אדער אפשר נ"א.

אפאר יאר צוריק בין איך געווען אין קענעדי ערפארט אויפן וועג קיין א"י, און מען האט געמאכט דארט א מנין שחרית, איינער א איד האט זיך צוגעשטעלט צום עמוד, געגעבן א כאפ אפ דעם דאווענען, אז איך האב נישט געהאט קיין צייט צו אטעמען אדער בלינקען מיט די אויג, און מיט דעם אלעם האב איך נישט געקענט מיטהאלטן, אבער ער האט געהאלטן אין איין וויינען. כ'ווייס נישט ווי ער האט נאך געהאט צייט צו וויינען אינמיטען דעם חיפערן אזוי, אבער אזוי איז עס געווען.

איך האב זיך געהאלטן אין איין רעגן אויף אים, איך האב אפאר מאל געשריגן נו נו, ער זאל דאווענען אביסל שטייער, אבער כ'אב גערעדט צום כותל. נאכן דאווענען האב איך אים געגעבן א פסק פארן לויפן אזוי שנעל, ער האט זיך אנטשולדיגט און געגאנגען זיין וועג. נאך וואס ער איז אוועק געגאנגען איז מיר איינער צוגעקומען זאגן אז דאס איז סטיטשינער רבי און איך דארף האבן מער דרך ארץ פאר אים.

איך האב געקלערט אים צו גיין איבערבעטן, דערווייל האב איך אים געטראפן זיצן אן דעם היט און רעקל, מיט די אידענע אינמיטן אריינריקן א סענדוויטש (מן הסתם מיט הויכע כוונות) האב איך אים נישט געוואלט שטערן אינמיטן די גרויסע יחודים און איך האב אים נישט איבערגעבעטן.


געווענטליך אין די וועלט, ווען אן ערוואקסענע מענטש וויינט, מיינט דאס אז ער איז איבערגענומען מיט ווייטאג. עס איז אביסל מוזר אז ער זאל קענען תיכף נאכדעם עסען א סענדוויטש מיט געשמאק.
איך וויל נאכאמאל באטאנען אז איך פרוביר נישט פוגע צו זיין בכבודו. ווען איך זאל האבן די מעגליכקייט וואלט איך דאס געפרעגט דעם רבי'ן אליין.
עס קוקט מיר אויס אז מיר האבן עפעס א קולטור פון וויינען און ברעטשען. איינע פון די עבודות האדם איז עפעס זיך צוגעוואוינען צו וויינען. ביז עס פארלירט לכאורה דעם אמת'ן מהות פון וויינען.
עס שטעלט זיך מיר אויך די פראגע אויב וויינט ער ווען די זעלבע צרה געשעהט ביי אים אליין?
מיין מושכל ראשון איז אז די צורת הדברים איז אז ער וויינט נאר פאר יענעמ'ס צרה. וואלט ער געהאט דעם זעלבן צרה און ער גייט אריין ביי זיך אין צימער און באוויינט זיין גורל, וואלט מען דאס אנגעקוקט ווי א קינדישקייט, ניין?
משמע פון דעם אז עס טוט אים פילפאכיג מער וויי יענעמס צער ווי זיי אייגענע. עפעס שטימט מיר נישט דא.

איחוד פעלד » מוצ"ש פעברואר 8, 2014 8:48 pm

· #182287
דיין טאטע האט דיך נישט אויסגלערענט דער אלטער כלל,?

אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות...

לעיקוואד » מוצ"ש פעברואר 8, 2014 11:04 pm

· #182305
איך פארשטיי ער איז א איד מיט זיינע אייגענארטיגע מעלות, ער העלפט אידען, ער וויינט דארט ווי עס איז די מנהג צו וויינען, האט א סמארטפאון, וכו'. אבער איך פארשטיי נישט דער שמועס איבער וואס איז די אמת'ע ראפשיצער מהלך און אפשר באהאלטענהערייט איז ער מכוון ייחודים אויף וואצאפ און די צושטעליכצער צו פארשידענע מאדנע ראפשיצע צדיקים. ראפשיץ, אדער סיי וועלכער חסידות אדער טיטל מען לייגט צו, איז נישט משנה דא בכלל. אויב טוהט איינער חסד מיט אידען, איז ער א צדיק, עס פעלט נישט אויס צוצולייגען צו דעם אז דאס איז דער אמת'ער ראפשיצער וועג, אויב איינער לערנט תורה און מאכט ייחודים, פעלט ווייטער נישט צולייגען אז דאס איז ראפשיץ אדער קארלין אדער חב''ד. עס איז א חשובער זאך בפני עצמו. די איינציגסטע נפקא מינא אין דער שמועס איז פאליטיש, צו רב הוטנר'ס תורות ביי ר' מוטל מיט זיינע אנטי -סאציאלע התנהגות דאס איז שפיץ ראפשיץ, אדער דווקא דאס דרייווען א קאר פארען ראטעווען בחורים אין קלאבס. למאי נפקא מינא לפאליטיק. נו מעג מען שוין פארשטיין אז דאס איז נישט קיין סתירה, ר' מוטל מעג טוהן וואס ער פארשטייט און דאס רופען ראפשיץ און ר' לעיזער מעג טוהן וואס ער פארשטייט און דאס אזוי רופען, דער גאנצער וויכוח איז קינדעריש. (מער פון דער נאמען איז בכלל נישטא קיין ויכוח איבער נכסים וכדומה) .

על המחיה » מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:05 am

· #182635
א שיין בילד אלץ יונגערמאן מיט זיין קרוב ר' יודא'לע מדזיקוב זצ"ל

לשוא הכיתי » מאנטאג פעברואר 10, 2014 7:44 pm

· #182772
בקיצור, הר"ר יהודא האט געהאט בית מדרשו אויף די 49'סטע גאס און חוץ פון ל"ג בעומר אביסל, האט אים קיינער נישט אנגעקוקט.

אגב, כאן המקום ארויסצוברענגן טוהר מידותיו פון ש"ב האדמו"ר מבלאזוב, וועלכער האט קומענדיג קיין ב"פ, כדי נישט צו געבן צו פארן עטוואס יונגערן קרוב קיין שום קאנקורענץ געפיל, זיך געצויגן מחוץ למחנה ויהי שם עד יום מותו. צו באמערקן, אז דער בלאזוב'ער איז געווען א ערנסטער רבי קודם השואה.

נחזור לדברי ימי סטוטשין, בסוף ימי הר"י האבן זיך עטליכע תלמידי תורה ודעת אשר שרשם מחסידי גאליציע, געזיכט א רבי'ן צו ערפילן זייער מבקשים געפיל, ונתנו עיניהם בר' יהודה ויאמרו לכה והיית לנו לקצין, ואף הוא הי' מכוין לבו כנגד המברכים ואומר להם תטהרו.

צוביסלעך, זענען די אלע נכדי ר' נטע שארף, אשר מחסידי בעלז, בני שלשת חתניו לוקחי בנותיו געווארן חסידי סטוטשין.

ויהי אחרי מות ר' יהודא, האט קודם דער איידים ר' עובדי' געפירט בדרכו.
און ווען ער האט ביי ס"ג געטרינקען מאראנצן סאדע, געו כל העם בבכי'...

המשך יבא לעת הפנאי

מורינו הרב » מאנטאג פעברואר 10, 2014 7:47 pm

· #182773
מיר ווארטן צו הערן....

zurich » מאנטאג פעברואר 10, 2014 7:50 pm

· #182778
לשוא, וואס האט די בלאזובער געוואלט אויפטוען מיטן זיך אריבערציען מחוץ למחנה?

shem-tov » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:16 pm

· #182792
געשמאקע שטיקלעך לכבוד פורים

לשוא שרייבט
און ווען ער האט ביי ס"ג געטרינקען מאראנצן סאדע, געו כל העם בבכי


הדד שרייבט
איך האב געקלערט אים צו גיין איבערבעטן, דערווייל האב איך אים געטראפן זיצן אן דעם היט און רעקל, מיט די אידענע אינמיטן אריינריקן א סענדוויטש (מן הסתם מיט הויכע כוונות) האב איך אים נישט געוואלט שטערן אינמיטן די גרויסע יחודים און איך האב אים נישט איבערגעבעטן.

לשוא הכיתי » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:42 pm

· #182808
zurich
לשוא, וואס האט די בלאזובער געוואלט אויפטוען מיטן זיך אריבערציען מחוץ למחנה?

אז דער קרוב לבית סטוטשין זאל ניט האבן פאראיבל אויב וועט זיך דער בלאזובער ביהמ"ד האבן הצלחה.

דוגמה למה שקרה בין הרב מבאטור לבין הרב מסיגעט, כידוע ליודעי חן והדברים עתיקין.

לשוא הכיתי » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:46 pm

· #182810
shem-tov
געשמאקע שטיקלעך לכבוד פורים

לשוא שרייבט
און ווען ער האט ביי ס"ג געטרינקען מאראנצן סאדע, געו כל העם בבכי


הדד שרייבט
איך האב געקלערט אים צו גיין איבערבעטן, דערווייל האב איך אים געטראפן זיצן אן דעם היט און רעקל, מיט די אידענע אינמיטן אריינריקן א סענדוויטש (מן הסתם מיט הויכע כוונות) האב איך אים נישט געוואלט שטערן אינמיטן די גרויסע יחודים און איך האב אים נישט איבערגעבעטן.


בשעתי, ווען חבורת הרמ"ז איז נאך געווען בזעיר אנפין איז די מעשה דערציילט געווארן אלס דער קלימאקס פון פראסטקייט פון ר' עובדי'ן

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 12:52 am

· #355833
Re: אדמו"ר מהר"א מסטוטשין

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 2:36 am

· #355835
ונבנתה העיר: ייש"כ. אן אמת'ע המשך פונ'ם דרך תלמידי הבעש"ט זצוק"ל...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 10:33 am

· #356056
איך וויל מעורר זיין אז ער איז נישט קיין בן יחיד. ער האט א ברודער אין ירושלים א תלמיד פון הרב יצחק סאלאווייטשיק מער קנאיש געשטימט. ער האט אויך א ברודער אין לעיקוואוד וואס האט יארען לאנג קיין קינדער נישט געהאט עד שנפקד. דוכט זיך פופצען אדער מער יארען.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 10:34 am

· #356226
איך רעד נישט פון די ווייענען. איעדער קאן ווייענען.

איך קאן איהם פרעזענליך, א זעלטענע גאלדענע נשמה, גאלדענע הארץ, אויב אלע רעבנים וואלטען געוועהן אפי' העלפט ווי איהם וואלט משיח שוין לאנג דא געוועהן. א דוגמא פון ווי א איד דארף זיין, ווער רעדט נאך א רבי.

יודישע שרייבער » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:44 pm

· #368953
איך גיי משוגע פאר אים.

Stuchiner Rebbe Sings MBD's Someday @ Daughters Tenoim
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=G0f0LQwl354">https://m.youtube.com/watch?v=G0f0LQwl354</a>
.

שבת אחים » דינסטאג אפריל 25, 2017 3:08 pm

· #369015
ער איז הונדרעט פראצענט זיכער א ESFP, איך בין ליידער אין די זעלבע קאטיגאריע, זיי זענען זייער emotional און אלעס ארבעט מיט פילינגס ביי זיי.
רבינו יואל איז אויך געוועהן אין די קאטיגאריע.

און להבדיל, דזשאן עף קענעדי, ראנאלד רעיגען, בילל קלינטאן.

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/ESFP">https://en.m.wikipedia.org/wiki/ESFP</a>

<a class="postlink" href="https://www.16personalities.com/esfp-strengths-and-weaknesses">https://www.16personalities.com/esfp-st ... weaknesses</a>
בלאט: 1 2