המשכה אין קהל אמונת ישראל
נישט צו פארשמירן די אנדערע אשכולות, וואס רעדן איבער האי גאון וצדיק המשגיח ר' משה וואלפסאן ז''ל,
עפען איך דעם אשכול,
פאר אלעס איבער די המשכה ....
עפען איך דעם אשכול,
פאר אלעס איבער די המשכה ....
יצחק אייזיקל #שווייצער #ס'איז געהעריג דא א צוואה וואס דער משגיח זצ"ל האט פארגעליינט פאר אלע טובי הקהל ביים אויפנעמען דעם אייניקל אלס דיין, אז ער זאל זיין ממלא מקום אין ב"פ, ר' שלמה לעזער האט באקומען די הוראה דאס אויסצורופן ביים לויה. ס'איז אמת אז די ערשטע צוואה איז געווען אז זיין איידעם הרב מאשינסקי זצ"ל זאל זיין דער ממלא מקום. דער אייניקל איז פאקטיש רב אין ביהמ"ד.בפשטות איז קיין צוואה נישט דא ווער עס זאל איבערנעמען, קען זיין אז יא איז ווי ליגט עס?! זיין רצון איז זיכער געווען אז עס זאל זיין שלום איז זיין קהילה, און דאס איז וואס איז צום האפן גייט זיין, זיין זון איז א איש מורם מעם, פונקט ווי זיין טאטן דבוק בתורה און גייט אויפן זעלבן גאנג בהשקפה מיט זיין טאטע, אבער ער דארף נישט די גאנצע הנהגה, ער אנטלויפט דערפון, אבער א גרויסע חלק פון די קהילה וויל אים האבן, צו ער וועט באווייזן צו אנטלויפן פון די הנהגה אין ב"פ ימים ידברו.
די אייניקל איז א גדול בתורה וביראת שמים, אבער אויף א אנדערע שניט פון די משגיח אינגאנצן. די עיקר איז אז ביידע זענען געהויבענע תלמידי חכמים און זאל נאר זיין שלום ווי די רצון פון די משגיח איז געווען.
למעשה איז דא א חלק פון די קהילה וואס ווילן אנדערש, דער בוכ"ע האט צוגעפירט אז זיי זענען א משפחה פון כהנים ממילא האבן זיי געמוזט זיין אינדרויסן ביים לויה און אזוי איז די לויה דורך בשלום... אין ארץ ישראל איז יא שייך געווען אויסצורופן, וואס האט בעיקר געצילט די בתי מדרשים אין ארה"ק, ירושלים און ביתר. לכאורה וועט זיך אין ב"פ עפענען א פרישע קהילה "אמונת משה" אונטער די הנהגה פון דעם חשוב'ן זון.
יאריך ימים על ממלאכתו וכו' בקרב ישראל.
שווייצער #יעצט ביי די גרויסע לוויה אין בארא פארק בהיכל ביהמ"ד הגדול אמונת ישראל, האט הרה"ח ר' שלמה לעזער הי"ו מנכבדי העדה אויסגערופן די צוואה פונעם גרויסן נפטר זצ"ל איבער די המשך ההנהגה:
בנו חביבו הרה"ג ר' אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א זאל איבערנומען די כתר ההנהגה אין קהל אמונת ישראל אין מאנסי
נכדו חביבו הרה"ג ר' שמואל יהודה זילבער שליט"א זאל איבערנעמען די כתר ההנהגה אין קהל אמונת ישראל אין בארא פארק.
שווייצער #הרב פנחס פינק שליט"א מנכבדי הקהילה האט אויסגערופן היינט ביים קבורה אז די זון גייט זיין די ממלא מקום בבית מדרשו של אביו אין ב"פ
יין שרף #פרוכט זאפט #נישט אמת.[ציטאט אראפגענומען]לויט ווי כ'האב מברר געווען ביי גאר נאענטע צום משגיח איז בכלל נישט געווען קיין וואלען, לא דובים ולא יער. נאר זייט זיין אייניקעל הרב זילבער איז א יונגערמאנטשיק ביי די 21 יאר, האט דער משגיח געהאלטען א אויג אויף אים אלס ממלא מקום. נישט קיין נפקא מינא וויפיל מ'האט אים פראבירט מסביר צו זיין אז ער איז א אנדערע שניט, האלט נישט קיין זמנים, וכו' וכו', האט דער משגיח פון גארנישט געוואלט הערן.
געווען א געשריבענע צוואה אז זיין איידעם רבי יעקב עקיבא מאשינסקי זצ"ל זאל איבענעמען. ער האט עס געוויזן פאר זיין טאכטער, אשת ר' יעקב עקיבא נאכן לויה.
ער איז באמת געווען ראוי לזה, און דאס וואלט געווען די בעסטע option, און יעדער איינער וואלט געווען העכסט צופרידן.
למעשה איז ר' יעקב עקיבא געשטארבן 10-15 יאר צוריק, און פון דעמאלס איז די משגיח אלץ געווען פארדאג'הט אז עס זאל זיין א איש על העדה, וואס זאל זיין פאסיג פאר די הנהגה. ער האט געקענט באשטיין סיי ווער זאל זיין, אויב די עולם איז מסכים, און קיינער האט גארנישט מציע געווען. האט ער מציע געווען זיין אייניקל, האט מען געזאגט געוויסע טענות, העט ער געזאגט קודם אלץ דיין, און נאכדעם וועט מען זעהן אויב עס איז גוט. וכך הוה, און רוב עולם איז געווען צופרידן פון עם.
יין שרף #פשוט בערל פינק און זיינע קינדער האבן געוואלט אז די משגיח'ס זוהן ר' א"י זאל איבערנעמען, און רוב קהילה (הגם זיי האבן גארנישט אנקעגן עם) ווילן די אייניקל.
ווי חשוב און דומה ר' אברהם יצחק איז צו זיין טאטע, בתורתו והשקפתו, איז ער נישט קיין leader און א שווערע רעדנער, ער איז פשוט נישט צוגעפאסט צו פירן א גרויסע קהילה, משא"כ די אייניקל זילבער איז א שטארקע מנהיג, על אף אינגאנצן נישט דומה צו וואס די משגיח איז געווען.
למעשה האט די משגיח גארנישט געהייסן טוהן, נאר די לעצטע פאר יאר איבערגעזאגט אז די עולם זאל מחליט זיין וואס זיי ווילן, און דאס זאל זיין.
די so called "ראש הקהל", ר' שלמה לעזער האט שטארק געוואלט די זילבער אייניקל, האט ער געזאגט פאר די משגיח אז יעדער וויל זילבער.. כדי נישט צו טשעפענען די זוהן, האבן די ז' טובים אינאיינעם מיט די משגיח suggested פאר די מאנסי קהילה, אויב זיי ווילן אויפנעמען די זוהן פאר רב, און זיי האבן זיך צוגעכאפט צו דעם, און זה נהנה וזה נהנה, סיי די רב ר' אברהם יצחק און סיי די מאנסי קהילה האבן אים זייער ליב (חוץ אפשר צוויי דריי אלטע מתפללים). און סיי ב.פ. מיט זילבער.
למעשה איז זילבער א גרויסע טויש פאר די בארא פארקע מאניס, מצד א פרומער חסידישער מיט ווייסע זאקן, און סיי מצד די גאנצע הנהגה איז אנדערש, פאר דומ"ץ איז עס אויך געווען אביסל צו פיהל, כ"ש פאר רב. אבער למעשה רוב עולם איז ok דערמיט especially אז זיי האבן נישט קיין בעסערע אויסוואל.
אבער דאך זענען דא צענדליגע וואס ווילן יא פאר זייער רב בן של המשגיח. און ויבא בערל פינק שוין דעמאלס, און פארפירט אז די זוהן זאל איבענעמען בארא פארק, און מען האט עם געזאגט אז ער קען גיין קיין מאנסי. (לא מפני אהבת מרדכי אלא מפני שנאת המן, און בערל פינק'ס קינדער זענען גרויסע דרייערס און קנאקערס, און די זוהן גייט מען קענען בעסער פירן ביים נאז, אזוי ווי זיי פרובירן טאקע יעצט אין מאנסי).
למעשה גלייב איך נישט ר' שלמה לעזער וואס ער האט אויסגערופן ביים לויה, אז די צוואה איך געווען זילבער אין ב.פ. און בנו אין מאנסי. איך גלייב אויך נישט אז פינק האט אויסגערופן אין טבריה פארקערט.
למעשה איז שוין געווען אפאר יאר צוריק דעמאלס א הכתרה פאר בנו אין מאנסי, בהשתתפות די משגיח ומאות אנשים מבארא פארק. און דארט גייט ער לכאורה בלייבן. און זילבער אין ב.פ.
אמונה פשוטה #יצחק אייזיקל #איר האט עס געזען?
ס'איז געהעריג דא א צוואה
יצחק אייזיקל #אמונה פשוטה #ר' שלמה לעזער איז נישט נאמן ביי דיר? ער האט דאס אויסגערופן ביים לויה. און כ'האב אזוי געהערט פון אנדערע אנשים נאמנים מבני הקהילה. און אגב, דאס איז בכלל נישט געווען קיין חידוש, יעדער אין ביהמ"ד האט געוואוסט בחייו וואס זיין רצון איז געווען, בפרט ביים עפענען דאס ביהמ"ד אין מאנסי איז אפיציעל דאס געווען די סיבה.יצחק אייזיקל #איר האט געהערט פון עד נאמן וואס ער האט געזען?ניין, ס'איז נישט פאר די גאס
די אשכול איז נישט געמאכט פאר דעם שמועס בכלל, כ'האב בלויז רעאגירט צו איינער וואס האט געשריבן אז "בפשטות" איז נישט דא קיין צוואה, האב איך געשריבן אז כפי ידיעתי איז יא דא. אויב איינער וויל דווקא טענה'ן אז נישט, כל הכבוד, פון מיין זייט איז די שמועס געשלאסן.
שיינע איד #דו ווילסט נישט אז דיין ביזנעס זאל גיין פאר דיין משפחה?!פארוואס מיס די הנהגה גיין צ׳י א משפחה מיטגליד???
עמרם #פלעגט וואוינען אין סקווירא, היינט וואוינט ער אין מאנסיכמדומה לי אז די זוהן ר' אברהם יצחק (אב''ד אמונת ישראל מאנסי, און אפשר אויך ב''פ?) וואוינט אין סקווירא
וועט מען דארפן ווארטן פאר די סקווירא ווערסיע ...
שיינע איד #ס'מוז נישטפארוואס מיס די הנהגה גיין צ׳י א משפחה מיטגליד???
שיינע איד #קענסט פליז עפענען א באזונדערע אשכול צו דיסקוטירן די טעארעטישע שאלה על פי הלכה והשקפה ופראקטיק, ביטע לאז דעם אשכול אך ורק ארום די פאליטיק און הנעשה והנשמע אין אמונת ישראל, אז נישט וועט דער אשכול אויסזען ווי נאך אן אייוועלט אשכול ווי יעדע פיצי נייעסל ווערט פארוואנדלט אין ענדלאזע וויכוחי סרק עד אין שיעור וערך.פארוואס מיס די הנהגה גיין צ׳י א משפחה מיטגליד???
סקרו דרייוער #די זון איז ראוי יא, א תלמיד חכם מופלג ועובד השם מנעוריו באמת, נאר די זון וויל עס נישט עכט, עס אינטערעסירט אים באמת נישט, נאר א גרויסע עולם וויל די זון, זיי ווילן דאך נישט די סטושינער מהלך ווען יא זענען זיי ביי רבי מאטל.איז די זוהן ראוי לאותה איצטלא דעמאלטס פארוואס טאקע די אייניקל?
איך ווייס מ'גייט ענפערן ווייל אזוי האט די זיידע\קהילה געוואלט, אבער דאס איז מיין קשיא פארוואס האבן זיי געוואלט די אייניקל און נישט די זוהן?
סוף טוב הכל טוב #די דיין (רב ד'בארא פארק) גייט זיין אין מאנסי, שבת שבע ברכות פון זיין זוהן.וואס גייט דער נייער משגיח טוהן דעם שבת?
יין שרף #איך וואלט געראטן דעם נייעם משגיח זיך אויסצוטאהן דעם שטריימל און זיך פירן ווי דער משגיח ז"ל.סוף טוב הכל טוב #די דיין (רב ד'בארא פארק) גייט זיין אין מאנסי, שבת שבע ברכות פון זיין זוהן.וואס גייט דער נייער משגיח טוהן דעם שבת?
די זוהן (רב ד'מאנסי) גייט זיין אין בארא פארק, אבער לכאורה נישט פירן גארנישט, מן הסתם אפי' זיצן ביי די לעצטע טיש אין בעק, כדרכו עד הנה..
סוף טוב הכל טוב #קען זיין וועגן דעם בלייבט ער מיטן נאמען דיין..יין שרף #איך וואלט געראטן דעם נייעם משגיח זיך אויסצוטאהן דעם שטריימל און זיך פירן ווי דער משגיח ז"ל.סוף טוב הכל טוב #די דיין (רב ד'בארא פארק) גייט זיין אין מאנסי, שבת שבע ברכות פון זיין זוהן.וואס גייט דער נייער משגיח טוהן דעם שבת?
די זוהן (רב ד'מאנסי) גייט זיין אין בארא פארק, אבער לכאורה נישט פירן גארנישט, מן הסתם אפי' זיצן ביי די לעצטע טיש אין בעק, כדרכו עד הנה..
בעל דרשן #לכאורה פינק פראפאנגדע. שטותיםובכן בך יכתירו:
תלמידי וחסידי אמונת ישראל גרייטן זיך אויף א גרויסע שבת התכנסות בראשות כ"ק הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל בנו בכורו וממלא מקומו של אביו מרן המשגיח אב"ד אמונת ישראל זצוק"לה וואס וועט פראווענען דעם שבת הבעל"ט אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול אמונת ישראל אין ב"פ.
אויף שבת ווערט ערווארטעט א פלייץ פון פולע געסט וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם שבת המשכה און אש"ל מלא וועט ווערן צוגעשטעלט פאר די פולע אורחים.
יאריך ימים על ממלכתו. ( קול בחצרות )
בעל דרשן #פארשטיי איך נישט. עס איז דאך דא א צוואה פונעם זיידן אז ר' שמואל יודא זאל איבערנעמען, נו וואס איז בכלל די נושא דא.איך ווייס נישט וואס די זאגסט פינק, דא א גרויסע עולם וואס ווילן דעם זון, נאר ווער עס קען די זון ווייסט ער גייט עס נישט אנעמען ער ווייסט נישט וואס כבוד מיינט.
אינטערסאנטער #נישט דא קיין צוואה איבער די המשכה, רבי מאטל זילבער האט אויפגענומען זיין זון, אבער א גרויסע עולם וויל דעם זון דארף מען ווארטן וואס עס גייט זיך אויסקאכןבעל דרשן #פארשטיי איך נישט. עס איז דאך דא א צוואה פונעם זיידן אז ר' שמואל יודא זאל איבערנעמען, נו וואס איז בכלל די נושא דא.איך ווייס נישט וואס די זאגסט פינק, דא א גרויסע עולם וואס ווילן דעם זון, נאר ווער עס קען די זון ווייסט ער גייט עס נישט אנעמען ער ווייסט נישט וואס כבוד מיינט.
איז דען דא אן אקטועלע פלאן אז ר' שמואל יודא זאל אפטרעטן פאר דעם זוהן? עס קוקט מיר נישט אויס אז מען רעדט פון דעם.
אויב איינער קען קלארמאכן וואס דא קומט פאר.
יין שרף #כנוסח קול בחצרותבעל דרשן #לכאורה פינק פראפאנגדע. שטותיםובכן בך יכתירו:
תלמידי וחסידי אמונת ישראל גרייטן זיך אויף א גרויסע שבת התכנסות בראשות כ"ק הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל בנו בכורו וממלא מקומו של אביו מרן המשגיח אב"ד אמונת ישראל זצוק"לה וואס וועט פראווענען דעם שבת הבעל"ט אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול אמונת ישראל אין ב"פ.
אויף שבת ווערט ערווארטעט א פלייץ פון פולע געסט וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם שבת המשכה און אש"ל מלא וועט ווערן צוגעשטעלט פאר די פולע אורחים.
יאריך ימים על ממלכתו. ( קול בחצרות )
בעל דרשן #העללא בעל-דרשן, היער יוא אר עגעין... כ'האב ליב דיר צו קענען פון דא אויך...
נישט דא קיין צוואה איבער די המשכה, רבי מאטל זילבער האט אויפגענומען זיין זון, אבער א גרויסע עולם וויל דעם זון דארף מען ווארטן וואס עס גייט זיך אויסקאכן
יין שרף #ניטאמאל דא א פיקטשער פון די זון אפשר קען איינער דא לייגןסוף טוב הכל טוב #די דיין (רב ד'בארא פארק) גייט זיין אין מאנסי, שבת שבע ברכות פון זיין זוהן.וואס גייט דער נייער משגיח טוהן דעם שבת?
די זוהן (רב ד'מאנסי) גייט זיין אין בארא פארק, אבער לכאורה נישט פירן גארנישט, מן הסתם אפי' זיצן ביי די לעצטע טיש אין בעק, כדרכו עד הנה..
שפילער #f50a57_c528fda4a29b4039862766bcb4c9209a~mv2.jpeg
בעל דרשן #און ווער האט אויפגענומען ר' שמואל יהודה אלץ דיין ?
נישט דא קיין צוואה איבער די המשכה, רבי מאטל זילבער האט אויפגענומען זיין זון, אבער א גרויסע עולם וויל דעם זון דארף מען ווארטן וואס עס גייט זיך אויסקאכן
צפת #ביידע זענען סקווירא תלמידים די זון האט געוואינט אין סקווירא ביז עטליכע יאר צוריק, און די דיין איז א סקווירא תלמיד. און רבי משה איז געווען א פארקאכטע סקווירא חסיד. אמונת ישראל איז א שטיק סקווירא.בעל דרשן #העללא בעל-דרשן, היער יוא אר עגעין... כ'האב ליב דיר צו קענען פון דא אויך...
נישט דא קיין צוואה איבער די המשכה, רבי מאטל זילבער האט אויפגענומען זיין זון, אבער א גרויסע עולם וויל דעם זון דארף מען ווארטן וואס עס גייט זיך אויסקאכן
זאג נאר יונגעלע, דו ווייסט אז דו ביסט איינזייטיג ווען עס קומט צו סקווירא, אדער דו מיינסט אז דו ביסט אויפריכטיג און יושר'דיג..
עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן.
לאז געמאכט #צווישן מיר און דיר סמאכט זערא סענס אז די אייניקל זאל איבערנעמען ווען סאיז דא א זוהןיין שרף #כנוסח קול בחצרותבעל דרשן #לכאורה פינק פראפאנגדע. שטותיםובכן בך יכתירו:
תלמידי וחסידי אמונת ישראל גרייטן זיך אויף א גרויסע שבת התכנסות בראשות כ"ק הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל בנו בכורו וממלא מקומו של אביו מרן המשגיח אב"ד אמונת ישראל זצוק"לה וואס וועט פראווענען דעם שבת הבעל"ט אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול אמונת ישראל אין ב"פ.
אויף שבת ווערט ערווארטעט א פלייץ פון פולע געסט וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם שבת המשכה און אש"ל מלא וועט ווערן צוגעשטעלט פאר די פולע אורחים.
יאריך ימים על ממלכתו. ( קול בחצרות )
וואס ווי באקאנט ווער עס באצאלט לייגן זיי ארויף וואס יענער וויל
בעל דרשן #חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח...אמונת ישראל איז א שטיק סקווירא.
צפת #פון דיין חחחחחחח זעה איך וואספארא מבין די ביזט. איר האט לכאורה נאך קיינמאל איבערגעטרעטן די שוועל פון חצר אמונת ישראל.בעל דרשן #חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח...אמונת ישראל איז א שטיק סקווירא.
האסט מיר אריינגעברענגט חיות אין מיין טאג.
וואס נאך דערציילסטו? - זאג נאך עפעס גוטס...
בעל דרשן #קומט א איד וואס איז כל כולו געבען עטענטשען פאר א צווייטער, ער ווייסט וויפיל די העיליגע פעטער איז זיך מחי' ווען משפחה קומט אהין, און ענק נערנים מיינען נאך אז ער דארף עס פאר זיין חיות ? טיפשים !צפת #פון דיין חחחחחחח זעה איך וואספארא מבין די ביזט. איר האט לכאורה נאך קיינמאל איבערגעטרעטן די שוועל פון חצר אמונת ישראל.בעל דרשן #חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח...אמונת ישראל איז א שטיק סקווירא.
האסט מיר אריינגעברענגט חיות אין מיין טאג.
וואס נאך דערציילסטו? - זאג נאך עפעס גוטס...
איך וועל דיר צוגעבן נאך אביסל חיות אז די פלאץ ווי דיין ראול מאדעל רבי יעקב יוסף מרחמ"ט-ספ"וו נעמט זיין חיות איז אויך פון סקווירא, ווען עס איז דא עפעס א לחיים, מסיבה, קידוש לבנה, וועט זיין צורה זיך אנזעהן צווישן די רבני אנ"ש. דארט שעפט ער זיך אן און געבט עס ווייטער איבער פאר זיין חבורה אין רחמיסטריווקא ספרינג וואלי.
בעל דרשן #פון דיין חחחחחחח זעה איך וואספארא מבין די ביזט. איר האט לכאורה נאך קיינמאל איבערגעטרעטן די שוועל פון חצר אמונת ישראל.
איך וועל דיר צוגעבן נאך אביסל חיות אז די פלאץ ווי דיין ראול מאדעל רבי יעקב יוסף מרחמ"ט-ספ"וו נעמט זיין חיות איז אויך פון סקווירא, ווען עס איז דא עפעס א לחיים, מסיבה, קידוש לבנה, וועט זיין צורה זיך אנזעהן צווישן די רבני אנ"ש. דארט שעפט ער זיך אן און געבט עס ווייטער איבער פאר זיין חבורה אין רחמיסטריווקא ספרינג וואלי.
נאוואמינסקער #יא, אבער דער חבד'סקער און דער קארלינער זענען דאך געווען א שטיק סקווירא... דער גאנצער דרך עבודה איז דאך גענומען געווארן פון סקווירא. פון דארט האבן זיי געשעפט חיות.ר משה זצ"ל איז געווען א פיערדיגער חסיד פין די חב"דצקער רבי. אויך זיך געפירט אין אלע הינזיך פין תפילה וויי א קארלינער. זמנים, נוסח.... א שטיק סקווירא???