☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

210 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7316
בלאט: 1 2 3 4 5

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:43 pm

· #227420
וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
וואס איז דאס?
איז עס ניי?
א חידוש זיי געבן דאס אוועק בחינם.
📎 IMG-20141005-WA0008.jpg

בשבילי! » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:46 pm

· #227421
ווי קען מען עס באקומען ??

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:53 pm

· #227425
טריביון זעט אויס אינטערסאנט.
נייגעריג אויפ'ן אינהאלט. ס'איז נאך אומזיסט אויך. די שאלה וואו וועלן זיי מאכן זייער געלט פון היימישע אנאנסן אין א מאגאזין נעמט אויף נאר א פראקציע פון איינקונפט, וצ"ע.
בכל אופן, פאר "מאמענט" איז עס געוויס איבריגע קאפוויי.

יידל » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:57 pm

· #227427
כוכב, דא קענסטו ליינען דעם טריביון אנליין <a class="postlink" href="http://issuu.com/ytribune/docs/mag890__1_">http://issuu.com/ytribune/docs/mag890__1_</a>

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 1:08 pm

· #227428
קען מען עס דאונלאודן?
ס'ליינט זיך עפעס נישט פראקטיש.

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 1:38 pm

· #227438
ראובן כ'האב אויך געהאט אזא קלער אז דאס מוז זיין יואלי מאנדל בן הגר"י ממאנרא.
אבער מיט וועלכן פרט איז עס געניאל?

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 1:44 pm

· #227442
דיסטרוביוציע גייט אים שחט'ן. ער דארף אויסטיילן צענדליגער טויזנטער קאפיס אומזיסט.

יידל » זונטאג אקטאבער 5, 2014 1:51 pm

· #227445
דיסטריבוציע האט נישט גע'הרג'ט דבר יום ביומו, וויקלי לינק, שאפערס רוט, קאמיוניטי קאננעקשאנס, א.א.וו., פארוואס זאל עס הרג'נען טריביון?

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:00 pm

· #227449
וויקלי לינק איז גראדע א סטראגלינג ביזנעס.
אבער וואס פאר א פארגלייך, א מאגאזין דארף אלעמאל פייטן פאר אדווערטייזמענטס און דער עיקר איינקונפט איז געווענליך פון קאסטומער וואס צאלן פאר די לייען-מאטעריאל.

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:05 pm

· #227454
מסתם פריטינג מעגזין קוואלטי איז היפש טייערער.

אראנדש קאונטי » זונטאג אקטאבער 5, 2014 3:03 pm

· #227475
די טריביון איז אראפ פון יענעם לינק, קען מען עס ערגעץ אנדערש ליינען?

פישלע העררינג » זונטאג אקטאבער 5, 2014 10:00 pm

· #227601
[ציטאט אראפגענומען]

פון פני יהושע צו עלים לתרופה צו טריביון? וואט עי ראללער קאוסטער גאואינג דאון!

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 5, 2014 10:14 pm

· #227603
בשבילי!
ווי קען מען עס באקומען ??

היינט געווען ביי מיין גראסעריי

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 5, 2014 10:29 pm

· #227605
סאשי פיש
בשבילי!
ווי קען מען עס באקומען ??

היינט געווען ביי מיין גראסעריי

איפה זה?

איינגעמיירעט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 10:32 pm

· #227606
בין איך דער איינציגסטער וואס יעדען יו״ט מיט א פרישקייט קויף איך די ,עמי,משפחה,וכ״ו
און אינמיטען די ערשטע טעג ווער איך פשוט צוריקט פון דיע אלע לופט וואס איך האב צאמגעזעען,און איך כאפ אהן דעם גאנצען mess פון פאפירען און איך שליידער עס און מיסטקאסטען.
איך שרעק מיך נישט צוזיין די איינציגסטע,ווייל למעשה זעע איך נישט קיין משהו תוכן און דיע ארטיקלען,און אפילו ווען זיי רעדען פון א תוכן׳דיגע נושא,רירען זיי נישט צו די ריכטיגע נקודות פון די נושא,זיי געבן נאר א גאר אויבערפלעכליכע אנאליז.
ווען זיי פארציילען א מעשה וויקלען זיי ארום די מעשה און א סארט שיינע פארדמיונטע וועלט וואס עקזיסטירט נישט,וואס איז נאר מטשטש די גרונטליכקייט פון די מעשה,און נעמט אריין די ליינער און א וועלט פון פאנטאזיע.
דעיטס מיי פילינג מיט דיע מאגאזינען.
און יעצט גיי איך מיר מיט א פרישקייט צום סופערמארקעט,נאכאמאל ווערען aroused ביי די קעפלעך און דעקלעך און קויפען נאך א פעקל לופט.

כוכב » זונטאג אקטאבער 5, 2014 11:48 pm

· #227622
נישט ממש פלאגיאריזם, אבער עטליכע אויסדרוקן אין דעם 'טריביון', אהבה אטאקעס, רימלאזע גלעזער, וכו', זענען גענאשט פון איש עברי'ס ארטיקל אויף מהר'א מסטיטשין.

אייזקרים » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 4:40 pm

· #227762
ווי קען מען עס באקומען איך בין געוועהן און אפאהר סטארס און בפ און גארנישט געטראפן

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 5:19 pm

· #227776
וואס שרייבט דער הערצקע אינעם עלים לתרופה?

כוכב » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 5:23 pm

· #227777
איך וואוין בעצם אין אוריגוויי פערצופאל נעכטן געווען אין בארא פארק און געזען א באקס דערפון ביי סופער 13.
מסתמא נישטא קיין זכר מער, אין אייוועלט שרייבט איינער מקען עס קריגן קעגן איבער ביי סוב עקספרעס.

מ גפני » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 5:29 pm

· #227778
איך האב עס געטראפן ביי עווערגרין אין מאנסי

אייזקרים » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 1:40 am

· #228214
איך בין זייער נישט צופרידן ווי אזוי די שרייבער לייגט אראפ דעם רעבן פון סטיטשין ער לייגט איהם אראפ זייער טרוקען און קאלט ווי א מאטלניק פע! און די פאר שורות ווי ער שרייבט שוין יא עפעס איז עס געשריבן מיט א מייסער האפטיגע טרוקעןקייט ניטאמאל קייט זיך די פאפיטעס געשמאק בשעתן דאס לייענען און נאך על איך דיר זאגן אז ער שרייבט דארטן זאכן וואס הייבט זיך נישט אן ווי דעס אז ווען א באם קומט אריין צום טיש איז איהם די רבי מקרב און זעצט איהם אויפן אויבן אהן דאס איז הוילע בלאף איך באטייליג מיך ביי כמעט איעדן טיש און אזא זאך האב איך קיינמאל צוגעזעהן ער קען זיי געבן א קיש אדער צוויי ביים טיילן ביר נאכן טיש אבער דאס וואס ער שרייבט דאס איז שקר!

קרעקער » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 8:40 am

· #228242
ביזט נישט גערעכט
גראדע איז זייער שיין און הארציג באשריבען דעם רעבין אזוי גיט ארויסגעברענגט זיין מהות
דאכטציך מיר אז סאיז די ערשטער מאל וואס דער רבי ווערט באשריבען ערגעץ
כאטשיג אלס סטיטשינער חסיד באדערט מיר שטארק אז עס שטייט אז דער רבי איז א חברים מעמבער א וואלאנטיר פאר חיה לייפליין ער טיט זיך אן א קאסטיום, קאם אן, אפילי אז דער רבי אליינטס איז OK מיט דעם באדערט עס פאר אלע חסידים, אפאר הייסע חסידים האבען אפילי געהאט א פלאן צו גיין מעביר זיין אלע מעגעזינס פון די סטארס,
ביים טיש איז עס טאקע זעלטען אבער א קוש און האג פון רבין איז א נארמאלע זאך

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 12:30 pm

· #228272
אז מען רעדט שוין יא, מעג איך דא אויסגיסן מיין פארדרוס,
איך האב געלייענט דעם ארטיקל נעכטן נאכט, אבער שומו שמים, מיר ווערן ערגער און ערגער מיט די ענינים, מען איז מספיד לעבעדיגע מענטשן, עס איז דאך אזא גרויליגע זאך, ווי אזוי וואלט איר געשפירט ווען מען באשרייבט אייך מיט אלע אייערע נאטורן און מדות און השקפות פאר די גאנצע וועלט צום ליינען, די גאנצע זאך איז נישט מער ווי די היינטיגע צמצום המוחין, פעך, עס פאסט נישט, איך שפיר זיך באמת אומבאקוועם צו ליינען אזעלכע זאכן, וואס איז דען דער תכלית דערפון, איך רעד שוין נישט פון די חברים מעמבער שטיקלעך, אדרבה איך רעספעקטיר דאס ביזן הימל, אבער מספיד זיין באלאנגט נישט אויף א לעבעדיגן מענטש, פינטל! נישטא קיין עקסיוז פארוואס צו נעמען א מענטש אויפן צימבל און אים אויסטון פאר די גאנצע וועלט, ספעציעל סענסיטיווע זאכן ווי צב"ש אז ער וויינט 24 שעה א טאג... אוח אוח אוח....

כ'רעד נישט אויב איינער איז דאנקבאר פאר איינעם און לייגט א ייש"כ אדער א מזל טוב און שרייבט טיטולען אדער אפאר שבחים, כ'רעד ווען מ'זוכט וואס צו שרייבן און מען גייט שריייבן אן ארטיקל בלויז לשם אן ארטיקל, נעמען א מענטש און אים אויספראקן ברבים, אפילו לטובה. עס איז פשוט זייער אומפאסיג.

אייזקרים » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 3:12 pm

· #228289
קרעקער ביסט הונדערט פראצענט גערעכט זיי ברענגען שטארק ארויס דעם רבס נאטור אבער נאך אלץ איז עס צו גראב געשריבן ער וואלט עס ווען געקענט און גידארפט ארויס ברענגען מער אויף א ריינעם אויפן

zurich » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 4:43 pm

· #228299
איך האלט ווי דיר שמעקעדיג, אבער אפשר האט מען עים געפרעגט? נעה קען נישט זיין נו וואס איז טאקע פשט אז מען טוט איינעם אויס נאקעט ווייל מען האט נישט וואס צו שרייבן, זייער פאני!! ער רעגט זיך זעכער אין גרויסן

ביבער » זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:02 am

· #228388
ופשוט הוא
📎 Tribune.jpg

כוכב » זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:06 am

· #228389
למעשה איז עס א גאר אינטערעסאנטע ארטיקל, און פאר ווער סווייסט וויפיל רדיפות די קאמפיוטער פראגראם איז אויסגעשטאנען פון די סיקריקים בראשות פון דוד ראזנבערג וואס האבן געזען דערין די ג' עבירות חמורות.

ביבער » זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:26 am

· #228394
ס'איז א רייכער ארטיקל, כהאב הנאה געהאט פון די מעשה מיטן ברך משה, ווער ווייסט אפשר וואלט ער היינט געפסק'נט אז מ'מוז האבן אינטערנעט לויט וויפיל תורה וגמ"ח מ'קען אלס דעגרייכן דערויף?

קרעמער1 » מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 11:47 pm

· #229064
די סת"ם ארטיקל איבער גרינפעלד איז מיר געווען די אינטרעסאנטסטע פון די אויסגאבע

גענומען האב איך עס אין די האנט צוליב ירמיה דאמען, אבער דארט האט ער מיר גארנישט מחדש געווען

די ארטיקל פון סטיטשינער איז טאקע אביסל קינדעריש אבער די חברים קאלס וכדו' איז נאך די גרעסטע מעלה
און קרעקער: איהר מעגט זיין שטאלץ מיט אזא רבי
און דאס זעלבסט, מיין איך, איז קיין בושה צו באשרייבן בפרט אז דער רבי שעהמט זיך נישט דערמיט


און בדרך אגב, ווען ער זאל מיך פרעגן וואלט איך געזאגט ער זאל עס נישט טיילן אינגאנצן אומזיסט
ער מאכט זיך בלויז ביליג דערמיט

אז ער וויל דוקא אסאך ליינער, קען ער בעהטן א מינימאלע סכום פון א דאלער אדער ווייניגער
דאס וועט איהם געבן מער חשיבות און גלייכצייטיג ערמעגליכן זיך צו האלטן אויף א העכערן ניווא

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:58 am

· #230041
צו קען דען זיין אז 4 אדווערטעריאלס און איין געספאנסערטע רעסעפי קען אויסצאלן אכצן טויזנט קאפיעס?! עפעס שטימט נישט. נניח אז עס קאסט אפילו בלויז א דאלער א קאפי צו פרינטן, נניח ער פרינט בלויז האלב פון אכצן טויזנט איז עס דאך ניין טויזנט דאלער! וויפיל בעט ער דען פאר אן אדווערטייזמענט?

כוכב » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:19 am

· #230045
כוכב
דיסטרוביוציע גייט אים שחט'ן. ער דארף אויסטיילן צענדליגער טויזנטער קאפיס אומזיסט.

signout » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:53 am

· #230063
נישט געזעהן אין ערגעץ צו באקומען די וואך

ונבנתה העיר » זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:43 am

· #230513
ורבי רבבות.

זעהט אויס אז ער וויל נישט טועם זיין טעם איסור.
📎 2014-10-25 21.57.58__1414298430_66.87.117.171.jpg

בשבילי! » זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:50 am

· #230515
דער הובערס איז דאך א בן נח, וואס להבדיל

קרעקער » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 6:32 pm

· #233346
דריטע אויסגאבע
<a class="postlink" href="http://www.yiddishtribune.com/">http://www.yiddishtribune.com/</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:26 pm

· #234773
פריוואטע טורמעס איז לעצטנס געווען ערגעץ באשריבן, דוכט זיך.
אין דער שטערן אפשר?

אויסגערוט » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:57 am

· #234868
וואס איז א חילוק צו ער איז מסכים צו נישט. ווען עני צייטונג אדער וועבסייט באשרייבט א מענטש אדער פראפיילט זיין ביזנעס מוזן זיי דען פרעגן רשות. מילא אן אונטערוויו מיז געטון ווערן מיט רשות אבער סתם אן ארטיקעל מעג ער שרייבן וואס ער וויל און במחילת כבודו מיז ער עס נישט ליינען.

קאסטנער » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 1:50 am

· #234875
[ציטאט אראפגענומען]

לויט ווי זיי לייגן אים אראפ זיכער נישט.

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:47 pm

· #234978
וויזוי לייגן זיי עם אראפ?

פישלע העררינג » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:47 pm

· #235027
טאקע אן אינטרעסאנטע אויסגאבע!

וואס איז אבער זייער ציל? קוים א מזומן פון אדווערטייזמענטס.

קאסטנער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:27 pm

· #235031
פישל'ע העררינג
טאקע אן אינטרעסאנטע אויסגאבע!

וואס איז אבער זייער ציל? קוים א מזומן פון אדווערטייזמענטס.

די ערשטע וואך האבן זיי געהאט אפשר איינס סווערט נאר מער גיב עס צייט.

קאסטנער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:29 pm

· #235032
איך אויך
וויזוי לייגן זיי עם אראפ?

אויפן ריקן

פישלע העררינג » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:40 pm

· #235035
איך פערזענליך בין אינספייערט געווארן פון זיין גדלות'דיגע פשטות, און פון די בילדער ווי ער הארעוועט על התורה.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:09 am

· #235064
איך וועל נאכאמאל באטאנען מיין דעה, וויט אלל דוא רעספעקט, עס איז א גרויל צו מספיד זיין א לעבעדיגן מענטש. עס איז ביי מיר בבחי' ויחד יתרו, מצד אחד איז שיין צו ליינען פון 2 אידן גרויסע בעלי צדקה, אבער מצד שני דאס באשרייבן לעבעדיגע מענטשן ווי אויף א לויה איז א עקלדיגע זאך, ולא יעשה כן במקומינו.

קרעקער » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:25 am

· #237995
ניי

<a class="postlink" href="http://www.yiddishtribune.com">http://www.yiddishtribune.com</a>

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:20 pm

· #240629
די וואך:
<a class="postlink" href="http://yiddishtribune.com/">http://yiddishtribune.com/</a>

בשבילי! » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:03 pm

· #246770
YiddishTribune Will From Next Week On Cost $1 At The Local Stores
C/p

פלעין יודיש » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 8:36 am

· #246851
איז דא א וועג ווי צי דאונלאודען אלטע טריביון אויסגאבעס
אדער איינמאל עס קימט ארויס א פרישע ווערט די אלטע טריביון אויטעמאטיש פארשווינדען אהן א מעגליכקייט מער צו דאונלאודען?

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 8:43 am

· #246853
מען קען שוין אנהויבן שרייבן די טריביוט נאכן טריביון, זיי גייען פארלירן ווייניגסטנס צוויי דריטל פון זייערע ליינער.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 3:55 pm

· #246933
שמעקעדיג
איך וועל נאכאמאל באטאנען מיין דעה, וויט אלל דוא רעספעקט, עס איז א גרויל צו מספיד זיין א לעבעדיגן מענטש. עס איז ביי מיר בבחי' ויחד יתרו, מצד אחד איז שיין צו ליינען פון 2 אידן גרויסע בעלי צדקה, אבער מצד שני דאס באשרייבן לעבעדיגע מענטשן ווי אויף א לויה איז א עקלדיגע זאך, ולא יעשה כן במקומינו.

נאר אין קאווע שטיבל מעג מען?
בלאט: 1 2 3 4 5