☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

210 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7316
בלאט: 1 2 3 4 5

signout » דינסטאג יוני 20, 2017 12:54 pm

· #376074
ליפא
📎 IMG_20170620_113021.jpg
זאלען זיי ארויסגעבן די אימעילס וועט מען זעהן אויב מ'קען זיי גלייבן, דערווייל האט די טריביון שוין געוויזן מער ווי איינמאל אז מ'קען זיי נישט גלייבן

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 20, 2017 9:37 pm

· #376171
וואלווי
יא יא, כ'האלט מיך אין מיטען אויסלערנען ווי אזוי צו מאכן "סוד שיח'ס", זיצען אויף שפיץ בענקעל, בלעכענע פנים ביי מעמד רבבות וכו'.

נישט אזוי גרינג ווען מ'שוועבט, אבער כך מקובלני אז פרעקטיס מעיקס פערפעקט...

וואלווי: דו קענסט דיך לערנען פונ'ם הייליגן ווערעצקיער רבי'ן שליט"א. וויאזוי ער שטייט מיט דעם נעבעכדיגן רחמנות פנים און וויאזוי ער שרייט אויס...פשטו ידיכם בגדוד...אז ער צולאכט זיך נישט אינמיטן דעם שוי. פאר דעם אליינס קומט איהם א מעדאל...!

שושן פורים » דינסטאג יוני 20, 2017 9:42 pm

· #376174
איסר האטלקי
איך אויך
ביסטו כאטשיק געוואור געווארן אז ר' יהושע איז מכהן אלס אב''ד באר משה.

סך הכל האט ער א באדן וואס דערויף איז שוין געפראוועט געווארן א גרויסער מעמד אבן הפינה.



אבי געשאסן, די סטרוקטור פונעם ביהמ"ד שטייט שוין בתפארתו

וואלווי » מיטוואך יוני 21, 2017 3:16 pm

· #376316
berlbalaguleh
וואלווי
יא יא, כ'האלט מיך אין מיטען אויסלערנען ווי אזוי צו מאכן "סוד שיח'ס", זיצען אויף שפיץ בענקעל, בלעכענע פנים ביי מעמד רבבות וכו'.

נישט אזוי גרינג ווען מ'שוועבט, אבער כך מקובלני אז פרעקטיס מעיקס פערפעקט...

וואלווי: דו קענסט דיך לערנען פונ'ם הייליגן ווערעצקיער רבי'ן שליט"א. וויאזוי ער שטייט מיט דעם נעבעכדיגן רחמנות פנים און וויאזוי ער שרייט אויס...פשטו ידיכם בגדוד...אז ער צולאכט זיך נישט אינמיטן דעם שוי. פאר דעם אליינס קומט איהם א מעדאל...!


דארף מען אויסגעפונען ווי דער ווערעצקיער גייט שניידן גראז...

בן ישי » זונטאג יולי 23, 2017 5:13 pm

· #380002
איינער געדענקט נאך דעם אויסגאבע?
געהערט אז ער קימט מער נישט ארויס...

לבי ובשרי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:27 pm

· #392304
טריביון לעבט נאך??????!!!!!!!

מוזיק עקספערט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 7:16 pm

· #392337
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
לבי ובשרי
טריביון לעבט נאך??????!!!!!!!
וואס פאלט דיר ביי???

Sent from my 5056N using Tapatalk

א גוט שבת » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:11 pm

· #536779
ווען קומען זיי שוין צרוק
איך ליין דא פון בלאט איינס און איך נעם זיך געמאט לאכן 😃 😃 איינער שרייבט אז ס'גייט האבן מער ליינערס פון די איד און דער בלאט און אז ס'גייט האבן אסאך עדס און און און קארניט געבליבן פון זיי אזא שאד אהלוויי קומען זיי צרוק ארויס

א גוט שבת » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:17 pm

· #536780
שמעקעדיג
מיט 2 וואכן צוריק, האט דער "טריביון" באשריבן ר' יהושע לייפער שליט"א, וואס פירט אן מיט די מכון "עוז והדר", און שטייט אונטער די אלע גרויסצוגיגע פראיעקטן, פון דעם הערליכן ש"ס ביז אומצאליגע אנדערע ספרים, משנה ברורה, וכדו'.

איך בין שוין א לענגערע צייט נישט אינטרעסירט אין דעם אויסגאבע – וואס איז געפלויגן פון "אומזיסט" ביז $3.50 אין גאר א קורצע תקופה, און טראץ דעם וואס עס איז נאך אלץ די "מערסטע געליינטע אידישע אויסגאבע" בלע"ז, האלט איך זיך צוריק פון עס קויפן. וואס קען איך טון, אז די בחור'ישע באבע מעשיות פון ישיבה איז נישט פאר מיין עידזש, און אנדערע זאכן זענען אדער פלאגיאזירט, אדער צו קורץ און שארף, אן קיין איבריגע הסברים. (דער בליץ איז שוין אסאך בעסער אין דעם הינזיכט).

אבער עכ"פ זעענדיג אויפ'ן דעקל דעם בילד פון הרב יושע לייפער, און זייענדיג שטארק אינטרעסירט אין די היסטאריע פון עוז והדר, און בככליות וואס טוט זיך הונטער די קוליסן פון אזא מאסיווע אפעראציע, האב איך עס געקויפט.

לאנג סטארי שארט – מיין אנטוישונג איז געווען גאר שטארק. ממש געמאלן וואסער! ס"ה ברענגט ער ארויס וואס יעדער ווייסט, עס איז געווען שווערע צייטן, און הערשי פר"מ פון מאנטריאל האט גענומען אויף זיך די הוצאות הדפוס, און נאך אפאר מינדערוויכטיגע פרטים. ממש א שאד געווען צו ליינען. טענות קען איך נישט האבן נאר אויף מיר, הלמאי איך האב זיך גענארט אז די וואך וועט יא זיין וואס צו ליינען. (למען האמת מוז איך צולייגן אז איך האב הנאה געהאט צו ליינען אז זיי ארבעטן יעצט אויף א נייעם שו"ע און א משניות, וואס קען מיר שטארק צוניצקומען בעז"ה).

עכ"פ איך האב שלו' געמאכט מיט'ן מצב אז איך האב פארלוירן 3.50 און אפאר מינוטן פון מיין לעבן, און מסיח דעת געווען דערפון, שוין פארלאפן א 2 וואכן פון דעמאלס... איי וואס האב איך זיך יעצט דערמאנט? ווייל איך בין שאקירט געווארן צו זען הענגען דאס פאלגענדע אין די שולן, עס האט מיר ממש אויפגעברויזט!

.
אום איידעריט די שטיבל האט עס יא קוט אראפ געלייגט?

א גוט שבת » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:42 pm

· #536783
📎 Cb_cVFTXIAEGgqU.jpg
קורץ און שארף
טריביון תשא
זיי מאכן טאקע יעצט א קאמפיין מיט שוין טויזנט געגעבענע נירן!
בלאט: 1 2 3 4 5