☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

210 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7316
בלאט: 1 2 3 4 5

ישראל קאפקע » מיטוואך יולי 29, 2015 8:23 pm

· #292682
געזען היינט אין די געשעפטן א נייע ענגליש/אידיש אנאנסן אויסגאבע.
גלאנציגע פול-קאלירט מאגאזין סארט פאפיר, אבער אין א ריזיגע (צייטונג) פארמאט. ער זאגט אז ער גייט אנקומען וועכנטליך צו הונדערט טויזנט אידישע שטיבער און צוויי הונדערט פופציג טויזנט ליינער.
📎 img20150729_202000.jpg

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 29, 2015 10:37 pm

· #292721
ס'איז א קונטרס קעגען טעכנעלאגיע? TECHLESS?

ישראל קאפקע » מיטוואך יולי 29, 2015 10:57 pm

· #292727
[ציטאט אראפגענומען]

עפעס באשרייבט ער די געפאר פון סייבער וואורפעיר/טעראריזם, און אן ארטיקל איבער עלעקטריק.

Bpjew » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:02 am

· #306589
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

סמבטיון » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:33 am

· #309779
אלטס א שטארקע ליינער פונעם טריביון, שפיר איך א אינערליכע דראנג ארויס צושרייען מיין ווייטאג אויף דעם פארלאפענעם אויסגאבע, ווי שעמט זיך נישט א יודישע אויסגאבע קלאמפערשט א נאטראלע צייטשריפט, צו צישטעלען א במה פאר אזעלכע רוצחים ווי די צוויי הירש ברידער ימ"ש וזכרם פון נטורא חרטא? זיי טרעטן דאך אויף אינזער קדושים, זיי פייערן מיט די אראבער בעת ווען יודיש בליט קאכט און זיד אויף די גאסן פון יהודה ושומרון, קען זיין אז זיי נעמען נישט קיין צד, איך האב עס נישט געליינט, אבער דעם דעקל אליין האט מיר ארויף געברענגט די בליט אין קאפ.

ראוונע » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:19 am

· #309791
גראדע דער דעקל האט מיר בארואיגט
דאס בילד זאגט שוין אלעס. מען זעהט גראד אז דא רעדט מען פון צוויי משוגעים וואס האבען זיך ארויסגעגליטשט פון א מענטאל אינסטיטושען

קאסטנער » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 9:55 am

· #309826
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
נאר איינער וואס האט מורא אז ער וועט פארכאפט ווערן מיט זיי דארף מורא האבן עס צי ליינען,

וועם שטערט אז זיי באשרייבן משוגעים?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 10:51 am

· #309837
גם אני בחלומי, ביים זעהן דעם דעקל האב איך זיך פארגעשטעלט אז זיי (די רעדאקציע) האבן זיך איינגעקויפט מפטיר יונה; אבער נאכן ליינען רעד איך אנדערש, זיי שרייבן קלאר אז זיי זענען נישט בדעה אחת מיט זיי, ווי אויך רוב גדולי ישראל, אבער עס וואלט געקענט זיין אינטרעסאנט פאר ליינער (מיט מער ווי 0.1% טאלעראנץ איי געסס) וואס ווילן הערן די אנדערע זייט מטבע.

די מערסטע איז מיר געפאלן ווי די חברה טוען זיך אידענטיפיצירן מיט הרב י"ח זאנענפעלד זצ"ל זאגענדיג אז זיי גייען אין זיינע וועגן, און בחייו האט מען אים באשולדיגט אין גענוי די זעלבע טענות וואס מען באשולדיגט היינט די נטורי קרתא. גאו פיגער....

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 11:55 am

· #310255
דער טריביון קומט מיר פאר ווי עפרון,
אנגעהויבן פאר אומזיסט, און נאכדעם "צייטווייליג" ארויף צו א דאלער,
און היינט האלט עס שוין ביי $1.50
# ביני ובינך מה היא

קורץ און שארף » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 10:37 am

· #320205
.
📎 tribune rechnitz.jpg

קורץ און שארף » מיטוואך פעברואר 17, 2016 10:38 am

· #321703
טריביון דעי וואך
📎 CbbONxwWIAIXwel.jpg

קורץ און שארף » מיטוואך פעברואר 17, 2016 10:46 am

· #321705
.

קורץ און שארף » מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:10 am

· #322505
טריביון תשא
📎 Cb_cVFTXIAEGgqU.jpg

יעלה ויבא » מיטוואך פעברואר 24, 2016 1:34 pm

· #322518
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
Powerful אשרי חלקם

קורץ און שארף » מיטוואך יוני 1, 2016 2:31 pm

· #335754
this week ginsberg
📎 IMG_4798.JPG

ליפא » מיטוואך יוני 1, 2016 2:33 pm

· #335756
ביטע נישט נאכאמאל! קייט אים איבער טויזענט מאל. און זיכער גוגל ווייסט פון אים... לערי פעידזש האט זיין פריוואטע סעל נומבער.. אזוי נאריש גענוג געווען !

קלוגע יודל » מיטוואך יוני 1, 2016 3:33 pm

· #335775
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
קורץ און שארף
this week ginsberg

אזוי נישט מיר נישט דיר, איז די פרייז ארויף צו $2.50

ליפא » מיטוואך יוני 1, 2016 3:35 pm

· #335776
קלוגע יודל
קורץ און שארף
this week ginsberg

אזוי נישט מיר נישט דיר, איז די פרייז ארויף צו $2.50

ארויף פסח און נישט צוריק אראפ. אפשר האט גינצבורג זיי געצה'ט דאס צו טון ווייל טראכט גוט אריין אויב רעכענען זיי מיט א דאלער מער קומט דאך אריין מער געלט

קלוגע יודל » מיטוואך יוני 1, 2016 3:50 pm

· #335780
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
ליפא
ביטע נישט נאכאמאל! קייט אים איבער טויזענט מאל. און זיכער גוגל ווייסט פון אים... לערי פעידזש האט זיין פריוואטע סעל נומבער.. אזוי נאריש גענוג געווען !

איך מיין אז יעדע רבי'שע שטיפער האט אויך זיין בעל נומבער

בעל מדות » מיטוואך יוני 1, 2016 10:43 pm

· #335881
דער טריביון סאקט. אויך מיר אן אויסגאבע, סליחה על זאת, האט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס, האט נישט קיין פלאן און נישט קיין בלופרינט, פון בחנם כינים, צו א דאלער פאר כינים, און דאן נאך 50 סענט, און יעצט שטייט מען שוין ביי באלד דריי דאלער.
קוים וואס אין דער בליץ קען מען ליינען די אלע איבערגעהאקטע ארטיקלען פון וויקי וויאזוי מען מאכט האלץ, אייזן, מעטאל, פלאסטיג, פלאסטיג-אייזן, אייזן-האלץ, און דאן בליי.

אבער קאפירן און דערפאר בעטן גרויס געלט? און נאכדערצו אונטערהאקן גוטע אויסגאבעס וועלכע שטעלן צו גוטע חומר מיטן דאס ארומגיסן איבעראל? עס איז דאך נישט קיין שיטה.

בן ישי » דאנערשטאג יוני 2, 2016 9:09 pm

· #336106
אינטערסאנט דער טריביון האט אנגעפאנגען בחינם אבער וויבאלד עס איז צו שנעל אויסגעלאפן פין געשעפט איז ער געווען "געצווינגען" צו נעמען א דאלער אבער ער האט געשריבן אז וויבאלד די סיבה איז נישט די געלט וועט עס זיין צובאקימען בחינם אין אפאר פלעצער, דורך אפאר וואכן אין עס איז נאר געווען צובאקימען פאר א דאללער (חוץ אנליין) גייט דורך נאך אפאר וואכן אין די פרייז איז ארויף צו 1.50 וואס האט פאסירט? גייט עס נאכאלץ אויס צו שנעל? קימט פסח אין נישט מיר נישט דיר ער האלט שוין ביי 2.50! גיי פארשטיי.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 2, 2016 9:11 pm

· #336107
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
אהא, און איר האט געמיינט אז זיי זענען דא לשם מצוה.

קנאקעדיג » דאנערשטאג יוני 2, 2016 9:19 pm

· #336108
פארוואס לשם מצוה? מ'מאכט געלט פון עד'ס פונקט ווי דע אלע בחנם אויסגאבעס. לעצטענס איז דא א וואכנליכע אומזיסט מאגאזין 'תכלית' עני טיים אזויפיל תוכן ווי טריביון יעדער נעמט איימס אהיים און זיי מאכן געלט פון די עד'ס. דאס האט דער טריביון זיך אהערגעשטעלט צו זיין ביז ער האט געטוישט צו א דאלער פשוט ווייל יעדער זאל האבן א טשענס צו האבן... און נאכדעם ארויף מיט א האלבן דאלער יעדן יומא דפגרא. פסח תש''פ וועט עס האלטן ביי 9$ און גינזבורג וועט שוין האבן אייןנווייסע האר אין זיין בארד אדער צוויי

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 2, 2016 9:30 pm

· #336111
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
כ'האב נייעס פאר אייך, די עדס דעקט אולי האלב פון די קאסטן.
אפיס.
שרייבער.
דיזיינער.
פרינטינג.
דיסטריביושן.

כולי האי ואולי.

די פאקט אז תכלית איז נאך אין די אינוועסטירונג פראצעדור איז גארנישט מחייב דעם טריביון.

בעל מדות » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:20 pm

· #336128
קל וחומר
כ'האב נייעס פאר אייך, די עדס דעקט אולי האלב פון די קאסטן.
אפיס.
שרייבער.
דיזיינער.
פרינטינג.
דיסטריביושן.

כולי האי ואולי.

די פאקט אז תכלית איז נאך אין די אינוועסטירונג פראצעדור איז גארנישט מחייב דעם טריביון.



מאכן פורים פון דער מענטשהייט האט אויך נישט קיין זין.

פארוואס זאל פאר @אנאנים, שמעון, לוי, אדער יהודה, אנגיין אין וועלכע פראצעדור דער טריביון האלט, און ווי ער האלט מיטן דעקן דעם בודזשעט, און וויפיל שכר לימוד ער צאלט.

עס איז פאראן א מארקעט, מען קען נישט אריינלייגן קיין נאגל, אין א פלאץ ווי עס קומט צעמענט.

ער האט אוועקגעשטעלט זיין פאפירענעם טיגער אין א צייט וואס יעדער האט געזען ווי שווער עס איז אנצוגיין פאר גרעסערע און מער פראפעסיאנאלערע ווי אים, דער מצליח ע"ה איז קוים ערשינען א האלב יאר, זיך גראד פארמאכט, און דא ווידעראום דאס וואס מאנכע ווילן עס רופן 'זיין קאנקורענט' נעמליך "דער מאמענט" האט אויך - ווי מען שמועסט - נישט געלעקט קיין האניג.

איז ער, מיט שוואכערע סחורה ווי יעדעם, איבערגעדרוקטע לופט וואס איז שוין געווען אין דער בליץ, (דער בליץ אליין איז אויך נישט דער בעסטער אויסוואל וואס עס איז דא, נאר כאטש איז ער עקסקלוסיוו און ארגינעל) שרייבט וועגן טאפיקס וואס נערווירן פונקט ווי די תהלים כולל עדס, א גארנישט מיט א נישט, א אינטעלעקטואל ברעכט סארדינס ווען ער עפנט זיין סרוכעריי, א טומל פון ברוינע אפגעוועטשטע מאטריאל, נישט פראפעסיאנאל, נישט געשמאק, איבעראל רעדט מען זיך אפ אויף זיין קוואליטעט, ענדיגט ארטיקלען אינמיטן ווייל עס איז בעסער פארן אויסלייג און שפארט פאפיר, טוט נארישע מאנעוורעס, באשרייבט היידפארק טעמעס צוליב זיין גלוסט מען זאל אים אנקוקן.

נו, דארף דאס דאך האבן א ניגון. דער ניגון איז געגאנגען "טוט א טובה, נעמט אייך אהיים איינס אומזיסט", אויפן דעקל האט מען זיך דערקלערט דער מערסט פארשפרייטער אויסגאבע, פרעג מיך אפ, אויף טוויטער שרייבט ער אז ער פארקויפט 50 טויזנט שטיק, א נפיחה, און דערצו איז מיטגעקומען די הארמאני אז מען "מוז עס נישט אהיימנעמען".

מיט די צייט אנהויבן ארויפגיין מיט בעטן געלט, פארענטפערן מיט דריידלעך, איז א אקט וואס עטליסט פארשטיי ווען איינער האט דערויף טענות.

נישט זיין א אויסגאבע ווי די אנגענומענע שריפטן, ווי סובסקריבשן פלענער און אזוי ווייטער, זיך ביליג מאכן מיטן ארומגיסן זיין פי-די-עף אויף יעדע מעגליכע קוואל, קאפי-פעיסטן ארטיקלען פון ענגלישע מאגאזינען אן די מינימאלסטע אנשטרענגונג עס צו מאכן פליסיג איז א צארן, טוה א טובה פארקויף ענדערש טונא סענדוויטשעס און מאך נישט שאדן פאר די מארקעט וואס איז אזוי צוגרונד.

איך זיך מיט ליכט די גאטס וואס דער פארוואלטונג האט, און איך האב נישט קיין דעםם פראבלעם ווען ער זאל נעמען א אנדערע דירעקציע, פארשטיי אבער פארוואס ער ברענגט זיך אליין שונאים.

איך בין זיכער אז סיי ווער עס גלייכט אידיש און קויפט אויסגאבעס האט זיך זיין אייגענע שטעלונג איבער דער טריביון, און וועט מסכים זיין מיט מיינע ווערטער האבנדיג זייער אייגענע טוץ מיט רעאקציעס אויף ביטערע אנטוישונגען און דערנערווירונגען וואס דער קליין בינטל פאפירן האט זיי באוויזן צו ברענגען.

אזוי איז עס, א חורבן, ער קלאפט אראפ קוואליטעט, זאל אים עמיצער גוט דערוועקן און זאגן אז היינט צוטאגס באשטייט אידיש פון אסאך וועקערס און זיינע פרענקס יעדע וואך ווערן נישט טאלערירט אינגאנצן.

וויפיל האבן מיר דא געשפיגן בלוט אויף די מצב מיט אידיש ביז אזא טיכטיגער מאן ווי שש, און זיין חבר פיקאסא האבן אנגעצינדן דעם פאקל ארויסגעבנדיג דעם וועקער דזשורנאל?!

פליצום ווייסן מאנכע נישט וואס מען וויל, א שאד זאלסט זיך דא קריגן איבער די אינגאנג, און אויסגאנג מיט די טריביון'ס אינקאם, ווען אין די זעלבע צייט קען מען לערנען דער וועקער, אדער הנאה האבן פון בעסערע זאכן.

@קל וחומר אויב האסטו שוין יא אזא געפיל צום טריביון, ווייסטו וואס דו האסט צוטון, זיי האבן א לאנגע וועג צו גיין, געב איבער וואס זייערע ליינער האבן אויף זיי צו זאגן, אויב ווייסטו נישט פון וואס איך רעד, דאן רעד נישט אריין אין א טעמע ווי ביסט נישט אויסגעקאכט.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:07 pm

· #336142
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
איך האב מיט די טריביון ווי די האסט מיט המבשר.

אבער זייענדיג אביסל באקאנט אין די ביזנעס וועלט איז מיר געפאלן זייער געניטע טאקטיקן.
דארפסט פארשטיין, ווילאנג א זאך איז נאך אין די עפארדעבל רעינדש וועלן מענטשן נישט קיין סאך בודק זיין קוואליטעט, משטיינס געזאגט, האב איך פארלוירן א טאלער, כאטש האב איך געליינט עפעס.
יעצט האלטן זיי אינמיטן געוואר ווערן וויפול די עפארדעבל רעינדש איז...

יעדער איז בארעכטיגט צו טוען וועלכע סארט ביזנעס ער וויל, ווייל ענד אוו די געים מיינט דאך יעדער זיין קעשענע (און טאמער נישט, איז ער נישט אין די 'ביזנעס וועלט'..)
טאמער האט ער געהאט גענוג ביצים צו אינוועסטירן שווערע טויזענטער פאר זיין 'בחינם' געים, ווער ביסטו אריינצורעדן ווען ער גייט ארויף מיטן פרייז?
דו מוזט נישט קויפן (אגב, איך האב עס אפשר צוויי צו דריי מאל געקויפט).
טאמער ווילסטו ארויסקומען מיט אן אייגענע מאגאזין און ביסט גרייט צו אינוועסטן אסאך געלט און כח, טוה עס! כל הרוצה ליטול את השם יבא ויטול!

סתם איבער וואס דו האקסט אויף די קוואליטעט פון זיינע שרייבאכצער, אפשר האט ער טאקע אין פלאן צו רעקרוטירן בעסערע שרייבער נאכן זעהן אז ס'ברענגט אים עפעס?
פארוואס מיינסטע אז ער פארשטייט נישט צו ביזנעס?

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:52 pm

· #336150
קל וחומר
כ'האב נייעס פאר אייך, די עדס דעקט אולי האלב פון די קאסטן.
אפיס.
שרייבער.
דיזיינער.
פרינטינג.
דיסטריביושן.

כולי האי ואולי.


ער מאכט אליינס די אויסשטעל פון די גאנצע ביכל אויסער דעם דעקל וואס דאס געט ער פאר א דיזיינער, און ער איז אליין די שרייבער פון רוב ארטיקלען. די רעצעפטן קריגט ער בחינם און אויסטויש אויף עד. און אגב איז ער דער ארויסגעבער פון די בליץ.

פרינטיג איז די איינציגסטע ערנסטע עקספענס, וואס מיט די ריכטיגע קאנעקשאן באקומט דאס אויך פאר שפאט ביליג.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:55 pm

· #336151
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
פיין, איז קודם באצאלט ער זיך זעלבסט פארן דיזיינען און שרייבן, נאכדעם מאכט ער געלט אויף די עצם השקעה.

האסט מיר גארנישט געענטפערט, למאי נ"מ ווער די דיזיינער/שרייבער זענען??

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 3, 2016 3:26 am

· #336174
בן ישי
אינטערסאנט דער טריביון האט אנגעפאנגען בחינם אבער וויבאלד עס איז צו שנעל אויסגעלאפן פין געשעפט איז ער געווען "געצווינגען" צו נעמען א דאלער אבער ער האט געשריבן אז וויבאלד די סיבה איז נישט די געלט וועט עס זיין צובאקימען בחינם אין אפאר פלעצער, דורך אפאר וואכן אין עס איז נאר געווען צובאקימען פאר א דאללער (חוץ אנליין) גייט דורך נאך אפאר וואכן אין די פרייז איז ארויף צו 1.50 וואס האט פאסירט? גייט עס נאכאלץ אויס צו שנעל? קימט פסח אין נישט מיר נישט דיר ער האלט שוין ביי 2.50! גיי פארשטיי.

רייזמאנ'ס קעיק גייט אויך ארויף א יעדעס יאר נאך פסח... 😂

קורץ און שארף » פרייטאג יוני 3, 2016 11:18 am

· #336220
בעל מדות
קל וחומר
כ'האב נייעס פאר אייך, די עדס דעקט אולי האלב פון די קאסטן.
אפיס.
שרייבער.
דיזיינער.
פרינטינג.
דיסטריביושן.

כולי האי ואולי.

די פאקט אז תכלית איז נאך אין די אינוועסטירונג פראצעדור איז גארנישט מחייב דעם טריביון.



מאכן פורים פון דער מענטשהייט האט אויך נישט קיין זין.

פארוואס זאל פאר @אנאנים, שמעון, לוי, אדער יהודה, אנגיין אין וועלכע פראצעדור דער טריביון האלט, און ווי ער האלט מיטן דעקן דעם בודזשעט, און וויפיל שכר לימוד ער צאלט.

עס איז פאראן א מארקעט, מען קען נישט אריינלייגן קיין נאגל, אין א פלאץ ווי עס קומט צעמענט.

ער האט אוועקגעשטעלט זיין פאפירענעם טיגער אין א צייט וואס יעדער האט געזען ווי שווער עס איז אנצוגיין פאר גרעסערע און מער פראפעסיאנאלערע ווי אים, דער מצליח ע"ה איז קוים ערשינען א האלב יאר, זיך גראד פארמאכט, און דא ווידעראום דאס וואס מאנכע ווילן עס רופן 'זיין קאנקורענט' נעמליך "דער מאמענט" האט אויך - ווי מען שמועסט - נישט געלעקט קיין האניג.

איז ער, מיט שוואכערע סחורה ווי יעדעם, איבערגעדרוקטע לופט וואס איז שוין געווען אין דער בליץ, (דער בליץ אליין איז אויך נישט דער בעסטער אויסוואל וואס עס איז דא, נאר כאטש איז ער עקסקלוסיוו און ארגינעל) שרייבט וועגן טאפיקס וואס נערווירן פונקט ווי די תהלים כולל עדס, א גארנישט מיט א נישט, א אינטעלעקטואל ברעכט סארדינס ווען ער עפנט זיין סרוכעריי, א טומל פון ברוינע אפגעוועטשטע מאטריאל, נישט פראפעסיאנאל, נישט געשמאק, איבעראל רעדט מען זיך אפ אויף זיין קוואליטעט, ענדיגט ארטיקלען אינמיטן ווייל עס איז בעסער פארן אויסלייג און שפארט פאפיר, טוט נארישע מאנעוורעס, באשרייבט היידפארק טעמעס צוליב זיין גלוסט מען זאל אים אנקוקן.

נו, דארף דאס דאך האבן א ניגון. דער ניגון איז געגאנגען "טוט א טובה, נעמט אייך אהיים איינס אומזיסט", אויפן דעקל האט מען זיך דערקלערט דער מערסט פארשפרייטער אויסגאבע, פרעג מיך אפ, אויף טוויטער שרייבט ער אז ער פארקויפט 50 טויזנט שטיק, א נפיחה, און דערצו איז מיטגעקומען די הארמאני אז מען "מוז עס נישט אהיימנעמען".

מיט די צייט אנהויבן ארויפגיין מיט בעטן געלט, פארענטפערן מיט דריידלעך, איז א אקט וואס עטליסט פארשטיי ווען איינער האט דערויף טענות.

נישט זיין א אויסגאבע ווי די אנגענומענע שריפטן, ווי סובסקריבשן פלענער און אזוי ווייטער, זיך ביליג מאכן מיטן ארומגיסן זיין פי-די-עף אויף יעדע מעגליכע קוואל, קאפי-פעיסטן ארטיקלען פון ענגלישע מאגאזינען אן די מינימאלסטע אנשטרענגונג עס צו מאכן פליסיג איז א צארן, טוה א טובה פארקויף ענדערש טונא סענדוויטשעס און מאך נישט שאדן פאר די מארקעט וואס איז אזוי צוגרונד.

איך זיך מיט ליכט די גאטס וואס דער פארוואלטונג האט, און איך האב נישט קיין דעםם פראבלעם ווען ער זאל נעמען א אנדערע דירעקציע, פארשטיי אבער פארוואס ער ברענגט זיך אליין שונאים.

איך בין זיכער אז סיי ווער עס גלייכט אידיש און קויפט אויסגאבעס האט זיך זיין אייגענע שטעלונג איבער דער טריביון, און וועט מסכים זיין מיט מיינע ווערטער האבנדיג זייער אייגענע טוץ מיט רעאקציעס אויף ביטערע אנטוישונגען און דערנערווירונגען וואס דער קליין בינטל פאפירן האט זיי באוויזן צו ברענגען.

אזוי איז עס, א חורבן, ער קלאפט אראפ קוואליטעט, זאל אים עמיצער גוט דערוועקן און זאגן אז היינט צוטאגס באשטייט אידיש פון אסאך וועקערס און זיינע פרענקס יעדע וואך ווערן נישט טאלערירט אינגאנצן.

וויפיל האבן מיר דא געשפיגן בלוט אויף די מצב מיט אידיש ביז אזא טיכטיגער מאן ווי שש, און זיין חבר פיקאסא האבן אנגעצינדן דעם פאקל ארויסגעבנדיג דעם וועקער דזשורנאל?!

פליצום ווייסן מאנכע נישט וואס מען וויל, א שאד זאלסט זיך דא קריגן איבער די אינגאנג, און אויסגאנג מיט די טריביון'ס אינקאם, ווען אין די זעלבע צייט קען מען לערנען דער וועקער, אדער הנאה האבן פון בעסערע זאכן.

@קל וחומר אויב האסטו שוין יא אזא געפיל צום טריביון, ווייסטו וואס דו האסט צוטון, זיי האבן א לאנגע וועג צו גיין, געב איבער וואס זייערע ליינער האבן אויף זיי צו זאגן, אויב ווייסטו נישט פון וואס איך רעד, דאן רעד נישט אריין אין א טעמע ווי ביסט נישט אויסגעקאכט.




איי פיל יור פעין. אבער אויב וואלסטו געווען גערעכט וואלט די טריביון שוין מער נישט ארויסגעקומען

קרעקער » פרייטאג יוני 3, 2016 11:55 am

· #336231
דאס ווייטאג שרייט נעבעך ארויס פין יעדע שורה
סאיז דא א יודישע מעגעזין וואס האט שוין אינוועסטעד א מיליאן $ און זיי פארלירען נאך יעדע וואך געלט, פסח האבען זיי אראפגעפלאשט 40 אלפים
וואס ווילסטו פין טריביון? ער זאגט קלאר אז ער איז דא צו מאכען געלט, נישט צוצושטעלען פאר כלל ישראל פראפעשענעל לייען מאטריעל, און נישט אויסציהאלטען טייערע שרייבערס און רעדאגירערס
ווילסט קויף עס, ווילסט נישט קויף נישט, די פאקט איז ווי לאנג ער גייט זיין ביליג און ווי לאנג ער גייט זיין טעבלויד סטייל, גייען עס זייער אסאך מענטשען קויפען

<a class="postlink" href="https://pbs.twimg.com/media/CGb8k63XEAA7WdS.jpg">https://pbs.twimg.com/media/CGb8k63XEAA7WdS.jpg</a>

ליפא » פרייטאג יוני 3, 2016 12:10 pm

· #336236
סעילס איז זיכער געפאלן זייט ער איז ארויף מיט די פרייז.

כוכב » פרייטאג יוני 3, 2016 1:33 pm

· #336263
כ'קען נישט כאפן די ביזנעס סטראטעגיע ווען ער האט דריי עדס א וואך און צוויי פופציג דעקט קוים די הוצאות ווען די דיסטריויבטער און סטאר נעמען אויך א ביסן.

בעל מדות » פרייטאג יוני 3, 2016 7:57 pm

· #336389
[ציטאט אראפגענומען]


גוט געזאגט, ביסט גערעכט. עס טוט מיר בכלל וויי די גאנצע מארקעט, איך האב שוין אמאל געווייטאגט דא אויף ק"ש, וועגן די רבנים בילדער מאגאזינען, די מארקעט עפרישיעט נישט קיין רייכע חומר, איך טראכט פון עטליכע סארטן מענטשן, און זייערע גאנגען ביים שפענדן פאר ליין מאטריאל.

1) אדער איז עס בילדער. פוילע מענטשן וואס פארנעמען נישט צו ליינען און קלוגער ווערן, ווייז אים א בילד און דאס איז אים ווערד.
2) פאר מאנכע איז שוין יא אינטערסאנט "דער שטערן", און "דער שפאקטיוו", צוליב זייער דראמא, עס איז א פאקט אז ווען דער שטערן האט עפעס א דראמאטישע בילד אויפן דעקל, שטופט ער מער. די יוגנט ווערט פארלוירן צו זען ווילדע העדליינס פון בלוט, אקציעס, און די סארט זאכן.
3) דאן זענען פאראן די מענטשן וואס זענען קארג און זיי קויפן לויטן דאללער, וואס עס קאסט אים ווינציגער דאס נעמט ער.

איז דער טריביון הקדוש איז נישט קיין בילדער מאגאזין, שרייבט נישט גוט אדער דראמאטיש, האט נישט קיין ספעציעלע קוואליטעט, און מיט די פרייז האלט ער אויך אין איין אנטוישן זיינע ליינער.

קומט אויס אז ער האט נישט קיין סטראטעגיע, און ער קען נישט ווילד ווערן ווען עמיצער שרייבט קאנסטרוקטיווע קריטיק אויף זיין אויסגאבע, פרייהייט פון ווארט קען מען נישט אונטערברענגען.

איך קען נישט זען וויאזוי מען קען צאלן געלט פאר זיין דינע אויסגאבע, אנגעפולט מיט א דיקן פאפן-דעקל.

געוואלדיג » זונטאג יוני 5, 2016 12:42 pm

· #336540
בעל מדות

2) פאר מאנכע איז שוין יא אינטערסאנט "דער שטערן", און "דער שפאקטיוו", צוליב זייער דראמא, עס איז א פאקט אז ווען דער שטערן האט עפעס א דראמאטישע בילד אויפן דעקל, שטופט ער מער. די יוגנט ווערט פארלוירן צו זען ווילדע העדליינס פון בלוט, אקציעס, און די סארט זאכן.


איינע די זאכן וואס ווייטאגן מיר אין דער שטערן, אז ער איז שוין יא א אינטרעסאנטע אויסגאבע וואס ערגנעצן ארטיקלען, האבן זיי עידע מאל לכה"פ איין דראמא ארטיקל מיט בלוט פארגיסונג אדער לכה"פ עפעס ווייאלענס, איך וואלט אסאך מער הנאה געהאט פון תוכן פולע רואיגע ארטיקלען.

שמעקעדיג » זונטאג יוני 5, 2016 2:08 pm

· #336563
דראמא גלייך איך, אבער אן בלוט פארגיסן.
אויך וואלט איך הנאה געהאט ער זאל זיך האלטן ביי $5.00, און נישט כסדר ארויפגיין. יעצט האלט עס שוין ביי $7.50.

אבער דא רעדט מען דאך פונעם טריביון, העמיר לאזן די דרשות פונעם שטערן וואו עס באלאנגט.

איש חזון » מיטוואך יוני 8, 2016 12:51 pm

· #337184
פארוואס איז דער שרייבער פון די מעין ארטיקל "הרב"?

בעל מדות » מיטוואך יוני 8, 2016 10:43 pm

· #337318
דער טריביון לכבוד יום טוב, א צעקוועטשטער פראיעקט מיט א אולטרא-ראדיקאלע אויסוואל.

האלב פון די מענטשן האבן לעצטנס פיגורירט אויף די דעקלעך (אריינגערעכנט ר' יואל ראטה וועמען ער אליין האט געדעקט! זייענדיג אים מכתיר אלס א רעוועלוציאנער צו שטופן מער אויסגאבעס האבנדיג אזא ווילדע העדליין)

ניטאמאל אינטערוויוס זענען זיי, די ראשי ישיבות ליינען דאס אינאיינעם מיט די קאסטומער. ווי נאריש.

עניוועיס, כ'ציטער באלד וועט קומען נאך אן אטאקע...
📎 IMG-20160607-WA0018.jpg

דעת תורה » מיטוואך יוני 8, 2016 10:49 pm

· #337319
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
וואס מיינט 'אלטרא ראדיקאל' אין דעם קאנטעקסט דא?

בעל מדות » דאנערשטאג יוני 9, 2016 10:38 pm

· #337520
דעת תורה
וואס מיינט 'אלטרא ראדיקאל' אין דעם קאנטעקסט דא?

וואס עס מיינט? וואס די גרויסע נפקה מינא. מיר זענען דא אינעם טריביון אשכול. זאכן דארפן נישט מאכן קיין סענס.

אפשר » דאנערשטאג יוני 9, 2016 11:50 pm

· #337526
בעל מדות
דעת תורה
וואס מיינט 'אלטרא ראדיקאל' אין דעם קאנטעקסט דא?

וואס עס מיינט? וואס די גרויסע נפקה מינא. מיר זענען דא אינעם טריביון אשכול. זאכן דארפן נישט מאכן קיין סענס.



@בעל מדות טייערע, איך האב געטראכט אן אויבנאויף עצה. אפשר זאלט איר אנהייבן צו שרייבן פאר די טריביון און עס אויפארבעטן אביסל, גיס צו אביסל תוכן און מאך עס ליינבאר פאר די מענטשהייט.

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 10, 2016 12:02 am

· #337527
בעל מדות
דער טריביון לכבוד יום טוב, א צעקוועטשטער פראיעקט מיט א אולטרא-ראדיקאלע אויסוואל.

האלב פון די מענטשן האבן לעצטנס פיגורירט אויף די דעקלעך (אריינגערעכנט ר' יואל ראטה וועמען ער אליין האט געדעקט! זייענדיג אים מכתיר אלס א רעוועלוציאנער צו שטופן מער אויסגאבעס האבנדיג אזא ווילדע העדליין)

ניטאמאל אינטערוויוס זענען זיי, די ראשי ישיבות ליינען דאס אינאיינעם מיט די קאסטומער. ווי נאריש.

עניוועיס, כ'ציטער באלד וועט קומען נאך אן אטאקע...

וואס ברענט דיך אזוי? קוק עס נישט אן און גיי ווייטער

פלעין יודיש » פרייטאג יוני 10, 2016 7:21 am

· #337546
לוצערנער ישיבה גייט נאך אן?

פייער אפפער » פרייטאג יוני 10, 2016 12:14 pm

· #337575
איך קען נישט כאפן וואס באדערט דיר אזוי שטארק די טריביון,
זאגסט דאך אליין אז ס'דא אנדערע אויסגאבעס צו קויפן קויף אנדערע,
און לאז דעם טריביון מאכן זיין פאר גראשן

קל וחומר » פרייטאג יוני 10, 2016 12:36 pm

· #337576
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
שמעקעדיג
דראמא גלייך איך, אבער אן בלוט פארגיסן.
אויך וואלט איך הנאה געהאט ער זאל זיך האלטן ביי $5.00, און נישט כסדר ארויפגיין. יעצט האלט עס שוין ביי $7.50.

אבער דא רעדט מען דאך פונעם טריביון, העמיר לאזן די דרשות פונעם שטערן וואו עס באלאנגט.

איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער כ'פארשטיי נישט דעם גערעדאכטס, פארוואס זאל ער נישט מעגן ארויפגיין מיטן פרייז?
נאר ריעל עסטעיט אינוועסטער מעגן ארויפגיין?
ער דארף בלייבן צוואנציג יאר מיטן פינעף דאלער ווייל דיר קומט עס אויס בעסער?

מ'רעדט דא פון די געלונגענסטע שרייבער אינעם יאר-הונדערט, ארבעט שווער צו מאכן אפאר גראשן, (און האט זיך שוין אפגערעדט דערויף אינעם הייליגן מאמענט), ער האט זיך געשלאגן ווי א העלד מיט די סיקריקים פאר פינף יאר צוריק, און אויסגעפלאסטערט די וועג פאר אלע זיינע קאמפעטיטארס, ער דרוקט אויף הויכע קוואליטעט וואס קאסט אים טייערער צו דרוקן ווי מאמענט/טריביון וכו'.
ועל כולם ווער הייסט דיר קויפן?

אבער אים אראפרייסן אלס בלוט-פארגיסער איז בלוט-פארגיסונג אין מיינע אויגן.

מר. קלונימוס » פרייטאג יוני 10, 2016 12:39 pm

· #337577
כמדומה גייט דאס בלוט פארגיסונג אויף ארויף נישט אויף אראפ. שמעקעדיג שרייבט אז ער גלייכט דראמא אבער נישט בלוטיגע דראמא.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 10, 2016 12:49 pm

· #337579
פון עפעס א קל איז געווארן א חומר...
הרב קל וחומר שליט"א, עס טוט מיר לייד אז איר האט מיר נישט גוט פארשטאנען. איך האב איימיצן אנגערופן בלוט פארגיסער? חלילה! און אודאי נישט ר' שמעון, א יונגערמאן א צדיק א לב טוב, וועמען איך קען פון דער נאנט!

די בלוט פארגיסן באציהט זיך אויף די ווערטער פון @געוואלדיג - די תגובה בעפאר מיינס, אז ער האט נישט ליב ווען מען באשרייבט ארטיקלען פון בלוט פארגיסונגען, און איך האב מסכים געווען צו זיינע ווערטער.
און איך האב קיינמאל נישט געזאגט ער טאר נישט ארויפגיין מיטן פרייז! אבער איך טאר עפעס נישט הנאה האבן אז ער זאל בלייבן ביליגער? ער מעג הנאה האבן ארויפצוגיין און איך מעג הנאה האבן אויב בלייבט ער ביליגער... הא לן והא להו פלעגט דערעבע זאגן.

ביטע לאזט מיר וויסן על מה יצא הקצף.


====

קלונימוס האקט. ייש"כ.

קל וחומר » פרייטאג יוני 10, 2016 1:08 pm

· #337583
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
אוי ואבוי.
איך בעט דיר איבער בכל לשון של סליחה, תחינה, פיוס, וריצוי וכו'.

כ'נעם זיך אונטער בל"נ צו ליינען תגובות מער פארזיכטיג.

_____

זאל איך פארמעקן מיין שטינק, אדער זאל יעדער זעהן בתקלתי לכפרת עונותיי?

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 10, 2016 1:20 pm

· #337587
סלחתי כדברך!

פלעין יודיש » מיטוואך יוני 15, 2016 8:46 am

· #337788
איינער האט די שבועות אויסגאבע?
בלאט: 1 2 3 4 5