וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
210 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7316
פלעין יודישאיז דא א וועג ווי צי דאונלאודען אלטע טריביון אויסגאבעס
אדער איינמאל עס קימט ארויס א פרישע ווערט די אלטע טריביון אויטעמאטיש פארשווינדען אהן א מעגליכקייט מער צו דאונלאודען?
פלעין יודיש: דו דארפסט ווארטן ביז ס'וועט זיך טרעפן נאך אזא נחשון בן עמינדב ווי "ראובן" וואס וועט אפ-לאודן די אלטע קאפיעס פונ'ם טריביון והמסתעף... 😂 😉
איך זעה זיי זענען אנגעבינדען מיט בקהילה זיי סוואפען ארטיקלען
די טרביון בעטען אסאך מער געלט פאר א עד ווי די שטערן
זיי נעמען נישט אריין קיין ביליג באצאלטע עדס,
Probably not true
זיי האבן געהאט א עקסטערע עד אויסער דעם ארטיקל
זעכער איז עס באצאלט, קיינער האט נישט געטראכט אנדערש
LAKEWOOD איז אויך באצאלט
אזוי קומט עס מלייגט א ארטיקעל און אויך א עד
נישט יעדע מעין ארטיקעל איז באצאלט.
ר' אלימלך בידערמאןנס ארטיקעל קען איך נישט זעען פון וועמען פונטקלעך ער האט געבעטען געלט...
דער עד איז באצאלט. די באשרייבונג דארף שוין דער טריביון פונקט אזוי שטארק ווי בלומינבורג דארף עס, ס'ברענגט אז מענטשן זאלן זיך אראפבייגן אויפהויבן דעם טריביון און עס אהיימברענגען. דאס איז גאנץ זיכער נישט באצאלט.
פון פארטא ריקא קיין וויליאמסבורג איז שוין גיוועהן באשריבן. איך מיין עס האט נאך געהאט די זעלבע קעפל אויך
נישט געוועהן צו געפונען אין ערגעץ די וואך. די געז סטעישאנס האבן עס מער נישט געהאט בחינם, די גראסערי'ס האבן עס נישט געהאט פאר א דאללער.
טאטאלע דורכפאל.
אדווערטייזערס וועלן מוזען ריקאנסידערען צו עס לוינט נאך.
'אינטער' נישט 'אונטער'.
ונבנתה העיר'אינטער' נישט 'אונטער'.
איך בין אויך ביי די זעלבע מיינונג. די קאליבער פון זייערע שרייבערס איז נישט פון די העכסטע גראד...!נעם למשל די אויסגאבע פון צוויי וואכן צוריק.. וואו זיי באשרייבן דעם גר צדק הרב אברהם גאלדשטיין שליט"א. (וועם איך קען פערזענליך. און געדענק די מצב בראשית דרכו.). ס'איז לכאורה זייער א שיינע באשרייבונג. אבער ס'איז דארט דא עטליכע נארישע, כמעט קינדישע שטיקלעך, אין די פרטים וואס דער שרייבער פארציילט דארט. אויך זענען פאראן א סאך גראמאטישע טעותים...! משא"כ דער מאמענט איז יא געשריבן אויף א נארמאלן ניווא פון אידיש, און די ארטיקלען זענען א סאך מער צוציענד...!
"אכצן" "טויזנט" "קאפיעס"
וואס איז דא "קאפיעס"??? עקזעמפלארן?? פארוואס שרייבט ער נישט "קאפיס"? ער וויל גיין מיט דקדוק? דעמאלט זאל ער שרייבן "אכטצן" "טויזענט".
עניוועי, ווען ער פרעגט מיך וואלט איך גע'עצה'ט צו שרייבן מיט נומערן 18,000
נאך אזא נערישע אבזערוואציע נישט געהערט בחיי...
גענדיגט מיט גוגל! ס'דא ירושלים קאר סערווירס! קאווע שטיבל האט זיך איבערצייגט אז ווען מ'לייגט אריין אין גוגל אז מ'זוכט א רייד פון וויליאמסבורג ביז מאנסי, קומט ארויף פארשידענע און אומוויכטיגע רעזולטן; ווידער איין פאון קאלל צו ירושלים קאר סערווירס (מיט א היתר פון א רב) באקומט איר גלייך וואס איר דארפט.
אגב, ס'איז מיר א חידוש אז המעתיק האט ארויסגעגבן פארן מאמענט פונקטליך וויאזוי די עד איז געמאכט, סקרין שאט, פוטו שאפ, זיי האבן נישט מורא אז ptex וועט עס נאכטוהן?
איך וואלט עם גאייצעט נישט צו זיין פארפירעריש און אויפהערן פאמפן אז ער פארשפרייטן 1800. דאס איז גוט געווען ווילאנג סיז געווען בחינם. אז ס'קאסט שוין געלט מוז ער שרייבן וויפיל ער פארקויפט. אדער שרייב גארנישט
ווער איז דער איד אויפן דעקל די מלאך המות אדער כ"ק הגה"צ ר' צבי אויש שליט"א אבד"ק וואלקאן?
איך מיין ער איז נישט קיין איין פון די צוויי. איז ווער איז ער יא?
זיי האבען ביצים
הער איך יעצט אז בתוככי קרית יואל איז פארבאטן צו פארקויפן דעם טריביון.
שמעקעדיג: מהי טעמא/מאי טעמא/מהאי טעמא...?...!
שמעקעדיגהער איך יעצט אז בתוככי קרית יואל איז פארבאטן צו פארקויפן דעם טריביון.
פונקט ווי מאמענט און יעדע אנדערע נישט ממש פרומע אויסגאבע, פרעג מיך נישט פארוואס
אבי גערעדט
אוי וויי, א ביטערע טעות
און ווען זי וועט ווערן א "בעלת תשובה" און א רעבעצין, און זי וועט ארומגיין זאגנדיג מוסר דרשות ביי אסיפות פאר פרויען און עלטערע מיידלעך, וואו די טיקעטס וועלן זיך פארקויפן פאר גוט געלט. דאמאלס וועט מען אויכעט זיך פארענטפערן אז מ'האט געשריבן איר נאמען בטעות...?!
זאל דאס אריינגין אין רעקארד לזיכרון עולם אז בערל בעל עגלה האט געמאכט א פרעדיקשן. כמו שכתבתי בהתחלת המאמר. אויף נאך איין אפגעפארענע (און צופארענע) נשמה האב איך געמאכט אזא פרעדיקשן. שרה'לע ברקוביק, וואס רופט זיך דעברא פעלדמאן...!
איך זאג נישט אז איך מאך די פרעדיקשןס אלס חכם עדיף מנביא. נאר אנאליזירנדיג זייערע פערזענליכקייטן און די אימפולסיוונעס פון זייערע נשמות, בין איך געקומען צו די מסקנא. אז זיי מוזן אייביג אויסטרייען עפעס ניי און עקסייטינג. זאלל עס אפילו זיין פראוואקאטיוו. נאכדעם וואס זיי וועלן האבן אויסגענוצט אלע עדווענטידזשעס און עקסייטמענט פון זיין אפגעפארן, וועלן זיי גיין צו דעם אנדערן עקסטריעם. און נאך מאכן א פאר דאללער אין די זייט...!
אנאנים, וואו האסטו געזעהן דעם אנטשולדיגונג צעטל?
די אנשולדיגט צעטל איז פאלש, ס'קומט נישט פון טריבון
העיתון 'אידישער טריביון' בכתבת ענק לדמותו של מוהרא"ש זצוק"ל <a class="postlink" href="http://fb.me/4ydBsjtyQ">http://fb.me/4ydBsjtyQ</a>
אינטערסאנט אז די טריביון איז נאכנישט אלט א האלב יאר און עס ווערט שוין נאכגעברענגט און אנדערע צייטונגען/ מעגעזינען אין וועבסייטס/
די מאמענט האט נאכגעברענגט א שטיקל פון די ארטיקל פון סטוטשענער רבי.
📎 IMG-20150117-WA0000.jpg
די צייטונג האט געקוואט די טריביון דעי וואך איבער די ארטיקל פון ר' הערשל אויש.
📎 tzeitung.jpg
און אין די פארגאנגענהייט אראפ געברענגט די ארטיקל איבער די אוצר ביי משה שמואל זופניק.
📎 IMG-20150129-WA0002.jpg
יעצט האט די איזרעלי ברעסלעב'ער סייט געברענגט די גאנצע ארטיקל.
האט gb נאכאמאל אדווערטייזט ביי זיי די וואך?
צים ווייטאג פין אסאך - יא......
זיי וואקסען מיט עדס יעדע וואך
גיי ווייס ווי ס'זיי געלינגען צו באקומען אלע גרויסע מידיע קאמפעניס צו עדווערטייזען דארט?
איך האב א פילינג אז למעשה גייען זיי איבערנימען די מארקעט , זיי באשרייבן הערליך א זאך, למשל רב שיק האבן זיי די בעסטע באשריבן
על אפם ועל חמתם פון די שרייבערס פון דעם טריביון וועט ער מאריך ימים זיין על ממלכתו עד מאה ועשרים שנה.
איך בין זיכער אז די ארטיקל איז געגרייט געווארן אינטער דעם קעפל "כלל ישראל טרויערט נאך דעם פוסק הדור",
זייער שיין אז זיי האבן געדענקט צו טוישן די קעפל פאר מ'איז געגאנגען צום דרוק,
(זיי קענען זיך נישט ערלויבען ס'זאל שטיין אפאר אומפארשטענדליכע ווערטער אין די טריביון, ודו"ק).
.
אזא פובליקאציע גלייך איך, אז אמת ס'איז טאקע א עדווערטייזמענט פון איין זייט ( די קאווער סטארי ) אבער כאטש א זאפטיגע און געשמאקע אז דער לייינער זאל כאטש הנאה האבן פון די אנדערע זייט
📎 IMG_20150325_161010.jpg
כביכול טאהשע רבי
📎 rps20150412_000533.jpg
ישמעאל הכהן: דער הייליגער טריביון (כביכול) גייט דאך נישט נוצן אויסדרוקן פון די טמא'נע שפראך עברית, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. אבער אויף די שפה הטמאה נוצט מען דעם אויסדרוק "כביכול" אויף א זאך אדער מצב וואס עקזיסטירט נישט אין מציאות... 😂 🙄 😮
די טריביון איז געווען הערליך דעם יום טוב 3 גאר געשמאקע געדעקטע ארטיקלען די חברה באשרייבן לעבעדיגע מענטשן און פרעגן קיינעם נישט וואס צו טון כה לחי
די טריביון איז העכסט ווארשיינדליך אן אינטערגאנג. א נארישער אויסגאבע וואס קייט "שוואך" איבער איבערגעקייטע שטרוי, און האט נישט פון וואו צו דעקן די הוצאות אויסער אויב עמיצער פארמאגט אויסגעווארפענע געלט.
אזוי? די ארטיקל אויף טאשע רבי איז איבערגעקייט??
צוואנציג עדווערטייזמענטס איז דיר נישט געניג?
קאצקע ציקעראזוי? די ארטיקל אויף טאשע רבי איז איבערגעקייט??
צוואנציג עדווערטייזמענטס איז דיר נישט געניג?
שוין געווען באשריבן אין די צייטשריפט/משפחה. די זעלבע זיבן מעשות.
צוואנציג עדווערטייזמענטס איז גענוג צו דעקן די דיסטריבינג קאסט.
פארוואס האט מען נישט אהער געברענג די פסח'יגע ביילאגע?
נאר ציטירט די קליינטשיגע שטיקל פון כביכול די טאהשע רבי, אבער וואס מיט'ן גאנצען פאדירשטע בילד? (אפשר וויבאלד טאשע רבי שיט"א האט פיינט געהאט בילדער האט ער סייתא דשמיא אפילו אינעם טריביון אויך)
אויך איז די לינק געווידמעט נאר צי פרשת צו! - נישט שיין אויסצילאזען דעם פסח'יגע! נישט פראפעשיאנאל!
איך טריי צו דערשמעקן די פלאן פון דעם צייטונג
און ער לאזט זיך נישט דערשמעקן
מהיכן ירק זה חי?
ווי אהין וויל ער דערגרייכן
אפשר חלומט ער אז מיר זאלן ווערן עדיגקטעט צו דעם אזוי שטארק אז אפילו ווען ער גייט ארויף שטייטלעך מיטן פרייז זאל ער בלייבן מיט די אלע ליינער?
אבער דאס איז צו א לאנגע פרעצעדור וואס קאסט אפ ממון ודמים און מאן ייאמר אז ער וועט דארט בכלל אנקומען?
מממ,, שמעקט נישט גוט
אבער ביזן קרעטשמע האב איך פיין הנאה
נאך אפאר זייטן צו מישן ביים מיכ'נען
שלמה המלךפארוואס האט מען נישט אהער געברענג די פסח'יגע ביילאגע?
נאר ציטירט די קליינטשיגע שטיקל פון כביכול די טאהשע רבי, אבער וואס מיט'ן גאנצען פאדירשטע בילד? (אפשר וויבאלד טאשע רבי שיט"א האט פיינט געהאט בילדער האט ער סייתא דשמיא אפילו אינעם טריביון אויך)
אויך איז די לינק געווידמעט נאר צי פרשת צו! - נישט שיין אויסצילאזען דעם פסח'יגע! נישט פראפעשיאנאל!
https://www.copy.com/s/chbsiZJJdsWFO910/Tribune%2025.pdfאיך קען נישט פארשטיין וואס גייט פאר מיט זיי, די וואך האבן זיי באשריבן ניקלשבורג אין מאנסי און ווי עס זעהט מיר אויס איז עס עפעס ק/פ פון א אלטע ארטיקל ווייל קוק וואס זיי שרייבן נאר פון זיינע ישיבות און כוללים וואס זענען שוין לאנג פארמאכט און פון די מיידל סקול וואס יעדער ווייסט וועגן די פאליטיק דארט און פון זי ת"ת זיינע וואס איז יא אפן און גייט אן מיטן פולן שוואונג ווערט נידט דערמאנט אפילו ברמז, פאני...
📎 100MEDIA$IMAG0403.jpg
וואס איז פשט אז אויף אן אויסגאבע וואס קאסט געלט שרייבט מען וויפיל קאפיעס ווערן פארשפרייט אין אלע אידישע געגענטער? ווילאנג עס איז געווען בחינם איז עס געווען רעלעוואנט. איינמאל עס קאסט געלט? שרייב וויפיל עס ווערט פארקויפט
סנישט קיין קינץ אז זיי פארקויפען די מערסטע קאפיעס ווייל זיי זענען די ביליגסטע פון אלע
און אויך זענען זיי די מערסטע פראוואקעטיוו
יעדע וואך האבען זיי א דעקל א באמבע
קרעקערסנישט קיין קינץ אז זיי פארקויפען די מערסטע קאפיעס ווייל זיי זענען די ביליגסטע פון אלע
און אויך זענען זיי די מערסטע פראוואקעטיוו
יעדע וואך האבען זיי א דעקל א באמבע
נו ווער זיכט קינצן? זיי פארקויפן די מערסטע און פארטיג
שוין ארויסגעקומען?
איך טי אביסל ריסורטש און די צייטונג פעלד. קען מיר איינער אפשר זאגן וויפיל (בערך) פארקויפן די געווענליכע אויסגאבעס. ווי למשל איד ,בלאט, די צייטונג, שטערן, שפאקטיוו ,קינדל, די וואך, בליץ, בינה, וכדומיהן?
די חברה זענען גיט יעצט באשרייבן זיי ר' לייביש פשעווארסקער רבי, איך האב מורא זיי האבן גענימען @מאראנצן זאפט זאל זיי באשרייבן אישי ציבור
And he is doing a good job!
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
טובאיך טי אביסל ריסורטש און די צייטונג פעלד. קען מיר איינער אפשר זאגן וויפיל (בערך) פארקויפן די געווענליכע אויסגאבעס. ווי למשל איד ,בלאט, די צייטונג, שטערן, שפאקטיוו ,קינדל, די וואך, בליץ, בינה, וכדומיהן?
📎 uploadfromtaptalk1432907093570.jpgבאקומען אין וואצעפ א ריפארט פון א סטאר אין מאנסי , זעה איז אז אין אינגליש איז די עמי דער מערסט פארקויפענדיג, אין אידיש איז די טריבין די מערסטע.
ל.רוזןטובאיך טי אביסל ריסורטש און די צייטונג פעלד. קען מיר איינער אפשר זאגן וויפיל (בערך) פארקויפן די געווענליכע אויסגאבעס. ווי למשל איד ,בלאט, די צייטונג, שטערן, שפאקטיוו ,קינדל, די וואך, בליץ, בינה, וכדומיהן?
📎 IMG-20150529-WA0001.jpgבאקומען אין וואצעפ א ריפארט פון א סטאר אין מאנסי , זעה איז אז אין אינגליש איז די עמי דער מערסט פארקויפענדיג, אין אידיש איז די טריבין די מערסטע.
א גרויסן יישר כח! ברענג נאך ביטע...