איך זוך אן אשכול וואס באהאנדעלט אלגעמיינע קורצע אידישע נייעס אדער אידישע נייעס פון אייראפע, עפעס וואס באהאנדעלט אידישע בתי חיים דארט אין די נייעס אפטיילונג קען אויך צוניץ קומען. איינער פון די דריי, פליז. גאר וויכטיג
איך זוך אן אשכול וואס באהאנדעלט אלגעמיינע קורצע אידישע נייעס אדער אידישע נייעס פון אייראפע, עפעס וואס באהאנדעלט אידישע בתי חיים דארט אין די נייעס אפטיילונג קען אויך צוניץ קומען. איינער פון די דריי, פליז. גאר וויכטיג
עס איז אמאל געווען אין שטיבל א קאפי פון אן אנאנס פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין מאריסטאון אז זיי נעמן אריין קינדער אומזיסט. איך דארף עס האבן (עס איז דארט געשטאנן די נעמן פון די ראשי ישיבות דארט, און אן אייניקל האט עס מיר געבעטן). איינער געדענקט ווי?
אזוי אויך אן אשכול אדער שמועס איבער די נושא פון opinions.
נעמליך, וואס איז די נקודה פון האבן אן אפיניען/מיינונג? בעת וואס די איידיע עקזיסטירט אינדעפענדענטלי, וואס איז די פוינט צו האלטן מיא א געוויסע פאזיציע? פארוואס מאכט עס אויס פאר איינעמס אידענטיטעט וכו'?
(איך פארשטיי עס סאונד מאדנע, אויב אבער איינער ווייסט פון אזא שמועס פארשטייט ער לכאו' די נקודה - פאר וועלכע איך האב פשוט נישט קיין נאמען..)
ס'גארנישט אזוי מאדנע, מיר איז דאס איינגעפאלן ווען כ'האב מיך געמוטשעט מיט קשיות אין "אמונה", ספעציפיש איבער עוואלושען. כלומר כ'האב שוין געהאט געהערט פון עוואלושען פון פריער אבער אלץ אין א קאנטעקסט פון אמונה/כפירה ממילא האט עס נישט געשאדט... כ'בין עלטער געווארן און כ'בין געווארן עקספאוזד צו עוואלוציע אין א נייטראלן קאנטעקסט, פשוט נייעסער און פאפ קולטור, האט עס מיך געשאפן א קצר אין מוח. האב איך פרובירט חוקר זיין אביסל אהער אהין ביז כ'האב אפגעמאכט אז אויב קומען מיר פון מאנקיס קומען מיר פון מאנקיס סייוויסיי, אפגעזעהן פון וואס איך "האלט" (וואס מיינט בכלל דאס ווארט?). שטעלט זיך אבער ארויס אז די גאנצע קשיא איז נאר א קאופינג מעכאניזם מיט וואס די מענטש קומט אויף זיך ארויסצודרייען פונעם סטראגל, כאילו מודה זיין אין עוואלוציע האב איך נישט געהאלטן דערביי ווייל ס'פילט זיך נישט עפעס היימיש... ווידער כופר זיין אין עוואלוציע האב איך אויך נישט געקענט ווייל דאס מציאות האט מיר געפראסקעט אין פנים אריין, איז מיין מוח אויפגעקומען מיט'ן בליציגן איינפאל אז ס'מאכט נישט אויס סייווי. למעשה גערעדט איז דיעס פארעווע state of mind פונקט גוט אלץ צווישנסטאנציע ביז דו באשליסטס מיט וועלכע צד זיך צו אידענטיפיצירן, אבער נאכ'ן געבן אביסל צייט פאר די פאקטן/ספיקות זיך צו פארדייען איז זייער וויכטיג יא צו נעמען א צד ווייל הגם פילאזאפיש גערעדט מאכט עס טאקע נישט אויס אבער פסיכאלאגיש איז דאס זייער אומגעזונט.
איך וויל באמת נישט אריינגיין דא דערין, עס וואלט געווען פאסיגער אין א מקום מיוחד, אבער ממש די סארט דילעמעס זענען דאס וואס האט מיר צוגעברענגט בכלל אריינצוטראכטן דערין.. (פארדעם גלייב איך אז @מי אני האט עס שוין זיכער ערגעץ בארירט..)
איך בין נייגעריג צו דאס איז א נייע נושא דא אין שטיבל אויף וועלכע מ'קען עפענען א פרישע אשכול, אדער איז דאס אלטע מעשיות - אומוויכטיגערהייט איבערגעקייט דורך מיין נוצלאזע שטעלע..?!
האלט דיך נישט צוריק פון עפענען נייע אשכולות, אז דו האסט א גוטע געדאנק אדער דו ווילסט צאמנעמען א נושא, טו עס, דער עולם וועט נישט וויסן אז אין 2016 אדער אפילו גאר אין 2022 האט מען גערעדט פון א ענליכע נושא.
ס'קוקט אויס די זעלבע אישו וועגן האבן א מיינונג, וואס עטס רעדסט דא אויבן, וואס א חילוק וואס איך האלט אויב די מציאות איז סיי ווי אזוי, די זעלבע זאך קען מען זאגן, אז וואס גייט מיר אן אז אויף קאווע שטיבל רעדט מען שוין פון אזא נושא? די פוינט איז דאך אז מ'זאל לייענען אינטערסאנטע עניינים, זיך אויסברייטערן די מוח מיט פרישע אדער אלטע רעיונות, ס'העלפט מיר נישט אז ס'איז שוין אפגעשריבן ערגעץ ווי, איך וויל לייענען דערוועגן יעצט, אשר על כן קענסט עס אפשרייבן פון פריש אפילו אויב ס'איז שוין דא אזא אשכול. (איך ווייס נישט אויב איך האב זיך גענוג גוט מסביר געווען, אבער איך קען נישט בעסער יעצט)
בעסייד דע פוינט וואס יעדע אינדעווידועל ברענגט ארויס זאכן אנדערש, במילא קענסטו סתם אזוי עפענען א אשכול פון פריש ווייל ס'גייט זיכער נישט שטיין די זעלבע זאכן ווי אין די אלטע.
בנוגע די נושא וועגן וואס איז שייך צו האלטן עפעס ווען ס'איז א מציאות, ס'איז מיר א שטארקע נקודה למחשבה, דהיינו וואס האב איך פון האלטן אז ס'איז יא אדער נישט דא גלאובל ווארמינג ווען איך טו סיי ווי גארנישט דערוועגן, און ס'איז עניוועי א פאקט אז אדער איז יא דא אדער איז נישט דא גלאובל ווארמינג, וואס האב איך פון האבן א מיינונג דערין, אבער לכאורה די תירוץ דערויף קען זיין אז מ'קען פלעין אינזשויען צו האבן א קאנווערסעישאן און זיך טענה'ן איבער א נושא אפילו אויב ס'מאכט גארנישט אויס.