☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #68
בלאט: 1 2 3

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג מערץ 5, 2024 6:05 pm

· #553147
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
קוקענדיג צוריק מיט א ניכטערן בליק נאך 40+ יאר פון די מחלוקת.
האלט סאטמאר אז די מחלוקת איז געפירט געווארן - בשעתו - נארמאל, אדער עס איז געווען איבערגעטריבן און עקסטרעם?
איך פרעג נישט קיין בעלזע חסידים, אויך נישט סתם נישט סאטמארע, ווייל פארשטייט זיך אז זיי וועלן האלטן אז סאטמער איז באגאנגען עוולות. איך פרעג פון סאטמארע אידן אדער פרא-סאטמארע אידן, וואס האלטן אז בעלז איז באגאנגען עוולות, מיט נעמען געלט, מיט לערנען ענגליש, מיט זיך קריגן אויף די עדה החרדית בד"צ, מיט בארעדן סאטמאר רבי, מיט זיך שלאגן מיט סאטמאר, מיט מצער זיין חברי בידצ עדה"ח.
איז מיין שאלה צו דאך האט זיך סאטמאר אויפגעפירט אזיאטיש מארמאריש, אדער לויט די אומשטענדן איז סאטמאר געווען אזוי ווי יעדע אנדערע חסידות וואלט געטוהן?

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 5, 2024 6:24 pm

· #553151
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
איך האלט נישט אז זיי האבן זיך אויפגעפירט ערגער ווי א צווייטער

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 7:55 pm

· #553157
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
סוף טוב הכל טוב #
קוקענדיג צוריק מיט א ניכטערן בליק נאך 40+ יאר פון די מחלוקת.
האלט סאטמאר אז די מחלוקת איז געפירט געווארן - בשעתו - נארמאל, אדער עס איז געווען איבערגעטריבן און עקסטרעם?
איך פרעג נישט קיין בעלזע חסידים, אויך נישט סתם נישט סאטמארע, ווייל פארשטייט זיך אז זיי וועלן האלטן אז סאטמער איז באגאנגען עוולות. איך פרעג פון סאטמארע אידן אדער פרא-סאטמארע אידן, וואס האלטן אז בעלז איז באגאנגען עוולות, מיט נעמען געלט, מיט לערנען ענגליש, מיט זיך קריגן אויף די עדה החרדית בד"צ, מיט בארעדן סאטמאר רבי, מיט זיך שלאגן מיט סאטמאר, מיט מצער זיין חברי בידצ עדה"ח.
איז מיין שאלה צו דאך האט זיך סאטמאר אויפגעפירט אזיאטיש מארמאריש, אדער לויט די אומשטענדן איז סאטמאר געווען אזוי ווי יעדע אנדערע חסידות וואלט געטוהן?
די אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט האבן נישט דירעקט אפעקטירט סאטמאר. אויסער אויב דו וועסט זאגן אז סאטמאר איז "די באס". ובלעדיהם לא ירים איש את ידו ואת רגלו.

אט דאס איז די סלע המחלוקת. דאס האט אנגעצינדן די ראקעטס ביי בעלזא'ער רב ווען ער איז געווען בתוקפו. מ'רעדט דאך נישט היינט ווען ער איז נעבעך א שברי כלי. קוים וואס ער דעכעט.

ס'כאפט א שוידער ווער ס'וועט זיין דער ממלא מקום. האפנטליך נישט דער בן הבכור והצעיר. דער עלטסטער אייניקל זעהט יא אויס צו זיין מסוגל צו פיהרן די חסידות.

מר. קלונימוס » מיטוואך מערץ 6, 2024 12:59 pm

· #553289
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
[ציטאט אראפגענומען]

איז אפילו דא אזא הוה אמינא? וויאזוי איז עס מעגליך? און וואס איז ראנג מיט'ן זון?

היימלינד » מיטוואך מערץ 6, 2024 12:59 pm

· #553290
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
[ציטאט אראפגענומען]
נישט דא אזא הוה מינא
די צווייטע אייניקעל איז מער א מנהיג סארט ווי די זיידע, די עלטער איז מער אזא שטילע צדיק'ל

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך מערץ 6, 2024 1:19 pm

· #553295
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
וואס איז שלעכט מיט הרה"צ שליט"א?
איך מיין אז דער עולם האלט זייער פון עיהם?

פאלגזאם » מיטוואך מערץ 6, 2024 8:20 pm

· #553410
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
סוף טוב הכל טוב #
וואס איז שלעכט מיט הרה"צ שליט"א?
איך מיין אז דער עולם האלט זייער פון עיהם?
איינער זאגט אז ער קען נישט זיין, און היות עס ווערט קיל צו זאגן אזוי, זאגן עס די חכמים נאך. #חכמיהשטיבל

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 1:02 am

· #553483
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
וואס האט שוין בעלזע רב געזאגט אזוי שלעכט פאר זיינע חסידים ביי די שטייענדיגע תורה אז סאטמאר האט זיך אזוי אויפגערעגט

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 2:28 am

· #553492
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
ער האט גארנישט געזאגט אזוי שלעכט. נאר סאטמאר האט געהאט א תירוץ פארוואס זיך אנצוטשעפען אויף איהם. כדי לקיים מה שנאמר...בל"ק ר"ת בעלז, .ליובאוויטש , קלויזנבורג

אויף וויזשניץ און אנדערע איז דא אנדערע ראשי תיבות.

נחום הסופר » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:47 am

· #553509
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג

היום » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 11:08 am

· #553536
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
נחום הסופר #
ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג
חוצפה׳דיג איז רעלאטיוו…


אויב איינער האלט זיך אזוי סאך העכער פון צווייטן, דאן זעהט ער יענעם אלץ מחוצף.

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 11:34 am

· #553540
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
וואס האט ער גערעדט חוצפדיג די איינציגעסטע זאך "די אידן וואס פילן זיך אהן די טאשן פון דע אמעריקאנע גאווערמענט גייען אונז קומען זאגן וואס אז מטאר נישט נעמען קיין געלט"

ער האט נישט פערזענליך אראפ געריסן אז סאטמאר רבי איז פסול אין קען נישט זיין קיין רב וכדומה אזויווי סאטמאר האבן אראפ געריסן ווער סהאט געהאלטן אנדערש ווי זיי

היימלינד » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 11:43 am

· #553544
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
גארנישט געזאגט חוצפה'דיג איך האב עס אויסגעהערט

אז סאטמאר איז געקומען מיט אן הנחה אז זיי זענען בעל הבית אויף די אידיש/פרומע וועלט און דא קומט איינער און פאפט זייער באלאן איז עס חוצפה?!

אויב איז עפעסחוצפה, איז עס דאס וואס סאטמאר האט געטוען מיט אסאך אנדערע

נחום הסופר » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 3:27 pm

· #553601
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
היום #
נחום הסופר #
ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג
חוצפה׳דיג איז רעלאטיוו…


אויב איינער האלט זיך אזוי סאך העכער פון צווייטן, דאן זעהט ער יענעם אלץ מחוצף.
זאגן אז ויואל משה א 14'טע אני מאמין איז א חוצפה פון א יונגערמאנטשיק קעגן א בארימטן גדול בישראל, אבער וואס דארף מען רעדן, ער האט דאך שוין איבערגעבעטן דערויף

יא, כ'פארשטיי אויך זיין פוינט דערמיט, אבער נאך אלץ,

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 3:40 pm

· #553606
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
אגב ער גערכעט מיט דעים


סך הכול געמיינט צו שטארק מאכן די פעטערס שיטה פון גיין צו די בחירות און נעמען געלט, איך וויל נישט טראכטן וויאזוי בעלזא וואלט אויסגעקוקט אויב ער וואלט נישט געזאגט די דרשה

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 3:58 pm

· #553614
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
נחום הסופר #
ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג
וואס איז חוצפה'דיג מיט דעים וואס ער האט געזאגט אז ישיבות זאלן יא נעמען פון די רעגירונגס געלטער ווייל שטאטס אז די געלט זאל גיין פאר גוי'אישע זאכן גייט עס פאר תורה. אויך. אז די געלטער קומען פון די שטייערצאלער וואס זענען ערליכע אידן.

סאטמאר האלט אז מ'טאר נישט נעמען. ער האלט אנדערש.

קום שוין » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 4:11 pm

· #553622
Re: בעלזא זיכט התקרבות צום פלג מהרז''ל
איש את רעהו #
בעלזא איז מפרסם א נייעס אז קען זיין די פלג השני מסאטמאר גייט זיי שוין אויך מקרב זיין
זיי בויען א שיינע תורה


פון איד איז טאקע משמע אז ס'קומט א שלום
📎 IMG-20240307-WA0023.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 4:46 pm

· #553634
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
פון וואס האט דער איד מורא? אז זיי וועלן עס (ח"ו) ניצן אקעגן סאטמאר אדער ר' מענדעלע'ס חסידים.

ארץ ישראל איז נישט וויליאמסבורג. ווען אן אראבישער רוצח קומט אריין מיט געווער וועט נישט העלפן אויב מ'שרייט כאפצעם.

אויף ענגליש זאגט מען "קודאס". חזק ואמץ. נאר לערנטס עק אויס גוט צו שיסן פונקטליך אין ציל.!

ר' איד פונ'ם "איד". אויב איהר וועט אמאל (ח"ו) ה' ישמרנו דאווענען אין בעלזא און ס'וועט אריינקומען אן אראבישער רוצח וועט איהר זיך פרייען אז ס'זענען דא יונגעלייט וועלכע קענען איהם מסדר זיין אויפ'ן פלאץ.

אתרוגים » פרייטאג מערץ 8, 2024 1:05 am

· #553794
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
נחום הסופר #
היום #
נחום הסופר #
ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג
חוצפה׳דיג איז רעלאטיוו…


אויב איינער האלט זיך אזוי סאך העכער פון צווייטן, דאן זעהט ער יענעם אלץ מחוצף.
זאגן אז ויואל משה א 14'טע אני מאמין איז א חוצפה פון א יונגערמאנטשיק קעגן א בארימטן גדול בישראל, אבער וואס דארף מען רעדן, ער האט דאך שוין איבערגעבעטן דערויף

יא, כ'פארשטיי אויך זיין פוינט דערמיט, אבער נאך אלץ,
און פארוואס מיינסטו אז מיט די ווערטער האט ער געמיינט סאטמאר רבי?
האסט עס אויסגעהערט?
פאר ווער עס וויל פארשטיין פארשטייט זייער גוט אז ער רעדט פון סאטמארע יונגען וואס די גאנצע יודישקייט זייערע הייבט זיך אהן און ענדיגט זיך מיט די שיטה.
טאקע נישט גאנץ סאטמאר, און אוודאי נישט די סאטמאר רבי ז"ל.

אתרוגים » פרייטאג מערץ 8, 2024 1:07 am

· #553796
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
berlbalaguleh #
ער האט גארנישט געזאגט אזוי שלעכט. נאר סאטמאר האט געהאט א תירוץ פארוואס זיך אנצוטשעפען אויף איהם. כדי לקיים מה שנאמר...בל"ק ר"ת בעלז, .ליובאוויטש , קלויזנבורג

אויף וויזשניץ און אנדערע איז דא אנדערע ראשי תיבות.
סאטמאר איז שוין לאנג געווען אנגעטשעפעט אין בעלז, זייט תש"מ, די דרשה איז געווען תשמ"ב

אתרוגים » פרייטאג מערץ 8, 2024 1:21 am

· #553802
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
אתרוגים #
נחום הסופר #
היום #
נחום הסופר #
ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג
חוצפה׳דיג איז רעלאטיוו…


אויב איינער האלט זיך אזוי סאך העכער פון צווייטן, דאן זעהט ער יענעם אלץ מחוצף.
זאגן אז ויואל משה א 14'טע אני מאמין איז א חוצפה פון א יונגערמאנטשיק קעגן א בארימטן גדול בישראל, אבער וואס דארף מען רעדן, ער האט דאך שוין איבערגעבעטן דערויף

יא, כ'פארשטיי אויך זיין פוינט דערמיט, אבער נאך אלץ,
און פארוואס מיינסטו אז מיט די ווערטער האט ער געמיינט סאטמאר רבי?
האסט עס אויסגעהערט?
פאר ווער עס וויל פארשטיין פארשטייט זייער גוט אז ער רעדט פון סאטמארע יונגען וואס די גאנצע יודישקייט זייערע הייבט זיך אהן און ענדיגט זיך מיט די שיטה.
טאקע נישט גאנץ סאטמאר, און אוודאי נישט די סאטמאר רבי ז"ל.
כהאב אמאל געהערט א סאטמארע יונגערמאן מוחה זיין אויף א איזראעלי חרדישע קאפל, וואס האט גערעדט צווישן זיך עברית.
איך האב עס פארציילט פאר איינער ואס קען די סאטמארער יונגערמאן, זאגט מיר יענער אז די סאטמארער יונגערמאן איז א אפיקורס גמור און זיכט עס אפילו נישט צו באהאלטן, זעט זיך אויס אז די איינציגסטע זאך וואס ער גלייבט יא איז און די טומאת הציונות.
וואס מיינסטו? סאטמאר רבי ז"ל וועט איהם אקעגנקומען אויף יענער וועלט?
א פייג.
סאטמאר רב איז געווען א הייליגע יוד וואס האט חוץ פון מקיים זיין אלעס געהאט א שיטה אויף די ענין פון די מדינה,אבער נאר די שיטה? ח"ו.

איך קען איינער א סאטמערער או טי די, ער איז אמאל געפארן קיין א"י, נאכן צוריק קומען האט מען איהם געפרעגט ווי ער איז אלס געווען.
ער האט אראפ געלייגט מיטן גאנצן זאפט ווי ער איז אלס געווען, ווען איינער האט איהם געפרעגט צו ער איז געווען ביים כותל, האט געשריגן: פוי די כותל איז טמא!
שיין זעמער אויס. אזוי קוקט מען אויס ווען מען מאכט די עיקר די טפל און די טפל די עיקר.
סאטמאר רב האט שוין געוויינט אויף די צעהיצטע שקצים, טראבל און מעיקערס און בעלי מחלוקת בחייו.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 8, 2024 1:24 am

· #553803
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
אתרוגים: נאך פון א ביסל פריער. זייט ר' אהרון מ'בעלזא זי"ע האט אונטערגעשריבן דעם חוב קדוש אז ערליכע אידן זאללן גיין צו די בחירות.

נאר די היץ איז נישט אייביג געווען אזוי הויעך. אין שנת תשמ"א איז עס ארויף צו גאר הויכע שטאפלען מכח כמה סיבות.

איינס איז פשוט. אז סאטמאר האט זיך שוין לאנג נישט געריסן מיט קיינעם. און ס'איז געווארן א ביסל לאנגווייליג

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2024 1:28 am

· #553806
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
berlbalaguleh #
אתרוגים: נאך פון א ביסל פריער. זייט ר' אהרון מ'בעלזא זי"ע האט אונטערגעשריבן דעם חוב קדוש אז ערליכע אידן זאללן גיין צו די בחירות.

נאר די היץ איז נישט אייביג געווען אזוי הויעך. אין שנת תשמ"א איז עס ארויף צו גאר הויכע שטאפלען מכח כמה סיבות.

איינס איז פשוט. אז סאטמאר האט זיך שוין לאנג נישט געריסן מיט קיינעם. און ס'איז געווארן א ביסל לאנגווייליג
ס'איז טאקע באקאנט אז ווען אין סאטמאר האט אויסגעבראכן די מחלוקה צווישן מהר"א און מהר"יי האט די גאנצע וועלט אפגעאטעמט וואוסענדיג אז היות יעצט וועלן זיי שוין זיין פארנומען מיטן זיך קריגן צווישן זיך אליין וועלן זיי א יעדעם לאזן במנוחה.

איך אויך » פרייטאג מערץ 8, 2024 6:13 am

· #553830
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
וכלשון קדשו פון מרן מיארמא שליט"א "עס איז נאך קיינמאל נישט געווען קיין מחלוקת וואס האט געברענגט אזופיל שלום אויף די וועלט ווי די מחלוקת".

אינטערסאנטער » זונטאג מערץ 10, 2024 9:17 pm

· #554179
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
דער בעלזא'ר האט ליידער יא פערזענליך גערעדט אויף סאטמאר רב, און ער האט אים אראפגעריסן כאחד הריקים, כאילו זיין גאנצע ציל איז געווען ביליגע פאליטיק. און אויף די זאך איז קיינמאל נישט געקומען קיין חזרה זיך אויפצושטעלן ברבים און זאגן אז סאטמאר רב איז געווען כל כולו לשם שמים. דא https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=476893#p476893 האב איך געשריבן אביסל דערוועגן.
בלאט: 1 2 3