☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #68
בלאט: 1 2 3

ידען » זונטאג מאי 26, 2013 3:01 pm

· #118042
יעצט איז געקומען די צייט מיט תולדות א"י ?
📎 תא י.jpg

בעל הבית » זונטאג מאי 26, 2013 4:58 pm

· #118088
ווי עס זעט אויס איז תולדות אברהם יצחק רבי געקומען מיט זיין רעגין שטריימיל נישט צו שטארק אופרעגן די עדה

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 5:09 pm

· #118096

אויס מענטש » מאנטאג מאי 27, 2013 4:16 pm

· #118576
ווייסט איינער דא די מעשה וואס דער אדמו"ר ממבקשי אמונה א ברודער פאר די תודולותים רבי'ס פארציילט בשם סאטמאר רב אז דער בעלזער רב גייט זיין דער מנהיג לפני ביאת משיח

לעיקוואד » מאנטאג מאי 27, 2013 4:25 pm

· #118580
סקען זיין אז אמאל וועט איינע פון די אדמורי"ם כאפן אז די ריזיגע שטריימלאך מיט די בעקיטשעס און רעזשוולקעס איז פשוט פאני, אדער סנישטא קיין האפענונג?

גאלד » מאנטאג מאי 27, 2013 4:39 pm

· #118584
און זיך לאזן וואקסן לאנגע האר ביי די צוויי זייטן פון אויער און אפגאלן דאס איבריגע, איז יא דא האפענונג?

קינות גירושין » מאנטאג מאי 27, 2013 10:16 pm

· #118688
לעיקוואד
סקען זיין אז אמאל וועט איינע פון די אדמורי"ם כאפן אז די ריזיגע שטריימלאך מיט די בעקיטשעס און רעזשוולקעס איז פשוט פאני, אדער סנישטא קיין האפענונג?

לעקוואד וואס האסטו יעצט געכאפט אן אטאקע?
אגב איך וואלט גקענט באשטיין די זאלסט מיר פונקטלעך דיסקרייבען וויאזוי משה רבינו האט אויס געקוקט (נדב ואבוהו האט שוין סאטמער רב אויסגעמאלען בערך אזוי ווי רב קוק)

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 10:23 pm

· #118691
חיים שאהלסאהן זאגט אז ר'טויביה גייט צו א שבע ברכות

משגיח » דינסטאג מאי 28, 2013 10:50 am

· #118799
איך הער אז מהרא מסאטמאר האט געקאלט זאגן מזל טוב פארן בעלזא רבי שליטא

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 28, 2013 11:26 am

· #118810
משגיח
איך הער אז מהרא מסאטמאר האט געקאלט זאגן מזל טוב פארן בעלזא רבי שליטא

ס'מאכט סענץ. אזוי טוט מען ווען א שוואגער מאכט חתונה.

זר זהב » דינסטאג מאי 28, 2013 11:28 am

· #118811
אזוי? אקעי נעקסט טיים מיין שוואגער מאכט חתונה וועליך אים קאלן זאגן מזל טוב

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 28, 2013 11:33 am

· #118813
דיין פריש געווארענע רייכע שוואגער וואוינט דאך א גאס אוועק..

לעיקוואד » דינסטאג מאי 28, 2013 1:54 pm

· #118867
קינות גירושין
לעיקוואד
סקען זיין אז אמאל וועט איינע פון די אדמורי"ם כאפן אז די ריזיגע שטריימלאך מיט די בעקיטשעס און רעזשוולקעס איז פשוט פאני, אדער סנישטא קיין האפענונג?

לעקוואד וואס האסטו יעצט געכאפט אן אטאקע?
אגב איך וואלט גקענט באשטיין די זאלסט מיר פונקטלעך דיסקרייבען וויאזוי משה רבינו האט אויס געקוקט (נדב ואבוהו האט שוין סאטמער רב אויסגעמאלען בערך אזוי ווי רב קוק)

קיין שום אטאקע, סתם איך קוק אויף די בילדער ווי איינער איז מכבד דעם צוייטען מיט בגדים גרעסער ווי פיתום ורעמסס און איך וואונדער זיך אויב איך בין דער איינציגסטער צו וועם דאס קוקט פשוט אויס פאני.

משה רבינו האט אויסגעקוקט בערך אזויווי הרב קוק'ס חסידים. (אזוי טענה'ן זיי עניוועיס..)

smart » דינסטאג מאי 28, 2013 5:22 pm

· #118985
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=6_K8XXYSvbE&feature=player_embedded">https://www.youtube.com/watch?v=6_K8XXY ... r_embedded</a>

וער איז דער איד? כהאב נישט געוויסט מיר פארמאגען נאך היינט אזעלעכע!!

זר זהב » דינסטאג מאי 28, 2013 5:23 pm

· #118986
He is a cute nutjob

למדן » דינסטאג מאי 28, 2013 6:34 pm

· #119025
כ' קענישט דעם יונגערמאן אבער משוגעים האמער גענוג

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 28, 2013 6:47 pm

· #119027
א באוואוסטער זיסער משוגע'נער...

ענן כבד » דינסטאג מאי 28, 2013 6:51 pm

· #119031
ער איז דאך שטאטס משיגענער אין ק"י, נא וויאזוי הייסטער שוין, קאהן? מאיר יענקל?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 29, 2013 2:09 am

· #119161
ישעי' יאנקל, טאקע א זיסער משוגענער...

משגיח » מאנטאג יוני 3, 2013 11:59 am

· #120730
נאך 33 יאר וואר קאלובע רבי האט אונטערגעשריבן קעגן בעלז איר ער אים געגאנגען באזוכן
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/228623">http://www.jdn.co.il/news/228623</a>

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 3, 2013 2:19 pm

· #120775
כל הכבוד פאר די לעצטע תלמיד בעש"ט הק'.
לדעתי שטייט וויליאמסבורג אין זיין זכות. וועמענס דען?

יצמחפרקני » מאנטאג יוני 3, 2013 4:14 pm

· #120807
קאווע טרינקער
לדעתי שטייט וויליאמסבורג אין זיין זכות. וועמענס דען?


זיכער אזוי ער איז דאך בעל הבית דערויף

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 3, 2013 10:39 pm

· #120955
א רב טאר נישט זיין קיין עושר?
מיין תורה זאגט "גדלהו משל אחיו".

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 12, 2013 9:19 am

· #124274
כ'הער אז דער מונקאטשער רב האט געשיקט אן איבערבעטען בריוו צום בעלזא רב.
איינער ווייסט עפעס מער?

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך פעברואר 19, 2014 6:48 pm

· #184969
וואס מיינט דאס?

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 19, 2014 7:02 pm

· #184975
התם ומתמם עם תמימים
וואס מיינט דאס?

איך אלייינס בין נישט קלאר אבער נאכען הערען א אינטערוויא מיט מומחים אויף קאלל מעוואסער זאגען זיי אזוי (אביסעלע קאמפלעצירט)
דאס איז א סארט מאטריאל וואס הייסט "פאפיר"
זיי האבען ארויף געזעצט דערויף ווערטער וואס ליינט זיך אין לשון הקודש א בענטשינג פון א "ברוך הבא" אזא באגריסונג פאר א גאסט וואס מען פריידט זיך מיט זיין קימען
עפעס אזוי געבען די יודעי דבר איבער
העי העי, איין מיניט
יא, ער זאגט אויך אז די בעלזע חסידים האבען זיך פארליבט און דער רב'ס שוואגער דער סאטמארע רבי ווייל ער האט געגעבען א מקום אכסני' פאר די בעלזע בחורים פאר א שבת התוועדות וואס זיי האבען אפגעראכטען אין קרית יואל, אן דעם וואס ער זאל בעטען געלט פאר די אכסני' דעריבער זענען זיי זייער פארליבט

האסט פארשטאנען אדער נישט?

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:00 pm

· #184987
קאווע טרינקער
חיים שאהלסאהן זאגט אז ר'טויביה גייט צו א שבע ברכות

אבער ווי ס'זעהט אויס האט ער זיך לעצטנס זייער שטארק אנגעשטרענגט צו מאכן זיינע פיאות צופלויגן און צו-לאטשעט. ראה תמונות עם כ"ק האדמור מהר"א שליט"א. 🙄 😂 😠 😛 😳 😢 😮

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:02 pm

· #184988
אויס מענטש
ווייסט איינער דא די מעשה וואס דער אדמו"ר ממבקשי אמונה א ברודער פאר די תודולותים רבי'ס פארציילט בשם סאטמאר רב אז דער בעלזער רב גייט זיין דער מנהיג לפני ביאת משיח

דער אדמו"ר ממבקשי אמונה איז נאך דאמאלס געוועין אין חיתולים (פעמפערס, בלע"ז). אדער נאך אפילו נישט געבוירן.... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😮

דריידל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:32 pm

· #184999
סאמטינג פישי. איך פארשטיי אז עס איז דא א אפיציעלן שלום און מ'מעג זיך טרעפן פון צייט צי צייט, אבער דאס צעטל איז ארויס פון די גבולים.
ס'יז מסתבר אז די בעלזא זענען נאכנישט ציפרידן מיט'ן ווערן באשריבן אין בלאט ווי אלעד אדערע חסידות. ווער עס איז באקאנט ווייסט אז די בעלזער חסידים האלטן אז זיי זענען עפעס מער ווי אדערע בלויז פארן טראגן דעם נאמען. ווי זיי דריקן זיך כסדר אויס "כבוד בית בעלז".
און דאס איז וואס זיי האפן וועט געשעהן דורך זיך חנפענען צו סאטמאר מהר"א. זיי ערווארטן צו ווערן באהאנדלט מיט אויסערגעווענטליכע רעספעקט

פיינע קאווע » מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:02 pm

· #185009
ווערי פישי? הו קערס וואס א צעטיל מאכער האט געשריבן. קיינער פון די אדמורי"ם ווייסען נישט אז דער צעטיל וואס הענגט לעבן ביה"כ אין בעלז עקזעסטירט.

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:56 am

· #185063
איך גלייב זיי ווייסען יא, ווייל ס'קומט פון די מחנה חרדי פון בעלזא.

ברוך שאמר » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:35 am

· #185084
טעפל
איך גלייב זיי ווייסען יא, ווייל ס'קומט פון די מחנה חרדי פון בעלזא.

דעס מיינט אז די בעלז -סאקמערע מחלוקא איז אווער ענד גאן ענד איטס זאסט היסטערי וואן דאן ענד מאר טאא גא בעז"ה 😛

שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:41 am

· #185085
דריידל
סאמטינג פישי. איך פארשטיי אז עס איז דא א אפיציעלן שלום און מ'מעג זיך טרעפן פון צייט צי צייט, אבער דאס צעטל איז ארויס פון די גבולים.
ס'יז מסתבר אז די בעלזא זענען נאכנישט ציפרידן מיט'ן ווערן באשריבן אין בלאט ווי אלעד אדערע חסידות. ווער עס איז באקאנט ווייסט אז די בעלזער חסידים האלטן אז זיי זענען עפעס מער ווי אדערע בלויז פארן טראגן דעם נאמען. ווי זיי דריקן זיך כסדר אויס "כבוד בית בעלז".
און דאס איז וואס זיי האפן וועט געשעהן דורך זיך חנפענען צו סאטמאר מהר"א. זיי ערווארטן צו ווערן באהאנדלט מיט אויסערגעווענטליכע רעספעקט

ס'וועט זיי גארנישט העלפן, און ס'איז לכאורה אויך נישטא ווי זיי זאלן ווערן עפעס בעסער באהאנדלט
לו יצויר דער בעלזער וועט קומען קיין אמעריקא וועט ער באקומען די זעלבע אויפנאמע ווי דער שוואגער האדמו"ר מוויזניץ

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:03 am

· #185119
געהערט פריער זאגן אז אויף דער בקשה פין דער גאב''ד ירושלים גייט דער סאטמערע רבי נישט באזוכן דאסמאל דער שוואגער דער בעלזע

איך ווייס נישט אויב עס איז קראנט אבער דערווייל האט ער זיך נאכנישט געטראפן מיט איהם..

פיינע קאווע » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:08 am

· #185122
דער גאב"ד וואלט קיינמאל אזוינס נישט געבעטן. און דער רבי וואלט אים קיינמאל נישט געהארכט נישט צו באזיכען זיין שוואגער. זיי נישט אזא תמים.

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:20 am

· #185124
וואס זאל איך טוהן אז איך בין יא אזא תמים..

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:31 am

· #185129
פיינע קאווע
דער גאב"ד וואלט קיינמאל אזוינס נישט געבעטן. און דער רבי וואלט אים קיינמאל נישט געהארכט נישט צו באזיכען זיין שוואגער. זיי נישט אזא תמים.


אויב דער גאב"ד האט געבעטן אז ער זאל נישט גיין, וועט ער אוודאי פאלגן און נישט גיין, אלס'ן כבוד פון גאב"ד.
אבער אזוי ווי עס גלייבט זיך נישט אז דער גאב"ד זאל עס בעטן, ממילא שטעלט זיך אויפן שכל אז ער וועט מסתם יא גיין באזוכן.

אויס מענטש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 12:44 pm

· #185138
אזא פנים טראגן רוב מעשיות
כמיין דער גאב"ד האט שוין נישט קיין דאגות אויפן קאפ נאר צו מהר"א זאל יא גיין באזוכן דעם בעלזער און אנהאלטן עפעס אן אור אלטע פייט צו נישט ?
מהר"א האט דאך שוין שלום געמאכט איינמאל וואס וועט שוין מאכן א חילוק נאך א באזוך.
ווען ער בעהט אים ער זאל נישט גיין באזוכן הרב שטערנברוך וואלט שוין געמאכט מער סענס.

און ופונקטליך ווען האט אים דער גאב"ד דאס געבעטן? בשעת דעם באזוך ? איז דאך יעדער דארט געווען און קיינער האט נישט געהערט

עמיר מוזן עס אוועק לייגן אין אשכול פון מעשיות וואס זענען נישט מתקבל על הדעת

גם כי אלך » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:18 pm

· #185144
טיטאניק
התם ומתמם עם תמימים
וואס מיינט דאס?

איך אלייינס בין נישט קלאר אבער נאכען הערען א אינטערוויא מיט מומחים אויף קאלל מעוואסער זאגען זיי אזוי (אביסעלע קאמפלעצירט)
דאס איז א סארט מאטריאל וואס הייסט "פאפיר"
זיי האבען ארויף געזעצט דערויף ווערטער וואס ליינט זיך אין לשון הקודש א בענטשינג פון א "ברוך הבא" אזא באגריסונג פאר א גאסט וואס מען פריידט זיך מיט זיין קימען
עפעס אזוי געבען די יודעי דבר איבער
העי העי, איין מיניט
יא, ער זאגט אויך אז די בעלזע חסידים האבען זיך פארליבט און דער רב'ס שוואגער דער סאטמארע רבי ווייל ער האט געגעבען א מקום אכסני' פאר די בעלזע בחורים פאר א שבת התוועדות וואס זיי האבען אפגעראכטען אין קרית יואל, אן דעם וואס ער זאל בעטען געלט פאר די אכסני' דעריבער זענען זיי זייער פארליבט

האסט פארשטאנען אדער נישט?



דאס איז געווען געדריקט אין די "מחנה החרדי" נעכטן מיטוואך. א היסטארישע ווענדפונקט לכל הדעות.

פיינע קאווע » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:34 pm

· #185149
לדעתי. נאכן מחילה בעטן ביים ציון פון רבי'ן ז"ל איז גארנישט היסטאריש. סיז פונקט ווי כולל שומרי החומות לייגט אריין א צדיק בא לעיר פאר יעדן רבי'לע

פלעין יודיש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:32 pm

· #191570
📎 1.jpg

מ גפני » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:56 pm

· #191580
די שמועס איז וועגן אברהם סלונים?

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:54 pm

· #191596
ווער איז דער אנדערע?

מ גפני » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:21 pm

· #191617
איך אויך
ווער איז דער אנדערע?

הרה"ח ר' אליעזר קעסטענבוים נ"י, שוין געהערט דעם נאמען אמאל?

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:26 pm

· #191622
א שאד אז דער וועטנשטיין ע''ה לעבט שוין נישט ,ער פלעגט זיך דרייען אין ראדני און צוריקומען צו ר' שמעון וואלף פארציילן ווי לעזער לאכט אפ פון עם.

הדד בן בדד » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:31 pm

· #191624
אין וועלכען שול איז דער שמועס, ראדני אפשר? איך זעה דארט אין די בעק א ווינער איד וועלכער וואוינט דארט אויף ראדני

מילכיג » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:24 pm

· #240414
..און ס'נאך דא איינער וואס טראכט אז דע בעלזער רב האט "איבערגעבעטן" סאטמארע רבי??
ווער ס'קען אביסל בעלזער רב ווייסט אז דאס איז "נישט מעגליך".
"קיינער" האט נישט געהערט וואס שמעון וואלף האט געזאגט פאר'ן רבי'ן דארט אויפ'ן ציון.

איש את רעהו » דינסטאג יוני 23, 2015 9:41 pm

· #284740
בעלזא זיכט התקרבות צום פלג מהרז''ל
בעלזא איז מפרסם א נייעס אז קען זיין די פלג השני מסאטמאר גייט זיי שוין אויך מקרב זיין
זיי בויען א שיינע תורה

אתמול (שני) נערכה שמחת שבע הברכות לבנו של הנגיד שלמה איגל. האירוע שנערך בניו יורק, היה עוד אחד מימי השמחה בביתו של הנגיד שתורם למוסדות תורה רבים, ואולם סרטון שהגיע לאתר לדעת, מלמד כי לא מדובר בעוד אירוע, אלא במשהו שאולי יכול ללמד על סוג של התקרבות בין חסידות בעלזא, לבין הפלג בסאטמר אותו מוביל האדמו"ר רבי לזמן לייב שליט"א.

את הביטוי לכך ניתן לראות מהריקוד המשותף עם גבאי האדמו"ר מבעלזא, הרב אליעזר וינד, השוהה בימים אלו בניו יורק, ושהגיע במיוחד לשמחת השבע ברכות. הרב וינד הוזמן באופן אישי לבוא ולרקוד במעגל של האדמו"ר, מה שכאמור יכול אולי לבטא את ניסיון ההתקרבות.

איש את רעהו » דינסטאג יוני 23, 2015 10:21 pm

· #284754
צוביסלעך קומט ער שוין צו מהרז''ל
שרגא
איך זע אן ארטיקל אין הארץ[eud-between-two-ultra-orthodox-dynasties-is-quietly-resolved-1.416285)[/size] איבער דעם לעצטיגן אזויגערופענעם שלום צווישן סאטמאר און בעלז, אדער ריכטיגער, צווישן די צוויי רבי'ס.
אין דעם לעצטן פאראגראף שרייבט ער:
"In the next few years there will be two or three weddings of his grandsons," the Belzer Rebbe's confidants say. "He will hold huge events, and he will ensure that everyone has a place on the platforms of honor - from the Zionist Rabbi Druckman to the anti-Zionist Satmar Rebbe. He will want to seat a vast gallery of people there, and be the strong head man who sits in the middle."
מיינט איר אז דאס גייט טאקע געשען?

אינאיינוועגס, וואס קלערט איר וועט זיין דער ענדע: וועט מהרז"ל מסאטמאר עווענטועל אויך טון דעם שלום, אדער נישט? אויב נישט, ווייל ער איז מער דערקעגן ווי מהר"א מסאטמאר, אדער ענדערש ווייל אסאך פון זיינע חסידים וועלן זיין ברוגז און דאס נישט צולאזן?

.

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 23, 2015 11:09 pm

· #284768
הדד בן בדד
אין וועלכען שול איז דער שמועס, ראדני אפשר? איך זעה דארט אין די בעק א ווינער איד וועלכער וואוינט דארט אויף ראדני

אין קערעסטיר, מיאמי
בלאט: 1 2 3