☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען

נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען

134 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6574
בלאט: 1 2 3

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 2, 2020 5:59 pm

· #455760
דריידל
א נאמען וואס איז נישט פארשטענדליך פאר דיר קען זיין פארשטענדליך אין א שפראך וואס די קענסט נישט

איך קען א משפחה וועלכע רופן זיך ..."קונצלינגער"...דאס איז א יעקישער נאמען. מסתמא מיינט דאס א קונצן מאכער. וואס דער עלטער זיידע איז אפשר אמאל געווען.

אבער ווען מ'שרייבט אראפ דעם נאמען אויף ענגליש (און ווען מ'זאגט עס ארויס) איז עס שרעקליך. (איך ווילל עס אפילו נישט מפרש זיין און ארויסשרייבן. והיון מבין.).

די משפחה האט עס טאקע א ביסל משנה געווען...! זיי שרייבן עס...Kunstlinger...!

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 2, 2020 6:29 pm

· #455766
דעת: איך גיי דיך נישט אויסלערנען סלענג ענגליש. נאר אפשר ביסטו גאר א תמימות'דיגער איד. דאמאלס האביך נישט גערעדט צו דיר...!

חכמה גדולה » זונטאג אוגוסט 2, 2020 7:27 pm

· #455778
און וואס איז מיט די משפחה נאמען 'שמוטץ'? א משפחה אין א"י.

און וואס איז מיט א פרוי (לעבט שוין נישט) וואס האט געהייסן גרינע, און למעה"ש האט איר טאטע איר נישט געטראפן אן אנדער חתן ווי איינער מיט'ן משפחה נאמען 'צווייבל?

כ'געדענק נאך די גרויסע לויה צעטלעך אין ירושלים 'גרינא צוויבל'!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2020 7:47 pm

· #455783
berlbalaguleh
דריידל
א נאמען וואס איז נישט פארשטענדליך פאר דיר קען זיין פארשטענדליך אין א שפראך וואס די קענסט נישט

איך קען א משפחה וועלכע רופן זיך ..."קונצלינגער"...דאס איז א יעקישער נאמען. מסתמא מיינט דאס א קונצן מאכער. וואס דער עלטער זיידע איז אפשר אמאל געווען.

אבער ווען מ'שרייבט אראפ דעם נאמען אויף ענגליש (און ווען מ'זאגט עס ארויס) איז עס שרעקליך. (איך ווילל עס אפילו נישט מפרש זיין און ארויסשרייבן. והיון מבין.).

די משפחה האט עס טאקע א ביסל משנה געווען...! זיי שרייבן עס...Kunstlinger...!

דער נאמן איז א משפחה אין לעיקוואד, משפ Kunstlinger

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 2, 2020 9:11 pm

· #455798
ליטוואק: מסתמא איז דער יונגערמאן פון אט די משפחה. זיי האבן עס טאקע שוין א ביסל משנה געווען. ווייל איך געדענק ווען דער יונגל/יונגערמאן איז געגאנגען אויף מיין באס האט מען זיי גערופן אריגינאל. פשוטו כמשמעו...!

עמון » זונטאג אוגוסט 2, 2020 9:20 pm

· #455799
ס'געווען א יוד וואס האט געהייסן בנימין קלאץ
זיין זון האט זיך געשעמט דערמיט, האט ער זיך גערופן 'קלאט'
ווי דראמאטיש\קאמיש דאס הערט זיך, אז נעבעך דער זון איז אוועק פון א 'בלאד-קלאט' ה''י.

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 2, 2020 9:53 pm

· #455803
סדא אמשפחה נאמען נפחה

א חסיד פון ווילנא » זונטאג אוגוסט 2, 2020 10:43 pm

· #455807
Re: נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען
די נאמען טווערסקי איז פארבינדן מיט א מעשה פון ר׳ מאטעלע טשערנאבלער זי"ע וועלעכער פלעגט אייביג קאכן מיט אר"י, ווען מ׳ איז אים געקומען פרעגן וואספארא נאמען ער וויל איז ער געווען פארקאכט אין טבריה, האבן זיי פארשטאנען טווערסקי
דער ישמח משה זי"ע האט געהייסן שיף, געטוישט צו טייטעלבוים אלץ צדיק כתמר יפרח
ר׳ ישראל שיף רה"ק אין סאטמאר מהר"א מאנסי האט געמאכט א נייע ביהמ"ד אין די אומגעגעגנט האט ער עס גערופן "ישמח משה" ווען מהר"א האט אים געפרעגט פארוואס פונקט די נאמען, האט ער געזאגט אז עס איז א זכר פאר אים אויך ווייל דער יש"מ האט קודם געהייסן שיף

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

כרם זית » זונטאג אוגוסט 2, 2020 11:01 pm

· #455810
קומט אויס איז די שיף שול איז לזכר נשמת דער ישמח משה.

בוטן » זונטאג אוגוסט 2, 2020 11:29 pm

· #455811
אז מ'רעדט שוין, וואס איז דאס די נאמען 'פארקאש'?

ישן מלא חדש » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 12:55 am

· #455819
Re: נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען
אונזער גרויסער פרעזידענט הרב דניאל דראמף.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/DnpO_RTSNmQ">https://youtu.be/DnpO_RTSNmQ</a>

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 1:54 am

· #455820
בוטן
אז מ'רעדט שוין, וואס איז דאס די נאמען 'פארקאש'?

בוטן: פארקאש אין אונגאריש הייסט ..."וואלף"...!

קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 2:03 am

· #455821
כרם זית
קומט אויס איז די שיף שול איז לזכר נשמת דער ישמח משה.

אפשר איז דאס געווען ליפא'ס כוונה

cictim » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 6:10 am

· #455826
אינדערהיים איז געווען א נאמען "שלעכטער", מ'זאגט אז ווער ס'האט נישט באצאלט האט מען געגעבען "שלעכטע" נעמען.

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 8:59 am

· #455832
אין תימן איז דא א באקאנטע לעצטע נאמען ''קורח''.

בוטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 10:18 am

· #455837
ס'געווען א יוד נאכן קריג, מיט'ן נאמען - חיים טוׂיטער

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 4:31 pm

· #455852
א חסיד פון ווילנא
די נאמען טווערסקי איז פארבינדן מיט א מעשה פון ר׳ מאטעלע טשערנאבלער זי"ע וועלעכער פלעגט אייביג קאכן מיט אר"י, ווען מ׳ איז אים געקומען פרעגן וואספארא נאמען ער וויל איז ער געווען פארקאכט אין טבריה, האבן זיי פארשטאנען טווערסקי
דער ישמח משה זי"ע האט געהייסן שיף, געטוישט צו טייטעלבוים אלץ צדיק כתמר יפרח


ער וואלט פונקט אזוי זיך געקענט א נאמען געבן טענענבוים אלץ כארז בלבנון ישגה? (קען זיין צווישן די צוויי איז עס בבחינת חיים אדער משה שטינקאוויטש...)
אגב, טעיקס א לאט אףף גאטס צו פילן באקוועם זיך צו א נאמען געבן טייטלבוים צוליב צדיק כתמר יפרח
כ'קלער זיך צו רופן בהמה צוליב יודע צדיק נפש בהמתו

בוטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 4:46 pm

· #455854
דער בארדיטשובער רב זי''ע האט זיך גערופן 'דערבארעמדיגער', אויך ווייל ווען מ'האט עהם געפרעגט א נאמען פאר'ן משפחה, האט ער געזאגט; אוי דער דערבארימדיגער פאטער...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 4:48 pm

· #455855
דאס איז באמת די אלטע שאלה, ווען דער ישמח משה וואלט געהייסן מויזקאפ, וואס וואלט מען געמאלן אויף די חתונה אינוויטעישענס פון די צדיקים לבית סיגוט\סאטמאר?

בוטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 5:32 pm

· #455868
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז באמת די אלטע שאלה, ווען דער ישמח משה וואלט געהייסן מויזקאפ, וואס וואלט מען געמאלן אויף די חתונה אינוויטעישענס פון די צדיקים לבית סיגוט\סאטמאר?

און וואס וואלט מען געלייגט אויפ'ן פרוכת? און וויאזוי וואלט געהייסן די נייע ישוב - קרית עכברים? און אנשטאט שיחת דקלים - שיחת עכברושים

יודישע שרייבער » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 9:47 pm

· #455896
בוטן
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז באמת די אלטע שאלה, ווען דער ישמח משה וואלט געהייסן מויזקאפ, וואס וואלט מען געמאלן אויף די חתונה אינוויטעישענס פון די צדיקים לבית סיגוט\סאטמאר?

און וואס וואלט מען געלייגט אויפ'ן פרוכת? און וויאזוי וואלט געהייסן די נייע ישוב - קרית עכברים? און אנשטאט שיחת דקלים - שיחת עכברושים

שוין גערעדט דערפון

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 12:58 pm

· #455952
א חסיד פון ווילנא
די נאמען טווערסקי איז פארבינדן מיט א מעשה פון ר׳ מאטעלע טשערנאבלער זי"ע וועלעכער פלעגט אייביג קאכן מיט אר"י, ווען מ׳ איז אים געקומען פרעגן וואספארא נאמען ער וויל איז ער געווען פארקאכט אין טבריה, האבן זיי פארשטאנען טווערסקי
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk


קאכן, פארקאכט... אויב ער האט זיך שוין יא געטראפן אין קאך וואלט ער זיך געקענט רופן 'קעכער'...

א מעשיגענער דוד טווערסקי שפראך

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 1:35 pm

· #455954
דולה ומשקה
א חסיד פון ווילנא
די נאמען טווערסקי איז פארבינדן מיט א מעשה פון ר׳ מאטעלע טשערנאבלער זי"ע וועלעכער פלעגט אייביג קאכן מיט אר"י, ווען מ׳ איז אים געקומען פרעגן וואספארא נאמען ער וויל איז ער געווען פארקאכט אין טבריה, האבן זיי פארשטאנען טווערסקי
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk


קאכן, פארקאכט... אויב ער האט זיך שוין יא געטראפן אין קאך וואלט ער זיך געקענט רופן 'קעכער'...

א מעשיגענער דוד טווערסקי שפראך


און דער גאס אין מאסקווע וואס הייסט טווערסקאיע איז אויך נאך טבריה?

בוטן » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 3:27 pm

· #455961
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט, די גמרא זאגט דאך אויף ר' יצחק נפחא אז דערפאר האט ער אזוי געהייסן.
נאר ביי אונז איז געווען איינער וואס האט זיך געפליקט די בארד, און איינער האט עהם א נאמען געגעבן אברהם קרחה.

נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 3:36 pm

· #455963
בוטן
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט, די גמרא זאגט דאך אויף ר' יצחק נפחא אז דערפאר האט ער אזוי געהייסן.
נאר ביי אונז איז געווען איינער וואס האט זיך געפליקט די בארד, און איינער האט עהם א נאמען געגעבן אברהם קרחה.

ביינונז איז געווען א איד ר' לייזער וואס איז געגאנגען מיט א מאכנובקער בארד. גערופן האט מען אים ר' אליעזר דמילה.

בוטן » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 3:52 pm

· #455966
ס'איז א וואונדער פארוואס מענטשן ווייגערן זיך צו טוישן דאס לעצטע נאמען. ס'וואלט נישט געדארפט זיין אזא אישו

עמון » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 4:02 pm

· #455967
📎 download.jpg

מנחם ציון » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 4:14 pm

· #455971
נהורא נפישא
בוטן
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט, די גמרא זאגט דאך אויף ר' יצחק נפחא אז דערפאר האט ער אזוי געהייסן.
נאר ביי אונז איז געווען איינער וואס האט זיך געפליקט די בארד, און איינער האט עהם א נאמען געגעבן אברהם קרחה.

ביינונז איז געווען א איד ר' לייזער וואס איז געגאנגען מיט א מאכנובקער בארד. גערופן האט מען אים ר' אליעזר דמילה.

פלצתי בשחוק 😂 😂

תפארת » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 6:11 pm

· #455974
בוטן
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט, די גמרא זאגט דאך אויף ר' יצחק נפחא אז דערפאר האט ער אזוי געהייסן.
נאר ביי אונז איז געווען איינער וואס האט זיך געפליקט די בארד, און איינער האט עהם א נאמען געגעבן אברהם קרחה.

נפחה קאן מיינען נאך עפעס... (ס' דא מענטשען וואס איז ראוי זיי אזוי צורופען)

בוטן » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 6:33 pm

· #455976
תפארת
בוטן
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט, די גמרא זאגט דאך אויף ר' יצחק נפחא אז דערפאר האט ער אזוי געהייסן.
נאר ביי אונז איז געווען איינער וואס האט זיך געפליקט די בארד, און איינער האט עהם א נאמען געגעבן אברהם קרחה.

נפחה קאן מיינען נאך עפעס... (ס' דא מענטשען וואס איז ראוי זיי אזוי צורופען)

דווקא איז דא א פשט אויף ר' יצחק נפחא, אז ער איז געווען שיין, און אלץ עין הרע צו וואס, האט מען עהם גערופן אזא נאמען.

כרם זית » מיטוואך אקטאבער 12, 2022 4:26 pm

· #510166
Re: נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען
ר' יצחק ''בלאזער'' איז געריפן געווארן דורך דער משכיל יל''ג ר' יצחק ''נפחא''.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 12, 2022 11:52 pm

· #510176
[ציטאט אראפגענומען]
דעת: איך האב עס דיר געוואלט מפרש זיין. נאר דער מנהל אדער זיין פראגראם גייט עס זיכער מעקן.

וואלווי » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2022 12:02 am

· #510177
berlbalaguleh
איך האב עס דיר געוואלט מפרש זיין. נאר דער מנהל אדער זיין פראגראם גייט עס זיכער מעקן.
מיט רעכט...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2022 12:14 am

· #510180
וואלווי: אבי דו פארשטייסט. דאמאלס האביך נישט גערעדט צו דיר.
בלאט: 1 2 3