☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען

נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען

134 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6574
בלאט: 1 2 3

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 10, 2014 2:36 pm

· #205216
שמעקעדיג
אין עליזאבעט ניו ג'רסי האט געדינט א שטיק צייט אלס רב דער גרויסער גאון ועסקן הרב פנחס מרדכי טייץ ז"ל. וואס דארף דער נאמען צו מיינען?

איז @סקאטש טעיפ אראונד?

אשפ"ג!!!!!!!
איינער שיקט מיר יעצט אין אישי אז ווען הרב פאם ז"ל וואלט זיך משדך געווען מיט הרב טייץ ז"ל וואלט געבוירן פאלם טייץ...... 😂 😂 😂

מאטי » דינסטאג יוני 10, 2014 2:57 pm

· #205231
שמעקע דיג (הגה וצריך לדחוק הג' של דיג וד"ל)

מנשה לוסטיג » דינסטאג יוני 10, 2014 4:46 pm

· #205299
הדד בן בדד
מנשה לוסטיג
פארקאש, קלאץ, פארצגאנג, אלטמאן, טויטער, פייערווערגער.


קלאץ, האלב פון די נעמען וואס דו האסט דא אויסגערעכנט זענען נישט דא. קלאץ און טויטער זענען נישט דא, און אן אנדערע האסטו געטוישט אן אות עס צו מאכן אזוי

פארוואס זאגסטו דאס קעגן מיר, איך האב געקענט מענטשן מיט די נאמען, און פאר די שרייבסט א זאץ, ניץ דיין שכל 'וויפיל דו קענסט', צו דו שרייבסט א מענטשליכע דעה.
אגב, איך האב באשריבן וועגן ר' בנימין קלאץ ע''ה און זיין זון און אייניקלעך, אין מיין לעבנס באגראפיע 'דאס אנהייב פון מיין לעבן'.
און טויטער איז אויך געווען א נאמען, אבער יענער האט עס פאר צוואנציג יאר צוריק געטוישט, טאקע צוליב בושה.
און ס'פעלט נישט קיין מאדנע פאמיליע נעמען, וואס לכאורה האבן אזעלכע אבות משפחה ווי מיין פארשטייער הדד, דאס גע'ירש'נט די דורות לדיראון.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 11, 2014 12:48 am

· #205426
פאסטען

ביבער » מיטוואך יוני 11, 2014 1:03 am

· #205427
לעמאן דזשוס

דריידל » מיטוואך יוני 11, 2014 1:06 am

· #205430
מאטי
שמעקע דיג (הגה וצריך לדחוק הג' של דיג וד"ל)


אין וויליאמסבורג איז דא דאקטאר דיק.

petergrifin » מיטוואך יוני 11, 2014 1:22 am

· #205434
שמעקעדיג
דריידל
איך קען איינער וואס זיין לעצטע נאמען איז קנאבל און אויף ענגליש רופט ער זיך Nobel מיט א " silent "k

און די משפחה קנאבלאך? שרייבט מען אויך אין ענגליש נאבלעך?...


איך האב געהאט אין מײן קלאס א קנאבלעך און דער ענגליש טיטשער פלעגט איהם טאקע רופן
נאבלאק (Nub-lock)..

הדד בן בדד » מיטוואך יוני 11, 2014 1:52 am

· #205439
דריידל
מאטי
שמעקע דיג (הגה וצריך לדחוק הג' של דיג וד"ל)


אין וויליאמסבורג איז דא דאקטאר דיק.


איך קען א רב מיט דעם נאמען. ווי געפעלט אייך דאס הרב דיק.

און וואס איז מיט אזא נאמען ווי קאצנעלנבויגן, אדער בוימוואלשפינער.

אין קווינס וואוינט א איד וואס הייסט פרעדמאן, ער זאגט אז מען האט זייער זיידן געגעבן דעם נאמען פערדמאן אבער ער האט עס געטוישט אויף פרעדמאן.

לאליפאפ » מיטוואך יוני 11, 2014 5:28 am

· #205453
מיילע דיק הער איך נאך, אבער פון געיפען (גפן) וואלט איך דעפיניטלי געטוישט...

מ גפני » מיטוואך יוני 11, 2014 8:56 am

· #205461
זאג "געפען" מיט א שוא, ווער הייסט דיר זאגן "געי"פען מיט א סגול??

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 11, 2014 9:45 am

· #205465
אסאך גפן'ס האבן זיך טאקע געטוישט און רופן זיך וויינשטאק

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יוני 11, 2014 11:32 am

· #205482
אין וואס איז מיט'ן אלעם באקאנטען... ר' חיים שטינקאוויטש ?
מיין זיידע האט געהאט א שכן ר' יודל יאפאקלאפאף.

אויב מען רעדט פון נעמען א בעסערע קשי' איז פארוואס איז דא מענטשען וואס פראבירן צו מאכען זייער נאמען אביסעל מער אידיש מיטן טוישן אויף לשון קודש.

קליין ווערט קטן
וויינגארטן ווערט גפן
גארארי ווערט גור ארי'

און נאך אסאך. מיין משגיח אין ישיבה האט געהייסען פרידמאן אבער דאס איז איהם נישט געווען געניג בכבוד'דיג פלעגט ער זיך רופן הרב איש השלום... (איטערעסאנט ווייל למעשה איז ער געווען א רשע און א בעל מחלוקת)

עוד מישהו » מיטוואך יוני 11, 2014 11:39 am

· #205485
ציבעלע-קיגל

אויב מען רעדט פון נעמען א בעסערע קשי' איז פארוואס איז דא מענטשען וואס פראבירן צו מאכען זייער נאמען אביסעל מער אידיש מיטן טוישן אויף לשון קודש.

קליין ווערט קטן
וויינגארטן ווערט גפן
גארארי ווערט גור ארי'


קטן וואלט נאך גוט געווען. איך קען איינער, וואס לעצטנס איז אים אריין א זשוק אין קאפ און ער רופט זיך "הקטן", ס'איז אבסורד אז ער רופט זיך מיט אזא נאמען, אבער לכאורה איז עס בלשון סגי נהור.

אגב די חתם סופר האט געהייסן "שרייבער" ווי אויך זיינע קינדער און אייניקלעך, אבער אויף די וועלט איז ער באוואוסט מיטן נאמען סופר.

יין שרף » מיטוואך יוני 11, 2014 12:02 pm

· #205493
און וואס זאגט איר צו אזא נאמען ווי לאברעכט?
וויאזוי הייסט איר? משה לאברעכט! ווואס? ווי ברעכט משה'לע...? ניין איך הייס משה, לאברעכט. יא לאברעכט.
(א מעשה שהיה)

ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 11, 2014 12:03 pm

· #205494
דו דערמאנסט מיר פון א נאמען באריכטה

יין שרף » מיטוואך יוני 11, 2014 12:04 pm

· #205495
געווען א טייערע איד פון שטעטל פישפיקלאדיין, מען האט אים גערופן ר' יענקל פישפיקלאדיינער...

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:12 am

· #205680
אינטרעסאנט אז קיינער האט נאך נישט דא דערמאנט דעם נאמען 'מויזקאפ' וואס לכאורה מיינט דאס א קאפ פון א מייז בבחינת שנהיה לראש עכבר רח"ל.

גא-ט אין הימל וואס האט דער עלטער זיידע געטראכט ווען ער האט געוועלט דעם נאמען? וואס האט ער געטראפן אין דעם מייז קאפ וואס איז נישט בנמצא אין אנדערע חיות ובהמות? קומה? חכמה? יופי?
שטעלט אייך ווען ער רופט זיך ווען שוויין-קאפ אדער קאקעראטש-וויידעל דאן פארשטייט איר אז מען וואלט אים איינגעשפארט אין קאצע אין נישט געלאזט האבן צוועלעף קינדער וואס זאלן זיך דארפן ארום דרייען אויף דעם עולם מיט דעם פלעק די רעשט פון זייער לעבן, פארוואס איז מייז קאפ בעסער?

בכלל פארשטיי איך נישט דעם זיידע פארן אויסקלייבן אזא נאמען, ממ"נ איז ער געווען א חסיד וואלט ער געדארפט חושש זיין אויף ענינים ווי שמא קא גרים וואס כידוע איז דער ראש עכברא מלא קליפות וחיצונים, איז ער געווען א ליטוואק וואלט ער געדארפט חושש זיין אויף בל תשקצו אדער אנדער איסורי כריתות, איז ער געווען א יעקע ברויך מען דאך זיין צו גא -ט און צו לייט און דאס איז נישט צו גא-ט און נישט צו לייט, סאיז אפשר צו שקצים און צו רמשים. עס קאן נישט זיין אנדערש זיין זיין נאר איינס פון די צוויי, אדער איז דער זיידע געווען א משכיל און ער האט פשוט געוואלט חוזק מאכן פון די פרומע בבחינת גירא בעיני דחסידים ליטוויקים ויעקים בבת אחת אדער האבן אים די רשעים בימים ההם געצווינגען צו טראגן דעם נאמען. דאס פארענטפערט אפשר דעם זיידן אבער אויף די אייניקלעך זיינע וואס לעבן שוין אין בעסער צייטן איז די קשיא יא מרפסין איגרא פארוואס טוישן זיי נישט זייער נאמען? עס נעמט נישט מער ווי צוויי מינוט און פון א גאנצע משפחה מייזן קעפ קען ווערן קארפן קאפ!

איך האב מורא אז די די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי טוישן נישט דעם נאמען איז ווייל ווי זאגט דער וועלט אזוי לאנגט עסט זיך דער ווארעם אריין אינעם חריין ביז ווי לאנג ער מיינט עס איז נישטא זיסער ווי דעם.

מ גפני » דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:15 am

· #205682
יין שרף
און וואס זאגט איר צו אזא נאמען ווי לאברעכט?
וויאזוי הייסט איר? משה לאברעכט! ווואס? ווי ברעכט משה'לע...? ניין איך הייס משה, לאברעכט. יא לאברעכט.
(א מעשה שהיה)

זיי שרייבן עס "לעברעכט" דער ראש המשפחה וואוינט אין מאנשעסטער הרה"ח ר' בנימין לעברעכט

מאטי » דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:36 am

· #205688
בענדזשאמין פרענקלין
אינטרעסאנט אז קיינער האט נאך נישט דא דערמאנט דעם נאמען 'מויזקאפ' וואס לכאורה מיינט דאס א קאפ פון א מייז בבחינת שנהיה לראש עכבר רח"ל.

גא-ט אין הימל וואס האט דער עלטער זיידע געטראכט ווען ער האט געוועלט דעם נאמען? וואס האט ער געטראפן אין דעם מייז קאפ וואס איז נישט בנמצא אין אנדערע חיות ובהמות? קומה? חכמה? יופי?
שטעלט אייך ווען ער רופט זיך ווען שוויין-קאפ אדער קאקעראטש-וויידעל דאן פארשטייט איר אז מען וואלט אים איינגעשפארט אין קאצע אין נישט געלאזט האבן צוועלעף קינדער וואס זאלן זיך דארפן ארום דרייען אויף דעם עולם מיט דעם פלעק די רעשט פון זייער לעבן, פארוואס איז מייז קאפ בעסער?

בכלל פארשטיי איך נישט דעם זיידע פארן אויסקלייבן אזא נאמען, ממ"נ איז ער געווען א חסיד וואלט ער געדארפט חושש זיין אויף ענינים ווי שמא קא גרים וואס כידוע איז דער ראש עכברא מלא קליפות וחיצונים, איז ער געווען א ליטוואק וואלט ער געדארפט חושש זיין אויף בל תשקצו אדער אנדער איסורי כריתות, איז ער געווען א יעקע ברויך מען דאך זיין צו גא -ט און צו לייט און דאס איז נישט צו גא-ט און נישט צו לייט, סאיז אפשר צו שקצים און צו רמשים. עס קאן נישט זיין אנדערש זיין זיין נאר איינס פון די צוויי, אדער איז דער זיידע געווען א משכיל און ער האט פשוט געוואלט חוזק מאכן פון די פרומע בבחינת גירא בעיני דחסידים ליטוויקים ויעקים בבת אחת אדער האבן אים די רשעים בימים ההם געצווינגען צו טראגן דעם נאמען. דאס פארענטפערט אפשר דעם זיידן אבער אויף די אייניקלעך זיינע וואס לעבן שוין אין בעסער צייטן איז די קשיא יא מרפסין איגרא פארוואס טוישן זיי נישט זייער נאמען? עס נעמט נישט מער ווי צוויי מינוט און פון א גאנצע משפחה מייזן קעפ קען ווערן קארפן קאפ!

איך האב מורא אז די די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי טוישן נישט דעם נאמען איז ווייל ווי זאגט דער וועלט אזוי לאנגט עסט זיך דער ווארעם אריין אינעם חריין ביז ווי לאנג ער מיינט עס איז נישטא זיסער ווי דעם.

ס'קען גאר זיין אז אינעם ביורא וואו מ'האט געגעבן לעצטע נעמען זענען די העגינישע אומשטענדן נישט געווען אומבעסטן צושטאנד, מילד גערעדט. און דער אבי אבות המויזקאפס האט באמערקט א מויזקאפל בלינטשעט מיט אירע אויגעלעך צו א געוויסע ברעקעלע פון אן איבערגעבליבענע מאלצייט, פון א געוויסען לעכעלע. האט ער ספאנטעניאסיש ארויסגעליארעמט ""מויזקאפ מויזקאפ "" דער אויפזעהר פרעגט: " ביסטו זיכער ראביי"? "קיין ספק נישט" האט דעם ענטפער נישט פארזוימט צו קומען.

ווי אזוי זאגט נאר "פאול הארבי" מיטן באקאנטן נוסח: "ענד נאו יאא קנאו .... דהע רעסט אף דהע סטארי ....

ברסלבער » דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:48 am

· #205692
בענדזשאמין פרענקלין
אינטרעסאנט אז קיינער האט נאך נישט דא דערמאנט דעם נאמען 'מויזקאפ' וואס לכאורה מיינט דאס א קאפ פון א מייז בבחינת שנהיה לראש עכבר רח"ל.

<a class="postlink" href="http://www.whats-your-sign.com/symbolic-mouse-meaning.html">http://www.whats-your-sign.com/symbolic ... aning.html</a>

Symbolic Mouse Meanings

[list]Resourcefulness
Modesty
Groundedness
Adaptability
Temerity (shyness)
Innocence
Fertility
Super-awareness
Voraciousness
Determination
Conservation
Cleanliness[/list:u]

Cleanliness? After all that talk earlier about the plague, and common misconception about mice, how could I possibly add 'cleanliness' to this symbolic mouse meaning list? Well, it's a little known fact that many kinds of mice (deer mice, certain field mice and voles) keep themselves extremely clean and are constantly grooming themselves. See what I mean about falling into the trap of misjudging creatures by misguided rumors and superstition?

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:21 am

· #205693
מילא ער רופט זיך מייז אדער מויז וואלט מען אים נאך געקענט דן זיין לכף זכות, אבער צו וואס צולייגן דאס ווארט 'קאפ' כאילו דער מייז, איז דער קאפ שטיק דער קארפן קאפ דער מובחר שבבריאה און דער מענטש איז עפעס א מוריטשקע עפעס א דארוואנישע בריה וואס זיין גאנצע יחוס איז אז ער קאזין פונעם מייז.
בכלל די גאנצע עבו"ז וואס די ברענגסט מיר דא אראפ אז דער מייז איז מלא מעלות כרמון שמעקט פון השכלה הוא אשר דברנו אז סאיז יתכן אז דער זיידע איז געווען א משכיל.

הדד בן בדד » דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:26 am

· #205694
מאטי
ס'קען גאר זיין אז אינעם ביורא וואו מ'האט געגעבן לעצטע נעמען זענען די העגינישע אומשטענדן נישט געווען אומבעסטן צושטאנד, מילד גערעדט. און דער אבי אבות המויזקאפס האט באמערקט א מויזקאפל בלינטשעט מיט אירע אויגעלעך צו א געוויסע ברעקעלע פון אן איבערגעבליבענע מאלצייט, פון א געוויסען לעכעלע. האט ער ספאנטעניאסיש ארויסגעליארעמט ""מויזקאפ מויזקאפ "" דער אויפזעהר פרעגט: " ביסטו זיכער ראביי"? "קיין ספק נישט" האט דעם ענטפער נישט פארזוימט צו קומען.

ווי אזוי זאגט נאר "פאול הארבי" מיטן באקאנטן נוסח: "ענד נאו יאא קנאו .... דהע רעסט אף דהע סטארי ....


יוי, נאך א מזל. שטעל זיך פאר ווען יענער אויפזעער האלט זיין הונטל נעבן זיך, און דער הונטל גיט פונקט א בלישטע מיטן אויג, אדער זיין קעצל דרייט זיך פונקט אין צימער און ער גיט א בלישטשע מיטן אויג אויף דעם מייזל וואס בלישטעט אויף דעם ברעקל, דאן וואלט געווארן קאצן-קאפ, אדער הונט קאפ. ווער רעדט נאך ווען דער פערד זיינער קוקט ווען פונקט אריין דורכן פענסטער און גיט א שמייכל צום באלעבאס, דאן וואלט דער זיידע אויסגעשריגן "פערדס קאפ"...

יין שרף » דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:58 am

· #205697
אויך לעצטענס געהערט אזא נאמען ווי רייצער...

לית דין בר נש » דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:21 pm

· #205721
איך האב לעצטענג גיהערט אז אין ישיבת אור ישראל האט מען אויפגענומען א מגי"ש "פעסעל"

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:39 pm

· #205723
נאך אביסל מאדנע נעמען
לעמל, הימל, חאראך, פויער, ביקסנשפאן, פלאר, פוקס, קאטץ, צוויבל, פעפער, געטער, ברעכער, הוכאזער.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:50 pm

· #205728
כ''ץ האט א פשט

לית דין בר נש » דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:53 pm

· #205731
ישמעאל דאס איז א שאלה אדער א סטעיטמענט?
כ"ץ כהן צדק

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:54 pm

· #205732
סטעיטמענט. מנשה ווייסט עס אויך...

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 13, 2014 2:39 am

· #205830
גיפס איז נישט אוועקצומאכן, ווי לאנג קען מען טראגן איינס

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 13, 2014 3:31 am

· #205832
יין שרף
אויך לעצטענס געהערט אזא נאמען ווי רייצער...


יי"ש, עס איז בעסער ווי ראצער...

אין שיכון סקווירא איז דא א משפחה רייצנשטיין.

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 13, 2014 3:31 am

· #205833
לית דין בר נש
איך האב לעצטענג גיהערט אז אין ישיבת אור ישראל האט מען אויפגענומען א מגי"ש "פעסעל"


דער ראש הכולל פון דעם ליטווישן כולל איז לאס אנדשעלעס הייסט הרב פאסמאן.

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 13, 2014 3:32 am

· #205834
אין מאנסי וואוינט א אינגערמאן הירש וואס איז אן איידעם ביי ציג

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 13, 2014 11:58 am

· #205874
גיידא, גיי דא!

מ גפני » פרייטאג יוני 13, 2014 1:16 pm

· #205888
און וואס טוט זיך מיט "פעטמאן"? עפעס ליגט מיר אין קאפ א נאמען ר' בערל פעטמאן

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 13, 2014 1:19 pm

· #205889
א צייטונג שרייבער?

מ גפני » פרייטאג יוני 13, 2014 1:20 pm

· #205890
יא עפעס אזוי, כ'מיין ער לעבט שוין נישט

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 13, 2014 5:14 pm

· #205929
מ גפני
און וואס טוט זיך מיט "פעטמאן"? עפעס ליגט מיר אין קאפ א נאמען ר' בערל פעטמאן

ס'איז אויכעט דא אונגארישע אידן וועלכע הייסן פאלאק. און פוילישע אידן וועלכע הייסן אונגארישער. וואסי פשט?... 😕 😎 🙄 😃 🙂 😉 😳 😮

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יוני 16, 2014 11:32 am

· #206231
בענדזשאמין פרענקלין
שטעלט אייך ווען ער רופט זיך ווען שוויין-קאפ אדער קאקעראטש-וויידעל

דער אלטער געשטעטנער פלעגט שרייען אויף זיין האט-ליין וועגען די "ראטען וויידלעך"

הדד בן בדד » מאנטאג יוני 16, 2014 10:43 pm

· #206319
האב איך מיך היינט דערמאנט א פאני מעשה, איך האב אמאל געטראפן א איד, א ראביי, הייסט ער ראביי מעקעניק (כ'מיין דניאל, אבער כ'בין נישט זיכער), איך האב זיך געוואונדערט אויפן נאמען, זאגט ער מיר, אז זיין זיידע האט געהייסן מחנך. אבער קומענדיגן קיין אמעריקא האבן זיי זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די צוויי מאל ח אין דעם ווארט מחנך, האט מען געמאכט דערפון מעקעניק.

און ער פירט אויס, מילא איך בין ראביי מעקעניק, דאס גייט נאך מיט, אבער מיין ברודער איז א דאקטער, דאקטער מעקעניק דאס איז שוין טאקע נישט בא'טעמ'ט.

petergrifin » מאנטאג יוני 16, 2014 11:33 pm

· #206326
לאקס, מרס גאלדי לאקס.

יין שרף » דינסטאג יוני 17, 2014 12:36 am

· #206335
נישט בע'טעמ'סטע ערשטע/לעצטע נעמען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/user/2090">memberlist.php?mode=viewprofile&u=2090</a><!-- l -->

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יוני 17, 2014 4:10 pm

· #206470
ווי קען מען פארגעסען פון די פאני נעמען (ל"ע)
לייפער... טייטעלבוים... טווערסקי... הגר (האגער)... האלבערשטאם... האראוויץ...

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 4:21 pm

· #206475
מיין געוועזנע לענדלארד (מיסטער ווייס) האט אויך געהאט זייער א אימ'בעטעמ'ט לעצטע נאמען
ווען מיין ווייב האט מיר געזאגט אז מיסטער ווייס האט געריפען איז מיר געווארען זייער אימ'בעטעמ'ט אין די געדערים......

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 2:00 am

· #211803
לאליפאפ
מיילע דיק הער איך נאך, אבער פון געיפען (גפן) וואלט איך דעפיניטלי געטוישט...


און דאס?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6792">viewtopic.php?f=34&t=6792</a><!-- l -->

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 15, 2014 7:54 am

· #211812
הדד בן בדד
אין מאנסי וואוינט א אינגערמאן הירש וואס איז אן איידעם ביי ציג

יא, כ'קען זייער עלטסע זוהן, בערעלע, אן איידעם ביי לעמיל.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 15, 2014 10:32 am

· #211824
כ'קען א איד וואס הייסט ביים לעצטן נאמען טריף.

ישמעאל הכהן » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 8:18 pm

· #237003
איז טאקע דא א נאמען 'גוטןטאג'? אדער א טעות הדפוס?
ווי אימער האטס מיר א גוטע נאכט.

📎 rps20141122_201605_144.jpg

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 8:21 pm

· #237004
מ גפני
יא עפעס אזוי, כ'מיין ער לעבט שוין נישט

אדער איז ער שוין געגאנגען אויף א דייעט... 😂

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 8:22 pm

· #237006
שמעקעדיג
לאליפאפ
מיילע דיק הער איך נאך, אבער פון געיפען (גפן) וואלט איך דעפיניטלי געטוישט...


און דאס?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6792">viewtopic.php?f=34&t=6792</a><!-- l -->

ס'ווענדט זיך אויב ער איז אן אמעריקאנער... 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2020 5:22 pm

· #455754
ישמעאל הכהן
איז טאקע דא א נאמען 'גוטןטאג'? אדער א טעות הדפוס?
ווי אימער האטס מיר א גוטע נאכט.

📎 rps20141122_201605_144.jpg

יא, אין געיטסהעד איז דא א גאנצע משפחת גוטנטאג וואס איך קען.
משפחת פעסל וואס מ'האט דא דערמאנט, איז א שווייצער משפחה פון ציריך.
קנאבעל דמתקריא נאבעל איז א איד אן איידעם ביי הרב בנימין קמנצקי זצ"ל (בנו של מרן הגר"י זי"ע), און ער פירט א ישיבה אין South Shore.
ביי די ליטווישע איז דא א פאפולערער ראש ישיבה מיט'ן נאמן ר' מרדכי דיק, וואס פירט זיין ישיבה אין סטעטאן אייזלאנד.
בלאט: 1 2 3