נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען
134 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6574
נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען
מיט פיל רעספעקט שטעל איך די פראגע מעגליך א נארישע וועגן לעצטע נעמען וואס אפילו איך אלץ א וויליאמסבורגע געבוירענער האב זיך שוין צוגעוואוינט צו גענוג נעמען וואס קלינגען נישט לעפקאוויטש שווארץ אדער פריעדמאן. ווען מ'לייענט שמחות אין אנדערע געגענטער זעט מען נעמען וואס האט אפילו נישט פשט אבער עט ליעסט מיינט עס נישט עפעס נישט בכבוד'יג, למשל אז איר וועט ארומגיין אין לעיקוואוד און ליינען די טעוולען אויף די הייזער וועט מען רוב נעמען נישט וויסן וויאזוי אפילו ארויסצוזאגן, רוב זענען געשריבן ווי ס'וואלט געווען לשון קודש נעמען און די צוגעלייגטע שימוש אותיות (א,ע, יי) אן קיין באדייט ווי מ'איז געוואונט מיט כמעט אלע היימישע נעמען.
נאכדעם זענען דא ביי די היימישע נעמען וואס האט יא א פשט אבער מאכט מיט ווינדערן פארוואס איינער זאל זיך אזוי האבן גערופן. איך וואלט געטוישט נעמען קלאר און דייטליך, עכ"פ אזוי רעד איך זיך איין. פון וואו האט זיך אנגעהויבן און פארוואס האלט מען עס אן.
למשל, מיט כבוד, אזא נאמען ווי 'קרעש'? דער ערשטער וואס האט זיך אזוי גערופן האט געהאט א אנדערע באדייט מיט 'קרעש'? וואס נאך קען מיינען קרעש אין אן אנדערע שפראך?
און דער נאמען 'שטויב', וואס איז אזוי גוט מיט שטויב?
'שלעפעריג'? ווי לאנג קען מען זיין שלעפעריג?
'שימל'? פארוואס ?
ליגט עפעס טיפער אין די נעמען?
נאר מיט כבוד ביטע.
איך האב מיך אלץ געווינדערט אויף די נאמען עלעפאנט. איז דאס אמאל געווען א בכבודיגע בהמה אז מענטשן זאלן זיך אידענטיפעצירן דערמיט? עס קען אבער זיין אז אין די שפראך וואס די מענטשן האבן זיך באניצט בימים ההם, האבן די ווערטער געהאט אן אנדערע באדייט.
אמאל האט מען מלחמה געהאטן מיט עלעפאנטן. איז עס אפשר געווען א סימבאל פון שטארקייט!?
פארקאש, קלאץ, פארצגאנג, אלטמאן, טויטער, פייערווערגער.
מנשה לוסטיגפארקאש, קלאץ, פארצגאנג, אלטמאן, טויטער, פייערווערגער.
ס'דא א נאמען טויטער און קלאץ?
אלע אנדערע זענען עט ליעסט נישט פאני
"גארניש".
אפשר האבן זיי זיך געהאלטן קליין?
קוקט אויס אז מנשה האט געעפענט די פאון בוק און זיך גענומען נאכשרייבן נעמען.
ער האט געעפנט א פאון בוק? איך טרעף נישט דארט אזעלכע עקלדיגע נעמען.
ישמעאל. קרעש האב איך נישט געהערט קיינמאל. שטויב, שימל מיין איך אויך אז נישט. שלעפעריג האט מען דאך שוין ממליץ געווען אדם מועד לעולם.
קיש
פינס
מנשה לוסטיגפארקאש, קלאץ, פארצגאנג, אלטמאן, טויטער, פייערווערגער.
מנשה'לע. דעים דריטן נאמען וואס דו רעכנסט דא אויס שרייבסטו מיטי שנאה. ווייל אפילו אזא איינער ווי דו ווייסט אויכעט גאנץ גוט אז ס'איז נישט דא אזא נאמען. דו ברשעתך הגדול (וואס מאכטציך ווי א צדיק'ל, מיט דיין קלאון די רעבע שליט"ע) האסט משנה געוועין אן אות כדי ס'זאל אויסקומען פאני. דיין סקוויר'ל מח מיינט אז ער האט עמיצן אפגעטון אויף טערקיש. 😕 😂 🙄 🙄 🙄 😈 😈 😉 😂 😮
דריידלקוקט אויס אז מנשה האט געעפענט די פאון בוק און זיך גענומען נאכשרייבן נעמען.
איך קען יעדען פון די נעמען וואס איך האב אויסגערעכענט, נאר א טייל פון זיי האבן טאקע מיט די יארן געטוישט צוליב בושה, למשל 'טויטער' און קלאץ האבן אביסל געטוישט, און פארטסגאנג האט אויך טיילווייז פראבירט טוישן.
אבער ס'דא נאך אסאך ווילדע נעמען וואס איז שווער צו פארשטיין דעם חשבון, און אויך פעקעטע איז נישט פארשטענדליך. ממילא גאלד אבער שווארץ?
א נאמען וואס איז נישט פארשטענדליך פאר דיר קען זיין פארשטענדליך אין א שפראך וואס די קענסט נישט
מנשה לוסטיג און אויך פעקעטע איז נישט פארשטענדליך. ממילא גאלד אבער שווארץ?
לעפלער איז פארשטענדליך?
לעפלער?
שמעלצער?
זייער פאני נעמען אן קיין שים זין
שמא קא גרים זאגען חז"ל
וואנצעס.. איי ס'בושות.
גראדע די נאמען 'לאפפלער' קומט פון א נאמען פון א שטאט אין מאלדאווע, דאס האב איך געטראפן אין די חבד'סקע ביכער.
און עס איז נישט לעפלער, נאר לאופלער, ווי א האלבע חולם א האלבע נול אין די אויבערלענדישע הברה.
כ'הייב איינמאל אויף מיין טעלעפאן יענער רעדט אבער כאפ נישט צו וועם איך רעד, פרעג איך יענעם ווער זענט איר? ענפערט ער "איך בין שלעפעריג!", זאג איך אים דעמאלטס גיי שלאפן, וואס רופט איר מיך
מנשה לוסטיגגראדע די נאמען 'לאפפלער' קומט פון א נאמען פון א שטאט אין מאלדאווע, דאס האב איך געטראפן אין די חבד'סקע ביכער.
און עס איז נישט לעפלער, נאר לאופלער, ווי א האלבע חולם א האלבע נול אין די אויבערלענדישע הברה.
לוסטיג איז שוין יא א שיינע נאמען גראדע
איך האב עס זייער ליב
אמאהל ווען מען האט געמאכט די לעצטע נעמען האבען זיך די אידען אויסגעלאכט פין דעם, און בכלל נישט גענומען ערענסט די לעצטע נאמען.
ביז דער קריג האט מען זיך נישט עכט גערופען מיט די לעצטע נאמען אזוי פיל, אסאך מענטשען וואס זיי האט מען גערופען אויף די שטאט, ווידער אנדערע וואס האבען זיך יא גערופען מיט די לעצטע נאמען. אין דייטשלאנד איז די לעצטע נאמען געוועהן מער אפיציעל אפילו ביי די היימישע אידען, ווייל דארט איז אלץ געוועהן מער מאדערען.
ממילא אז איינער האט געהייסען א נאמען וואס איז נישט געוועהן אזוי באטעמ'ט האט מען עס פשוט איגנארירט מער. פלענטי מענטשען האבען זיך טאקע נאך די קריג געטוישט די נעמען אויף שענערע בעסערע נעמען, און קיינער ווייסט נישט.
שטעל דיך פאר למשל ווען די ניקס פין ק"ש ווערען ווען אפיציעל און די ניקס ווערען נעמען, מיטאמאל זעהט זיך יעדער מיט א נאמען וואס ער איז נישט אזוי צופרידען, אבער כל זמן עס איז נאר א ניק קען מען זיך בוחר זיין נישט בא'טעמ'טע נעמען און קיינער גיבט נישט קיין איבריגע מחשבה דערויף.
טיטאניקלעפלער?
שמעלצער?
זייער פאני נעמען אן קיין שים זין
שמא קא גרים זאגען חז"ל
פארוואס איז שמעלצער פאני? אז איינער איז געוועזן א שמעלצער, האט ער זיך גערופען על שם מלאכתו.
נאר דאס אז אסאך נעמען ענדיגן זיך מיט ״פעלד״, קען זיין ס׳איז געוועזן קיל צו האבן פעלד אלס נאמען, פונקט ווי היינט איז אין סטיל גראסערי׳ס גיבן זיך נעמען פון פרוכט.
ווייסט איינער פשט אין ״ערנפעלד״? חשובע פעלד?
וכן גרינפעלד, ווייספעלד, איחוד פעלד....
פעלדמאן....
אגב אונזער פעטער עשו איז געווען דער ערשטער וואס האט געהייסן פעלדמאן. ויהי עשו.... "איש שדה"
ווען איך בין געווען אין א"י האב איך געטראפן איינעם מיט די לעצטע נאמען "הר זהב". לכאורה איז עס געטוישט פון גאלדבערג
שמעקעדיגישמעאל. קרעש האב איך נישט געהערט קיינמאל. שטויב, שימל מיין איך אויך אז נישט. שלעפעריג האט מען דאך שוין ממליץ געווען אדם מועד לעולם.
א ווייטאג אויף דיר אז די האסט נישט געקענט דעם איש החשוב ר׳ חיים שמואל שימל זצ״ל
און ר׳ אלי׳ שטויב איינער פון ד טייערע בארא פארקער יודען זעעט אויס קענסטו אויך נישט.
שמעקעדיגוכן גרינפעלד, ווייספעלד, איחוד פעלד....
און יוניאן פעלד. די בית החיים ביים גרעניץ פון ברוקלין און קווינס... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
איך קען א משפחה מיט'ן נאמען "קונצלינגער". דאס איז א יעקישער אידישער נאמען. אבער געספעללט אויף ענגליש קומט עס אויס זייער שרעקליך. נישט אויף דייטש.(מ'קען עס אויס טרייען, ווער ס'וויל). מהאי טעמא האבן זיי עס געטוישט די לעצטע פאר יאהר אויף "קונסטלינגער". סיי אויף אידיש. און דער עיקר אויף ענגליש... 😕 😎 😂 🙄 😳 🙄 😳 😉 😮
איך שעם זיך אויך זייער מיט מיין לעצטע נאמען, מענטשן ווייסן נישט געהעריג ווי אזוי עס צו זאגן. (״פארוואס״ איז מיין ערשטע נאמען, ״?״ איז מיין לעצטע נאמען).
איך קען איינער וואס זיין לעצטע נאמען איז קנאבל און אויף ענגליש רופט ער זיך Nobel מיט א " silent "k
מנשה לוסטיגפארקאש, קלאץ, פארצגאנג, אלטמאן, טויטער, פייערווערגער.
קלאץ, האלב פון די נעמען וואס דו האסט דא אויסגערעכנט זענען נישט דא. קלאץ און טויטער זענען נישט דא, און אן אנדערע האסטו געטוישט אן אות עס צו מאכן אזוי
שמעקעדיגישמעאל. קרעש האב איך נישט געהערט קיינמאל. שטויב, שימל מיין איך אויך אז נישט. שלעפעריג האט מען דאך שוין ממליץ געווען אדם מועד לעולם.
אין קען אלע דריי, איך קען א איד קרעש, איך קען א איד שטויב און א גאנצע משפחה שימל.
דריידלפעלדמאן....
אגב אונזער פעטער עשו איז געווען דער ערשטער וואס האט געהייסן פעלדמאן. ויהי עשו.... "איש שדה"
ווען איך בין געווען אין א"י האב איך געטראפן איינעם מיט די לעצטע נאמען "הר זהב". לכאורה איז עס געטוישט פון גאלדבערג
איך קען גוט די הר זהב'ס, א גאנצע משפחה עטליכע ברודער, קארלין-פינסק'ער חסידים. קינדער פון ר' נח הר זהב ע"ה.
דריידלאיך קען איינער וואס זיין לעצטע נאמען איז קנאבל און אויף ענגליש רופט ער זיך Nobel מיט א " silent "k
און די משפחה קנאבלאך? שרייבט מען אויך אין ענגליש נאבלעך?...
וואס מיינט עקשטיין?
הדד בן בדד
איך קען גוט די הר זהב'ס
קרובים צו זר זהב??
איינגעמיירעטשמעקעדיגישמעאל. קרעש האב איך נישט געהערט קיינמאל. שטויב, שימל מיין איך אויך אז נישט. שלעפעריג האט מען דאך שוין ממליץ געווען אדם מועד לעולם.
א ווייטאג אויף דיר אז די האסט נישט געקענט דעם
איש החשוב ר׳ חיים שמואל שימל זצ״ל
אים האב איך טאקע געמיינט, נישט סתם א איד געווען, עס מאכט זיך נישט אזעלכע אידן, חבל על דאבדין.
רויטע וואנצעסוואנצעס.. איי ס'בושות.
האמיר אמאל געהערט אזא מעשה פון דעם יארמע'ר רב: איז געווען אין די צייטן ווען די גוי'אישע רעגירונגען האבן אנגעהויבן געבן די אידן לעצטע נעמען, סאו די וואס האבן געהאט פראטעקציע אדער אפאר דאללער האבן געקענט באקומען שיינע נעמען, די וואס האבן נישט געהאט האבן געדארפט האבן מזל. אויב האבן זיי געהאט מזל האבן זיי באקומען א פארווע נאמען, נישט שיין נישט מיאוס, אבער אויב האט דעם גוי'אישן באאמטען אנגעכאפט דעם דשוק האט ער דעם אידן איינגעמיירעט מיט א מיאוס'ן נאמען.
ויהי היום קומט א איד, חאצקל, אין בית מדרש, "פון היינט אן הייס איך חאצקל לינדער". פרעגט אים זיין חבר בערל: וואסא מין נאמען איז דאס לינדער? זאגט ער, דער גוי האט מיך געוואלט טשעפען האט ער מיר א נאמען געגעבן בלינדער, אבער איך האב אים אונטערגעשמירט אפאר מטבעות האט ער מיר געלאזט אראפנעמען דעם ערשטן אות, איז געבליבן לינדער. פשיהא, אזא קלוגע עצה.
די אנדערע וואך האט בערל געהאט זיין אפוינטמענט ביים נעמען געבער. יענעם נאכט קומט ער צוריק אין בית מדרש פרעגט אים חאצקל, נווו? זאגט בערל, "איך האב גענוצט דיין עצה, פון היינט אן הייס איך וואנץ..."
אין עליזאבעט ניו ג'רסי האט געדינט א שטיק צייט אלס רב דער גרויסער גאון ועסקן הרב פנחס מרדכי טייץ ז"ל. וואס דארף דער נאמען צו מיינען?
איז
@סקאטש טעיפ אראונד?
אין טאראנטא איז געווען (און אפשר איז ער נאך דא, אויב יא דארף ער שוין צו זיין איבער די הונדערט) א חשוב'ער רב הרב אקס.
ומענין לענין, אין סאטמאר איז געווען א חשוב'ער איד א שוחט ווערצבערגער (כ'מיין ער האט געהייסן ר' אברהם ווערצבערגער, אבער כ'בין נישט זיכער דעם ערשטן נאמען). ווען ער איז אמאל געפארן קיין טאראנטא שחט'ן האט אים דער סאטמאר רב ז"ל געהייסן ער זאל אריינגיין צו הרב אקס אים ווייזן דעם חלף. דער שוחט שטעלט אן אפאר אויגן אויפן רבין און גיט אים א זאג, איך פארשטיי נישט, דא אין ניו יארק שיקט מיך דער רבי ווייזן דעם חלף פארן ביק, און אין טאראנטא פארן אקס, פאר וועמען וועל איך דארפן ווייזן דעם חלף נעקסט?
הדד דו ביזט מלא וגדוש....
ס'דא א גערע משפחה און א גרויסע קלויזענבורגע משפחה מיט'ן נאמען אקס, מ'זאגט עס אבער מיט א פתח א', דאנקע גאט.
ס'איז געווען א דאקטאר וואס האט געהייסן דאקטאר עלעפאנט. רופט איינער אריין און בעט צו רעדן צו דאקטאר אקס. ענטפערט דער דאקטאר, איים סארי אבער איך בין דאקטאר עלעפאנט. זאגט יענער, כ'האב געוויסט אז די ביסט עפעס א בהמה
אסאך נעמען ענדיגן זיך מיט קי. למשל, טווערסקי, קלעצקי, דושינסקי, זאבוטינסקי, גאלינצקי וכו'
פעפפער, צוויבל, קנאבל, שימל, בייגל, מייער, אקס, ביק, וויינגארטן, גפן, עפל, קארן, ווייצן, זאלצמאן, זעלצער, מארגארעטן, פוטערפאס, האניג, צוקער, פיש, ביער, באלדט נישטא א מאכל אן א בעלן.
דאקטאר פאנפעדער
פאפלענאש, פארקאש, קערנקרויט, פעפער, לאזאר.
רויטע וואנצעסס'דא א גערע משפחה און א גרויסע קלויזענבורגע משפחה מיט'ן נאמען אקס, מ'זאגט עס אבער מיט א פתח א', דאנקע גאט.
הרב אקס פון טאראנטא האט מען נישט גערופן מיט אן פתח א'. אזוי אויך האב איך א חבר וועלכער האט דעם לעצטן נאמען און מען זאגט עס געהעריג ארויס בשם המפורש, אזוי ווי ביי אן אקס.
דבילהפעפפער, צוויבל, קנאבל, שימל, בייגל, מייער, אקס, ביק, וויינגארטן, גפן, עפל, קארן, ווייצן, זאלצמאן, זעלצער, מארגארעטן, פוטערפאס, האניג, צוקער, פיש, ביער, באלדט נישטא א מאכל אן א בעלן.
איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז שימל און ביק זענען מאכלים. פון ווייצן האב איך נישט געהערט (אלס משפחה נאמען) אבער אין מאנסי וואוינט ראביי "ווייץ", דער דירעקטאר פון עקא דאקטוירים רעפערל סענטער.
בד"וו, צוקער האלט איך וואלט געמעגט טוישן זייער נאמען אויף ספלענדא...
נאך א מאדנע משפחה נאמען - טירטעל.
קאן איך א איד מיט'ן משפחה נאמען 'אקער' וואס האט אנגעזאגט זיינע יו"ח בחרם ובקונם קיינער זאל נישט געבען די נאמען 'יצחק'
[פאר די וואס כאפען נישט, זאג שנעל יצחק אקער...]
"חיים שטינקעוויטש" האט זיך אויך געשעהמט מיט זיין נאמען א לענגערע צייט, ענדליך האט ער דאס געטוישט אויף "משה שטינקעוויטש"
און אזוי נישט מיך נישט דיך איז
@הוגה צוריק!...