☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » אשכול אן א טיטל #6419

אשכול אן א טיטל #6419

142 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6419
בלאט: 1 2 3

ליפא » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 9:06 pm

· #356189
קאסטנער
וועטערבאריכט
איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.


דעס מיינט אז זיי זענען מיט פיפציג פראצענט ביליגער אויף זייערע אייטעמס ווי סתם א גראסערי?

שטיות

וועטערבאריכט » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 9:13 pm

· #356191
קאסטנער
וועטערבאריכט
איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.


דעס מיינט אז זיי זענען מיט פיפציג פראצענט ביליגער אויף זייערע אייטעמס ווי סתם א גראסערי?

איך האב גענומען א ריסיט און אדורך אייטעם ביי אייטעם אנקעגען ברעידבערי און א קלענערע גראסערי סטאר וואס איך/ אדער מיין ווייב גיי געווענטליך פאר מיין וועכענטליכע ארדערס. זיי זענען ביידע נישט פון די ביליגערע געשעפטען. פון די אויבערדערמאנטע קען איך זיך שפארען ארום 50 דאלער פון א 100 טייפ ארדער.

נאכאמאל קלארשטעלען, איך טו נישט צוגלייכען צוויי גרעסערע געשעפטען ווי לאמיר זאגען גאורמעט גלאט צו כולל, אדער כולל צו גאלדבערג. איך רעד פון די קלענערע און טייערע גראסעריס ארום בארא פארק . אויב איך שפאר זיך איין 1-2 דאללער אדער פער אייטעם , איז גאנץ גרינג צו זעהן אז פאר א 109 דאלערדיגע ארדער וואלט עס געווען מיט א 47 דאללער העכער ווי בינגא. איך בין נישט דער טייפ ארום גיין זיכען מציאות עקסטער אין א פאר געשעפטען, אבער אויב א פלאץ האט גוטע סחורה אויף גוטע פרייזען , גוטע פארקינג, און א גוטע אטמאספער...נו ..לוינט זיך עס דען נישט?

הוגה » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 9:44 pm

· #356199
איך שאפ אין קאסקאו מזמן לזמן, און דארט שפאר איך זיך אויך מינימום א פופציגער פער יעדע הונדרעט דאלער פון מיין געהעריגע גראסערי, וועלכע איז יא א גאר ביליגע גראסערי. ממילא איז וועטערבאריכט'ס באריכט בכלל נישט קיין שאק פאר מיר.


.

גראף » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 2:19 am

· #356213
אפשר קען מען פארגלייכען דער פרייזן פון בינגא ווערסעס אנדערע גשעפטען?

דורכגעטראכטער » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 9:57 am

· #356219
וועטערבאריכט
איך האב געמאכט די לעצטע פאר גראסערי ארדערס אין בינגא. איך מוז זאגען אז דער געשעפט איז ממש א מחי-ה. סיי די באקוועמטליכקייט פון אריינדרייווען גראד אין א פארקינג לאט, אויב עס רעגענט גייט מען ווייטער אין די indoor lot. דער ערשטער לעוועל איז גראדע גאנץ פארשטופט אבער אויב איהר גייט צו די sublevel basement פארקינג איז אסאך גרינגער צו געפינען פלעצער און איך האב דערווייל קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם מיט די פארקינג. די געשעפט איז לעכטיג אין זייער appealing. די aisles זענען ברייט און די וועגעלעך גרויס. די layout פון די סטאר איז זייער מסודר און גרינג צו געדענקען. די סחורה איז replenished זייער אפט ממילא איז עס אייבעג שיין פריש. די פרוכט און וועיגטעבעל פרייזען זענען אויסטעליש ביליג און די קוואלעטי עקסעלענט. די פרייזען אויף ממש אלע פראדוקטען זענען זייער גוט. איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין. די געשעפט איז זייער ביזי מיט אסאך אידען פון אנדערע היימישע ערטער אזוי ווי וויליאמסבורג.איך זעה אויך פלענטי גבירים וואס האבען ליב דארט איינצוקויפען .עס איז נישט נאר וועגען געלט , עס איז א אינטערסאנטע פלאץ ווי איהר טרעפט זיך מיט חברים און שכנים. להבדיל, זעה איך דארט אסאך גוים , כנעזע און אטעליענע קומען אריין שאפען ... איך האב גארנישט א נגיעות אין דער געשעפט און איך פול גראדע מיטלייד מיט די קלענערע גראסעריס. אבער עס איז שוין לעצטענס געווען big fish eats small fish . איך בין אויפגעוואקסען אויף 18ave מיט א גראסרי א יעדע פאר בלאקס. גאלדבערג האט איינגעשלינגען אלע קלענערע און אנגעהויבען פארקויפען פלייש, פרוכט... כולל סטאר די זעלבע. ווען בריעדבערי איז אנגעקומען צו מיין געגענט האט וויזנערס און הדר גאולה געציטערט. יעצט איז הדר גאולה דער טעיק אויט פאר בינגא. אזוי גייט עס...בקיצור יעצט איז אנגעקומען א ריזיגע פוש און עס שלינגט איין אלע גרעסערע סופערמאקעטס, איך קען עפעס נישט טרעפען די sympathy פאר זיי. די קלענערע גראסעריס וועלען נאך אלס באקומען די קליינע טעגליכע ארדערס אבער די נייע בינגא געשעפט פארט זייער גוט און עס איז פיינע נייעס פאר בארא פארק און אנדערע היימישע ערטער.

צדיק, ווי לאנג ער וועט נישט מאכן קיין דעליוועריס אין האבן נארמאלע פאקערס וועט ער נישט מצליח זיין אין אינזער געגענט.

דורכגעטראכטער » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 10:00 am

· #356220
וועטערבאריכט
קאסטנער
וועטערבאריכט
איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.


דעס מיינט אז זיי זענען מיט פיפציג פראצענט ביליגער אויף זייערע אייטעמס ווי סתם א גראסערי?

איך האב גענומען א ריסיט און אדורך אייטעם ביי אייטעם אנקעגען ברעידבערי און א קלענערע גראסערי סטאר וואס איך/ אדער מיין ווייב גיי געווענטליך פאר מיין וועכענטליכע ארדערס. זיי זענען ביידע נישט פון די ביליגערע געשעפטען. פון די אויבערדערמאנטע קען איך זיך שפארען ארום 50 דאלער פון א 100 טייפ ארדער.

נאכאמאל קלארשטעלען, איך טו נישט צוגלייכען צוויי גרעסערע געשעפטען ווי לאמיר זאגען גאורמעט גלאט צו כולל, אדער כולל צו גאלדבערג. איך רעד פון די קלענערע און טייערע גראסעריס ארום בארא פארק . אויב איך שפאר זיך איין 1-2 דאללער אדער פער אייטעם , איז גאנץ גרינג צו זעהן אז פאר א 109 דאלערדיגע ארדער וואלט עס געווען מיט א 47 דאללער העכער ווי בינגא. איך בין נישט דער טייפ ארום גיין זיכען מציאות עקסטער אין א פאר געשעפטען, אבער אויב א פלאץ האט גוטע סחורה אויף גוטע פרייזען , גוטע פארקינג, און א גוטע אטמאספער...נו ..לוינט זיך עס דען נישט?

די גלייכסט צי דיין ארדער פון בינגא צי ברעדבערי וואס איז די טייערסטע געשעפט אין גאנץ בארא פארק? גיי קיין כולל און דאן זאג מיר וויפיל די האסט דיך געשפארט.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 11:01 am

· #356230
וועטערבאריכט
איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.

וועטערבאריכט
אויב איך שפאר זיך איין 1-2 דאללער אדער פער אייטעם, איז גאנץ גרינג צו זעהן אז פאר א 109 דאלערדיגע ארדער וואלט עס געווען מיט א 47 דאללער העכער ווי בינגא.

דאס איז נישט 50 דאלער אראפ פון 100 (= א 50% הנחה); דאס איז $47 אראפ פון $154 (= ארום 30% הנחה). דאס מאכט אביסעלע מער סענס.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 11:46 am

· #356235
שמעקעדיג: מ'זעהט אז איהר זענט א סוחר. א ביזנעסמאן. ד.ה. פראקטיש געטראכט. ווייל מיין גראסערי זז"ג און שטארק און זאלל מאריך ימים זיין. (ספעציעל נאך די פתיחה פון בינגא, קען ער ניצן מיין ברכת הדיוט... 😂 ) האט פארקויפט פאר מיין ווייב די לאקשן אז ער געט אונז א 15% הנחה אויף ארדערס. אבער ווען איך האב נאכגערעכנט, האב איך געזעהן אז ס'איז קוים אנגעקומען צו 7-71/2%...איך מאך עס נישט אוועק. אבער ס'איז נישט אזוי שיין וי מ'פארקויפט עס..!

כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 2:56 pm

· #356257
הוגה
איך שאפ אין קאסקאו מזמן לזמן, און דארט שפאר איך זיך אויך מינימום א פופציגער פער יעדע הונדרעט דאלער פון מיין געהעריגע גראסערי, וועלכע איז יא א גאר ביליגע גראסערי. ממילא איז וועטערבאריכט'ס באריכט בכלל נישט קיין שאק פאר מיר.
.

איך האב קאמפערט בינגאו פרייזן צו קאסקאו (למשל דיטערטזשענט, דישוואשינג זייפ, שעמפאו) קאסקאו איז נאך אלץ קלאר ביליגער.

אויף כשרע פראדוקטען און ספעשלס פארמעסט ער זיך מיט כולל, ביידע האבן גוטע ספעשלס און עס ווענדט ווי א אייטעם, געוויסע פראדוקטען איז בינגאו ביליגער און אנדערע זאכן איז כולל ביליגער.

די פראבלעם מיט בינגאו איז אז ער האט נישט קיין אויסוואל פון אונזער היימישע ברענדס און זיין אייגענע ברענד טראסט איך אינגאנצן נישט.

וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 4:07 pm

· #356261
דורכגעטראכטער
וועטערבאריכט
.

צדיק, ווי לאנג ער וועט נישט מאכן קיין דעליוועריס אין האבן נארמאלע פאקערס וועט ער נישט מצליח זיין אין אינזער געגענט.

ווען מען פאקט אלעס אריין אין בעגס און די בעגס לייגען זיי גלייך אריין אין שאפונג קארט וואס מען קען צוברענגען ביז דער קאר, איז וואס איז דער פראבלעם? גראדע , וואס מיינט איהר מיט אונזער געגענט? בארא פארק, אין בארא פארק קען מען זיך אניוועי נישט א פארק טאן און אריינלויפען אין רוב גרעסערע געשעפטען. אוואדע איז דעליווערי זייער באקוועמט, אבער רוב מענטשען האבען גראדע ליב אראפצוגיין צום געשעפט און אויסשטעלען די ארדער. אויב רופט מען אדער פעקסט מען אריין אן ארדער באקומט מען עלטערע סחורה מיט אפאר mistakes וואס מען דארף צירוקשיקען... its a hassle. לפי עניות דעתי, זענען מענטשען זענען נישט אזוי ווייט אינטערסירט אין ווי פענסי דער פלאץ איז און אויב די מעקסיקאנער זענען אנגעטוהן אין א שיינע uniform וכו׳ נאר ווי גרינג עס איז צו פארקען , ווי גרונג עס צו געפינען סחורה, ווי פריש עס איז, ווי ביליג די פרייזען זענען אויף רעגעלאר ברענדס , ווי לאנג מען דארף ווארטען אויף די ליין צו צאלען... דעטס איט .
אויב זיי וואלטען געמאכט באקסעס און דעליווערי וואלט עס אריינגעברענגט מער ביזנעס אבער כאטש אזוי קענען אנדערע גראסעריס נאך מאכען א לעבן.

וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 4:16 pm

· #356263
כלבאשבוע
הוגה
איך שאפ אין קאסקאו מזמן לזמן, און דארט שפאר איך זיך אויך מינימום א פופציגער פער יעדע הונדרעט דאלער פון מיין געהעריגע גראסערי, וועלכע איז יא א גאר ביליגע גראסערי. ממילא איז וועטערבאריכט'ס באריכט בכלל נישט קיין שאק פאר מיר.
.

איך האב קאמפערט בינגאו פרייזן צו קאסקאו (למשל דיטערטזשענט, דישוואשינג זייפ, שעמפאו) קאסקאו איז נאך אלץ קלאר ביליגער.

אויף כשרע פראדוקטען און ספעשלס פארמעסט ער זיך מיט כולל, ביידע האבן גוטע ספעשלס און עס ווענדט ווי א אייטעם, געוויסע פראדוקטען איז בינגאו ביליגער און אנדערע זאכן איז כולל ביליגער.

די פראבלעם מיט בינגאו איז אז ער האט נישט קיין אויסוואל פון אונזער היימישע ברענדס און זיין אייגענע ברענד טראסט איך אינגאנצן נישט.

היימישע ברענדס האט ער , וויפיל היימישע ברענדס זאל ער האבען? איהר קען דען טעיסטען א חילוק ציווישען היימישע ברענדס , איך קען נישט, באמת׳ן זענען אלע היימישע ברענדס subpar אין קוואלעטי און טעיסט. עס איז אן עקסטרע שמועס, אבער ווילאנג ער פארקויפט ou brands און אפאר היימישע השגחות איז געניג. לאמיר דיר זאגען נייעס די חסידים און בארא פארק זענען נישט אזוי פארקויפט פאר די היימישע השגחות. די איינציגע צייט אין יאהר וואס היימישע השגחות פארקויפען זיך שיין איז פסח. איך מאך נישט אוועק אויב איינער פירט זיך אזוי א גאנץ יאהר ...חס ושלום.

וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 4:18 pm

· #356264
כלבאשבוע
הוגה
איך שאפ אין קאסקאו מזמן לזמן, און דארט שפאר איך זיך אויך מינימום א פופציגער פער יעדע הונדרעט דאלער פון מיין געהעריגע גראסערי, וועלכע איז יא א גאר ביליגע גראסערי. ממילא איז וועטערבאריכט'ס באריכט בכלל נישט קיין שאק פאר מיר.
.

איך האב קאמפערט בינגאו פרייזן צו קאסקאו (למשל דיטערטזשענט, דישוואשינג זייפ, שעמפאו) קאסקאו איז נאך אלץ קלאר ביליגער.

אויף כשרע פראדוקטען און ספעשלס פארמעסט ער זיך מיט כולל, ביידע האבן גוטע ספעשלס און עס ווענדט ווי א אייטעם, געוויסע פראדוקטען איז בינגאו ביליגער און אנדערע זאכן איז כולל ביליגער.

די פראבלעם מיט בינגאו איז אז ער האט נישט קיין אויסוואל פון אונזער היימישע ברענדס און זיין אייגענע ברענד טראסט איך אינגאנצן נישט.

קאסטקא ברויך מען זיין א מעמבער, איך פלעג זיין א מעמבער אבער איך האב באמערקט אז איך קויף איין אסאך פרודוקטען וואס איך דארף נישט עס לאזט זיך קויפן צו גרינג.

וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 4:25 pm

· #356266
שמעקעדיג
וועטערבאריכט
איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.

וועטערבאריכט
אויב איך שפאר זיך איין 1-2 דאללער אדער פער אייטעם, איז גאנץ גרינג צו זעהן אז פאר א 109 דאלערדיגע ארדער וואלט עס געווען מיט א 47 דאללער העכער ווי בינגא.

דאס איז נישט 50 דאלער אראפ פון 100 (= א 50% הנחה); דאס איז $47 אראפ פון $154 (= ארום 30% הנחה). דאס מאכט אביסעלע מער סענס.

מיין עקפערטיס איז אין וועטער, נישט חשבון , איך האב א רעסיט דא פון אן ארדער וואס האט געקאסט 108 דאלער. אין אן אנדערע סטאר קאסט עס מיר 155. ד״ה א סעיווינגס פון 47 דאלער. 30 פערצענט פון 155 איז טאקע ארום $47. ביסטו גערעכט עס איז 30 פערצענט ביליגער ווי די טייערע געשעפטען.

ירח בן יומו » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 8:44 pm

· #356292
ווען איך גיי ווען אהין וואלט איך מיט געברעגנט אין קאר צוויי דריי באקסעס און אריינגעלייגט אין מיין shopping cart און אלע בעגס גייען אריין אין דיעם באקס,
און גרינגערהייט גייט אריין די באקס אין די קאר און שלום על ישראל.

וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 8:56 pm

· #356293
די גלייכסט צי דיין ארדער פון בינגא צי ברעדבערי וואס איז די טייערסטע געשעפט אין גאנץ בארא פארק? גיי קיין כולל און דאן זאג מיר וויפיל די האסט דיך געשפארט.[/
quote]
איך האב געהערט פון אפאר שכנים, מענטשען אין די ביזנעס, אז אלע סטארס זענען נישט צופרידען און ליידען פון בינגא אבער דער מערסטע האט עס געקלאפט כולל, לויט דיין השערה פארוואס איז דאס דער קעיס. דער עולם האט נישט ליב די וואלעט פארקינג. גראדע האלטען זיי אז ברעדבערי וועט נישט אזוי ליידען ווייל דער עולם וואס גלייכט די white glove service וועט בליייבען דארט. איך בין אויך נישט convinced אז ברעדבערי איז אזוי טייער. עס וועט נעמען צייט צו זעהן וויאזוי עס וועט זיך אנטוויקלען.

וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 9:00 pm

· #356294
ירח בן יומו
ווען איך גיי ווען אהין וואלט איך מיט געברעגנט אין קאר צוויי דריי באקסעס און אריינגעלייגט אין מיין shopping cart און אלע בעגס גייען אריין אין דיעם באקס,
און גרינגערהייט גייט אריין די באקס אין די קאר און שלום על ישראל.

דער אמת איז אזוי אויב מען גייט צו וואלמארט פאקט מען אלעס אריין אין בעגס. איך ווייס נישט וואס דער ענין איז נישט צו פאקען אין באקסעס, אבער אויב מען שלעפט אסאך סחורה אהיים , איז דאך גרינגער אויסצולאדענען און ארויפברענגען אפאר בעגס אויף אמאל, ווער וויל ארויפשלעפען א 20 פונטיגע באקס?

סקרן » פרייטאג יאנואר 13, 2017 10:14 am

· #359691
שמעתי שמועה אז די גראסעריס ווילן רופן בינגא אין דין תורה?
האט איינער אפשר מער אינפא?

שאולדיספריםפאקער » פרייטאג יאנואר 13, 2017 10:18 am

· #359693
חוקר וסקרן
שמעתי שמועה אז די גראסעריס ווילן רופן בינגא אין דין תורה?
האט איינער אפשר מער אינפא?

בעיסד אויף וואס ?
בלויז פארן געבן ביליגערע פרייזן? וואספארא טענה קענען די גראסעריס האבן ?

קאמענטירער » פרייטאג יאנואר 13, 2017 11:02 am

· #359697
חוקר וסקרן
שמעתי שמועה אז די גראסעריס ווילן רופן בינגא אין דין תורה?
האט איינער אפשר מער אינפא?

מיין השערה איז: אז די סארט מעשיות שאדט גארנישט פאר בינגא, ווייל אפי' אז סאיז ריכטיג איז אמעריקא א פרי מארקעט, און סלייגט זיך נישט אויפן געדאנק אז אנדערע גראסעריס זאלן קענען איינעם אפהאלטן פון טון ביזנעס..

מילא סאיז נאר אזא שמועה וואס אפי' בינגא אליינס קען באשטיין אז סזאל צורקעלורן, אז די עולם זאל טראכטען אז זיי פארקויפען פאר שטוינענד ביליג אזש אז אנדערע גראסעריס גייען ארויסגיין פון ביזנעס, און זיי וכו'

קלוגע יודל » פרייטאג יאנואר 13, 2017 1:23 pm

· #359704
שאולדיספריםפאקער
חוקר וסקרן
שמעתי שמועה אז די גראסעריס ווילן רופן בינגא אין דין תורה?
האט איינער אפשר מער אינפא?

בעיסד אויף וואס ?
בלויז פארן געבן ביליגערע פרייזן? וואספארא טענה קענען די גראסעריס האבן ?

@hasidic1
אויף טוויטער זאגט אז די גראסעריס האבן שוין גערופן צו דין תורה.

קאמענטירער » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 7:20 pm

· #359721
אה ערגעץ האלט מיר שוין אז טוויטער איז שוין היינט א קראנטע מקור!!

קלוגע יודל » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 10:06 pm

· #359732
קאמענטירער
אה ערגעץ האלט מיר שוין אז טוויטער איז שוין היינט א קראנטע מקור!!

און נאך ווער אויף טוויטער....

שמעון וואלף » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 11:43 pm

· #359740
קלוגע יודל

@hasidic1
אויף טוויטער זאגט אז די גראסעריס האבן שוין גערופן צו דין תורה.


Just to give you an idea ווי פארלעסליך hasidic1 איז, ער ברענגט כסדר נאך פון קאווע שטיבל (אן גיבן קרעדיט, א שמועס פאר זיך). דאס זענען זיינע סארסעס

סקרן » זונטאג יאנואר 15, 2017 12:58 pm

· #359773
שמעתי פון איינער וואס ארבעט אין בינגא
נישט אז דאס איז 100 פראצענט זיכער
דערפאר האב איך געוואלט מברר זיין

אישתישבי » זונטאג יאנואר 15, 2017 3:53 pm

· #359793
בינגא איז אויסגעלאפן פין אייער.

זעהט אויס אז די אייער קאמפאני האט פרעשור פין קר"מ.

קלוגע יודל » זונטאג יאנואר 15, 2017 9:05 pm

· #359806
אישתישבי
בינגא איז אויסגעלאפן פין אייער.

זעהט אויס אז די אייער קאמפאני האט פרעשור פין קר"מ.

זיי פארקויפן אייער פאר זייער ביליג, 18 אייער פאר $0.99. לעומת געהעריגע פרייז פון $1.29 פאר 12 אייער.

וועטערבאריכט » פרייטאג יאנואר 20, 2017 7:03 am

· #360243
בינגא אפדעיט
איך בין געווארען א רעגאלער קאסטומער ביי בינגא, די פרייזען זענען געבליבען די זעלבע זייער ביליג אנטקעגען אנדערע געשעפטען ארום בארא פארק. אפאר מענטשען אדער גראסערי האבען פרובירט צו מאכען טראבעל, עפעס וועגען איבערפאקען סחורה אהן התאחדות השגחה. איך ווייס נישט וואס איז געווארען מיט דעם. באקסעס טוהן זיי יא צושטעלען יעצט, דעליווערי סערוויס איז אוועליעבעל דורך אן עקסטערע סערוויס.
א גוט שבת.

ליפא » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 12:02 am

· #400709
📎 IMG-20180425-WA0123.jpg
Sanders bakery Monsey

בן ישי » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 3:10 pm

· #400762
ווי איז דאס?

לך לך » פרייטאג אפריל 27, 2018 11:47 am

· #400851
בן ישי
ווי איז דאס?
נעבן מאנסי באר בי קיו און סיגניטשער זילבער - 59 קארנער מעין סטריט

בן ישי » פרייטאג אפריל 27, 2018 11:55 am

· #400852
לך לך
בן ישי
ווי איז דאס?
נעבן מאנסי באר בי קיו און סיגניטשער זילבער - 59 קארנער מעין סטריט

אינטערסאנט אז אין מאנסי קען מען נאך פרובירן צו מאכן נאר א בעקערי ווען אלע גראסעריס האבן היינט גרויסע בעקעריס ווי זושא'ס אין שלומי'ס

בן תורה » מיטוואך יוני 20, 2018 4:05 pm

· #406762
[ציטאט אראפגענומען]

איז דאס רילעיטעד צו די בארימטע האט בעיגל געשעפט אויף דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק ?

בן ישי » מיטוואך יוני 20, 2018 8:27 pm

· #406786
בן תורה
[ציטאט אראפגענומען]

איז דאס רילעיטעד צו די בארימטע האט בעיגל געשעפט אויף דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק ?

יא. איך מיין זיין אייניקל האט עס געעפנט.

תנחום » מיטוואך יוני 20, 2018 8:35 pm

· #406788
די בייגלעך זענען גוט אבער די פרייזן זענען טייערער

בן ישי » מיטוואך יוני 20, 2018 8:37 pm

· #406790
תנחום
די בייגלעך זענען גוט אבער די פרייזן זענען טייערער

וויפל רעכנט ער אין וויליאמסבורג? אין בארא פארק זענען זיי אין די נייע געשעפט ארויף צו 2 דאללער א סענדוויטש וואס איז נאכאלץ ביליג קעגן אנדערע. א ליידיגע בייגל קאסט פופציג סענט.

החוקר » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:00 am

· #412007
אין ק"י עפענט זיך א נייע גראסערי ריפרעש (מלפנים העלט מארט). עס איז די ערשטע גרויסע פראכטפולע גראסערי אין ק"י, אויפן זעלבן שטייגער ווי אלע גראסערי'ס 2.0 אין אלע היימישע געגנטער.📎 IMG_20180828_200128_440.jpeg

אנדרייער » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 9:32 pm

· #412125
די ספעשעלס אויף סקרינס

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נעגעל וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 10:10 pm

· #412131
ועיר האלוקים מושפלת!
קודם מאכן זיי א פאבליק סקול מיט כפירה ומינות רח"ל , און יעצט זענען מעמיד אן עגל זהב - דעם טריפה'נעם קאמפיוטער - צו מכשיל זיין די אלע איינקויפערס אנשים, נשים וטף.
הכונו למערכה אדירה.

תנחום » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:29 pm

· #412187
ס'דא אייער אין די רעכטע פרידיזשער, ביטע נישט ווארפן...

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:51 pm

· #436046
[ציטאט אראפגענומען]

א פראכט פון א שפייז קרעמל!

צוויי » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:33 pm

· #547361
עפעס נייע געשעפטן?

חיים׳ל ברוקלינער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:43 pm

· #547390
קאמענטירער #
[ציטאט אראפגענומען]
א פראכט פון א שפייז קרעמל!
נישט סתם!
בלאט: 1 2 3