☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » אשכול אן א טיטל #6419

אשכול אן א טיטל #6419

142 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6419
בלאט: 1 2 3

— » מיטוואך מאי 14, 2014 4:43 pm

· #200498

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איך אויך » מיטוואך מאי 14, 2014 4:50 pm

· #200501
ווי איז די ערשטע געשעפט?

מה יעשה הבן » מיטוואך מאי 14, 2014 6:12 pm

· #200516
א נייע אייז קריעם סטאר אויף 13 און 53
א נייע מיוזיק סטאר אויף 13 און 41
ועוד ועוד

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 14, 2014 6:23 pm

· #200517
AJ MADISON APPLIANCES בויעט א נייע מעגא סטאר/שוי רום אויף 36 און 13.

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 14, 2014 6:25 pm

· #200519
קליינס אייזקרים ארבייט שוין באלד צוויי יאר אויף א מעגא אייסקרים סטאר אויף 36 און church ave.

Yossy » מיטוואך מאי 14, 2014 6:30 pm

· #200520
[ציטאט אראפגענומען]


די sign איז געמאכט געווארען דורך boro park signs נעבן שומר שבת עס איז ממש צים באווינדערן כמעט
יעדן job וואס זיי מאכען איז גאר שיין אין כסדר פרישע ideas

יין שרף » דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:03 pm

· #200761
וואס? זיי ברענגען דא די הפגנות?
אוואו איז דאס קיקאר האשאבעס?
און 'קאר'ת פארקינג??

מ גפני » דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:36 pm

· #200769
[ציטאט אראפגענומען]

די וועבסייט איז פיינע נייעס...

שטילע אינגערמאן » פרייטאג מאי 16, 2014 1:17 am

· #200777
אזוי אויך נישט פארגעסען די צוויי עסס געשעפטען פון אכצענטע עוו. וואס האבן געפענט א ברענעטש אויף דרייצען.
בעיגעלס ענד גרין, אין ירושלים פיצה. ביידער אויף 13 צווישען 51 אין 52.
ביידע האבן הערליך שיין איבערגעמאכט,

אבער לפע"ד האלט איך נישט פון מאכן גרויסע גלאזענע פענצטער אויפן גאנצען מזרח וואנט פונעם געשעפט,
ס'גייט ממש אריין אין די גדר פון אוכל בשוק.
כ'קען באשטיין צו עסען אביסעל פריוואט, נישט אויף דיספלעי פון א סטאר פראנט ווי ס'גייט אדורך הונדרעטע מענטש'ן יעדער פאהר מינוט.
דאס איז חוץ פון די פאקט אז כ'באקום גריסען פון מיין ווייב יעדעס מאל כגיי אריין אין אזא געשעפט, ''חני האט מיך געטעקסט ביסט אין בעיגלס אין גרין, באן אפעטיט'', אדער ''רבקי זאגט מיך האסט דיך באשטעלט צוויי בעיגעלס, וואס איז מיט די דייעט?''

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 16, 2014 1:21 am

· #200778
בארא פארק ווערט א שטאט פון עסן געשעפטן און בענק, באלד וועט מען אלעס חוץ דעם דארפן קויפן אנליין. ס'איז מסתבר אזוי וועט די וועלט אויסזעהן און 10-15 יאר פון יעצט.

ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 16, 2014 12:14 pm

· #200831
שטילע אינגערמאן
אזוי אויך נישט פארגעסען די צוויי עסס געשעפטען פון אכצענטע עוו. וואס האבן געפענט א ברענעטש אויף דרייצען.
בעיגעלס ענד גרין, אין ירושלים פיצה. ביידער אויף 13 צווישען 51 אין 52.
ביידע האבן הערליך שיין איבערגעמאכט,

און ספרינקעלס אייזע קרים?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 18, 2014 4:50 am

· #200895
רויטע וואנצעס
בארא פארק ווערט א שטאט פון עסן געשעפטן און בענק, באלד וועט מען אלעס חוץ דעם דארפן קויפן אנליין. ס'איז מסתבר אזוי וועט די וועלט אויסזעהן און 10-15 יאר פון יעצט.

לגבי עס (פרעס) געשעפטן, שטייט וויליאמסבורג גארנישט אינטער בארא פארק... 😕 😎 😂 🙄 😳 😮

איך אויך » זונטאג מאי 18, 2014 2:46 pm

· #200931
ווער איז דער בעה''ב?

קליגער אינגערמאן » זונטאג מאי 18, 2014 6:12 pm

· #200965
איך אויך
ווער איז דער בעה''ב?

לויטן בילד זעהט אויס אז גרינפעלד מיט הייקינד...

מה יעשה הבן » זונטאג מאי 18, 2014 11:02 pm

· #200988
דאס נייע סטאר גייט הרגנען די טראפיק אויף 60 סטריט, דאס איז ממש משוגע, אזא גרויסע סטאר און זיי האבן נישט קיין פארקינג

קליגער אינגערמאן » זונטאג מאי 18, 2014 11:41 pm

· #200995
פינקט פארקערט.... אויב ס'איז נישט דא קיין פּארקאינג העט מען נאר קימען צופיס..

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 19, 2014 12:52 am

· #201004
די פידלערס זעען אויס ווי א פאר אלטע רוסישע אידעלעך... 😕 😎 😂 😂 🙄 😂 😳 😉 😮

BAL TSHIVA » מאנטאג מאי 19, 2014 9:50 am

· #201042
[ציטאט אראפגענומען]

Really ? So this will be the new standard? Oh hashem please send the owner(s) a refuah shleima

BAL TSHIVA » מאנטאג מאי 19, 2014 9:53 am

· #201044
שטילע אינגערמאן
אזוי אויך נישט פארגעסען די צוויי עסס געשעפטען פון אכצענטע עוו. וואס האבן געפענט א ברענעטש אויף דרייצען.
בעיגעלס ענד גרין, אין ירושלים פיצה. ביידער אויף 13 צווישען 51 אין 52.
ביידע האבן הערליך שיין איבערגעמאכט,

אבער לפע"ד האלט איך נישט פון מאכן גרויסע גלאזענע פענצטער אויפן גאנצען מזרח וואנט פונעם געשעפט,
ס'גייט ממש אריין אין די גדר פון אוכל בשוק.
כ'קען באשטיין צו עסען אביסעל פריוואט, נישט אויף דיספלעי פון א סטאר פראנט ווי ס'גייט אדורך הונדרעטע מענטש'ן יעדער פאהר מינוט.
דאס איז חוץ פון די פאקט אז כ'באקום גריסען פון מיין ווייב יעדעס מאל כגיי אריין אין אזא געשעפט, ''חני האט מיך געטעקסט ביסט אין בעיגלס אין גרין, באן אפעטיט'', אדער ''רבקי זאגט מיך האסט דיך באשטעלט צוויי בעיגעלס, וואס איז מיט די דייעט?''

If she has a problem with you eating out have her prepare lunch every day

BAL TSHIVA » מאנטאג מאי 19, 2014 9:55 am

· #201045
מה יעשה הבן
דאס נייע סטאר גייט הרגנען די טראפיק אויף 60 סטריט, דאס איז ממש משוגע, אזא גרויסע סטאר און זיי האבן נישט קיין פארקינג

With all school bus stops on 60th traffic was always bad

לבי במזרח » מאנטאג מאי 19, 2014 11:34 am

· #201089
איך אויך
ווער איז דער בעה''ב?

דו וואלסט געברויכט וויסן, ער איז דאך א בעלזער, ער הייסט שמואל גליק. זיין שווער איז איינער וועטנשטיין וואס לויט ווי איך הער איז ער די מעין אינוועסטאר. די בעקערי דיפארטמענט איז שרייבער (אויך א בעלזער) וואס האט שוין בעקערי׳ס אין בארא פארק און פלעטבוש. מען זאגט אז זיי האבן געברענגט עפעס א ספעציעלן בעקער פון קאנאדע. מיר ווינטשן זע אלע גרויס הצלחה.

מ גפני » מאנטאג מאי 19, 2014 11:44 am

· #201097
איז ברויט/בעקערי גודס די עיקר פונעם געשעפט?

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 19, 2014 11:47 am

· #201099
די איידיע פון breadberry איז בערך אויפן נוסח פון גארמעי גלאט, אבער פילט זיך אביסל מער היימיש. די בעקעריי דיפארטמענט איז גראדע א חידוש אין בארא פארק, מער אויפן נוסח פון pomegranate. די סטעף איז מורדיג העפליך, לאמיר האפן די העפליכקייט וועט אנהאלטן. פרייזן זענען גאנץ גוט אזוי ווי יעדע נייע געשעפט, צו ציען דעם עולם, עמיר זעהן און צוויי יאר פון יעצט. די טעיקאוט האט גאנץ שיינע אפשיענס, זיי האבן אפילו קאטשקע פלייש, אבער מעש פאטעטאס האט מען נאכנישט אנגעיאגט צו מאכן. אויך נישט פארגעסן צו לייגן קליינע קענס און דרינקס און פרידזשעדער, ס'זייער וויכטיג. זאלן זיי האבן הצלחה, און מאכן גענוג געלט צו בויען אויפן דאך א פארקינג לאט.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 19, 2014 8:50 pm

· #201204
BAL TSHIVA
מה יעשה הבן
דאס נייע סטאר גייט הרגנען די טראפיק אויף 60 סטריט, דאס איז ממש משוגע, אזא גרויסע סטאר און זיי האבן נישט קיין פארקינג

With all school bus stops on 60th traffic was always bad

Now it's going to get even worse!!!... 🙄 ❗ ❓ 😮

פישלע העררינג » מאנטאג מאי 19, 2014 9:27 pm

· #201211
ווער דארף א פארקינג לאט? א קאר ברענגט איבערוואג, נערוועזקייט, און איז א כלי של עצל.

קליגער אינגערמאן » מאנטאג מאי 19, 2014 9:51 pm

· #201220
פישל'ע העררינג
ווער דארף א פארקינג לאט? זאלן די שמנת עבית כסית תושבים קומען צו וואקען צו די געשעפט, און לאזן מאכן א דעליווערי. א קאר ברענגט איבערוואג, נערוועזקייט, און איז א כלי של עצל.

אריין אין מחאות אשכול..

חכם עתיק » דינסטאג מאי 20, 2014 4:26 pm

· #201374
אינטרעסאנטע אשכול..

וואס טוט זיך מיט וויליאמסבורגע געשעפטן??

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 21, 2014 7:09 pm

· #201679
דער אינדערמיט ארבעט דאך ביי גארמעי גלאט??

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 21, 2014 8:09 pm

· #201692
ישמעאל הכהן
דער אינדערמיט ארבעט דאך ביי גארמעי גלאט??

לא קשיא.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 23, 2014 3:06 pm

· #202087
Wow

Chuchem » מיטוואך מאי 28, 2014 1:36 pm

· #203197
On 12th ave and 51st (next to Shlomy's Bakery) is coming a choclate/sweets/nut store.
"The Chocolate Bar"
📎 12Ave_Choclate.jpg

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 28, 2014 9:40 pm

· #203311
די בייס אריין איז קעגען שלחן ערוך הלכות דרך ארץ בסעודה

יין שרף » מיטוואך מאי 28, 2014 10:29 pm

· #203325
קאווע טרינקער
די בייס אריין איז קעגען שלחן ערוך הלכות דרך ארץ בסעודה

איך האב מיר געוואונדערט פארוואס די רבנים האבן גע'אסר'ט די עפל פראדוקטען...

Chuchem » דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:18 pm

· #203409
/
📎 Chocolate_House.jpg

לית דין בר נש » דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:36 pm

· #203412
איז עס שלומי'ס וואס עפענט דער גישעפט?
אזוי זעהט אויס פון אינדרויסן די זעלבע סטייל איבערגעמאכט און איך ווייס אז שלומי'ס פלעגט פארקויפן טשוקעלאד ביי זיך אין גישעפט.

Chuchem » דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:48 pm

· #203415
I understand that not.
I heard that its a Bobover Yingerman.

מצטמק ויפה » זונטאג יוני 1, 2014 9:37 pm

· #203980
די בעה"ב איז א באבוב'ער אינגערמאן, לייבי דעמביצער, איידעם ביי יענקי דאסקאל.

רויטע וואנצעס » זונטאג יוני 1, 2014 9:40 pm

· #203983
12 עוועניו פלעגט זיין א פארשלאפענע שאפינג סטריפ, לעצטענס איז עס צוריקגעקומען צו לייף, מיט אסאך שיינע/איבערגעבויעטע געשעפטן.

שלומי'ס בעקעריי
די נייע טשאקלאד סטאר
מהדרין גראסערי
יודל'ס גראסערי
בלומען סטאר לעבן שלומי'ס
ועוד

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 1, 2014 10:32 pm

· #204020
רויטע וואנצעס
12 עוועניו פלעגט זיין א פארשלאפענע שאפינג סטריפ, לעצטענס איז עס צוריקגעקומען צו לייף, מיט אסאך שיינע/איבערגעבויעטע געשעפטן.

שלומי'ס בעקעריי
די נייע טשאקלאד סטאר
מהדרין גראסערי
יודל'ס גראסערי
בלומען סטאר לעבן שלומי'ס
ועוד

אפיס פון כולל חבת ירושלים!

רויטע וואנצעס » זונטאג יוני 1, 2014 10:36 pm

· #204022
ווי? די p.o. box אין די פאסט אפיס?

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 1, 2014 10:54 pm

· #204023
פארגעס נישט וועבער'ס נייע פלייש יאטקע

גייווייס » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:06 pm

· #218944
ווער געדענקט נאך די שטומפפע און גלאנצלאזע געשעפטען וועלכע האבן געפינטעלט די אידישע נאכבארשאפטען מיט א צוויי יאר צענדליג צוריק? עס דריזעלט מיר נאך דער מוח פון די קאלטע פארשלאפענע "פלארעסענט" ליכט. דאס געמוט איז מיר נאך פארטעמפט פון די דריבנע טונקעל-ברוין כמו-האלץ פאנעלען וועלכע האבן געזאלט דעקארירען די הויכע ווענט. ועל כולם איז מיר נאך די מרה לבנה זויער פון דאס גוטהארציגקייט פונעם געשעפטסמאן וועלכער האט במו לבו הטוב איינגעוויליגט אויפצוהייבן די לעזן-גלעזער פונעם דיקן חשבונות בוך מיר צו שענקען אן אויסגעבעטן בליק. נאך אלעם האב איך ארויסגעשפרייזט פונעם געשעפט מיט א פארשטויבטען געגענשטאנד וואס האט שוין אטוואס געפראוועט איר בת-מצווה אויף די פאליצעס.

די היימישע קונדען זענען שוין איצט דערויף געקומען אז אין אמעריקע איז דער אקט פון איינקויפען געברויכען נישט מער א בלויזע מקח-וממכר טראנזאקציע, נאר איז פיל מער אן ערפארונג וואס ברויך אפעלירען צו אלע פינף חושים.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:11 pm

· #219191
גיי ווייס... פיינע נייעס איז קאמינג!

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:26 pm

· #224917
וועלכע גאס? איך בין אין די גוסטע אהינצוגיין...

לית דין בר נש » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:30 pm

· #224920
ווארט א מינוט איך קום מיט

יואב » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:45 pm

· #224922
יעצט געווען אין דער ווילי לאקאציע.  איך וואלט אפגעגעבן מיין שטימע פאר דעם מילכיגען בלא-בעררי אייז-קרעם. ס'עפעס שלא מעלמא הדין.( על כל פנים אין דער איצטיגער גוסטע.)

הדד בן בדד » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 3:26 am

· #224965
איך חידוש זיך אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דא איבער דעם איבערגעבויעטן גאלדבערג סופערמארקעט אויף אכצנ'טע עוועניו. איך בין שוין זייער לאנג נישט דורכגעפארן דארט, מילא ווייס איך נישט ווילאנג צוריק זיי האבן איבערגעמאכט, אבער נעכטן בין איך אריבערגעפארן, עס איז עפעס אזוי שיין אז איך האב פלעין געמוזט אריינגיין אפשטאטן א באזוך.

זייער שיין.

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:27 am

· #224997
יואב
יעצט געווען אין דער ווילי לאקאציע.  איך וואלט אפגעגעבן מיין שטימע פאר דעם מילכיגען בלא-בעררי אייז-קרעם. ס'עפעס שלא מעלמא הדין.( על כל פנים אין דער איצטיגער גוסטע.)

נאך א מעלה וואס ס'האט דאס אייז קרעם הויז: דער עיר קאנדישאנער באכעט דארט אויף כוחות, מילא שוויצן נישט די ארבעטער, מילא קען איך מיך איינהאנדלען א סענדוויטש רואיגערהייט. ומכאן הקריאה יוצא, צו די פילע בעלי בתים פון אכילה געשעפטן. איך ווייס נישט צו איך בין דער איינציגסטער משוגע'נער, אבער אז איך קום אריין אין געשעפט, און ס'רינט שווייס פון דעם שפאנישן ערל, שפאציר איך ארויס פון דארט נאך שנעלער ווי איך בין אריין. אזוי אויך זאל דער סארווער ביטע טוישן די הענטשקעס, צווישן סערווירן איין קונד פון דעם צווייטן. איך ווייס דאך נישט צו דער זכר האט נארוואס געווישט זיין שווייס,  אריין אין דער זעלבער הענטשקע וועלכע איז אנגעבליך פייכט פון "ריינע וואסער."

וואס ס'טוט זיך אפ מאחורי הפרגוד, וויל איך אפילו נישט טראכטן, גענוי ווי איך פראביר צו מסיח דעת זיין פון דעם האן גערוך, אייער פראדוקציע , אקס צונג, קו געהענגל, פאמאגרענעט פיקטשער און פערטעליזאציע , בשעת איך פראביר צו זעטיגן מיין זעל. אבער לפחות מבחוץ, שטעלט אייך אהער ווי מענטשן. בבקשה.

לית דין בר נש » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:58 pm

· #225037
הדד בן בדד
איך חידוש זיך אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דא איבער דעם איבערגעבויעטן גאלדבערג סופערמארקעט אויף אכצנ'טע עוועניו. איך בין שוין זייער לאנג נישט דורכגעפארן דארט, מילא ווייס איך נישט ווילאנג צוריק זיי האבן איבערגעמאכט, אבער נעכטן בין איך אריבערגעפארן, עס איז עפעס אזוי שיין אז איך האב פלעין געמוזט אריינגיין אפשטאטן א באזוך.

זייער שיין.

און וואס איז מיט אפעל"ס גראסערי אויף 14 עוו.
דער גישעפט איז גיוועהן/אויסגיזעהן ווי די נאכגעלאזסטע גישעפט אין שטאט
הערליך שיין איבערגעמאכט!

יואב » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:59 pm

· #232615
בשורה טובה "תדשן עצם" אין יעדן זין פון ווארט.

די "ספרינקלס" אייז-קרעים פירמע האט געפענט אירע טויערן צו א הערליך-נייעם געשעפט אויף וואלעבאויט צווישן לי און בעדפארד.

דאס איז א ישועה פאר די תושבים וועלכע האלטן זיך אויף אין די געגנטער פון בערך דעם פירשט ביז דעם העכערן חלק הארץ פון דער הייליגער שטאט וויליאמסבורג: מער וועט נישט דארפן קלעטערן טף ונשים ביז בעדפארד וואלעבי אלץ כדי צו קענען א לעק טאן אביסל אייז-קרעם. אייז קרים על נפש עייפה, אבער די שמועה טובה ברויך מער נישט זיין מארץ מרחק.

דאס געשעפט זעלבסט איז א גאר פראכטפולע, און גייט אין שפאן מיט'ן מאדערנעם געשמאק. די באקאנטע פלאמ'ס איז דאס ברויט געבער דארט, און די ספרינקלס פירמע האט אראפגעשטעלט די צענדליגער מאשינען לתת לנו חלב ודבש, סעלף-סערווד אין גרעסערן טייל. קאסטומער סערוויס איז דערהויבן - - אויפדערווייל. בלייבט בלויז איבער פאר אנ"ש נאך א ווינקל וואו צו קענען משלים זיין די מאה ברכות.
בלאט: 1 2 3