☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » אשכול אן א טיטל #6419

אשכול אן א טיטל #6419

142 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6419
בלאט: 1 2 3

קאסטנער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:03 pm

· #232617
יאפ א שיין שטיקל אהערגעשטעלט.
נאר א שאד אז עס איז געווארן גרייט צום ווינטער

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 2:40 am

· #232703
יואב
אייז קרים על נפש עייפה

👍 👍

הדד בן בדד » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 3:33 am

· #239831
לית דין בר נש
הדד בן בדד
איך חידוש זיך אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דא איבער דעם איבערגעבויעטן גאלדבערג סופערמארקעט אויף אכצנ'טע עוועניו. איך בין שוין זייער לאנג נישט דורכגעפארן דארט, מילא ווייס איך נישט ווילאנג צוריק זיי האבן איבערגעמאכט, אבער נעכטן בין איך אריבערגעפארן, עס איז עפעס אזוי שיין אז איך האב פלעין געמוזט אריינגיין אפשטאטן א באזוך.

זייער שיין.

און וואס איז מיט אפעל"ס גראסערי אויף 14 עוו.
דער גישעפט איז גיוועהן/אויסגיזעהן ווי די נאכגעלאזסטע גישעפט אין שטאט
הערליך שיין איבערגעמאכט!


זאג נאר, דו ווילסט פארגלייכן די צוויי? אפעלס איז טאקע שיין איבערגעמאכט, אבער נאך אלעם איז עס געבליבן א קליינע גראסערי, נאר פשוט נישט אזוי נאכגעלאזט ווי אמאל. אבער גאלדבערגס איז דאך עפעס א פראכט. ממש הערליך געמאכט, פון דרויסן און פון אינעווייניג.

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 9:57 am

· #239851
זאג נאר, די ביסט אויפגעשטאנען?

I'm back » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 10:02 am

· #239853
איי געס אז פראכט מיינט עפעס אנדערש ביי הדד

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 8:44 pm

· #240025
יואב
יואב
יעצט געווען אין דער ווילי לאקאציע.  איך וואלט אפגעגעבן מיין שטימע פאר דעם מילכיגען בלא-בעררי אייז-קרעם. ס'עפעס שלא מעלמא הדין.( על כל פנים אין דער איצטיגער גוסטע.)

נאך א מעלה וואס ס'האט דאס אייז קרעם הויז: דער עיר קאנדישאנער באכעט דארט אויף כוחות, מילא שוויצן נישט די ארבעטער, מילא קען איך מיך איינהאנדלען א סענדוויטש רואיגערהייט. ומכאן הקריאה יוצא, צו די פילע בעלי בתים פון אכילה געשעפטן. איך ווייס נישט צו איך בין דער איינציגסטער משוגע'נער, אבער אז איך קום אריין אין געשעפט, און ס'רינט שווייס פון דעם שפאנישן ערל, שפאציר איך ארויס פון דארט נאך שנעלער ווי איך בין אריין. אזוי אויך זאל דער סארווער ביטע טוישן די הענטשקעס, צווישן סערווירן איין קונד פון דעם צווייטן. איך ווייס דאך נישט צו דער זכר האט נארוואס געווישט זיין שווייס,  אריין אין דער זעלבער הענטשקע וועלכע איז אנגעבליך פייכט פון "ריינע וואסער."

וואס ס'טוט זיך אפ מאחורי הפרגוד, וויל איך אפילו נישט טראכטן, גענוי ווי איך פראביר צו מסיח דעת זיין פון דעם האן גערוך, אייער פראדוקציע , אקס צונג, קו געהענגל, פאמאגרענעט פיקטשער און פערטעליזאציע , בשעת איך פראביר צו זעטיגן מיין זעל. אבער לפחות מבחוץ, שטעלט אייך אהער ווי מענטשן. בבקשה.

יואב: דו דערמאנסט מיך א מעשה שהיה. (לעומת א מעשה שלא היה.) מיט א סאך יארן צוריק איז מיר אויסגעקומען צו ארבעטן מאחורי הפרגוד אין א טייערן (נישט כשר'ן) רעסטאראנט אין די וואל סטריט געגנט. די קאמפאני פאר וועם איך האב דאן געארבעט האט געמאכט אן אינסטאלאציע דארט. זייענדיג אין קאך, האב איך באמערקט אז דער קעכער, וועלכער האט געהאלטן אין מיטן אריינלייגן א לאבסטער אין טאפ אריין, האט אויכעט מיט געלייגט א שיעור רביעית פון שווייס פון זיין שטערן...און דאס האט מען נאכדעם גע'סערווט פאר די חשוב'ע געסט...פאר א טייערן פרייז... 🙄

הדד בן בדד » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:35 am

· #240089
וגם אני אענה חלקי. מיט בערך פינף און צוואנציג יאר צוריק האט מיר פארציילט אן עלטערער איינוואוינער פון די קעטסקילס אז ער פלעגט רעגלמעסיג סערווירן איינער פון די מעינטענענס פונקציעס אין דעם קאך פון דעם וועלטס בארימטער קאנקארד האטעל (דעמאלס געווען "דער" סימבאל פון רייכקייט און לוקסוס), און דער שוידער און עקל וואס ער האט געהאט יעדעס מאל באזונדער פון דעם שמוץ און חזיר'יי וואס דארט האט זיך אפגעטוהן. ער פלעגט אונטערן נאז לאכן פון די אלע מיליאנערן וואס צאלן די הויכע פרייזן פאר עסן פון אזא שמוציגן קאך.

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:20 am

· #240106
[ציטאט אראפגענומען]

וואספארא געשעפט גייט דאס זיין

קרעקער » זונטאג יאנואר 11, 2015 3:34 pm

· #247360
באזוכט אין ב"פ ביוטערפול נייע ניסלעך געשעפט אויף 16 ביי 47 נאטערי
קען איינער ברענגען בילדער?

BAL TSHIVA » פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:58 am

· #249677
[ציטאט אראפגענומען]

Under new owner?

גוטע פינטעלך » זונטאג מערץ 1, 2015 9:31 am

· #256368
אוי רבונו של עולם געב מיר אביסל'ע כח, כח, כח,! דער ניגון קען זיין א געוואלדיגע אדווערטייזמענט פאר דעם געשעפט.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 1, 2015 2:21 pm

· #256442
אגב. די סעמענט פארנט פונעם געשעפט איז געפערליך נישט אויסגעהאלטען פאר די ווינטער סעזאן. ס'איז מן הסתם נישט ליגאל.

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:41 pm

· #271410
ווי פונקטליך זעהסטו דא פראכט?

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 20, 2015 6:39 am

· #277205
אין וויליאמסבורג איז דא מער וויין געשעפטן וואו ספרים געשעפטן.
פאר יעדע באנק אין בארא פארק איז דא א וויין געשעפט אין וויליאמסבורג.

שמערל » מיטוואך מאי 20, 2015 6:51 am

· #277206
און וויליאמסבורג עפענט זיך די פערטע וויין געשעפט, אין בארא פארק איז דא מער ווי דאפלט אזויפיל .

Big Boy » מיטוואך מאי 20, 2015 8:31 am

· #277224
In BP the oilem goes less to mikva erev shabes so there's more of a need for wine stores,

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 1:27 pm

· #280198
קאווע טרינקער
אין וויליאמסבורג איז דא מער וויין געשעפטן וואו ספרים געשעפטן.
פאר יעדע באנק אין בארא פארק איז דא א וויין געשעפט אין וויליאמסבורג.

קאווע טרינקער: עפעס א ביסל עולם הזה מוז מען דאך האבן. אנדערע תאוות געט מען זיך דאך נישט נאך. ס'איז הייליגע אידן. חוץ תאוות אכילה און מ--- ז--- (לויט נאחעם....(...!

למדן » מיטוואך יוני 17, 2015 9:37 pm

· #283397
זייער הנאה געהאט פון די גישעפט (נאך נישט איינגעקויפט דארטן קיין גרויסע זאכן) ווי אויך האבן זיי גוטע פרייזן

📎 rps20150617_212357.jpg
📎 rps20150617_212455.jpg
📎 rps20150617_212536.jpg

📎 rps20150617_212701.jpg

petergrifin » מיטוואך יוני 17, 2015 9:38 pm

· #283398
א נאמען?

ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 17, 2015 9:40 pm

· #283399
I think its HOMERY

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:14 pm

· #298155
📎 IMG_20150827_151100.jpg📎 IMG_20150827_151032.jpg


סאנדער בעקערי האט זיך אינגאנצן איבערגעמאכט

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:15 pm

· #298156
📎 IMG_20150827_151028.jpg
📎 IMG_20150827_151053.jpg

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:17 pm

· #298157
📎 IMG_20150827_151023.jpg

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:32 pm

· #298165
ב"ה נאך א פרעס געשעפט, אבער חלילה עס זאל זיך נישט עפענען קיין פראכטיגע איבונג פלאץ, ווייל אולי וועט דארט זיין עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט אינזער הייליגע מסורה וואס מיר ברויכן אנהאלטן מיט אמונה פשיט'א

אגב עס איז אויך דא מער פרעס געשעפטן ווי ספרים געשעפטן

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 5:29 pm

· #298179
דאס ווארט פרעס פאסט עפעס נישט אויף קיכן און ראגלען איר טרייבט אביסל איבער

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 8:42 pm

· #298217
פליקער
ב"ה נאך א פרעס געשעפט, אבער חלילה עס זאל זיך נישט עפענען קיין פראכטיגע איבונג פלאץ, ווייל אולי וועט דארט זיין עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט אינזער הייליגע מסורה וואס מיר ברויכן אנהאלטן מיט אמונה פשיט'א

אגב עס איז אויך דא מער פרעס געשעפטן ווי ספרים געשעפטן

און דערפאר טאקע זעען דארט אויס די אידענעס ווי געיורן טייג פון די חלות.... 😂 🙄

קליגער אינגערמאן » זונטאג אקטאבער 18, 2015 7:57 pm

· #305019
ווי איז די נייע ווילי בעיגעל ?

קאסטנער » זונטאג אקטאבער 18, 2015 8:16 pm

· #305026
וואלבאט קארנער ווייט, אקעגן בראשוב ביהמ״ד

פליקער » זונטאג אקטאבער 18, 2015 9:54 pm

· #305039
זאל איך מיך אנריפן, ניין, איך גיי זיך איינהאלטן...
אגב עס גייט זיך עפענען א פרוכט סטאר הארט צים בעיגל געשעפט, איך פארשטיי נישט זיין רענט פלאן, אבער פיטשעס מיט עקזאטישע פרוכט וועט זיין, פאר א וויילע זיכער, איך וואונטש זיי הצלחה, דאכצעך אז דער פרוכט געשעפט צאלט רענט פארן בייגלעך סוחר.

ליפא » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 7:24 pm

· #310054
📎 IMG_20151123_192220.jpg

Chuchem » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:41 am

· #350889
ס'הייסט אז זיי עפענען אין ב"פ אויף 13 עוועניו און 60 סטריט, און די נעקסטע וואכען.
📎 IMG-20160831-WA064.jpg

Chuchem » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:44 am

· #350890
אפיציעל ווילען זיי אפערן גאר ביליגע פרייזען.
זיי האבען ארויסגענומען א ליעס אויף די אלטע PathMark געשעפט.
📎 IMG-20160831-WA065.jpg

טרויבן88 » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 3:58 am

· #350896
Chuchem
אפיציעל ווילען זיי אפערן גאר ביליגע פרייזען.
זיי האבען ארויסגענומען א ליעס אויף די אלטע PathMark געשעפט.

דאס זעט אויס ווי די סימבאל פון אושר עד גראסערי טשעין אין ארץ ישראל.., און די סלאגאן איז אויך די זעלבע.

Chuchem » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 7:17 am

· #350899
נכון. איינער פון די בעלי בתים פון בינגו, פירט אן די אושר עד געשעפטן און א"י.

בת קול » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:49 am

· #350917
כאילו א אידישע Costco
וואס האט זייער אייגענע brand פון אלעס.

לית דין בר נש » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:51 am

· #350918
איך מיין עס איז לאו דוקא זייער אייגענע ברענד נאר מער Bulk פאר ביליגע פרייזן

טרויבן88 » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:53 am

· #350920
ער פארקויפט Kirkland זאכן לויט ווי איך האב געהערט.

בת קול » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:54 am

· #350922
עס איז יא זייער אייגענע ברענד.
זיי טוהן עס ביי Media OTG

ונבנתה העיר » זונטאג אקטאבער 16, 2016 11:25 am

· #352584

ליפא » זונטאג אקטאבער 16, 2016 11:28 am

· #352586
מסתם איז 52 היכל זיי איבערגעוואקסן ?

וועטערבאריכט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 5:08 pm

· #354876
בינגא- הערליך , גוטע פרייזען , פארקינג
א גוטען , דער נייער בינגא געשעפט איז אפען אהן די גאנצע טאראם און גרענד אפענינגס . איך בין געווען שאפינג דארט היינט. די פארקיניג איז שיין ציגעשטעלט. עס איז דא פארקינג אינדרויסען פון 61 street ציווישען 12-13 ave. אויב די לאט איז פול איז דא צוויי underground parking פלעצער פאר הונדערטער קארס. די געשעפט אליינס איז גארנישט פענסי אבער זייער ריין ליכטיג און שיין אויסגעלייגט . די פרייזען זענען מיט א שיינע פאר דאלער ביליגער ווי breadberry למשל. נאך דעם האבען זיי גרויסע סעיל אייטעמס ספעשעלס וכו׳ עס איז דא אלס ציבאקומען שיינע פרוכט , גוטע טשיקען און פלייש , בעקערי נעמען זיי פון sterns און די פרייזען זענען געווען זייער גוט. מען קען קויפען bulk items פאר בעסערע פרייזען. די checkout counters זענען געווען שיין און פול אבער מיט ארום 15 קאונטערס האב איך נישט געדארפט ווארטען אין א ליין.

די אינטערסאנטע זאך איז אז זיי האבען נישט advertised , נישט געמאכט א ribbon cutting וכו׳ נישט אראפגעריפען די פאלעטישענס וכו׳ . איך ווייס נישט אפילו וויאזוי יעדער ווייסט זיי זענען אפען . לעומת זה ברעדבערי האט אריינגעשאסען א פערטעל מיליאן אויף ברענדינג און אדווערטייזינג . איך האב געמיינט אז די נייער געשעפט וועט נישט בייגרייפען ברעדבערי אבער עס איז קלאר די געסער ארום ברעדבערי זענען אסאך ליידיגער און די געשעפט איז געווען כמעט ליידיג אויף א דאנערשטאג נאכמיטאג . ברעדבערי וועט נאך האלטען איהר פלאץ פאר די נייע פענסי חסידישע yuppies וועס האבען ליב ארומשפאצירען מיט א latte און sushi און איז אן upscale store . אבער די נייער bingo געשעפט זעט אויס צו זיין אויס געשטעלט צו ווערען א success און ערענסטע קאמפעטישען פאר גראסערי סטארס אין בארא פארק.

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 5:12 pm

· #354877
זיי האבן עדווערטייזט אז מאכן נישט קיין גרענד אויפינאינג כדי נישט צו ספענדן די קאסטעמערס געלד.
זייער סלויגען איז our buying power is your profits

וועטערבאריכט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 5:13 pm

· #354878



Sent from my iPhone using Tapatalk

קלוגע יודל » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:50 pm

· #354898
וועטערבאריכט
א גוטען , דער נייער בינגא געשעפט איז אפען אהן די גאנצע טאראם און גרענד אפענינגס . איך בין געווען שאפינג דארט היינט. די פארקיניג איז שיין ציגעשטעלט. עס איז דא פארקינג אינדרויסען פון 61 street ציווישען 12-13 ave. אויב די לאט איז פול איז דא צוויי underground parking פלעצער פאר הונדערטער קארס. די געשעפט אליינס איז גארנישט פענסי אבער זייער ריין ליכטיג און שיין אויסגעלייגט . די פרייזען זענען מיט א שיינע פאר דאלער ביליגער ווי breadberry למשל. נאך דעם האבען זיי גרויסע סעיל אייטעמס ספעשעלס וכו׳ עס איז דא אלס ציבאקומען שיינע פרוכט , גוטע טשיקען און פלייש , בעקערי נעמען זיי פון sterns און די פרייזען זענען געווען זייער גוט. מען קען קויפען bulk items פאר בעסערע פרייזען. די checkout counters זענען געווען שיין און פול אבער מיט ארום 15 קאונטערס האב איך נישט געדארפט ווארטען אין א ליין.

די אינטערסאנטע זאך איז אז זיי האבען נישט advertised , נישט געמאכט א ribbon cutting וכו׳ נישט אראפגעריפען די פאלעטישענס וכו׳ . איך ווייס נישט אפילו וויאזוי יעדער ווייסט זיי זענען אפען . לעומת זה ברעדבערי האט אריינגעשאסען א פערטעל מיליאן אויף ברענדינג און אדווערטייזינג . איך האב געמיינט אז די נייער געשעפט וועט נישט בייגרייפען ברעדבערי אבער עס איז קלאר די געסער ארום ברעדבערי זענען אסאך ליידיגער און די געשעפט איז געווען כמעט ליידיג אויף א דאנערשטאג נאכמיטאג . ברעדבערי וועט נאך האלטען איהר פלאץ פאר די נייע פענסי חסידישע yuppies וועס האבען ליב ארומשפאצירען מיט א latte און sushi און איז אן upscale store . אבער די נייער bingo געשעפט זעט אויס צו זיין אויס געשטעלט צו ווערען א success און ערענסטע קאמפעטישען פאר גראסערי סטארס אין בארא פארק.

א יעדער גראסערי אין בארא פארק איז מיט אפאר דולר ביליגער ווי ברעדבערי

ליפא » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:57 pm

· #354899
פלייש דארט איז בכלל נישט ביליג.

סאשי פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 8:52 pm

· #354907
עס איז יא

ליפא » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:39 pm

· #354915
No. Sorry it is not.
ס'דא ביליגער אין בפ

סאשי פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:16 pm

· #354919
ווי איז ביליגער פאר די מהודר'דיגע התאחדות פלייש???

וועטערבאריכט » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 7:19 pm

· #356178
אפדעיט בינגא- איז פיינע נייעס
איך האב געמאכט די לעצטע פאר גראסערי ארדערס אין בינגא. איך מוז זאגען אז דער געשעפט איז ממש א מחי-ה. סיי די באקוועמטליכקייט פון אריינדרייווען גראד אין א פארקינג לאט, אויב עס רעגענט גייט מען ווייטער אין די indoor lot. דער ערשטער לעוועל איז גראדע גאנץ פארשטופט אבער אויב איהר גייט צו די sublevel basement פארקינג איז אסאך גרינגער צו געפינען פלעצער און איך האב דערווייל קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם מיט די פארקינג. די געשעפט איז לעכטיג אין זייער appealing. די aisles זענען ברייט און די וועגעלעך גרויס. די layout פון די סטאר איז זייער מסודר און גרינג צו געדענקען. די סחורה איז replenished זייער אפט ממילא איז עס אייבעג שיין פריש. די פרוכט און וועיגטעבעל פרייזען זענען אויסטעליש ביליג און די קוואלעטי עקסעלענט. די פרייזען אויף ממש אלע פראדוקטען זענען זייער גוט. איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין. די געשעפט איז זייער ביזי מיט אסאך אידען פון אנדערע היימישע ערטער אזוי ווי וויליאמסבורג.איך זעה אויך פלענטי גבירים וואס האבען ליב דארט איינצוקויפען .עס איז נישט נאר וועגען געלט , עס איז א אינטערסאנטע פלאץ ווי איהר טרעפט זיך מיט חברים און שכנים. להבדיל, זעה איך דארט אסאך גוים , כנעזע און אטעליענע קומען אריין שאפען ... איך האב גארנישט א נגיעות אין דער געשעפט און איך פול גראדע מיטלייד מיט די קלענערע גראסעריס. אבער עס איז שוין לעצטענס געווען big fish eats small fish . איך בין אויפגעוואקסען אויף 18ave מיט א גראסרי א יעדע פאר בלאקס. גאלדבערג האט איינגעשלינגען אלע קלענערע און אנגעהויבען פארקויפען פלייש, פרוכט... כולל סטאר די זעלבע. ווען בריעדבערי איז אנגעקומען צו מיין געגענט האט וויזנערס און הדר גאולה געציטערט. יעצט איז הדר גאולה דער טעיק אויט פאר בינגא. אזוי גייט עס...בקיצור יעצט איז אנגעקומען א ריזיגע פוש און עס שלינגט איין אלע גרעסערע סופערמאקעטס, איך קען עפעס נישט טרעפען די sympathy פאר זיי. די קלענערע גראסעריס וועלען נאך אלס באקומען די קליינע טעגליכע ארדערס אבער די נייע בינגא געשעפט פארט זייער גוט און עס איז פיינע נייעס פאר בארא פארק און אנדערע היימישע ערטער.

קאסטנער » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 8:59 pm

· #356185
וועטערבאריכט
איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.


דעס מיינט אז זיי זענען מיט פיפציג פראצענט ביליגער אויף זייערע אייטעמס ווי סתם א גראסערי?
בלאט: 1 2 3