סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
191 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6334
שבת אחים: אז מ'רעדט שוין. (ס'נישט די קעפל פון אשכול. אבער לאמיר נישט זיין אזוי אבסעססיוו. מ'מעג כאפן א געשמאקן, היימישן שמועס. אויסער דער פארק'טער ל. וואס זוכט אייביג נאר מקטרג צו זיין...!) ווי גרויס אין נאמבערס איז דאס דמשק חסידות...?! וויפיהל טויזנטער חסידים שטייען אויף די פארענטשעס ביי דמשק?
ביי מיר זענען אלע חסידות'ן גוט און פיין. ישראל אשר בך אתפאר. אבער די גרויסקייט (אין נאמבערס) ווענדט זיך נישט אין די פעולות וואס די רבי האט יא, אדער נישט געטון...!
ר' בערל, אפשר טאקע נעמט איר אייער סוס ורוכבו און דרייווט אונז אלע צוריק צום נושא האשכול? איך האב מורא אז מען גייט דא פארפארן אין א אנדערע פארצימעסטן דירעקציע...
לאמיר זיך האלטן ביי די פערד און וואגן און שוין.
יי
עצי שטיםשבת אחיםקודם כל, שרייבסט נאך “מיינע סטראשערייען”. כ’האב קיינמאל נישט געסטראשעט קיינעם. כ’האב מיך פשוט געוואונדערט פארוואס פלוצלינג מ'ווארפט מיר ארויס ווען איך האב געשריבן זאכן וואס איז אמאל געוועהן נארמאל דא צו שמועסן און ס’איז דא גאנצע אשכולות פונדעם דא אין שטיבל.
כ'האב געמיינט דיינע סטראשענען אז דו ביסט געענדיגט מיט קאווע שטיבל, און אז אויב איז דאס די צוגאנג, דאן ווילסטו נישט שרייבן מער,
און יא, איך האב אויך נישט פארשטאנען פארוואס מען האט דיר אויסגעשפארט, חוץ פון דעם אז 'מנהל' האט געשריבן אז אין אישי האסטו געענטפערט מיט חוצפה.
לאמיר נישט פארפארן
גענטפערט מיט חוצפה?
איך האב שוין געשריבן אפאר מאל. ער האט מיר געפרעגט א קשיא- פארוואס, און איך האב אים גענטפערט. קיין שום חוצפה אינוואלוועט אין יענע Transaction.
וואלוויקהל'ס נערעצי שטיםפאפא רב איז געווען א שטיקל תלמיד ביים סאטמאר רב נאך אינדערהיים אין סאטמאר,
פאפא רב האט זיך געהאלטן פאר א בעלזא חסיד, אפשר טעכניש איז ער געוועין א סאטמערע תלמיד, אבער זיין נשמה איז געוועין אין בעלזא.
אפילו דאס אויך נישט. פאפא רב איז געווען פון די דיינים אין שטאט סאטמאר מצד די "גרינוואלדס", די תלמידים פון פונעם פריעקרן רב דער קרן לדוד זצ"ל, די צד כנגד פון סאטמארע רב.
כמעט אלע אויבערלענדער אידן זענען געוועהן בעלזער חסידים אדער געהאלטן פון בעלזא.
איך בין 75 פראצענט א מארמארישער און איך שטאם פון וויזניצער חסידים סיי פון מיין טאטעס זייט און סיי פון מיין מאמע׳ס זייט. אבער די 25 פראצענט אויבערלענדער- אונגארישער בין איך א בעלזער אפשטאמיגער.
מיין זיידע איז געוועהן רב און ראש ישיבה אין צעלדעמעק אויבערלאנד (א שטאט לעבן פאפא). אייניקלעך פון הגה”ק רבי שמעלקא סעלישער- הויפט רב פון אונגארן.
מיין באבע איז געוועהן אכצן יאהר ווען מ’האט זיי געפירט קיין אוישוויץ. זי האט מיר פארציילט אז אויפן באן האט זי געהאלטן איר שוועסטערס קינד אויף די האנט. און אויפן וועג האט דאס קינד געפרעגט. “איז עס נאכאלץ אמת אז די בעלזער רב איז די צדיק הדור?”
דאס קינד נעבעך...
אקעי צוריק צום אשכול.
זייטס מיר מוחל פארן פארדרייען די שמועס. באלד וועלן ענק נאך זיין גערעכט פארן מיך אויסשפארן 😂
בד”וו. ענק רעדן פון קארס פון רביס. רבי חיים מאירל, די אמרי חיים האט בכלל נישט געהאט קיין קאר. רבי מנחם אליעזר מאזעס פארציילט אז סאיז געוועהן אידן וואס האבן געהאט א קאר און געוואלט האבן די זכי׳ צו דרייווען די רבי. פלעגן זיי זיך איינשרייבן אז מזאל זיי רופן ווען די רבי וויל פארן ערגעץ. ער ברענגט א copy פון די ליסט פון די מענטשען וואס האבן זיך איינגעשריבן אין זיין ספר. איינע פון זיי איז געוועהן גלויבער- די פאטער פון רבי יענקל גלויבער פון מאנסי-מחסידי וויזניץ- גלויבער’ס דזשולערי. איינער פון זיי איז הרב סטעפאנסקי א רוזינער-בויאנער חסיד וכו׳
סאטמארער רב ז"ל האט אויך נישט געהאט קיין אייגענע קאר ביז צו די מאביל וואס מ׳ האט געקויפט סוף ימיו
די ערשטע יארן פלעגט מען אלץ בעטן איינעם
שפעטער איז געווען א קביעות פון סענדער ענגעל מיט זיין קאר
שבת, וואס זאגט איר ר׳ שמעלקע סעלישער איז געווען הויפט רב אין אונגארן? קיינמאל נישט געוויסט, איז געווען בכלל אמאל אזא טיטול?
ווער נאך האט געהאט דעים טיטול?
זיך אויף א אנדערע אשכול איבער רבנים אינדעהיים. אדער עפען א אשכול וועגן אים. וועלן מיר רעדן דארט. ער איז געוועהן א אינטערסאנטער מענטש. דער ערשטער רב צושרייבן אנטעקן די “הרעיון הציוני”. סאטמארער רב איז געוואר געווארן וועגן דעם נאכן שרייבן זיין ספר. און ער האט זיך ערענסט געטראכט איבערצודריקן די ספר.
די חתם סופר רופט אים “החכם”
זיין מאמע איז געוועהן א שוועסטער פאר רבי שמעלקע ניקלישבורגער און דער בעל הפלאה- אייניקלעך פון די של”ה הק’
איך בין דער זעקסטער און דער זיבעטער דור, ווייל מיין זיידע האט חתונה געהאט מיט זיין קאזין.
יאיר לפיד איז אויך זיין אייניקל, דורך זיין זיידע די באוואסטער שרייבער דוד גלעדי-קליין. בן הגה”ח ר’ שלמה זלמן קליין מהאלמין. אב”ד סילאג'צ'ה- מגדולי חסידי וויזניץ.
דא האסטו א קליפ ווי ר’ מנחם אליעזר מאזעס- חבר הכנסת טשעפעט אים אז ער איז א אייניקל פון א גרויסע וויזניצער חסיד
מה הקשר בין יאיר לפיד לחסידות ויזניץ
<a class="postlink" href="https://youtu.be/Omq4URuP18A">https://youtu.be/Omq4URuP18A</a>
רבי שמעלקא סעלישער אליינס איז נישט געוועהן קיין גענצליכער חסיד. זיינע אייניקלעך זענען געוועהן וויזניצער, בעלזער, סיגוטער חסידים.
זייער גוט, זייער הייליג, אבער ווען איז ער געווען הויפט רב פון אונגארן?
שבת אחיםזיך אויף א אנדערע אשכול איבער רבנים אינדעהיים. אדער עפען א אשכול וועגן אים. וועלן מיר רעדן דארט. ער איז געוועהן א אינטערסאנטער מענטש. דער ערשטער רב צושרייבן אנטעקן די “הרעיון הציוני”. סאטמארער רב איז געוואר געווארן וועגן דעם נאכן שרייבן זיין ספר. און ער האט זיך ערענסט געטראכט איבערצודריקן די ספר.
די חתם סופר רופט אים “החכם”
זיין מאמע איז געוועהן א שוועסטער פאר רבי שמעלקע ניקלישבורגער און דער בעל הפלאה- אייניקלעך פון די של”ה הק’
איך בין דער זעקסטער און דער זיבעטער דור, ווייל מיין זיידע האט חתונה געהאט מיט זיין קאזין.
יאיר לפיד איז אויך זיין אייניקל, דורך זיין זיידע די באוואסטער שרייבער דוד גלעדי-קליין. בן הגה”ח ר’ שלמה זלמן קליין מהאלמין. אב”ד סילאג'צ'ה- מגדולי חסידי וויזניץ.
דא האסטו א קליפ ווי ר’ מנחם אליעזר מאזעס- חבר הכנסת טשעפעט אים אז ער איז א אייניקל פון א גרויסע וויזניצער חסיד
מה הקשר בין יאיר לפיד לחסידות ויזניץ
<a class="postlink" href="https://youtu.be/Omq4URuP18A">https://youtu.be/Omq4URuP18A</a>
רבי שמעלקא סעלישער אליינס איז נישט געוועהן קיין גענצליכער חסיד. זיינע אייניקלעך זענען געוועהן וויזניצער, בעלזער, סיגוטער חסידים.
רבותיי: זאגטס מזל טוב. איך בין א קאזין מיט שבת אחים. מיין זיידע האט געהאט אן ענליכן נאמען (צו דעם זיידע פון הרב יאיר לפיד שליט"א). ער האט אויך געשטאמט פון האלמין...!
פון ענקער רילעישענשיפ זעהט אויס אז ענק זענען אסאך נענטער ווי קאזינס, ממש ווי א ברודער...
וואס פרייסטו זיך מער, אז דו ביזט א קאזן מיט יאיר אדער מיט שבת?
מיט ביידע: איך מאך א פרעדיקשן אז יאיר לפיד וועט נאך ווערן א בעל תשובה. ער וועט ווערן א רעלגיעזער חרדי'שער פאליטישאן. גרעסערע זאכן זענען שוין געשעהן. נאר לויט וואספארא טאטע ער האט געהאט, אן עכטער עוכר ישראל און וויסטער שונא ישראל, ער האט פיינט געהאט די תורה און אידישקייט, און א יעדן ערליכן איד, גארנישט בעסער ווי די נאציס... איז דער בן יקיר כאטש אביסל בעסער ווי דער טאטע...!
ר' בערל, נו אז דו פארלאנגסט, זאל זיין. מזל טוב.
יעצט ביטע כאפ א בליק אויף דיין אוואטאר, און לאמיר זיך האלטן דערצו... 😉
berlbalagulehרבותי: זאגטס מזל טוב. איך בין א קאזין מיט שבת אחים. מיין זיידע האט געהאט אן ענליכן נאמען (צו דעם זיידע פון הרב יאיר לפיד שליט"א). ער האט אויך געשטאמט פון האלמין...!
אסאך אידן שטאמען פון האלמין... אויב האט ער געהייסן קליין און איר זענט א אייניקל פון רבי ר’ שמעלקא דאן זענען מיר קרובים. אבער אויב די באבע האט געטרוקענט די וועש אינטער די זעלבע זון אין האלמין זענען מיר אויך קרובים (אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע) אבער דאן זענען מיר אביסל ווייטערע קרובים.
לכאורה דארפט איר נישט מורא האבן צוזאגן אויב איר זענט א סעלישער אייניקל מפני גילו. ער האט געהאט 10 קינדער, און האט טויזנטער אייניקלעך אינערהאלב די חרדישע ציבור.
איך ווילל נישט פארדרייען דעם שמועס פון דעם אשכול. וואס האטיך אנגעהויבן איבער די פערד פון די רעבעס. נישט איבער די וואס זיצן אין די קארס. אבער מיין זיידע האט געהייסן ר' ח.ק. פון האלמין...ער האט שפעטער נאכ'ן חתונה געמופט קיין מ... מער וויל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי. שוין. זעמיר 5'טע אדער 26'סטע קאזינס. איין נפקא מינה. דעם קוגל פון רעבי'ן עמיר פונקט אזוי עסן מיט אפעטיט...!
מדי דברי: אז מ'רעדט שוין. כלל ישראל האט נאך א קאזין וואס אונז האמיר נישט געהערט פון איהם פאר א לאנגע צייט. ער הייסט לואיס (לייבל) פארראקהאן, ימ"ש. ער האט בהודאת בעל דין פארציילט אז ווען ער איז געווען א יונגל האט ער געוואוינט אין די ראקסבורי געגנט אין מאסאטשוסעטס. און ער האט ארומגעבארדעט מיט די אנדערע אידישע קינדער אין שול...זיין זיידע איז געווען א איד און א סלעיוו אוינער...! זיין באבע איז געווען א שחור'טע...!
סקווירא רבי'ס קאר נאכ'ן עקסידענט
בעוונותינו הרבים, פארשטייטציך
📎 IMG_20220815_234337.jpg
שמעון וואלףסקווירא רבי'ס קאר נאכ'ן עקסידענט
בעוונותינו הרבים, פארשטייטציך
אוי! מי ירפא לנו שברינו..
פאסירט יום ב' לסדר "ואשר עשה לחיל מצרים לסוסיו ולרכבו"
ווי איז מען געפארן? און וויאזוי איז מעגליך אז אלע דריי קארס זענען צעשמעטערט און דער גוי טויט און קיינער אנדערש נישט קיין קראץ?
באהעלפערווי איז מען געפארן? און וויאזוי איז מעגליך אז אלע דריי קארס זענען צעשמעטערט און דער גוי טויט און קיינער אנדערש נישט קיין קראץ?
מעשה ניסים! פרעגט מען נישט קיין קשיות. די גוי איז געווען א ניצוץ פון עמלק אבער היות אז אין זיין פריעדיגער גלגול האט אמאל א טובה געטון פאר'ן רבי זי"ע האט ער זוכה געווען אומצוקומען ע"י רכבו הקדוש פון שיירת אדמו"ר שליט"א
Chasidishmashpia באהעלפערווי איז מען געפארן? און וויאזוי איז מעגליך אז אלע דריי קארס זענען צעשמעטערט און דער גוי טויט און קיינער אנדערש נישט קיין קראץ?
מעשה ניסים! פרעגט מען נישט קיין קשיות. די גוי איז געווען א ניצוץ פון עמלק אבער היות אז אין זיין פריעדיגער גלגול האט אמאל א טובה געטון פאר'ן רבי זי"ע האט ער זוכה געווען אומצוקומען ע"י רכבו הקדוש פון שיירת אדמו"ר שליט"א
אלץ גרינגער ווי צו זאגען השגחה פרטית?
[ציטאט אראפגענומען]
גדולים באלאנגען אין טוילעט...
שמן למאור[ציטאט אראפגענומען]
גדולים באלאנגען אין טוילעט...
ס'ווענדט זיך וועמענס...
שמן למאור[ציטאט אראפגענומען]
גדולים באלאנגען אין טוילעט...
שמן למאור: למען הדיוק. דארף מען מאכן א חילוק פון גדולים ביז גדוילים. די צווייטע באלאנגט אין טוילעט. די ערשטע אין ב"מ(ג).
זאגט מען טאקע אז בני ברק האט א שווערע לופט צוליב די איבערפלוס פון 'גדולים' וואס וואוינען דארט...
דערמאנט עס מיר אז א ליטווישער חבר כנסת האט זיך אמאל אויסגעדריקט וזה לשונו: "להיות בכנסת זהו כמו להיות בבית הכסא מקום לא נקי, אבל לא היתה לי ברירה הגדעילים לחצו עלי"...
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
סקווירא
📎 Screenshot_20240109-235250.jpg
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
ששון ושמחה #
סקווירא
נו, פרעג איך אייך: איז דאס נישט די תיקון השלם, פארוואס איז משיח נאכנישט דא?
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
[ציטאט אראפגענומען]
נע, מלכות הזלה מיינט סמארטפאונס
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
איך וועיס נישט: נאר מ'וועט דארפן טרעפן א נייעם פסוק אדער עפעס א רמז אין א מאמר חז"ל אדער מדרש איבער די עראפלאנען און העליקאפטערס פון די העיליגע רעבעס וועלכע פליען שטענדיג ארום אין די הימלען פון עין עק וועלט ביז די אנדערע. (מיט א חטף (חאטעף) קמ"ץ).
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
berlbalaguleh #

ורוח אלוקים מרחפת על פני המים...
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
וואלווי #

כי תקנה עבד עברי וכו׳ בגפו יבא בגפו יצא
בגפו זאגט רש״י בכנפו
מכאן למטוס פרטי לאדמו״ר מן התורה.
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
ששון ושמחה #
סקווירא
איז אזוי, בעצם וואלט מען דאס געקענט פארענטפערען אז א איד אין די יארן זאל פארן א נסיעה פון 12 שעה [ער איז ארויס פון LA] מיט ס"ה א קורצע אפשטעל, קען עס אפשר זיין עפעס א צורך בפרט אז די אלע סארט נסיעות גיסען ריזיגע געלטער פאר די מאורעות, מארגנים, מוזיק, דעקאר ועוד, נו אז פארוואס זאל ער דאס נישט ערליך באקומען, אדער עפעס אביסעל ביליגער בדומה לו
אבער, א גרויסע אבער, פארוואס פעלט אויס צו ארויס ליקען אזעלעגע בילדער, איך און דיר האבן נישט געהאט דארט קיין דריסת רגל צו כאפען א בילד... קומט אויס אז די העימישע קנאקערס זענען מבייש די קאמפעני
אנלעס ס'איז א כבוד, גיי פארשטיי
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
היימלינד #

איך פארשטיי דיך נישט
בדרך רבותינו נלך !!!
אונז ווילן אלע גיין אין די וועגן פון אונזערע רבי'ס, אוודאי דארף מען ארויסשיקן זאל יעדער זעהן און שטרעבן אנצוקומען צו אזעלכע מדריגות
ובשם השם נצליח !
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
קהל'ס נער #
כי תקנה עבד עברי וכו׳ בגפו יבא בגפו יצא
בגפו זאגט רש״י בכנפו
מכאן למטוס פרטי לאדמו״ר מן התורה.
בגפו יבא בגפו יצא איז א לשון פון מגפיים דהיינו שטיוול
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
קהל'ס נער #
כי תקנה עבד עברי וכו׳ בגפו יבא בגפו יצא
בגפו זאגט רש״י בכנפו
מכאן למטוס פרטי לאדמו״ר מן התורה.
מטוס מה אומרת? במטוסי מינך אושפוזי עילאי דוד מלכא משיחא דיתבי עמי
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
היימלינד #
ששון ושמחה #
סקווירא
איז אזוי, בעצם וואלט מען דאס געקענט פארענטפערען אז א איד אין די יארן זאל פארן א נסיעה פון 12 שעה [ער איז ארויס פון LA] מיט ס"ה א קורצע אפשטעל, קען עס אפשר זיין עפעס א צורך בפרט אז די אלע סארט נסיעות גיסען ריזיגע געלטער פאר די מאורעות, מארגנים, מוזיק, דעקאר ועוד, נו אז פארוואס זאל ער דאס נישט ערליך באקומען, אדער עפעס אביסעל ביליגער בדומה לו
אבער, א גרויסע אבער, פארוואס פעלט אויס צו ארויס ליקען אזעלעגע בילדער, איך און דיר האבן נישט געהאט דארט קיין דריסת רגל צו כאפען א בילד... קומט אויס אז די העימישע קנאקערס זענען מבייש די קאמפעני
אנלעס ס'איז א כבוד, גיי פארשטיי
מיין עניות דעתי זאגט פארקערט.
דעיס אז א בחור'ל אדער אינגערמאן זאל האלטן אז דאס מאכט גרעסער זיין רבי און גיין אויפזיכן בילדער אויפ'ן אינטערנעט פון די פליגער וואס וועט האבן די זכיה צו זיין א מדרס פאר'ן רבי'ן, און דערנאך מפרסם זיין, דאס קען מען נאך דערהערן.
אבער, א גרויסע אבער, וויאזוי פארענטפערט מען די היפאקרעסי פון פארלאנגן אז די חסידים זאלן לעבן מיט א פשטות און זיין איינגעהאלטן בעת ווען די וועג וויייזער לעבט כאשר הפריצים און שווענדעט געלט אויף לוקסוס און מותרות.
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
א מנהיג ישראל דארף זיין א סעמפל פאר חסידים נישט צו ספענדן אויף שטותים
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
ער הייסט אויך רעיפן 14-15-16 יעריגע מיידלעך/כלות. אז דו ווילסט גיין מיט זיינע טמא'נע שיטות דעמאלטס גיי דערמיט עד הסוף.
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
שמעון וואלף #
היימלינד #
ששון ושמחה #
סקווירא
איז אזוי, בעצם וואלט מען דאס געקענט פארענטפערען אז א איד אין די יארן זאל פארן א נסיעה פון 12 שעה [ער איז ארויס פון LA] מיט ס"ה א קורצע אפשטעל, קען עס אפשר זיין עפעס א צורך בפרט אז די אלע סארט נסיעות גיסען ריזיגע געלטער פאר די מאורעות, מארגנים, מוזיק, דעקאר ועוד, נו אז פארוואס זאל ער דאס נישט ערליך באקומען, אדער עפעס אביסעל ביליגער בדומה לו
אבער, א גרויסע אבער, פארוואס פעלט אויס צו ארויס ליקען אזעלעגע בילדער, איך און דיר האבן נישט געהאט דארט קיין דריסת רגל צו כאפען א בילד... קומט אויס אז די העימישע קנאקערס זענען מבייש די קאמפעני
אנלעס ס'איז א כבוד, גיי פארשטיי
מיין עניות דעתי זאגט פארקערט.
דעיס אז א בחור'ל אדער אינגערמאן זאל האלטן אז דאס מאכט גרעסער זיין רבי און גיין אויפזיכן בילדער אויפ'ן אינטערנעט פון די פליגער וואס וועט האבן די זכיה צו זיין א מדרס פאר'ן רבי'ן, און דערנאך מפרסם זיין, דאס קען מען נאך דערהערן.
אבער, א גרויסע אבער, וויאזוי פארענטפערט מען די היפאקרעסי פון פארלאנגן אז די חסידים זאלן לעבן מיט א פשטות און זיין איינגעהאלטן בעת ווען די וועג וויייזער לעבט כאשר הפריצים און שווענדעט געלט אויף לוקסוס און מותרות.
נע, דער רבי איז דאך נישט נהנה קיין כי הוא זה פון די גאנצע מעשה. ס'איז פשוט א מהלך פון מלכות. היינט זעען שוין אלע רבי'ס איין אז דער רוז'ינער איז גערעכט געווען, אינקלאדינג די רביס פון די צאנז'ע געזעס. און די טשערנאבלע רבי'ס זעען שוין אויך איין אז דער טאלנער איז גערעכט געווען.
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
אויף די בילדער קען מען זעהן די כלי וואס הייסט א בעט, וואס אונזער רבי'ס נוצן נישט...