קאסובע רבי - הער איך - איז מקרב בערני סענדערס.
סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
191 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6334
קאווע טרינקערקאסובע רבי - הער איך - איז מקרב בערני סענדערס.
הערסט נישט גיט, פוץ אויס דיינע אויערן און נעם ארויס די וואטע אפשר וועסטו הערן בעסער.
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז נישט זיין קאר, עס איז די קאר פון די עכטע סקווירא רבי, ר' מיכעלע טווערסקי פון ב"פ
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
פארוואס איז מען אויפגערעגט אויף רעבעס מיט שיינע קארן מער ווי אויף רייכע קינדער וואס זענען שוין געבוירן געווארן אין רייכטום אריבער בירושה? ביידע האבן ערגעצוואו צוריק אין די דזשענערעישאנס געהאט א זיידע וואס האט שווער געארבעט פאר זיין געלט. דער מיט'ן גנבנען פון ראובן און פארקויפן פאר שמעון און דער מיטן גנבנען פון גאט און פארקויפן פאר כלל ישראל. כדכתיב כי לה' הישועה.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אגב היוצא לנו אז דער מאחניבקא רבי שערט א קאר מיט ספינקא, קוזמיר, בוטשאן, זוטשקא, שומרי אמונים, זעוויל פ"ת, ועוד ועוד
הדא הוא דכתיב סוס ורוכביו ופרשיו לשון רבים

שבת אחיםמ׳נעמט נישט אריין אין די מוסדות איינעם מיט א קמץ בארד צי מיט גר״א גאטשעס
בערני איר האט זיך געלאזט וואקסן א קמץ בארד?
וואס טוט מר"א מסאטמאר אין די קאר?
מיט וועמען איז דער אינטערוויו? וואו איז עס אפגעהאלטן געווארן?
נישט זיכער
אפשר אהרעלע סאמעט?
אפשר אהרעלע סאמעט?
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
אברך משישבת אחיםמ׳נעמט נישט אריין אין די מוסדות איינעם מיט א קמץ בארד צי מיט גר״א גאטשעס
בערני איר האט זיך געלאזט וואקסן א קמץ בארד?
איך וואלט געזאגט א קמץ גאטשע און א גר"א בערדל lol
טאמבל סאספארוואס איז מען אויפגערעגט אויף רעבעס מיט שיינע קארן מער ווי אויף רייכע קינדער וואס זענען שוין געבוירן געווארן אין רייכטום אריבער בירושה? ביידע האבן ערגעצוואו צוריק אין די דזשענערעישאנס געהאט א זיידע וואס האט שווער געארבעט פאר זיין געלט. דער מיט'ן גנבנען פון ראובן און פארקויפן פאר שמעון און דער מיטן גנבנען פון גאט און פארקויפן פאר כלל ישראל. כדכתיב כי לה' הישועה.
טאמבל סאס: ייש"כ. דאס איז אן עמקות'דיג ווארט. אויב דו מיינסט דאס וואס איך מיין...!
כ'קען נישט וויסן וואס דו מיינסט. אזוי טיף בין איך נישט.
טאמבל סאוס: אז די זיידעס פון די היינטיגע רעבעס האבן געגנב'ט ישועות פון הימל פאר אידן...!
ס'איז דא אויף דעם עטליכע חסיד'ישע ווערטלעך און טייטשן.
איך ווער טאקע נתפעל פון ניטשע'ס א מאמר. אבער פונקט אזוי כאפ איך התפעלות פון א חסיד'יש ווערטל...! ס'איז א געמיש פון ראמאנטיסיזם און נאסטאלגיע...!
נ.ב.: יעצט וועל איך דארפן שרייבן א תגובה פון צעהן פאראגראפן כדי מסביר צו זיין מיינע איצטיגע ווערטער...!

ר' בערעלע, איר געדענקט אודאי נאך ווי דער רבי זכרונו לברכה איז געזעצען מיט'ן ברך משה אין די בעק פון א קאנווערטעבל. מי יתן ווען אונזערע היינטיגע צדיקים וואלטען אויך געקענט שעפען פרישע לופט און זיך דערקוויקען אין קאנווערטיבעלס א בחינה פון בוקעת ועולה...
וואלווי: זיכער געדענק איך. איך בין דארט געווען... 😎
לויט ווי מען דערציילט, האט מען אייביג געעפענט דער דאך פון דער לעפקאוויטש מאביל ווען דער סאטמאר רב איז אריין, כדי ער זאל זיך נישט דארפן איינבייגען, און דערנאך האט מען עס גלייך פארמאכט. ווען ער איז ארויסגעפארן צום שיף אויפ'ן וועג קיין א"י, האבען די גבאים און שמשים און באשעפטיגטע מענטשען געוואלט מאכען א טאראראם כדי אויסצורופן דער דבר ה' ברמה, האבען זיי געברענגט די תינוקות של בית רבן, די לעכטיגע צורות אשר לא טעמו טעם חטא אז זיי זאלען אנפילען מיט זייער הייליגע קערפערס די געסער פון דער עיר ואם בישראל כדי ס'זאל מקויים ווערן וראו כל עמי הארץ וכו', און מ'זאל פייערען א צאתכם לשלום אזוי ווי פאפא וועט קיינמאל נישט קענען. ב"ה מ'האט פראדוצירט גענוג פלייש צו קענען באווייזען דער געוואלדיגע קונץ.
דאסמאל האט זיך, פארצופאל, דער דאך פון דער קאר זיך איינגע'עקשנ'ט און נישט געוואלט עפענען. דער סאטמאר רב האט געלאזט א פרעג טוהן וואס טוט זיך מיט די דאך, און די ארנטליכע שמשים האבען געמוזט מודה זיין אויף זייער פעלער אז דער דאך איז צובראכען און ער מוז אזוי ארומגיין די געסער פון דער עואב"י ווי א פער"פ וואל"ק ביז'ן אנקומען צום שיף.
דער זכות זאל זיי ביישטייען!

זאג וואס דו ווילסט, די אלע פענצי קאר'ס איז א געלעכטער קעגן די שווערע ארבעט פון א רבי!
שמעלקא'לע:
[ציטאט אראפגענומען]
מיליאנען קאסט אפ די נסיעה. שווערע מיליאנען! פארוואס פארווען פארוואו ווייסט נאך קיינער נישט. אלעס לשם פראפאגאנדא...
אן די מינדעסטע בושה!? די חסידים זענען בלוטיגע ארימעלייט איינס נאכן צווייטן, און דער גראבער רב איז א מגושמדיגע פריץ און פרעסט יעדעמס געלט...! גיי זאג עס פאר א בעלזער... סאיז פונקט ווי זאגן פאר א פאלעסטינער אז זייערע פאליטשאונס זענען קאראפטירט און קעירן בכלל נישט פאר זייער וואוילזיין...
די בעש״ט איז אויך געפארן אזוי? די ווילנער גאון? דער בארדישובער, הרה״צ ר׳ אהרן בעלזער??? פון וואו נעמט ער די מנהגים?
ברענג א פיקטשער פונעם רבין אויפ׳ן פליגער וועל איך דיר גלייבען. אדערווייל הער איך אז ער קומט מיט אלעל.
אמאל פלעגט מען זאגן 'סוס ורוכבו', די פערד מיט זיין רייטער. היינט זאגט מען 'סוס ורכבו', די פערד מיט זיין קאר...
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
תורה ומדעברענג א פיקטשער פונעם רבין אויפ׳ן פליגער וועל איך דיר גלייבען. אדערווייל הער איך אז ער קומט מיט אלעל.
כווייס נישט אויב דעס איז זיין פליגער אבער ער קומט פראוועט סאיז דא א ספאנסער ווייל סאיז נישט דא קיין דירעקט פלייטס קיין מאנטריאל.
אוודאי. די גרעסטע חורבן פון אלעס איז אז די חסידים לייקענען עס נאך. ער קען טוהן וואס ער וויל אזוי ווי א קעניג און זיי וועלן אלע טאנצן קדוש. נאכדעם מאכן זיי אים כאילו ער איז א צדיק, ער האט נעבעך נישט געקענט קומען קיין חוץ לארץ וועגן די "אלטע מאמע", כאילו ער איז נעבעך געוועהן צוגעשמירט צו זיין אלטע מאמעס בעט... דרייטס מיר נישט קיין קאפ. ער דארף גארנישט טוהן חוץ פארטרייבן די פליגן... אפשר דעס אויך נישט.
שבת אחים[ציטאט אראפגענומען]
מיליאנען קאסט אפ די נסיעה. שווערע מיליאנען! פארוואס פארווען פארוואו ווייסט נאך קיינער נישט. אלעס לשם פראפאגאנדא...
אן די מינדעסטע בושה!? די חסידים זענען בלוטיגע ארימעלייט איינס נאכן צווייטן, און דער גראבער רב איז א מגושמדיגע פריץ און פרעסט יעדעמס געלט...! גיי זאג עס פאר א בעלזער... סאיז פונקט ווי זאגן פאר א פאלעסטינער אז זייערע פאליטשאונס זענען קאראפטירט און קעירן בכלל נישט פאר זייער וואוילזיין...
די בעש״ט איז אויך געפארן אזוי? די ווילנער גאון? דער בארדישובער, הרה״צ ר׳ אהרן בעלזער??? פון וואו נעמט ער די מנהגים?
ר שבת איר קענט נישט די פשוט'ע פאקטן , די חסידים ווארטן שוין יארן אז די רבי זאל קומען און מ'ברענגט עס ארויף ביי א יעדע געלעגענהייט , א פאר וואכן צוריק זענען אפאר עסקנים געפארן פון מאנטריאל אנצולאדענען די רבי צו קומען אויף א וויזיט און ער האט מסכים געוועהן , די פריוואטע פליגער איז א נדבה פון א פריוואטע מענטש און מ'פרעסט נישט קיין געלט פון קיינעם
פיין זאל דער רב פארן קיין מאנטריאל באזוכן זיינע חסידים. פארוואס דארף מען מאכן אזא טראסק? דאס קאסט אפ א הון רב. פארוואס דארף יעדער חסיד פון די גאנצע וועלט וואס קען נישט באצאלן זייער ביללס קומען צולויפן קיין מאנטריאל (פעיר פרעשיור-יעדער פארט דאך- סאיז א מצב...) אט דאס איז איבריג. די אנלויפעניש פון אזויפיל מענטשען קאסט שווערע געלטער...
דרך אגב ר׳ משה רייכמאן׳ס שווער הנגיד ר׳ משה פעלדמאן ז״ל איז געוועהן א וויזניצער חסיד. רייכמאן האט אפאר מאל געאפפערט פאר ר׳ מאטלע א פריוואטע פליגער צוקומען קיין טראנטא/מאנטריאל. ר׳ מאטעלע האט עס יעדע מאל אפגעזאגט. ער פלעגט פארן מיט א פשוטע קאר. איינמאל שוין אויף דער עלטער האט אים ר׳ יוסף קיזעלניק (נישט וועלנדיג אז די רבי זאל זיין אומבאקוועם) געזאגט אז ער האט א פריוואטע-מאביל זייער באקוועם. וואס קאסט ממש גארנישט. און ער האט זיך געלאזט איבערעדן און איז געפארן דערמיט. שפעטער האט ר׳ מאטעלע געשמעקט אז עפעס טויג נישט. האט ער אים אריינגערופן און ער האט זיך מודה געוועהן אז ער האט באצאלט א שיינע פאר אלפים פאר א קאמפעני עס צו דינגען פאר אפאר טעג. די רבי האט זיך זייער געבייזערט אויף אים פארוואס ער האט אים נישט געזאגט אז סקאסט אזויפיל געלט. דאס איז איינע פון די זאכן וואס איך האב באמת געשעצט ר׳ מאטעלע ער האט נישט געלאזט אויסגעבן קיין עקסטערע פרוטה פאר קיין שטותים. קיינמאל אין זיין לעבן נישט געפארן אויף דאטשע. די היינטיגע רבנים פארן ארום מיט פריוואטע פליגערס, האקן א לעבן און לעקן זיך צו די עשורים. פעך! זייער חסידים הונגערן און זיי האקן שטיקער. יא אלעס האט דער און יענער מנדב געוועהן. זאג פאר די אלע גרויסע נדבנים אז דריי פערטל בעלזא האט נישט פון וואו צולעבן, זיי קענען נישט באצאלן זייערע גראסרי ביללס. און אז זיי האבן איבריגע געלט זאלן זיי ענדערש געבן פאר די ארימלייט! די רבי זאל מוחל זיין און פארן מיט יעדעם איינעם פונקט אזויווי אלע אנדערע חסידים, ס׳וועט אים ח״ו גארנישט פאסירן... ס׳וועט אים נישט שאטן. ער וועט עס דורכמאכן. דער קארלינער רבי פארט אויך מיט א נארמאלע פליגער צוזאמען מיט אלע ״פשוטע מענטשען״. מ׳דארף נישט די רע-בנים געבן קיין ספעשיל-טריטמענט מיט זיידענע הענטשיך. ס׳קומט זיך זיי נישט!
די זעלבע איז געזאגט געווארן פאר כמעט אלע חסידותן. אז וויזניץ גייט דאס טוהן גיי איך די זעלבע שרייען. למעשה געדענק איך נישט ווען וויזניץ האט אויסגעבען פיר מיליאן דאללער פאר א רביס נסיעה קיין מאנטריאל אדער וואו.

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......
שבת, ביסט דאך אזוי זיס. דו מיינסט אז מ׳מאכט די טראסק לכבוד די רבי. דער אמת איז פונקט פארקערט, די גאנצע רעביסטיווע איז נאר פאר די טראסק. א בעלזער חסיד האט דאך מיט די רבי גארניקס. דער רבי קען נישט זיין נאמען, אינטרעסירט זיך נישט אין זיין צושטאנד און קימערט זיך גענצליך נישט מיט גאנץ מאנטריאל. זיין חסידות באשטייט פון טראסקען מיט מעכטיגע חתונות געמאלדען אין גויישע צייטונגען, מזוזה קלאפען פון הרה"צ און גענעראל גערודער. וואס פארא פשט האט עס ווען ער קומט צו גייען אין א געווענדליכער קעמרי און ער ווארט ביים רויטע לייט ווי יעדעם? פאר דעם קען דער מאנטריאלער זיין א דזשיבוי׳ער חסיד.
ע"ז נאמר ׳נעתר לבקשתינו׳.

קומזיץשבת אחים[ציטאט אראפגענומען]
מיליאנען קאסט אפ די נסיעה. שווערע מיליאנען! פארוואס פארווען פארוואו ווייסט נאך קיינער נישט. אלעס לשם פראפאגאנדא...
אן די מינדעסטע בושה!? די חסידים זענען בלוטיגע ארימעלייט איינס נאכן צווייטן, און דער גראבער רב איז א מגושמדיגע פריץ און פרעסט יעדעמס געלט...! גיי זאג עס פאר א בעלזער... סאיז פונקט ווי זאגן פאר א פאלעסטינער אז זייערע פאליטשאונס זענען קאראפטירט און קעירן בכלל נישט פאר זייער וואוילזיין...
די בעש״ט איז אויך געפארן אזוי? די ווילנער גאון? דער בארדישובער, הרה״צ ר׳ אהרן בעלזער??? פון וואו נעמט ער די מנהגים?
ר שבת איר קענט נישט די פשוט'ע פאקטן , די חסידים ווארטן שוין יארן אז די רבי זאל קומען און מ'ברענגט עס ארויף ביי א יעדע געלעגענהייט , א פאר וואכן צוריק זענען אפאר עסקנים געפארן פון מאנטריאל אנצולאדענען די רבי צו קומען אויף א וויזיט און ער האט מסכים געוועהן , די פריוואטע פליגער איז א נדבה פון א פריוואטע מענטש און מ'פרעסט נישט קיין געלט פון קיינעם
מפרעסט נישט קיין געלד פין קיינעם????
ווי איז געהערט געווארן צו בעטן $150 פאר א פלאץ אויף די פארענטשעס מילא א גאסט זאל באצאלן פאר די שוי אבער א חסיד.
אין דערנאך ניצט מען די חסיד פאר אינוועטארי פאר פיקטשערס פאמפעגאנדי!!!!
הד׳ ישמר די חוצפה וואס גייט נישט פאר.
דא האט איהר דעם רבין אויף א פשוטער טשארטער פלייט
דא
דא
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/133196/%D7%9E%D7%98%D7%95%D7%A1-%D7%A4%D7%A8%D7%98%D7%99-%D7%95%D7%A9%D7%99%D7%A8%D7%94-%D7%94%D7%94%D7%95%D7%A8%D7%90%D7%94-%D7%94%D7%97%D7%A8%D7%99%D7%92%D7%94-%D7%A9%D7%9C-%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%99-.html">http://www.bhol.co.il/133196/%D7%9E%D7% ... 7%99-.html</a>
אבי צו האקן, קודם כל סדא פלאץ פאר יעדן, און אסאך בעלזע חסידים האבן נישט געקויפט קיין פלעצער, ווער עס וויל זיין רואיג און האבן א ספעציפישע פלאץ האט מען אויסגעשטעלט אז עס קאסט 150 דאלער, וואס מענטשן צאלן גערן, איך בין א פשוטע ארבייטער, און איך פריי זיך עס צו צאלן, סא האב נישט קיין רחמנות אין מיין נאמען, ווען נישט דעם סיסטעם הארגעט מען זיך ארום אויף די פארענטשעס אויף די פלעצער, עס איז פשוטע וועג פון האלטן סדר, צווייטענס פאר אונז בעלזע חסידים איז עס נישט קיין שוי, עס איז א טיש. דריטענס, ווען די רב וואלט נאר געקומען צום מאנטריאלע קהילה וואלטן זיי עס געקענט מאכן אין בית מדרש אויך, נאר היות עס קומען אפאר טויזענט חסידים פון ניו יארק, דארף זיך דעקן די הוצאות צו סערוון אזא עולם קומט מען אויף מיט איידיעס ווי מען קען בעטן ביים עולם אפאר דאלער , קיינער פרעסט נישט אויף קיינעםס געלט.
אגוטן טאג.
אגוטן טאג.
וואס איז די חילוק פון א שוי ביז א טיש?
זיי כאפן אליינס נישט ווי מ׳שלאגט כפרות מיט זיי. זיי פרייען זיך צובאצלן.
בקיצור די גאנצע חסידות איז אזויווי זיין א ספורטס-פען-גארנישט אנדערש!
1)מ׳בלאנגט צו עפעס א טיעם און מ׳פרייט זיך מיט זייערע געווינסן, מ׳טרויערט אויף זייערע פארלוסטן.
2)מ׳באצאלט געלט אריינצוקומען אין די סטאדיום צוקענען מיטהאלטן ״די שוי״. מקען קויפן בעסערע טיקעטס פאר מעהר געלט...
3)פונקט ווי די ספורטס שפילערס זענען ע״פ רוב מיליאנערן און רוב מיטהאלטערס זענען ארימלייט. די זעלבע ביי די רביסטיוועס.
4)פונקט ווי די ספורטס שפילערס געבן נישט קיין שי״ן פאר די פענס געבן די רבנים אויך נישט די מינדעסטע שי״ן פאר די חסידים.
5)פונקט ווי יעדע ספורטס טיעם איז ״א ביזנעס״ אזוי אויך ״רביסטיווע״.
מאי שנא?
ס׳ליגט גארנישט מעהר אינטער דעם. ליידער...

שטארקע ווערטער, יעצט אז איך טראכט אריין , ביזטו לכאורה גערעכט.
יא יא. די חילוק איז אז מיר ווייסן דאס פין לאנג, די האסט געמוזט נעבעך אפלאזן אלעס צו קענען האלטן אזוי.
אישתישבייא יא. די חילוק איז אז מיר ווייסן דאס פין לאנג, די האסט געמוזט נעבעך אפלאזן אלעס צו קענען האלטן אזוי.
אפלאזן וואס?
אישתישבי און מיט וואס ביזטו געבליבן?
נו אז רבי'ס פוהרן שפילן איז עפעס א שלעכטע זאך?
זאלן די בחורים אין יונגעלייט האבן כשר'ע אינטערטעימענט!

שבת אחיםוואס איז די חילוק פון א שוי ביז א טיש?
זיי כאפן אליינס נישט ווי מ׳שלאגט כפרות מיט זיי. זיי פרייען זיך צובאצלן.
בקיצור די גאנצע חסידות איז אזויווי זיין א ספורטס-פען-גארנישט אנדערש!
1)מ׳בלאנגט צו עפעס א טיעם און מ׳פרייט זיך מיט זייערע געווינסן, מ׳טרויערט אויף זייערע פארלוסטן.
2)מ׳באצאלט געלט אריינצוקומען אין די סטאדיום צוקענען מיטהאלטן ״די שוי״. מקען קויפן בעסערע טיקעטס פאר מעהר געלט...
3)פונקט ווי די ספורטס שפילערס זענען ע״פ רוב מיליאנערן און רוב מיטהאלטערס זענען ארימלייט. די זעלבע ביי די רביסטיוועס.
4)פונקט ווי די ספורטס שפילערס געבן נישט קיין שי״ן פאר די פענס געבן די רבנים אויך נישט די מינדעסטע שי״ן פאר די חסידים.
5)פונקט ווי יעדע ספורטס טיעם איז ״א ביזנעס״ אזוי אויך ״רביסטיווע״.
מאי שנא?
ס׳ליגט גארנישט מעהר אינטער דעם. ליידער...
שבת אחים: איך וויל וויסן פארוואס דו זאגסט נישט די אלע זאכן ביי א וויזשניצער טיש. ניין. מיין קשיא איז פארקערט...פארוואס דו..פון אלע מענטשן, וועלכער טענה'ט אז ער האט אהבת ישראל, און ער געיט אין די דרכים פונ'ם סבא קדישא, דער אהבת ישראל, זאגט די אלע נעגאטיווע זאכן איבער א צווייט חסידות...!
מילא, די פארדארבענע יונגען, וועלכע האבן געטרונקען די מים הרעים. זיי זענען דאך שוין אין א בחינה תינוקות שנשבו. אבער, דו...?!.
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
בן ישידאס איז אז זלזול אין דער מענטשהייט.נו אז רבי'ס פוהרן שפילן איז עפעס א שלעכטע זאך?
זאלן די בחורים אין יונגעלייט האבן כשר'ע אינטערטעימענט!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בן ישינו אז רבי'ס פוהרן שפילן איז עפעס א שלעכטע זאך?
זאלן די בחורים אין יונגעלייט האבן כשר'ע אינטערטעימענט!
די רביס מאכן געלט פון ״די שפילערייען״ אויף די חשבון פון די קעלבלעך. זיי נוצן זייערע ארימע חסידים צו ספאנסערן אלע זייערע משגעותן, פאלאצן און זייערע קינדערס פרנסה. סאיז בערך וואס אלע דיקטעטארס אין היסטאריע האבן געטוהן. זיי מאכן די מענשטען פיהלן אז זיי באלאנגן צו א געוויסע גרופע. און מיט דעם פיהלן זיי א ״עטנישע שטאלץ״ (איך בין א בעלזער, וויזניצער, באבובער, סקווירער, סאטמארער וכו׳) און יענער און יענער איז מיין ״אפגאט״ און דעריבער איז מיר נישט קיין חילוק וואספארא שגעון אדער שייגעץ שטיק דער פירער/רבי וועט טוהן וועל איך אים נאכאלץ אפלאדירן ווייל איך בין דאך א חלק פו די גרופע...
גיי רעדט צו אלע רוסאקן וועגן זייער פירער פוטין. זיי זענען אזוי שטאלץ מיט אים אז נאר... איי וועסטו פרעגן וואס האט פוטין וואס איז איינער פון די רייכעסטע און פאוערפולסטע מענטשן אויף די וועלט געטוהן פאר די עוורידזש רוסאק???? די תירוץ איז ער טוט פאר זיי פונקט וואס די רע-בנים טוהן פאר זייערע בהמות... גארנישט!
די רבנים זענען גאר ווייניג נייגעריג אז אין זייערע מוסדות קומען ארויס בהמות איינס נאכן צווייטן. אן קיין שום חינוך, און א נארמאלע וועג וויאזוי צוברענגן פרנסה. זיי זענען גאנץ ווייניג נייגעריג אז אין די שטעט ווי זייערע חסידים וואוינען קאסט א לעכל דריי טויזנט דאללער און רוב עולם קראצט זיך די יענקלעך יעדע חודש צובאצלן די הויכע רענט. זיי זענען נישט נייגעריג אז די חרדישע לייף-סטייל קאסט אפ שווערע געלטער און רוב פון די קעלבלעך קענען עס נישט אפפאדערן. זיי זענען נישט נייגעריג אין גארנישט. זייערע משפחות האבן אלעס וואס זיי דארפן. זיי זענען נישט דא צוהעלפן קיינעם, נאר זיך אליינס.
און בד״וו רוב פון זייערע ענטערטעינמענט זויגט אויף כוח... סאיז בכלל נישט אינטערסאנט. סאיז פאלש! און באורינג! קומטס אויף מיט בעסערע ענטערטעינמענט פאר די קינדער. אונזער קינדער פארדינען בעסערע כשרע ענטערטעינמענט ווי זיצן ביי טישן פון ״פריצים״, ליידיגע-שטרויזעק און צוקוקן וויאזוי זיי פרעסן סעלמאן פיש און קוגל. מוראדיגע ענטערטעינמענט... גיוו מי א ברעיק!
יש ויש. ס׳דא אזעלכע און אזעלכע. בעלז און אנדערע ישראלישע חסידיות זענען גראדע לענ”ד מער איכותדיג ווי די היגע קאמפאניעס.
תורה ומדעיש ויש. ס׳דא אזעלכע און אזעלכע. בעלז און אנדערע ישראלישע חסידיות זענען גראדע לענ”ד מער איכותדיג ווי די היגע קאמפאניעס.
וואס טוט א בעלזער חסיד וואס האט א ערענסטע פראבלעם? ער שיקט א פאקס קיין ירושלים און ווארט אז עפעס א ״גבאי״ זאל אים ענטפערן אין די נעקסטע סעיווע״ן ביזנע״ס דעי״ס!?.
ווען א בעלזע חסיד ווי איך האט א פרבלעם, האט א רבין צו וועם ער קען זיך ווענדן, און איך רעד פון אייגענע עקספיריענס, די שאלה איז וואס דו טוסט ווען די האסט א פראבלעם, צו וועם גייסטו? דו גלייבסט דאך אין קיינעם נישט, און צום באשעפער ווייס איך אויך נישט דיין פינקליכע אמונה סטאטוס.
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
וואס האט הילף מיט גלויבען? ווען איך האב געהאט א פראבלעם, האב איך געבעטען די וואס קענען העלפען, ונושעתי. איך האב עפעס אין זיי געדארפט גלויבען? ווען עס איז נישט קיין זאך וואס אנדערע מענטשען קענען העלפען, בעט איך זיי נישט. וואס האט עס מיט א רבי אין ירושלים?
עס גייט פארקערט. קודם באלאנגט אלסדינג צו איהם, און דערנאך קען מען איהם בעטעו עפעס צוריק צו געבען. און דערנאך מוז גאר עס אזוי זיין!
און דאס אלס האט גארנישט מיט שחצנות׳דיגע ׳דערהויבענע וויזיטען׳. די זיינען, אויפ׳ן בעסטען אופן, אבי צייט און געלט פארשווענדעניש, און אין אמת׳ן אריין, האבען זיי א שטארקע שלעכטס אונטער די שלייער פון ׳ענטערטעינמענט׳. דאס ווייס איך כלי ראשון וויאזוי די בעלזער באאמטע האבען זיך געפיהרט מיט פרעמדע וואס שיקען צו זייער מוסדות אין לאנדאן, נאך די וויזיט. פלוצלונג הרימו ראש און מ׳האט זיך גענומען רודפ׳ן. איך האב געווארענט פאר יענעם פאר דער וויזיט אז קיין גוטס איז נישט דא צו האפען דערפון, און יענער האט געלאכט מיט די זעלבע אויסרייד פון ׳קאושער ענטערטעינמענט׳, ביז ער האט עס געשפירט אויף די אייגענע הויט.

שבת אחיםבן ישינו אז רבי'ס פוהרן שפילן איז עפעס א שלעכטע זאך?
זאלן די בחורים אין יונגעלייט האבן כשר'ע אינטערטעימענט!
די רביס מאכן געלט פון ״די שפילערייען״ אויף די חשבון פון די קעלבלעך. זיי נוצן זייערע ארימע חסידים צו ספאנסערן אלע זייערע משגעותן, פאלאצן און זייערע קינדערס פרנסה. סאיז בערך וואס אלע דיקטעטארס אין היסטאריע האבן געטוהן. זיי מאכן די מענשטען פיהלן אז זיי באלאנגן צו א געוויסע גרופע. און מיט דעם פיהלן זיי א ״עטנישע שטאלץ״ (איך בין א בעלזער, וויזניצער, באבובער, סקווירער, סאטמארער וכו׳) און יענער און יענער איז מיין ״אפגאט״ און דעריבער איז מיר נישט קיין חילוק וואספארא שגעון אדער שייגעץ שטיק דער פירער/רבי וועט טוהן וועל איך אים נאכאלץ אפלאדירן ווייל איך בין דאך א חלק פו די גרופע...
גיי רעדט צו אלע רוסאקן וועגן זייער פירער פוטין. זיי זענען אזוי שטאלץ מיט אים אז נאר... איי וועסטו פרעגן וואס האט פוטין וואס איז איינער פון די רייכעסטע און פאוערפולסטע מענטשן אויף די וועלט געטוהן פאר די עוורידזש רוסאק???? די תירוץ איז ער טוט פאר זיי פונקט וואס די רע-בנים טוהן פאר זייערע בהמות... גארנישט!
די רבנים זענען גאר ווייניג נייגעריג אז אין זייערע מוסדות קומען ארויס בהמות איינס נאכן צווייטן. אן קיין שום חינוך, און א נארמאלע וועג וויאזוי צוברענגן פרנסה. זיי זענען גאנץ ווייניג נייגעריג אז אין די שטעט ווי זייערע חסידים וואוינען קאסט א לעכל דריי טויזנט דאללער און רוב עולם קראצט זיך די יענקלעך יעדע חודש צובאצלן די הויכע רענט. זיי זענען נישט נייגעריג אז די חרדישע לייף-סטייל קאסט אפ שווערע געלטער און רוב פון די קעלבלעך קענען עס נישט אפפאדערן. זיי זענען נישט נייגעריג אין גארנישט. זייערע משפחות האבן אלעס וואס זיי דארפן. זיי זענען נישט דא צוהעלפן קיינעם, נאר זיך אליינס.
און בד״וו רוב פון זייערע ענטערטעינמענט זויגט אויף כוח... סאיז בכלל נישט אינטערסאנט. סאיז פאלש! און באורינג! קומטס אויף מיט בעסערע ענטערטעינמענט פאר די קינדער. אונזער קינדער פארדינען בעסערע כשרע ענטערטעינמענט ווי זיצן ביי טישן פון ״פריצים״, ליידיגע-שטרויזעק און צוקוקן וויאזוי זיי פרעסן סעלמאן פיש און קוגל. מוראדיגע ענטערטעינמענט... גיוו מי א ברעיק!
נו האסטי דאך שוין געזאגט אז זיי זענען אזויווי ספארטס שויס, אין פארשטייט זיך אז די שפילער מאכן געלט פון די פענס וואס גייען ארום זאגן אז דאס איז זייער פארטיי וכו'..
איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט דעם?
אז מענטשן זענען גרייט צו צאלן צו האבן אינטערטעימענט נאכדערצו אז מ'רעדט פון כשר'ע אינטערטעימענט אין מ'הערט נאך אביסל תורה אין די זייט אין מ'זינגט שיינע ניגונים איז עס א שיינע זאך.
וואס באדערט עס דיך?
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
טראמפ איז אין דעם שולדיג? וואס פארא שאלה איז דאס ׳וואס איז שלעכט מיט שקר?׳? מ׳דארף עס נאך אויסרעדען?
כשר ענטערטעינמענט איז א שם נרדף פאר שקר. דאס איז ביי מיר גענוג צו פיהלען אן אפשיי.
מ׳זאגט אז עס איז התקשרות צדיקים, דערהויבענע עבודה, כבוד בית בעלזא. און דאס איז אלס שקר ביודעים. די פרעדיגערס ווייסען אליינס אז זיי רעדען שקר און זיי גלויבען נישט דערין. נאר אז אזוי דארף דער זאך קלאפען אז די ענטערטעינמענט זאל קלאפען.

ליטוואק פון בודאפעסטטראמפ איז אין דעם שולדיג? וואס פארא שאלה איז דאס ׳וואס איז שלעכט מיט שקר?׳? מ׳דארף עס נאך אויסרעדען?
כשר ענטערטעינמענט איז א שם נרדף פאר שקר. דאס איז ביי מיר גענוג צו פיהלען אן אפשיי.
מ׳זאגט אז עס איז התקשרות צדיקים, דערהויבענע עבודה, כבוד בית בעלזא. און דאס איז אלס שקר ביודעים. די פרעדיגערס ווייסען אליינס אז זיי רעדען שקר און זיי גלויבען נישט דערין. נאר אז אזוי דארף דער זאך קלאפען אז די ענטערטעינמענט זאל קלאפען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אין ווען מ'אדווערטייזט א שוי אין מ'שרייבט מגוזם'דיגע ווערטער שטערט עס דיך אויך אזוי שטארק?
זיי זאגן ליגנט? נו נו
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
זייער גוט. זאג דאס צו זיין קינדער אויך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך רעדט נישט יעצט וואס איך טוה מיט מיינע קינדער אין וואס איך האלט וועגן רבי'ס.
איך זעה פשוט נישט וואס עס שטערט אזוי שטארק פאר מאנכע דא אז ס'דא מענטשן וואס צאלן פאר דעם אין זיי האבן עס ליב.

בן ישי, וואלסט געזאגט פאר דיינע קינדער אויף איינעם וואס מאכט מעדזשיק-טריקס (magician בלע״ז) אז ער איז א ״גדול הדור״?
וואלסט אפשר גערעכט געוועהן ווען א טאטע נעמט זיינע קינדער צו א טיש און זאגט זיי אז זיי זאלן נישט אנטציקט ווערן פון די רבנים ווייל זיי זענען נישט קיין אמתע צדיקים נאר פשוטע ״שוי שפילערס״
אבער למעשה זאגן אונז דאך נישט אויס פאר די קינדער אז זיי זענען ״שוי שפילערס״, פארקערט גאר אונז זאגן פאר די קינדער אז זיי זענען ״הייליגע מענטשען״ אדער לכה״פ ״ערליכע איינשטענדיגע מענטשען״. און למעשה פארקויפן זיי גארנישט.
איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן זיך אפלערנען פון די פאלשע סעלפיש רבנים. זיי זענען נביאי שקר! אז דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט דעם, גוד פאר יו. אין אדם מוריש שקר לבניו...
סאיז טאקע נישט געזאגט געווארן אויף ״אלע״ היינטיגע רבנים. סאיז זיכער דא געוויסע רבנים וואס זענען יא ערליך און מיינען עס אמתדיג. אבער בדרך כלל רוב פון די ״גרויסע קאמפעניס״ היינטיגע צייטן זענען פול מיט בול... איין שטיק שקר! און זיי זענען נישט ווערט אז איך זאל שלעפן מיינע קינדער צו זייערע מסיבות.

berlbalagulehשבת אחיםוואס איז די חילוק פון א שוי ביז א טיש?
זיי כאפן אליינס נישט ווי מ׳שלאגט כפרות מיט זיי. זיי פרייען זיך צובאצלן.
בקיצור די גאנצע חסידות איז אזויווי זיין א ספורטס-פען-גארנישט אנדערש!
1)מ׳בלאנגט צו עפעס א טיעם און מ׳פרייט זיך מיט זייערע געווינסן, מ׳טרויערט אויף זייערע פארלוסטן.
2)מ׳באצאלט געלט אריינצוקומען אין די סטאדיום צוקענען מיטהאלטן ״די שוי״. מקען קויפן בעסערע טיקעטס פאר מעהר געלט...
3)פונקט ווי די ספורטס שפילערס זענען ע״פ רוב מיליאנערן און רוב מיטהאלטערס זענען ארימלייט. די זעלבע ביי די רביסטיוועס.
4)פונקט ווי די ספורטס שפילערס געבן נישט קיין שי״ן פאר די פענס געבן די רבנים אויך נישט די מינדעסטע שי״ן פאר די חסידים.
5)פונקט ווי יעדע ספורטס טיעם איז ״א ביזנעס״ אזוי אויך ״רביסטיווע״.
מאי שנא?
ס׳ליגט גארנישט מעהר אינטער דעם. ליידער...
שבת אחים: איך וויל וויסן פארוואס דו זאגסטנישט די אלע זאכן ביי א וויזשניצער טיש. ניין. מיין קשיא איז פארקערט...פארוואס דו..פון אלע מענטשן, וועלכער טענה'ט אז ער האט אהבת ישראל, און ער געיט אין די דרכים פונ'ם סבא קדישא, דער אהבת ישראל, זאגט די אלע נעגאטיווע זאכן איבער א צווייט חסידות...!
מילא, די פארדארבענע יונגען, וועלכע האבן געטרונקען די מים הרעים. זיי זענען דאך שוין אין א בחינה תינוקות שנשבו. אבער, דו...?!.
כ׳פארשטיי נישט דיין קשיא?
איך האב נישט פיינט קיין איין חסידות איך האלט נאר אז זיי זענען קאראפטירט. און אט דאס באדערט מיך. ווען איך וואלט באמת פיינט געהאט אידן וואלט עס מיך בכלל נישט אנגעגאנגען. דאס איז סגייט מיך אזוי אין לעבן מיינט אז איך האב א געפיל צו אידן.
איך האלט פון אסאך רבי׳ס. און אסאך זענען ליידער פאלש. דאס איז די מציאות. אלזא דארף מען מאכן זיכער אז אונזערע קינדער זאלן וויסן די חילוק פון די אהבת ישראל, אמרי חיים, ר׳ יודלע זצ״ל, ר׳ אהרן בעלזער זצ״ל, ר׳ יואל מסאטמאר זצ״ל, קלויזנבורגער זצ״ל, ר׳ הערשלע ספינקער זצ״ל, פאפא זצ״ל, צעהלים זצ״ל, טאהש זצ״ל, סקלענער זצ״ל, ריבניצער זצ״ל, סקווירא זצ״ל, ר״ש מבאבוב וכו וואס זענען געוועהן ריינע מענשטען-ערליכע אידן וואס האבן אלעס געמיינט ״לשם שמים״ ביז צו די היינטיגע פארדארבענע קאראפטירטע רבנים וואס מיינען אלעס ״לשם ביזנעס״ און צובויען זייער ברענד וואס זיי האבן באקומען בירושה. און זיי קימערן זיך בכלל נישט מיט די אלגעמיינע ציבור׳ס געברויכן. דעטס אלל...
דעס וואס דו טענהסט אז איך רעדט נישט אויף וויזניץ איז פשוט נישט אמת.
איך רעדט פונקט אזוי אויף וויזניץ. קוק וואס כהאב געשריבן אין די אנדערע אשכולות אויף ר׳ מענדל פון גיבערס. ר׳ מענדל פון אר״י. ר׳ ישראל פון מאנסי. וועלכע פון די ווינזיצער רביים זענען פאלש און וואס מיינען נאר זיך טוה איך טאקע פארדאמען, נישט קיין חילוק וואס זייער לעצטע נאמען איז... איך האב אפילו געשריבן אלע חסרונות פון ר׳ מאטעלע איינער פון וועמען כ׳האלט גראדע יא. ווידער דער אהבת ישראל האט דאך נאר געהאט מעלות. איז שרייב איך טאקע אלע זיינע מעלות...